דעמאקראטישע פריימערי אנקעטע - 3#

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארוועם וואלט איר געשטימט אין די דעמאקראטישע פריימערי?

דזשאו ביידען
31
30%
בערני סענדערס
8
8%
עליזיבעט ווארען
8
8%
קאמאלע העריס
1
1%
פיט בוטאטדזשעש
7
7%
בעטאו ארורק
3
3%
קארי בוקער
6
6%
ענדראו יענג
26
25%
דזשוליאן קאסטראו
1
1%
ביל דעבלאזיו
4
4%
טולסי געבבערד
5
5%
עמי קלאבאטשער
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
טים רייען
5
5%
 
סך הכל שטימען: 105

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

שוין אריינגעקומען אביסל מער שטימען ווי אין די ערשטע און צווייטע אנקעטעס, איז אינטערעסאנט צו פארגלייכן.

#1, #2 and #3.png
#1, #2 and #3.png (14.68 KiB) געזען 883 מאל



אין אלגעמיין קוקט עס אויס גאנץ ענליך צו די גאס, נישט דווקא די נאמבערס נאר דער טרענד.
ביידען איז אלעמאל דער פראנט ראנער, שטארק געפאלן נאך די ערשטע דעבאטע אבער זיך צוריקגעכאפט. סענדערס האט אנגעהויבן ווי דער כמעט געווינער, אבער ער האט שוין נישט די עקסייטמענט פון אמאל. ווארען איז שיין געוואקסן קעגן אנהויב. העריס האט אנגעהויבן כמעשה, ארויפגעשאסן נאך די ערשטע דעבאטע און געטראסקעט דערנאך. בוטידזשעזש האט אויסגעזען ווי ער קען נאר גיין ארויף פאר א שטיק צייט, אבער יעצט איז צוריק צום אלטן. אא"וו.

דער מערסטער אויפפאלנד איז יענג, וואס דער עם חכם ונבון האט ארויס זיין שטארקייט פריער ווי די גאס...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

לייג צו די טאטעל וואוטס פון אלע 3 פאר א קלארערע בילד.

ווען @ביידען2020 איז ווען אזוי אקטיוו ווי דו, וואלטן די רעזולטאטן אויסגעקוקט אנדערש...
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

אזוי האט עס אויסגעקוקט ווען איך האב געמאכט דער טשארט. דערווייל איז צוגעקומען דא נאך צוויי שטימען, פאר ביידען און דעבלאזיא.
numbers.png
numbers.png (10.16 KiB) געזען 850 מאל


ממה נפשך האט געשריבן:ווען @ביידען2020 איז ווען אזוי אקטיוו ווי דו, וואלטן די רעזולטאטן אויסגעקוקט אנדערש...


:lol:
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידען2020 »

ממה נפשך האט געשריבן:ווען @ביידען2020 איז ווען אזוי אקטיוו ווי דו, וואלטן די רעזולטאטן אויסגעקוקט אנדערש...

דער אמת פארוואס איך בין נישט ספעציעל אקטיוו, ווערט פארענטפערט אין מיין ערשטע תגובה דא אויף אייוועלט

איך האב געשריבן אז דער ניק ווערט געפענט נא וואס אין יענע תקופה האבן ביידען'ס פאלינג נומערן אנגעהויבן צוביסלעך צו פאלן, האט מען געדארפט א ביידען שטיצער זאל דא געבן א שטיקל רוח החיים

אבער נאך וואס ביידען שטייט אין די לעצטע טעג מאסיוו גוט, סיי מיט זיינע פארשטערקערטע פאלינג ציפערן, און סיי מיט מאסיווע אינדראסירונגען פון די העכסטע פליטיקאנטן אין דעמאקראטישע פארטיי, וועלכע קענן די פארטיי, און איר אמת'ע ווירדן, און פארשטייען אז דזשאו איז דער אויסוואל, פעלט נישט אויס דא אנצוגיין מיט נאכאנאנדע פראפאגאנדע, ווייל עס איז ממילא שטארק

