בד"ה: הרבנית הצדיקת מרת ליבא אסתר זילבער ע"ה מיאוואזשנא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שקר_הדייעט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 364
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
- לאקאציע: ביים פרידזשידער
תחל שנה וברכותיה, יבא שנת תנחומים להרב שליט"א.
ווי אזוי איז דורך ראש השנה?
סיי וועלכע שינויים געווען במשך דעם יום טוב?
וואו האט דער רב געגעסן די סעודות?
ווערט איינגעשטעלט א נייער סיסטעם? ווער וועט צושטעלן די צרכי הבית? מיט וועמען וועט ער עסן די סעודות יעדע וואך?
השי"ת יחזק כוחו ויזכה להמשיך עבודתו בקודש עד ביאת הגואל.

-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:אלעס איז ב"ה אנגעגאנגען ווי געהעריג אויפן יאוואזשנא שטייגער, דער רב האט געגעסן די סעודות ביי זיך אינדערהיים
מיין מוטער זז"ג א מתפלל אין ווייבער-שוהל זאגט אז ס'האט געהערשט א גרויסע חלל ספעציעל ביי די פרויען וואו די רעביצן איז געוועזן די גאנצע זאך!
(אין א זייטיגע קרישקעלע זאגט זי אז ס'איז געווען פלעסטיק טישטעכער אויף די טישן [ביי די פרויען], א זאך וואס די רעבעצין האט מקפיד געווען ס'זאל זיין געהעריג ווייסע סחורה'נע טישטיכער...)
מיין מוטער טענעט אז די ערשטע טאג איז די רב זז"ג נישט געווען ביי זיך געהעריג (כמיין ס'איז נישט מער ווי נארמאל, מזאל נישט געפריווט ווערן) מען האט טאקע אנגעהויבן מוסף 4:30 נאך א הפסקה פון איבער א שעה! (מען האט געדאווענט זייער שנעל, מען האט געענדיגט 6:30). די צווייטע טאג איז שוין יא געווען געהעריג. (כך שמעתי פון מיין מוטער הנ"ל, ע"כ).
על "טעם וריח" אין להתווכח
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 747
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm
טעם וריח האט געשריבן:יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:אלעס איז ב"ה אנגעגאנגען ווי געהעריג אויפן יאוואזשנא שטייגער, דער רב האט געגעסן די סעודות ביי זיך אינדערהיים
מיין מוטער זז"ג א מתפלל אין ווייבער-שוהל זאגט אז ס'האט געהערשט א גרויסע חלל ספעציעל ביי די פרויען וואו די רעביצן איז געוועזן די גאנצע זאך!
(אין א זייטיגע קרישקעלע זאגט זי אז ס'איז געווען פלעסטיק טישטעכער אויף די טישן [ביי די פרויען], א זאך וואס די רעבעצין האט מקפיד געווען ס'זאל זיין געהעריג ווייסע סחורה'נע טישטיכער...)
מיין מוטער טענעט אז די ערשטע טאג איז די רב זז"ג נישט געווען ביי זיך געהעריג (כמיין ס'איז נישט מער ווי נארמאל, מזאל נישט געפריווט ווערן) מען האט טאקע אנגעהויבן מוסף 4:30 נאך א הפסקה פון איבער א שעה! (מען האט געדאווענט זייער שנעל, מען האט געענדיגט 6:30). די צווייטע טאג איז שוין יא געווען געהעריג. (כך שמעתי פון מיין מוטער הנ"ל, ע"כ).
איך ווייס נישט וואס איז געווען. אבער פון א מוטער וואס האט געהערט - יא געהערט - נישט געהערט - פון ווייבער שוהל, איז נישט קיין גרויסע ראי'. און געווענליך אויב ווייסט מען אז יענער איז דורך א טראגעדיע, דמיונ'ט מען שוין אליינ'ס אז עפעס איז דא אנדערש, הגם עס מיז בכלל נישט זיין. יתכן אז פאר 3 יאר צוריק האט ער אויך געמאכט א לאנגע הפסקה און געדאווענט שנעל.....
- וועלוועל קליינער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 423
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm
די שלש סעודות דערקענט זיך גארנישט, ער וויינט אויפן גלותה שכינה, און אז די הייליגע טעג זענען שוין עומד אחר כותלינו
די עבודה מדי יום ביומו זעהט זיך גאר נישט אן, ער דאווענט שחרית מיט א געוואלדיגע ברען.
יענעם שבת צופרי האט ער געזאגט דעם 'אדון עולם' מיט קולות וברקים, מער ווי געווענליך (יעדן טאג גייט אויך קולות ביי 'אדון עולם') אבער יענעם שבת צופרי, 'והא נסי ומנוס לי ביום אקרא וכו'.
ביי שלש סעודות האב איך געזעהן ווי ער האט געפירט כאילו גארנישט וואלט געווען, די מוח שליט על הלב איז געווען אויפן העכסטן פארנעם.
זיין ברודער הגה"צ מגרינוויל שליט"א איז געזעצן נעבן אים זייער אנגעווייטאגט, ווי פארשטענדליך. אבער אויף אים פערזענליך האט זיך גארנישט אנגעזעהן.
איך בין זייער נתעורר געווען ביים הספד פון ר' פישל שמעלצער, ער האט זייער ווארעם ארויסגעברענגט דער מצב.
מען זאל שוין נאר הערן גוטע בשורות

- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
וועלוועל קליינער האט געשריבן:די שלש סעודות דערקענט זיך גארנישט, ער וויינט אויפן גלותה שכינה, און אז די הייליגע טעג זענען שוין עומד אחר כותלינו
די עבודה מדי יום ביומו זעהט זיך גאר נישט אן, ער דאווענט שחרית מיט א געוואלדיגע ברען.
יענעם שנעם שבת צופרי, 'והא נסי ומנוס לי ביום אקרא וכו'.
ביי שלש סעודות האב איך געזעהן ווי ער האט געפירט כאילו גארנישט וואלט געווען, די מוח שליט על הלב איז געווען אויפן העכסטן פארנעם.
זיין איר ברודער הגה"צ מגרינוויל שליט"א איז געזעצן נעבן אים זייער אנגעווייטאגט, ווי פארשטענדליך. אבער אויף אים פערזענליך האט זיך גארנישט אנגעזעהן.
איך בין זייער נתעורר געווען ביים הספד פון ר' פישל שמעלצער, ער האט זייער ווארעם ארויסגעברענגט דער מצב.
מען זאל שוין נאר הערן גוטע בשורות
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
קאטטשקעלע האט געשריבן:אמסטערדאם האט געשריבן:די רביצין איז אוועק אין שטוב און געליגן אין ווייבער שול איבער שבת
איר ברודער הגה״צ אב״ד גרינוויל איז דא געווען אויף שבת
קהל יאוואשנא האט אפגעקויפט צענדליגע חלקות אין בית החיים אין קרית יואל
נאר 2 פלעצער חוץ די פלאץ פארן אוהל
מ'האט געקויפט 10 חלקות ארום
און מ'האלט אינמיטן פיינעלייזן נאך 60 70
(און נאכאמאל, ביטע נאר שרייבן פאקטן ווען מ'ווייסט אז ס'איז אמת )
- קאטטשקעלע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 411
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
- לאקאציע: ביי די טאטערס
יצחקי האט געשריבן:קאטטשקעלע האט געשריבן:אמסטערדאם האט געשריבן:די רביצין איז אוועק אין שטוב און געליגן אין ווייבער שול איבער שבת
איר ברודער הגה״צ אב״ד גרינוויל איז דא געווען אויף שבת
קהל יאוואשנא האט אפגעקויפט צענדליגע חלקות אין בית החיים אין קרית יואל
נאר 2 פלעצער חוץ די פלאץ פארן אוהל
מ'האט געקויפט 10 חלקות ארום
און מ'האלט אינמיטן פיינעלייזן נאך 60 70
(און נאכאמאל, ביטע נאר שרייבן פאקטן ווען מ'ווייסט אז ס'איז אמת )
אבער עס איז אויסגענמען אז ער טאר קיינעם נישט לייגן דארטן נאר 2 מענטשן
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 255
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm
יהיה מה שיהיה האט געשריבן:יצחקי האט געשריבן:די שלושים איז היינט הושענא רבה
מיטצוהאלטן די דרשת הו"ר רופט
718.664.6060
איר קענט אפשר אריינקומען מיט די דרשה פון הרב לייבוש דייטש ביים שלשים ביטע איך הער עס איז געווען א מוראדיגע דרשה
דא האסטו
https://www.dropbox.com/s/gjgony9620oy9 ... D.mp3?dl=0
יידישע קהילות האט געשריבן:דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אלבערט איינשטיין האט געשריבן:מחשב האט געשריבן:איך וואונדער מיר פארוואס דער עולם האט נישט אויפגעכאפט דער באדייט פון די תורה וואס ער האט געזאגט, וואס אריין טראכטענדיג דערין באפאלט מיר אזא מין ציטער אין אלע ביינער, הסתום צרובה על המפורש, מילין לצד עילאה ימלל, פחד פחדים. פלאי פלאות. ואין אתנו יודע עד מה.
מיינסט די תורה וואס ער האט געזאגט אויף וכפר בעדו ובעד ביתו?
געוויס מיינט ער דאס, איך האב מיר זייער געווינדערט בשעת מעשה.
איך מיין אז ער האט דווקא געוואלט זאגן ביי די לויה בקול רם 'חטאתי עוויתי פשעתי'
קען איינער אראפברענגען די תורה בקיצור?
הספד פון רב זאל זיין געזונט
- אטעטשמענטס
-
- דברי הספד שהשמיע כ%22ק מרן שליט%22א לפני מטתה של הרבנית הצדיקת ע%22ה.pdf
- (187.43 KiB) געווארן דאונלאודעד 122 מאל
יצחקי האט געשריבן:יהיה מה שיהיה האט געשריבן:יצחקי האט געשריבן:די שלושים איז היינט הושענא רבה
מיטצוהאלטן די דרשת הו"ר רופט
718.664.6060
איר קענט אפשר אריינקומען מיט די דרשה פון הרב לייבוש דייטש ביים שלשים ביטע איך הער עס איז געווען א מוראדיגע דרשה
דא האסטו
https://www.dropbox.com/s/gjgony9620oy9 ... D.mp3?dl=0
זייער שטארק!
יש"כ גדול
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
- זיסע שעיפעלען
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 439
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 07, 2019 7:32 pm
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
יצחקי האט געשריבן:יהיה מה שיהיה האט געשריבן:איר קענט אפשר אריינקומען מיט די דרשה פון הרב לייבוש דייטש ביים שלשים ביטע איך הער עס איז געווען א מוראדיגע דרשה
דא האסטו
https://www.dropbox.com/s/gjgony9620oy9 ... D.mp3?dl=0
שטארקע דרשה,
שכוח פאר ברענגן.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm
ווער האט עס געשריבן?
לעצט פארראכטן דורך אילו זכינו אום זונטאג נאוועמבער 10, 2019 10:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר העשר
- תגובות: 17
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 2:08 pm
אילו זכינו האט געשריבן:שטארק!
ווער האט עס געשריבן?
ר' ישעי ווייס שליט"א
לעצט פארראכטן דורך אלבערט איינשטיין אום זונטאג נאוועמבער 10, 2019 8:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.