די נערעטיוו אז א ווייסע מענטש פארהייראט מיט א משפחה איז אומגעלערנט, און די אפגעריסענע נורס אין שפיטאל וואס איז אפגעוואקסן אין א סינגעל פארענטהוד, האט איין קינד, צוטיילט פון איר מאן וכו׳ וכו׳, איז געלערנט און האט מער קאמאן סענס, איז זייער א נארישע טעאריע וואס מ׳האלט און איין איבערהערן.
אדרבה כאפ א שמועס מיט זיי אין זאג מיר אליין ווער ס׳האט סימפל קאמאן סענס...
אנקעטע: ני"ט אינדארסמענט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
זיכער א מענטש וואס האט לייף עקספיריענס האט מער אייגענע קאממאן סענס, ווי איינער וואס האט געשטופט די יארן אין קאלעדזש און קען נאכבאמבלען אלע הערליכע טעאריעס וואס מען האט דארט געזאגט, אן אפילו נוצן איינס פון א מיליאן פראצענט חלק פון זיין מח, צו פארשטיין וואס ער אליין זאגט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- שרייזשע
- שר חמש מאות
- תגובות: 792
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
- לאקאציע: ליידער און גלות
פעיק נוז האט געשריבן:מען קען לערנען און לערנען און לערנען און נאך אלעם בלייבן א דום נער, און מען קען ארבעטן און ארבעטן און ארבעטן און נאך אלעם פארשטיין וואס איז יא גוט און וואס איז נישט גוט.
קאלידזשעס היינט צוטאגס מאכט די מענטש פארדרייט אין אסאך הינזיכטען, אזוי אז דער פויער בלייבט אסאך מאל איבער מיט א סענס פון ארגינעלקייט וואס פון דעם קאלידזש גראדואירטער האט מען אויסגעפליקט.
צעקה בקול דממה דקה
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7266
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
דער מארנינג קאנסאלט פאול שטימט נישט. כ'געדענק נישט זיי זאלן האבן א פאול ווי בערני איז פיר פוינטס פאראויס פון ביידן. אין די קליינע אותיות ליין איך אז דער גרעף רעפרעזענטירט נאר 'ניט ליינער' סאו קען זיין ביי די סאב גרופע איז דאס געווען די רעזולטאטן, און אויב אזוי האט עס אויפגעטון היבש אסאך רעלאטיוו. ווייל בשעת בערני האט גאר געהאט א אויבערהאנט צווישן די גרופע, איז ער געפאלן מיט 2 פוינטס, ווארען וואס איז איבעראל דראסטיש אויפן וועג אראפ, האט דא אנגעהאלטן איר שטיצע, און קלאובאשאר האט צובאקומען 3 פוינטס. יעדע פוינט רעפרעזענטירט צענדליגער טויזנטער מענטשן אפשר אפילו הונדערטער טויזנטער (נישט ממש אויב די רעדע איז טאקע נאר טיימס ליינער אויסדרוקליך)
זיי שרייבן אין די גרויסע אותיות אויך אז די אנקעטע איז נאר צווישן ני"ט ליינער.
די חילוקים זענען רעלאטיוו קליין, און רוב דערפון האט מסתמא גארנישט מיטן ענדארסמענט, אריינגערעכנט בערני'ס פאלן (פונקט ווי ביידען'ס שטייגן). אויב עפעס וואלט ביידען געדארפט דא פאלן, ווייל אויף אים איז געווען א ערנסטע קלער אז ער גייט עס באקומען (משא"כ בערני).
ומכאן אתה דן אויך צו קלאבוטשער. זי האט יעצט סתם אזוי אביסל מאמענטום, גענוג צו געבן אביסל א העכערע נומער (וואס איז נאך אין MoE) פון איין אנקעטע צום נעקסטן. שווער צו זאגן אז ני"ט האט דא אסאך אויסגעמאכט.
די חילוקים זענען רעלאטיוו קליין, און רוב דערפון האט מסתמא גארנישט מיטן ענדארסמענט, אריינגערעכנט בערני'ס פאלן (פונקט ווי ביידען'ס שטייגן). אויב עפעס וואלט ביידען געדארפט דא פאלן, ווייל אויף אים איז געווען א ערנסטע קלער אז ער גייט עס באקומען (משא"כ בערני).
ומכאן אתה דן אויך צו קלאבוטשער. זי האט יעצט סתם אזוי אביסל מאמענטום, גענוג צו געבן אביסל א העכערע נומער (וואס איז נאך אין MoE) פון איין אנקעטע צום נעקסטן. שווער צו זאגן אז ני"ט האט דא אסאך אויסגעמאכט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang