דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:17 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:איז עמי אזוי גיט געווען?

ווענדט זיך וועם דו פרעגסט.
דא אויף די קאנסערוואטיווע אייוועלט האט זי געראקט. אין די נאציאנאלע פאולס איז זי ערגעץ אין די סינגל דידזשיטס.

די פארשטייסט וואס די האסט גענטפערט?
וואס האט פאולס מיט ווי אזוי מהאט פערפארמד ביים דיבעיט?

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:18 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:איז עמי אזוי גיט געווען?


צווישען די זעקס אויפן סטעיטש, איז זי געווען פון די געווינער,
צו זי איז גוט געווען בכלליות אינדרויסען פון די דעמקראטישע באבעל? ניין, אבער פון די זעקס בעסטע וואס די דעמס האבן אהער געשטעלט אי זי געווען פון די געווינער, באזירט וואס די דעמס ווילען זעען אין א דעבאטע.
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:19 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:18 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:איז עמי אזוי גיט געווען?

בכלל נישט
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:19 pm

ס"ה:

ביידן ווערט באטראכט טויט דורך די קאנדידאטן, קיינער האטעם ניאטאמאל פרובירט פייטן.. ער פאר זיך האט גראדע פיין דעליווערד. עי ליטעל טו לעיט זשאו.

ווארען האט געהאקט שטיקער, אבער ווי אייביג א שטיק בייסיגקייט, די שטיצער וואס גלייכן די סארט געשרייאכץ וועט זי ווייטער האבן און פארטיג.

פיעט איז געווען די לעבעדיגסטע פון אלע זיינע פאריגע דעבאטעס, געהאט אפאר קנאקעדיגע ליינס און א פיינע דעליווערי, ער'ט אזוי איידל צעשניטן בערני און סיימולטעינעסלי פונדערזייט אריינגעציפט בלומבערג'ן, כמנהג המקום. עט מען זעהן צו ער גייט נאך ערגעץ אדער פארט רעטייערן ביז 2 וואכן.

אזוי שטארק ווי זי האט לעצטע דעבאטע געשיינט איז קלאובאטשור צעמזיקט געווארן ביים יעצטיגן. מ'האט אלס גערעדט פון אירע ענגער אישוס און רעגט זיך אסאך אויף איר סטעףף.. היינט האט מען עס געזעהן ס'ערשטע מאל אין פובליק.. פיעט האט איר צעשפיעלט די נערוון, איינמאל און נאכאמאל..

בערני איז געווען פריש און קלאר, פיין צוריקגעענטפערט אויף די אטאקעס, וואס האבן נישט געמאנגעלט. ער איז אן טרעק צום נאמינאציע.

בלומבערג איז געווען ערווארטעט צו כאפן פון אלע זייטן, אבער אזא טריקעניש דאס איז שוין געווען א סורפרייז, האט אויסגעקוקט נארוואס אויפגעשטאנען פונעם שבת נאכמיטאג דרימל און ווארט אומגעדילדיג אויף די מעלאונע אנצוקומען. מ'קען אים נישט דערקלערן טאוסט ווייל זיין געלט רעכנט זיך נישט מיט קיין דעבאטע פערפארמענס אבער די נאכט גופא האט ער זיכער פארלוירן, און דערמיט מסתמה א שיינע פאר פונקטן אין די אנקעטעס.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:22 pm

כאפצעם האט געשריבן:ס"ה:

ביידן ווערט באטראכט טויט דורך די קאנדידאטן, קיינער האטעם ניאטאמאל פרובירט פייטן.. ער פאר זיך האט גראדע פיין דעליווערד. עי ליטעל טו לעיט זשאו.

ווארען האט געהאקט שטיקער, אבער ווי אייביג א שטיק בייסיגקייט, די שטיצער וואס גלייכן די סארט געשרייאכץ וועט זי ווייטער האבן און פארטיג.

פיעט איז געווען די לעבעדיגסטע פון אלע זיינע פאריגע דעבאטעס, געהאט אפאר קנאקעדיגע ליינס און א פיינע דעליווערי, ער'ט אזוי איידל צעשניטן בערני און סיימולטעינעסלי פונדערזייט אריינגעציפט בלומבערג'ן, כמנהג המקום. עט מען זעהן צו ער גייט נאך ערגעץ אדער פארט רעטייערן ביז 2 וואכן.

אזוי שטארק ווי זי האט לעצטע דעבאטע געשיינט איז קלאובאטשור צעמזיקט געווארן ביים יעצטיגן. מ'האט אלס גערעדט פון אירע ענגער אישוס און רעגט זיך אסאך אויף איר סטעףף.. היינט האט מען עס געזעהן ס'ערשטע מאל אין פובליק.. פיעט האט איר צעשפיעלט די נערוון, איינמאל און נאכאמאל..

בערני איז געווען פריש און קלאר, פיין צוריקגעענטפערט אויף די אטאקעס, וואס האבן נישט געמאנגעלט. ער איז אן טרעק צום נאמינאציע.

בלומבערג איז געווען ערווארטעט צו כאפן פון אלע זייטן, אבער אזא טריקעניש דאס איז שוין געווען א סורפרייז, האט אויסגעקוקט נארוואס אויפגעשטאנען פונעם שבת נאכמיטאג דרימל און ווארט אומגעדילדיג אויף די מעלאונע אנצוקומען. מ'קען אים נישט דערקלערן טאוסט ווייל זיין געלט רעכנט זיך נישט מיט קיין דעבאטע פערפארמענס אבער די נאכט גופא האט ער זיכער פארלוירן, און דערמיט מסתמה א שיינע פאר פונקטן אין די אנקעטעס.

יאפ, צום פאוינט.
די שאלה איז אויב פיט איז רייף פאר די רייד.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:24 pm

איים סארי @קאנסילמאן, אבער ביידן איז אריינגעקומען זייער שטארק, איך ווייס נישט וויפיל ס'גייט העלפן, אבער שטארק איז ער אריינגעקומען. געווען זייער קלאר, און ווי אויך שארף.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:24 pm

בקיצור איינער זאגט ער איז גיט איינער זאגט יענער איז גיט

אבער הצד השוה שבהן וואס איך זע אז יעדער איז מסכים איז אז בערני האט געראקט די סטעידש

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:25 pm

בלומבערג. לויט זיין טרינקנקייט מיינעך טראמפ זאל איהם אראפמאלן ווי גארנישט בלויז געלט...

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:26 pm

מיין מיינונג: די ערשטע האלב דעבאטע איז ביידן געווען אייזן גוט, ווען ער האלט ווען אן זיין שטארקייט דורכאויס די צווייטע האלב, וואלט געווען גוט, אבער ער איז בכלל נישט געווען אוועקצומאכן, ער האט געהאט גוטע מאמענטן, און איך האלט אז עס וועט אים העלפן אריינצוקומען נומער 2 אין נעוואדע.

בנוגע בלומבערג, ביי די ערשטע האלב דעבאטע האב איך נישט געקענט פארשטיין פארוואס ער האט מסכים געווען צו קומען צום דעבאטע, ער איז ממש געווארן אויפגעגעסן לעבעדיג, ביים צווייטן האלב דעבאטע איז ער שוין געווען אסאך בעסער, גוט געענטפערט אויף די פראגעס, און פיין אריינגעפליקט, ער באקומט פון מיר א טשעק-פלאס פון דעם אליין אז ער האט פערפארמט אסאך בעסער ווי איך האב ערווארטעט.

ווארען איז אריינגעקומען זייער שטארק, אינעם ערשטן העלפט שטערקער ווי די צווייטע, אבער אווער אלל האט זי געהאט א גוטע דעבאטע, עס וועט איר זיכער העלפן צוריק אויפצולעבן איר אונטערגעהינקעטע קאמפיין.

ביים אנהייב דעבאטע האט אויסגעזען ווי בוטעזשעזש וועט זיין דער געווינער פונעם נאכט, ער האט אנגעהויבן גאר שטארק, און גאר גוט אריינגעפליקט אין סענדערס און אין בלומבערג, אבער ווי שפעטער אינעם נאכט אלס שוואכער איז ער געווארן, איך זאג נישט אז ער איז געווען שלעכט, ווען ער קען ווען אבער אנהאלטן אזוי ווי ער האט אנגעפאנגען, וואלט ער אפשר געהאט א שאנס צו געוואונען אפאר סופער טוסדעי שטאטן.

קלאובאשאר איז אין מיין מיינונג געווען זייער שוואך היינט נאכט, יא, זי האט געהאט עטליכע גוטע ליינס, אבער אווער אלל איז זי אריינגעקומען שוואכער ווי מיינע ערווארטונגען, עס וועט איר זיכער נישט העלפן אזוי ווי די ניו העמפשער דעבאטע.

בנוגע סענדערס, זיינע שטיצער וועלן אים ווייטער שטיצן, און זיינע קריטיקער וועלן אים ווייטער קריטיקירן, עס האט זיך גארנישט געטוישט היינט נאכט.

פאלגנד זענען אויסגעשטעלט די קאנדידאטן לויט ווי גוט זיי האבן לדעתי פערפארמט היינט נאכט:

1. ווארען
2. ביידן
3. בוטעזשעזש
4. קלאובאשאר
5. בלומבערג
6. סענדערס

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:26 pm

כאפצעם האט געשריבן:ס"ה:

ביידן ווערט באטראכט טויט דורך די קאנדידאטן, קיינער האטעם ניאטאמאל פרובירט פייטן.. ער פאר זיך האט גראדע פיין דעליווערד. עי ליטעל טו לעיט זשאו.

ווארען האט געהאקט שטיקער, אבער ווי אייביג א שטיק בייסיגקייט, די שטיצער וואס גלייכן די סארט געשרייאכץ וועט זי ווייטער האבן און פארטיג.

פיעט איז געווען די לעבעדיגסטע פון אלע זיינע פאריגע דעבאטעס, געהאט אפאר קנאקעדיגע ליינס און א פיינע דעליווערי, ער'ט אזוי איידל צעשניטן בערני און סיימולטעינעסלי פונדערזייט אריינגעציפט בלומבערג'ן, כמנהג המקום. עט מען זעהן צו ער גייט נאך ערגעץ אדער פארט רעטייערן ביז 2 וואכן.

אזוי שטארק ווי זי האט לעצטע דעבאטע געשיינט איז קלאובאטשור צעמזיקט געווארן ביים יעצטיגן. מ'האט אלס גערעדט פון אירע ענגער אישוס און רעגט זיך אסאך אויף איר סטעףף.. היינט האט מען עס געזעהן ס'ערשטע מאל אין פובליק.. פיעט האט איר צעשפיעלט די נערוון, איינמאל און נאכאמאל..

בערני איז געווען פריש און קלאר, פיין צוריקגעענטפערט אויף די אטאקעס, וואס האבן נישט געמאנגעלט. ער איז אן טרעק צום נאמינאציע.

בלומבערג איז געווען ערווארטעט צו כאפן פון אלע זייטן, אבער אזא טריקעניש דאס איז שוין געווען א סורפרייז, האט אויסגעקוקט נארוואס אויפגעשטאנען פונעם שבת נאכמיטאג דרימל און ווארט אומגעדילדיג אויף די מעלאונע אנצוקומען. מ'קען אים נישט דערקלערן טאוסט ווייל זיין געלט רעכנט זיך נישט מיט קיין דעבאטע פערפארמענס אבער די נאכט גופא האט ער זיכער פארלוירן, און דערמיט מסתמה א שיינע פאר פונקטן אין די אנקעטעס.

איך מיין מיר האבן נישט געקוקט די זעלבע דעבאטע...



עמי האט געראקט, און פיט האט געסאונד ווי א גראבע לוזער ווען ער האט יעדע צווייטע מינוט געטרייט צו אטאקירן עמי.


אלעס אנדערש עגרי איך מיט דיר.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:28 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:איים סארי @קאנסילמאן, אבער ביידן איז אריינגעקומען זייער שטארק, איך ווייס נישט וויפיל ס'גייט העלפן, אבער שטארק איז ער אריינגעקומען. געווען זייער קלאר, און ווי אויך שארף.


דאס האסטו שוין געשריבען נאך בעפאר די דעבאטע, איא?!

ער האט געהאט איינס צוויי גיטע ליינס, ער האט אויסגעזען ווי דער מיטעל יעריגער מענטש וואס שרייט די העכסטע נאך א גיטע קידוש, און טענה'ט זיך אויף אויף נומער 10 ווען רוב עולם איז זיך שוין צוגאנגענן.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:29 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:געווינער: סענדערס עמי און ביידען
פארלירער: פיט און ווארען

בלומבערג איז אזוי שלעכט געווען אז די לאזט אים אונגאנצן אויס?

נישט אהער און נישט אהין...


פון איין זייט איז ער געווארן אויפגעגעסן, פון די אנדערע זייט האט ער געהאט אפאר גוטע ליינס, און שפעטער אינעם דעבאטע האט ער גאנץ פיין צוריקגעענטפערט.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:30 pm

@ליבלעך, ווארען דער ערשטער גאר??

זי האט געהאט זייער א שטארקע בייסיגקייט ביים דעבאטע.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:31 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איים סארי @קאנסילמאן, אבער ביידן איז אריינגעקומען זייער שטארק, איך ווייס נישט וויפיל ס'גייט העלפן, אבער שטארק איז ער אריינגעקומען. געווען זייער קלאר, און ווי אויך שארף.


דאס האסטו שוין געשריבען נאך בעפאר די דעבאטע, איא?!

ער האט געהאט איינס צוויי גיטע ליינס, ער האט אויסגעזען ווי דער מיטעל יעריגער מענטש וואס שרייט די העכסטע נאך א גיטע קידוש, און טענה'ט זיך אויף אויף נומער 10 ווען רוב עולם איז זיך שוין צוגאנגענן.

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, דאס שרייב איך נאכן מיטהאלטן די דעבאטע, און זעען ווי ביידען קומט אריין זייער שטארק.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:34 pm

ווארען האט אויפגעטריבן איבער א מיליאן דאלאר ״דורכאויס״ די דעבאטע!!

--------

@וואס טוט זיך, לויט דעם שטימט מיין אנאליז

נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:40 pm

בעסטע פרעפארמד אין מיין אפיניען.

סאנדערס. (ער פארט ארויף אויפן הייוועי יעצט.)

ביידען. (קען געבן די נויטיגע שטופ אין נעוואדע און פון דארט ווייטער)

ווארען. (עטוואס בייסיג. אפשר שוין געמיסד די שיף)

קלאובאטשער. (זיך גערצח'ט מיט פיעט. פערפארמד קאפויער פון נ"ה)

פיעט. אנהייב געווען גוט. פון דארט געבליבן סטאק און געמויזאכטס, אן קענען אויספירן זיינע סקריפטעד ליינס.

בלומבערג. געצאלט א האלבער בעלאנע צו ווערן געשינדן די הויט. ווער ווייסט אבער וואס א ביליאן דאלער קען פארווישן?
לעצט פאראכטן דורך נקדימון אום מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:40 pm

ביידן: איך מיין אז וואס די דעבאטע האט געטון איז אז עס האט געוויזן אביסל צי מייק בלומבערג איז באמת א דעמאקראט, איך מיין, די בעסיק וועליוס וואס ער האט, ער איז א פיינע מענטש, אבער די בעסיק וועליוס וואס ער האט, איז נאכאלץ בעסיקלי רעפובליקען.

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:43 pm

די בלומבערג קאמפיין סטעיטמענט איבער די היינטיגע דעבאטע

47C79B8D-1285-4055-BFAE-0833D518BFC5.png
47C79B8D-1285-4055-BFAE-0833D518BFC5.png (55.57 KiB) געזעהן 567 מאל

נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:44 pm

דעיוויד עקסעלראד:

Screenshot_20200219-234304.png
Screenshot_20200219-234304.png (612.13 KiB) געזעהן 566 מאל

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:45 pm

וויפיל האבן די קאנדידאטן גערעדט היינט נאכט?

(מען זעט אז יענג איז נישט געווען אויפן סטעיזש...)

7EB8DD0F-CADA-424F-8942-DA2A03C0A55F.jpeg
7EB8DD0F-CADA-424F-8942-DA2A03C0A55F.jpeg (115.46 KiB) געזעהן 561 מאל

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:45 pm

ליבלעך לויט דיר איז סענדערס גאר דער פארלירער פון די נאכט?

ריזיגער אוטלייער

נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:53 pm

לאנגע יארן וועט מען נאך רעדן איבער ווארענס אגרעסיעס ביים היינטיגער דעבאטע. ספעציעל איר פארציקענדער ברוטאלער אטאקע אויף בלומבערג. אבר מן החי כפשוטו.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:53 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:איך מיין מיר האבן נישט געקוקט די זעלבע דעבאטע...

עמי האט געראקט.

שוין, ווילאנג איך זעה די זעלבע דעבאטע ווי עקסעלראד און וואסערמאן בינעך רוהיג..
צוגעלייגטע
Screenshot_20200220-002246_Twitter.jpg
Screenshot_20200220-002246_Twitter.jpg (131.42 KiB) געזעהן 391 מאל
Screenshot_20200219-234601_Twitter.jpg
Screenshot_20200219-234601_Twitter.jpg (226.91 KiB) געזעהן 514 מאל
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 12:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:54 pm

קודם כל, די דעבאטע איז געווען די מערסטע פאן ביי פאר! דער עולם איז אריינגעקומען זייער קלאר און פעסט.

בלומבערג איז געווארן אטאקירט פון אלע זייטן, די שווערסטע מינוט איז געווען ווען ווארען האט אים געזאגט "דו האסט נאנ-דיסקלאושער עגרימענטס מיט מענטשן וואס דו ווילסט נישט זיי זאלן פארציילן וואס דו האסט געטון, אפשר געבסטו זיי יעצט רשות צו רעדן אונז זאלן קענען הערן זייער זייט פון די מעשיות?" דאס האט אריינגעלייגט בלומבערג אין א קארנער, און ביידן האט נאך צוגעשטאכן צו דער זייט... בלומבערג איז איין שונא וואס האט פאראייניגט יעדעם צו מאכן די זאך אינטערסאנט.

ווארען בכלל האט פיין אריינגעריסן און יעדעם איינעם, זי איז אריינגעקומען זייער שטארק. וועט עס איר העלפן? איך ווייס נישט.

סענדערס איז אריינגעקומען זייער גוט פאר ווער עס האט עס ליב. (איך...)

בוטיזשעזש ביידן און קלאובעטשער זענען יעדער אריינגעקומען גוט אויף זייער וועג, (איך האב גראדע נישט ליב בוטיזשעזש און ביידנ'ס וועג), בוטיזשעזש האט אויסגעזען גאנץ נאריש מיט געוויסע פון זיינע אטאקעס. די פראבלעם איז, ווייל יעדער איז אריינגעקומען שטארק, זע איך נישט עס זאל העלפען איינעם.

סענדערס איז די געווינער פון די נאכט 1) ער איז די פאקטישע פראנטראנער, סאו אויב טוישט זיך גארנישט איז ער די געווינער. 2) די פארלירער פון די נאכט איז בלומבערג בגדול, די פארקערטע פון סענדערס, די היינטיגע נאכט מאכט עס אויסזען אז סענדערס דארף נישט אזוי מורא האבן פון בלומבערג. 3) זיי אלע זענען געווען ביזי צו אטאקירן איינער די צווייטע און כמעט נישט אטאקירט סענדערס! אנבעליוועבעל ווי זיי זענען ביזי מיט אלעס און סענדערס וואקט צו די נאמענעישן.

------------------
ביידעוועי, די ספאנישע מאדערעיטער האט אויך פארלוירן די דיבעיט... די אנדער זענען געווען זייער גוט.

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 12:13 am

מערסט געזוכטסטע קאנדידאט אויף גוגעל אין נעוואדע דורכאויס די דעבאטע:

1. בוטעזשעזש
2. סענדערס
3. בלומבערג
4. ווארען
5. קלאובאשאר
6. ביידן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט