צווישען די זעקס אויפן סטעיטש, איז זי געווען פון די געווינער, צו זי איז גוט געווען בכלליות אינדרויסען פון די דעמקראטישע באבעל? ניין, אבער פון די זעקס בעסטע וואס די דעמס האבן אהער געשטעלט אי זי געווען פון די געווינער, באזירט וואס די דעמס ווילען זעען אין א דעבאטע.
מיין מיינונג: די ערשטע האלב דעבאטע איז ביידן געווען אייזן גוט, ווען ער האלט ווען אן זיין שטארקייט דורכאויס די צווייטע האלב, וואלט געווען גוט, אבער ער איז בכלל נישט געווען אוועקצומאכן, ער האט געהאט גוטע מאמענטן, און איך האלט אז עס וועט אים העלפן אריינצוקומען נומער 2 אין נעוואדע.
בנוגע בלומבערג, ביי די ערשטע האלב דעבאטע האב איך נישט געקענט פארשטיין פארוואס ער האט מסכים געווען צו קומען צום דעבאטע, ער איז ממש געווארן אויפגעגעסן לעבעדיג, ביים צווייטן האלב דעבאטע איז ער שוין געווען אסאך בעסער, גוט געענטפערט אויף די פראגעס, און פיין אריינגעפליקט, ער באקומט פון מיר א טשעק-פלאס פון דעם אליין אז ער האט פערפארמט אסאך בעסער ווי איך האב ערווארטעט.
סענדערס איז די געווינער פון די נאכט 1) ער איז די פאקטישע פראנטראנער, סאו אויב טוישט זיך גארנישט איז ער די געווינער. 2) די פארלירער פון די נאכט איז בלומבערג בגדול, די פארקערטע פון סענדערס, די היינטיגע נאכט מאכט עס אויסזען אז סענדערס דארף נישט אזוי מורא האבן פון בלומבערג. 3) זיי אלע זענען געווען ביזי צו אטאקירן איינער די צווייטע און כמעט נישט אטאקירט סענדערס! אנבעליוועבעל ווי זיי זענען ביזי מיט אלעס און סענדערס וואקט צו די נאמענעישן.
------------------ ביידעוועי, די ספאנישע מאדערעיטער האט אויך פארלוירן די דיבעיט... די אנדער זענען געווען זייער גוט.