דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

ווי זענען וואשיגטאן די ערשטע פרעזידענטס עלטערען געבוירען?
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

פרעזידענט קאמפיין 2020. וויצע פרעזידענט דזשאו ביידן, דער דעמאקראטישע 2020 קאנדידאט פאר פרעזידענט, האט נעכטן 'נישט איבעראשענד' נאמינירט  פאר זיין קאמפיין מיטלויפער, 'קאמאלע העריס', דער ערשט טערמיניגע סענאטאר פון קאליפארניע, און דער ערשטע שווארצע פרוי צו ווערן נאמינירט פאר א פובליק טיקעט...; דער אויסוואל איז בכלל נישט געווען קיין "סורפרייז" פאר קיינעם, נאכדעם וואס איבער די לעצטע פאר טעג איז עס געווען קלאר פאר רוב 'זאך קענער', אז ביידן וועט צום סוף מוזן אויסקלויבן העריס פאר זיין ווייס פרעזידענט פאזיציע, צוליב זייין שטארקע 'קאמיטמענט' אוסצוקלויבן דוקא 'א פרוי' און 'א מינאריטעט' פאר זיין מיטלויפער..; מיט דעם האט זיך דזשאו ביידן גענצליך אונטערגעווארפן אונטער דעם ליבעראלע פליגל פונעם פארטיי, און האט מיט דעם אויסוואל בעצם זיי געזוכט צופרידענצושטעלן..; דער טראמפ קאמפיין האט זיך גלייך גענומען האמערן מיט קאמפיין עד'ס אקעגן העריס'ס קעגנזייטיגע רעקארד, זאגענדיג אז זי איז א פאלטשע פערזאן, "פאני קאמאלא"... נאכדעם וואס זי האט זיך צוגעשטעלט צו דזשאו ביידן'ס קאמפיין, טראץ דעם וואס זי האט אים מורא'דיג מיאוס אטאקירט ביי דער פריימערי סעזאן, צוליב זיין קאנטערווערסיאנעלע ווייסע ראסיסטישע רעקארד.


שוין... ענדליך ענדליך הייבן זיך זאכן אן צו רירן אין דער ריכטונג פון א פולשטענדיגע "פרעזידענט קאמפיין"... און ענדליך האבן מיר א געהעריגע גלייכע פארמעסט אינעם פארעם פון צוויי פולע אויסגעשטאטאטע טיקעט'ס וועלכע פארמאגן א פרעזידענט קאנדידאט מיט א וויצע פרעזידענט קאנדידאט.. נאכדעם וואס וויצע פרעזידענט 'דזשאו ביידן', דער דעמאקראטישע פארטיי'ס 2020 קאנדידאט פאר פרעזידענט, האט נעכטן פייערליך נאמינירט פאר זיין קאמפיין מיטלויפער, און פאר זיין וויצע פרעזידענט פאזיציע, 'קאמאלע העריס',  דער באקאנטע ערשט טערמיניגע סענאטאר פון קאליפארניע, און א געוועזענע אפאנענט פון דזשאו ביידן. ביידן האט נעכטן דינסטאג אינמיטן טאג געלאזט וויסן דעם אויסוואל אינעם פארעם פון א מעסעדזש צו די פרעסע, און האט באלד דערנאל אויפגעטרעטן מיט א באמבאדיסטישע רעדע צו די מידיא, איבער די געוואלדיגע געלונגענקייט פון זיין אויסוואל, און די געוואלדיגע 'מעלות' וואס א "ביידן – העריס" טיקעט וועט ברענגען פאר אמעריקע. ביידן האט זיך אבער חלילה נישט געטראפן מיט איר פערזענליך, אדער אויפגעטרעטן אינאיינעם פאר א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ, אזוי ווי עס איז געווענליך דער שטייגער ווען מען נאמינירט א קאמפיין מיטלויפער... ניין... דאס איז דאך אויסגעשלאסן... מען דארף דאך פאר א יעדע פרייז אריינהאמערן דעם נארישן "סאשעל דיסטענסינג" אין די אמעריקאנע קעפ אריין, כדי אז ''אולי יחוס עם עני ואביון'', און דער ''פאנדעמיק געפיל'' אין די אמעריקאנע הערצער וועט העלפן די דעמאקראטן באזיגן פרעזידענט טראמפ אין נאוועמבער...


"קאמאלע העריס" איז זייער א באקאנטע פיגור אין אמעריקע בכלל, און אין אמעריקאנע פאליטיק בפרט. צום ערשט איז זי א טייל פון די ראדיקאלע ליבעראלע גרופע פון די דעמאקראטישע פירערשאפט, האבענדיג אלץ אירע קאמעראדן אזעלכע לינקע חברה ווי "קאנגרעספרוי אילהאן אומאר", און קאנגרעספרוי "ראדטשיב טאליב", און ״קאנגקרעספרוי קארטעז'', וכו'. העריס האט זיך איבער די לעצטע פאר יאר זייער שטארק באקאנט געמאכט איבערן לאנד מיט אירע ראדיקאלע לינקע שטעלונגען, און טראץ דעם וואס זי איז בלויז א איין טערמיניגע סענאטאר, איז זי ווייט מער באקאנט איבערן לאנד ווי אסאך אלט געזעצענע סענאטארן שוין אויף זייער פערטע אדער פופטע טערמין.


פארן ווערן דער סענאטאר פון דער סטעיט אוו קאליפארניע, איז העריס געווען דער סטעיט'ס אטערני דזשענעראל, און נאך פאר דעם איז זי געווען דער אטערני דזשעענעראל פון לאס אנדזשעלעס. העריס איז ארויף אויפן נאציאנאלע פאליטישע ארענע, נאכדעם וואס זי איז ערנסט געלאפן פאר די פאזיציע פון דעמאקראטישע קאנדידאט פאר פרעזידענט אקעגן דזשאן ביידן און בערני סאנדערס, און אין געוויסע מאמענטן איז זי אפילו באטראכט געווארן אלץ דער פראנט ראנער פונעם קאמפיין. מיט איר נאמינאציע ווערט העריס דער ערשטע שווארצע פרוי צו ווערן נאמינירט פאר אזא מין הויכע פאזיציע, און דאס איז טאקע לכאורה געווען א חלק פונעם חשבון פונעם ביידן קאמפיין, אז דאס וועט אויפהייטערן פולע פרויען וויילער און שווארצע וויילער.


דער אויסוואל איז בכלל נישט געווען קיין "סורפרייז" פאר קיינעם, נאכדעם וואס איבער  די לעצטע פאר טעג איז עס געווען קלאר פאר רוב 'זאך קענער', אז ביידן וועט צום סוף מוזן אויסקלויבן ''העריס'' פאר זיין ווייס פרעזידענט פאזיציע, צוליב זייין שטארקע ''קאמיטמענט'' און עפענטליכע "התחייבות" אומצאליגע מאל פאר די פרעסע, אוסצוקלויבן דוקא 'א פרוי' און 'א מינאריטעט' פאר זיין מיטלויפער. איבער די לעצטע פאר טעג האבן רוב מידיא קאמענטעירערס געשאצט אז ביידן וועט למעשה זיך באשליסן אויף העריס, נאכדעם וואס פון די אנדערע ערנסטע קאנדידאטן איז קיין איינער נישט געווען אזא שטארקע קאנדידאט אזוי ווי סענאטאר העריס. מיט דעם "בארינג אויסוואל" האט זיך דזשאו ביידן גענצליך אונטערגעווארפן אונטער דעם ליבעראלע פליגל פונעם דעמאקראטישע פארטיי, און האט מיט דעם אויסוואל בעצם בלויז זיי געזוכט צופרידענצושטעלן... נאכדעם וואס חוץ פון די עכטע ליבעראלן, איז קיין איינער נישט עפעס מורא'דיג שטארק צופרידען פון דעם ערווארטעטע "אפאטישן אויסוואל"...


