בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שיר דברי
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 10:01 am

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך שיר דברי » מיטוואך אפריל 29, 2020 10:51 am

אחת ואחת האט געשריבן:
פראבירט האט געשריבן:ניחום אבלים
ניחום אבלים הגרי''א מענדלאוויטש.jpg

איך מיין אז משב"ק דארף שטיין גלייך נאך יושע, ווייל אזוי ווי די צעטל איז יעצט קען מען מיינען אז משב"ק גייט ארויף אויף ר' יעקב אלעזר ז"ל

אזוי אויך די דאטום (ב׳ תזו״מ)?

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7060
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:34 am

שיר דברי האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
פראבירט האט געשריבן:ניחום אבלים
ניחום אבלים הגרי''א מענדלאוויטש.jpg

איך מיין אז משב"ק דארף שטיין גלייך נאך יושע, ווייל אזוי ווי די צעטל איז יעצט קען מען מיינען אז משב"ק גייט ארויף אויף ר' יעקב אלעזר ז"ל

אזוי אויך די דאטום (ב׳ תזו״מ)?

ווער מאכט די צעטלעך? ס'איז דאטירט ב' תזו"מ, מ'זיצט שבעה ביז ב' תזו"מ, דער איז עפעס סטאק געבליבן ביי תזו"מ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

פתחיה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך פתחיה » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:48 am

וואין נישט אין ק"י און פון דעם איד קיינמאל געהערט, איך בין אהיים די וואך אנהייב וואך זעה מיין בחור מיט פארוויינטע אויגן זאגט מיר זיין מגיד שיעור איז אוועק. דיין מגיד שיעור? ווער?? ער זאגט ער האט געלערנט יורה דעה אין די פרייע צייטן דורך ר' יעקב אלעזר'ס מענדעלאוויטש'ס טעיפ שעורים, געלערנט גאנץ טריפות און מליחה (און ער קען עס גוט..) במשך די יארן. דעם איד קיינמאל געזען און פילט זיך ווי א תלמוד מובהק. וואס א איד האט איינגעקויפט בלא יודעים.

א גוטן יונה
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך א גוטן יונה » מיטוואך אפריל 29, 2020 9:53 pm

אביסל זיך צו טרייסטן און קענען אנגיין ווייטער מיט די שיעורים און לימודים, וועל איך נאכזאגן א ווארט פונעם רב ז"ל אויף די וואכעדיגע סדרה בספרו תפארת אלעזר.
אל יבוא בכל עת אל הקודש, זאגט די רב אזוי, אז נישט אייביג קען מען ניצן ביי קודש דעם 'עת' לעשות לה' הפרו תורתיך.. אפילו סאיז שווערע צייטן דארף מען זיך מחזק זיין.
זי"ע
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

פראבירט
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:23 am

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך פראבירט » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 4:02 am

מי יודע האט געשריבן:
שיר דברי האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
פראבירט האט געשריבן:ניחום אבלים

איך מיין אז משב"ק דארף שטיין גלייך נאך יושע, ווייל אזוי ווי די צעטל איז יעצט קען מען מיינען אז משב"ק גייט ארויף אויף ר' יעקב אלעזר ז"ל

אזוי אויך די דאטום (ב׳ תזו״מ)?

ווער מאכט די צעטלעך? ס'איז דאטירט ב' תזו"מ, מ'זיצט שבעה ביז ב' תזו"מ, דער איז עפעס סטאק געבליבן ביי תזו"מ

מודעה מתוקן:
ניחום אבלים הגרי''א מענדלאוויטש - מתוקן.jpg
ניחום אבלים הגרי''א מענדלאוויטש - מתוקן.jpg (162.97 KiB) געזעהן 4537 מאל

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך העלאו » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 6:56 am

עס איז געוועהן א פאר טעג צירוק א לינק ווי מען קען מנדב זיין קען מען ביטע צירוק ברענגען די לינק די עולם זאל קענען געבן ווי עס פאסט פאר אזא אדם גדול

Burach_Nussen
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך Burach_Nussen » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 8:12 am

העלאו האט געשריבן:עס איז געוועהן א פאר טעג צירוק א לינק ווי מען קען מנדב זיין קען מען ביטע צירוק ברענגען די לינק די עולם זאל קענען געבן ווי עס פאסט פאר אזא אדם גדול

https://www.dryveup.com/mendlowitz/

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24872
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 8:53 am

This campaign is in Prep Mode
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך אדיר איום » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:42 am

