שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אשר בחר בנו
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

תגובה דורך אשר בחר בנו »

לעיקוואד האט געשריבן:
נאר_דאס_נישט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:ווי ס'האלט יעצט. פארוואס האבן זיי געצילט דירקעט די גראסערי - שול ?
און פון וואו האבן זיי בכלל געוויסט אז דארט איז דא א אידישע גראסערי ?
דאכט זיך כ'האב געהערט אויף קולמא אז זיי זענען שוין געווען באזוכן די פלאץ. איז דאס ריכטיג ??

אלס א חלק פון די "שווארצע איזראלעיט גרופע" האבן זיי פיינט אונז די פרומע אידן.
איין סערטש אויף גוגל מעפס איז גענוג.


אגב, האב איך געהערט א טעאריע אז די מעיאר האט פשוט געוואלט אנזייען שרעק ביי די אידן דארט, מיטן זיין די ערשטע צו מעלדן אז ס'איז געווען אן אנטיסימיטישע אטאקע.


פארוואס פונקטליך זאל דער מעיאר וועלן אנזייען שרעק, האט ער עפעס קעגן די פרומע אידן? .


איך האלט אז עס נישט דא קיין ממשות און דעם, און עס איז נאריש צו זאגן אז דע מעיאר האט געוואלט אנזייען שרעק ביי די אידן.

אבער דאכט זיך אז קיין גרויסע אוהב ישראל איז ער נישט. און ער האט ביז דערווייל נישט ארויסגעהלפען דעם ישוב. (מילד געזאגט)

ער איז דער וואס האט נישט ערלויבט צו גדינדערן די הצלה און דזשערסי סיטי, אן אומדערהערטע שריט!

אזוי אויך האט ער דעם זומער ארויסגעטרעטן א קעגן די אידן ווען מען האט געדארפט זיין הילף איבער אן אנטסעמיטשע מאווי וואס מען האט פילמירט און די געגנט מיט האקן קרייצען

עס איז דא א גאנצע ליסט אבער יעצט איז נישט דע צייט פאר דעם.
אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm

תגובה דורך אוסף החסיל »

blue moon האט געשריבן:די לעגענדע פון די שטמאטע אויפן קעמערע, קוקט אויס ווי געבראטענע שטותים.
אויב זיי האבן געוואלט אז די קעמרע זאל נישט רעקארדירן, יאגט מען אריין איין בוילעט און די קעמרע, און עס איז דערנאך דערמיט.

קולע אל השערה.

פשוט א שאד צו נוצן אזא גלייכע טענה אפצו-ווארפן הוילע פאנטאזיעס....
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

דעם שבת ביים טיש, האמיר כמנהגי געלערנט ספה"ק נועם אלימלך, האב איך מיך אנגעשטויסן אין דעם שטיקל, עה"פ ויקח מן הבא בידו מנחה:

ויקח מן הבא בידו מנחה (לב, יד). יש לרמז היות שמנחה התגברות הדינים רחמנא ליצלן וצדיק כאשר צריך להציל עצמו מאיזה רשע אשר קם עליו אזי משרה עליו הדינים היוצאים בעת מנחה: ולזה אליהו גם כן עשה נקמה בנביאי הבעל בזמן ההוא, וזה היה גם כן כוונת יעקב במנחתו להשרות הדינים על עשו לבלתי יוכל לעשות לו רע ולא זה בלבד היה כונתו כי אם גם שמנחה, היא אותיות מנוחה, והיא אותיות מחנה שיהיו מחנות וכתות מלאכים מסייעים אותו להצילו מיד עשו אחיו ויהיו לו מנוחה ממנו: וזהו ויקח מן הבא בידו מנחה, פירוש מכל מה שבידו, פירוש בכחו ורשותו לרמוז במנחה את הכל כיוון בה ובזה הצליח נגדו, עכלה"ק.

ס'יז מיר אויפגעקומען אויפן געדאנק, די שרעקליכע פאסירונג וואס האט טאקע פאסירט בעלות המנחה!!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

תגובה דורך אהבת השם »

הגה"צ אב"ד סאטמאר וומס"ב ביי ניחום אבילים אצל משפחות פערענץ
107740609_116077.jpg
107740609_116077.jpg (157.3 KiB) געזען 5218 מאל
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

תגובה דורך יואלי קאכט »

סקולען לעיקוואד חיזוק שמועס אין זשערסי סיטי יעצט
אטעטשמענטס
Screenshot_20191215-180725_WhatsApp.jpg
Screenshot_20191215-180725_WhatsApp.jpg (510.2 KiB) געזען 5202 מאל
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

תגובה דורך יואלי קאכט »

א חיזוק דרשה פאר די נשים
אטעטשמענטס
20191215_184744.jpg
20191215_184744.jpg (620.51 KiB) געזען 4873 מאל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

יואלי קאכט האט געשריבן:א חיזוק דרשה פאר די נשים

..
dddd.JPG
dddd.JPG (81.2 KiB) געזען 4797 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובה דורך קאץ און מויז »

סענאטאר שומער ביי ניחום אבלים ביי משפחת דייטש
אטעטשמענטס
IMG_20191215_204731.jpg
IMG_20191215_204731.jpg (128.63 KiB) געזען 4135 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובה דורך שטומפיג »

blue moon האט געשריבן:די לעגענדע פון די שטמאטע אויפן קעמערע, קוקט אויס ווי געבראטענע שטותים.
אויב זיי האבן געוואלט אז די קעמרע זאל נישט רעקארדירן, יאגט מען אריין איין בוילעט און די קעמרע, און עס איז דערנאך דערמיט.

