מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

צו געזונט האט געשריבן:לויט דעם חשבון, צו געזונט מארקעטינג...

א עקסעלענט דרייווער קאן זיך ערלויבען א רבישע מנורה פאר חנוכה...

ארבעט באקוועמע שטונדען און מאך אסאך געלט. ווען דער מצב איז TIGHT, וועט מען העכערן די פרייזן פאר כלל ישראל...

דאס שוין נישט
אדרבה, כאפ א שמעוס מיט א דרייווער.

פארשטייצעך נישט אינמיטן דרייוון ווייל סהאט שוין געקאסט נפשות און די אינשורענס גייט ארויף און אויך צורייסט עס די סיעטס און סאיז נישט די דרייווערס שולד…
שטארקע חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע חסיד »

האלא. וואלט אייך אמאל בייגעפאלן צו לייגן א קאר סיעט אויף אייער דיינוג רום טיש ?
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

האלצשטיין האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:איך נוץ נישט די באס, אבער כ'האב שטארק נישט געגליכן זייער שפראך, זיי וואלטן עס געמעגט שרייבן פראפעסיאנאל און מיט אביסל מער רעספעקט צו א ציבור אידן.


מענטשן וואס באנוצן זיך מיט די באס סערוויס אויף א גאר אום רעספעקטפולן אופן, קענען נישט פארלאנגען רעספעקט ווען מען רעדט צו זיי.

Most ppl are normal ppl not like they try to pretend. It's a nasty written letter by a nasty company for years

אגרי!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

זעט זיך אויס פאר בארא פארק מעג מען יא שרייען איינער לויפט ווייל דארט איז נישטא קיין באסעס
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ניין! אבער איך האב א קעררידזש, היי טשעיר, קריב אינדערהיים וואו צו האלטן דאס קינד.

אויף א פליגער, ווען איך צאהל פאר די זיץ, לייג איך א קאר סיעט. און ניים, א קאר סיעט צערייסט נישט קיין זיץ. עס איז שפעציעל אזוי געבויעט צו זיין אויף א סיעט פון א VEHICLE
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שטארקע חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע חסיד »

צו געזונט האט געשריבן:ניין! אבער איך האב א קעררידזש, היי טשעיר, קריב אינדערהיים וואו צו האלטן דאס קינד.

אויף א פליגער, ווען איך צאהל פאר די זיץ, לייג איך א קאר סיעט. און ניים, א קאר סיעט צערייסט נישט קיין זיץ. עס איז שפעציעל אזוי געבויעט צו זיין אויף א סיעט פון א VEHICLE

און באלד וועסטע מיר אויך זאגן אז די דרייווער איז געווען אייער מסדר קידושין…..
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

א מין פרעכע שפראך דאס! באגייען זיך צו אונז ערגער ווי דער גוי!

נאכאמזל איך דארף נישט צו קומען צו זיי.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שטארקע חסיד האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:ניין! אבער איך האב א קעררידזש, היי טשעיר, קריב אינדערהיים וואו צו האלטן דאס קינד.

אויף א פליגער, ווען איך צאהל פאר די זיץ, לייג איך א קאר סיעט. און ניים, א קאר סיעט צערייסט נישט קיין זיץ. עס איז שפעציעל אזוי געבויעט צו זיין אויף א סיעט פון א VEHICLE

און באלד וועסטע מיר אויך זאגן אז די דרייווער איז געווען אייער מסדר קידושין…..

ניין. אבער איך בין יא געווען דעם מסדר קידושין'ס דרייווער...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שטארקע חסיד האט געשריבן:האלא. וואלט אייך אמאל בייגעפאלן צו לייגן א קאר סיעט אויף אייער דיינוג רום טיש ?

אויב וואלט עס געהאט רעדער און וואלט מיר געקענט טראגן אויף א לאנג דיסטענס טריפ, אויסדרוקליך יא.
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

אין איינער טראכט נאך אז א היימישע עירליין קען זיך אויסארבעטן?
zurich
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

האלצשטיין האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:איך נוץ נישט די באס, אבער כ'האב שטארק נישט געגליכן זייער שפראך, זיי וואלטן עס געמעגט שרייבן פראפעסיאנאל און מיט אביסל מער רעספעקט צו א ציבור אידן.


מענטשן וואס באנוצן זיך מיט די באס סערוויס אויף א גאר אום רעספעקטפולן אופן, קענען נישט פארלאנגען רעספעקט ווען מען רעדט צו זיי.

איך מיין אז דעס באדעארט דיר מער
by a nasty company for years

ווי דעס
Most ppl are normal ppl not like they try to pretend. It's a nasty written lette
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

צו געזונט האט געשריבן:ניין! אבער איך האב א קעררידזש, היי טשעיר, קריב אינדערהיים וואו צו האלטן דאס קינד.

