דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך גאלדגרוב » זונטאג מאי 24, 2020 5:21 pm

איך זעה נישט פארוואס וויצע איז היינט צוטאגס א נארישע דזשאב. אפשר אמאליגע צייטן. פענס זיצט נישט אין וויצע אפיס מיט פארלייגטע הענט. ער פארט ארום דאס לאנד און אין די וועלט, פארטרעט אמעריקע ווי אימער.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך מטעמים » זונטאג מאי 24, 2020 5:26 pm

בוקער וואלט געוועהן א קנאקעדיגע אויסוואל אבער ומה יעשה בוקער שהוא בן ולא בת.

בוקער האט אלעס וואס ביידען האט נישט, קאליר, אינג, רעדט גוט, סאומהאו האט ער נישט אויסגענימען אין די קאמפיין וואס דאס איז זיין איינציגסטע חסרון וואס איך ווייס פון.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג מאי 24, 2020 7:04 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס וויצע איז היינט צוטאגס א נארישע דזשאב. אפשר אמאליגע צייטן. פענס זיצט נישט אין וויצע אפיס מיט פארלייגטע הענט. ער פארט ארום דאס לאנד און אין די וועלט, פארטרעט אמעריקע ווי אימער.


א וויצע איז בלויז א נאכשלעפער צום פרעזידענט, אן קיין אייגענעם דעת.

גראדע מיט ביידען קען זיך מעגליך איבערשפילן אזא בוש טשעיני, ווי מ'זעהט אז זיין קאמפיין ווערט אויך געפירט דורך אנדערע. אבער ווייטער, ס'קען דאך פונקט אזוי זיין אן אדווייזער צום פרעזידענט, וואס איז דער אויפטוה מיט א וויצע פרעזידענט ?

נאך א זייטיגער פראבלעם, דער פאסטן האט שוין געהאלפן אריינוועלן נארישע קאנדידאטן, אזעלכע וואס ווען זיי זענען נישט וויצע וואלטן זיי ניטאמאל אויסגעשטאנען קיין שאנס. צום ביישפיל: ביידען, מעגליך פענס אין 24', און נאך אסאך, וואס אלס וויצע פרעזידענט זענען זיי בעצם געווען זייער גוט, נישט געשטערט, געפאלגט מיט איין מאל הייסן, וכו'. אבער זענען נישט געאייגנט פאר פרעזידענט.

ווען די פאונדינג פאדערס האבן דאס אריינגעשטעלט אינעם קאנסטיטוציע, האט עס געדינט גאר אן אנדערער צוועק ווי היינט. בערך אזויווי ביבי מיט גאנץ, אז דער פון די אנדערע פארטיי נעמט איבער. אבער היינט איז דער גאנצער וויצע אמט צוועקלאז. איך זעה נישט פארוואס דער האוז ספיקער זאל נישט לכתחילה איבערנעמען, אדער העכסטנס אויב וויל מען פון די זעלבע פארטיי, דאן קען מען ארויפרוקן דעם סקרעטערי אוו סטעיט.
צו ערזעצן דעם פרעזידענט ביי די אלע מעמדים, וועט מען אויפנעמען פארשידענע פערזענליכקייטן, וכהנה וכהנה..

בקיצור, די וויצע פרעזידענט דזשאב איז צו מיר אומפארשטענדליך, אויב איינער קען מרחיב בדיבור זיין דערוועגן, וואלט עס געווען א געוואלדיגע זאך.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5846
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג מאי 24, 2020 7:14 pm

די סיבה פארוואס די גרינדער טאטע'ס האבן אוועק געשטעלט אזא זאך ווי וויצע פרעזידענט איז געווען, אויב דער פרעזידענט שטארבט זאל גלייך זיין איינער וואס נעמט אים איבער. סעקרטערי אוו סטעיט האט דאך א פאסטן וואס ווערט ליידיג אויב נעמט ער/ זי איבער, משא"כ וויצע פרעזידענט.

דיין צושטעל פון ביבי מיט גאנץ פארשטיי איך נישט.
רצונינו לעשות רצוניך.