ביי די נעקסטע פאל וועט מען דארפן צוריק אנהייבן ווערן מער אקטיוו
טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"
ביידען, נאוועמבער 2019


46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידען2020 »

א גרויסע שכוח פאר @יענג2020 פאר זיינע געלונגענע טשארטס

די אויסגאנג איז טאקע ווי ער שרייבט היפש ענדליך צו די פאולס אין די אלגעמיינע גאס, נאר מיט איין שוני, יענג'ס ציפערן

כנראה לי איז דער סיבה פון יענגס הויכקייט דא פאר איין סיבה, וווייל אין די אלגעמיינע אנקעטעס איז דא א אויסוואל פון 'איך האב נאכנישט דיסיידעט', אדער 'פאר קיינעם נישט', אבער דא האט @עכט היימיש נישט געגעבן דער אויסוואל, ממילא די אלע וועלכע מיינען אז אפילו ווען זיי האבן נישט קיין מיינונג מוזן זיי שטימען, האבן געשטימט פאר די איין נאמען וואס עס איז זיי היימיש קענטיג פון אייוועלט דהיינו 'יענג'

אבער באמת איז זייער שטימע נישט געווען פארן קאנדידאט נאר פארן ניק, וואס פאר אים וואלט איך אויך געשטימט!
טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"
ביידען, נאוועמבער 2019


46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!
אוועטאר
חזן שמילאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזן שמילאוויטש »

איינער קען דא מסביר זיין וואס דער ביידען האט צופארקויפן אז דער עולם דא האלט אז ער גייט געווינען? אויסער דאס אז ער איז געווען אונטערן פארהייליגטן אבאמא איז דא נאך עפעס? ער קוקט אויס גאר ווייט פון זיין ראוי לאותו איצטלא!
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידען2020 »

חזן שמילאוויטש האט געשריבן:איינער קען דא מסביר זיין וואס דער ביידען האט צופארקויפן אז דער עולם דא האלט אז ער גייט געווינען? אויסער דאס אז ער איז געווען אונטערן פארהייליגטן אבאמא איז דא נאך עפעס? ער קוקט אויס גאר ווייט פון זיין ראוי לאותו איצטלא!

קענסט זיין היסטאריע? קענסט זיין וויזיע? האסט שוין אויסגעהערט איים דעבאטע? האסט שוין אויסגעהערט איין קאמפיין רעדע פון אים? האסט שוין בכלל געהערט א רעדע פון אים? האסט געהערט א רעדע פון אים אלץ וויצע פרעזידענט?

אדער דו פרעגסט סתם ווייל פארוואס נישט, אדער גאר ווילסטו אז איך זאל דיר דא גאר אפשרייבן ווער דזשאו ביידען איז

אבער דער אמת איז אז איך האב נישט די צייט און די כוח צו אפשרייבן 60 יאר פון דינען דאס לאנד, 60 יאר פון פארשוטאנד אין אלע סארט ענינים, ווייל יכלו הזמן והם לא יכלו...

ממילא אז דו ווילסט באמת וויסן איבער אים, זיינע פאליסיס, זיין וויזיע פארן לאנד וועלכע ער דינט שוין זיין גאנץ לעבן (נעבעך פאר אים אז דאס דינט ער, אבער ער איז דאך א גוי) זיינע מעגליכקייט און ערפארונג אין פירערשאפט, און צו זיין פרעזידענט, דאן מאך א שנעלע זוך אויפן געוועב, איך גלייב וועסט טרעפן דארט גענוג און נאך
טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"
ביידען, נאוועמבער 2019


46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

חזן שמילאוויטש האט געשריבן:איינער קען דא מסביר זיין וואס דער ביידען האט צופארקויפן אז דער עולם דא האלט אז ער גייט געווינען?


דו פרעגסט צוויי שאלות, וואס האט ער צו פארקויפן, און פארוואס האלט דער עולם אז ער גייט געוואונען.

די ערשטע שאלה קענען אפשר זיינע שטיצער ענטפערן. אבער די סיבה פארוואס דער עולם האלט אז ער גייט געווינען איז, ווייל ער איז סאליד אין די פאולס. און אפילו איך האלט אויך אז ער פארקויפט נישט קיין סאך, און איך וואלט אים גענומען כמעט די לעצטע פון אלע קאנדידאטן, מוז איך שלום מאכן מיט די מציאות אז ער האט א שטארקע טשענס צו זיין די נאמעני.
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

אינצווישען האט שוין ביידען2020 אריינגעהאקט, סאו זע איך אז די ערשטע שאלה דארפסטו אליינס זוכן די תי' אויפן געוועב...
אוועטאר
חזן שמילאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזן שמילאוויטש »

ביידען2020 האט געשריבן:
חזן שמילאוויטש האט געשריבן:איינער קען דא מסביר זיין וואס דער ביידען האט צופארקויפן אז דער עולם דא האלט אז ער גייט געווינען? אויסער דאס אז ער איז געווען אונטערן פארהייליגטן אבאמא איז דא נאך עפעס? ער קוקט אויס גאר ווייט פון זיין ראוי לאותו איצטלא!

קענסט זיין היסטאריע? קענסט זיין וויזיע? האסט שוין אויסגעהערט איים דעבאטע? האסט שוין אויסגעהערט איין קאמפיין רעדע פון אים? האסט שוין בכלל געהערט א רעדע פון אים? האסט געהערט א רעדע פון אים אלץ וויצע פרעזידענט?

אדער דו פרעגסט סתם ווייל פארוואס נישט, אדער גאר ווילסטו אז איך זאל דיר דא גאר אפשרייבן ווער דזשאו ביידען איז

אבער דער אמת איז אז איך האב נישט די צייט און די כוח צו אפשרייבן 60 יאר פון דינען דאס לאנד, 60 יאר פון פארשוטאנד אין אלע סארט ענינים, ווייל יכלו הזמן והם לא יכלו...

ממילא אז דו ווילסט באמת וויסן איבער אים, זיינע פאליסיס, זיין וויזיע פארן לאנד וועלכע ער דינט שוין זיין גאנץ לעבן (נעבעך פאר אים אז דאס דינט ער, אבער ער איז דאך א גוי) זיינע מעגליכקייט און ערפארונג אין פירערשאפט, און צו זיין פרעזידענט, דאן מאך א שנעלע זוך אויפן געוועב, איך גלייב וועסט טרעפן דארט גענוג און נאך

כ'האב געהערט זיינע דעבאטעס קען זיין טוט שוין זעכציג יאר פארן לאנד, אבער דער אלטער, לויט זיינע יעצטיגע אומשטענדן קוקט נישט אויס ווי ער איז קוואליפיצירט פאר דעם
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

חזן שמילאוויטש האט געשריבן:איינער קען דא מסביר זיין וואס דער ביידען האט צופארקויפן אז דער עולם דא האלט אז ער גייט געווינען? אויסער דאס אז ער איז געווען אונטערן פארהייליגטן אבאמא איז דא נאך עפעס? ער קוקט אויס גאר ווייט פון זיין ראוי לאותו איצטלא!


איר מאכט א שטיקל טעות, די אשכול איז נישט איבער וועם מען האלט אז יענער וועט געווינען די פריימעריס, די אשכול איז איבער וועם מען שטיצט.

איי דו האלטסט נישט פון אים? כשם שאין פרצופיהן שוין, כך אין דעותיהן שוין.

---

לגבי וואס ער פארקויפט, חוץ פון וואס מען האלט אז ער וואלט געווען א דיסענט פרעזידענט פאר 4 יאר, פארקויפט ער בעיקר דאס....

IMG_20190920_150808.jpg
IMG_20190920_150808.jpg (53.01 KiB) געזען 681 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”