שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

עס ווערט געזעהן יוסף בן פערל לרפ"ש ער איז דער אונטערשטער אינעם בילד
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

קרייסלער האט געשריבן:בנציון ווידער איז א לאקאלער עסקן און ערוויילטע באאמטע

כדי זאלסט נישט שרייען, וואו זענען אונזער לאקאלע אריינגעוואוטע עסקנים.
זיי מוחל...
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

בסד האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:בנציון ווידער איז א לאקאלער עסקן און ערוויילטע באאמטע

כדי זאלסט נישט שרייען, וואו זענען אונזער לאקאלע אריינגעוואוטע עסקנים.
זיי מוחל...

זיי מוחל, זאג וואס דו ווילסט ער זאל טון. קומט ער יא, האסטו טענות קומט ער נישט, האסטו טענות. איז בכלל דא עפעס וואס ר' בנציון קען טון וואס זאל דיר צופרידנשטעלן? :roll:
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:מאטיוו??

דו געב מיר זיין נאמען, און איך וועל דיר געבן די מאטיוון.
לויט זיין בארד וואס ער טראגט קען ער הייסן מוכאמאד אדער ענליכ'ס, אבער קודם דארף מען וןיסן דעם נאמען אויף זיכער, דערנאך קען מען צולייגן די מאטיוון.

נישטאמאל נאנט.
Thomas Grafton
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

jdn

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

רעות שבעה נפשי ביגון כחי כלה:

שוידערליכע שטעכעריי אטאקע אין מאנסי אין שטוב פון האדמו"ר מקאסאן-פארשעי שליט"א

היינטיגן מוצאי שבת חנוכה איז ווידעראמאל די גאנצע אידישע וועלט אויפגעטרייסלט פון אן אנטיסעמיטישע אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט אין היימישן פארשעי געגנט אין מאנסי.

בשעת די הדלקות המנורה פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן-פארשעי שליט"א, ווען חסידים ואנשי מעשה האבן זיך פארזאמלט מיטצוהאלטן די עבודת היום פון רבי'ן, איז אריינגעקומען א טונקעלער פארברעכער מיט א לאגנע מעסער אין האנט און האט רח"ל אנגעהויבן צו שטעכן די אנוועזנדע אידן.

פיר אידן זענען ליידער פארוואונדעט געווארן פון דעם שטעכעריי, צווישן זיי איז איינער אין א קריטישן צושטאנד ל"ע. הצלה וואלונטירן האבן ביז סעקונדעס רעספאנדירט צום אטאקע און אפגעפירט די פארוואונדעטע אין שפיטאל, און כלל ישראל איז מעתיר רחמים ותחנונים פאר ר' יוסף בן פערל לרפואה שלימה און פאר די אנדערע געשטאכענע.

עטליכע אידן אויפ'ן פלאץ האבן באלד פארארבעט מעשים ארויסצושטופן דעם מערדער פון הויז, אבער ווי נאר ער איז אנגעקומען אויפ'ן גאס האט ער געוואנדן זיינע טריט אין ריכטונג צום בית המדרש 'נצח ישראל' פארשעי, פרובירנדיג צו כאפן דארט מער קרבנות ה"י.

איינער פון די לומדי תורה וואס איז געווען אין בית המדרש האט באלד פארהאקט דעם טיר נאכ'ן הערן אז א רוצח דרייט זיך מיט א מעסער אין האנט, ער האט געשלעפט דעם אייזן פונעם שלאס צו פארשפארן דעם טיר. בחסדי ה' איז דער מערדער געבליבן אינדרויסן אן קיין מעגליכקייט זיך אריינצובאקומען אין בית המדרש.

א איד אויפ'ן סצענע האט נאך באוויזן אפצוכאפן די לייסענס פלעיט נומערן פון דעם רוצח'ס קאר מיט וואס ער האט אפגעיאגט פון פארשעי, און האט עס באלד איבערגעגעבן פאר די פאליציי. פילע בלאקעדזשעס זענען אויפגעשטעלט געווארן ארום מאנסי און די פאליציי האט פארשפרייט די אינפארמאציע פאר אלע פאליציי אגענטורן אין אלע געגענטער פון ניו יארק.

צוויי שעה נאכ'ן אטאקע, ווען דער רוצח איז דורכגעפארן דעם דזשארדזש וואשינגטאן בריק, האבן די מאשינקעס אויפגעכאפט זיין לייסענס פלעיט נומערן און די ניו יארק סיטי פאליציי האט באלד דערנאך לאקירט דעם קאר אין הארלעם וואו זיי האבן ארעסטירט דעם פארברעכער.

האדמו"ר מקאסאן-פארשעי שליט"א איז באלד נאך דעם שטעכעריי ארייינגעקומען צום סעודת מלוה מלכה און עריכת השולחן לכבוד מוצאי שבת חנוכה אין בית המדרש הגדול, און דערביי מחזק געווען די הונדערטער חסידים זיך צו טרייסטן און זיך מקבל זיין קבלות טובות לזכות פון די געשטאכענע אידן.

די מאנסי פאליציי הויפטן זענען פערזענליך אריבערגעקומען צום בית המדרש הגדול אין פארשעי אויסצודרוקן סימפאטיע מיט די חסידים און דעם רבי'ן שליט"א. דער רבי שליט"א האט זיך באדאנקט פאר זייער שטענדיגע הילף אפצוהיטן דעם שטאט און זייער שנעלע רעאקציע צום אטאקע.

כלל ישראל איז מעתיר ביים שוכן עד אז די באטראפענע זאלן אפקומען מיט די לייכטע וואונדן און זיי זאלן זיך שנעל ערהוילן. דער ביטערער "גלות אמעריקע" זאל שוין קומען צו אן ענדע און מיר זאלן בקרוב זוכה זיין צו "חשוף זרוע קדשיך וקרב קץ הישועה".

נקום נקמת דם עבדיך מאומה הרשעה, כי ארכה לנו השעה
ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

פרייזן האט געשריבן:
הצלה וואלונטירן האבן ביז סעקונדעס רעספאנדירט צום אטאקע און אפגעפירט די פארוואונדעטע אין שפיטאל, און כלל ישראל איז מעתיר רחמים ותחנונים פאר ר' יוסף בן פערל לרפואה שלימה און פאר די אנדערע געשטאכענע.

שמעתי אז די אלגעמיינע אמבולאנס איז געוועהן דארט פאר הצלה
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

יידישע קהילות האט געשריבן:מאטיוו??

איז ער נישט פערצופאל א מיטגליד אין בלעק-היברו?
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

ברוכאוויטש האט געשריבן:
פרייזן האט געשריבן:
הצלה וואלונטירן האבן ביז סעקונדעס רעספאנדירט צום אטאקע און אפגעפירט די פארוואונדעטע אין שפיטאל, און כלל ישראל איז מעתיר רחמים ותחנונים פאר ר' יוסף בן פערל לרפואה שלימה און פאר די אנדערע געשטאכענע.

שמעתי אז די אלגעמיינע אמבולאנס איז געוועהן דארט פאר הצלה

קען זיין
די אלגעמיינע אמבולנס און מאנסי איז פיל מיט יודן
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוהב ציון
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ציון »

IMG-20191229-WA0202.jpg
IMG-20191229-WA0202.jpg (166.76 KiB) געזען 1853 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

האט דער מאיאר באקומען חנוכה געלט?
דביה תחדי נפשא
אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחראי »

הערט נאר הער
דא איז א נייעס שנירל, נישט מער
אלעס אנדערש, קיין נפ"מ פון ווער
וועט בל"נ פארמעקט ווערן אן א קלער
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

השם ירחם ,ער וואינט ממש לעבן קרית יואל

*SUSPECT UPDATE:* The suspect in the Monsey has been named as Thomas Grafton of Greenwood Lake, NY. He was apprehended with "blood all over him." He will be charged with 5 counts of attempted murder and burglary. He’s being held in Ramapo and will be arraigned today.

*DO YOU ENJOY YWN ON WHATSAPP? SEND THIS LINK TO YOUR FAMILY AND FRIENDS AND LET THEM ENJOY IT TOO!!*

*http://bit.ly/JOINYWNGROUP*
אוהב ציון
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ציון »

20191229_104146.jpg
20191229_104146.jpg (703.07 KiB) געזען 1619 מאל
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

איך גלייך טאקע נישט דוב הייקינד, ער איז א צעהיצטער פארשוין וואס האט שוין פאראורזאכט אסאך איבריגע קאפ-וויייטאג מיט זיינע ווילדע טהאטן, אבער למעשה זעהט ער אויס צו זיין דער איינציגסטער וואס באגנוגט זיך נישט צו וויינען ביי א שטענדער און שאקלען מיט'ן קאפ ווען דער מעיאר זאגט אז ער גייט עס פארדאמען אומצוויידייטיג. א שאד נאר אז מ'דארף צומאל צו אים צוקומען.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פרנס היום האט געשריבן:השם ירחם ,ער וואינט ממש לעבן קרית יואל

*SUSPECT UPDATE:* The suspect in the Monsey has been named as Thomas Grafton of Greenwood Lake, NY. He was apprehended with "blood all over him." He will be charged with 5 counts of attempted murder and burglary. He’s being held in Ramapo and will be arraigned today.

*DO YOU ENJOY YWN ON WHATSAPP? SEND THIS LINK TO YOUR FAMILY AND FRIENDS AND LET THEM ENJOY IT TOO!!*

*http://bit.ly/JOINYWNGROUP*

וואס מיינט די ווערטער אין באלד?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

פונקט איז די מעסעזש ארומגעפארן לעצטע וואך. איינער זאל אים פרעגן אויב עס איז זיינס.
אטעטשמענטס
.
.
IMG-20191227-WA0007.jpg (63.84 KiB) געזען 1580 מאל
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

מי יודע האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:השם ירחם ,ער וואינט ממש לעבן קרית יואל

*SUSPECT UPDATE:* The suspect in the Monsey has been named as Thomas Grafton of Greenwood Lake, NY. He was apprehended with "blood all over him." He will be charged with 5 counts of attempted murder and burglary. He’s being held in Ramapo and will be arraigned today.

*DO YOU ENJOY YWN ON WHATSAPP? SEND THIS LINK TO YOUR FAMILY AND FRIENDS AND LET THEM ENJOY IT TOO!!*

*http://bit.ly/JOINYWNGROUP*

וואס מיינט די ווערטער אין באלד?

אז ער איז נאך געווען פארשמירט מיט בלוט ווען מ'האט אים געכאפט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אוהב ציון האט געשריבן:
20191229_104146.jpg


אינטערעסאנט, וויל דער רבי איז שוין בכלל נישט געווען אין צימער ווען דער רשע איז אריין געקומען. מסתם אן שם ומלכות. [אדער סתם א עליה..]
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

מיינע דריי סענט

1. בלאזיא זאל סטאפן זיך אפגעבן מיט אלע כוחות צו נידערן די העיט קריים נומערן ביי די סיטי רעקארדס, אנשטאט זאל ער זיך אריינטוען אין משקיע זיין מער אין עדיוקעישן אקעגן אנטיסעמיטיזעם

2. די עסקנים ״מיזן״ טרעפן א וועג אפצושפארן לעגאל די אלע סאציעלע גרופעס אקעגען היימישע אידן, דאס איז ממש א מחלה מיט געפערליכע ווארצלן

3. ועל כולם מיז מען אנהייבן ריפארטן ביי די פאליציי יעדער קליינע אינסידענט
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

Capture.PNG
Capture.PNG (85.52 KiB) געזען 1936 מאל
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:
20191229_104146.jpg


אינטערעסאנט, וויל דער רבי איז שוין בכלל נישט געווען אין צימער ווען דער רשע איז אריין געקומען. מסתם אן שם ומלכות. [אדער סתם א עליה..]

די רבי האט גומל געבענטשט בשם ומלכות
אוהב ציון
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ציון »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:
20191229_104146.jpg


אינטערעסאנט, וויל דער רבי איז שוין בכלל נישט געווען אין צימער ווען דער רשע איז אריין געקומען. מסתם אן שם ומלכות. [אדער סתם א עליה..]

https://drive.google.com/file/d/1beTuLH ... p=drivesdk
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

וואס עפעס? האט געשריבן:מיינע דריי סענט

1. בלאזיא זאל סטאפן זיך אפגעבן מיט אלע כוחות צו נידערן די העיט קריים נומערן ביי די סיטי רעקארדס,

ועל כולם מיז מען אנהייבן ריפארטן ביי די פאליציי יעדער קליינע אינסידענט

ווען ער וואלט געארבעט צו נידערן די רעקארדס וואלט גוט געווען. דערווייל ווייסט ער נאר אז אנטיסעמיטיזן איז שוין ביים טויער פון ניו יארק סיטי (אין דזשערזי סיטי). פון די צענדליגער אטאקעס אין די סיטי האט ער בכלל נישט געהערט, און שטייצעך אז קיינע ארעסטן זענען נישט געמאכט געווארן מיט אדער אן פאליס רעפארטס, און די איינע ארעסט וואס מען האט יא דורכגעפירט אויף א שיקסע וואס האט אנגעהאקט דריי פרויען אין קרוינהייטס) האט מען ארויסגעלאזט אן בעיל - טאקע אויף די פארארדענונג פון דעם בלאזיא, וועלכער נוצט אויס זיין טייערע צייט אז ווייאלענט פארברעכער זאלן נעבעך נישט מוזן שמאכטן אין די טורמעס.

סיז צייט אז די עסקנים זאלן אויפהייבן א ווי געשריי אויף די שרעקליכע נאכלעסיגקייט וואס די פאליציי און רעגירונג באציט זיך צו אנטיסעמיטישע איבערפאלן, און פארלאנגען אז די אינסטאנצן זאלן אריינלייגן זייער גאנצע כח און מוח און כאפן יעדער אטאקירער און יענעם איינזאלצן לעולם דוד, און דערמיט קאנטערן זייער ביז איצטיגע אומגעזאגטע מעסעדזש צו די חיות אז אידיש בלוט איז הפקר. כולי האי ואולי וועט מען האבן אויפגעטון עטוואס כלפי די חובת ההשתדלות.


אגב, לדעתי האט ער שוין געטון (אדער 'נישט געטון') גענוג צו שעדיגן די אידישע קאמיוניטי, אז עס דעקט שוין די טובה כלפי מציצה. כ'גלייב נישט אז סינאך דא א חיוב הכרת הטוב צו וואוטן פאר דעם וואס פראקלאמירט בשער בת רבים אז אידיש בלוט איז הפקר.
לעצט פארראכטן דורך Think and Thank אום זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט א מינוט »

אוהב ציון האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:
20191229_104146.jpg


אינטערעסאנט, וויל דער רבי איז שוין בכלל נישט געווען אין צימער ווען דער רשע איז אריין געקומען. מסתם אן שם ומלכות. [אדער סתם א עליה..]

https://drive.google.com/file/d/1beTuLH ... p=drivesdk

דער רוצח איז דאך אריין געקומען ביים רבין אין הויז
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די אלע וואס שרייען נאך יעדע אטאקע: גאן קאנטראל, גאן קאנטראל, פילן אצינד אן א מויל מיט וואסער.
איינער וואס וויל אויסגעבן זיין כעס וועט טרעפן געווער ווי אימער
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”