דער טראמפ קאמפיין האט זיך גלייך נאכן באקאנטמאכונג גענומען צו דער ארבעט... און ווי נאר ביידן האט געענדיגט מיט זיין פרעסע קאנפערענץ, האט דער טראמפ קאמפיין זיך גענומען האמערן מיט קאמפיין עד'ס אקעגן העריס'ס ''קאלירפולע'' און קעגנזייטיגע ''רעקארד''... זאגענדיג אז זי איז א פאלטשע פערזאן און א 'פליפ פלאפער', אנריפענדיג איר מיטן שפאטישן צונאמען: "פאני קאמאלא"... (אצינד האבן מיר א פערפעקטע טיקעט... "סליפי דזשאו" מיט "פאני קאמאלע"... 'הייסע פאסטראמי' ווערט ערווארטעט צום קידוש און קריאת השם...). און א באזונדערע מעסעדזש האט דער טראמפ קאמפיין איר זייער מיאוס אראפגעריסן, טענה'דיג אז זי איז זיך זעלבסט אליין שרעקליך סותר... נאכדעם וואס זי האט זיך יעצט צוגעשטעלט צו דזשאו ביידן'ס קאמפיין טראץ דעם וואס זי האט אים מורא'דיג ''מיאוס אטאקירט'' ביי דער פריימערי סעזאן, צוליב זיין קאנטערווערסיאנעלע ווייסע ראסיסטישע רעקארד

‼ Trump 2020‼
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

ממש שאקירנד?

אבאמא איז דאך אויך נישט געבוירן אין אמעריקע :lol:
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אהבת השם האט געשריבן:מיט דעם אויסוואל האט זיך דזשאו ביידן גענצליך אונטערגעווארפן אונטער דעם ליבעראלע פליגל פונעם דעמאקראטישע פארטיי, און האט מיט דעם אויסוואל בעצם בלויז זיי געזוכט צופרידענצושטעלן... נאכדעם וואס חוץ פון די עכטע ליבעראלן, איז קיין איינער נישט עפעס מורא'דיג שטארק צופרידען פון דעם אויסוואל...

נו שוין
אוועטאר
אלטע מלמד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע מלמד »

נו! אראפ מיט איר
:grin:
[email protected]
סלאווא אוקראיני
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

נעם אראפ שאקירנד, גיי לערן די קאנסטיטוציע.

נעבעך, מען דארף ווען אפשר יא לערנען מער ענגליש מיט אונזערע קינדער.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:פארשטייט זיך, אסדר וויל נישט אראפברענגען די קאנסטיטוציע שטיקעל וואס זאגט אז יעדער געבוירען אויף אמאריקאנער באדען איז א סיטעזען, אפילו די עלטערען זענען נישט.

דאס מאכט אבער נישט קיין "נאטירליך געבוירענע סיטיזען" וואס פעלט אויס צו ווערן וויצע פרעזידענט!


זאגט ווער?


ער זאגט דאך אז ס'זענען געוועןמ עטליכע סופרים קארט באשלוסן אזוי
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:פארשטייט זיך, אסדר וויל נישט אראפברענגען די קאנסטיטוציע שטיקעל וואס זאגט אז יעדער געבוירען אויף אמאריקאנער באדען איז א סיטעזען, אפילו די עלטערען זענען נישט.

דאס מאכט אבער נישט קיין "נאטירליך געבוירענע סיטיזען" וואס פעלט אויס צו ווערן וויצע פרעזידענט!


זאגט ווער?


ער זאגט דאך אז ס'זענען געוועןמ עטליכע סופרים קארט באשלוסן אזוי


די קאנסטיטוציע בנוגע בורטרייט סיטיזען איז קלאר אין דייטליך, ניטאמאל פארנעפעלט אדער פארוואסערט..

פאר א סיבה האט ער נישט געברעגט די אויסצוגען פון דעם חלק
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
אלטע מלמד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע מלמד »

וואס איז געווען ביז יעצט זי איז דאך שוין געלאפן אין די פריימעריס אין עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן ביז יעצט
[email protected]
סלאווא אוקראיני
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:


גלייך זייער שטארק דיין נייע אוועטאר
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7707
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מזל טוב הרב ירום הודו..
עס קומט גוטע צייטען, איך ווייס נישט אויף וויפיל עס גייט איר שטערן אבער אונזער פרעזידענט גייט יעצט האבן פרישע שטאף
#איך-פארק-מענטשליך
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די קאנספיראציע טעאריע גייט נאך ווייטער. לויטן קאנסטיטושן איז די ספיקער פון די האוס - אין אונזער פאל פעלאסי - נעקסט אין ליין צו איבערנעמען פרעזידענטשאפט. דאס הייסט טאמער ביידן וועט נישט קענען ענדיגן (ווי מאנכע שפעקולירן) זיין טורם און העריס וועט נישט קענען איבערנעמען ווייל זינאיז נישט קיין בירגער פון געבורט, באקומען מיר פרעזידענט פעלאסי
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

אהבת השם האט געשריבן:פרעזידענט קאמפיין 2020. וויצע פרעזידענט דזשאו ביידן, דער דעמאקראטישע 2020 קאנדידאט פאר פרעזידענט, האט נעכטן 'נישט איבעראשענד' נאמינירט  פאר זיין קאמפיין מיטלויפער, 'קאמאלע העריס', דער ערשט טערמיניגע סענאטאר פון קאליפארניע, און דער ערשטע שווארצע פרוי צו ווערן נאמינירט פאר א פובליק טיקעט...; דער אויסוואל איז בכלל נישט געווען קיין "סורפרייז" פאר קיינעם, נאכדעם וואס איבער די לעצטע פאר טעג איז עס געווען קלאר פאר רוב 'זאך קענער', אז ביידן וועט צום סוף מוזן אויסקלויבן העריס פאר זיין ווייס פרעזידענט פאזיציע, צוליב זייין שטארקע 'קאמיטמענט' אוסצוקלויבן דוקא 'א פרוי' און 'א מינאריטעט' פאר זיין מיטלויפער..; מיט דעם האט זיך דזשאו ביידן גענצליך אונטערגעווארפן אונטער דעם ליבעראלע פליגל פונעם פארטיי, און האט מיט דעם אויסוואל בעצם זיי געזוכט צופרידענצושטעלן..; דער טראמפ קאמפיין האט זיך גלייך גענומען האמערן מיט קאמפיין עד'ס אקעגן העריס'ס קעגנזייטיגע רעקארד, זאגענדיג אז זי איז א פאלטשע פערזאן, "פאני קאמאלא"... נאכדעם וואס זי האט זיך צוגעשטעלט צו דזשאו ביידן'ס קאמפיין, טראץ דעם וואס זי האט אים מורא'דיג מיאוס אטאקירט ביי דער פריימערי סעזאן, צוליב זיין קאנטערווערסיאנעלע ווייסע ראסיסטישע רעקארד.


שוין... ענדליך ענדליך הייבן זיך זאכן אן צו רירן אין דער ריכטונג פון א פולשטענדיגע "פרעזידענט קאמפיין"... און ענדליך האבן מיר א געהעריגע גלייכע פארמעסט אינעם פארעם פון צוויי פולע אויסגעשטאטאטע טיקעט'ס וועלכע פארמאגן א פרעזידענט קאנדידאט מיט א וויצע פרעזידענט קאנדידאט.. נאכדעם וואס וויצע פרעזידענט 'דזשאו ביידן', דער דעמאקראטישע פארטיי'ס 2020 קאנדידאט פאר פרעזידענט, האט נעכטן פייערליך נאמינירט פאר זיין קאמפיין מיטלויפער, און פאר זיין וויצע פרעזידענט פאזיציע, 'קאמאלע העריס',  דער באקאנטע ערשט טערמיניגע סענאטאר פון קאליפארניע, און א געוועזענע אפאנענט פון דזשאו ביידן. ביידן האט נעכטן דינסטאג אינמיטן טאג געלאזט וויסן דעם אויסוואל אינעם פארעם פון א מעסעדזש צו די פרעסע, און האט באלד דערנאל אויפגעטרעטן מיט א באמבאדיסטישע רעדע צו די מידיא, איבער די געוואלדיגע געלונגענקייט פון זיין אויסוואל, און די געוואלדיגע 'מעלות' וואס א "ביידן – העריס" טיקעט וועט ברענגען פאר אמעריקע. ביידן האט זיך אבער חלילה נישט געטראפן מיט איר פערזענליך, אדער אויפגעטרעטן אינאיינעם פאר א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ, אזוי ווי עס איז געווענליך דער שטייגער ווען מען נאמינירט א קאמפיין מיטלויפער... ניין... דאס איז דאך אויסגעשלאסן... מען דארף דאך פאר א יעדע פרייז אריינהאמערן דעם נארישן "סאשעל דיסטענסינג" אין די אמעריקאנע קעפ אריין, כדי אז ''אולי יחוס עם עני ואביון'', און דער ''פאנדעמיק געפיל'' אין די אמעריקאנע הערצער וועט העלפן די דעמאקראטן באזיגן פרעזידענט טראמפ אין נאוועמבער...


