אמעריקאנער אמבאסאדע אין איראק אטאקירט/גענעראל סולימאני אומגעברענגט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

משה חי האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:איראנער פרעסע: סי-איי-עי אפיציר פאראנטווארטליך אויף סוליימאני'ס אטענטאט געהארגעט אין אפגאניסטאן פליגער קראך

די רעדע איז פון מייקל דיאנדרעי, א נאמען וועלכע ווערט דערמאנט די לעצטע פאר וואכן דורך די ארטיגע פרעסע אלץ איינער וועלכע איז געווען פארמישט אין די אפאראציע. יעצט באריכטעט די איראנער פרעסע איז ער איז געווען צווישן א גרופע פון עטליכע אפיצירן וועלכע זענען געהארגעט געווארן אין די אמעריקאנער מיליטערישע פליגער קראך.
https://www.yiddish24.com/latestUpdates


NEW: US defense official confirms to @VOANews the military has recovered the remains of 2 US pilots killed when their E11-A crashed in #Afghanistan's #Ghazni province Monday Recovery had been hampered by weather conditions/terrain Per the official, no one else was on board.

אמעריקע לייקענט עס אבער לייקענט נישט אז זיי האבן פארלוירן א ערעפלאן אין אפגאניסטאן, און געווענליך זענען די פאסאזירען אויף אזא ערעפלאן העכערע בא'אמטע און נישט סתם סאלדאטן, דערובער האט דא זיכער אמעריקע פארלוירן וויכטיגע מענטשן.

אבער עפעס שטימט דא זייער נישט, וימים ידברו.

איראן יובל'ט אז זיי האבען "אסאסינירט" אמעריקע'ס סולימאני און א אויג פאר א אויג, אבער עס מאכט נישט קיין שום סענס, אמעריקע האט נישט קיין סולימאני וואס קא'ארדינירט און מעסטערמיינדירט וכו' וכו' און נאך א וכו'. איראן קוקט זיך אין שפיגל און מיינט אז זיי זעהען אמעריקע ווען זיי זעהען זיך.

איראן זאגט אז מייקל די'אנדרעא האט ארקעסטרירט און מעסטערמיינדעד דער אסאסינאציע פון סולימאני פינקט ווי ער האט עס שוין געטוהן מיט א 12 יאר צוריק ביי אימאד מוגניע דער הויפט פון חאזבאלע וואס אמעריקע האט דעמאלט עלימינירט אלס נקמה פאר הארגענען 350 אמעריקאנער סאלדאטן אין ביירוט אין א 1983 אקציע. אבער לויט אלע סימנים זעהט נישט אויס אז עס האט דא בכלל אויס געפעלט א מעסטערמיינד מיט א ארקעסטראציע, נאר דאס איינע שטיקל אינפארמאציע צו וויסן ווען סולימאני קומט אן קיין באגדאד און אמעריקע האט שוין דארט גענוג אפענע אויגן און עס גרינג גענומען פון דארטן. דערובער (צוליב דאס און אנדערע זאכן וואס שטימען נישט) קלער איך אז די'אנרדעא אפילו אויב ער איז טאקע געהארגעט געווארען און אפילו אויב ער איז טאקע געווען אזא מעכטיגע CIA אפיציר ווי איראן זאגט, גלייב איך נישט אז ער האט געהאט א שייכות צו דער עלימינאציע פון סולימאני.

https://en.wikipedia.org/wiki/1983_Beir ... s_bombings
https://en.wikipedia.org/wiki/Imad_Mugh ... assination

און אגב
https://en.wikipedia.org/wiki/Jihad_Mughniyah
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

מייקל דיאנדרעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

דעס איז Michael D'Andrea
https://en.wikipedia.org/wiki/Michael_D%27Andrea

מייקל דיאנדרעי איז א אפיציר אין דער צענטראלע אינטעלידזענס עדזענסי, וואס אין 2017 האט מען אים ממנה געווען צו פירן די עדזענסיס איראנער מישאן צענטער. ער איז געווען פון די וויכטיגסטע פיגורן צו זיכען אסאמא בין לאדין, און אויך אין די אמעריקאנער טארגעט קילינג דראון קאמפעין.