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג מאי 24, 2020 7:25 pm

בוידעם האט געשריבן:די סיבה פארוואס די גרינדער טאטע'ס האבן אוועק געשטעלט אזא זאך ווי וויצע פרעזידענט איז געווען, אויב דער פרעזידענט שטארבט זאל גלייך זיין איינער וואס נעמט אים איבער. סעקרטערי אוו סטעיט האט דאך א פאסטן וואס ווערט ליידיג אויב נעמט ער/ זי איבער, משא"כ וויצע פרעזידענט.

דיין צושטעל פון ביבי מיט גאנץ פארשטיי איך נישט.


ס'נישט עכט קיין גוטע משל.
אמאל האט נישט דער פרעזידענט אויסגעוועלט דעם וויצע, נאר דער פארזיצער פון די אפאזיציע פארטיי איז געווארן (זוי מיינעך). למשל היינט וואלט קלינטאן געווען.

דאס וואס דו זאגסט אז ער האט נישט קיין אנדערע דזשאב, אמאל האט מען טאקע נישט אויפגענומען קיין צווייטן אויף זיין פאזיציע, אבער היינט אידאך שוין נישט קיין חילוק צום סעקרעטערי אוו סטעיט.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 24, 2020 7:49 pm

דיין ערשטע פאראגראף איז א טעות.

וואס, יא, לויט די אמאליגע סיסטעם פון עלעקטארל קאלעדזש - אז יעדער עלעקטאר קען שטימען מיט צוויי צעטלעך אין איין פארמעסט, דער נאמבער איין ווערט פרעזידענט, נאמבער צוויי ווערט וויצע - וואלט אין א גאר שמאלע פארמעסט, דער אנדערער געקענט געווינען בטעות, און עס האט זיך טאקע אזוי איינמאל געמאכט, און דאס האט מען דעמאלטס אפגעשטעלט דורך מאכן צוויי עקסטערע ציילונגען פאר ביידע פאזיציעס.


--------------------


מיינע פעניס.

ביידן האט ממילא געמוזט נעמען א פרוי, אפי' ווען נישט זיין צוזאג, און דאס איז וואס דער פאלק - נישט דוקא דאס היימישע אידנטום - וויל, די רעפאבליקאנער טיקעט אין 2024 וועט מסתמא אויך האבן פון ביידע גענדערס.

אין די בראשית יארן פלעגט דער וויצע פּרעזידענט בעיקר טון זיין דזשאב וואס די קאנסטיטוציע געבט אים, צו פירן דעם סענאט, אזוי ווי די ספיקער פירט די הויז. מיט די צייט איז עס געווארן א חלק, און דער יושב בראשון, אין די אדמיניסטראציע.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג מאי 24, 2020 7:58 pm

יישר כח @צל פאר די אויפקלערונג.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 28, 2020 10:45 am

עליזאבעט ווארען מאכט אלע באמיאונגען צו שיקן א מעסעדזש פאר די ביידען טיעם אז זי וואלט זייער געוואלט זיין זיין מיטלויפער און לויט א שנעלע פאליטיקא אנקעטע וואלט זי געווען די אויסוואל וועלכע וואלט צוגעברענגט די גרעסטע צאל יונגע/אפריקאנע אמעריקאנע/היספאנישע וויילער אין קאנטראסט צו די איבריגע פרויען אויף די ליסטע אבער איינע פון די גרויסע שטיינער אין וועג פאר אזא זאך איז די פאקט אז די גאווערנאר אין איר היימסטעיט איז דער רעפובליקאנער טשארלי בעיקער וועלכע האט די אויסשליסליכע מאכט צו שטעלן א סענאטאר צו ערזעצן ווארען אויב די דעמאקראטישע טיקעט איז זיגרייך צו סערווירן ביז א ספעציעלע עלעקשאן קומט פאר ערגעץ אין 2021 למספרם (צווישן 145 און 160 טעג נאך וואס די זיץ ווערט ליידיג)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 28, 2020 10:50 am

ווארען שטיצער זאגן אבער אז די סטעיט ליגיסלאטור און סטעיט סענאט איז איבערוויגנד דעמאקראטיש און פארמאגט וועט מאכט און קען דעריבער דורכפירן א געזעץ אז דער גאווערנאר מוז שטעלן עימיצער פון די זעלבע פארטיי ווי די ארויסגייענדע סענאטארשע (שוין דא אזא געזעץ אין 6 סטעיטס)

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4902
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 31, 2020 1:14 pm

לאור די יעצטיגע מצב (ניין נישט קאראנע, ווער וואלט זיך געגלייבט אז מ'גייט זאגן דיע ווערטער און נישט מיינען קאראנע?...) קומען אריין רופן צום ביידען קאמפיין אויס צואוועלן א שווארצע פרוי אלס וויצע.
ביידען האט צוויי אזאלכע אויף זיין ליסטע, העריס אדער עיברעמס.
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר אייוועלט קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 01, 2020 1:36 pm

דזשאו ביידען איצט געעפנט זיין טעלע טאון האול אויסלויבנדיג די מעיאר פון אטלאנטא דזשארדזשיע פאר איר רעאקציע און אדרעס איבער די אנגייענדע פראטעסטן
ביידען: דו ביזט געווען געוואלדיג, איך האב עס מיטגעהאלטן אזוי ווי מיליאנען און מיליאנען אמעריקאנע בירגער אויף טעלעוויזיע
דיין איינגעהאלטנקייט און קילקייט, און דיין אויסגערעכנטע באלאנס איז געווען געוואלדיג
מעיאר באטאמס איז אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי וועלכע ווערט פאררעכנט צו זיין אויף די ליסטע פון פאטענציאלע וויצע פרעזידענט אויסוואלן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 10, 2020 11:41 am

דורבין שטופט ביידען צו נעמען דאקווארט אלץ מיטלויפער

דורבין: איינמאל דו באקענסט זיך מיט די פולע געשיכטע, עס איז א וואונדערליכע געשיכטע פון אנטשלאסנקייט און קוראזש דורך א יונגע פרוי וועלכע האט ביי איין פונקט געלעבט אויף פוד סטעמפס
זי האט אן אפיעל וועלכע גייט פיל ווייטער ווי די דעמאקראטישע באזע

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך abeg » מיטוואך יוני 10, 2020 11:52 am

די בעסטע פיק װאלט געװען פרױ אובאמא

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יוני 10, 2020 11:53 am

הכל הבל האט געשריבן:דורבין שטופט ביידען צו נעמען דאקווארט אלץ מיטלויפער

דורבין: איינמאל דו באקענסט זיך מיט די פולע געשיכטע, עס איז א וואונדערליכע געשיכטע פון אנטשלאסנקייט און קוראזש דורך א יונגע פרוי וועלכע האט ביי איין פונקט געלעבט אויף פוד סטעמפס
זי האט אן אפיעל וועלכע גייט פיל ווייטער ווי די דעמאקראטישע באזע

דאקווארט קען נישט זיין מיטלויפער נאר אויב מ'טוישט די קאנסטיטוציע, זי איז נישט געבוירן אין אמעריקע, נאר אין טיילאנד.
פעיק פאר ראש הקהל! אסדר פאר סגן ראה"ק!!

פעיק אייוועלט געשמאק אגעין!!
אייוועלט סעלעקטירט דרייססטער ראש הקהל!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 10, 2020 11:58 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דורבין שטופט ביידען צו נעמען דאקווארט אלץ מיטלויפער

דורבין: איינמאל דו באקענסט זיך מיט די פולע געשיכטע, עס איז א וואונדערליכע געשיכטע פון אנטשלאסנקייט און קוראזש דורך א יונגע פרוי וועלכע האט ביי איין פונקט געלעבט אויף פוד סטעמפס
זי האט אן אפיעל וועלכע גייט פיל ווייטער ווי די דעמאקראטישע באזע

דאקווארט קען נישט זיין מיטלויפער נאר אויב מ'טוישט די קאנסטיטוציע, זי איז נישט געבוירן אין אמעריקע, נאר אין טיילאנד.

ריכטיג

אינטערסאנט טאקע מצד דורבין

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך abeg » מיטוואך יוני 10, 2020 11:58 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דורבין שטופט ביידען צו נעמען דאקווארט אלץ מיטלויפער

דורבין: איינמאל דו באקענסט זיך מיט די פולע געשיכטע, עס איז א וואונדערליכע געשיכטע פון אנטשלאסנקייט און קוראזש דורך א יונגע פרוי וועלכע האט ביי איין פונקט געלעבט אויף פוד סטעמפס
זי האט אן אפיעל וועלכע גייט פיל ווייטער ווי די דעמאקראטישע באזע

דאקווארט קען נישט זיין מיטלויפער נאר אויב מ'טוישט די קאנסטיטוציע, זי איז נישט געבוירן אין אמעריקע, נאר אין טיילאנד.