"קאמאלע העריס" איז זייער א באקאנטע פיגור אין אמעריקע בכלל, און אין אמעריקאנע פאליטיק בפרט. צום ערשט איז זי א טייל פון די ראדיקאלע ליבעראלע גרופע פון די דעמאקראטישע פירערשאפט, האבענדיג אלץ אירע קאמעראדן אזעלכע לינקע חברה ווי "קאנגרעספרוי אילהאן אומאר", און קאנגרעספרוי "ראדטשיב טאליב", און ״קאנגקרעספרוי קארטעז'', וכו'. העריס האט זיך איבער די לעצטע פאר יאר זייער שטארק באקאנט געמאכט איבערן לאנד מיט אירע ראדיקאלע לינקע שטעלונגען, און טראץ דעם וואס זי איז בלויז א איין טערמיניגע סענאטאר, איז זי ווייט מער באקאנט איבערן לאנד ווי אסאך אלט געזעצענע סענאטארן שוין אויף זייער פערטע אדער פופטע טערמין.


פארן ווערן דער סענאטאר פון דער סטעיט אוו קאליפארניע, איז העריס געווען דער סטעיט'ס אטערני דזשענעראל, און נאך פאר דעם איז זי געווען דער אטערני דזשעענעראל פון לאס אנדזשעלעס. העריס איז ארויף אויפן נאציאנאלע פאליטישע ארענע, נאכדעם וואס זי איז ערנסט געלאפן פאר די פאזיציע פון דעמאקראטישע קאנדידאט פאר פרעזידענט אקעגן דזשאן ביידן און בערני סאנדערס, און אין געוויסע מאמענטן איז זי אפילו באטראכט געווארן אלץ דער פראנט ראנער פונעם קאמפיין. מיט איר נאמינאציע ווערט העריס דער ערשטע שווארצע פרוי צו ווערן נאמינירט פאר אזא מין הויכע פאזיציע, און דאס איז טאקע לכאורה געווען א חלק פונעם חשבון פונעם ביידן קאמפיין, אז דאס וועט אויפהייטערן פולע פרויען וויילער און שווארצע וויילער.


דער אויסוואל איז בכלל נישט געווען קיין "סורפרייז" פאר קיינעם, נאכדעם וואס איבער  די לעצטע פאר טעג איז עס געווען קלאר פאר רוב 'זאך קענער', אז ביידן וועט צום סוף מוזן אויסקלויבן ''העריס'' פאר זיין ווייס פרעזידענט פאזיציע, צוליב זייין שטארקע ''קאמיטמענט'' און עפענטליכע "התחייבות" אומצאליגע מאל פאר די פרעסע, אוסצוקלויבן דוקא 'א פרוי' און 'א מינאריטעט' פאר זיין מיטלויפער. איבער די לעצטע פאר טעג האבן רוב מידיא קאמענטעירערס געשאצט אז ביידן וועט למעשה זיך באשליסן אויף העריס, נאכדעם וואס פון די אנדערע ערנסטע קאנדידאטן איז קיין איינער נישט געווען אזא שטארקע קאנדידאט אזוי ווי סענאטאר העריס. מיט דעם "בארינג אויסוואל" האט זיך דזשאו ביידן גענצליך אונטערגעווארפן אונטער דעם ליבעראלע פליגל פונעם דעמאקראטישע פארטיי, און האט מיט דעם אויסוואל בעצם בלויז זיי געזוכט צופרידענצושטעלן... נאכדעם וואס חוץ פון די עכטע ליבעראלן, איז קיין איינער נישט עפעס מורא'דיג שטארק צופרידען פון דעם ערווארטעטע "אפאטישן אויסוואל"...


דער טראמפ קאמפיין האט זיך גלייך נאכן באקאנטמאכונג גענומען צו דער ארבעט... און ווי נאר ביידן האט געענדיגט מיט זיין פרעסע קאנפערענץ, האט דער טראמפ קאמפיין זיך גענומען האמערן מיט קאמפיין עד'ס אקעגן העריס'ס ''קאלירפולע'' און קעגנזייטיגע ''רעקארד''... זאגענדיג אז זי איז א פאלטשע פערזאן און א 'פליפ פלאפער', אנריפענדיג איר מיטן שפאטישן צונאמען: "פאני קאמאלא"... (אצינד האבן מיר א פערפעקטע טיקעט... "סליפי דזשאו" מיט "פאני קאמאלע"... 'הייסע פאסטראמי' ווערט ערווארטעט צום קידוש און קריאת השם...). און א באזונדערע מעסעדזש האט דער טראמפ קאמפיין איר זייער מיאוס אראפגעריסן, טענה'דיג אז זי איז זיך זעלבסט אליין שרעקליך סותר... נאכדעם וואס זי האט זיך יעצט צוגעשטעלט צו דזשאו ביידן'ס קאמפיין טראץ דעם וואס זי האט אים מורא'דיג ''מיאוס אטאקירט'' ביי דער פריימערי סעזאן, צוליב זיין קאנטערווערסיאנעלע ווייסע ראסיסטישע רעקארד

‼ Trump 2020‼

דער אנאליז איז געווען אין קול ברמה, ווי הבה"ח ני"ו ליפטערט טעגליך ליגענט, פאר חבריו החשובים, די חשובי בחורי בארא פארק.

אלץ א ערוואקסענע מענטש שעם איך מיר עס צו ליינען, אבער אזוי ווי אהבת השם האט נישט געשריבן פון וואו דאס קומט, האב איך געליינט די ערשטע צוויי שטיקלעך, ביז איך האב דערקענט די שפראך...

איך האב גרויס געמאכט צוויי שורות אין די ערשטע צוויי שטיקלעך וואו דער שרייבער שרייבט אפענע גראבע זאפטיגע שקרים, נאך וואס דאס לאנד האט נעכטן מיטגעהאלטן דאס געמיינזאמע רעדע פון ביידען און העריס, אבער די בחורי בארא פארק האבן דאך נישט קיין ציטריט, ממילא פאר זיי איז נישט קיין פראבלעם צו באקן א פיינע קיכן. איך פארשטיי נאר נישט ווי אזוי א היימישע אויסגאבע שעמט זיך נישט צו דריקן "טעגליך" גראבע שקרים און פאלטשע נייעס אויף א גרויליגע פארנעם, נייעס וואס איז נישט געספינט, נאר סתם פאלטש, ליגענט, לכל הדעות ולכל הצדדים.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

דריידל האט געשריבן:די קאנספיראציע טעאריע גייט נאך ווייטער. לויטן קאנסטיטושן איז די ספיקער פון די האוס - אין אונזער פאל פעלאסי - נעקסט אין ליין צו איבערנעמען פרעזידענטשאפט. דאס הייסט טאמער ביידן וועט נישט קענען ענדיגן (ווי מאנכע שפעקולירן) זיין טורם און העריס וועט נישט קענען איבערנעמען ווייל זינאיז נישט קיין בירגער פון געבורט, באקומען מיר פרעזידענט פעלאסי

די האלטס אז פעלאסי העט יא אנציען ביז דעמאלט'ס.. :lol:
(--ווערטערלאז--)
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

עס ווערט יעצט געמאלדן אז באלד בערך 11:03 גייט זיין א פרעסע קאנפרענץ ווי ביידן מיט העריס גייען מיט געבויגענע קעפ און אראפגעלאזטע נעז מעלדן אז די העריס VP קאנדידאטור איז אווער... קוים געמאלדן צוויי טעג צוריק און שוין דארף זי זיך דאנקן פון אמט, וי להאי שופרא דבלי בעפרא. ס'איז נאר א גאנצע שאלה אן איבעי וואס מ'גייט מיט די 35 מעלטאונעס וואס ביידן האט געמאכט, צו מ'דארף עס צוריק געבן, צו נישט.

