ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג פאברואר 09, 2020 1:01 am

יא יא.
נישט געקענט געהעריג ליינען ווייל איך האב שוין צופיל געליינט דארט דעם חודש אן באצאלן. אבער געזען אז אסאך רייסן אראפ די טיימס פאר מאכן אן ארטיקל פון אזאנע שטותים

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » זונטאג פאברואר 09, 2020 1:12 am

יענג אטאקירט קיינמאל נישט ביים דיבעיט

איז שוין אמאל געווען אזא זאך אזוי צו געוואונען א פארמעסט?

די גאנצע שקארקייט פון קלאובאושער יעצט ביים דיבעיט.
איז נאר ווייל זי האט אנגעהויבן צו אטאקירן רעכטס און לינקס
אז יענער קען קענסטו אויך

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » זונטאג פאברואר 09, 2020 4:03 am

Yang2020 האט געשריבן:זיי מוחל, ווילסטו הערן וועלכע נאמבער איז אויסגעזויגן פון פינגער? די 4.5% וואס דו האסט געשריבן איבער אייאווע,


טיפיקעל נישט גענטפערט, איך האב געשריבן אז יענג איז 3.5% נאך א לאנגע צייט וואס ער האט אזוי געפאולט, האסטו געשריבן אז סאיז ארויסגעזויגן פין די פינגער, אין אנשטוט ענטפערען דעראויף, שרייבסטו וועגען וויפיל מענטשען איך האלט שטיצען יענגס UBI

Yang2020 האט געשריבן:און ווען דו רעדסט פון אנקעטעס, רעדסטו פון די וואס האבן אונטערגעשאצט יענג מיט איבער 50% אין אייאווע? לויט דעם איז יעצט יענג 5.4% נאציאנאל, צום ווייניגסטנס. (מסתמא מער, ווייל צו קאוקעסעס קומט מען שווערער ווען יענער האלט נישט ביים געווינען. אין אנדערע ווערטער, נעמענדיג סטייער פאר א מעסטער, האט יענג באמת געהאט 10% שטיצע אין אייאווע און די אנקעטעס האבן אים געשאצט א דריטל אזוי הויך ווי ער איז געווען. וועלקאם צו 10.8% נאציאנאל :P


מען האט אינטער געשאצט יענג מיט ווייניגער ווי 2%, פאולס האבן א מארזשין פאר ערראר

אנשטוט סטייער ניץ בלומבערג ער האט געפאולט 1% אין באקימען .1%. לויט דעים איז יענג 36%, אין פיט בוטיג, וואס האט אויך באקימען 50% מער ווי די פאולס אין אייאוע איז באמת 70% נאציאל, אין 200% אין נו העמשיר,

אפשר וועגען דעים באריכט דראדזש ריפארט אז די AI פראדיקט אז פיט גייט געווינען די פריימעריס

פארדעים האסטו געהאלטן אז קאוקוס וועט ארויסברענגען שטערקער די יענג שטיצער, ליין וואס די האסט אליין געשריבן

Yang2020 האט געשריבן: פארשטייט זיך אבער אז ענטוזיאסטישע שטיצער גייען ארויס אין העכערע פראצענטן ווי אומענטוזיאסטישע. אלע אנקעטעס האבן געצייגט אז יענג שטיצער זענען די מערסטע ענטוזיאסטיש, נאך מער ווי סאנדערס שטיצער


לויט דאס שטימט פארוואס ער האט אנגעצויגן כמעט 2% העכער די פאולס

Yang2020 האט געשריבן: דאטא אז 61% שטיצען עס אין אייאווע האב איך אליינס געזען. עס איז געווען באזירט אויף צענדליגע אדער הונדערטע טויזנטע רעספאנסעס, און איז געווען אפען פאר אסאך וואלונטירן - שווער געווען עס צו זויגן. חוץ אויב מיינסטו צו זאגן אז איך בין גאר דער ליגנער? גאו אהעד!