איך גלייב יא.
לא עבידי אינשי דמשקרי במילתא דעבידא לגלויי
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובה דורך צולייגער »

שטומפיג האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:די לעגענדע פון די שטמאטע אויפן קעמערע, קוקט אויס ווי געבראטענע שטותים.
אויב זיי האבן געוואלט אז די קעמרע זאל נישט רעקארדירן, יאגט מען אריין איין בוילעט און די קעמרע, און עס איז דערנאך דערמיט.

איך גלייב יא.
לא עבידי אינשי דמשקרי במילתא דעבידא לגלויי

לאל

וועלקאם טו ריעל לייף
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
ס'איז א סוד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:47 pm
לאקאציע: איך מעג נישט אויסזאגן

תגובה דורך ס'איז א סוד »

בעל דעת האט געשריבן:אנטשאלדיג במחכ"ת! האבענדיג שייכות מיטן געשעפט, איז די ווידיא פין אינעווייניג אין די געשעפט נאך נישט געארבערט, איז ביטע סטאפ מיט די נאן סענס

אויף קולמו זאגט איינער פון חסד של אמת אז די פאליס האט זיי געוויזן א קליפ פון 20 סקונדעס פון אין די געשעפט
א סוד פאר גאנץ בראד
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

שפיגליצקי האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:שעות? פון די ראדיא קוקט אויס אז 1 אזייגער רעדן זיי שוין פון די דעכער.

מ'קען נאך יעצט איבער הערן די ראדיא? אויב יא, וואו?


moishy56 האט געשריבן:7.
קען מען איבערהערן די ג'רזי סיטי פאליצי דיספעטשינג
https://www.dropbox.com/sh/63i6e0r3z3gn ... wbIYa?dl=0
Working
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובה דורך Working »

ס'איז א סוד האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:אנטשאלדיג במחכ"ת! האבענדיג שייכות מיטן געשעפט, איז די ווידיא פין אינעווייניג אין די געשעפט נאך נישט געארבערט, איז ביטע סטאפ מיט די נאן סענס

אויף קולמו זאגט איינער פון חסד של אמת אז די פאליס האט זיי געוויזן א קליפ פון 20 סקונדעס פון אין די געשעפט


יעך האב גערעד צו א חש"א מעמבער וואס האט געזען די ווידיא.
נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

תגובה דורך נאר_דאס_נישט »

שטומפיג האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:די לעגענדע פון די שטמאטע אויפן קעמערע, קוקט אויס ווי געבראטענע שטותים.
אויב זיי האבן געוואלט אז די קעמרע זאל נישט רעקארדירן, יאגט מען אריין איין בוילעט און די קעמרע, און עס איז דערנאך דערמיט.

איך גלייב יא.
לא עבידי אינשי דמשקרי במילתא דעבידא לגלויי

@בלויע דאס איז בכלל נישט קיין טענה, אויף מענטשן וואס האבן זיך גרייט געווען מפקיר צו זיין זייער לעבן נאר צו קענען הרג'נען מענטשן פאר גארנישט און פאר נישט (ניטאמאל קיין נקמה). קען מען נישט פרעגן קיין קשיא "פארוואס זיי האבן נישט גענוצט זייער שכל"...
ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

תגובה דורך מצלמה »

Working האט געשריבן:
ס'איז א סוד האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:אנטשאלדיג במחכ"ת! האבענדיג שייכות מיטן געשעפט, איז די ווידיא פין אינעווייניג אין די געשעפט נאך נישט געארבערט, איז ביטע סטאפ מיט די נאן סענס

אויף קולמו זאגט איינער פון חסד של אמת אז די פאליס האט זיי געוויזן א קליפ פון 20 סקונדעס פון אין די געשעפט


יעך האב גערעד צו א חש"א מעמבער וואס האט געזען די ווידיא.



@בעל דעת, אדער זאגט ער עס נאך בשם א שקרן, אדער.....

100% דא פון אינעווייניג.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

איך בין נייגעריג אויב איך בין דער איינציגסטער וואס האט האט אויפגעפאסט פון די אלע ווידעאוס דער מלמד הרב ראטה,
לע"ד קומט זיך אים ריכטיג די טיטל מלמד מומחה, אן אמת'ער איבערגעגעבענער ווארימער מלמד מיט א עכטע פארצייטישע סאטמארע חסידישע חן, און לאמיר נישט פארגעסן ער איז געזעצן אין חדר מיט 30 40 יונגלעך אויף זיין אחריות אן קיין שום השגה וואס פונקטליך גייט דארט פאר אינדערויסן, איין זאך האט ער געוויסט אז דארט טוט זיך אפ א שלאכט פעלד, און ווער ווייסט ווער ס'איז נעקסט?.....
דאס בארואיגן די קינדער בשעת ווען די אייגענע קישקעס דרייען זיך איבער פאר שרעק, די אחריות פון יעדע קינד,די קידוש השם פארנט פון די פאליס. לע"ד קומט עם א מעדאל
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובה דורך כל טוב »

ברענגסט ארויס זייער א שטארקע נקודה,
די סיבה וואס מ'רעדט נישט דא דערפון איז ווייל יעדער זעהט עס און יעדער באווינדערט עס, יעדער קוקט אים שטארק ארויף, יעדער האלט אים פאר א מומחה ומחנך גדול,
ס'איז ביי יעדן א דבר פשוט מאוד אז מ'פילט נישט בכלל אז מ'דארף עס אויסשמוסען.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובה דורך Goodmorning »

שויתי ה' לנגדי תמיד
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובה דורך איפה פייביש »

Goodmorning האט געשריבן:https://www.nytimes.com/2019/12/15/nyregion/jersey-city-shooting-terrorism.html

מען קען עס נישט ליינען נאר אויב מען באצאלט, ביטע קאפי ענט פעסט.
ישר כח
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובה דורך לוי יצחק »

ישראל_הלוי האט געשריבן:פרישע ווידיאו פון די אטאקע

https://www.dropbox.com/s/vpd1t6tqu46xl ... 6.mp4?dl=0

מיין גרויס חכמה זאגט מיר נאכן גוט באטראכטן דעם ווידיא, אז דאס וואס דער רוצח גייט קודם צו לינקס איז בכלל נישט צו די חדר טיר, נישט אפילו צו די פריוואטע טיר, נאר צו די פענסטער פון די גראסרי.

אויף דעם ווידיא זעהט מען קלאר די באקסעס פון די סיידוואק, דער יונגל וואס שטייט ביי די חדר טיר קומט אויס גאנצע צוויי באקסעס אפגערוקט פון וואו דער רוצח איז געווען אפילו אין אנהייב.
דערנאך זעהט מען דער רוצח זיך רוקן צו רעכטס סך הכל איין קעסטעלע אויפן סיידוואק, דאס מיינט אז ער האט זיך גערוקט מיט א קארגע פוס, נישט מער.

דאס שטימט שטארק מיט וואס ר' חיים דייטש פארציילט אז זיי זענען שוין געשאסן געווארן נאך ווען די רוצחים זענען געווען אינדרויסן.

בכלל טראכט איך צוליב אסאך סתירות, אז די רוצחים האבן נישט געהאט קיין עכטע קלארע סטראטעגיע, נאר א בערך'דיגע.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

מעשה נורא :lol: :lol: :lol:
אטעטשמענטס
IMG-20191216-WA0016.jpg
IMG-20191216-WA0016.jpg (224.82 KiB) געזען 1538 מאל
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובה דורך קעדילעק »

זיי זנען בפשטות געקומען צו דעם "דזשואיש סענטער", אדער כלשונם של השכנים די "דזשו ספאט", ער האט לכאורה נישט געהאט קיין שום פריוואטע חשבון מיט'ן גראסערי.

די סברא זאגט אז ער האט געמיינט די שול בנין, ווי נאר ער האט געזען אידן אין געשעפט פונדרויסן, האט ער תיכף אנגעהויבן שיסן אהין, אדער האט ער געוואלט די געשעפט מסדר זיין אונטערוועגנס דורך דעם גרויסן פענסטער, זעענדיג ווי דער עולם אין גראסערי אנטלויפט צו די בעק, איז ער אריינגעלאפן אינעווייניג, עס קען געמאלט זיין אז ער האט געמיינט אז דער "דזשואיש סענטער" איז איין אפענע פלאץ און ווען ער גייט אין סטאר איז ער שוין אין די סענטער, מעגליך אז ער האט נאר געוואלט פונדרויסן רח"ל אראפשיסן אלע פון געשעפט דורכ'ן פענסטער, און גיין צום נעקסטן בנין, אבער מן השמים האט מען אים געווינקן, בלייב דא וואו דו ביסט.

#אלעס בלויז השערות
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובה דורך קעדילעק »

משהלע, דער לאקס האט זיך געטוישט דעם נאמען צו לעבל? אדער איז ער גאר געווען דארט א רואה ואינו נראה?
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובה דורך חושב מחשבות... »

משהלע האט געשריבן:מעשה נורא :lol: :lol: :lol:

ווער איז די בעת דמיון?
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

משהלע האט געשריבן:מעשה נורא :lol: :lol: :lol:

אפאר טעג נאכן אטאקע ווערט געבוירען א נייע אוד מוצל מאש??!!

די איזרעילי צייטונגען פון דערוייטענס וועלן גלייבן די מעשיות..
אבער פאר די אמעריקאנר יודן קען מען נישט פארקויפן אזעלכע מעשיות..
--

ער האט געהייסען די יונגל אנטלויפן?
סאיז דאך דא א video ווי מזעהט אז סאיז שקר!!
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”