אויף וואס ווארט מען צי עפענען די קאמפיין
יעצט איז די עולם נאך ווארעם

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24872
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:50 am

פון זקניך
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (45.51 KiB) געזעהן 4039 מאל
Capture1.JPG
Capture1.JPG (68.63 KiB) געזעהן 4039 מאל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

א גוטן יונה
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך א גוטן יונה » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 1:03 pm

אדיר איום האט געשריבן:אויף וואס ווארט מען צי עפענען די קאמפיין
יעצט איז די עולם נאך ווארעם


סהייבט זיך אן נעקסטע וואך זונטאג בעז"ה

ביידעוועי, אז דאונעטען קען מען אזוי אויך, נאר ס'איז נישט לייוו, סאו אויב האסטו מורא אז די גייסט ווערן אויס ווארעם צוועק גיב יעצט, וועט מען נישט זעהן וויפיל האסט געגעבן....
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך ספרים שטוב » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 1:09 pm

א גוטן יונה האט געשריבן:
אדיר איום האט געשריבן:אויף וואס ווארט מען צי עפענען די קאמפיין
יעצט איז די עולם נאך ווארעם


סהייבט זיך אן נעקסטע וואך זונטאג בעז"ה

ביידעוועי, אז דאונעטען קען מען אזוי אויך, נאר ס'איז נישט לייוו, סאו אויב האסטו מורא אז די גייסט ווערן אויס ווארעם צוועק גיב יעצט, וועט מען נישט זעהן וויפיל האסט געגעבן....

מ'גייט יא זעהן, איינמאל עס ווערט ליוו, קומען ארויף אלע דאונעשאנ'ס וואס מען האט געגעבן פארדעם אויך.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך גליטשעדיג » זונטאג מאי 03, 2020 3:50 am

איך האב איינמאל געהערט אויף א סידי א הערליכע דרשה פון ר' יעקב אלעזר בעניני חיוב השתדלות לפרנסה, ביי א מסיבה פאר זיין ביהמ"ד, עפעס א גר צדק האט דארט גערעדט. איינער ווייסט ווי מען קען דאס שאפן. ס'האט ביי מיר זייער אסאך אויפגעטאן.

אוועטאר
ב שלום
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך ב שלום » זונטאג מאי 03, 2020 1:56 pm

איך בין א מאל אריינגעפאלן צו א פרקי אבות שיעור פון הרב ר' יעקב אליעזר, ווי ער האט ארומגערעדט די יסודות האמונה, וואס מיינט אמונה וואס מיינט בטחון..
איך האב און מיין לעבן נישט געהערט א מענטש זאל רעדן מיט אזא קלארקייט די יסודות האמונה ובטחון,
יענע שיעור ליגט מיר נאך און די ביינער..


יהא זכרו ברוך
כל העולם כולו גשר צר מאוד... והעיקר לא לפחד כלל!!!
יודעלע האב נישט קיין מורא!!

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג מאי 03, 2020 3:07 pm

ב שולם האט געשריבן:איך בין א מאל אריינגעפאלן צו א פרקי אבות שיעור פון הרב ר' יעקב אליעזר, ווי ער האט ארומגערעדט די יסודות האמונה, וואס מיינט אמונה וואס מיינט בטחון..
איך האב און מיין לעבן נישט געהערט א מענטש זאל רעדן מיט אזא קלארקייט די יסודות האמונה ובטחון,
יענע שיעור ליגט מיר נאך און די ביינער..


יהא זכרו ברוך


די קלארקייט וואלסטו געהערט פון אים ביי יעדע הינזיכט. ער איז בכלל געווען זייער זייער א קלארע מענטש.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך קברנה סובניון » מאנטאג מאי 04, 2020 1:08 am

מקען שוין פרי-דאונעיטן צום קרן יתומים אקציע דא

כדי צו מאכן א איי וועלט פעידש?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג מאי 04, 2020 2:13 am

זענדיג די טיעמס קומט אויף אן אלט פארגעסענע היסטאריע, די ישיבה "כתר תורה", וואס דער רב זצ"ל האט אנגעפירט אין מאנסי און מעמיד געווען תלמודים הגונים.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24872
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 06, 2020 1:19 pm

https://www.dryveup.com/mendlowitz/




מי שאמר לעולמו ד"י יאמר לצרותינו ד"י


עיני עיני ירדה מים... די טרערן ווי וואסער זיי גיסן.... וויפיל קען מען פארנעמען.... מיט א שמערצליכע צער האט כלל

ישראל אויפגענומען די הארצרייסענדער טראגישע פטירה פון הרב הגאון רבי יעקב אלעזר מענדלאוויטש זכרונו לברכה, מח"ס ורב דביהמ"ד "הלכה ברורה" אין עיר המעטירה קרית יואל

.

