"יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1525
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג יוני 01, 2020 11:28 am

מיינע צוויי צענט.

תקנות וועלן קיינמאל נישט זיין צו גוט, פאר יעדן איינעם איז עפעס אנדערש וויכטיג, איינעם איז וויכטיג א שיינע באווארפן פאר די גאנצע משפחה, א צווייטן איז וויכטיג גענוג און נאך עסן פאר יעדן וואס קומט אריין צו די חתונה, אא''וו, יעדע זאך פאר זיך קאסט נישט אזויפיל, אסאך מענטשן קענען און ווילן זיך עס ערלויבן, און אריינלייגן יעדעם אין א באקס איז נישט אזא גוטע זאך.

פון די אנדערע זייט, די יעצטיגע סיסטעם לייגט אויך אריין יעדן אין א באקס, יעדער מוז ספענדן פאר א טייערע שטריימל, פאר טייערע פוירניטשער , פאר טייערע חתונה קליידער, וכו' וכו'.

סאו ווען וועלט וואלט געווען וועלט , וואלט יעדער געספענדט לויט וואס עס איז אים וויכטיג, און לויט זיין מעגליכקייט, און דאס וואלט טאקע געווען די בעסטע זאך, אבער אין יעצטיגן מצב איז דער אויסוואל צווישן צווינגען יעדן יא צו ספענדן אפילו פאר זאכן וואס זיי דארפן נישט און קענען נישט, אדער צווינגען יעדן נישט צו ספענדן אפילו פאר זאכן וואס זיי דארפן יא און קענען יא.

איך בין בוחר דעם צווייטן אפציע.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך Programming » מאנטאג יוני 01, 2020 11:38 am

מען האלט אין איין רעדן אזויפיל איבער דעם שולדיגן 'מחותן' וואס לאזט נישט שפארן. דאס הייסט איך אליין וואלט שוין לאנג געשפארט אבער דער מחותן וויל דאך נישט.. אינטערעסאנט אז דער מחותן זאגט דאס זעלביגע איבער מיר

אפשר וואלט געווען א געדאנק, צו מאכן א רעזשיסטרי פון מענטשן וואס זוכן דוקא חתונה צו מאכן ביליג. זאל עס נישט קומען ווי א סורפרייז נאכן בעשוי און לחיים ווען דער פרישער מחותן זאגט ער וויל נישט קויפן קיין עכטן ברעיסלעט. זאל דאס זיין איינער פון די זאכן וואס מען דיסקוסירט בעפאר. עס איז פונקט אזוי וויכטיג ווי די לעבנסוויכטיגע פראגע צי מען וועט גיין מיט א שטאפענע הוט אדער ביבער הוט.

ווייטער דער אנדערער מחותן אפילו ער איז נישט אין די רעזשיסטרי ווייסט ער בעפארן שידוך, און ער האט די ברירה צו גיין ווייטער אדער נישט. דאס העלפט אויך א געוואלד אין שטוב. עס איז נישט א באשלוס וואס ווערט געפאסט כאפ לאפ ווען מען דארף באשליסן וועלכע זאל צו בוקן פארן תנאים. דאס איז א סטענדערט וואס די משפחה שטעלט זיך אוועק פון בעפאר, פונקט אזוי ווי די גרויס פונעם שייטל צודעק אדער די לענג פון די הויזן און זאקן.

אויב דער מחותן - און בעיקר די מחותנת'טע - פאסן דעם באשלוס נאך פיל פריער, פאר עס איז נוגע פאר איין ספעציפישן קינד, פארשפארט מען אלע מוטשערייען און קריגערייען. דאס איז אונזער סטענדערט, מיר האבן זיך אזוי גע'ברענדט', מען האט שוין געטון א שריט בפועל, געלאזט וויסן פאר אלע יענטע'ס און שדכן'טעס אז מיר זענען פון דעם סטענדערט (אפגעזען די איצטיגע פינאנציעלע סטאטוס), זיך איינגעשריבן אין דעם רעזשיסטרי, און דאס איז עס. מיר זענען נישט קיינע שנארער'ס ח"ו, נאר פונקט ווי אונז גיי מיר מיט דעם הוט און דער קאפ צודעק מאכן מיר אויך אזוי חתונה.

פארשטייט זיך אז פונקט ווי מען קען אמאל פארקוקן אויף דעם הוט צי דעם שייטל קען מען אפשר בשעת הדחק פארקוקן אויף די סטענדערט, עס מאכט זיך א ספעשל שידוך וואס מען וויל נישט פארלירן (צי אויב עס גייט שווער א שידוך) און מען איז גרייט לכבוד דעם זיך אונטערצונעמען א טויש אינעם דרעס קאוד, נו קען מען אויך טוישן דעם סטענדערט בלית ברירה.

איך ווייס נישט צי איך וואלט רעקאמענדירט בכלל זיך איינצוימען די אויסוואלן בשעת א שידוך, אבער מיר טוען דאס מילא באזירט אויפן הוט און שייטל און זאקן און קהילה'שע (און היינט שוין סוב קהילה'שע) איינטיילונגען, לאמיר פאר א טויש דאס טון פאר א נוצליכע ריכטיגע סיבה.

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג יוני 01, 2020 11:42 am

טראמבאן האט געשריבן:
זבולון ווייס האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:

ס'איז געווען 2 מהלכים

מהלך נומער 1: 5:30 קבלת פנים, 6:30 חופה, 7:00 סעודת החתונה פאר געשוויסטער פון 4 זייטן, 8:15 שמחת חתן וכלה מיט די נאנטע משפחה, 8:45 ברכת המזון, 9:15 צווייטע טאנץ קרובים און גוטע פריינט, 10:15 מצוה טאנץ זיידעס מחותנים חתן וכלה, 11:30 ענדיגן חתונה
מהלך נומער 2: 5:30 קבלת פנים, 6:30 חופה, 7:00 סעודת החתונה פאר געשוויסטער פון 4 זייטן, 8:15 שמחת חתן וכלה מיט די נאנטע משפחה, 8:45 ברכת המזון, 9:15 מצוה טאנץ זיידעס מחותנים חתן וכלה, 10:30 צווייטע טאנץ קרובים און גוטע פריינט, 11:30 ענדיגן חתונה

מהלך נומער 2 איז לכאורה אביסל פראבלעמאטיש וועגן מצוה טאנץ

וואס האט דעס מיט שפארן געלט??? זעהט אויס ווי ״עסקנים״ האבן זיך צאמגענומען צוליב דעם ציבור׳ס א פראבלעם איבער איבריגע הוצאות החתונה, און געטראפן א לעזונג צו פירן דעם עולם ביי די נאניע איבער חתונה סקעדזשולינג... נאך אביסל שררה צו האלטן דעם עולם אין די ״ראמען״.
נאכדעם ווייסט מען נישט פארוואס ״דער עולם״ קאפערירט נישט.


זייער פשוט, כדי דא זאל עפעס געשעהן, איז נישט מעגליך דאס צו טוהן בלויז מיט 'פארבעסערן', מען דארף א טאטאלע טויש. דער גאנצער חתונה דארף א אנדער מהלך. פארשטייט זיך נישט אוועקגיין פון מסורה, אבער דער סטייל פון די לעצטע יארן דארף ווערן ריקאלקעלעיטעד.

נאך א זאך נעם אין באטראכט, ענדיגן א חתונה שפעט קאסט געלט. טאנצן ביז 12 אזייגער קאסט געלט. חוץ מזה וואס דאס אז מענטשן קומען קומענדיגן טאג אריין אין די ארבעט מידערהייט מאכט אויך שאדן אסאך געלט. און אז מען מאכט א טשעינדזש מאכט מען דעם גאנצן סעט אויפאמאל.