ער קומט פון נארט ווירדזיניע און געווארן א מוסלומענער (לפנים פאר זיין ארבעט אלס א שפיאן). ער האט אנגעהויבן ארבעטן פאר די CIA אין 1979, און אנגעהויבן זייין קאריערע אין אפריקע, געווען פארשריבן פאר א פארעין סערוויס אפיציר אין טאנזאניע. פריער איז ער געווען סטעישן טשיעף אין קאירא עגיפטן און שפעטער אין באגדאד. "מען זאגט" אז ער איז געווען איינער פון די וואס האבן פארנאכלעסיגט צו טרעקן נאוועף אל-חאזמי וואס האט שפעטער אנטייל גענומען אין די 911 אטאקעס אויף אמעריקע. (אבער מסתמא איז ער נישט שילדיג נאר זיינע משלחים זענען שילדיג וואס האבן אים געבינדן הענט און פיס ווייל אזוי האט די אויסערן פאליטיק געפאדערט).

ער איז געווארן הויפט פון די CIA's קאנטער-טעראריזם אין 2006 איבערנעמענדיג ראבערט גרעינער. אין די 9 יאר דארטן האט ער אנגעפירט הונדערטער דראון סטרייקס אין פאקיסטאן און אין תימן, און אויפגעטרויטן איבער דער וויכטיגקייט דערפון אין די אמעריקאנער קאנגרעס. און אין 2015 נאך א ביוראקראטישע איבער-צו-ווארפונג וואס דזאן ברענאן האט דורך געפירט אין דער עדזענסי, האט ער איבערגעגעבן די לייצעס דערפון צו קריס וואד. ריפארטערס פלעגן אים רופן ביי זיין קאוד נאמען "ראדזער" דארט ווי געווענליך האבן נאר קאוד נעמען די וואס זענען סטאנציאנירט מעבר לים.

בשעת דאס זיכעניש פאר אסאמא בין לאדין, האט ער אנגעפירט א אנאלאסיס און א שטודיע פרובירנדיג אויס צו טרעפן ווער נאך געפינט זיך דארט אין אבאטאבאד מיט אסאמא בין לאדין.

אויך האט ער אנגעפירט מיט די אינטעריגאציע פון
Abu Zubaydah
Abd al-Rahim al-Nashiri
Khalid Shaikh Mohammed
און איז קריטיזירט געווארן דערפאר אין א יונייטעד סטעיטס סענאט רעפארט.

מען האט אויך רעפארטעד אז ער האט אנטייל גענומען אין דער עלימינירונג פון א חיזבאלע פירער אימאד מוגיניע אין דמשק. מען האט אים געבלעימד אין דער אטאקע אויף קעמפ טשעפמען אין קכאס אפגאניסטאן ווען זיבן CIA אפערעיטיווס זענען געהארגעט געווארן דורך א סועסייד באמבער וואס מען האט געזאגט האבן באקומען שטיצונגג פון די פאקיסטאנער ISI (פאקיסטאנער אינטעלידזענס).

דער ניק נעים וואס מען האט אים געגעבן איז געווען Ayatollah Mike
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

The US military has confirmed one of its planes crashed in eastern Afghanistan on Monday. Col Sonny Leggett said: "While the cause of crash is under investigation, there are no indications the crash was caused by enemy fire"

The aircraft crashed in Deh Yak district, Ghazni province, an area with a strong Taliban presence. It is unclear how many people were on board. Col Leggett denied Taliban claims that additional aircraft had crashed

Taliban social media accounts have posted unverified footage showing a burnt-out plane with US Air Force markings. The video shows a Bombardier E-11A the type of jet used by the US Air Force for electronic surveillance over Afghanistan

Afghan authorities had initially said the crash plane belonged to state-owned airline Ariana, but the company quickly said all its planes were accounted for. While helicopters have proven vulnerable and accident-prone in Afghanistan, the loss of a US fixed-wing aircraft is relatively rare. But the Taliban are not believed to have the sorts of anti-aircraft missiles needed to bring down a high-flying aircraft.