ויעק"ב הלך לדרכו ויפגעו בו מלאכי אלקי"ם, דער טייערע און באליבטע מורה הוראה בישראל, איז אוועקגעריסן געווארן אין זיינע שענסטע יארן פון לעבן, אין שאטן פונעם מדת הדין פון דער קאראנא מגיפה ה"י. נאכן מיטמאכן שווערע יסורים אין די שפיטעלער, נאכ'ן דינגען טייערע דאקטוירים צו פרובירן ברענגען א רפואה, האט ער ליידער אויסגעהויעכט זיין נשמה היינטיגן מאנטאג אח"ק, צו אלעמענס געוויין. אוי וויי, דער איבערגעגעבענער דיין וואס איז געווען באקאנט ביי אלע מיט זיין צוגעלאזנקייט און צוגעבינדענקייט צו הונדערטער שואלים וועלכע וויינען אצינד "צו וועם וועלן מיר זיך יעצט ווענדן? מי 'יורה דעה' ומי יבין שמועה"?



ויעק"ב איש תם יושב אהלים, דער חשובער מרביץ תורה וואס האט מעמיד געווען הונדרעטער תלמידים הגונים במשך זיינע יארן, דער מורה הוראה וואס איז געזעסן ביז אין די פארטאגס שעה'ן און עוסק געווען בתורה, טראגנדיג דערביי דעם אפיציעלן אויפגאבע צו ענטפערן די צענדליגער שווערסטע ביינאכט-שאלות פונעם בית הוראה קרית יואל, וואו אזויפיל אידן האבן געטראפן 'טראסט' און אן אוזן קשבת צו יעדע סארט שאלה בהלכה ובהשקפה הטהורה, און אצינד... אהה.... ער איז מער נישט דא, ואיננו כי לקח אתו אלקים.



ויעק"ב עלה למרום, דער ווייטאג איז טיף און אומבאגרייפליך.... דער וואונד טוט אזוי וויי, פון די שענסטע וואס מיר האבן פארמאגט האט מען פון אונז אוועקגענומען, דער קוואל פון חיזוק פאר צענליגער תלמידים ושומעי לקחו, מי יתן ראשינו מים ועינינו מקור דמעה.



דַּיֵינוּ! איז וואס מיר שרייען אצינד אויס מיט אלע אונזערע כוחות, הייליגער באשעפער: "גענוג", מיר פארטראגן נישט מער, זאל דאס שוין זיין דער סאמע לעצטער קרבן פון דער שרעקליכער מגיפה וואס בוזשעוועט ה"י.



בית יעק"ב לכו ונלכה, מיר וועלן אצינד טוען אלעס וואס מיר קענען, צו העלפן אז דער שטוב פונעם דיין זכרונו לברכה, דער לעכטיגער בית יעק"ב, זאל קענען ווייטער אנגיין, זיינע פריש פארבליבענע יתומים אין שטוב זאלן האבן די נויטיגע פאנדן מיט וואס צו גיין אונטער די חופה, און דער שטוב זאל חלילה נישט אונטערברעכן פון די טאג טעגליכע הוצאות, אן זייער פרנסה פארזארגער.



אִלוּ הוֹצִיאָנוּ, וואלט אונז דער דיין ז"ל נאר האבן 'מוציא' לאור געווען די ספרי 'הלכה ברורה' אויף יורה דעה און די קונטרסים שו"ת וואס האט מאיר עיניהם געווען די אויגן פון אזויפיל אידישע קינדער:

דַּיֵינוּ. וואלט דאס אליינס געווען גענוג צו העלפן בניו וביתו אחריו.



אִלוּ סִפֵּק צָרְכֵּנוּ, וואלט אונז דער דיין ז"ל זאל נאר האבן געגעבן אלעס וואס מיר האבן געברויכט במשך די יארן, מיט זיינע אומצאליגע שיעורים ברבים, און משיב כהלכה געווען פאר די הונדרעטער שואלים אויף א טעגליכן פארנעם יומם ולילה בלי הרף:

דַּיֵינוּ. וואלט דאס אליינס געווען גענוג צו העלפן בניו וביתו אחריו.



