ווען איך האב געעפנט דער אשכול האב איך געפלאנט צו באשרייבן יענג'ס פאליסיס, און איינס פון די ערשטע האב איך געהאפט צו באשרייבן
Ranked Choice Voting, וואס איז פון די בעסטע געדאנקען אין פאליטיקל סייענס און יענג איז דער איינציגסטער קאנדידאט וואס שטופט פאר דעם.
איינס פון די מערסט-געהערטע סענטימענטן אין יעדן וואל-סעזאן איז אז רוב מענטשן שטימען נישט פאר וועמען זיי גלייכן, נאר זענען געצווינגען צו שטימען פארן רע במיעוטו. דאס איז א דירעקטע תוצאה פונעם וועג וויאזוי אונזערע שטימען ווערן גערעכנט.
פארוואס אקצעפטירן א סיסטעם וואס ברענגט אונז צו פילן אז מיר שטימען פאר די ווייניגער שלעכטע אנשטאט פאר די מערסט גוטע? אונזער יעצטיגע סיסטעם, ווי יעדער האט איין אויסוואל און דער מיט די מערסטע שטימען געווינט, ווערט באטראכט נעגאטיוו דורך עלעקשאן סייענטיסטן אלס איינס פון די ערגסטע וועגן וואס זענען מעגליך, צוליב אסאך סיבות. צווישן זיי:
- דער spoiler effect. א דריטע פארטיי קאנדידאט קען צונעמען גענוג שטימען פון א קאנדידאט אז יענער זאל פארלירן, כאטש מער ווילן יענעם ווי דעם אנדערן. חוץ פון דעם וואס דער אויסקום רעפלעקטירט נישט דאס ווילן פון רוב פאלק, ברענגט דאס אז דריטע פארטיי קאנדידאטן זאלן טאקע ווייניגער לויפן און זיין שוואכער ווי וויפיל זיי וואלטן ווען געקענט זיין, און דער duopoly ברענגט פארטייאישקייט, פארביסנקייט, צוריסנקייט און עקסטרעמיזם. גארנישט וואס דארף געטון ווערן ווערט נישט געטון אויב שטימט עס נישט מיטן פארטיי.
- דאס ברענגט "סטראטעגישע שטימען", וואו וויילער שטימען נישט פאר זייער בעסטע אויסוואל נאר פאר דער וואס וועט ענדערש געווינען. און נישט נאר ביי די וואלן, נאר חדשים פריער פארמאכן זיי שוין זייער מוח פון צו הערן קאנדידאטן מיט פרישע געדאנקען, ווייל "יענער האט דאך סייווי נישט קיין שאנס", און אזוי פארלירט יענער טאקע זיין שאנס.
- עס ברענגט פארטייאישקייט אויף נאך א וועג, ווייל קאנדידאטן מיט פראקטישע געדאנקן און ברייטערע שטיצע פארלירן צו קאנדידאטן וואס אפעלירן צו די עקסטרעמיסטן פון זייער פארטיי.
אין רענקד-טשויס, שרייבט יעדער וויילער אראפ זיינע פאר בעסטע קאנדידאטן לויטן סדר ווי גוט זיי זענען. אויב באקומט איין קאנדידאט איבער 50% פונעם ערשטן אויסוואל, איז ער דער געווינער. אויב קיינער האט נישט קיין רוב, נעמט מען אוועק דעם קאנדידאט מיט די ווייניגסטע (ערשטע אויסוואל) שטימען, און יעדער וואס האט געשטימט פאר אים רעכנט מען זייער צווייטע אויסוואל אנשטאט. און אזוי גייט דער פראצעס ווייטער ביז איין קאנדידאט קומט אן איבער 50%.
- Ranked-Choice-Voting-300x240.png (17.68 KiB) געזען 2689 מאל
די בענעפיטן פון דעם סיסטעם רעכענען אריין:
- העכערע טורנאוט. מענטשן זענען מער אינטערעסירט, און טורנאוט איז כאטש 10% העכער.
- אויסקום שטימט בעסער מיט ווילן פון פאלק. וויבאלד יעדער קען באצייכענען וויאזוי ער פילט איבער מער קאנדידאטן, רעכנט דער אויסקום אריין מער אינפארמאציע און רוב פאלק וויל ענדערש דאס. דער וואס רוב פאלק וויל געווינט, נישט דער וואס רוב פאלק וויל ווייניגער זיינע קעגנער.
נאך וואס RCV ווערט איינגעפירט, זענען רוב מענטשן אסאך מער צופרידן.
- ערלויבט פראקטישע קאנדידאטן מיט פרישע געדאנקען. א קאנדידאט וואס לייגט זיך נישט אזוי גרינג אריין אין באקסעס און אפעלירט אויך צו די אנדערע זייט האט בעסערע שאנסן צו געווינען ווי יעצט, ווייל וויילער קענען שטימען סיי פאר זייער פארטיי און סיי פאר דעם קאנדידאט.
- מער פאזיטיווע קאמפיינען. וויבאלד וויילער קענען שטימען פאר א קאנדידאט ווי אויך פאר זיין קעגנער, האלטן זיך קאנדידאטן צוריק פון נעגאטיווע קאמפיינען וואס וועט פארטרייבן די שטיצער פונעם אנדערן קאנדידאט אים אויסצורעכענען אויפן צווייטן אדער דריטן פלאץ, און אנשטאט בלייבן זיי מער ציוויל.
- EG2TrepWsAEtgBn.jpg (35.14 KiB) געזען 2689 מאל
- וויילער קענען זיך בעסער אויס, קאמפיינען ווערן קלוגער. ווען מענטשן האבן נאר איין אויסוואל, שטעלן זיי זיך על פי רוב אפ איינמאל זיי האבן זייער טשויס, און זוכן נישט פרישע אינפארמאציע איבער די קאנדידאטן און זייערע געדאנקען, אבער ווען זיי האבן מער אויסוואלן זענען זיי מער פלעקסיבל און גרייט מער צו לערנען. דאס ברענגט אויך א בעסערע אויסטויש פון געדאנקען צווישן די קאנדידאטן זעלבסט.
- קאנדידאטן וועלן ווייניגער קענען איגנארירן. אנשטאט פארטרעטן דאס פאלק, זענען צופיל פאליטיקאנטן פארנומען מיט שאך-שפילן, וואו געוויסע סטעפס דארפן גענומען ווערן נישט קיין חילוק וויפיל פויערן פאלן ביי די זייט. אבער מיט RCV איז נישט גענוג די שטיצע פון שליסל-דעמאגראפיקס און ספעשל אינטערעסטס, נאר רוב פאלק דארף ווילן אים מער ווי א צווייטן. דאס איז עפעס וואס מען דארף זיך פארדינען.
פארוואס שרייב איך יעצט וועגן דעם? ווייל
קומענדיגן דינסטאג (נאוועמבער 5 למספרם) וועלן
וויילער אין ניו יארק סיטי באשטימען (די ערשטע פראגע אויפן בעלאט) אויב שטאטישע וואלן פון 2021 און ווייטער זאלן זיין RCV.
https://rankthevotenyc.orgקיין חילוק צו איר האלט פון יענג אדער נישט, איז אבער דער געדאנק עפעס פון וואס יעדער קען פארדינען. גארנישט ווערט נישט ערגער - ווער עס וויל קען ווייטער נאר שרייבן איין אויסוואל.
איר קענט אויך שטימען דערפאר פריער ווי די צייט, זעט
דא.