פאליסי #1 - דער Freedom Dividendאין קורצןיעדער אמעריקאנער סיטיזען העכער 18 וועט באקומען $1000 א חודש, $12000 א יאר. אפגעזען פון זיין ארבעטס סטאטוס אדער סיי וועלכע אנדערע פאקטאר. דאס וועט זיי אלע ערמעגליכן צו צאלן זייערע בילס, זיך לערנען, עפענען ביזנעסער, זיין מער קריעטיוו, בלייבן געזונט, זיך אוועקציען פאר ארבעט, פארברענגען מיט די קינדער, קעיר נעמען פון באליבטע, און האבן א חלק אינעם עתיד.
א Universal Basic Income אויף דעם שטאפל וועט צולייגן צום עקאנאמיע 12.56 ביז 13.1 פראצענט - אדער ארום $2.5 טריליאן ביז 2025 - און צולייגן 4.5 ביז 4.7 מיליאן מענטשן צום labor force. אריינלייגן קעש אין די הענט פון מענטשן פאר פרייוויליגע באנוץ וועט זיין א שטענדיגע שטופ און שטיצע פאר דזשאב וואוקס און די עקאנאמיע.
היסטאריע פון Universal Basic Incomeדי איידיע איז גאנץ אלט, און איז פארגעשלאגן געווארן דורך דענקער און אידעאלאגן פונעם גאנצן פאליטישן ספעקטרום. דער פילאזאף Thomas More האט עס געשילדערט און זיין באוויסטע אוטאפיע. דער אמעריקאנער רעוואלוציאנער Thomas Paine האט עס באצייכנט א "נאטורליכע נחלה". נאבעל-פרייז עקאנאמיקער Milton Friedman און F.A. Hayek, ביידע קאנסערוואטיוון, האבן געשטופט דעם פלאן. דאס איז די פשוטסטע און מערסט אפעקטיווע לעזונג פאר ארעמקייט, האט געשריבן Martin Luther King. איבער 1000 עקאנאמיקער פון איבער 125 יוניווערסיטיס האבן אונטערגעשריבן א פארלאנג פון פרעזידענט ניקסאן דאס איינצופירן אין אמעריקע.
פרעזידענט ניקסאן האט טאקע אויפגעברענגט א פלאן פון גאראנטירטע income floor, וואס איז צוויי מאל דורכגעגאנגען קאנגרעס אבער דורכגעפאלן אין סענאט - דווקא דורך די דעמאקראטן, ווייל זיי האבן פארלאנגט א העכערע סכום, נישט די $500 וואס די פלאן האט געלויטעט.
היינט צוטאג האט עס די שטיצע פון מארק זוקערבערג, עלאן מאסק, נועם כאמסקי, ענדרו יענג, די קאסערוואטיווע Cato Institute, און
נאך אסאך.
Universal Basic Income איז נישט קיין נייע מאדע. עס איז א אלטע געדאנק וועמענס צייט איז געקומען.
וויאזוי סאלווט עס 'דעם' פראבלעם? AKA, וואו פונקטליך ליגט זיין גאונות?דער פראבלעם איז געווען אז איבער פיר מיליאן דזשאבס זענען שוין פארלוירן געגאנגען צו אויטמאציע צווישן 2000-2015, און א דריטל פון אלע אמעריקאנע וועלן פארלירן זייערע דזשאבס ביז 12 יאר. אויטאמאציע
נעמט אוועק מער דזאבס ווי אימיגראנטן און טשיינע (און אנדערע לענדער) צוזאמען. אונזער יעצטיגע סיסטעם איז בכלל נישט פעאיג צו הענדלן אזא קריזיס.
- automation-and-unemployment.jpg (435.78 KiB) געזען 13377 מאל
אבער לאמיר שוין זאגן אז וועלפעיר וועט טון גענוג א גוטע ארבעט צו שפייזן די אלע ארבעטסלאזע, איז נאך דער עיקר חורבן גענצליך אומבארירט. דער הויפט פראבלעם איז די קאלאטארעל דעמעדזש וואס קומט ארויס פון אזויפיל ארבעטסלאזע, וואס קען ברענגען די צאמפאל פון אונזער סאוסייעטי.
אונזער יעצטיגע געים פון קאפיטאליזם איז א שפיל פון לעבן און טויט. ווער עס מאכט נישט צום לעבן קומט בעצם דער טויט, ער איז ווערטלאז, נאר מיר האבן רחמנות אויף אים און ווארפן אים צו גענוג אויף צו דערהאלטן דעם חיות, ווילאנג ער קען זיך טאקע נישט קיין עצה געבן. די סטיגמע געבט א געפערליכע קלאפ פארן סעלף-עסטים, חוץ פון דעם וואס עס מאכט דעם מענטש אפאטיש און אובד עצות.
טראכט א מינוט פונעם 54 יעריגן טראקער וואס האט שווער געארבעט זיין גאנץ לעבן, און פלוצלינג איז ער מער גארנישט ווערט. גאנץ שנעל זעט ער איין אז ער איז נישט וועלקאם ביי קיין שום אנדערע ארבעט. ער האט אגאנץ לעבן באטראכט די וועלפעיר נוצער ווי פוילע אויסנוצער, אבער יעצט האט ער נישט קיין צווייטע ברירה אויב וויל ער בלייבן לעבן. וויאזוי פילט ער זיך? ער פילט זיך א טאטאלער דורכפאל אן דעם וואס ער האט געטון עפעס שלעכט. ער פילט זיך א לאסט אויף סאוסייעטי מיט דעם וואס ער לעבט, א הונט וואס עסט די צוגעווארפענע ביינדלעך אונטערן טיש, א אפיציעל באשטעטיגטע לוזער.
שטודיעס ווייזן, וואס שכל הישר זאגט, אז אזעלכע מענטשן ווערן פול מיט האס און פארלוירנקייט, אויפגערעגט אויף די גאנצע וועלט, נוצן מער דראגס, באקומען מענטל העלט פראבלעמען, העכערן די זעלבסטמארד ראטע, און ווערן
עקסטרעמיסטיש און פאליטיש ראדיקאל.
- 2019.03.12_Metro_Automation-geography-discontent_2.png (49.83 KiB) געזען 13377 מאל
(וואס איז איראניש ווייל די טראמפ אדמיניסטראציע
האט פארשארפט דעם אויטאמאציע פראבלעם)
יעצט מאך דאס אלעס טיימס הונדערט מיליאן. שטעל דיר פאר אז א דריטל פון אמעריקע איז אויפגערעגט אויף אמעריקע, די גאנצע וועלט און זיך אליין, זיי ווילן אלעס חרוב מאכן.
די טראקערס וואס גייען פארקירן זייערע טראקס אין די ברייט פון די הייוועיס, כדי צו פאראליזירן גאנץ אמעריקע, גייען עס נישט טון ווייל זיי זענען הונגעריג. זיי גייען עס טון ווייל זיי גייען פילן rejected by society, און זיי גייען זוכן נקמה.
און נישט נאר די וואס גייען פארלירן זייער ארבעט, נאר אויך די וואס ארבעטן יא (און וועלפעיר ווייסט נישט פון זיי) גייען ווערן דערשראקן און אומזיכער, נישט וויסנדיג ווען זייער צייט וועט קומען. שטודיעס ווייזן אז דאס קען מאכן א מענטש נארישער און אומראציאנאל, ער פארלירט פאקטיש 12 IQ פוינטס. אונזער יעצטיגע public discourse איז פול מיט האסע און קינדערישקייט. לינקע באשולדיגן טראמפ, רעכטע באשולדיגן AOC און אירס גלייכן. אבער באמת זענען זיי סימפטאמען פון זייער צייט, און לויט די יעצטיגע מהלך וועט עס נאר ווערן ערגער.