אִלוּ קֵרְבָנוּ, ונָתַן לָנוּ, וואלט אונז ווען דער דיין ז"ל נאר האבן אזוי מקרב געווען די אלע יארן, מיט זיין לעכטיגער און ליבליכער שמייכל צו וואס אזויפיל אידישע קינדער וועלן אזוי בענקן, און אונז שטענדיג געגעבן דער געפיל פון ווארימקייט און חשיבות, און מדריך געווען על דרך ישראל סבא:

דַּיֵינוּ. וואלט דאס אליינס געווען גענוג צו העלפן בניו וביתו אחריו.



עַל אַחַת כַּמָה וְכַמָּה, חוֹבָה כְפוּלָה וּמְכֻפֶּלֶת עָלֵינוּ,

אצינד ווען דער טייערע משפחה פונעם דיין ז"ל דארף ליידער אנקומען קריטיש וויכטיג צו אונזער הילף, וועלן מיר עטוואס צוריקצאלן פאר דער מסירות נפש און געטריישאפט וואס ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר אונז אלע כל ימי חייו כולן שווים לטובה, און מיר וועלן זיך משתתף זיין מיט גרעסערע סכומים שיש בהם ממש, להחיות משפחת נפש נקי וצדיק.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

חברה_מאן
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 13, 2018 2:13 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך חברה_מאן » מיטוואך מאי 06, 2020 1:47 pm

עמעצער ווייסט אפשר וואו מ'קען איבערהערן די לוי'?
פאר איינער וואס איז מיושב נעמט צייט צו ענטפערן.......
*************************
פאר די אלע "אורחים" וואס טראכטן מיט קנאה אינמיטן א זאפטיגע אשכול "הלוואי קען איך עפעס צושרייבן" נו אויף וואס ווארסטו? דרוק דא און שרייב זיך איין

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » מיטוואך מאי 06, 2020 9:41 pm

לא לנו האט געשריבן:זענדיג די טיעמס קומט אויף אן אלט פארגעסענע היסטאריע, די ישיבה "כתר תורה", וואס דער רב זצ"ל האט אנגעפירט אין מאנסי און מעמיד געווען תלמודים הגונים.

יא פון די ערשטע. היימישע פון די סארט
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

Joel
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך Joel » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:07 am

farshlufen האט געשריבן:https://www.dryveup.com/mendlowitz/




יעדע מינוט ציילט!

ברוך השם אז דער אפרוף איז אויסערגעווענליך! מען זעט די געוואלדיגע ווארימקייט ביים גאנצן ציבור, ארויסצואווייזן דעם כבוד האחרון פאר'ן געטרייען אומפארגעסליכן רב ומורה הוראה, וואס רבים נהנו מאורו.

עס איז נאך דא אבער א וועג צו גיין! מיר דארפן דערגרייכן דעם גאנצן גאול פון א האלב מיליאן דאלאר, און מיר קוקן ארויס אויף די השתתפות פון יעדן יחיד, מיט די שטערקסטע נתינות צו טרייסן די אלמנה ויתומים.

אנא ואנא! ביטע זיי דיר יעצט משתתף מיט א ווארעם הארץ, און שיק אריין דיין ברייטהארציגע נתינה פאר דעם עמערדזשענסי קאמפיין.

https://www.dryveup.com/mendlowitz/

א גרויסן יישר כח פון פאראויס ותזכו למצוות!

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך גליטשעדיג » פרייטאג מאי 08, 2020 1:19 am

א שיינע הצלחה ב"ה
זיך געהאט די זכיה משתתף צו זיין.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (37.57 KiB) געזעהן 1610 מאל

חברה_מאן
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 13, 2018 2:13 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך חברה_מאן » פרייטאג מאי 08, 2020 11:46 am

חברה_מאן האט געשריבן:עמעצער ווייסט אפשר וואו מ'קען איבערהערן די לוי'?

נו??
פאר איינער וואס איז מיושב נעמט צייט צו ענטפערן.......
*************************
פאר די אלע "אורחים" וואס טראכטן מיט קנאה אינמיטן א זאפטיגע אשכול "הלוואי קען איך עפעס צושרייבן" נו אויף וואס ווארסטו? דרוק דא און שרייב זיך איין

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש מאי 16, 2020 7:58 pm

גליון זקניך - פר' בה''ב.jpg
גליון זקניך - פר' בה''ב.jpg (72.34 KiB) געזעהן 960 מאל
גליון זקניך - פר' בה''ב..jpg
גליון זקניך - פר' בה''ב..jpg (117.56 KiB) געזעהן 960 מאל
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

איגערקע
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך איגערקע » זונטאג מאי 17, 2020 2:57 am

מוראדיגע!!! א דמות פון א פארצייטישע דיין.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”