איך זאג אז די ביסט א שטארקע יענג שטיצער במילא אויף יענג זאכן ביסטו נישט זייער באגלייבט

Yang2020 האט געשריבן: הער מיר צו זיסקייט, די 61% זענען פון די וואס זענען אנגערופן (אדער געטעקסט) געווארן דורכן יענג קאמפיין, און מען האט זיי קלאר מסביר געווען יענג'ס פלאן, אריינגערעכנט פון וואו מען גייט עס צאלן, וואס מיינט אז געוויסע פראגראמען וועט מען איינטוישן דערפאר. סברו וקיבלו.


לאמיר זאגן אז איך גלייב דיר אז די דעטע איז אמת, אין די אלגעמיינע פאולס איז דא רעכט געשטימטע אין לינק געשטימטע, די חילוק איז אסאך מאל 10%, 538 גראד עס אויס לויט ווי ער האלט, אבער אלס איז פראפעשענעל אינדיפענדעט, איעדע ווארט וואס א פאולסטער ניצט מאכט שטארק אויס אויף די ריזאלטס, קיינעם איז נאכנישט איינגעפאלן צו גלייבן א קאמפיינס אייגענע פאול,
Yang2020 האט געשריבן: קענסט באשליסן נישט אנצונעמען די פאקטן, אבער ערשט לאמיר זיין קלאר וועלכע פאקטן דו נעמסט נישט אן.


איך מיין די ווייסט נישט די טייטש פין פאקט כוועל דיר ארויסהעלפן

ווען די וועטער זאגט אז מאנטיג גייט שנייען, איז עס נישט קיין פאקט אז מאנטיג גייט שנייען,

אויב שנייט טאקע מאנטיג, ווערט עס א פאקט אז מאנטיג האט געשנייט,

אויב די פאולס זאגן אז 3.5% שטיצען יענג, איז עס נישט קיין פאקט אז נאר 3.5% שטיצען יענג

אויב (אויב) די אייגענע פאולס זאגן אז 61% שטיצען זיין געדאנק, איז עס נישט קיין פאקט אז 61% שטיצען עס

אויב 5.2% וואטען פאר עים, איז עס א פאקט אז 5.2% פין די קאקוס גייער האבן עים געשטיצט

אויב טויזנט עקענאמיסטן זאגן אז UBI גייט נישט ברענגען אינפלאציע, איז עס נישט קיין פאקט אז UBI ברענגט נישט אינפלאציע

אויב פראבירט מען UBI אויף אפאר טויזנט אין אפריקע איז עס נישט קיין פאקט אז עס גייט ארבעטען דא אין אמעריקע

אויב יענג זאגט אז UBI גייט זיך כמעט אליין אויסצאלן פין שניידן פראגרעמס אין נאך אפאר חלומות, איז עס נישט קיין פאקט, אפשר אפילו נישט קיין אפיניען מעגליך סתם א ליגענט כדאי אז מער מענטשען זאלן עס שטיצען

אז אפילו מיט אוטאמאציע איז נאך אלטץ דא מער זשאבס יעדעס יאר פאר די לעצטע 11 יאר, דאס איז א פאקט

ווען די שרייבסט אז סאיז נאר צייטוויליג אין די קראך קימט, איז עס נישט קיין פאקט אז עס קימט א קראך

ווען די שרייבסט 20 מאל איבער די זעלבע opinion, איז עס נאכאלטץ נישט קיין פאקט סאיז נאך אלץ א opinion,

סאיז דא א אלט ווארט
your entitled to your own opinions but not to your own facts

איך בין געבליבען מיט אסאך צי זאגן אבער, למשל פארוואס איך האב געשריבן אז יענג זאל פראבירן אין אלעסקע אין נאכדעים וואס יענג האט געזאגט אז 61% אייאווע שטיצען עס אז ער זאל עס דארט פראבירען, אבער אזויווי אייוועלט יענג האט נישט פארשטאנען, וועגן אלעסקע, אדער יא פארשטאנען אבער אנשטוט ענפערען האט ער
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג פאברואר 09, 2020 7:57 am

ישוב הדעת, פארוואס האלטסטו אז ער געבט זיך נישט קיין עצה מיט די בייעס? איך מיין אז ער טוט די בעסטע וואס איז מעגליך לויט די אומשטענדן. אדרבה, וואס האלטסטו וואלט ער געקענט טון?
ווי שוין געשריבן דא אמאל, גייט ער אויף זייער א שמאלע שטריק. אויב זאל ער זיך אנהייבן אויפפירן "טראמפי" איז פשוט אוממעגליך אז ער זאל נאך עפעס אויפטון.
איך ווייס באמת נישט פון נאך איינער ווי ער, מיט אזעלכע אומשטענדן און שטערונגען, וואס איז אנגעקומען אזוי ווייט. און ברענג נישט קיין ראיה פון טראמפ, וואס איז געווען א ביליאנער, א סעלעבריטי, אנגעהויבן מיט א הארטע באזע פון 11%, וכולי וכולי.

---

וואס טוט זיך, עס קוקט אויס אז עס איז אומבאקאנט (מסתמא ווייל איך בין דאן נאכנישט געווען אויפן וועלטל :wink: ), אבער ביי די ערשטע דעבאטע איז אויך זיין מייק געווען מיוטעד. ער און וויליאמסאן האבן עס ביידע דערנאך געזאגט ברבים, און עס איז אויך געווען ווידיאו עווידענס.
יעצט האט ער עס (נאכנישט?) געזאגט, קען זיין ווייל ער האלט אז יעצט איז נישט קיין גוטע צייט צו זיין א וויקטים, אבער מענטשן וואס זענען געזיצן אויף די ערשטע רייע האבן עס מעיד געווען, און עס איז אויך דא אביסל ווידיאו עווידענס.
איינמאל איז דאס:
[לינק אראפגענומען]
(צינד אן די וואליום צו די העכסטע און קוק גוט אויף יענג)
נאך אמאל איז דאס, ווען יענג האקט איבער מיט "פיעט, פיעט" הערט מען עס נאר פון פיעט'ס מייק, און די נעקסטע ווערטער פון זיין אייגענע
[לינק אראפגענומען]
(נאך וואס דער שטיקל איז געגאנגען וויירעל, האט ABC ארויסגעלייגט דעם קליפ פארראכטענערהייט, וואו מען הערט די ווערטער "פיעט, פיעט" הויך און קלאר)

איך וויל זיך אבער אביסל פאררעכטן, איך האב געהאט געשריבן אויפגערעגטערהייט.
פאריגע מאל איז געווען קלארע ווידיאוס וואו ער זאגט גאנצע סענטענסעס און ווערט נישט אויפגעכאפט, און אויך האט ער און וויליאמסאן עס קלאר באשטעטיגט, בין איך 100% זיכער אז עס טאקע אזוי געווען.
יעצט איז עס קורצע סעקונדעס, און נאר באשטעטיגט ערשטהאנטיג דורך צושויער. איך בין נישט קיין אוידיאו עקספערט, קען זיין אז עס האט א צווייטע הסבר (כאטש, ווי די באבעס פלעגן זאגן, צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין, אבער דאך), בין איך נאר 75% זיכער.

---

די ני"ט ארטיקל איז געבויט אויף 1) א באשולדיגונג פון אפאר חדשים צוריק, וואס איז "פערצופאל" יעצט רעסייקעלט געווארן, פון א ארבעטארין וואס טענה'ט אז מען האט איר נאר אפגעזאגט ווייל זי איז א פרוי. אין די צייט וואס ער האט געהאט זייער אסאך פרויען איינגעשטעלטע (גראדע מער ווי געווענליך אין יענעם מארקעט), און אסאך קאלאגעס זענען געקומען פארציילן אז עס האט געהאט פיינע סיבות פארוואס איר אפצוזאגן, און זי איז אליינס מודה אז זי האט באקומען איבערגעטריבן גוטע קאמפענסאציע. 2) א קאלעקציע פון מאדנע פראבלעמען, געזוכט פון אונטער דער ערד, ווי למשל דאס:
Four people who worked with Mr. Yang at the test-prep company said he was socially awkward and prone to overstepping boundaries. They variously recounted moments when he burst out laughing when someone discussed a tragic event or when he pressured employees to participate at company karaoke outings.


