האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

לייף אינשורענס
105
28%
ערבים
85
23%
ביידע
117
32%
איך פלאן צו מאכן א פאליסי
45
12%
איך פלאן נישט צו מאכן א פאליסי
18
5%
 
סך הכול שטימען: 370

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:37 pm

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אזוי ווי איך האב יארן צוריק אויך געהאט פראגן איבער ערבים און נישט אלעס וואס מע'קען צוליב טעמים המובנים ודינא דמל.......... וכו' וכו' אויפרופן אויפן שופר
האב איך זיך פארבינדן מיטן דעמאלטסדיגען קאווע גבאי און היינט בית מדרש גבאי פריעדלענדער פון גרויס בית מדרש אין קרית יואל (בן ר' דוד ע"ה, כעגעדענק נישט זיין ערשטע נאמען, אבער יעדער בקהלת מהר"א קרית יואל ווייסט ווער ער איז) זיין נאמבער איז ליסטעד און ער איז אלץ עוועלעבל.
ער וועט דיר (און אלע נייגעריגע ניקים - וואס ווילן עכט וויסן אויף למעשה) אלעס אלעס פארענטפערן.
און נאכאמאל אלץ יא צו געבן די 28 דאללער א חודש וואס גייט גראד פאר אלמנות און יתומים בדרך כבוד וכו' דארף איך נישט קיין ש"י טבילות און שבע חקירות ודרישות, אויב קענסטו מאך דיר שוין אויך א פינף מיליאן דאלערדיגע לייף פאליסי.

ער איז אפיציעל א ערבים עסקן ?
אדער ער קען די נושא פונקט ווי מיר און דיר (JUST FROM ONE TIME EXPERIENCE ) ?
איך האב פשוט געוויסע פראגן בנוגע מאכן א מאוומענט צווישן מיינע חברים / קהילה ETC. ?
סאררי אויב איר נעמט דאס פערזעינדליך

אה איך זע קלמן הלוי האט שוין געענטפערט מיט זיין פונקטליכע נאמען סא ווער ס'וויל עכט וויסן קען אים רופן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

תגובהדורך Mister » דינסטאג פאברואר 25, 2020 4:11 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:איך טראכט מיך אויפצוסיינען

א מעמבער קען געבן א ראן דאון פון די לעצטע יאר צוויי וויפיל מאיז געווארן געטשארשד? טאטעל?
איך ווייס סאיז א מעקס פון 28 א חודש

ווי אזוי סיין איך מיך אויף?


1. סאיז דא א פּינקטליכע ליסטע אויפן װאנט אין מיין ביהמ"ד פון די לעצטע פּאר יאר,
אויב װעט זיך מאכען א געלעגענהייט װעלעך בלי"נ כאפן א בילד פאר דיר.

2. http://www.areivim.info/rform.php

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 4:20 pm

Mister האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:איך טראכט מיך אויפצוסיינען

א מעמבער קען געבן א ראן דאון פון די לעצטע יאר צוויי וויפיל מאיז געווארן געטשארשד? טאטעל?
איך ווייס סאיז א מעקס פון 28 א חודש

ווי אזוי סיין איך מיך אויף?


1. סאיז דא א פּינקטליכע ליסטע אויפן װאנט אין מיין ביהמ"ד פון די לעצטע פּאר יאר,
אויב װעט זיך מאכען א געלעגענהייט װעלעך בלי"נ כאפן א בילד פאר דיר.

2. http://www.areivim.info/rform.php

טענקס
מיז נישט זיין קיין פינקטליכע ליסטע
וואס איז געווען די טאטעל לעצטע יאר צוויי?

די פול אמאונט? 12x28?

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

תגובהדורך Mister » דינסטאג פאברואר 25, 2020 4:33 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
Mister האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:איך טראכט מיך אויפצוסיינען

א מעמבער קען געבן א ראן דאון פון די לעצטע יאר צוויי וויפיל מאיז געווארן געטשארשד? טאטעל?
איך ווייס סאיז א מעקס פון 28 א חודש

ווי אזוי סיין איך מיך אויף?


1. סאיז דא א פּינקטליכע ליסטע אויפן װאנט אין מיין ביהמ"ד פון די לעצטע פּאר יאר,
אויב װעט זיך מאכען א געלעגענהייט װעלעך בלי"נ כאפן א בילד פאר דיר.

