בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

בבקשה האט געשריבן: אבער צו זיצן מיט רעם, וועט פירן צו לאנגע יארן פון לינקע ממשלה.

ממש לאנגע יארן...
איך זע נישט קיין לאנג טערם לינקע ראש הממשלה. לפיד'ס שטארקייט איז נאר פון די רק לא ביבי לאגער. אויסער דעם זע איך נישט קיין איין געלונגענע פאליטיקאנט פון די לינקע פארטייען.

בנט, שקד, סמוטריטש, סער, ביבי, אדלשטיין, כץ, אלע זענען רעכטע, און גאר געלונגענע פאלטיקאנטן. גנץ איז אויך נישט לינק און נישט געשליפן בכלל... די גאנצע שטארקייט פון יש עתיד איז די רק לא ביבי סלאגאן. און קוק וויאזוי מרץ און העבודה קוקן אויס מיט זייער 'לא ביבי'...

ממילא בין איך נישט אזוי באזארגט פארן עתיד.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן: אבער צו זיצן מיט רעם, וועט פירן צו לאנגע יארן פון לינקע ממשלה.

ממש לאנגע יארן...
איך זע נישט קיין לאנג טערם לינקע ראש הממשלה. לפיד'ס שטארקייט איז נאר פון די רק לא ביבי לאגער. אויסער דעם זע איך נישט קיין איין געלונגענע פאליטיקאנט פון די לינקע פארטייען.

בנט, שקד, סמוטריטש, סער, ביבי, אדלשטיין, כץ, אלע זענען רעכטע, און גאר געלונגענע פאלטיקאנטן. גנץ איז אויך נישט לינק און נישט געשליפן בכלל... די גאנצע שטארקייט פון יש עתיד איז די רק לא ביבי סלאגאן. און קוק וויאזוי מרץ און העבודה קוקן אויס מיט זייער 'לא ביבי'...

ממילא בין איך נישט אזוי באזארגט פארן עתיד.

יש עתיד איז נישט קיין לינקע פארטיי, אבער דאס זאגן אז זיי וואלטן נישט געווען אזוי גרויס ווען נישט די אנטי-ביבי סענטימענט אין די טעג איז מופרך פשוט ווייל זיי האבן שוין געהאט מיט צוויי מאנדאטן מער מיט אכט יאר צוריק, און אפילו ביי זייער צווייטע בחירות ווען זייער גלאנץ פון א פרישע פארטיי איז שוין אראפגעקומען זענען זיי אריינגעקומען מיט 12 מאנדאטן טראצדעם וואס כולנו וואס איז געלאפן אין זייער ליניע האט באקומען צען מאנדאטן.

גראדע איז עס זייער קאנסיסטענט, אז די "צענטער" אין מדינת ישראל ציט אן ארום צוואנציג פראצענט פון די שטימען, אין 2013 איז עס געווען בעיקר יש עתיד, אין 2015 יש עתיד און כולנו, און זינט דאן איז עס יש עתיד און כחול לבן.

דאס אז ס'איז דא אן אנטי ביבי סענטימענט האט נאר גורם געווען א תקוה חדשה און אז ימינה איז אריינגעקומען אזוי שטארק (שטארק ווייל די מזרחי האט עקסטערע זעקס מאנדאטן אויסער זיי).
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
יין
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 1:13 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין »

ISRAEL: If Netanyahu and Naftali Bennett agree to a rotation deal, said Aryeh Deri, he too will demand a turn as prime minister since his Shas party received more votes that Bennett's Yamina.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

פארוואס זאל ביבי אזוי שטארק דארפן אוועקגעבן פאר בענעט אויב אפי' מיט אים האט ער נישט קיין 60?
לעצט פארראכטן דורך גיי פארשטיי אום זונטאג אפריל 11, 2021 7:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יין
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 1:13 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין »

גיי פארשטיי האט געשריבן:פארוואס זאל ביבי אזוי שטארק דארפן אוועקגעבן פאר לפיד אויב אפי' מיט אים האט ער נישט קיין 60?

די מיינסט בנט?
אפשר וועט ער ברענגן סער?
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ייש"כ שוין פאראכטן.
אבער וויאזוי גייט בענעט ברענגן סער? און פארוואס זאל ער קומען לכבוד דעם וואס בענעט באקומט אזוי סאך?
אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

וואס איז אזא גרויסער דורכברוך אויב האט ער נישט מער ווי 59?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

סאיז קיין דורכברוך, בנט איז א פיפיגער חברהמאן, ער האט א פראבלעם צו גיין מיט די לינקע, וויבאלד ער איז מכלומרשט רעכט, קומט ער ארויס אז ער שטיצט ביבי וויבאלד ער וויל נישט גיין צו 5טע בחירות, דאס מיינט אז ווען ביבי פאלט דורך, האט ער א גוטע תירוץ זיך צוזאמצושטעלן מיט לפיד, פשוט צוריקצוהאלטן 5טע בחירות
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

זיך צוזאמשטעלן מיט לינקע כדאי ס’זאל נישט זיין קיין פיפטע בחורות איז א שוואכע תירוץ פון בנט. ער וועט מוזן האבן עפעס מער ווי דעם זיך צו פארענטפערן פאר זיינע וויילער.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

בנט איז א עכטע רעכטער, נאכמער פון ביבי. אזא ממשלה פון בנט מיט די לינקע גייט נישט ארבעטן פאר קיין 2 חדשים. חוץ אויב די נושא גייט נאר זיין קאראנע, נישט פון קיין שטחים, געלט, און אראבערס.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' איד »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:בנט איז א עכטע רעכטער, נאכמער פון ביבי. אזא ממשלה פון בנט מיט די לינקע גייט נישט ארבעטן פאר קיין 2 חדשים. חוץ אויב די נושא גייט נאר זיין קאראנע, נישט פון קיין שטחים, געלט, און אראבערס.

אין סיכוי,
ס'זאגט זיך גרינג אז מען גייט נישט רעדן פון אנדערע זאכען "לא קורונה לא מעניין"
מיט גאנץ האט מען אויכעט אפגעמאכט אז מען גייט נישט רעדן פון דת ומדינה, ביז בג"ץ האט זיך אריינגעמישט און גיור.

די זאכען ליגען אויפען טיש אגאנצע טאג, און קיינער פון זיי איז נישט בעלבאס ווען די פראבלעמען זאלען ארויפשווימען,
כ'מיין אז צוויי חדשים איז אסאך געזאגט אזא ממשלה זאל זיך האלטען.......
יין
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 1:13 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין »

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו ערווארטעט אנצובאטן פאר גדעון סער דיעל אנצושליסן אין קאאליציע‎
דאָס קומט נאָכדעם וואָס ביבי'ס ליכוד פּאַרטיי זעהט איין אַז דער רעכטער בצלאל סמוטריטש וויל זיך נישט אָנשליסן אין זייער קאָאַליציע, און סער'ס תקווה חדשה פּאַרטיי איז פון די לעצטע האָפענונגען. לויט'ן פּלאַן וועט ביבי זאָגן פאַר סער אַז ער קען באַקומען די אַמט פון דעפּיוטי פּרעמיער מיניסטער, און זאב עלקין פון סער'ס פּאַרטיי וועט באַקומען די אַמט פון ספּיקער פונעם כנסת.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/37638
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

איינער קען מסביר זיין די נייעס פון ק"מ?
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

גיי פארשטיי האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין די נייעס פון ק"מ?

וואס איז נישט קלאר?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובה דורך חמרא טבא »

שמערלער האט געשריבן:מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו ערווארטעט אנצובאטן פאר גדעון סער דיעל אנצושליסן אין קאאליציע‎
דאָס קומט נאָכדעם וואָס ביבי'ס ליכוד פּאַרטיי זעהט איין אַז דער רעכטער בצלאל סמוטריטש וויל זיך נישט אָנשליסן אין זייער קאָאַליציע, און סער'ס תקווה חדשה פּאַרטיי איז פון די לעצטע האָפענונגען. לויט'ן פּלאַן וועט ביבי זאָגן פאַר סער אַז ער קען באַקומען די אַמט פון דעפּיוטי פּרעמיער מיניסטער, און זאב עלקין פון סער'ס פּאַרטיי וועט באַקומען די אַמט פון ספּיקער פונעם כנסת.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/37638

און מיט סער האט ער יא גענוג מאנדאטן?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

מיט סער וועט סמוטריץ נישט האבן קיין פראבלעם אריינצוגיין אין די קאאליציע.
לעצט פארראכטן דורך עפעס אנדערש אום זונטאג אפריל 18, 2021 2:10 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

און ס׳דא גענוג בענקלעך פאר א ממשלה?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

חמרא טבא האט געשריבן:און ס׳דא גענוג בענקלעך פאר א ממשלה?

דער פראבלעם איז יעצט אז סמוטריץ וויל נישט שטיצען א קאאליציע וואס איז געבויט אויף די אראבישע רע"ם פארטיי, און אן זיי האט ער נאר 59, אבער אויב סער שטעלט זיך צו איז דא א שיינע קאאליציע.
אוועטאר
התבודדות
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2021 5:38 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבודדות »

סער האט עפעס קאמענטירט?
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין די נייעס פון ק"מ?

וואס איז נישט קלאר?

עפעס אנדערש האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:און ס׳דא גענוג בענקלעך פאר א ממשלה?

דער פראבלעם איז יעצט אז סמוטריץ וויל נישט שטיצען א קאאליציע וואס איז געבויט אויף די אראבישע רע"ם פארטיי, און אן זיי האט ער נאר 59, אבער אויב סער שטעלט זיך צו איז דא א שיינע קאאליציע.

די חלק האט געפעלט אז סמוריטץ וויל נישט גיין מיט רע"ם!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

סמוטריץ האט א פוינט
מצד שני איז די מהלך זייער ראסיסטיש
רעם האט אדערווייל געבעטן זייער נארמאלע זאכן אלס תנאי אריינצוגיין אי הם קואליציע
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

סמוטריץ טענה'ט -צו ריכטיג צו נישט ווייס איך נישט- אז איינמאל דו ביזט מכשיר די אראבישע פארטייען, וועלן זיי -זעה'נדיג אז זיי זענען רעלעוואנט- אין די קומענדיגע עלעקשענס ארויסקומען אין די מאסן, און אריינברענגען 20 בענקליך, און דעמאלס וועט זיך טוישן די גאנצע סיסטעם, און עס איז נישט ווערד זיי צו נוצן פאר א קורץ טערמיניגע סאלושען אויב דערנאך וועט זיין א לאנג טערמיניגע עפעקט אקעגן זיי.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

הרב ניר בן ארצי זאגט אז ביבי וועט נישט ציען נאך לאנג
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”