וויי וויי, ער האט געלייגט פרעשור מיטצוהאלטן אוטינגס! גאנצע פיר מענטשן זענען ארויסגעקומען פון די באהעלטענישן דאס צו פארציילן!
און דאס קומט פונעם ני"ט, וואס האט אינדארסירט קלאבוטשער, וואס האט געווארפן טעלערס אויף אירע איינגעשטעלטע און געגעסן א סאלאט מיט איר האר בארשט. (איך זוך נישט דא צו באשמוצן קלאבוטשער, אבער די היפאקריטסווע פונעם ני"ט איז דאך הימל שרייענד).

און יא, יענג האט אליינס געשריבן אויף זיך אז ער פלעגט זיין סאציאל אומבאקוועם און א אינטראווערט, און יעצט האט עס שוין די הסכמה פונעם ני"ט. אז מען קוקט אים יעצט אן אויפן קאמפיין טרעיל, ווי ער איז פול מיט ענערגיע אין מאסן ראליס און קאנעקט אזוי גוט צו מענטשן, זעט מען א מענטש וואס האט זיך גאר אסאך געסטרעטשט. נאר מער ראיה אויף זיינע כוחות הנפש, ומושל ברוחו מלוכד עיר.

אגב, איז מלאך רע בעל כרחו יענה אמן, און פונעם ני"ט ארטיקל קען מען אויך גרינג פארשטיין אז ער איז א גוטער וואס האט ליב צו העלפן מענטשן, איינמאל מען שיילט אראפ די שטעכיגע שאלעכץ.
אויף יעדע פון די אנדערע קאנדידאטן אויפן סטעידזש וואלט איך געקענט פארציילן אסאך זאפטיגערס, און איך בין נישט קיין אינוועסטיגעטיוו דזשורנאליסט. קוקט אויס אז דאס איז טאקע די ערגסטע וואס מען קען טרעפן אויף יענג.

און אגב דאגב, איז יענג נישט נאר נישט דערמאנט געווארן בכלל אינעם ני"ט ארטיקל פון די לעצטע דעבאטע, נאר דאס בילד וואס זיי האבן געלייגט איז פון ווען יענג איז נאכנישט ארויסגעקומען צום סטעידזש. איינער וואס ליינט נאר דעם ארטיקל פאלט נישט ביי אז יענג האט בכלל קוואליפייד.
Objective journalism at its finest.

---

פרוביר אויך, ער אטאקירט פאליסיס, נאר נישט מענטשן.
צי איז שוין געווען אמאל אזא זאך צו געווינען אזוי? איך ווייס נישט. אבער אויב וועט ער געווינען וועט עס נישט זיין די איינציגסטע זאך מיט וואס ער וועט זיין דער ערשטער...
אמעריקע איז אזוי צופליקט און צוריסן, און אפילו ביי די דעבאטעס פון דעם פארטיי אליינס קריגט מען זיך אן אויפהער, אז יענג קען ארויסשטיין (ווען זיין מייק איז אנגעצינדן) דווקא מיט דעם וואס ער איז דער עדאלט אינעם רום. שווער צו זאגן צי די סטראטעגיע ארבעט, אבער נאך שווערער איז צו זאגן אז ער וואלט עפעס פארדינט פון אטאקירן רעכטס און לינקס.
ער וואלט לכאורה נישט פארדינט פון שפילן קלאבוטשער, פונקט ווי קלאבוטשער וואלט נישט פארדינט פון שפילן יענג.

