737 מעקס פליגער - נייעס און אפדעיטס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

737 מעקס פליגער - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

די FAA האט זייער מורא אליין צו עפראווען די נייע סאפטווער עפדעיט פון באוינג דעריבער האבן זיי געמאלדן אז זיי האבן געגרינדעט א בארד אינערהאלב די FAA וואס די בארד וועט העלפן מיט די עפראוועל פראסעס. די בארד נעמט אריין מיטגעלידער פון נאסא פון די עירפארס און דיפארטמענט אף טראנספארטאציע. די מעמבערס אויף די בארד וועלן זיין מענטשען וואס זענען נישט געווען אינוואלוד אין די ארגינעלע עפראוועל פראסעס פון די מעקס פליגער.
די FAA טוט דאס ווייל זיי קומען אינטער שטארקע קריטיק פארן ערלויבן באוינג און אנדערע עראפלאן מעניופעקטשארס אליין סורטיפייען א חלק פון זייערע פראדוקטן.

אויך איז געווען באריכטעט פאריגע וואך אז באוינג האט הערשט נאכן קראך פון די לייאן מעקס פליגער געלאזט וויסן פאר סאוט וועסט עירליין די עירליין מיט די מערסטע מעקס פליגערס אז א סיגנאל אין די קאקפיט וואס דארף ווייזן אויב די סענסארס אויף די נאז ווייזן די נישט ריכטיגע נומבערס (ווי שוין באריכטעט איז דאס א אפציע וואס מדארף עקסטער בעטן) איז באמת נישט אנגעצינדן. וואס לכתחילה האט באוינג געזאגט אז סארבעט יא. אין די מעניול פון די פליגער איז אויך געשטאנען אז עס איז פאנקשענעל. 
סאוט וועסט האט גלייך אקטיוויזירט דעם סיגנאל אויף אלע זייערע מעקס.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

באריכטן זאגן אז א פייגל קראך האט מעגליך געפירט צו די 737 Max טראגעדיעס.

באואינג סטאקס זענען ארויף.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פייגלעך אין קאפ [אריין].
רשעות קאלטע סעלצער
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

CBS באריכט אז FAA אינספעקטאר זאגן אז זיי ווערן געטריבן צו באשטעטיגן פעלערהאפטיגע פליגערס, ריפארטס ווערן געמעקט, און אינספעקטארס וואס מערקן אן צופיל פראבלעמען וועט די FAA אויף די פארלאנג פון די עירליין מער נישט שיקן דעם אינספעקטאר.

יאכלו תאנים וישבעו

https://www.cbsnews.com/news/federal-av ... s-to-know/
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דממה דקה האט געשריבן:יאכלו תאנים וישבעו

פון וואו ביסטו זיכער אז דער באריכט איז נישט אמת?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:יאכלו תאנים וישבעו

פון וואו ביסטו זיכער אז דער באריכט איז נישט אמת?

איך האב דאס נאכנישט געליינט אבער עס קען זיין אמת, דאס האט נישט דווקא מיט די מעקס פליגערס, איינע פון די הויכע קעפ ביי א באויניג פלענט אין נארט קאראליינע איז שוין געפלויגן צוליב באריכטן אז ביי יענע פלענט פלעגט זיין זייער שוואך די גאנצע הלוך יילך ווי אזוי מהאט געארבעט, ארבעטערס פלעגן איבערלאזן טאלס אין פארטיגע פליגערס אזש איינע פון די טעסט פליגערס דאכצעך סיז טאקע געווען א מעקס פליגער האט געמיזט מאכן א עמערדזשענסי לאנדונג ביי איינע פון די טעסט פלייטס צוליב א קליינע פייער , און מהאט געטראפן טאלס צו א האמער צו א סקרו דרייוער (עפעס אזוי) איבערגעלאזט אינטער פארמאכטע ווענט, שוין געליינט א צייט צוריק איך געדענק שויניש פונקטליך די דעטאלן
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

פון: דער איד דעילי
אטעטשמענטס
Screenshot_1.jpg
Screenshot_1.jpg (123.99 KiB) געזען 6152 מאל
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

באואינג זאגט אז סקען זיין אז מוועט שוין אנהייבען די טעסט פלייט אויף די נייע סאפטווער מיט א עכטע פליגער אונעם נאנטען צוקונפט קען גאר זיין אז די וואך,
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

באוינג נעמט מיט די CEO פון ״יוניידעט״ צו פליען מיט די ערשטע אפציעלע רייזע אויפן 737 מעקס מיטן נייעם סאפטוועיר.
רשעות קאלטע סעלצער
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

בענאק האט געשריבן:פון: דער איד דעילי


אביסעלע צי שפעט, עפעס ארום 300 מענטשן זענען געשטארבן וועגן ענקער "גרויסן טעות".