ביטע ביטע ברענגטס נאך אזעלכע סקאנדאלן טעגליך. יישר כח פון פראָנאויס.
לעצט פארראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 10:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דריידל האט געשריבן: דאס הייסט טאמער ביידן וועט נישט קענען ענדיגן (ווי מאנכע שפעקולירן) זיין טורם און העריס וועט נישט קענען איבערנעמען

די זעלבע מאנכע פארשטייען אז איינער וואס איז פונקט זיין עידש, און איז איבערוואגיג, און פרעסט פעסט-פוד, און רירט זיך קוים, מאכט פלוצלינגע טיילווייזע עניועל פיזיקעל עקזעם אינמיטן די נאכט, ער איז געזינט ווי אן עלעפאנט.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך גלייב אז די טראמפ קאמפיין וועט זיל נישט צונער לייגן מיט מאכן אן עסק דערפון, אבער פרעזידענט טראמפ וועט זיך לכאורה נישט קענען איינהאלטן פון מאכן א סארקאסטישע קאמענט איבער דעם און דאן וועט זיך די מידיע ארויפכאפן דערויף
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

דיעפ סטעיט איז שוין ווייטער אין אמט, זיי האבן צוגעשטעלט סיקרעט סערוויס צו די אומליגאלע ווייס פרעזידענט קאנדידאט.

וויפל נאך וועט מען דארפן ליידן פון זיי? טראמפ 2020!
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

איך פארשטיי נישט, איך האב אלעמאל געוויסט אז איינער וואס ווערט געבוירן אין אמעריקא, אפילו די עלטערן זענען נישט קיין בירגער זענען זיי אטעמאטיש בירגער, אזויווי די מעקסיקאנער קינדער וואס ווערן געבוירן דא.

אויב דאס איז אמת פארוואס טאר זי נישט זיין פרעזידענט?
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

די לינקע מידיא איז נישט צופיל בעסער, נאר מער ערוואקסן
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

קענטאקי האט געשריבן:די לינקע מידיא איז נישט צופיל בעסער, נאר מער ערוואקסן

זיי שרייבן נישט ארפענע שקרים, נאר זיי ספינען ווי די רעכטע אויף פארקערט.

שטעל דיר פאר א העדליין "פרעזידענט טראמפ גיבט שוין נישט א וואך צייט קאראנא פרעס בריפינגס" כ'מיין... דאס לאנד האט אוידן, נאר ישיבה קטנה בחורים זען נאר דאס.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

וועלכע לינקע מידיא רעדסטו פון?

דאס איז דאך סתם רעטאריק און נישט קיין נייעס אדער אנאליז. די שאלה איז נאר פארוואס עס איז אזוי וויכטיג פאר די אויסגאבע'ס צו פיטערן אזאלכע נארישקייטן. נאכדעם קומען ארויף אויף אייוועלט אזאלכע ניק'ס וואס זייער בליק אויף פאליטיק (מילא, אבער מען רעדט דאך דא פון לעבן און טויט זאכן אויך) ווערט אויסגעפארעמט פון ליינען די סארט געשרייבעכץ.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

עכט היימיש האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:די לינקע מידיא איז נישט צופיל בעסער, נאר מער ערוואקסן

זיי שרייבן נישט ארפענע שקרים, נאר זיי ספינען ווי די רעכטע אויף פארקערט.

שטעל דיר פאר א העדליין "פרעזידענט טראמפ גיבט שוין נישט א וואך צייט קאראנא פרעס בריפינגס" כ'מיין... דאס לאנד האט אוידן, נאר ישיבה קטנה בחורים זען נאר דאס.


דער געדאנק בלייבט די זעלבע. זיי טוהען אויך אלעס אין די וועלט צו ספינען די נייעס לטובת די דעמאקראטן, מיט פארפירערישע העדליינס און האלבע ליגנטס. נאר זיי האבן ווייניגער די מעגליכקייט, ווי דו זאגסט, גאנץ אמעריקע זענען נישט קיין בארא פארק'ער בחורים.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

גערעכט. תיובתא דאסדר תיובתא
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: שאקירנדע באריכט: העריס איז נישט קיין בירגער פון געבורט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

ס׳איז שאקינג (זייער זייער שאקינג) צו זעהן ווי די לינקע זענען ביזי אז מ׳בלאזט סתם אויף א ״קאספירעסי״ (וואס באמת איז דאס א פאסיגע פראגע וואס איז זייער מעגליך נישט קיין שום פראבלעם), ווען זיי זענען די זעלבע וואס האבען נישט אויפגעהערט פארקויפן אלע שעיפס ענד סייזעס קאנספירעסי-לאקשן די לעצטע פינעף יאר און סא פאר איז דאס די ריינסטע אדמיניסטראציע, די לינקע האבן נישט קיין שום רעכט צו קאמפלעינען.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”