The plane involved is an E-11A, one of only four in the whole US Air Force. Essentially it is an adapted Bombardier executive jet, chosen for its ability to fly at high altitude and with extended range. It is packed with electronics: its job is to enable better communications between air and ground forces, and between different types of aircraft operating in difficult terrain or using incompatible data links. It is a bit like the wi-fi range extender that you install in a room with a poor signal. The aircraft - along with similar electronics mounted on unmanned systems - have played an important role in the Afghan conflict, where the mountainous landscape is a major problem for modern military communications
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
גליק
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליק »

Capture.PNG
Capture.PNG (18.72 KiB) געזען 1777 מאל
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

גליק האט געשריבן:
Capture.PNG

די אלע קלאמפישע פארװאנדערטע זענען חוברה װאס האבן אהײגעריפען א טאג נאך די אטאקע אין זײער נאנטע האבן זײ ג׳עצה׳ט אז מ׳זאל זאגן אז מ׳ליידט פון קאפ װאנדען אין מ׳װעט לעקן א גיטע בײנדל פון די קאנפיסאצעי געלט איך װעל נישט זײן סופרײזד אױב די נומער פארװאנדערטע װעלן נישט דראסטיש שטײגן די נעקסטע פאר טעג
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

abeg האט געשריבן:
גליק האט געשריבן:
Capture.PNG

די אלע קלאמפישע פארװאנדערטע זענען חוברה װאס האבן אהײגעריפען א טאג נאך די אטאקע אין זײער נאנטע האבן זײ ג׳עצה׳ט אז מ׳זאל זאגן אז מ׳ליידט פון קאפ װאנדען אין מ׳װעט לעקן א גיטע בײנדל פון די קאנפיסאצעי געלט איך װעל נישט זײן סופרײזד אױב די נומער פארװאנדערטע װעלן נישט דראסטיש שטײגן די נעקסטע פאר טעג

די ליבעראלן זענען די וואס רעדן אויף לאו אינפארסמענט, און באשמיצן די ארמיי.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

איך באשמיץ נישט די ארמײ נאר די סיסטעם די טאקטיק ניצט יעדע ארבעטער אין אמעריקע צי זײער ארבעטסגעבער
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

משא"כ סאלדאטן דינען וואלענטערעלי דעם לאנד מיט מסירות נפש ממש.

אבער....

פארטיידיגן דעם פירער איז איבער אלעם.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

עס זענען געווען רעפארטער אז סאלדאטן זענען געפלויגן ווייט פון די קראפט פון די עקפלאדירונגען. פארוואס זאל נישט קענען זיין געשעדיגטע?
שויתי ה' לנגדי תמיד
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

לאמיר האפן עס זאל זיך נישט ארויסשטעלן אז אפאר סאלדאטן זענען פונקט מיסטריעז אומגעקומען פון די לייכטע קאפ שמערצן...

איך זע דא א זייער זייער שטארקע איינגעהאלטנקייט מצד די אמעריקאנע אינסטאנצן, אין א פרואוו צו אפקילן די געמיטער. דער ספק איז נאר צי טראמפ איז אין די לופ און ער טוט אויך כל מה שביכולתו נישט צו מאכן קיין מלחמה, אדער איז דאס די דיעפ סטעיט ארמיי פירער וואס האבן שוין טויזנט מאל חרטה געהאט פארן איינמעלדן טראמפ אז די לעצטע אפציע אויף די לאנגע ליסטע פון מעגליכע נקמה אקציעס איז צו הארגענען סולימאני
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

Programming האט געשריבן:לאמיר האפן עס זאל זיך נישט ארויסשטעלן אז אפאר סאלדאטן זענען פונקט מיסטריעז אומגעקומען פון די לייכטע קאפ שמערצן...

איך זע דא א זייער זייער שטארקע איינגעהאלטנקייט מצד די אמעריקאנע אינסטאנצן, אין א פרואוו צו אפקילן די געמיטער. דער ספק איז נאר צי טראמפ איז אין די לופ און ער טוט אויך כל מה שביכולתו נישט צו מאכן קיין מלחמה, אדער איז דאס די דיעפ סטעיט ארמיי פירער וואס האבן שוין טויזנט מאל חרטה געהאט פארן איינמעלדן טראמפ אז די לעצטע אפציע אויף די לאנגע ליסטע פון מעגליכע נקמה אקציעס איז צו הארגענען סולימאני

א מיליאן מאל חרטה געהאט, ווארום די פאראויסגעזאגטע מלחמה האלט שוין ביי הונדערט טויזנט טויטע.

דאס זענען טאקע די 'קאסעקווענצן' פון וואס די דעמאקראטן האבן געציטערט? לכאורה נישט. איז דאך געקומען ווייניגער פון וואס מ'האט זיך גערישט, האט דאך אמעריקע יא געווינען, אלזא פארוואס חרטה האבן?
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

Programming האט געשריבן:לאמיר האפן עס זאל זיך נישט ארויסשטעלן אז אפאר סאלדאטן זענען פונקט מיסטריעז אומגעקומען פון די לייכטע קאפ שמערצן...

איך זע דא א זייער זייער שטארקע איינגעהאלטנקייט מצד די אמעריקאנע אינסטאנצן, אין א פרואוו צו אפקילן די געמיטער. דער ספק איז נאר צי טראמפ איז אין די לופ און ער טוט אויך כל מה שביכולתו נישט צו מאכן קיין מלחמה, אדער איז דאס די דיעפ סטעיט ארמיי פירער וואס האבן שוין טויזנט מאל חרטה געהאט פארן איינמעלדן טראמפ אז די לעצטע אפציע אויף די לאנגע ליסטע פון מעגליכע נקמה אקציעס איז צו הארגענען סולימאני

נישטא קיין דיעפ סטעיט ארמיי אין אמעריקע ווי אין טערקיי, עגיפטן, פאקיסטאן און אין אנדערע לענדער וואס די ארמיי איז אין קאנטראל. נישט זיי האבן דערציילט פאר טראמפ פון דער אפשען, וואס זיי האבן אין דעם נישט קיין אנונג, נאר פארקערט טראמפ האט זיי געגעבן דער באפעל אויס צופירען דער אפשען וואס איז יעצט געווען אויפן טיש.

דא אין אמעריקע איז קאנטראל אין די הענט פון דער פרעזידענט אבער דער דיעפ סטעיט דעפארטמענט מיט אלע אירע שפיאנזש עדזענסיס פרובירן וואס זיי קענען ארויף צו צווינגן זייער ווילן אויפן פרעזידענט, אמאל געלונגט עס זיי און אמאל נישט. (איך וויל נישט אריין גיין דא אין דעם אז זיי ארבעטן נאך אלס פטור צו ווערן פונעם פרעזידענט אויף פארשידענע וועגן, און אפשר וועט עס זיי געלונגן)

ער האט נישט אפילו קיין איין מאל חרטה, ווייל זינט דאן זיצט איראן איין. און איראק אויך, א פחד האט זיי אלע אנגעכאפט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

לכאורה האט געשריבן:ווי אן אבל צווישן חתנים וויל איך דא אריינווארפן א געדאנק:
ווער עס מיינט אז איראן איז באפרידיגט מיט די נעכטיגע מיסיל ווארפעכץ, לעבט אין אילוזיע לאנד. איראן איז יעצט באמת אנגעווייטאגט, מיליאנען פון זיי זענען פערזענליך געטשעפעט געווארן, זיי האבן געשוואוירן צו זעהן בלוט און זיי גייען נישט אזוי שנעל פארגעסן דערוועגן. די נעכטיגע מיסילס זענען געווען קישמישקעס קעגן וואס איראן קען און האט שוין געטוהן אין די פארגאנגענהייט, אפענערהייט אדער מיט זייערע באהאלטענע וועגן.

איך בין גענוג אלט צו געדענקן באונעס איירעס 1 באונעס איירעס 2 און ביירוט.
השי"ת זאל ווייטער האלטן זיין רעכטע האנט



נוו??
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

האסט אנגעשטעלט א רעמיינדער ארויסצושיקן די 'נוו??'? ווי אפט גייסטו עס שיקן?
איך האף נישט אז זיי זאלן נקמה נעמען, איך גיי מיך נישט פרייען ווען יא, הלואי קענען זיי נישט / ווילן זיי נישט, איך האב פשוט געזאגט אז זיי האבן א טרעק רעקארד פון אפטוהן מיאוס'ע שטיקלעך וואס לאזן א שטארקן אפקלאנג, מוז נישט זיין אויפ'ן מינוט, מוז נישט זיין דירעקט און אפן, אבער נקמה געפילן איז זייער שווער צו דערשטיקן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Goodmorning האט געשריבן:עס זענען געווען רעפארטער אז סאלדאטן זענען געפלויגן ווייט פון די קראפט פון די עקפלאדירונגען. פארוואס זאל נישט קענען זיין געשעדיגטע?

דו ווייסט אז עס זענען דא געשעידיגטע דירעקט פון די באמבאדירונגען? אויב יא, קום אריין מיט דעטאלן וויפיל זענען געשעידיגט געווארן און ווי שטארק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בד"וו
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (59.31 KiB) געזען 3494 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עס איז דאך ממש יעצט דא א קלער עכ"פ אז איראן איז געווען פארמישט אין דעם עראפלאן קראך פון א הויכראנגיקן סי איי עי באאמטער אין אפגאניסטאן (דאס איז זיכער לכאורה אז זיי האבן די ערשטע געוויסט צו זאגן די איידענטיטי פונעם פאסאזשיר, וואס מיינט אז זיי האבן נאכגעקוקט דעם פליגער עכ"פ), וואס איז די איידיע פון פרעגן פונקט יעצט 'נו'?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעיק נוז האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:עס זענען געווען רעפארטער אז סאלדאטן זענען געפלויגן ווייט פון די קראפט פון די עקפלאדירונגען. פארוואס זאל נישט קענען זיין געשעדיגטע?

דו ווייסט אז עס זענען דא געשעידיגטע דירעקט פון די באמבאדירונגען? אויב יא, קום אריין מיט דעטאלן וויפיל זענען געשעידיגט געווארן און ווי שטארק.


ווי אזוי מיינסטו זענען די 50 סאלדאטן פארוואונדעט געווארן?

זיי זענען געווארפן געווארן פון די אימפעקט פון די מיסילס.

רוב זענען נישט צו שטארק געשעדיגט, און זענען שוין צוריק צו זייערע פאזיציעס.

אבער טייל זענען נאך אין שפיטאל אין אמעריקע נאכן ווערן טראנספערירט פון דייטשלאנד, קיין וואו מען האט זיי טראנספערירט פון איראק.

דער פענטאגאן וויל נישט ארויסגעבן קיין שום דעטאלן איבער דעם מצב פון די טרופן פארן פאבליק.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

Programming האט געשריבן:עס איז דאך ממש יעצט דא א קלער עכ"פ אז איראן איז געווען פארמישט אין דעם עראפלאן קראך פון א הויכראנגיקן סי איי עי באאמטער אין אפגאניסטאן (דאס איז זיכער לכאורה אז זיי האבן די ערשטע געוויסט צו זאגן די איידענטיטי פונעם פאסאזשיר, וואס מיינט אז זיי האבן נאכגעקוקט דעם פליגער עכ"פ), וואס איז די איידיע פון פרעגן פונקט יעצט 'נו'?

דאכט זיך אז דאס איז בלויז איראנער פראפאגאנדע, לויט אמעריקע זענען בלויז 2 פילאטן געשטארבן
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

די לעצטע באריכטן וועגן דעם עראפלאן קראך איז פון צוויי טעג צוריק, צוויי אמעריקאנער מיליטערלייט זענען געשטארבן, און קיינער אין די מידיא איז נישט צו שטארק אינטערעסירט דערין.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

נאך דראמא צווישן אוקריינע און איראן



טעהראן – די איראנער רעגירונג האט געזאגט אז זי וועט מער נישט מיטטיילן קיין שום אינפארמאציע מיט דער אוקריינישע רעגירונג איבער דעם וואס איר מיליטער האט אראפגעשאסן א פאסאזשיר פליגער מיט עטליכע וואכן צוריק. אוקריינע האט פובליצירט אן אודיא רעקארדירונג וואס צייגט אז אן איראנער פילאט האט געשיקט א ראדיא מעסעדזש פאר א לופט-טראפיק קאנטראל טורעם אז ער האט צוגעזען ווי א מיסיל ווערט ארויסגעשאסן אין ריכטונג פון א פאסאזשיר פליגער, און די אודיא איז פון געציילטע מינוטן נאכ'ן אינצידענט. אוקריינע זאגט אז די אודיא צייגט אז איראן האט פון דער ערשטער מינוט געוואוסט דעם אמת.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

צו וואס דארף דען אוקריינע בכלל אינפארמאציע פון איראן ווען די אינפארמאציע איז פאלש? און פארקערט, דא איז אוקריינע דער וואס איז מגלה פאר דער וועלט דער אמת ווייל זיי האבן די ריכטיגע אינפארמאציע.

איראן'ס צוגאנג איז ווי א קליין אינגל, קודם געזאגט "איך זאג דיר נישט", איך זאג נישט אויס", "איך גיב נישט ארויס דער שווארצע באקס", "מיין מאמע לאזט נישט".

נאכדעם זאגן זיי "איך גיב נישט קאנאדא אינפארמאציע", און יעצט "איך גיב נישט אוקריינע אינפארמאציע".

ווען די איראנער באפעלרקורונג זאל וויסן וואספארע קליינע אינגלעך זייער גייסטליכע זענען און דאס אלעס מיט האלטן, וואלט איבער נאכט נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון די גאנצע כאלאסטע איראנער פירערשאפט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די איראנער רעגירונג האט געזאגט אז זי וועט מער נישט מיטטיילן קיין שום אינפארמאציע מיט דער אוקריינישע רעגירונג איבער דעם וואס איר מיליטער האט אראפגעשאסן א פאסאזשיר פליגער מיט עטליכע וואכן צוריק, אלס נקמה צו דאס וואס אוקריינע האט ארויסגעגעבן א אודיאו רעקארדירונג, וואס צייגט אז איראן האט פון די ערשטע מינוט געוואוסט דעם אמת איבער די אראפגעשאסענע אוקריינע פאסאזשיר פליגער
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

הויפט קאמאנדיר באזוכט אין איראק


Bagdad.jpg
Bagdad.jpg (73.12 KiB) געזען 2395 מאל


באגדאד – דער הויפט אמעריקאנער קאמאנדיר אינעם מיטל-מזרח האט זיך נעכטן אריינגעשלייכט קיין איראק פאר א באזוך, אלס טייל פון אן עמורדזשענסי אונטערנעמונג דורך דער טראמפ אדמיניסטראציע, אפצוראטעווען די אפגעשוואכטע באציאונגען מיט די איראקער פירער, און אפעלירן אז זיי זאלן אפשטעלן די פארלאנגען אז אמעריקע זאל ארויסציען אירע טרופן. דער קאמאנדיר איז גענעראל פרענק מעקינזי, און מיט זיין באזוך איז ער געווארן דער העכסטער אמעריקאנער מיליטערישער פיגור צו באזוכן אין איראק זינט דער באמבארדירונג וואס האט אומגעברענגט דעם איראנער קאמאנדיר קאסאם סוליימאני.


פון דער דעלי איד
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער הויפט אמעריקאנער קאמאנדיר אינעם מיטל-מזרח 'פרענק מעקינזי', האט זיך נעכטן אריינגעשלייכט קיין איראק פאר א באזוך, אלס טייל פון אן עמורדזשענסי אונטערנעמונג דורך דער טראמפ אדמיניסטראציע, אפצוראטעווען די אפגעשוואכטע באציאונגען מיט די איראקער פירער, און אפעלירן אז זיי זאלן אפשטעלן די פארלאנגען אז אמעריקע זאל ארויסציען אירע טרופן.

מיט זיין באזוך איז ער געווארן דער העכסטער אמעריקאנער מיליטערישער פיגור צו באזוכן אין איראק זינט דער באמבארדירונג וואס האט אומגעברענגט דעם איראנער קאמאנדיר קאסאם סוליימאני.

דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”