אױך קען זי נישט מיטלױפען װאל זי איז אין א װילטשער

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יוני 10, 2020 12:00 pm

הכל הבל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דורבין שטופט ביידען צו נעמען דאקווארט אלץ מיטלויפער

דורבין: איינמאל דו באקענסט זיך מיט די פולע געשיכטע, עס איז א וואונדערליכע געשיכטע פון אנטשלאסנקייט און קוראזש דורך א יונגע פרוי וועלכע האט ביי איין פונקט געלעבט אויף פוד סטעמפס
זי האט אן אפיעל וועלכע גייט פיל ווייטער ווי די דעמאקראטישע באזע

דאקווארט קען נישט זיין מיטלויפער נאר אויב מ'טוישט די קאנסטיטוציע, זי איז נישט געבוירן אין אמעריקע, נאר אין טיילאנד.

ריכטיג

אינטערסאנט טאקע מצד דורבין

יעצט זע איך אז זי קען יא, פונקט ווי מייקל בענעט האט געקענט לויפן אפי' ער איז געבוירן אין אינדיע און טעד קרוז וואס איז געבוירן אין קאנאדא. ווייל איר טאטע איז געווען א סיטיזען, נאר געווען אין טיילאנד בשעת'ן דינען אינעם אמעריקאנער מיליטער.
פעיק פאר ראש הקהל! אסדר פאר סגן ראה"ק!!

פעיק אייוועלט געשמאק אגעין!!
אייוועלט סעלעקטירט דרייססטער ראש הקהל!!

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2514
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך יוני 10, 2020 12:04 pm

גראדע האט זי זייער א העלדישע געשיכטע ווען זי האט פארלוירן אירע ביידע פיס ביים קעמפן אויפן פראנט אין די אמעריקאנע מיליטער, און זי האט באוויזן אלעס איבערצוקומען, און זי איז היינט א סענטער אין אמעריקע!

זי איז גראדע אויך געווען דער ערשטער סענעטאר אין היסטאריע צו געבוירן א קינד זייענדיג א סענעטאר.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 10, 2020 2:01 pm

אודאי איז זיין א מאמע פון קינדער, נאכדערצו א ווארקינג מאמע, נאכדערצו אלס סענעטאר, נאכדערצו האבן א קינד אלס סענעטאר, אלעס מעלות ביי די לינקע. (און לינדזי גרעהעם דער רעפאבליקאנער האט קיינמאל חתונה געהאט.)

דאס זיין א אינוואליד אין א ווילטשעיר, נאכדערצו אז מען האט גאר פארלוירן די פיס ביים זיך מקריב זיין פארן לאנד, איז אויך גרויסע מעלות ביי די ליבעראלן.

מיט דעם אלעם האלט איך פארט אז וועל דעמינגס איז בעסער, און אז מען דארף לכתחילה נעמען פון א טיפינג פוינט סטעיט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יוני 10, 2020 2:19 pm

צל עובר האט געשריבן:דאס זיין א אינוואליד אין א ווילטשעיר, נאכדערצו אז מען האט גאר פארלוירן די פיס ביים זיך מקריב זיין פארן לאנד, איז אויך גרויסע מעלות ביי די ליבעראלן..

חוץ אויב מ'קען נישט צוליב דעם נוצן א קאמפיוטער...
פעיק פאר ראש הקהל! אסדר פאר סגן ראה"ק!!

פעיק אייוועלט געשמאק אגעין!!
אייוועלט סעלעקטירט דרייססטער ראש הקהל!!

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך יוני 10, 2020 2:42 pm

צל עובר האט געשריבן: זיין א אינוואליד אין א ווילטשעיר, נאכדערצו אז מען האט גאר פארלוירן די פיס ביים זיך מקריב זיין פארן לאנד, איז אויך גרויסע מעלות ביי די ליבעראלן.

זיין אינוואליד איז נישט מעלה אדער מוריד. אבער זיין א מלחמה אינוואליד איז א חיסרון ביי די לינקע.
פרעג נאר דזשאן קערי און דזשאן מקעין!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8401
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג יוני 14, 2020 1:55 pm

די אסאסיעטעד פּרעס באריכטעט אז די ליסטע פון מעגליכע וויצע פּרעזידענט קאנדידאטן פאר'ן טיקעט פונעם דעמאקראטישן פּרעזידענט קאנדידאט דזשאו ביידען איז פארשמעלערט געווארן אין די לעצטערע טעג, ווען עטליכע קאנדידאטן זענען באזייטיגט געווארן דערפון.

צווישן די פיגורן וועלכע זענען ווארשיינליך אינגאנצן ארויסגעפאלן איז סענאטאר עימי קלאבושאר, און צווישן די וועלכע זענען אין שפּיץ פון דער ליסטע איז סענאטאר עליזאבעט ווארען, סענאטאר קאמאלא העריס, און סוזען רייס, געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבערין אונטער פּרעזידענט אבאמא.

איד דעילי
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק/אסדר ראשעקאל קאמפיין

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יוני 14, 2020 2:12 pm

לויט א וואשינגטאן פאוסט באריכט, זענען די טאפ טייער פראספעקטס..


קאמאלע העריס = די סענעטאר פון קאליפארניע און פרעזידענט קאנדידאט, געוועזענע קאליפארניע אטוירני דזשענעראל, זי הייסט די פראנטראנער.

וועל דעמינגס = א שווארצע קאנגרעספרוי פון ארלאנדא, צוואנציג יאר פאליציי דינסט דארט פון אונטן ביז פאליס טשיעף, אויך געווען א אימפיעטשמענט מענעדזשער.

סוזען רייס = די שווארצע נעשאנעל סעקיוריטי אדווייזער צו אבאמע, און בעפאר די אמעריקאנער אמבאסאדאר צו די יו ען, אויך אונטער אבאמע.

קעישע באטאמס = די שווארצע אטלאנטע מעיאר, זי איז געווען אין די היילייטס נאך פאר די יעצטיגע פרשה דארט, אלס די טונקעלע מעיאר פון די גרעסטע שטאט אין דזשארדזשיע.

עליזעביט ווארן = די לינק גענויגטע סענעטאר און פרעזידענט קאנדידאט, ווערט באטראכט אלס א מעגליכע בריק צווישן די לינקע און ביידן.

מישעל לוהאן גרישעם = די לאטיינישע גובערנאטארשע פון ניו מעקסיקא, געווינען אין די 2018 וואלן, בעפאר דעם א קאנגרעספרוי פאר זעקס יאר.



און די זענען ווייניגער קאנסידערט..


עמי קלאבאשער = סענעטאר פון מינעסאטע און פרעזידענט קאנדידאט

סטעיסי עיברעמס = די 2018 דעמאקראטישע גאווערנאר קאנדידאט אין דזשארדזשיע.

גרעטשען וויטמער = די מישיגען גובערנאטארשע.

טעמי דאקווארט = די סענעטאר פון אילינוי, וועלכע איז אין א ראד שטיל נאכן פארלירן ביידע פיס אין מיליטער.

טעמי באלדווין = די פראגרעסיווע סענעטאר פון וויסקאנסין, וואס טראץ איר פראגרעסיווע נויגונג, האט זי דארט געווינען אין 2018 מיט קרוב צו 11%!

https://t.co/IH26qrHHtY
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4902
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג יוני 14, 2020 3:52 pm

ווארען וואלט ווען געסאנד גוט, אבער זי איז פונקט אזוי פארפיינטעט ביי די בערני בראוס, אפילו מער ווי ביידען. ווי אויך מיינט דאס א צייטווייליגע דעמאקראטישע פארלוסט אין די סענאט.

צווישן די ליסטע מיינעך איז העריס די בעסטע.
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר אייוועלט קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך mosha g » זונטאג יוני 14, 2020 7:51 pm

א פרישע באריכט פארציילט אז די ליסטע האט זיך פארשמעלערט צי פיר שווארצע פרויען, קוקט אויס ווי עס וועט זיין העריס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 5 מאל, בשבילי נברא, גדולה וגבורה, פרישע קוגל, שטארקע חסיד און 51 געסט