(אגב, פאר די וואס טענה'ן אז יענג דארף אריינהאקן מער. יענג האט באוויזן אריינצוהאקן צוויי מאל, קלאבוטשער האט נישט אריינגעהאקט קיין איין מאל. זי האט גערעדט מער ווי דאפלט אזוי לאנג ווי יענג, ווייל זי איז פשוט געפרעגט געווארן מער ווי דאפלט אזויפיל פראגן).

---

קאטאגאריש, איך האב געענדיגט מיט דיר אויף דעם אישו. סארי.
פארשטייט זיך אז דאס וואס דו ביסט מיר חושד אויף ליגנט, כאטש מען האט מיר נאך קיינמאל נישט געכאפט אין דעם, (און נישט ווייל מען האט נישט פרובירט), אין די צייט וואס דיינע "פונקטליכע ציפערן" זענען שוין צענדליגע מאל געטראפן געווארן אן דעקונג (און ניטאמאל האסטו זיך אנטשולדיגט, אפילו פעם אחת), פארשטייט זיך אז דאס העלפט דיר נישט צופיל ארויס.

אויב איינעם איז שווער זיינע שאלות, זאל ער עס איבערפרעגן אויף א נארמאלע וועג, און איך וועל ענטפערן בחפץ לב.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג פאברואר 09, 2020 12:02 pm

פארוואס קומט ער נישט ארויס מיט א סטעיטמענט וואס גייט מאכן אז די נייעס זאל זיין ביזי מיט אים, זאל ער ארויסקומען מיט א באשולדיגונג קעגן די דנס אז עס זאל גיין א רויעך.

קען זיין אז איך בין ראנג, אבער סאומהאו זעה איך אז ער רוקט זיך נישט ארויס פון זיין וועג צו באקומען עטענשאן.

און בד״וו האט ער שוין פראבירט צו אטאקירן איינעם אויפן דיבעיט סטעידש אויף א וועג אז יעדער זאל וויסן דערפון?

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » זונטאג פאברואר 09, 2020 12:03 pm

א דאנק יענג, קלאר ווי אייביג.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג פאברואר 09, 2020 12:39 pm

ארויסקומען מיט א באשולדיגונג קעגן די דנס מיינט זיין טראמפי, וואס וועט אים דערשטיקן אויפן פלאץ.
ער האט שוין אסאך פרובירט צו ציען אטענשאן. נאר ווי געשמועסט גייט ער א שמאלע שטריק צווישן אויסזען ווי טראמפ פון איין זייט און וויליאמסאן פון די צווייטע. אין די זעלבע צייט וואס דו האלטסט אז ער איז צו גראד, האלטן אנדערע (און שוין געשריבן דא אויפן וועלטל) אז ער איז צו טראמפי און דעריבער זענען זיי קעגן אים. די יעצטיגע דעמאקראטישע פריימערי איז אפשר די שווערסטע אין היסטאריע פאר א אוטסיידער, צוליב די וואונדן וואס די דעמאקראטן לעקן זיך פון טראמפ'ס געוואונס, ווי געשריבן אין די אנדערע אשכול.

אטאקירן אויף א וועג וואס יעדער זאל וויסן? יעדער ווייסט וואס די מידיא שפילט אויף. ער האט למשל אטאקירט ווארען איבער אויטאמאציע, מיט א שארפע קאמבעק ("איך האב די דאטא. איך האב געזען די דאטא אין אלע אמעריקאנע שטעטלעך, און אמעריקאנער זענען גענוג קלוג דאס צו וויסן", קעגן איר זיך ארויסדרייען אז זי דארף נאך זען די דאטא). אבער אין די מידיא האט מען דאן נאר געהערט פון קלאבוטשער, וואס זיי האבן דאן באשלאסן צו קרוינען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג פאברואר 09, 2020 1:08 pm

מ׳האלט ביי נעילה. אויב טוט ער נישט עפעס דראסטיש גייט ער ארויספאלן. פארוואס נישט זיין טראמפי און כאטש פראבירן צו געבן עפעס א שאקל? אויב בלייבט ער אזוי וועט ער בלייבן גערעכט אבער ביי זיך אין דיינונג רום...

