פרישע געזעץ אין ניו יארק ערלויבט דרייווערס לייסענס פאר אומלעגאלע אימיגראנטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג יוני 23, 2019 11:56 pm

סעמס האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס די רעפאלעקאנער האבן קעגן דעם געזעץ? ווי ווייט איך ווייס איז א דרייווערס לייסענס א קארטעלע וואס זאגט פלוני יכולט די מלאכה פון דרייוון, וואס איז די נפקא מינה צו מען איז דאהי לעגאל צו נישט?

האסט גענומען די מיה צו ליינען דעם אשכול ביז אהער פאר'ן איבערקייען אלטע סחורה?

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יוני 23, 2019 11:56 pm

סעמס האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס די רעפאלעקאנער האבן קעגן דעם געזעץ? ווי ווייט איך ווייס איז א דרייווערס לייסענס א קארטעלע וואס זאגט "פלוני" יכולט די מלאכה פון דרייוון, וואס איז די נפקא מינה צו מען איז דאהי לעגאל צו נישט?

איך קאן נישט וועריפייען צו יענער איז טאקע פלוני
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מאנטאג יוני 24, 2019 3:15 am

כ'האב יוזשעלי נישט אזוי שטארק ליב אריינצורעדן אין פאליטישע טענה'רייען וויל די ליבעראלע/דעמאקראטן דא גייען דאך ממש קאפ אין וואנט אריין אז אלעס וואס די "פיינע רחמנות'דיגע" דעמאקראטן טוען קומט פון זייער גוט הארציג'קייט און זיי מיינען נאר אונזער טובה...
אבער ווען מען זעהט אז וואס א טאג קומען זיי אויף מיט נייע משוגענע געזעצן און זייערע שטיצער דא זענען מסביר ווי מ'זעהט זייער פיינקייט אין דעם וואלט'עך געווען נייגעריג (נישט אז מ'קען עס דא ארומרעדן, אבער) ווי אזוי זיי זענען מסביר די פיינקייט פון חוקי רציחה און חוקי תועבה...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג יוני 24, 2019 3:29 am

גוט מארגן. חוקי תועבה איז דאך די רעכטן פון די מתועבים, און חוקי רציחה איז די רעכטן פון די מאמע.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג יוני 24, 2019 10:41 am

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:מיר איז געפאלן די געדאנק אז א פשוטע בירגער דארף מיטברענגען גאנצעטע דאקומענטן פאר פארשידענע באווייזן, אבער דער אומלעגאלער [אומדאקומענטירטער] אימיגראנט... קען קומען מיט ליידיגע הענט און ארויסשפאצירן מיט לייסענס צו פירן מאשין געווער אויף פיר רעדער...

איך האב עפעס א id פון Guatemala סאיז אן א פיקטשער birth certificate אין כגיי מיר מאכען נייע לייסענס אל כל צרה שלא תבוא א פאליס סטאפט פאר א טיקעט וועל איך עס ניטצען. ווען סוועט ווערען צי אסאך טיקעטס וועל איך קיופען א נייע.
אין די בראנקס קען מען עס האבען פאר בערעך$250...

סאיז איליגעל פאר די DMV צי ניטצען face recognition



איך בין געזעצן א שטיק צייט צוריק אין א טעקסי און ער האט עפעס חוטא געווען (געפארןא אויף א לעין וואס האט זיך געטויט אויף א עראו און זיך נישט איינגעדרייט) און עם אפגעשטעלט. ער האט גערעט אמיגאו שפראך און געלאזט גיין זאגט מיר דער דרייווער אז ער האט עם געוויזן זיין לייסענס פון עקוואדאר

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג יוני 24, 2019 11:31 am

זיי זענען צוקער זיס, אונז וועלן זיך מחיה זיין מיט די נייע געזעץ.

אונז וועלן שוין מער נישט דארפן קלעטערן פארן אריין נעמען א נייע ווען פאר די פירמע, ווער וועט דאס דרייוון, וואס הייסט ווער, קארלאס די ערשטע, אין די צווייטער ווען וועט אונהייבן דרייוון האזע שוין דא אין ניו יארק צום 6 מאל נאכן עם ארעסטירן פארגאנגענען חודש אבער א משלח וחוזר.

איך האב מיטגעהאלטן 2 חדשים ציריק האט מען געכאפט א מעקסיקא קויפן ליין-גנבענען טאקא'ס פון א דעלי שאפ, סע איז געקומען צום פאליציי זיי האבן אונגעהויבן זוכן אמיגאו חוליו בן קארלאס לעצטע נאמען כוואן, וואס פלעגט ארבעטן אין א לאקאלע געשעפט פארן זינד פון אראפ נעמען אפאר טאקאס פין די שעלפ'ס.

סע איז בבחינת משה זוך מיך, אין אז מע וועט עם כאפן אין ארעסטירן ציריק שיקן אין ציריק קומען מיט מער ענגעריע וויסענדיג אז אופן וועג האט ער שוין זיך געטראפן מיט נייע אמיגא'ס וואס וועלן צוזאמען האבן א קליינע דירה פון די לאקאלע אידל צאלענדיג יעדע חודש קעש.

בקיצור דאס געזעץ מאכט נישט קיין סענ'ס, איל וויל דיר דערציילן נייעס, זיי דארפן בכלל נישט צי קומען צו לייסענ'ס פון די גארוועמענט, זיי האבן ביליגע אין שנעלערע פאר נישטיגע 250, באקומסט עס יענע טאג וואס די אפלייסט, אין אויב מע כאפט דיך וועסט אהיים געשיקט ווערן אבער 2 חדשים שפעטער ביסטו ציריק דא מיט א פרישע עקספענ'ס פון 250 פאר א נייע לייסענ'ס.

#זיי זענען צוקער זיס, אונז וועלן זיך מחיה זיין מיט די נייע געזעץ.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג יוני 24, 2019 11:53 am

גייען זיי אויך קענען וואטען (ליגעל אדער נישט ליגעל) מיט די גאווערמענט איידי ?

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » מאנטאג יוני 24, 2019 12:10 pm

די ציבור לייגט צו קאפ צו וואס דא גייט פאר?! די פאר לינקע ניקס וועלן פארן רינגס ארום און זיך ארויפכאפן אויף יעדע אות וואס נאר מעגליך דיר אפצופרעגן. ער איז נישט דא זיך צו פארטיידיגן [ווייל ס'נישטא מיט וואס]... ער קען סך הכל זיך ארויפכאפן אויף א פוינט און דיר צימבלען דערמיט... און ער בלייבט נאך גערעכט! ער איז א שטודירטע דענקער!..
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3691
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג יוני 24, 2019 12:15 pm

בראנפן גלעזל האט געשריבן:די ציבור לייגט צו קאפ צו וואס דא גייט פאר?! די פאר לינקע ניקס וועלן פארן רינגס ארום און זיך ארויפכאפן אויף יעדע אות וואס נאר מעגליך דיר אפצופרעגן. ער איז נישט דא זיך צו פארטיידיגן [ווייל ס'נישטא מיט וואס]... ער קען סך הכל זיך ארויפכאפן אויף א פוינט און דיר צימבלען דערמיט... און ער בלייבט נאך גערעכט! ער איז א שטודירטע דענקער!..


דער ציבור לייגט פיין צו קאפ

זארג דיך נישט קיינער ווערט נישט איבערגענומען פון די פאר ליבעראלע דא וואס פירקלן אן דא אן צוגעבן עפעס צום שמועס

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג יוני 24, 2019 12:16 pm

מצב כללי האט געשריבן:
בראנפן גלעזל האט געשריבן:די ציבור לייגט צו קאפ צו וואס דא גייט פאר?! די פאר לינקע ניקס וועלן פארן רינגס ארום און זיך ארויפכאפן אויף יעדע אות וואס נאר מעגליך דיר אפצופרעגן. ער איז נישט דא זיך צו פארטיידיגן [ווייל ס'נישטא מיט וואס]... ער קען סך הכל זיך ארויפכאפן אויף א פוינט און דיר צימבלען דערמיט... און ער בלייבט נאך גערעכט! ער איז א שטודירטע דענקער!..


דער ציבור לייגט פיין צו קאפ

זארג דיך נישט קיינער ווערט נישט איבערגענומען פון די פאר ליבעראלע דא וואס פירקלן אן דא אן צוגעבן עפעס צום שמועס

און פונקט אזוי נישט צו די פאר רעכטע וואס פירקלען אן צוגעבן.
דער ציבור ענטפערט נאר פאר די וואס שרייבן צום 'זאך'.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יוני 24, 2019 12:46 pm

כאפצעם האט געשריבן:עס טוט אויף אז סתם אלגעמיינע אימיגראנטן, וואס פעלטשן נישט קיין דאקומענטן, זאלן קענען אנהויבן דרייוון לעגאל.

עגעין, וואס איז דו אויפטו?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 24, 2019 12:51 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:עס טוט אויף אז סתם אלגעמיינע אימיגראנטן, וואס פעלטשן נישט קיין דאקומענטן, זאלן קענען אנהויבן דרייוון לעגאל.

עגעין, וואס איז דו אויפטו?

אינקאם פארן סטעיט (פון די לייסענס וכו'), און זיכערהייט אויף די גאסן, אז מענטשן וועלן דורכגיין די לעסאנס און טעסטס פארן קענען דרייוון.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג יוני 24, 2019 1:04 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:עס טוט אויף אז סתם אלגעמיינע אימיגראנטן, וואס פעלטשן נישט קיין דאקומענטן, זאלן קענען אנהויבן דרייוון לעגאל.

עגעין, וואס איז דו אויפטו?


מאכן באקוועם אומלעגאלע, אז עס זאל זיך גליסטן פאר אנדערע נאכצו טון דעם ביישפיל, אזוי ארום אנפילן דאס לאנד מיט ליבעראלע וואוטערס.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 24, 2019 1:09 pm

סארא בייפאל דאס.

מיטן זעלבן חשבון קען מען מיינעך מאכן א געזעץ אז איליגעל אימיגראנטן קענען באקומען לייסענס צו טראגן געווער, מיט א אומזינסטע קורס זיך צו לערנען וויזוי עס צו באהאנדלען. קודם וועט די סטעיט שוין איינמאל מאכן געלט, און בכלל וועט די סטעיט זיין מער פארזיכערט. [מ׳וועט שטייצעך מיזן אינטערשרייבן אז מ׳גייט נישט דערמיט אדורכפירן קיין ווייאלענס].

די זעלבע איז מיט די מאפיא. מ׳זאל זיי געהעריג אוטאראזירן אלטס א אפציעלע אגענטור מיט פערמיטן וואס מ׳ברויך רינוען יעדעס יאר פאר $150, ס׳וועט נאר אריינברענגען געלט אין די קאסע.

#מ׳נעמט אראפ די טרעפיק שילדן, אזוי פארט יענער נישט ראָנג וועי..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 24, 2019 1:11 pm

מאפיא און געווער איז דאס זעלבע ווי דרייוון. גאט איט.

יעצט פארשטיי איך שוין די קעגנערשאפט צו סייוועכע גאן קאנטראל, אמער ס'דאך פשוט ווי דרייוון..

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 24, 2019 1:14 pm

חלילה! כ׳רעד נישט געווער צו שיסן. כ׳רעד צו מאכן רויבערייען!... :wink:

הער אויס, קענען דרייוו מיינט נישט אז די ראוד איז פארזיכערט. א קאר איז די ערשט און די וויכטיגסטע טול אדורכצופירן קריימס. ויפיל מאל הערט מען א ריכטער סוספענדירט די לייסענס פון א באנדידט אפילו זיין קריים איז נישט רילעידעט מיט א קאר?

די איידיע פון געבן לייסענס פאר איינעם וועם די האסט קיין השגה נישט אין זיין בעקראונד, אפילו ער קען גוט דרייוון א קאר, קען ער אבער יעצט אויך בעסער טאן אנדערע זאכן גרינגער.

און בכלל, אויב מאכסטע גרינדער דאס לעבן פאר מענטשן, וואס מאכט ער עס מיר שווערער?
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מאנטאג יוני 24, 2019 1:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 24, 2019 1:16 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א קאר איז די ערשט און די וויכטיגסטע טול אדורכצופירן קריימס.

די שמועס ווערט אינטערסאנטער ביי דע מינוט.. קיפעם קאמינג.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 24, 2019 1:16 pm

א גוטן טאג.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

כמים שאין להם סוף
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

תגובהדורך כמים שאין להם סוף » מאנטאג יוני 24, 2019 1:29 pm

אויב האט נישט געווארט געניג לאנג ביי די מאטאר וויעקל אפיס ביז יעצט קען מען זיך פארשטעלען ווי לאנג מען גייט פון היינט און ווייטער דארפען ווארטען ווען נאך אפאר הינדערט טויזענט אומלעגאלע אימיגראנטן וועלען אנפילען די מאטאר וויעקל אפיסעס.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יוני 24, 2019 1:36 pm

זיי גייען נישט דארפען ווארטען לאנג, ווייל זיי ברויכען נישט צושטעלן צופיעל דאקומענטן...
בוי זיך זעלבסט

א גולם
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מאנטאג יוני 24, 2019 1:54 pm

וואס די געשריי!!!! די גאנצע זאך איז מזאל זיי קענען טרעקען, איין גרינעם מיטוואך וועט מען אויפשטיין צי די נייעס 50,000 איליגעל אימיגראנטן ארעסטירט

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יוני 24, 2019 1:57 pm

כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א קאר איז די ערשט און די וויכטיגסטע טול אדורכצופירן קריימס.

די שמועס ווערט אינטערסאנטער ביי דע מינוט.. קיפעם קאמינג.

און טאקע דאס האט פריער בראנפן גלעזל געזאגט: מען כאפט זיך ארויף אויף א ווארט און... לעקיש!

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג יוני 24, 2019 2:02 pm

צו געזונט האט געשריבן:זיי גייען נישט דארפען ווארטען לאנג, ווייל זיי ברויכען נישט צושטעלן צופיעל דאקומענטן...

:lol:
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג יוני 24, 2019 2:08 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א גוטן טאג.


אזוי לאנג האט עס גענומען......
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יוני 24, 2019 2:15 pm

א גולם האט געשריבן:וואס די געשריי!!!! די גאנצע זאך איז מזאל זיי קענען טרעקען, איין גרינעם מיטוואך וועט מען אויפשטיין צי די נייעס 50,000 איליגעל אימיגראנטן ארעסטירט

די געדאנק איז אז די אוטאריטעטן וועלן נישט קענען האבן צוטריט צו די אינפארמאציע!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: green sunday, Kollel, אביונה, דוקטור, היכלי, הצלחה וברכה, טאנץ 2, לפנות בוקר, מזל מידיע, פינחס, צדיק בן צדיק, קהל עדתינו, שׁעמעדיגער און 85 געסט