2. http://www.areivim.info/rform.php

טענקס
מיז נישט זיין קיין פינקטליכע ליסטע
וואס איז געווען די טאטעל לעצטע יאר צוויי?

די פול אמאונט? 12x28?

at least 8x28

This is from my year end credit card statement:
AREIVIM USA $224.00 8 total charges

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 4:35 pm

Mister האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
Mister האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:איך טראכט מיך אויפצוסיינען

א מעמבער קען געבן א ראן דאון פון די לעצטע יאר צוויי וויפיל מאיז געווארן געטשארשד? טאטעל?
איך ווייס סאיז א מעקס פון 28 א חודש

ווי אזוי סיין איך מיך אויף?


1. סאיז דא א פּינקטליכע ליסטע אויפן װאנט אין מיין ביהמ"ד פון די לעצטע פּאר יאר,
אויב װעט זיך מאכען א געלעגענהייט װעלעך בלי"נ כאפן א בילד פאר דיר.

2. http://www.areivim.info/rform.php

טענקס
מיז נישט זיין קיין פינקטליכע ליסטע
וואס איז געווען די טאטעל לעצטע יאר צוויי?

די פול אמאונט? 12x28?

at least 8x28

This is from my year end credit card statement:
AREIVIM USA $224.00 8 total charges

טענקס

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

תגובהדורך Mister » מיטוואך פאברואר 26, 2020 9:39 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:

דא האסטו די לעצטע 10 יאר, די ליסטע איז ליידער זייער גרויס
צוגעלייגטע
Areivim.jpg
Areivim.jpg (151.86 KiB) געזעהן 1960 מאל

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך פאברואר 26, 2020 2:04 pm

Get this email today
Outch
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (33.78 KiB) געזעהן 1898 מאל

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך פראצעדור » מיטוואך אפריל 01, 2020 4:25 pm

גייט ערבים צאלן פאר קאראנע געליטענע יתומים ?

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך אפריל 01, 2020 5:07 pm

פארוואס נישט?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אפריל 01, 2020 5:11 pm

ווייל עס שטייט אויף זייער טערמס און קאנדישענס

5) In the event of (G-d forbid) a large number of deaths among members (as a result of a war, an earthquake, etc.), Areivim USA reserves the right to consult with its Rabbinical Board on proper procedures.
http://www.areivim.info/terms.php
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 01, 2020 6:46 pm

שכח פארן ארויפברענגען דעם אשכול...

כ'ווייס נישט וועגן ערבים, אבער די לייף אינשורענס קאמפאניס באצאלן, ואגב, אויב קענט איר נישט באצאלן אייער פאלעסי, האבן רוב קאמפאניס א ספעציעלע גרעיס פיריעד... פארבינדט אייך מיט אייער עידזשענט!

א זייטיגע זאך, יעצט קעמען קויפן אינשורענס ביז 3 מיליאן דאללער, ביז עידזש 50 אן קיין מעדיקל עקזעם... און די זעלבע איז בנוגע דיסעבילעטי אינשורענס...

Vichtigmacher@gmail.com
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 01, 2020 11:14 pm

דממה דקה האט געשריבן:ווייל עס שטייט אויף זייער טערמס און קאנדישענס

5) In the event of (G-d forbid) a large number of deaths among members (as a result of a war, an earthquake, etc.), Areivim USA reserves the right to consult with its Rabbinical Board on proper procedures.
http://www.areivim.info/terms.php

ליידער זעט אויס אז דערווייל רוב אינגע וואס זענען נפטר געווארן האבן ליידער גארנישט געהאט נישט קיין ערבים, נישט קיין לייף אינשורענס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re:

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:35 pm

ggg האט געשריבן:Get this email today
Outch

וואו אזוי שרייבט מען זיך איין צו באַקומען זייער אימעילס.

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך ספרים שטוב » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:53 pm

lebediger berel האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ווייל עס שטייט אויף זייער טערמס און קאנדישענס

5) In the event of (G-d forbid) a large number of deaths among members (as a result of a war, an earthquake, etc.), Areivim USA reserves the right to consult with its Rabbinical Board on proper procedures.
http://www.areivim.info/terms.php

ליידער זעט אויס אז דערווייל רוב אינגע וואס זענען נפטר געווארן האבן ליידער גארנישט געהאט נישט קיין ערבים, נישט קיין לייף אינשורענס.

מאן יימר?
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

Re: Re:

תגובהדורך ggg » פרייטאג אפריל 17, 2020 1:11 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
ggg האט געשריבן:Get this email today
Outch

וואו אזוי שרייבט מען זיך איין צו באַקומען זייער אימעילס.

become a member

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג אפריל 17, 2020 1:30 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ווייל עס שטייט אויף זייער טערמס און קאנדישענס

5) In the event of (G-d forbid) a large number of deaths among members (as a result of a war, an earthquake, etc.), Areivim USA reserves the right to consult with its Rabbinical Board on proper procedures.
http://www.areivim.info/terms.php

ליידער זעט אויס אז דערווייל רוב אינגע וואס זענען נפטר געווארן האבן ליידער גארנישט געהאט נישט קיין ערבים, נישט קיין לייף אינשורענס.

מאן יימר?

פון אלע עמערדזשענסי קאמפיינס זעט אויס אז מ'איז געבליבן בלי משען ומשענה
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: Re:

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:01 pm

ggg האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:
ggg האט געשריבן:Get this email today
Outch

וואו אזוי שרייבט מען זיך איין צו באַקומען זייער אימעילס.

become a member


איך בין א מעמבער.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:17 pm

lebediger berel האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ווייל עס שטייט אויף זייער טערמס און קאנדישענס

5) In the event of (G-d forbid) a large number of deaths among members (as a result of a war, an earthquake, etc.), Areivim USA reserves the right to consult with its Rabbinical Board on proper procedures.
http://www.areivim.info/terms.php

ליידער זעט אויס אז דערווייל רוב אינגע וואס זענען נפטר געווארן האבן ליידער גארנישט געהאט נישט קיין ערבים, נישט קיין לייף אינשורענס.

מאן יימר?

פון אלע עמערדזשענסי קאמפיינס זעט אויס אז מ'איז געבליבן בלי משען ומשענה

מוז נישט זיין
אבער איך גלייב אז ערבים וועט נישט קאלעקטען אויב זיי וועלן זעהן א אנליין קאמפיין אויפגעטריבן גענוג

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:53 pm

ערבים נעמט יעצט אן מעמבער'ס?

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך ספרים שטוב » זונטאג אפריל 19, 2020 12:31 am

פראצעדור האט געשריבן:גייט ערבים צאלן פאר קאראנע געליטענע יתומים ?

ערבים שטייט יעצט פאר א ווענדפונקט, און עס איז אפשר נישט גרינג צו מאכן די דיסידזשען, און אוודאי נישט אריינצורעדן דערין, אבער לאמיר עס אויסשמועסן, עטליכע נקודות למחשבה:

    בעצם זעה איך נישט פארוואס זיי זאלן נישט געבן יעצט פאר געליטענע, זיי קענען ממילא נישט בעטן מער ווי $28 א חודש, וואס אויב זיי בעטן יעדן חודש דעם סכום א גאנץ יאר (12 חדשים), באטרעפט עס $336, וואס יעדע מעמבער איז איינגעגאנגען דערויף ווען מען האט זיך איינגעשריבן ביי זיי.

    יעצט, לאמיר זאגן אז עס איז דא קרוב צו הונדרעט יתומים/אלמנות וכו', וואס זענען צוגעקומען יעצט אינטער קאראנא, פון מעמבער אין ערבים, וואס דאס מיינט אז פאר די קומענדיגע 2 יאר וועט מען יעדע חודש מוזן קאלעקטן די מערסטע פון אלע מעמבערס, וואס דאס איז $28 א חודש פאר צוויי גאנצע יאר, ווי דערמאנט.

    און לו יצוייר, אז ס'וועט נישט בלייבן שטיין ביי דעם, נאר עס וועט במשך פון די קומענדיג יאר צוקומען נאך יתומים ה"י (ס'זאל אוודאי נישט), און מען וועט דארפן בעטן פאר גאנצע 3 יאר $28 א חודש פון יעדע מעמבער, אדער אפי' פאר 4 יאר דער סכום, איז וואס? איך גלייב נישט אז עס איז דא איין מעמבער וועם ס'באדערט צו ביישטייערן דער סכום פאר זיי, ארויסצוהעלפן די מעמבער'ס פון ערבים וואס האבן געטון צו די זאך און געטון עפעס למעשה צו באזארגן זייערע פאמיליעס לאחר מאה ועשרים. עכ"פ די עטליכע מעמבערס צו וועם איך האב גערעדט האט קיינער נישט קיין ראבלעם דערמיט.

    און ווי שוין געשריבן אז אדעתי דהכא איז מען איינגעגאנגען. עס איז ממש קליין געלט, און מען קען עס אראפרעכענען פון מעות מעשר וואס מען גיבט ממילא.

    יעצט, פון די אנדערע זייט, קען מען עס אויך אנקוקן ווי א שטיקל פארברעך אויב די געליטענע משפחות וועלן נישט באקומען גארנישט, ווייל לאמיר מאכן דעם חשבון אזוי:
    א איד וואס איז שוין א מעמבער זייט עס האט זיך געגרינדן די ארגענאזאציע בשנת ע"ט, און ער האט ערליך געצאלט אלע יארן יעדעס מאל וואס עס איז נעדר געווארן א יונגע מעמבער פון ערבים, קומט אויס אז ער האט במשך די יארן איינגעצאלט דער סכום פון $1575, (זעה דער בייגעלייגטער חשבון פון ערבים דא אויף דעם בלאט אביסל ארויפציער), אויב אזוי, איז ממש נישט יושר אז יעצט ווען ער איז ליידער געפאלן א קרבן צו קאראנא, זאלן זיינע קינדער "גארנישט" באקומען.

    אדרבה, איך האלט אז ערבים דארף אנפרעגן די מעמבערס צו מען איז מסכים צו צאלן דער סכום פאר 3/4 יאר חודש'ליך, (הלכה'דיג דארפן זיי ניטאמאל פרעגן, ווייל מען איז איינגעגאנגן אדעתי דהכי ווי געשריבן).

    אז זיי האלטן אז מען קען נישט, מאיזה סיבה שהוא, דארפן זיי עכ"פ עטוואס געבן, אנשטאט 7 פער יתום, זאלן זיי געבן 4 אדער $5 פער יתום, אבער לפטור בלא כלום אי אפשר.

דאס איז וואס איך פארשטיי, און אדרבה אז איינער האלט אנדערש וואלט איך געוואלט הערן פארוואס.

ערבים זעלבסט דארף וויסן זייער קלאר, אז לויט זייער החלטה פון יעצט, וועט געוואנדן זיין א גרויס חלק פון זייער עתיד, ווייל אויב גייען זיי נישט צושטיין די די ערבים געליטענע, איז קלאר אז אסאך מעמבערס גייען ווערן אויס מעמבער'ס, (איך ווייס נישט צו איך גייי אויך ווערן אויס, אבער ס'גייט מיר זייער באדערן, ווייל איך בין מסכים צו צאלן, שלח לחמך ע"פ המים).

און אזוי אויך וועגן באקומען פרישע מעמבער'ס אינעם עתיד, ס'איז קלאר אז דער עולם גייט יעצט לעבן אינטערן שאטן פון קאראנא פאר די קומענדיגע צענליגער יארן, און זייער אסאך פינציאנאלע החלטות גייט קאראנא אריינקומען אינעם בילד, דהיינו, וואס טוה איך אויב ח"ו... אויב אזוי, וועט דער זעלבע זאך זיין ביי ערבים, זיי וועלן סאך שווערער קענען באקומען נייע מעמבערס, און לייוו אינשורענס אגענטן וועלן סאך גרינגער קעענען זאגן פאר יונגעלייט, אז ערבים איז גארנישט מיט נישט, והא ראי': קאראנא, אז אינשורענס האט געטיילט און ערבים נישט.

אינטערשטע שורה, איך האף אז ערבים וועט טון צו די זאך, און העלפן די משפחות פון ערבים מעמבערס געליטענע.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אפריל 19, 2020 1:13 am

ערבים שטייט נישט פאר קיין שום ווענדפונקט אין מיינע אויגן. זיי האבן זייער קלאר ארויסגעשריבן אז אין אויסערגעווענטליכע מצבים האבן זיי די רעכטן צו מחליט זיין לויט ווי די רבנישע בארד גייט מחליט זיין. און אדעתא דהכי האבן זיך אלע אויפגעסיינט, און אויב פלאנסט צו פרעגן, יא, איך האב דורכגעליינט די אגרימענט פארן זיך איינשרייבן און געזען דאן די ווערטער.

די איינציגע סיבה פארוואס איינער זאל זיך נישט איינשרייבן אויב גייען זיי נישט געבן געלט יעצט, איז נאר אויב ער האט מורא אז אזעלכע סארט וויירוס, אדער ווער ווייסט וואספארא מגיפות ה"י גייט ווערן א נארמאלע טעגליכע ערשיינונג... ווילאנג דאס איז נישט די פלאן, האט זיך גארנישט געטוישט.

כ'פארשטיי אז ס'טוט זייער וויי אויב זענען זיי מחליט נישט צו געבן, און פאר די באטראפענע איז עס עק וועלט, אבער אויב איז זייער החלטה נישט צו געבן ווייל דאן ביזטו חב לאחריני אונטער נארמאלע אומשטענדן, ווייל ס'וועט נישט זיין גענוג געלט, זענען זיי הונדערט פראצענט גערעכט.

teaparty
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 14, 2010 8:02 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך teaparty » זונטאג אפריל 19, 2020 1:43 am

[size=]איך וויל ארויס ברענגן איין נקודה:
מיט אלע ריספעקט צו ערבים
אבער עס איז נישט קיין ריפלעסמענט אדער אנשטאט לייף אינשורענס
גרעסטע ראי' איז אז זיי שרייבן און זייערע טערמס, אז ווען עס קומט א דיסעסטער האבן זיי רעכט...
אבער חוץ מזה, ערבים איז א מוסד וואס שטעלט צוזאם געלט פאר אלמנות און יתומים, און אנשטאט מאכן גרויסע קאמפיינס פאר יעדע קעיס, זענען זיי אויף געקומען מיט א איידיע, וואס זאגט אז מען וועט מאכן מעמבערס, און אזוי וועט מעט קענען גרינגער אויף טרייבן געלט פאר יעדע קעיס, און אפילו אזוי ביז דאס געלט קומט אן צו די משפחה, מיט א גאנצע וועד וכדו'.
ליידער זעט מען ביי די משפחות וואס גייט פאר, גיב א קוק אויף די לינק https://coronacampaigns.org/ וואס פון דעם אליינס קען מען זעהן וואס לייף אינשורענס קען טוהן פאר א משפחה, טערם אינשורענס קאסט פעניס, און מען קען עס עס גרינג באקומען,
דער אייבשטער זאל העלפען, אז מען זאל פטור ווערן פון דער וויירוס נאך שנעלער ווי עס איז געקומען, און מען זאל זוכה זיין צי די גאולה שלימה בביאת משיח צדקנו בב"א [/color][/b][/size]

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך להודות » זונטאג אפריל 19, 2020 1:48 am

די משלים וואס זיי געבן פאר אויסערגעווענליכע געשעענישן - מלחמה און ערטקוועיק - שליסט נאר אויס פעלער וואס מאות ואלפים דארפן צוקומען צו הילף רח"ל.
דאס איז נישט די פאל יעצט ממילא האלט איך אז זיי דארפן צאלן.

שומר ישראל שמור שארית ישראל.
לעצט פאראכטן דורך להודות אום זונטאג אפריל 19, 2020 2:01 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עצה טובה! נישט צו נעמען אדווייז פון א ניק אונטער 100 תגובות... קרעדיט: קאכעדיגע

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אפריל 19, 2020 1:56 am

למעשה האט איינער געדארפט באקומען יעצט און זיי גיבן נישט?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אפריל 19, 2020 4:24 am

כעלל איבערלייגן די מעשה דא...

Wow!!! געהערט א מעשה פון אן עידזשענט...

ער איז ארויפגעגאנגן צו אן אלמנה ווי ער האט דעליווערט א דעד בענעפיט, זאגט זי אים אז די פאלעסי האבן זיי געקויפט אפאר יאר צוריק ווען דער עידזשענט איז אריין אין ביזנעס, איר מאן האט אים געוואלט העלפן, א נייע עידזשענט דעמאלטס אריין אין ביזנעס...

זי זאגט אז זיי האבן כסדר געפלאנט צו קענסלן די פאלעסי... למעשה האבן זיי עס נישט געקענסלט... אריינגייענדיג אין שפיטאל, דער מאן האט געפיהלט אז ער קומט מעגליך נישט אהיים האטער געזאגט פאר זיין ווייב "געדענק, כאב נאך יענע פאלעסי"... דער אינגערמאן האט עס ליידער נישט איבערגעלעבט... אבער קיין קרן יתומים דארף מען נישט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, בעסער אזוי, יוסףבןדוד, יליד טאהש, מלמד, קהל עדתינו און 49 געסט