פרישע געזעץ אין ניו יארק ערלויבט דרייווערס לייסענס פאר אומלעגאלע אימיגראנטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

פרישע געזעץ אין ניו יארק ערלויבט דרייווערס לייסענס פאר אומלעגאלע אימיגראנטן

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג יוני 23, 2019 2:43 pm

אנאליז אויף קול מבשר דורך יצחק קלאר, גוט אויסגעשמועסט דעם נושא.
שטוינענד...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יוני 23, 2019 2:46 pm

און געוויסע קאונטי קלוירק'ס זאגען אז זיי וועלן נישט לאזען עס פאסירן
בוי זיך זעלבסט

משהלע
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג יוני 23, 2019 3:09 pm

טאמער טרעפיק איז געווען שרעקליך ביז יעצט, לייג צו יעצט די קארס פון אומלעגאלע אימיגראנטן.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג יוני 23, 2019 3:30 pm

סאיז סך הכל החזיר עטרה ליושנה, איידער 9/11 האבן אומלעגאלע געקענט באקומען לייסענס, פאטאקי האט עס דאן אוועקגענומען פון זיי.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג יוני 23, 2019 3:55 pm

מיר איז געפאלן די געדאנק אז א פשוטע בירגער דארף מיטברענגען גאנצעטע דאקומענטן פאר פארשידענע באווייזן, אבער דער אומלעגאלער [אומדאקומענטירטער] אימיגראנט... קען קומען מיט ליידיגע הענט און ארויסשפאצירן מיט לייסענס צו פירן מאשין געווער אויף פיר רעדער...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג יוני 23, 2019 4:19 pm

וועם גייט אן זיי דרייוון?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג יוני 23, 2019 4:31 pm

כאפצעם האט געשריבן:וועם גייט אן זיי דרייוון?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג יוני 23, 2019 4:31 pm

אומלעגאלע אימיגראנטן - לעגאל
דראגס - לעגאל
חוקי תועבה - לעגאל

געבן מיינע קינדער א אידישע חינוך - אומלעגאל


#אוי באשעפער לייז אונז אויס, לייז אונז אויס, לייז אונז אויס!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג יוני 23, 2019 4:32 pm

עצם גייט עס מיר גאר קנאפ אן דאס אז אומלעגאלע דרייוון.
וואס עס גייט מיר אבער יא אן איז עז פאללאוס:
(נאוט: עס איז טאקע נישט די סטעיט נאר די סיטי לעת עתה באט געטטינג דהיר)
אן אומלעגאלער אימיגראנט באקומט א דיסקאונט אויף סיטי בייק און איך מוז צאלן פול פרייס
ער באקומט א דיסקאונט אין א יעדן סיטי פארק/מוזעאום בעת איך דארף באצאלן פול פרייס
יעצט ווילן זיי נאך צולייגן אינשורענס וואס דארף ווערן באצאלט דורך ׳׳איינעם׳׳
מיינע טעקסעס פארן ארויךף יעדעס יאר בעת וואס קריים אין מיין געגנט ׳׳פאלט׳׳ און אע מיינע סערוויסעס פון די סיטי פארן פונקט אזוי ארויף צוליב די סיבה וואס מיר דארפן זיין מכניסי אורחים
וואלטן זיי נישט אנגעחזרט די גאסן מיט די דיקרימיניליזירטע מאריכואנא און נישט אראפגעברענגט די געגנטער ממילא. במציאות:
זייט קריים איז ׳׳געפאלן׳׳ די לעצטע צוויי דריי יאר איז אויף מיין גאס אליינס קינדער געווארן געטשעפעט דורך אזעלכע מענטשן וואס האבן א מעגליכקייט צו האבן א דרייווערס לייסענעס אן דאקומענטן
פאר ען פופצן יאר צוריק האט מען מיר נאר נאכגעשריגן דזשו אויף גרעהעם עוועניו. היינט האב איך שוין זוכה געווען צו הערן נאר א גאס אוועק

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג יוני 23, 2019 4:46 pm

דאס מאל שטים איך איין מיט די דעמאקראטען אין אלבאני, די חברה דרייוון עניוועי פארוואס זאלן זיי נישט דארפן אדורכגיין א טעסט צו זעהן אויב זיי קענען דרייוון?

אבער וואס עס באדערט מיר יא איז דאס וואס די אנדערע חברים האבן שוין ארויסגעברענגט, אז פאר די אומלעגאלע זארגט מען זיך מער און מ'געבט זיי מער רעכטן ווי אונז לעגאלע סיטיזענס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג יוני 23, 2019 4:48 pm

ברויכן זיי האבן איבערווייזן אז זיי זענען דא אומלעגאל?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג יוני 23, 2019 4:49 pm

עס וואלטו געקומען אז זיי זאלן צאלן דאפעלט פאר זייערע טיקעטס. הלמאי, זיי צאלן זיך דאך נישט קיין טעקסעס, ווער דארף אויסהאלטן די פאליציי וואס היטן די גאסן וואס זיי דרייוון?

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג יוני 23, 2019 5:18 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:דאס מאל שטים איך איין מיט די דעמאקראטען אין אלבאני, די חברה דרייוון עניוועי פארוואס זאלן זיי נישט דארפן אדורכגיין א טעסט צו זעהן אויב זיי קענען דרייוון?

אבער וואס עס באדערט מיר יא איז דאס וואס די אנדערע חברים האבן שוין ארויסגעברענגט, אז פאר די אומלעגאלע זארגט מען זיך מער און מ'געבט זיי מער רעכטן ווי אונז לעגאלע סיטיזענס.


איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, די וואס דרייווען עניוועי יעצט אן קיין לייסענס גייען זיך נישט סתם אזוי נעמען די מיה יעצט צו מאכן לייסענס.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יוני 23, 2019 6:12 pm

כאפצעם האט געשריבן:וועם גייט אן זיי דרייוון?

עס גייט קיינעם נישט אן. אבר ווען דער בירגער דארף אדורכגיין שוועריגקייטן און דער אריינדירנגער קריגט זאכען אויף א גאלדענעם טאץ, אויף א צווייטענס קאסטן, דאן קאן עס אביסל אויפברויזן.
מיינע שטייער צאלט פאליציי פאר סעיפטי.
זיינע נישט שטייער איז פאר די מערערע קריים וואס ער צאלט נישט פאר די געריכט סיסטעם
מיר גלייבט מען נישט אז מיינע דאקומענטן זיינען לעגאל און איך פלאג מיך צו קריגען א לייסענס.
ער זאגט אז ער איז אומלעגאל און מען גיבט אים א לייסענס וואס מען קאן קיינמאל נישט וויסען אויב איז עס טאקע דער פארשוין אין קעיס פון א לעגאלע אישו
און נאך!
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג יוני 23, 2019 7:23 pm

און מאן יימר אז עמיץ וואס האט שוין לייסענס זאל נישט קענען אריינשפאצירן היצטערט אין דמ"וו און פארלאנגן לייסענס אויפן סמך אז ער פארמאגט קיינע פאפירן און זייער דא זיין איז נאר ווייל זיי געווען גענוג פלינק און אריבערגעקראכן דעם וואנט?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יוני 23, 2019 7:39 pm

אוממעגליך. א בירגער העט מען ארעסטירן פאר האבען צוויי דרייווער ערלויבענישן. דעם נעבעכדיקען אומלאגאלען אימיגראנט העט די רעגירונג צושטעלן א אומזיסטן אדוואקאט, מיט מיין שטייער געלט, און נאכער אים ארויסלאזען אויף די פריי, ווייל ער האט נעבעך "געמוזט" מאכען נאך א לייסענס, אזוי אום אז אפילו אויב די ICE קומט ארויף אויף זיינע שפירען דורך זיין איין לייסענס, זאל ער שטענדיג האבען א צווייטע אזוי אום נישט צו לעבן אונטער פחד אז מען וועט אים צוריקשיקען פון וואו ער איז געקומען.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג יוני 23, 2019 7:40 pm

און אפשר גיבט מען אויף דאס בירגעשאפט? שוין באלד גרינגער אזוי.. ניין?
אדער, זיך האלטן מיט א ניק וואס איז אומדאקומענטירט?..
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יוני 23, 2019 7:53 pm

ברויך מיר זיך איינהאנדלען א גרויסע קעפ, די וואס קומען ביז איבער די אויערן און גיין אין מאטאר וועהיקל. קודם פערלאנגן א דאלמעטשער, און זאגען quiero hacer una licencia de conducir. און היידא, איך בין א דרייווער.
בוי זיך זעלבסט

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » זונטאג יוני 23, 2019 7:57 pm

צו געזונט האט געשריבן:ברויך מיר זיך איינהאנדלען א גרויסע קעפ, די וואס קומען ביז איבער די אויערן און גיין אין מאטאר וועהיקל. קודם פערלאנגן א דאלמעטשער, און זאגען quiero hacer una licencia de conducir. און היידא, איך בין א דרייווער.

האסט פארגעסן צוצולייגן, אז מ'ברויך אויסדרייען די קעפ אויף הינטערוויילעכטס. :grin:

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יוני 23, 2019 7:58 pm

האלב זייטיג...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג יוני 23, 2019 8:12 pm

צו געזונט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:וועם גייט אן זיי דרייוון?

מיר גלייבט מען נישט אז מיינע דאקומענטן זיינען לעגאל און איך פלאג מיך צו קריגען א לייסענס.
ער זאגט אז ער איז אומלעגאל און מען גיבט אים א לייסענס וואס מען קאן קיינמאל נישט וויסען אויב איז עס טאקע דער פארשוין אין קעיס פון א לעגאלע אישו
און נאך!

סתם אבי גערעדט. זיי דארפן צושטעלן ס'זעלבע ווי דיר, נאר אנדערש ווי די לעצטע 20 יאר וועט אצינד אויסלענדישע דאקומענטן אויך זיין אקצעפטירט.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג יוני 23, 2019 8:16 pm

זיי ברויכן צייגן זייער אויסלענדישע פאספארטן ?

און וואס טיצעך מיט די עכטע טראבלמעיקערס וואס קענען ניטאמאל צייגן פון וועלכע לאנד זיי זענען אנטרינען וועלן ווייטער נישט קענען באקומען ייסענס?
נאט אייך א גרינע...


עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג יוני 23, 2019 8:17 pm

אזא אומ'פארשטענדליכע זאך ווי דער געזעץ האב איך נאכנישט געזען.
יענער איז דא אין לאנד 'אומלעגאל', דהיינו, ער האט געוויזן פארן אמערקיאנער געזעץ א פייג, און... מען גיבט אים לייסענס.
אנשטאט, אים אנכאפן און צופאטשן אויף ביידע באקן, 'שעם אן יו, ביזט א פארברעכער מיט דיין עצם אנוועזנהייט דא אין לאנד, גיבט מען אים גאר לייסענס...'
שעם אן יו גאווענער קאומאו, און אגב איין שטימע האבן נוי יארק'ע דעמאקראטן פארלוירן מיט דעם געזעץ, מיין שטימע!
נאצינאל וועל איך ביזדערווייל לכאורה ווייטער שטימער בלוי, עכ"פ ביים פרעזעדענטליכן פארמעסט, אבער אין נוי יארק נישט!
א בושה אז אזא געלונגענע גאווענער ווי קאומאו איז געפאלן כורעים פאר די פארשאלטענע פראגראסיווען. וועלכע מאכן חרוב די דעמאקראטישע פארטיי.
----
דיסקלעמער: יא, איך האב נעכטן אויסגעהערט יצחק קלאר
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג יוני 23, 2019 8:23 pm

כאפצעם האט געשריבן:סתם אבי גערעדט. זיי דארפן צושטעלן ס'זעלבע ווי דיר, נאר אנדערש ווי די לעצטע 20 יאר וועט אצינד אויסלענדישע דאקומענטן אויך זיין אקצעפטירט.

אן אמעריקאנער קען קיין לייסענס נישט באקומען אן קיין סאושל, דער אומלעגאלער וועט אויך דארפן מאכן א סאושל?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

סטאקאטא
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:16 pm

תגובהדורך סטאקאטא » זונטאג יוני 23, 2019 8:28 pm

באלד וועט מען זיי פעסן דעם ראד טעסט מיט 45 פאוינטס אנשטאט 30 אלס "רחמנות...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, גרינע, דברים אלו, מאך המוציא און 30 געסט