און פארשטייט זיך אז ווען א מענטש פארלירט צוועלף IQ פוינטס איז אים שווערער צו טראכטן פונעם עתיד און זען וואס ער קען יא טון, ווערט דער פראבלעם נאך ערגער.
שטעל דיר פאר א גרופע שפילער זיצן ארום א טעלער פאפקארן און שפילן מאנאפאלי. איינער פון זיי האט נישט באקומען קיין געלט אנצוהייבן, און ער קוקט זיך צו ווי די אנדערע שפילן, געווינען און פארלירן. אבער זיי לאזן אים עסן פון די פאפקארן. וואס טראכסטו, ער איז פול מיט דאנקבארקייט?
דא קומט Universal Basic Income און טוישט די גאנצע מעשה. קאפיטאליזם ווערט א געים געשפילט מיט הנאה פונקט ווי געווענליכע מאנאפאלי. מער נישט קיין פראגע פון לעבן און טויט, נאר פונעם מינימום און מער. דו ביסט קיינמאל נישט ווערטלאז, ווייל יעדער איז ווערט און בארעכטיגט צום הכרח, אלס מענטש און בירגער אינעם מערסט-אנטוויקלטע עקאנאמיע. דו האסט אלעמאל עפעס מיט וואס אנצוהייבן.
עס ברענגט צוריק די נארמאלע שכל, אז מער אויטאמאציע ברענגט אונז מער פרייהייט, דער באשעפער פארגרינגערט דעם בזעת אפיך תאכל לחם.
- C2OjBzFXAAE7nuc.jpg (311.12 KiB) געזען 13377 מאל
דער אויבנדערמאנטער טראקער, ווען ער ווערט אפגעזאגט, וועט נישט ווערן אינגאנצן צוטראסקעט, ווייל ער באקומט נאך דער טויזנטער ווי יעדע אנדערע אמעריקאנער. ער וועט זיך נעמען די צייט און רואיג אוועקזעצן טראכטן וואס ער קען אויפטון אויף דער וועלט און צוגעבן פארן מארקעט, עפעס וואס מאשינען קענען נישט. לאמיר זאגן ער וועט קומען צו די מסקנא צו עפענען א קאפי-הויז. ער קען זיך און ער קען זיינע שכנים און ער ווייסט אז ער קען צושטעלן א איינגארטיגע אטמאספערע וואו דער עולם וועט הנאה האבן צו פארברענגען און הערן זיינע וויצן.
אמאל וואלט ער נישט געהאט די געלט איינצושטעקן, און סייווי איז ער געווען צו פארפלאגט ביי די ארבעט צו טראכטן פון א תכלית (wage slavery). אויך וועלפעיר וואלט אים נישט געהאלפן, און ער וואלט ארויסגעפאלן גלייך ביים עפענען א ביזנעס. און זיינע שכנים וואלטן סייווי נישט געהאט די געלט און צייט צו פארברענגען ביי אים.
דאס אלעס האט זיך אבער געטוישט. ער קען נאר פארדינען. יעדן איינציגן חודש קומט דא אריין מיליאנען, יעדער האט קעש ביי זיך, און עס גיסט זיך די שפע.
דאס טוישט דעם גאנצן מיינדסעט פון וועט דאס דורכפאלן צו וועט דאס געלונגען. רייכע קינדער זענען מער מצליח נישט דווקא ווייל זיי באקומען פון זייער טאטע'ס רייכטום, נאר ווייל זיי האבן די דרייסטקייט צו פראבירן, ווייל זיי ווייסן אז זאל זיין וואס זאל זיין וועלן זיי נישט אינגאנצן צוגרונד גיין. אונזער פאטערלאנד קען דינען דעם זעלבן צוועק.
די מעגליכקייטן און טויערן וואס דאס וועט עפענען פאר מענטשן איז אוממעגליך זיך צו פארשטעלן.
אסאך טוען נישט וואס ברענגט זיי באפרידיגונג און העלפט פאר סאוסייעטי, ווי וואלונטירן פאר וויכטיגע צוועקן, ווייל זיי זענען פאריאגט און פארפלאגט. אסאך נוצן נישט די בעסטע אויס זייערע טאלאנטן, ווייל זיי האבן נישט קיין רגע זיך אפצושטעלן. דאס אלעס קען זיך טוישן.
דאס אלעס? זענען דא נאך בענעפיטן?גוט אז דו פרעגסט! UBI איז שוין טיילווייז אויסגעפירט געווארן אויף אסאך פלעצער, און די שטודיעס וואס רעכענען אויס די מעלות וואס דער סיסטעם ברענגט פארנעמען גאנצע ביכער. דאס איז א טיילווייזע סך הכל פון אסאך שטודיעס צוזאמען.
פאר מער זע
https://www.reddit.com/r/BasicIncome/wi ... vidence.3Fhttps://medium.com/@2noamehttps://basicincometoday.com/איך וועל אויסשמועסן מער אויב וועט זיין אינטערעסע.
איז דאס נישט סאציאליזם? ליבעראלע מתנות?ממש נישט. קוק אויבן וועסטו טרעפן אסאך קאנסערוואטיוון, ליבערטעריענס, און פרייע מארקעט פארטיידיגער וואס האבן געקעמפט פאר דעם פלאן.
דאס איז ווייטער קאפיטאליזם, אבער קאפיטאליזם וואס הייבט זיך אן ביי 1000 אנשטאט 0. קאפיטאליזם מיט א floor, וואו קיינער קען נישט פארלירן זיין צורת אנושי.
עס איז א אפגרעיד פאר קאפיטאליזם וואס פאסט הערליך אריין, און וועט מאכן וואקסן אונזער יעצטיגע קאפיטאליסטישע סיסטעם מיט $2.5 טריליאן אין אכט יאר.
נאך מער, די רעגירונג געבט סייווי אויס אזויפיל געלט פאר פראגראמען, זאלן זיי עס כאטש מאכן אויף א בעסערע וועג. די רעגירונג איז זייער נישט גוט אין באשליסן ווער דארף באקומען געלט און פאר וואס, בעסער זאל די גאווערמענט אונז געבן די פרייהייט אליינס צו טון ווי מיר זעען פאר ריכטיג. דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס די פראגראמען מאכן אסאך קאליע מיטן באוויסטן welfare trap, די אלע פראבלעמען פאלן אוועק. נישט אומזיסט ווילן
כמעט אלע באנוצער פון פראגראמען בעסער דאס אויפטוישן אויף בעיסיק אינקאם.
די טיף-רויטע סטעיט אלאסקא האט שוין לאנג א כמו basic income באזירט אויף זייער אויל. טעכנאלאגיע איז היינט די אויל פון גאנץ אמעריקע, און מיר קענען נוצן די געלט פונקט אזוי.
אפט געפרעגטע פראגעסוויאזוי וועט מען עס באצאלן?
וועט עס נישט הייבן פרייזן? וועט עס נישט ברענגען אינפלאציע?
וועלן נישט מענטשן אויפהערן צו ארבעטן?
וועלן עס נישט מענטשן אויסנוצן פאר דראגס און אנדערע נארישקייטן?
דאס אלעס וויל איך ענטפערן שפעטער, ווייל דער פאוסט איז שוין צו לאנג. אבער דערווייל אפאר ספוילערס.
יענג'ס פלאן וועט זיך אויסצאלן אן צוצולייגן א פעני צום דעפיציט.
ווילאנג דו קויפסט איין פאר ווייניגער ווי 120K א יאר (און אפילו מער) וועסטו פארדינען. ווייניגסטנס 96 פראצענט וועלן פארדינען.
דער פלאן ברענגט נישט קיין פרישע געלט אינעם סיסטעם. קיין אינפלאציע.
מענטשן וועלן ווערן
מער פראדוקטיוו און נוצן
ווייניגער דראגס, ווי שטודיעס ווייזן.