אויף א פליגער, ווען איך צאהל פאר די זיץ, לייג איך א קאר סיעט. און ניים, א קאר סיעט צערייסט נישט קיין זיץ. עס איז שפעציעל אזוי געבויעט צו זיין אויף א סיעט פון א VEHICLE

דא באצאהלט מען דאך נישט פאר א קינד אונטער 2..
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

באגלייבט האט געשריבן:.

נאכאמזל איך נוץ שוין נישט די באסעס פאר יארן

איך וואלט מיך זיכער צוריקגעבענקט צום פריערדיגע פירערשאפט
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
יענע װעלט
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:02 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענע װעלט »

Programming האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:איך נוץ נישט די באס, אבער כ'האב שטארק נישט געגליכן זייער שפראך, זיי וואלטן עס געמעגט שרייבן פראפעסיאנאל און מיט אביסל מער רעספעקט צו א ציבור אידן.


מענטשן וואס באנוצן זיך מיט די באס סערוויס אויף א גאר אום רעספעקטפולן אופן, קענען נישט פארלאנגען רעספעקט ווען מען רעדט צו זיי.

ער איגנארירט דעם פאקט אז דער רייזנדער איז אויך א מענטש, און ער רעספעקטירט בכלל נישט זיינע געברויכן.

דו קענסט פארלאנגען אז מ'זאל נישט שרייען "איינער לויפט" ווייל ס'איז נישט סעיף, צו פאר סיי וועלכע סיבה, ס'פעלט אבער נישט אויס אוועקצומאכן די עגמת נפש פון דער וואס פארשפעטיגט א באס 'ווייל ס'איז נישט קיין לעבנס פראגע'...

ס'איז נישט מענטשליך צו פארלאנגען אז א יונגערמאן וואס קומט ארויף אויפ'ן באס מיט עטליכע קינדער + א שטריימל באקס און א שאפינג בעג, זאל זיך נישט מעגן פלאצירן אויף א זיץ איידערן באצאלן, נאר גאר האלטן דאס געלט 'אין האנט (!)'.

נאר געברענגט אפאר משלים, אבער די גאנצע בריוו איז געשריבן אויף דעם מהלך. ואטו כי רוכלא וכו'...


ווי געשריבן, ער וויל בעיסיקלי טוישן די מיינדסעט וויאזוי מען קוקט אן דעם באס. קוק אים אן ווי א פליגער רייזע והכל על מקומו יבוא בשלום

מאנראו באס שטעלט צו סערוויס פאר איין קאמיונטי (וואס א גרויס חלק מענער און קיין שום פרוי דרייווט נישט) נאר פון זיי מאכט ער געלט.
כזאג נישט אז ער איז נישט גרעכט מיט די פוינטס, שטעל עס אבער נישט צו צו א פליגער.
לעצט פארראכטן דורך יענע װעלט אום זונטאג אקטאבער 03, 2021 2:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:40 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'לאך »

4 בלעטער אין דער בלאט 4 בלעטער אין דער יוד און 4 בלעטער (דערווייל) אויף אייוועלט אפשר מיינט עס טאקע עפעס וואס זאגן די גדולים דערויף איך האלט אז מ׳דארף גיין ליסן/קויפן א קאר און שלום על ישראל לאז עקסעלענט מאכן געלט אויף ליידיגע באסעס לאז זיינע דרייווערס שמועסן מיט מענטשן לאז מיין קאר סיט אויף מיין דיינונג רום טיש און שוין!!!
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

כ'לאך האט געשריבן:4 בלעטער אין דער בלאט 4 בלעטער אין דער יוד און 4 בלעטער (דערווייל) אויף אייוועלט אפשר מיינט עס טאקע עפעס וואס זאגן די גדולים דערויף איך האלט אז מ׳דארף גיין ליסן/קויפן א קאר און שלום על ישראל לאז עקסעלענט מאכן געלט אויף ליידיגע באסעס לאז זיינע דרייווערס שמועסן מיט מענטשן לאז מיין קאר סיט אויף מיין דיינונג רום טיש און שוין!!!

שוין לאנג פינף בלעטער
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אקעי, ס'איז א ברייטע שפראך צו שרייבן פאר א צייטונג, אבער איין ריכטיגע פוינט וואס ער האט בארירט איז די חלק פון באלמוטשען די דרייווער, וואס דאס איז א באזונדערע סאבדזשעקט, און איז נוגע לאו דוקא ביי באס דרייווער, נאר ביי יעדע ארבייט וואס נעמט אריין קאסטומער סערוויס ביים היימישן עולם איז ביטערליך שווער צו טרעפן היימישע ארבייטער פאר א סיבה.

דאס איז די סיבה פארוואס קיינער וויל נישט דרייוון קיין טעקסי פאר $1500 א וואך, נישט ווייל ס'איז שווער צו דרייוון אדער אומ'בכבוד'יג, נאר ווייל מ'דארף דיעלן מיט הונדערט מענטשן א טאג, יעדער מיט זיינע קאמענטארן. דאס איז אויך די סיבה פארוואס מען מוז נעמען גוים צו שטיין ביים רעגיסטער אין גראסערי. דעם ערל קענסטו נישט צופיל משוגא מאכן, און דו טרעפסט אים נישט אין ביהמ"ד צו קאמענטירן אז די מילך איז געווען זויער. והבן.

איך ווייס פון א באס דרייווער וואס האט אויפגעגעבן און געגאנגען זיין א טראק דרייווער, ווי ער באקומט ווינציגער באצאלט, ארבעט מער פיזיש מיט א שווערערע סקעדשול, אבער עס איז פיל לייכטער גייסטיש.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

איינער האט געשריבן דא אז א קאר סערוויס איז 95, אםשר קיין מאנהעטען איז דאס די פרייז, קיין וויליאמסוברג איז 120 + טאל, און לעצטענס זענען אלע ארויף מיט די פרייז מילא קען זיין איז שוין טייערער
זוכט איר דוי?
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

איך בין מסכים מיט אלעם וואס ער שרייבט - חוץ וועגן דאס עסן אויפן באס.
ער איז זיך מדמה צו א פליגער. אויף אלע פליגער רייזעס איז ערלויבט צו עסן. ער מעג פארלאנגען צו האלטן זויבער.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ער קען זיין גערעכט מיט אלע זיינע פוינטס

ווען ער מאכט עס ווען ווי א דריטער שרייבט אריין כדי צו פארשטיין געבן פאר מענטשן די פערספעקטיוו פון די באס קאמפעני וואלט געווען אביסעלע נארמאלער

למעשה אז ס'איז די קאמפאני'ס אפציעלע מעסעדזש איז עס זייער פרעך געשריבן. ער מעג זיין גערעכט ביז איבערמארגן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

צום ארטיקל, זייער גוטע פוינטס.

איין נקודה וואס האט געסטרייקט מיין אויגן, איז די פרויען זאל מען ארויפלאזן קודם, א פארווייטאגטע נושא..

יו איז דאס בושות ווי מזעהט נעבעך פרויען מוטשן זיך אוועק מיט זייערע קערידזשעס און מענער זענען ביזי זיך ארויצשטופן כאפן א גוטע סיעט אן קיינעם בייפאלן אז מדארף דא איינעם העלפן, סאיז דא געציילטע "קריאוזע" (ליידער אזוי קוקט מען זיי אן) אידן וואס האבן די קאפ אויפן פלאץ מיטן העלפן די אומבאפארעטע פרויען.

נו שוין, וואס האמיר ווייטער צורעעדן, די בלוט קומט מיר ארויף אויפן קאפ.
לעצט פארראכטן דורך נו שוין אום זונטאג אקטאבער 03, 2021 9:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
#בשיטה נישט
אוועטאר
גליק
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליק »

סקיקט אויס אז מען דארף זאגן א ישר כח פארן לאזן פארן מיטן באס
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

למעשה רעדט ער צו 5% מענטשן.
איך זעה 4 בלעטער ווי ער נעמט זיך אן פאר 95% פון זיינע קאסטאמערס אין פראקט אריין אביסל און די 5% (וואס עס קומט זיך זיי לדעתי שארפער..)
וואס זאל איך טוהן מיר האט שוין געקאסט א קלינונג פארן הויזן, ווי אויך איז געווען אומאנגענעם מילד גערעדט ארויס צוקיקן פונעם פענסטער..
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

מגדים האט געשריבן:למעשה רעדט ער צו 5% מענטשן.
איך זעה 4 בלעטער ווי ער נעמט זיך אן פאר 95% פון זיינע קאסטאמערס אין פראקט אריין אביסל און די 5% (וואס עס קומט זיך זיי לדעתי שארפער..)
וואס זאל איך טוהן מיר האט שוין געקאסט א קלינונג פארן הויזן, ווי אויך איז געווען אומאנגענעם מילד גערעדט ארויס צוקיקן פונעם פענסטער..

נו זאל ער קודם אפשרייבן די 76 בלעטער מיט לויב אויף די 95 פראצענט קאסטומערס, דערנאך וועט מען נישט האבן טענות אויף די 4 בלעטער פאר די 5 פראצענט.

למעשה קען ער טוהן וואס ער וויל, ווייל עס איז נישטא קיין קאמפעטישאן אין זיין ליין, סא יעדעס ווארט איז א שאד
תואר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תואר »

אזוי ווי דממה שרייבט.

די זאך איז גאנץ פשוט, אזא שפראך קען זיך א קאמפעני ערלויבן צו נוצן ווען ס'איז נישטא קיין קאמפעטישן.
אויב וואלט געווען נאך א באס קאמפעני וואלט מען געלייענט גאר אן אנדערע שפראך, סימפל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”