2022 למספרם מידטוירם וואלן **בלויז נייעס**

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

הכל הבל האט געשריבן:אהייא סטעיט רעפרעזענטאט עמיליע סייקעס (ד) שפרונגט אריין אין די פארמעסט פאר די נייע דרייצנטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועלכע האט געשטימט 49.7 פאר ביידען און 49 פאר טראמפ

וויכטיג צו געדענקן אז די דיסטריקט קען נאך ווערן געטוישט נאך וואס די געריכט האט פארלאנגט איבערצושרייבן די מאפע


גייט לכאורה ווערן בלויער.

נאך ערגער איז אז אין די דיסטריקט לויפט מעקס מיללער מיט די שטיצע פון טראמפ, סא אין א ביידן דיסטריקט א שטארקע דעם מיט אזא טראמפיסט ווי מיללער זענען די רעפובליקאנער די אנדערדאגס.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעסמאן דזשערי מעקנערני (ד) פון קאליפארניע גייט ריטייערן

זשאש הארדער פון די (יעצטיגע) דערנעבענדיגע 10'טע דיסטריקט געמאלדן אז ער וועט לויפן צו ערזעצן מעקנערני
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אהייא סטעיט רעפרעזענטאט עמיליע סייקעס (ד) שפרונגט אריין אין די פארמעסט פאר די נייע דרייצנטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועלכע האט געשטימט 49.7 פאר ביידען און 49 פאר טראמפ

וויכטיג צו געדענקן אז די דיסטריקט קען נאך ווערן געטוישט נאך וואס די געריכט האט פארלאנגט איבערצושרייבן די מאפע


גייט לכאורה ווערן בלויער.

נאך ערגער איז אז אין די דיסטריקט לויפט מעקס מיללער מיט די שטיצע פון טראמפ, סא אין א ביידן דיסטריקט א שטארקע דעם מיט אזא טראמפיסט ווי מיללער זענען די רעפובליקאנער די אנדערדאגס.

אין אזא יאר ווי 22 ווי סאיז ערוואטעט א רויטע וועיוו איז שווער צי קענען פארזאגן.
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

באקאנטע לינקע גרופע וועלכע שטיצט פרויען קאנדידאטן פאר אפיס שרייבט אין א סטעיטמענט אז אויב סינעמא גייט אפאזירן די רול טויש גייען זי איר נישט אינדארסירן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טעקסאס ליוטענענט גאווערנאר דען פעטריק אויפגעטריבן 3 מיליאן דאלער אינעם צווייטן האלב פון 2021 למספרם און זיצט מיט 25 מיליאן דאלער אין די באנק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:לאנגיעריגע טעקסאס דעמאקראטישע קאנגרעספרוי עדי בערניס דזשאנסאן וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג
די דיסטריקט איז גאר שטארק בלוי און איז נישט ערווארטעט צו זיין קאנקורירנד

סטעיט רעפעזענטעטיוו דסשעסמען קראקיט (ד) האט נעכטן געמאלדן אז זי לויפט פאר די אפענע זיץ.

יעצט האט קאנגרעספרוי דזשאנסן (ד) איר אינדארסירט.

קעישא לענקפארד שפרונגט אריין אין א פריימערי אקעגן קראקיט

קראקיט פארעפנטליכט אינערליכע אנקעטע:

קראקעט 35
קאראוועי 11
העמילטאן 3
מעסאן 1
מאלאגעטא 1
אומבאשלאסן 49
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פילאדעלפיע מעיאר דזשים קעני אינדארסירט דעמאקראטישע פענסילוועניע סענאט קאנדידאט קאנאר לעמב וועלכע האט לעצטע וואך אויך ערהאלטן די אינדארסירונג פון פילאדעלפיע יוניאן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טעקסאס קאנגרעסמאן דען קרענשאו (ר) פארמעסט זיך אין א פריימערי אקעגן דזשאמעסאן עליס

דורכאויס א פראגע און אוונט סעסיע ביי א טי פארטיי פארזאמלונג אין מאנטאמרי קאונטי מאנטאג איז קרענשאו געווארן געצימבלט דורך אן אכצן יעריגע האט ציטירט קאמענטארן וועלכע דער קאנגרעסמאן האט געלאזט פאלן אויף א געוויסע פאדקעסט אין האט לויט יענע געשטעלט אונטער א פראגע צייכן ווי פארגלייבט קרענשאו איז אינעם יאשקע

אויפן פאדקעסט האט קרענשאו גראדע ארויסגעהויבן זייער פארשמייליגטע אבער דאס קינד האט עס פארשטאנען אין א וועג אז יאשקע איז אן אייגענע ממציא פון א זעלבסט געשאפענע גלויבן און נישט געשיקט פון עפעס העכערס ווי עס לויטעט זייער נארישע גלויבן

קרענשאו האט זיך געטראפן אויף די דעפענסיווע און איר אנגעשריגן אז זי זאל נישט צווייפלען אין זיין גלויבן אבער די פארזאמלטע האבן פארשריגן דעם קאנגרעסמאן פארן רעדן אזוי וואלגאר צו א יונגע פרוי אבער דער קאנגרעסמאן האט זיך פארטיידיגט זאגנדיג אז מען קען אים שטעלן אלע סארט פראגן אבער נישט צווייפלען אין זיין גלויבן

דאס מיידל האט זיך אבער נישט געלאזט און צוריקגעענטפערט אז אויב זיינע אייגענע קאמענטארן זענען וואס ברענגן אויף די צווייפלען האט זי אלע רעכטן עס אויפצוברענגן
א רעקארדירונג פונעם אויסטויש איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארן און נעכטן דינסטאג האבן עס שוין נאנט צו א מיליאן מענטשן געזעהן

אצינד איז געווארן באקאנט אז דאס מיידל איז גארנישט געווען אזא אומשולדיגע פרעגער נאר איז א שטיצער פון קרענשאו'ס פריימערי קעגנער עליס און האט אויפגעברענגט פראגן צו די עליס קאמפיין האט איר נישט דירעקט איינגעפלאנצט ביי יענע אוונט מיטן ציהל צו סעקירן קרענשאו

עליס האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט קלארצושטעלן אז טראץ וואס זי איז זיינס א שטיצער איז זי נישט געווארן רעקרוטירט דורך די קאמפיין מיט וועם זי האט נישט סיי וועלכע פארבינדונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין טעקסאס לויפט אגריקולטור קאמישאנער סיד מילער (ר) פאר א דריטע טערמין אין פארלאפענע דאנערשטאג איז זיין לאנגיעריגע געהילף טאד סמיט געווארן ארעסטירט אויף קלאגעס פון רויבעריי און אקצעפטירן כאבאר אין אויסטויש פאר געוויסע לייסענס און פערמיטן צו קענען פלאנצן געוויסע געוויקסן
מילער זאגט אז ער גייט איבערקוקן די אנקלאגע אבער איז נאכנישט גרייט צו ווארפן סמיט אונטערן באס און איז נישט איבערראשט איבער די ארעסט שפעקולירנדיג אז עס קען זיין פאליטיש מאטיווירט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דערמאנענדיג סיד מילער ווערט באריכטעט אז ער האט אויפגעטריבן אינעם צווייטן האלב פון 2021 למספרם 123 טויזנט דאלער און אויסגעגעבן 257 טויזנט
ער האט זיך אויסגעבארגט 200 טויזנט פון זיין אייגענע טאג און זיצט איצט מיט 249 טויזנט אין די באנק
זיין פריימערי קעגנער דזשעימס ווייט האט אויפגעטריבן 91 טויזנט , אויסגעגעבן 43 טויזנט און זיצט מיט 104 טויזנט אין די באנק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:אפריקאנער אמעריקאנער גערי טשעימבערס נעמט אונטער א פארמעסט אקעגן ליוזיאנא רעפובליקאנע סענאטאר דזשאן קענעדי

ער איז בעפאר געלאפן אין א פריימערי פאר די זיץ פון סעדריק ריטשמאנד וועלכע סערווירט היינט אין די ביידען אדמיניסטראציע און איז אריינגעקומען נומער 3

נאך די טשעימבערס מאריוואנא פאוסט זאגט איצט קענעדי אז ער פלעגט אויך רויכערן פון די ווארע אין קאלעדזש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וואס וואלט געווען די רעפובליקאנע אגענדע אויב נעמען זיי איבער די סענאט?

