בלי שם האט געשריבן:איך טראכט שוין בא מיר אפאר טעג, און איך ווייס נישט צו יא צו ניין, ענדע האב איך זיך בארעכנט יא צו משתף זיין דער ציבור מיט מיינע געפיהלן, אדרבה לאמיר הערן וואס יעדער זאגט און וואס איז זיין דיעה,
כלל ישראל לדורותיה האט מיט געמאכט אסאך פולמוסים, און אסאך נושאים וואס איז געווען חילוקי דיעות,
יעדע מאל וואס ס'איז געווען חילוקי דיעות האט דער המון עם זיך נוהג געווען יעדער ווי זיין רב, און אויך האט יעדע דיעה ארויס געגבן תשובות בהלכה וכד' צו בעאינפלוסן אז מיט עם איז די רעכט, יעדע מאל איז אויך געווען אין יעדע זייט אפאר היציגע וואס האבן נוהג געווען שלא ע"פ תורה און אויסגעניצט דעם הזדמנות מבזה זיין גדולי תורה פון די אנדערע זייט, אבער דאס איז כמובן געווען א מיעוט,
לאמיר נעמען א דוגמא דער ענין פון גיין צו בחירות אין ארץ ישראל גדולי ישראל מצד העדה החרדית האבן געאסרט באיסור חמור, און ההולכים לאורם האבן ארויס געגעבן כסדר קונטרסים מסביר זיין אז דאס איז די אמת'ע וועג, מאידך די רבנים פון אגודת ישראל האבן מתיר געווען און אפילו מחייב געווען, און אנשי אגודת ישראל געבן ארויס קונטרסים צו מוכיח זיין צדקת דרכם,
די לעצטע יאהר'ן האב איך א געפיהל אז א נייע מציאות איז אויף געקומען אויף כלל ישראל, ס'מאכט זיך חילוקי דיעות צווישן גדולי ישראל בדברים העומדים על הפרק, און די תלמידים פון יעדע זייט האבן א נייע טאקטיק פשוט אויס מעקן און שטיל מאכן די אנדער זייט יעדער איינער פיהרט א קאמפף קעגן צווייטן אז ס'איז נישטא קיין אנדער דיעה, און אויב איינער דערוואגט זיך צו זאגן א אנדער דיעה לייגט מען פרעשע און דריק פון אלע זייטן ער זאל צוריק ציהען,
די זעלבע האט זיך געטוהן די לעצטע פאר יאהר אין ארץ ישראל ביי כמה מערכות ווי גזירת הגיוס, תוכנית הליבה, קברי גאלעבענציץ, ועוד, און יעצט חזר'ט זיך די זעלבע איבער אין לאנדאן לגבי די גזירות החינוך,
איך גיי איבער דער אשכול, איך הער פון באקאנטע וואס וואוינען אין לאנדאן איך זעה אז יעדע צד האט גדולי תורה וואס זענען תומך איך דער צד, לאמיר אונז אלע שטיין אין זייט מכבד זיין יעדע צד זאל נוהג זיין כדעת רבו, און אונז וועלן שטיין אין זייט און מתפלל זיין לביטול כל הגזירות
זייער גוט געזאגט !
איך וויל מוסיף זיין נישט אלס זילזל חס ושלום נאר די טריקענע פאקט איז אז אזעלעכע שאלות מעג מען נאר פרעגען פון רבנים וואס פירען דייקא נישט קיין מוסדות.
די תוה’ק זאגט ‘כִּי הַשֹּׁחַד יְעַוֵּר עֵינֵי חֲכָמִים וִיסַלֵּף דִּבְרֵי צַדִּיקִם’ - מרעדט דא דייקא פין צדיקם!
די תורה ווייסט אז די פארשידענע דרכי הפעולה וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די הייליגע מערכה להצלת יהדות ענגלאנד פון די גזירות הנוראות על הדת והאמונה וואס שוועבט אין די לופט, קען נאר ווערען געפירט אויף אזא אופן.
די געלט וועט גיין צו ארויסברענגען פארן ברייטן ציבור די מציאות און פאקטן אז יעדער זאל וויסן און יעדער זאל מיטהאלטן פונטקליך וואס גייט פאר בעניני הגזירות על הדת.
אין אדם שומע לי ומפסיד, יהדות ענגלאנד וועט מיט אן אחדות און פאראייניגקייט אנגיין מיט א מלחמה קעגן יעדע שינוי, ולה' הישועה גדול הרועה המצילן, אכי"ר.