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג פאברואר 09, 2020 2:00 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:פארוואס קומט ער נישט ארויס מיט א סטעיטמענט וואס גייט מאכן אז די נייעס זאל זיין ביזי מיט אים, זאל ער ארויסקומען מיט א באשולדיגונג קעגן די דנס אז עס זאל גיין א רויעך, קען זיין אז איך בין ראנג, אבער סאומהאו זעה איך אז ער רוקט זיך נישט ארויס פון זיין וועג צו באקומען עטענשאן.


ער קען נישט מאכען קיין שטינק און א רידער, ווייל ער איז צו שוואך אז איינער זאל קוקען אויף אים און קאווארען זיין ווייטאג.

מיר דא האבן די גאלדאנע ניק יענג וואס האלט אים ביים לעבן און ער ברענגט עקסטאז אין זיין קאנדידאטור.
אבער אין די עכטע וועלט איז ער א קאנדידאט וואס שוועבט צווישן 3 און 6 פראצענט, נישטא קיין סיבה אז איינער זאל אים אויסהערן און נעמען ערענסט, אז ער וועט שרייען און פארפירען וועט מען אריינפירען און היילען, אבער עס וועט אים קיין סאך נישט העלפן.

מעגליך מען האט אים בא'עוולה'ט, אבער ער דארף זיין שטערקער איםן די פאולס אז מען זאל וועלן הערן די עוולת.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 09, 2020 2:04 pm

ששש, זאגסט נישט אויס פאר די רעכטע דא וואס שטיצן יענג...
Asked about climate change, @AndrewYang says “I get frustrated when politicians talk about ‘preventing’ climate change”

Why?

“It’s already here” https://t.co/19AOdtZATy
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג פאברואר 09, 2020 2:51 pm

נישט קיין נייעס, ער זאגט עס אסאך מאל. און איך האב שוין אפאר מאל דערמאנט די אישו בהעברה.

אבער אנדערש ווי אנדערע, לייגט ער נישט ארויף אויף אמעריקע די גאנצע שולד. ער האלט אין איין איבער'חזר'ן אז אמעריקע געבט נאר ארויס 15% פון די גרינהאוז גאזן, און דיפלאמאטיע איז א גרויסע טייל פון זיין קלימאט פלאן.
אויך גייט זיין פלאן נישט צוגרינד לייגן די עקאנאמיע, נאר פארקערט. עס איז אויסגעשטעלט די מערסטע רעאליסטיש - די קלענסטע פרייז פאר די גרעסטע פארדינסטן.
און אויך גייט ער נאך די סייענס און פאקטן אויך ווען זיי שטימען נישט מיט די קלימאט רעליגיע (קלימאט רעליגיע רוף איך די חלק וואס האט גארנישט מיט סייענס), ווי עס זעט זיך אן מיטן שטיצן טאריום רעאקטערס.
און נאך.

(וע"ע וואס איך האב געשריבן דא. נישט אז עס האט שייכות צו קאנדידאט יענג)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג פאברואר 09, 2020 9:13 pm

יענג, ביסט ברוך השם באשאנקען מיט א פיין פעדערל, איין הערה: קיינער האט נישט א לייכט פעלד צו לויפן פאר פרעזידענט, נישט הילארי, נישט אבאמא, נישט טראמפ, נישט רעיגען, זיי האבן אלע געשוויצט און געהאט קעגנערשאפט און מניעות.

טראמפ'ס וואנזיניגע שריט און קעמפערישקייט האט אים געהאלפן, אבאמאס צויבער האט אים געהאלפן, רעיגנס הומער האט אים געהאלפן, און יענגס שכל העלפט אים נישט מער ווי א פאר פראצענט, עס כאפט בלויז א פאר מענטשן כמותך.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג פאברואר 10, 2020 1:18 am

הה״ד לא לחכמים לחם

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג פאברואר 10, 2020 7:21 am

ישוב הדעת האט געשריבן:הה״ד לא לחכמים לחם

;l;p-

אבער דער עיקר חילוק איז, אז די אלע האבן געשוויצט צו געווינען, יענג שוויצט צו זיך אויפבויען.
די אלע אויסגערעכנטע האבן אנגעהויבן מיט עפעס, נאר פארשטייט זיך אז אלץ איז דא ווייטער ארבעט און זיג קומט נישט פון זיך אליינס. דאך איז אסאך שווערער צו שאפן די ערשטע 7% ווי די צווייטע 7%. פונקט ווי די ערשטע מיליאן מאכט מען שווערער ווי די צווייטע, די ערשטע פאר חותמים אויף א תקנה אדער קול קורא קווענקלען מער ווי די שפעטערע, די ערשטע תושבים אין א נייע ישוב צעגערן מער ווי די נעקסטע פאר הונדערט.
(און אנדערש ווי הילערי, וועט ער אי"ה געווינען פרעזידענטשאפט ביים צווייטן מאל לויפן, די שאלה איז נאר צי ביים ערשטן :P)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:00 am

איך מיין אז בוטודזשעדש האט אנגעפאנגען מיט 7%, איך מיין ס׳איז דאך פשוט אזוי, ער איז געווען א מאיער אין א קליין שטעטל אין אנדיענע, מיט בערך 100 טויזענט איינוואינער, זיכער איז ער געווען א נאצינאלע פיגור בעפאר די יעצטיגע פארמעסט.

למעשה פארוואס טֿאקע לויפט נישט יענג קודם פאר א קליינע פאזיציע? א קאנגרעס זיץ, א גאווערנער אין א קליינע שטאט? ער קען מאפן אויף א קליין איסט קאוסט שטאט ווי ווערמאנט א.ד.ג און לויפן פאר גאווערנער, ער וועט זיך שנעלער און גרינגער בויען אזוי, און איין וועגס וועט ער קענען אויספרובירען זיינע פאליסיס אויף א קליינע פארנעם.

און פאר די פרעסגטס מיך וואס טוט זיך מיט סטעיער? זאג איך דיר אז איך האלט די זעלבע זאך אויף סטעיער, ער זאל קודם לויפן פאר א קלענערע פאזיציע פאר ער לויפט פאר פרעזידענט.

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:47 am

שמיע שמעתי אז אונזער העלד-קאנדידאט פון אייוועלט איז קעגן ברית מילה, אבער נישט געדאגה'געט בלומבערג מאכט עס עניוועי....
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:01 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:שמיע שמעתי אז אונזער העלד-קאנדידאט פון אייוועלט איז קעגן ברית מילה, אבער נישט געדאגה'געט בלומבערג מאכט עס עניוועי....

אפיציעל האט ער צוריק געצויגן
איך שיהי' ה' ישמרנו מהליבערעלס ומהמונם
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

תגובהדורך קלאץ קשיא » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:06 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:שמיע שמעתי אז אונזער העלד-קאנדידאט פון אייוועלט איז קעגן ברית מילה, אבער נישט געדאגה'געט בלומבערג מאכט עס עניוועי....


ער איז נישט דערקעגן מצד די רעליגיע שבו אדער געזונטהייט, נאר ווייל ער האלט אז אין 2072 וועלן זיין AI מוהלים.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:20 pm

איך וואלט געלאכט, ווען עס איז ווענישט אזא האקעלע נושא...

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:41 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:איך וואלט געלאכט, ווען עס איז ווענישט אזא האקעלע נושא...

ממעג מאכן א ווערטל?
די AI מוהלים וועלן מל זיין די AI קינדער
און די רעגולער די רעגולער...
אז מ'לעבט דערלעבט מען

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:59 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:שמיע שמעתי אז אונזער העלד-קאנדידאט פון אייוועלט איז קעגן ברית מילה, אבער נישט געדאגה'געט בלומבערג מאכט עס עניוועי....


שוין געשמועסט דא viewtopic.php?p=2014280#p2014280

נ.ב. נישט באקומען קיין ענטפער פון זיי אויב די דעילי ביעסט איז געווען אקוראט מיט זייער ריפארט.

שארף און קליג
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

תגובהדורך שארף און קליג » מאנטאג פאברואר 10, 2020 1:41 pm

כבוד הרב יענג שליט"א

וואס איז דיין אויפריכטיגע בליק, פארוואס יענג (די פאלשע...) ריקט זיך נישט ארויף שטערקער.

ראסע?
נישט גענוג אגרעסיוו?
צו קליג פאר רוב עמך מענטשן?
האט נישט עפעס א קורצע גוטע סלאגען וועלכע זאגט פאר א גוט לעבן?
מען קוקט אים (משום איזה סיבה) נישט אן וואו א קאנדידאט וועלכע קען געוואונען?
פשוט נישט קיין מזל?
או איזה סיבה אחרת?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג פאברואר 10, 2020 1:49 pm

@Waukesha, אז דו ווילסט דווקא קען איך פרובירן צו באקומען א אפיציעלע ענטפער אויף די פראגע. כאטש וואס איך האב בכלל נישט קיין ספק דערין, ווי שוין געשמועסט דארט און נאך פריער (ווי צוגעלינקט דארט).

(איך האב זיך באצויגן צו די ווערטער פון דערבארומדיג'ער, וואס האט נישט אויסגערעכנט בוטידזשעזש. בוטידזשעזש האט טאקע נישט אנגעהויבן מיט 7%, און ער איז טאקע א שטיקל חידוש, כאטש וואס ווי שוין ערקלערט איז אויך זיין וועג געווען לאין ערוך גרינגער ווי יענג'ס. ופשוט)


@שארף און קליג, די אלע סיבות (און נאך) האבן אמת אין זיך, און האבן געמאכט שווערער זיין וועג. אבער די עיקר זאך איז לכאורה, אז עס איז מתחילה געווען א שווערע זאך מצליח צו זיין, און וואלט געפאדערט א פערפעקטע קאמפיין מתחילה ועד סוף. דער קאמפיין איז אבער נישט געווען פערפעקט, און געמאכט אפאר סטראטעגישע טעותים (אדער פונקטליכער, missed opportunities) אין די פארגאנגענע חודש-צוויי, ווי אנגעמערקט דא אפאר מאל.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 10, 2020 4:51 pm

און אפילו מיט א פערפעקטע קאמפיין, איז אויך נישט זיכער אז מען קומט אן.

און בכלל, כאפטס א בליק אויף בוקער מיט העריס.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג פאברואר 10, 2020 6:54 pm

Waukesha האט געשריבן:איך מיין אז בוטודזשעדש האט אנגעפאנגען מיט 7%, איך מיין ס׳איז דאך פשוט אזוי, ער איז געווען א מאיער אין א קליין שטעטל אין אנדיענע, מיט בערך 100 טויזענט איינוואינער, זיכער איז ער געווען א נאצינאלע פיגור בעפאר די יעצטיגע פארמעסט.

למעשה פארוואס טֿאקע לויפט נישט יענג קודם פאר א קליינע פאזיציע? א קאנגרעס זיץ, א גאווערנער אין א קליינע שטאט? ער קען מאפן אויף א קליין איסט קאוסט שטאט ווי ווערמאנט א.ד.ג און לויפן פאר גאווערנער, ער וועט זיך שנעלער און גרינגער בויען אזוי, און איין וועגס וועט ער קענען אויספרובירען זיינע פאליסיס אויף א קליינע פארנעם.

און פאר די פרעסגטס מיך וואס טוט זיך מיט סטעיער? זאג איך דיר אז איך האלט די זעלבע זאך אויף סטעיער, ער זאל קודם לויפן פאר א קלענערע פאזיציע פאר ער לויפט פאר פרעזידענט.

נאר נישט דעס!!

זיין אייגנארטיגקייט און הויפט מעלות גייען אוועקגיין אויב ער טוט דאס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט