2022 למספרם מידטוירם וואלן **בלויז נייעס**

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ר' זעקל האט געשריבן:ווען ער האט ווען שכל שלעפט ער עס די לענגסטע וואס שייך.


פארוואס???
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

הכל הבל האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מערילענד אטוירני דזשענעראל ברייען פראש (ד וקלסתר פנין דומה לבאלטאן) וועט נישט זוכן ווידערערוויילונג און אויך נישט לויפן פאר גאווערנאר

ויסר הצפרדעים

און ווי מען הערט יעצט קוקט אויס ווי ס'קומט לכאורה נאך א דעמאקראטישע ריטייערמענט.

מערילענד קאנגרעסמאן ענטאני בראון (ד) איז ערווארטעט צו מעלדן אז ער לויפט פאר די מערילענד אטערני דזשענעראל פאזיציע.

בלויע דיסטריקט

מען הייבט זיך שוין אן רייסן אויפן שלל..

IMG_20211022_104306.jpg
IMG_20211022_104306.jpg (467.78 KiB) געזען 1404 מאל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:ווען ער האט ווען שכל שלעפט ער עס די לענגסטע וואס שייך.


פארוואס???

וואס איז זיין שטארקייט אין די לייכט בלויע ניו העמפשיר? אז ער איז גאווערנער וואס איז א לאקאלע סטעיט פאזיציע, די סעקונדע ער מעלד זיין קאנדידאטור פאר סענאט, ווערט ער א קאנדידאטור פאר א נאציאנאלע פאזיציע וואס אין דעם איז ניו העמפשיר היפש בלוי גענויגט, און עס גייט אנהייבן קומען א פעסטע קאמפיין קעגן אים.

ממילא ווי שפעטער ער מעלד אז ער לויפט אלס ווייניגער צייט האבן די דעמאקראטן אראפצוברענגען זיין פאפולאריטעט אין זיין סטעיט.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

ר' זעקל האט געשריבן:ווען ער האט ווען שכל שלעפט ער עס די לענגסטע וואס שייך.

אין צוויי וואכן ארום, וועט ער באשלוסן אז ער דארף נאך צייט צו באשלוסן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פלאנסטו צו לויפן פאר ווידערערוויילונג?

פעלאסי: פארוואס זאל איך עס איצט זאגן?
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

א סייגנאל אנקעטע פון נארט קערעליינע האט ביידען'ס צופרידענהייט ראטע ביי 38% מיט 56% וואס זענען אימצופרידן.

רעפובליקאנער האבן א 7% אויבערהאנט אין די דזשענעריק בעלאט פראגע, 50% צו 43%.

גאווערנאר ראו קופער'ס (ד) צופרידענהייט ראטע איז ביי 46% מיט 46% אימצופרידן.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:א פרישע רעימינגטאן אנקעטע פון די מיזורי רעפובליקאנער סענאט פריימערי פארמעסט:

אטערני דזשענעראל עריק שמידט - 28%
געוועזענע גאווערנער עריק גרעיטנס - 27%
קאנגרעספרוי וויקי הארצלער - 17%
קאנגרעסמאן בילי לאנג - 8%
מארק מאקלאסקי - 5%

זייער פריערדיגע אנקעטע פון יוני איז געווען:

גרעיטנס - 34%
שמידט - 25%
הארצלער - 14%
לאנג - נאך נישט געווען אינעם פארמעסט
מאקלאסקי -7%

און רעימינגטאן איז דא מיט א פרישע מיזורי רעפובליקאנער פריימערי סענאט אנקעטע:

געוועזענע גאווערנער עריק גרעיטנס - 27%
אטערני דזשענעראל עריק שמידט - 25%
קאנגרעספרוי וויקי הארצלער - 19%
קאנגרעסמאן בילי לאנג - 8%
מארק מאקלאסקי - 4%
אימבאשלאסן - 17%
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

לויט אימבאשטעטיגטע באריכטן האט סטעיסי עיברעמס (ד) באשלאסן נישט צו לויפן אין 2022 פאר דזשארדזשיע גאווערנער.

לויט די באריכט שטיפט זי גאר שטארק דזשארדזשיע סטעיט סענעטאר דזשען דזשארדן (ד) צו לויפן אויף די דעמאקראטישע ליניע פאר די גאווערנאר פאזיציע.

דזשארדן האט דערווייל געמאלדן מיט עטליכע חדשים צוריק אז ער לויפט פאר די דזשארדזשיע אטערני דזשענעראל פאזיציע.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

הכל הבל האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מערילענד אטוירני דזשענעראל ברייען פראש (ד וקלסתר פנין דומה לבאלטאן) וועט נישט זוכן ווידערערוויילונג און אויך נישט לויפן פאר גאווערנאר

ויסר הצפרדעים

און ווי מען הערט יעצט קוקט אויס ווי ס'קומט לכאורה נאך א דעמאקראטישע ריטייערמענט.

מערילענד קאנגרעסמאן ענטאני בראון (ד) איז ערווארטעט צו מעלדן אז ער לויפט פאר די מערילענד אטערני דזשענעראל פאזיציע.

בלויע דיסטריקט

בראון (ד) האט יעצט אפציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר די אטערני דזשענעראל פאזיציע, ווערענדיג די 13'טע דעמאקראטישע קאנגרעס מידגליד נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2022.

דערווייל האבן 9 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט געמאלדן אז זיי וועלן נישט לויפן פאר ווידערוויילונג.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

רעפובליקאנער סענעטאר דזשאן טון האט אינדארסירט הערשל וואלקער (ר) אין די דזשארדזשיע סענאט פארמעסט.

IMG_20211025_081243.jpg
IMG_20211025_081243.jpg (100.48 KiB) געזען 1058 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:ניו העמפשער גאווערנער קריס סונונו (ר) זאגט אז ער גייט האבן א באשלוס בנוגע אויב ער זאל לויפן פאר סענאט אין צוויי וואכן ארום.

ער ווארט ווארשיינליך צו זעהן ווירזשיניע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אלאסקא רעפובליקאנע גאווערנאר מייק דאנליעווי לויפט פאר ווידערערוויילונג אקעגן דעמאקראטישע סטעיט רעפרעזענטאט לעס גארא
אצינד האט דער געוועזענער אינדעפענדענט גאווערנאר ביל וואלקער געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אינעם פארמעסט
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

פרישע אינטערנאל אנקעטע פון די סען פארנעל (ר) קאמפיין פון די פענסילוועניע סענאט רעפובליקאנער פריימערי'ס:

סען פארנעל - 27%
דזשעף בערטאס - 7%
קארלע סענד - 4%
אנדערע - 5%
אימבאשלאסן - 57%
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די אנגעלייגטע רעפובליקאנע סענאט פריימעריס אין א רייע סטעיטס הויבן אן ווערן היציגער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין מיזורי הייבט אן ווערן לעבעדיג ווען אטוירני דזשענעראל שמידט און געוועזענע גאווערנאר עריק גרעיטנס אמפערן זיך פארן ערשטן ארט אין די צייט וואס אנדערע פרובירן אויך גרייכן אהין


אטוירני דזשענעראל שמידט איז געגאנגען באזוכן די גרעניץ

קעליען קאנוועי האט באקומען 121 טויזנט דאלער בלויז אין די לעצטע 7 וואכן פון מיזורי קאנגרעסמאן ביל לאנג וועלכע גארט צו באקומען טראמפ'ס אינדארסירונג

וויקי הערצלער ארויס מיט אן אטאקע רעקלאמע וועלכע דערמאנט נישט גרעיטנס ביים נאמען אבער ערווענט מיט אפענע רמזים זיינע פערזענליכע סקאנדאלן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין אהייא גיט די מאנדעל לאגער ארויס מיט א מיליאן דאלער רעקלאמע בליץ אראפצורייסן דזשעי די ווענס און ציטירט קאמענטארן וועלכע ער האט געלאזט פאלן אין די פארגאנגענהייט אקעגן טראמפ
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

פרישע אנקעטע פון די אייאווע סענאט פארמעסט פון די סייגנאל אנקעטע פירמע (רעפובליקאנער פאולסטער):

סענעטאר טשאק גרעסלי (ר) - 55%
עבי פינקענויער (ד) - 39%
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

כאפצעם האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:ניו העמפשער גאווערנער קריס סונונו (ר) זאגט אז ער גייט האבן א באשלוס בנוגע אויב ער זאל לויפן פאר סענאט אין צוויי וואכן ארום.

ער ווארט ווארשיינליך צו זעהן ווירזשיניע


אויך געטראכט אזוי!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אינערליכע אנקעטע פאר די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע צייגט אז די פארטיי האט צום ערשטן מאל אינעם איצטיגן קאמפיין סעזאן אן אויבערהאנט פון 43% צו 40% פאר דעמאקראטן אין די דזשענעריק בעלאט פראגע

די אנקעטע איז געווארן אדורכגעפירט אינמיטן אקטאבער למספרם אויסגעשפרייט אין 85 בעטלגראונד דיסטריקטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סטעפאני מורפי איז א צענטריסטישע דעמאקראט וועלכע פארטרעט פלארידא'ס זיבעטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט און האט געוואונען דעם זיץ איןם 2016 למספרם מיט 51%

אין 2018 למספרם האט זי געוואונען ווידערערוויילונג מיט מער פון 57% און אין 2020 למספרם מיט מער פון 55%

צוליב וואס רעפובליקאנער קאנטראלירן די רעדיסטריקטינג איז ערווארטעט אז די זיץ וועלכע נעמט איצט אריין טייל פון ארלענדא און געוויסע פון איר צפון סובארבס קען ווערן היבש מער קאנקורירנד און רעפובליקאנער מיליטערישע וועטעראן און ביזנעסמאן קארי מילס האט געמאלדן זיין קאנדידאטור

מילס האט געהאט באקומען א פאסטן אינעם פענטאגאן אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע און וואלט געהאט גוטע אויסזיכטן צו ערשיינען אלץ לייכטע פראנט ראנער אויף די רעפובליקאנע טיקעט

אין די זעלבע צייט האט סטעיט סענאטאר ענטאני סאבאטיני אונטערגענומען א פריימערי קאנגרעס קאמפיין אקעגן דעם רעפובליקאנע קאנגרעסמאן דניאל וועבסטער וועלכע פארטרעט די עלפטע דיסטריקט וועלכע איז היבש ווייטער פון ארלענדא אבער נעמט אריין ווילעדזשעס און גרעניצן ארום די גאלף אוו מעקסיקא

סאבאטיני האט אבער אנערקענט אז נאכן איבערשרייבן די מאפעס וועלן זיך דראסטיש טוישן און ער ערווארט אז די זיבעטע דיסטריקט וועט איינשליסן מער פון לעיק קאונטי וואו ער וואוינט און צוליב דעם האט ער געטוישט זיין קאמפיין און באשלאסן צו לויפן אנשטאט אין א פריימערי אקעגן מילס

די מילס-סאבאטיני פארמעסט איז אבער שנעל אויסגעשטיגן אלץ אן אינערליכע שלאכט צווישן קאנסערוואטיווע ראנגען ווען מערערע באקאנטע פאליטיקאנטן דארפן פאסן באשלוסן וועם צו אינדארסירן

סאבאטיני איז געווארן אינדארסירט דורך מעט געיץ, מייקל פלין, פאול גאסאר און ראדזשער סטאון

מילס האט באקומען די איינדארסירונגען פון קאנגרעסלייט דזשים בענקס און ראני דזשעקסאן

נעכטן מאנטאג אינדערפרי האבן געלאנדעט פרישע צוויי אינדאסירונגען אין די זעלבע צייט ווען אהייא קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען האט אינדארסירט מילס און קאנגרעספרוי גרין האט צוגעווארפן איר שטיצע פאר סאבאטיני
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

נארט קערעליינע רעפובליקאנער פריימערי סענאט אנקעטע פון די פעט מיקרארי (ר) קאמפיין:

געוועזענע גאווערנער פעט מיקרארי - 40%
קאנגרעסמאן טעד באד - 25%
געוועזענע קאנגרעסמאן מארק וואלקער -8%

טראמפ האט אינדארסירט טעד באד.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

רעפובליקאנער סענאט פירער מיטש מעקאנעל האט אינדארסירט הערשל וואלקער (ר) אין די דזשארדזשיע סענאט פארמעסט.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

אנקעטע פון די ניו העמפשער סענאט פארמעסט פון St Anselm college:

גאווערנער קריס סונונו (ר) - 46%
סענעטאר מעגי האסאן (ד) - 41%
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

מישיגען גאווערנער גרעטשין וויטמער (ד) האט אויפגעטריבן 3.1 מיליאן דאלער אינעם דריטע קווארטל.

איר הויפט רעפובליקאנער קעגענער דזשעימס קרעיג (ר) האט אויפגעטריבן 1.4 מיליאן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געוועזענע ניו יארק טיימס קאלומניסט ניק קריסטאף רוקט זיך אריין אין די אנגעלייגטע דעמאקראטישע ארעגאן גאווערנאר פריימערי
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”