עס איז יעצט דא א געלעגנהייט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען, און אויב מען טוט דאס נישט יעצט וועט מען האפנטליך מער נישט האבן נאך א געלעגנהייט. און וועט חלילה זיין א מעוות לא יוכל לתקון.

נראה לי דברי זבולון אז מדארף מאכן א טאטאלע טויש פון אונטן ביז אויבן מיט אלץ אינדערמיט אז ס'זאל זיך א שאקל געבן, און אויב ס'וועט נישט זיין יעצט וועט עס על פי דרך הטבע קיינמאל געשען

צו ענטפערן אויף דעם, וועל איך דיר איבערברענגען א תגובה וואס איך האב שוין געשריבן פריער אין דעם אשכול.
אחד הרבנים האט געשריבן:איך וועל איבערשרייבן מיין פוינט וואס איך האב שוין געשריבן אויבן. חתונה סקעדשולינג האט כמעט גארנישט מיט שפארן געלט. יא, קען זיין עס קומט אויס אביסל ביליגער צו ענדיגן א שעה פריער אבער נישט דארט ליגט די פראבלעם פון חתונה נאכט הוצאות. גיי קוק וויפיל איבריגע זאכן עס גייט פאר אין די יעצטיגע תקנות זאלן ווי מען קען זיך שפארן אסאך אסאך מער ווי זיין אין זאל א שעה לענגער.
איך האלט אויך אז שפעטע חתונות איז א פראבלעם פאר בני משפחה וואס דארפן אפזיצן פאר לאנגע שעות ביז אין די נאכט אריין, אבער דעס האט גארנישט מיט שפארן געלט. צוזאם שטעלן דעם פראבלעם מיט שפארן געלט פירט אראפ די ציל פון די רעלסען.
דאס ווערט כמעט די עיקר פון די חתונה נאכט תקנות און אלע עכטע געלט שפארעריי תקנות ווערט פארוואסערט.
אזוי אויך פילט דער מחותן -וואס אגב באצאלט ער מיט די תקנות צוזאמען עטליכע טויזענט דאלער פאר די חתונה נאכט- א פרעשור א גאנצע נאכט איבער דעם זייגער.
עקזיסטירענדע תקנות זאלן יוכיח, די סקעדשולינג איז כמעט די איינציגסטע זאך וואס איז געבליבן געטוישט פון ווען מען האט קובע געווען די תקנות. פון די אנדערע זייט איז צוגעקומען גאר גאר טייערע געלט אויסווארפעריי אויף דעם חשבון. איך וועל דא אויסרעכענען עטליכע און ווער עס וויל קען צולייגן.

-טייערע עסן. ווער געדענקט ווען ביי א חתונה איז נאר געווען איין סארט זופ אדער ווען מען האט געגעסן טשיקן באדעמס ביי א חתונה?
- האט פוד. פלעגט נישט אמאל פאר תקנות זאלן זיין אפי׳ ביי בע״בתישע חתונות. נאר ביי רייכע.. (חוץ קוגל)
- טייערע, לוקסוסזירענדע הערליך געבויטע זאלן, וואס דער געשטעל דערפון (אזוי צו זאגן) ״פארלאנגט״ מען זאל ״זיך״ שענער און סאך טייערער אהערשטעלן. ספעציעל אין עזרת נשים.
- מצוה טאנץ, כמו וואך נאכט סעודות.. וואס ווען איך זאל בלויז באשטעלן אזא סעודה ביים קעיטערער וואלט דאס געקאסט ארום אכט מאות.
ועוד

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יוני 01, 2020 1:18 pm

Programming האט געשריבן:מען האלט אין איין רעדן אזויפיל איבער דעם שולדיגן 'מחותן' וואס לאזט נישט שפארן. דאס הייסט איך אליין וואלט שוין לאנג געשפארט אבער דער מחותן וויל דאך נישט.. אינטערעסאנט אז דער מחותן זאגט דאס זעלביגע איבער מיר

אפשר וואלט געווען א געדאנק, צו מאכן א רעזשיסטרי פון מענטשן וואס זוכן דוקא חתונה צו מאכן ביליג. זאל עס נישט קומען ווי א סורפרייז נאכן בעשוי און לחיים ווען דער פרישער מחותן זאגט ער וויל נישט קויפן קיין עכטן ברעיסלעט. זאל דאס זיין איינער פון די זאכן וואס מען דיסקוסירט בעפאר. עס איז פונקט אזוי וויכטיג ווי די לעבנסוויכטיגע פראגע צי מען וועט גיין מיט א שטאפענע הוט אדער ביבער הוט.

ווייטער דער אנדערער מחותן אפילו ער איז נישט אין די רעזשיסטרי ווייסט ער בעפארן שידוך, און ער האט די ברירה צו גיין ווייטער אדער נישט. דאס העלפט אויך א געוואלד אין שטוב. עס איז נישט א באשלוס וואס ווערט געפאסט כאפ לאפ ווען מען דארף באשליסן וועלכע זאל צו בוקן פארן תנאים. דאס איז א סטענדערט וואס די משפחה שטעלט זיך אוועק פון בעפאר, פונקט אזוי ווי די גרויס פונעם שייטל צודעק אדער די לענג פון די הויזן און זאקן.

אויב דער מחותן - און בעיקר די מחותנת'טע - פאסן דעם באשלוס נאך פיל פריער, פאר עס איז נוגע פאר איין ספעציפישן קינד, פארשפארט מען אלע מוטשערייען און קריגערייען. דאס איז אונזער סטענדערט, מיר האבן זיך אזוי גע'ברענדט', מען האט שוין געטון א שריט בפועל, געלאזט וויסן פאר אלע יענטע'ס און שדכן'טעס אז מיר זענען פון דעם סטענדערט (אפגעזען די איצטיגע פינאנציעלע סטאטוס), זיך איינגעשריבן אין דעם רעזשיסטרי, און דאס איז עס. מיר זענען נישט קיינע שנארער'ס ח"ו, נאר פונקט ווי אונז גיי מיר מיט דעם הוט און דער קאפ צודעק מאכן מיר אויך אזוי חתונה.

פארשטייט זיך אז פונקט ווי מען קען אמאל פארקוקן אויף דעם הוט צי דעם שייטל קען מען אפשר בשעת הדחק פארקוקן אויף די סטענדערט, עס מאכט זיך א ספעשל שידוך וואס מען וויל נישט פארלירן (צי אויב עס גייט שווער א שידוך) און מען איז גרייט לכבוד דעם זיך אונטערצונעמען א טויש אינעם דרעס קאוד, נו קען מען אויך טוישן דעם סטענדערט בלית ברירה.

איך ווייס נישט צי איך וואלט רעקאמענדירט בכלל זיך איינצוימען די אויסוואלן בשעת א שידוך, אבער מיר טוען דאס מילא באזירט אויפן הוט און שייטל און זאקן און קהילה'שע (און היינט שוין סוב קהילה'שע) איינטיילונגען, לאמיר פאר א טויש דאס טון פאר א נוצליכע ריכטיגע סיבה.


א שטיקל געדאנק!

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג יוני 01, 2020 2:06 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:מיינע צוויי צענט.

תקנות וועלן קיינמאל נישט זיין צו גוט, פאר יעדן איינעם איז עפעס אנדערש וויכטיג, איינעם איז וויכטיג א שיינע באווארפן פאר די גאנצע משפחה, א צווייטן איז וויכטיג גענוג און נאך עסן פאר יעדן וואס קומט אריין צו די חתונה, אא''וו, יעדע זאך פאר זיך קאסט נישט אזויפיל, אסאך מענטשן קענען און ווילן זיך עס ערלויבן, און אריינלייגן יעדעם אין א באקס איז נישט אזא גוטע זאך.

פון די אנדערע זייט, די יעצטיגע סיסטעם לייגט אויך אריין יעדן אין א באקס, יעדער מוז ספענדן פאר א טייערע שטריימל, פאר טייערע פוירניטשער , פאר טייערע חתונה קליידער, וכו' וכו'.

סאו ווען וועלט וואלט געווען וועלט , וואלט יעדער געספענדט לויט וואס עס איז אים וויכטיג, און לויט זיין מעגליכקייט, און דאס וואלט טאקע געווען די בעסטע זאך, אבער אין יעצטיגן מצב איז דער אויסוואל צווישן צווינגען יעדן יא צו ספענדן אפילו פאר זאכן וואס זיי דארפן נישט און קענען נישט, אדער צווינגען יעדן נישט צו ספענדן אפילו פאר זאכן וואס זיי דארפן יא און קענען יא.

איך בין בוחר דעם צווייטן אפציע.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אזוי קלאר און שיין ארויסגעברענגט וואס איך האב געוואלט

נאר געוואלט צולייגן א ווארט

ווען איינער זאל וויסן אז איין זאך וואס איז אים וויכטיג (לאמיר זאגן לייוו מוזיק אנשטאט די דזשעי) גייט אים קאסטן $20,000 גייט ער טראכטן פאר ער גייט עס טוהן. און אויב איז ער אן ערליכער איד און ווייסט אז נישט נאר וועט עס אים קאסטן נאר טויזנטער אנדערע אידן וואס פלאגן זיך חתונה צו מאכן גייען יעצט לכבוד דעם אויך מוזן ספענדן. וועט ער איבערטראכטן
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג יוני 01, 2020 2:50 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:א שטיקל געדאנק!
די מציאות איז אז ס'ארבעט נישט

פרעג סיי וועמען וואס טוט דערין

ס'דא א סיבה פארוואס קיין איין עסקן (א מיאוס'ע ווארט?) גייט נישט אויף דעם וועג


ס'ווערט פארציילט א מעשה (לאו דווקא אמת. דער עיקר איז די פוינט) אז דער לעצטער ליובאוויטשער רבי האט ארויסגעגעבן א פארבאט קעגן טרינקען און פאר איין עלטערן איד האט זייער געשאדט
נאך וואס דער דאקטאר האט אים געזאגט אז ער מוז צוריק אנפאנגען טרינקען געהעריג און זיינע קינדער האבן גע'טענה'ט אז נישט דאס האט דער רבי געמיינט און ער האט געזאגט אז ער איז גרייט אויף מסירות נפש צו פאלגן דעם רבי'ן אנע חכמות האבן זיינע קינדער געזאגט אז צוויי וועלן אים אפהאלטן און איינער וועט אריינגיסן אין זיין מויל מיט געוואלד
זעענדיג כח כלתה אליו הרעה רופט ער זיך אן מיט א געבראכענע שטימע. אויב ס'איז שוין אזוי זאל איינער אראפהאלטן און צוויי זאלן גיסן

והנמשל מובן
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך אדם הראשון » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:26 pm

ויהי אחרי הקרונא. ויקם ראשי קהילות מכל פינות הארץ ויסד ארגון חדש "ויחדיו ירננו" שמו
קראנא האט אונז אויפגעשאקעלט. קראנא האט אונז געטוישט. קראנא האט אונז געלערנט.
מ'איז געווען געצווינגען צו מאכן שפארזאמע שמחות אבער אונזער געטרייע ראדי קהילה ווילן אז ס'זאל לכל הפחות אביסל האבן א ווירקונג אויף אונזערע שמחות בעתיד.

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך אחד הרבנים » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:29 pm

שוין דא אן אשכול (אויב נישט עטליכע) אויף די נושא.

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך אדם הראשון » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:32 pm

נו אויב אזוי ווערט די הנהלה געבעטן עס אראפצונעמען

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך ציגעלע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:35 pm

אדם הראשון האט געשריבן:נו אויב אזוי ווערט די הנהלה געבעטן עס אראפצונעמען

איז עס א הוצאה פין די גרויסע מיטינג צוויי וואכען צוריק אין וויליאמסבורג אדער קיין שייכות?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:35 pm

אלע בעק-יארד קהילות?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

ראש חדשים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך ראש חדשים » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:38 pm

ציגעלע האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן:נו אויב אזוי ווערט די הנהלה געבעטן עס אראפצונעמען

איז עס א הוצאה פין די גרויסע מיטינג צוויי וואכען צוריק אין וויליאמסבורג אדער קיין שייכות?

יא! דעס איז די מבצע וואס מען האט דארט פאלקאמירט, מען האט עס קורא שם געוועזן "יחדיו ירננו",
און אויב אזוי זאל מען אויך בינונז אויפן וועלטל קורא שם זיין דעם אשכול מיט דעם נאמען.
שווארצע לעבנס מַאטֶערט
קרעדיט: ראטענשטרייך

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:40 pm

פארוואס דארף מען צוקומען צו די קהילות אויסצושטעלן א חתונה וואס זאל נישט קאסטן "אזוי סאך" (אבער זאל דאך קאסטן כדי די מוסדות בלייבן מיט עפעס א אינקאם דורך די חתונות וד"ל) זאל זיך יעדער מאכן חתונה פאר זיך לויט זיין פלאן און פארטיג
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך פארפלאנטערט » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:41 pm

יחדיו ירננו 1.JPG
יחדיו ירננו 1.JPG (231.23 KiB) געזעהן 558 מאל

יחדיו ירננו 2.JPG
יחדיו ירננו 2.JPG (235.45 KiB) געזעהן 558 מאל

נישטאמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:46 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:פארוואס דארף מען צוקומען צו די קהילות אויסצושטעלן א חתונה וואס זאל נישט קאסטן "אזוי סאך" (אבער זאל דאך קאסטן כדי די מוסדות בלייבן מיט עפעס א אינקאם דורך די חתונות וד"ל) זאל זיך יעדער מאכן חתונה פאר זיך לויט זיין פלאן און פארטיג


די אייניציגסטע וועג סזאל עפעס ווערן איז אז יעדער מאכט חתונה פאר זיך לויט זיין פלאן און פארטיג. אבער פאר דע סיבה וואס די האסט געזאגט (די מוסדות ווילן בלייבן מיט עפעס א אינקאם) און וועגן זיי ווילן בלייבן מיט עפעס פאוער (power), האבן זיי זיך צוזאם גענומען אין געמאכט דע יחדיו ירננו פלאן.

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך ציגעלע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:48 pm


ראש חדשים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך ראש חדשים » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:52 pm

#צאמשטעלן_אלערט
לעצט פאראכטן דורך ראש חדשים אום דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שווארצע לעבנס מַאטֶערט
קרעדיט: ראטענשטרייך

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך ציגעלע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:54 pm


אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך ציגעלע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:55 pm

ראש חדשים האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=42818

?

מיסטעק. געוואלט לייגען אינעם ארגינעלן אשכול פין די אסיפה

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג יוני 04, 2020 1:01 pm

נישטאמת האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:פארוואס דארף מען צוקומען צו די קהילות אויסצושטעלן א חתונה וואס זאל נישט קאסטן "אזוי סאך" (אבער זאל דאך קאסטן כדי די מוסדות בלייבן מיט עפעס א אינקאם דורך די חתונות וד"ל) זאל זיך יעדער מאכן חתונה פאר זיך לויט זיין פלאן און פארטיג


די אייניציגסטע וועג סזאל עפעס ווערן איז אז יעדער מאכט חתונה פאר זיך לויט זיין פלאן און פארטיג. אבער פאר דע סיבה וואס די האסט געזאגט (די מוסדות ווילן בלייבן מיט עפעס א אינקאם) און וועגן זיי ווילן בלייבן מיט עפעס פאוער (power), האבן זיי זיך צוזאם גענומען אין געמאכט דע יחדיו ירננו פלאן.

נישט נארמאל די שנאה המקלקלת את השורה ביי מאנכע!
יעדע פריוואטע חתונה זאל מאכט איינער געלט, און דאס איז 100% נארמאל פינקט ווי איעדע ביזנעס און סערוויס
און א מוסד מעג אויך האבן אזא שטייגער אינקאום, אדרבה ואדרבה
זענען דא א שיינע פאר מוסדות וואס געבן די לעצטע פאר יאר אוועק די זאל פאר תקנות אנשטאט בלייבען מיט טעגליכע פראפעט, און מיט דעם שוין געשפארט מיליאנען ביי בני קהילתם
און יעצט וויל מען דאס בעז''ה אויסברייטערען מיט נאך זאלן, קומען אפאר .. אנשטאט א טראפ פון די אידישע און מענטשליכע געפיעל פון הכרות הטוב, ניין! געלד, POWER, וכ''ו (און לייגט נאך דעם וד''ל, ווי ווער ווייסט וואספארא הונט דא באגראבען..)
איינער האט ענק עפעס באראוועוועט?! מאך חתונה ביי דיר און קאך! ס''ה וויל מען שפארן פאר 100טער וואס גייען חתונה מאכן און נארמאלע זאלן!
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

נישטאמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג יוני 04, 2020 1:09 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:פארוואס דארף מען צוקומען צו די קהילות אויסצושטעלן א חתונה וואס זאל נישט קאסטן "אזוי סאך" (אבער זאל דאך קאסטן כדי די מוסדות בלייבן מיט עפעס א אינקאם דורך די חתונות וד"ל) זאל זיך יעדער מאכן חתונה פאר זיך לויט זיין פלאן און פארטיג


די אייניציגסטע וועג סזאל עפעס ווערן איז אז יעדער מאכט חתונה פאר זיך לויט זיין פלאן און פארטיג. אבער פאר דע סיבה וואס די האסט געזאגט (די מוסדות ווילן בלייבן מיט עפעס א אינקאם) און וועגן זיי ווילן בלייבן מיט עפעס פאוער (power), האבן זיי זיך צוזאם גענומען אין געמאכט דע יחדיו ירננו פלאן.

נישט נארמאל די שנאה המקלקלת את השורה ביי מאנכע!
יעדע פריוואטע חתונה זאל מאכט איינער געלט, און דאס איז 100% נארמאל פינקט ווי איעדע ביזנעס און סערוויס
און א מוסד מעג אויך האבן אזא שטייגער אינקאום, אדרבה ואדרבה
זענען דא א שיינע פאר מוסדות וואס געבן די לעצטע פאר יאר אוועק די זאל פאר תקנות אנשטאט בלייבען מיט טעגליכע פראפעט, און מיט דעם שוין געשפארט מיליאנען ביי בני קהילתם
און יעצט וויל מען דאס בעז''ה אויסברייטערען מיט נאך זאלן, קומען אפאר .. אנשטאט א טראפ פון די אידישע און מענטשליכע געפיעל פון הכרות הטוב, ניין! געלד, POWER, וכ''ו (און לייגט נאך דעם וד''ל, ווי ווער ווייסט וואספארא הונט דא באגראבען..)
איינער האט ענק עפעס באראוועוועט?! מאך חתונה ביי דיר און קאך! ס''ה וויל מען שפארן פאר 100טער וואס גייען חתונה מאכן און נארמאלע זאלן!


אנטשולדיג אז איר זעט האס אין מיינע ווערטער, איך האב דאס נישט באמערקט.

אין דאס וואס די שרייבסט שפעטער אז זיי זענען א ביזנעס און יעדער קען חתונה מאכן ביי זיך אין קאך איז אקארוט וואס איך האב געשריבן, זיי מיינען קיינעם'ס טובה נאר זייער אונקאום.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 1:14 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:
יחדיו ירננו 1.JPG

יחדיו ירננו 2.JPG

איך פרוביר צו קוקן צו די צעטל איז געמאכט געווארן תש"פ אדער תש"ע
פורניטשער ביז היינט קאסט 10 אלפים א צד?
חתן שטריימל ביז היינט קאסט צווישן 7 און 12 אלפים א צד?
מוזיק ביי א חתונה ביז היינט קאסט 10 אלפים?

איך פארשטיי ס'זענען דא שווענדערס, אבער איז דען דאס די סטאנדארט היינט? קאן זיין ביי געוויסע קהלות, אבער איך קען מער ווי איין קהלה וואס דאס איז בכלל נישט דער סטאנדארט
אין מיינע פליישיגע/נישט עסק'נישע אויגן קוקט אויס ווי א חסרון צו גיין מיט אזויפיל קהלות צוזאמען, אויב מ'קען נישט צופיל אראפדרוקן דעם סטאנדארט, ווייל ביז היינט איז דאס געווען די סטאנדארט
אין מיין קליינע שטעטעלע ווי איך וואוין מיט 5000 חרדי'שע משפחות, מאכן איבער 50 פראצענט זיכער חתונה ווייט פון דעם געשריבענעם סטאנדארט, און עכ"ז קענען רוב פון די נישט אליין באצאלן זייערע שמחות, און זוכן וואו נאך מ'קען שניידן, איז וואס פונקטליך טוט אונז "יחדיו ירננו" דעליווערן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ס'זאל רינען
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 28, 2019 5:25 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך ס'זאל רינען » דאנארשטאג יוני 04, 2020 1:20 pm

גערעכט.
די נייע צעטיל פון יחדיו ירננו מאכט עפעס נישט קיין סענטס

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג יוני 04, 2020 1:40 pm

נישטאמת האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:פארוואס.... אבער זאל דאך קאסטן כדי די מוסדות בלייבן מיט עפעס א אינקאם דורך די חתונות וד"ל

(די מוסדות ווילן... און וועגן זיי ווילן בלייבן מיט עפעס פאוער (power), האבן זיי זיך צוזאם גענומען אין געמאכט דע יחדיו ירננו פלאן.

און איך זאג פאר די עסקנים חזקו ואמצו אל תראו ואל תחת ואל ירך לבבכם, און א גרויסע ישר כוח פון טיפן הארצן פארן ארויסשלעפן כלל ישראל פון די טיפע חובות און פער פרעשור פון א קרימע סיסטעם
דערשרעקט אייך נישט פון די געציילטע מיעוטום אנטי אסטעבלישמענט וואס וועלן אייביג האבן טענות
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

נישטאמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג יוני 04, 2020 1:57 pm

לייטער האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:פארוואס.... אבער זאל דאך קאסטן כדי די מוסדות בלייבן מיט עפעס א אינקאם דורך די חתונות וד"ל

(די מוסדות ווילן... און וועגן זיי ווילן בלייבן מיט עפעס פאוער (power), האבן זיי זיך צוזאם גענומען אין געמאכט דע יחדיו ירננו פלאן.

און איך זאג פאר די עסקנים חזקו ואמצו אל תראו ואל תחת ואל ירך לבבכם, און א גרויסע ישר כוח פון טיפן הארצן פארן ארויסשלעפן כלל ישראל פון די טיפע חובות און פער פרעשור פון א קרימע סיסטעם
דערשרעקט אייך נישט פון די געציילטע מיעוטום אנטי אסטעבלישמענט וואס וועלן אייביג האבן טענות


ארויס שלעפן פין איין פער פרעשור אריין אין א צווייטע, אנשטוטס אויס לערנען טראכטן אלייןס אין קיין מאל מער דארפן ארויס שלעפן איז נאר ווייל מוויל בלייבן מיט פאוער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”