מעקאנעל זאגט אז ער וועט עס לאזן וויסן איינמאל עס פאסירט
ער זאגט אז די וואלן וועט זיין א רעפארט קארטל אויף קאנטראל וועלכע דעמאקראטן האלטן אויף ביידע הייזער און אויף די ווייסע הויז
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קעווין מעקארטי האט היינט נאכט אויפגעטריבן ביי א פאנדרעיזער אין טראמפ האטעל אין וואשינגטאן 9.5 מיליאן דאלער
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

הכל הבל האט געשריבן:קעווין מעקארטי האט היינט נאכט אויפגעטריבן ביי א פאנדרעיזער אין טראמפ האטעל אין וואשינגטאן 9.5 מיליאן דאלער


איז עס נאך א "טראמפ האטעל"?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אייאווע סענאטאר טשאק גרעסלי האט אויפגעטריבן 1.4 מיליאן דאלער אין די פערטע למספרם קווארטל
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קעווין מעקארטי האט היינט נאכט אויפגעטריבן ביי א פאנדרעיזער אין טראמפ האטעל אין וואשינגטאן 9.5 מיליאן דאלער


איז עס נאך א "טראמפ האטעל"?


אויף דערווייל, יא.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וויסקאנסין אסעמבלי ספיקער ראבין וואס מוטיגט קעווין ניקאלסאן צו לויפן פאר גאווערנאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:קעווין מעקארטי האט היינט נאכט אויפגעטריבן ביי א פאנדרעיזער אין טראמפ האטעל אין וואשינגטאן 9.5 מיליאן דאלער

געבראכן זיין פריערדיגע רעקארד פון 350 טויזנט דאלער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די טעקסאס אטוירני דזשענעראל רעפובליקאנע פריימערי האט פעקסטאן אויפגעטריבן אינעם צווייטן האלב פון 2021 למספרם 2.8 מיליאן דאלער און זיצט מיט 7.5 מיליאן דאלער אין די באנק

איינע פון זיינע פריימערי קעגנער איז די געוועזענע סטעיט סופרים קאורט ריכטערין חוה גוזמאן האט אין די זעלבע צייט אויפגעטריבן 3.7 מיליאן דאלער אבער האט נישט אין די באנק אזויפיל ווי אים
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די נעוואדע סענאט פארמעסט האט די טראמפ אינדארסירטע עדעם לעקסאלט האט אויפגעטריבן 1.35 מיליאן דאלער אינעם פערטן למספרם קווארטאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין נעבראסקא האט קאנגרעסמאן דאן בעקאן (ר) אויפגעטריבן 727 טויזנט דאלער אינעם פערטן למספרם קווארטאל און זיצט מיט 977,663 טויזנט דאלער אין די באנק

ער פארטרעט א דיסטריקט וועלכע ביידען האט געוואונען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאנגרעספרוי יאנג קים (ר) פון קאליפארניע האט אויפגעטריבן 1.2 מיליאן דאלער אינעם פערטן למספרם קווארטל, און זיצט מיט 2.6 מיליאן דאלער אין די באנק

זי לויפט אין א סווינג דיסטריקט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טעקסאס גאווערנאר קאנדידאט אלען וועסט (ר) האט אויפגעטריבן 2 מיליאן דאלער אין די צווייטע האלב פון 2021 למספרם און זיצט מיט 166 טויזענט דאלער אין די באנק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מארדזשארי איסטמאן וועלכע פארמעסט זיך אין די צפון קאראליינע רעפבוליקאנע סענאט פריימערי אקעגן די געוועזענע גאווערנאר מקרארי און די טראמפ אינדארסירטע קאנגרעסמאן באד האט אויפגעטריבן 1.2 מיליאן דאלער

420 טויזנט דערפון אינעם פערטן למספרם קווארטאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לויט א טראפאלגאר דזשענעריק אנקעטע וואלטן 55.7 געשטימט פאר א רעפובליקאנער צו 42.2 פאר א דעמאקראט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”