AI באהאנדלונג דארף א גרויסן תיקון.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ממה נפשך האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:פון: דער איד דעילי


אביסעלע צי שפעט, עפעס ארום 300 מענטשן זענען געשטארבן וועגן ענקער "גרויסן טעות".

AI באהאנדלונג דארף א גרויסן תיקון.

אין קארפארעיט אמעריקע איז מענטשן געשטארבן בכלל נישט קיין טאלקינג פוינט, מען קיקט נאר אויף לאסט ביזנעס, יעצט נאך אפאר חדשים שפירן זיי די פראבלעם, "אז זיי האבן פארלוירן געלט"...
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

בעריש'ל האט געשריבן:באוינג האט דערלאנגט א גוטן פאטש פאר אירבאס, ווען ביים פאריזער איר שאו לעצטע וואך האט בריטיש אירוועיס באשטעלט 200 נייע 737 מאקס 8 פליגערס.

קודם כל סיז נישט נאר בריטיש עירוועיס, סיז א אינטערנאשאנעל עירליין גרופע (IAG) וואס נעמט אריין בריטיש עירוועיס מיט נאך עטליכע קלענערע ביליגערע אייראפעישע עירליינס און סיז נאכנישט קיין פאקטישע ארדער, זיי האבן געגעבן פאר באוינג א "צעטל פון אינטערעסע" "letter of intent" וואס מיינט צו זאגן אז זיי ווילן און זיי קוקן אריין דערין, דער CEO פון די גרופע וואס ער אליין איז א געוועזענע 737 פילאט (נישט מעקס) זאגט אז איינמאל די פראבלעמען זענען געסאלווד האט ער נישט קיין שום פראבלעם אליין צו פליען מיט א מעקס פליגער, שטייצעך עירבאס שעלט אריין ווייל דאכצעך אז פאר קורץ שטרעקיגע רייזעס האבן זיי דערווייל נאר עירבאס פליגערס א שטייגער ווי די 320 משפחה, מזאגט אז זיי האבן זיכער באקומען א גוטן דיסקאונט צוליב די פראבלעמען
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

וואס??? די וואס זענען אין די ליין ווייסן וואס דאס מיינט.
Boeing Outsourced 737 MAX Software Development

https://simpleflying.com/boeing-737-max ... outsource/
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אוטסאורסינג מיינט סימפלי א יעדע זאך וואס די טוסט נישט אליין נאר געסט ארויס פאר א צווייטן.
ווען א פריוואטע קאמפאני אין אינדיע נעמט איבער קאסטומער סעררוויס קאללס פון דיין באנק האט דיין באנק אוטסארסד זייער קאסומער סערוויס קאלל סענטער פאר יענע קאמפעני.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

יא יא, דאס איז די פראבלעם. אוטסארסן פאר אינדיאנע דעוועלאפערס וואס האבן נישט קיין שום עקספיריענס אין אוויאציע איז א אפענע טיר פאר קאטאסטראפע.

בלומבערג שרייבט אז ס'איז געווען אוטסארסד פאר אינדיאנע פראגרעמערס וואס נעמען 9 דאלער א שעה...

די זעלבע באריכט ווייסט אויך צו זאגן אז די DOJ האט אויסגעברייטערט זייער אויספארשונג אויף מער ווי נאר די 737 Max, דאס מיינט אז זיי האבן גרויסע חשדות.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

אמעריקען עירליינס האט געמאלדן אז פון אנפאנג נאוועמבער וועלן אזויפיל ווי 115 רייזעס א טאג ווערן גע׳קענסעלט צוליב די פארבאט פון רייזן מיט די באואינג 737 מעקס!
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

אהבת השם האט געשריבן:אמעריקען עירליינס האט געמאלדן אז פון אנפאנג נאוועמבער וועלן אזויפיל ווי 115 רייזעס א טאג ווערן גע׳קענסעלט צוליב די פארבאט פון רייזן מיט די באואינג 737 מעקס!

איד דעלי
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

שקר האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:אמעריקען עירליינס האט געמאלדן אז פון אנפאנג נאוועמבער וועלן אזויפיל ווי 115 רייזעס א טאג ווערן גע׳קענסעלט צוליב די פארבאט פון רייזן מיט די באואינג 737 מעקס!

איד דעלי

די סארט טעראר אין יעדע אשכול מאכט ניקס אויפהערן שרייבן.
אז דו האלטסט אז ער האט געדארפט שרייבן פון ווי ער נעמט עס, איז דא א אישי קעסטל.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

עכט היימיש האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:אמעריקען עירליינס האט געמאלדן אז פון אנפאנג נאוועמבער וועלן אזויפיל ווי 115 רייזעס א טאג ווערן גע׳קענסעלט צוליב די פארבאט פון רייזן מיט די באואינג 737 מעקס!

איד דעלי

די סארט טעראר אין יעדע אשכול מאכט ניקס אויפהערן שרייבן.
אז דו האלטסט אז ער האט געדארפט שרייבן פון ווי ער נעמט עס, איז דא א אישי קעסטל.

איך תשי טיבה
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

נישט ריכטיג @עכט היימיש.

נישט דאס איז וואס פארטרייבט פון דא, נאר ענדערש דאס אויפמערקן כסדר ווי אזוי מ'דארף דא צו שרייבן אדער וואס צו שרייבן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

איך הייב אן מורא האבן פון באואינג מער און מער, די פירערשאפט שטינקט ביז ארויף.

די מעשה איז בעסיקלי אז SpaceX און Boeing זענען אויף א רעיס צו בויען א ספעיס פלייט פאר אסטראנאטן (זע מער דערוועגן אין די ספעיס אשכול). ביידע, סיי SpaceX און סיי Boeing האבן אין 2018 געהאט אן אינסידענט/עקסידענט בשעת א טעסט פאר'ן נייעם פלייט.

SpaceX האט ארויסגעלייגט אן אפישעל סטעיטמענט אפאר שעה נאכן עקסידענט און NASA פון זייער זייט האט אויך ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז מ'פארשט עס צוזאמען און מ'מאכט זיכער אז ס'נישטא קיין שום סעקיוריטי ריסק פאר די עווענטועלע רייזעס.

Boeing פון די אנדערע זייט, האט בכלל נישט גערעדט פון זייער געשעעניש ביז א רעפארטער האט עס אויפגעדעקט מער ווי א חודש שפעטער נאכ'ן נישט באקומען קיין געהעריגע ענטפערס און דעמאלסט האט Boeing ארויסגעלייגט א טריקענע מעסעדזש אז זיי ארבייטן דערויף און דאס איז די נארמאלע וועג פון א טעסט - און פון NASA האט מען נאך ביז'ן היינטיגן טאג נישט געהערט דערפון. (נאסא'ס נישט רעדן איז בפשטות די זעלבע סיבה ווי באואינג, די שאלה בלייבט נאר וואס די סיבה איז)

נאך מער, SpaceX ווייל זיי זענען געווען אפן און געזאגט וואס זיי האבן צו זאגן האבן זיי באקומען אסאך קריטיק דערוועגן אפילו פון NASA אליינס, אין די צייט וואס Boeing מיטן זיין שטיל האט קיינער נישט קיין טענות, וויבאלד מ'הערט דאך נישט דערוועגן.

פון דעם ארטיקל
So, if SpaceX’s moderately quiet but otherwise excellent communication of Crew Dragon’s explosion was unsatisfactory and worthy of pointed criticism straight from the head of NASA, the fact that Boeing and NASA have scarcely acknowledged a Starliner anomaly that caused months of delays must be downright infuriating, insulting, and utterly unacceptable. And yet… not one mention during Bridenstine’s bizarre criticism of SpaceX’s supposed communication issues.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

עכט היימיש האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:אמעריקען עירליינס האט געמאלדן אז פון אנפאנג נאוועמבער וועלן אזויפיל ווי 115 רייזעס א טאג ווערן גע׳קענסעלט צוליב די פארבאט פון רייזן מיט די באואינג 737 מעקס!

איד דעלי

די סארט טעראר אין יעדע אשכול מאכט ניקס אויפהערן שרייבן.
אז דו האלטסט אז ער האט געדארפט שרייבן פון ווי ער נעמט עס, איז דא א אישי קעסטל.

אויב האב איך געמיינ אז עס קומט יא צו שרייבן האב איך יעצט געזען אז עס איז סתם שטותים, ווייל איך האב און איד דעלי נאך נישט אריינגעקוקט די לעצטע וואך צייט...
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

שקר האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:אמעריקען עירליינס האט געמאלדן אז פון אנפאנג נאוועמבער וועלן אזויפיל ווי 115 רייזעס א טאג ווערן גע׳קענסעלט צוליב די פארבאט פון רייזן מיט די באואינג 737 מעקס!

איד דעלי

לידיעה בעלמא לכבודך הרמה האב איך געפענט איד דעלי יעצט און דארט שטייט גאנצע א אנדערע לשון!
נישט אז איך האב א פראבלעם, פון מיין זייט קענסטו שרייבן איד דעלי אדער עפעס אנדערש נאר אזויווי @עכט היימיש האט געשריבן קען זיין אנדערע וועלן אויפהערן שרייבן......

און דא נאדיר לשונו פון איד דעלי

אמעריקען עירליינס" האט נעכטן געמאלדן אז זיי וועלן קענסלען פרישע צענדליגער פלי רייזעס ביז אריין אין נאוועמבער, אלס רעזולטאט פון א מאנגל אין פליגערס, צוליב וואס דער "באואינג 737 מעקס" פליגער האט נאך אלץ נישט באקומען דעם אקעי צו פליען. אלעס אינאיינעם באטרעפט אמעריקען'ס קענסעלעישאנס 115 פלי רייזעס פער טאג, און אויסער דעם האט מען נעכטן געהערט אז עס וועט מעגליך דויערן ביז ערגעץ אנהייב יאר 020' אז באואינג'ס געפלאגטע פליגער זאל באקומען ערלויבעניש נאכאמאל זיך צו הייבן.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

אהבת השם האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:אמעריקען עירליינס האט געמאלדן אז פון אנפאנג נאוועמבער וועלן אזויפיל ווי 115 רייזעס א טאג ווערן גע׳קענסעלט צוליב די פארבאט פון רייזן מיט די באואינג 737 מעקס!

איד דעלי

לידיעה בעלמא לכבודך הרמה האב איך געפענט איד דעלי יעצט און דארט שטייט גאנצע א אנדערע לשון!
נישט אז איך האב א פראבלעם, פון מיין זייט קענסטו שרייבן איד דעלי אדער עפעס אנדערש נאר אזויווי @עכט היימיש האט געשריבן קען זיין אנדערע וועלן אויפהערן שרייבן......

און דא נאדיר לשונו פון איד דעלי

אמעריקען עירליינס" האט נעכטן געמאלדן אז זיי וועלן קענסלען פרישע צענדליגער פלי רייזעס ביז אריין אין נאוועמבער, אלס רעזולטאט פון א מאנגל אין פליגערס, צוליב וואס דער "באואינג 737 מעקס" פליגער האט נאך אלץ נישט באקומען דעם אקעי צו פליען. אלעס אינאיינעם באטרעפט אמעריקען'ס קענסעלעישאנס 115 פלי רייזעס פער טאג, און אויסער דעם האט מען נעכטן געהערט אז עס וועט מעגליך דויערן ביז ערגעץ אנהייב יאר 020' אז באואינג'ס געפלאגטע פליגער זאל באקומען ערלויבעניש נאכאמאל זיך צו הייבן.

עס קען זיין אז @אהבת השם האט עס גענומען פון קול מבשר צו פון ווי.
ווי ידידיניו @אסדר האט אמאל מסביר געווען איז אלעס איין שרייבער, ממיא איז גארנישט מוכח
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

עכט היימיש האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:אמעריקען עירליינס האט געמאלדן אז פון אנפאנג נאוועמבער וועלן אזויפיל ווי 115 רייזעס א טאג ווערן גע׳קענסעלט צוליב די פארבאט פון רייזן מיט די באואינג 737 מעקס!

איד דעלי

לידיעה בעלמא לכבודך הרמה האב איך געפענט איד דעלי יעצט און דארט שטייט גאנצע א אנדערע לשון!
נישט אז איך האב א פראבלעם, פון מיין זייט קענסטו שרייבן איד דעלי אדער עפעס אנדערש נאר אזויווי @עכט היימיש האט געשריבן קען זיין אנדערע וועלן אויפהערן שרייבן......

און דא נאדיר לשונו פון איד דעלי

אמעריקען עירליינס" האט נעכטן געמאלדן אז זיי וועלן קענסלען פרישע צענדליגער פלי רייזעס ביז אריין אין נאוועמבער, אלס רעזולטאט פון א מאנגל אין פליגערס, צוליב וואס דער "באואינג 737 מעקס" פליגער האט נאך אלץ נישט באקומען דעם אקעי צו פליען. אלעס אינאיינעם באטרעפט אמעריקען'ס קענסעלעישאנס 115 פלי רייזעס פער טאג, און אויסער דעם האט מען נעכטן געהערט אז עס וועט מעגליך דויערן ביז ערגעץ אנהייב יאר 020' אז באואינג'ס געפלאגטע פליגער זאל באקומען ערלויבעניש נאכאמאל זיך צו הייבן.

עס קען זיין אז @אהבת השם האט עס גענומען פון קול מבשר צו פון ווי.
ווי ידידיניו @אסדר האט אמאל מסביר געווען איז אלעס איין שרייבער, ממיא איז גארנישט מוכח

;l;p- ;l;p- ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”