הרה״ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נארגוטס
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

תגובהדורך נארגוטס » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:00 pm

צולייגער האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:שווער צו גלייבען אז די אנדערע ברודער זאלן אנהויבן פירן טיש יעדע וואך און זיי זאלן האבן מענטשן, אפשר יא אבער איך גלייב נישט

עס קומט מיר צו שמייכלען (אויב מען מעג אזוי זאגן) ווען כ'דערמאן זיך דעם פרייטאג צונאכטס טיש פון רבי'ן זצוק"ל מיט עטליכע און צוואנציג יאר צוריק, עס זענען דארט געווען ווייניגער מענטשן ווי איטליכער פון די בנים הגאוה"צ שליט"א האבן ביי זייער באטע יעדן פרייטאג צונאכטס...

ביי רבי'ס איז דאס פירן טיש נישט געווען אן ענין פון וויפיל פערזאן גייען זיך דארט באטייליגן, עס איז נישט מעלה און מוריד, עס איז געווען אן ענין פון זה השלחן אשר לפני ה'. דאס יא, ביים בענטשן האט מען זיך משתדל געווען עס זאל זיין מנין.

די דארפסט נישט צוריק גיין 20 יאר
וויאזוי האט אויסגעזען א פריייטיג צונאכטס אדער א שלוש סעודות פאר 5 יאר צוריק און בארא פארק? טאקע מער ווי 20 יאר צוריק,אבער נישט וואס עס וואלט זיך געפאסט פאר אזא גרויסע מענטש
אגב די אלטע קליינע ביהמ"ד און וויליאמסבורג ווער עס געדענקט איז נאך געווען ווייניגער ווי 20 יאר צוריק,אוי ווי באטעמט דאס איז געווען

ארגינעל
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:26 pm

תגובהדורך ארגינעל » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:18 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:ווילאמסבורג און בארא פארק האט ער קלאר געזאגט "רב".

מאנסי אין לעיקוואד, ווי די קינדער דינען שוין באבדו"ת א לענגערע צייט, האט ער געניצט א לשון "אנפירן די עדה הקדושה", און "זיך פירן אלעס אזוי ווי די רבי זכותו יגן עלינו".

אויף רבי ישעי' יעקב האט ער געניצט די שפראך, "ממלא זיין מקום אביו".

וויאזוי איך פארשטיי עס, רבי ישעי יעקב שליט"א ווערט "סקולנע רבי", אבער די ברודער פון מאנסי און לעיקוואד זענען נישט תחת מרותו, נאר זיי "פירן" אליין, ווידער די ברודער פון ווילאמסבורג און בארא פארק זענען יא אינטער די הנהגה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

ד.מ. אז לעיקוואד און מאנסי איז בערך אזא בחינה ווי סאטמאר מאנסי, ער איז א זעלבסטשטענדיגע רב וואס פראוועט א רבי'סטווע, אבער לעבט גוט מיט סטאמאר רבי פון ווילאמסבורג שליט"א, און ווען דער רבי קומט איז ער אים מכבד ווי "דער רבי".

איך האב אויך אזוי פארשטאנען. אין עס מאכט סענס אויך,
דארט ווי די טאטע האט געפירט (ווילימסבורג אין בארא פארק) נעמט הרהצ רבי ישעי יענקל איבער אין די ברודערס וועלן זיין אינטער אים אבער אין די נייע פלעצער ווי מאנסי אין לעקוואד וואס די 2 קינדער האבן זיך אליין געבויט דארט קענען זיי זיין רבי.
אין אנדערע ווערטער ווילימסבורג אין בארא פארק זענען אינטער רבי ישעי יענקל אין רבי מאיר מיט רבי שמואל מרדכי ווילאנג זיי זענען דא זענען זיי אינטער אים אין אויב זיי ווילן קענען זיי אוועקגיין אין אליינס בויען אין דארט קענען זיי זיין רבי.

זייער מסתבר וואס דו זאגסט, אבער ס'איז נישט אזוי משמע געווען פון רבי שמעון יואל'ס ווערטער, ער האט געזאגט אז "ער לאדנט איהם איין דארטן צו זיין" קוקט נישט אויס אז ס'איז אונטער רבי ישעי' יעקב שליט"א.

אויב רבי מאיר נעמט אן דעם לאדענונג איבער די רבנות אמט פון וויליאמסבורגער ביהמ"ד איז פאסיג אז רבי שמעון יואל וויינבערגער זאל אפיציעל אנגערופן ווערן מיט א נאמען פון א רבנות ווי 'אב"ד באגאד' [ע"ש די רבנות פון אבי אביו הגה"צ רבי שלמה יודא וויינבערגער זצ"ל דער באגאדער רב] ווי איידער בלייבן בלויז דומ"ץ סקולען

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:22 pm

איך פלעג מיך אייביג וואונדערן שמחת תורה אז טויזענטער אידן טאנצן אין די פאר גאסן ארום און פאר רובא דרובא פאלט נישט איין אריינצוגיין אינעם שול'כל אויף קיעפ סט.
אבער דעס איז געווען א געווינס פאר די אידן וואס זענען יא געווען, געקענט שיין מיטהאלטן ווי דעררף רבי טאנצט ארום אינמיטן און זינגט איבער דעם אור חדש ניגון איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל..

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:23 pm

ארגינעל האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי איז הגאון הצדיק רבי ישעי' יעקב געווארן אויפגענומען געווארן להיות ממלא מקום אלס דער אפיציעלער 'סקולענער רבי', וואס אייגענטליך וועלן דאס פאקטיש די חסידי ומעריצי סקולען באשטימען מיטן זיך קוויטלען און זיך ווארימען ביי די טישן וכו' וואס וועט געפירט ווערן אדער אין מאנטריאל און ס'וועט ווערן א גרויס געפארעכץ וואס איז א גרויסער פעקאטר אין א רבי'סטיווע אדער אין בארא פארק מקום שהתפללו בו אביו ווי דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש, אדער גאר צווישן ביידע מאנטריאל און בארא פארק.
די אנדערע זון פירן אן מיט זייערע אייגענע בתי מדרשים מעגן אדער וועלן זיך פירן באדמורו"ת בדרכי אביהם מיט ווארימע טישן און מלוה מלכה'ס. חנוכה ליכט צינדן און הקפות וכו' וכו' יעדער פאר זיך במקומות מושבותיהם, אין זייער פירן רבי'סטיווע ווערט נישט נחשב ח"ו אלס א פגיעה אין די אפיציעלע רבי'סטיווע פון סקולענער רבי הגאון הצדיק רבי ישעי' יעקב שליט"א. אדרבה אזוי ווי אין וויזשניץ ווי די קעגנזייטיגע הערצה פון איין ברודער צום צווייטן איז אויפן העכסטן פארנעם.

ענדליך איז איינער אריינגעקומען קלאר, אקוראט דאס איז געווען די משמעות, אז די אנדערע ברודער קענען זיך פירן באדמורו"ת במקומות מושבותיהם, און אזוי ווי ער האט מדגיש געווען ביי הרה"צ רש"מ שליט"א, אז אויב וועט ער זיך מסדר זיין אין א צווייט מקום וועט ער אויך זיך קענען פירן באדמורו"ת, [און כפי וואס כ'האב געהערט, אז הרה"צ ר' מאיר שליט"א האט זיך ענטזאגט פון זיך צו פירן באדמורו"ת, ממילא האט ער נאר גערעדט פון אנפירן דעם ביהמ"ד אין וויליאמסבורג].
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
פארפלאמטער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:54 pm

תגובהדורך פארפלאמטער » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:28 pm

נארגוטס האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:שווער צו גלייבען אז די אנדערע ברודער זאלן אנהויבן פירן טיש יעדע וואך און זיי זאלן האבן מענטשן, אפשר יא אבער איך גלייב נישט

עס קומט מיר צו שמייכלען (אויב מען מעג אזוי זאגן) ווען כ'דערמאן זיך דעם פרייטאג צונאכטס טיש פון רבי'ן זצוק"ל מיט עטליכע און צוואנציג יאר צוריק, עס זענען דארט געווען ווייניגער מענטשן ווי איטליכער פון די בנים הגאוה"צ שליט"א האבן ביי זייער באטע יעדן פרייטאג צונאכטס...

ביי רבי'ס איז דאס פירן טיש נישט געווען אן ענין פון וויפיל פערזאן גייען זיך דארט באטייליגן, עס איז נישט מעלה און מוריד, עס איז געווען אן ענין פון זה השלחן אשר לפני ה'. דאס יא, ביים בענטשן האט מען זיך משתדל געווען עס זאל זיין מנין.

די דארפסט נישט צוריק גיין 20 יאר
וויאזוי האט אויסגעזען א פריייטיג צונאכטס אדער א שלוש סעודות פאר 5 יאר צוריק און בארא פארק? טאקע מער ווי 20 יאר צוריק,אבער נישט וואס עס וואלט זיך געפאסט פאר אזא גרויסע מענטש
אגב די אלטע קליינע ביהמ"ד און וויליאמסבורג ווער עס געדענקט איז נאך געווען ווייניגער ווי 20 יאר צוריק,אוי ווי באטעמט דאס איז געווען

כדי מלמד זכות צו זיין אויפן עולם ברויך מען ארויסברענגען אז דאס וואס ער האט געהאט קליינע טישן איז בכלל נישט געווען צוליב דעם וואס דער עולם האט דאס נישט מחשיב געווען ח"ו, נאר פשוט ווייל אין סקולען איז קיינמאל נישט געווען קיין זייגער אויף גארנישט, ממילא איז זייער שווער געווען פארן עולם זיך משתתף צו זיין ביי די טישן ווען מען האט געקענט ווארטן א שעה צו מער אז די טיש זאל זיך אנפאנגען, והא ראי' די ימים טובים (בעיקר אין וומסב"ג, אבער אין די שפעטערע יארן אויך אין ב"פ) איז געווען א עולם פון הונדערטער הונדערטער אידן, ובפרט חנוכה ביים לעכט צינדן.
אגב, איך דערמאן מיר אן עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט אין וומסב"ג שמיני עצרת נאכמיטאג, איך בין געווען ביים געזעגענען פון די סוכה, ווען מען האט געענדיגט טאנצן איז שוין געווען בערך 15-20 מינוט נאכן זמן ר"ת שמח"ת ביינאכט, אפאר מינוט שפעטער בין איך אריין אין ביהמ"ד און צו מיין גרויס שטוינונג זעה איך ווי מען גייט הגבה אויפן ס"ת (שמ"ע איז אויסגעפאלן שב"ק).....

ארגינעל
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:26 pm

תגובהדורך ארגינעל » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:35 pm

יין ישן האט געשריבן:
ארגינעל האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי איז הגאון הצדיק רבי ישעי' יעקב געווארן אויפגענומען געווארן להיות ממלא מקום אלס דער אפיציעלער 'סקולענער רבי', וואס אייגענטליך וועלן דאס פאקטיש די חסידי ומעריצי סקולען באשטימען מיטן זיך קוויטלען און זיך ווארימען ביי די טישן וכו' וואס וועט געפירט ווערן אדער אין מאנטריאל און ס'וועט ווערן א גרויס געפארעכץ וואס איז א גרויסער פעקאטר אין א רבי'סטיווע אדער אין בארא פארק מקום שהתפללו בו אביו ווי דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש, אדער גאר צווישן ביידע מאנטריאל און בארא פארק.
די אנדערע זון פירן אן מיט זייערע אייגענע בתי מדרשים מעגן אדער וועלן זיך פירן באדמורו"ת בדרכי אביהם מיט ווארימע טישן און מלוה מלכה'ס. חנוכה ליכט צינדן און הקפות וכו' וכו' יעדער פאר זיך במקומות מושבותיהם, אין זייער פירן רבי'סטיווע ווערט נישט נחשב ח"ו אלס א פגיעה אין די אפיציעלע רבי'סטיווע פון סקולענער רבי הגאון הצדיק רבי ישעי' יעקב שליט"א. אדרבה אזוי ווי אין וויזשניץ ווי די קעגנזייטיגע הערצה פון איין ברודער צום צווייטן איז אויפן העכסטן פארנעם.

ענדליך איז איינער אריינגעקומען קלאר, אקוראט דאס איז געווען די משמעות, אז די אנדערע ברודער קענען זיך פירן באדמורו"ת במקומות מושבותיהם, און אזוי ווי ער האט מדגיש געווען ביי הרה"צ רש"מ שליט"א, אז אויב וועט ער זיך מסדר זיין אין א צווייט מקום וועט ער אויך זיך קענען פירן באדמורו"ת, [און כפי וואס כ'האב געהערט, אז הרה"צ ר' מאיר שליט"א האט זיך ענטזאגט פון זיך צו פירן באדמורו"ת, ממילא האט ער נאר גערעדט פון אנפירן דעם ביהמ"ד אין וויליאמסבורג].

וואלט געווען ראטזאם אז הרה"צ רש"מ שליט"א זאלן עפענען זיין סקולענער הויף אין אדער בגלילות קרית יואל ווי עס איז דא א גרויס דורשט ביי הונדערטער אידן וואס פלעגן זיך קלאמערן ביים צדיק יסוד עולם סקולענער רבי זי"ע

אוועטאר
פארפלאמטער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:54 pm

תגובהדורך פארפלאמטער » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:38 pm

ארגינעל האט געשריבן:

גראדע געטראכט אז ער ברויך זיך ציען קיין לאנדאן, דארט האט דער סקולענער רבי זצ"ל ממש אפגעקויפט דעם עולם ווען ער איז דארט געווען מיט א צען יאר צוריק בערך.

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מיטוואך אפריל 03, 2019 5:47 pm

איך זעה אז דער עולם האט דא מוראדיגע הצעות פאר ר׳ שמואל מאיר שליטא און אויך פאר ר שמעון יואל שליטא. אויב אזוי ביטע רופט זיי אן און גיטס איבער די עצות פערזעליך און לאזט איבער די אשכול פאר הערכות איבער הרה׳ק מסקולען זי״ע
לעצט פאראכטן דורך א גוטן אום דאנארשטאג אפריל 04, 2019 2:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מיטוואך אפריל 03, 2019 5:47 pm

עס קורסירן דא גאנץ שיינע פלענער. איינער זאל גיין דא, טון אזוי, א צווייטער לוינט זיך אהינציען.
מעגליך ביים מנחם אבל זיין רעדט דאס דורך מיט זיי...

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:07 pm

פארפלאמטער האט געשריבן: בערך 15-20 מינוט נאכן זמן ר"ת שמח"ת ביינאכט, אפאר מינוט שפעטער בין איך אריין אין ביהמ"ד און צו מיין גרויס שטוינונג זעה איך ווי מען גייט הגבה אויפן ס"ת (שמ"ע איז אויסגעפאלן שב"ק).....

זייער נארמאל, דאס איז סקולען.

כ'האב געפרעגט אלס בחור דעם סקולענעם דיין צו איך מעג מיט דאווענען נאך חצות שחרית, זיין תשובה איז געווען ס'ווענדט זיך ווי שטארק איך בין סקולען....

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:51 pm

אלס בחור ווען איך האב מיטגעדאווענט שחרית נאך חצות, געדענק איך אז ביי צור ישראל איידער מען האט זיך געשטעלט שמונה עשרה, האט דער רבי זיך אויסגעדרייט און געוויזן פאר די מתפללים אז מען זאל זאגן "כי שם ה' אקרא..." אלס תפלת מנחה.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:57 pm

הלשון האט געשריבן:אלס בחור ווען איך האב מיטגעדאווענט שחרית נאך חצות, געדענק איך אז ביי צור ישראל איידער מען האט זיך געשטעלט שמונה עשרה, האט דער רבי זיך אויסגעדרייט און געוויזן פאר די מתפללים אז מען זאל זאגן "כי שם ה' אקרא..." אלס תפלת מנחה.

נישט צו פארשטיין, און מן הסתם האסטו נישט פארשטאנען ריכטיג
כי שם ה' אקרא זאגט מען מנחה, ווייל ס'איז נישטא קיין סמיכת גאולה לתפילה

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מיטוואך אפריל 03, 2019 7:03 pm

פארפלאמטער האט געשריבן: בערך 15-20 מינוט נאכן זמן ר"ת שמח"ת ביינאכט, אפאר מינוט שפעטער בין איך אריין אין ביהמ"ד און צו מיין גרויס שטוינונג זעה איך ווי מען גייט הגבה אויפן ס"ת (שמ"ע איז אויסגעפאלן שב"ק).....

עטליכע מאל במשך השנים האמיר זיך דערזעהן נאכן געזעגענען טיש אין ראדני אז קיין מנחה האמיר נאכנישט געדאווענט, זעמיר געגאנגען אויף סקולען אין נאך אפילו מיטגעהאלטן דעם שמיני עצרת בייטאג טיש אין נאכדעם געהאט א געהעריגע מנחה...

איין יאר געדענק איך נאכן סאטמארע באגלייטן מוצאי יו''ט וואס איז געפאלן מוצ''ש בין איך געגאנגען צום טיש אין סקולען, מ'האט געהאלן ביי די אייער פונעם שבת בייטאג סעודה...

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » מיטוואך אפריל 03, 2019 7:12 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:יעצט איז מען אין א אמת'ער דור יתום, מער זענען געבליבען אן גארנישט!!!

נישט געזארגט, עס איז נישט קיין דור יתום, דער באשעפער לאזט אונז נישט אויף הפקר.
מען האט אזוי געזאגט ביים פטירה פון מהר"ם מוויזניץ זצ"ל, דער באשעפער האט אונז געשאנקען אכט רביים אויף זיין ארט, וה"ה סקולען וועט שענקען פאר די וועלט פינעף פרישע רביים, ביז א יאר וועסטו נישט פילן דעם חלל, דער וועלט פאהרט ווייטער. מיר ווארטן אבער פאר דעם ריכטיגן נחמה פון נחמו נחמו עמי וואס יאמר ה' אלקיכם, במהרה דידן.

זיך דערמאנט א שובבים תורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס איז געווען געדרוקט דאס יאר. ער זאגט ממש וואס דו! (נאר מיט בכיות).
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (187.12 KiB) געזעהן 1763 מאל

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » מיטוואך אפריל 03, 2019 8:09 pm

נאך וועגן הסתלקות פון צדיקים, דערציילט מען א משל:
אין די שטאט בראד האבן געוואוינט גרויסע עשירים און זיי האבן זיך געבויעט שיינע פאלאצן, ויהי היום ס'איז געווען א מלחמה און רוסלאנד האט איינגענומען די שטאט זענען אלע עשירים אנטלאפן מיט זייער פארמעגן, איידער מען כאפט זיי.
אזוי ווי די הייזער זענען געבליבן ליידיג האבן זיך די קבצנים באקוועם געמאכט דערין, און זיך באזעצט און די שיינע הייזער, איז אנגעקומען א משולח און קלאפט אויף די בעטן געלט, געדענקענדיג די גוטע צייטן ווען די עשירים פלעגן טיילן. האט מען אים געענטפערט ס'איז טאקע רייכע הייזער, אבער יעצט ווען דא ארימעלייט.
דער נמשל איז אז, אמאל זענען געווען שיינע טיטלען "צדיק" "גאון" "קדוש", צוביסלעך האט זיך אויסגעליידיגט די רייכע איינוואוינער און עס האבן אריינגעמופט ארימעלייט.

פארשטייט זיך אז דאס איז נאר א געדאנק אויף ירידת הדורות בכלליות, אבער ביי אונזער פאל קען מען זאגן ברוך אשר לא השבית לנו גואל, און הרה"צ דער סקולענער רבי שליט"א איז באמת ראוי לאותה איצטלא לישב על כסא אבותיו הקדושים.
און אזוי אויך זיינע ברידער זענען אלע רבנים חשובים וכו',
אבער מען דארף דאך פארשטיין די געוואלדיגע אבידה שאין לה תמורה וואס כלל ישראל האט געליטן.

אוועטאר
פארפלאמטער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:54 pm

תגובהדורך פארפלאמטער » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:55 pm

אדער יא האט געשריבן:
פארפלאמטער האט געשריבן: בערך 15-20 מינוט נאכן זמן ר"ת שמח"ת ביינאכט, אפאר מינוט שפעטער בין איך אריין אין ביהמ"ד און צו מיין גרויס שטוינונג זעה איך ווי מען גייט הגבה אויפן ס"ת (שמ"ע איז אויסגעפאלן שב"ק).....

[/quote]זייער נארמאל, דאס איז סקולען.[/quote]

צ"ל דאס איז 'געווען' סקולען.
עס קומט א נייע עפאכע בעז"ה, רבי ישעי' יעקב זז"ג דאווענט יעדען טאג געהעריג אין צייט (נישט פונקטליך אויפן האר די זעלבע צייט יעדן טאג, דאך א זוהן פונעם הייליגן סקולענער רבי'ן זצ"ל), פרעגט יעדן מאנטריאלער איד, ער האט א מנין ביי זיך אין ביהמ"ד דאכט זיך 9:00, עס גייט זיין אי"ה פריע טישן און תפלות.

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך אפריל 03, 2019 10:28 pm

פארפלאמטער האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:
פארפלאמטער האט געשריבן: בערך 15-20 מינוט נאכן זמן ר"ת שמח"ת ביינאכט, אפאר מינוט שפעטער בין איך אריין אין ביהמ"ד און צו מיין גרויס שטוינונג זעה איך ווי מען גייט הגבה אויפן ס"ת (שמ"ע איז אויסגעפאלן שב"ק).....

זייער נארמאל, דאס איז סקולען.[/quote]

צ"ל דאס איז 'געווען' סקולען.
עס קומט א נייע עפאכע בעז"ה, רבי ישעי' יעקב זז"ג דאווענט יעדען טאג געהעריג אין צייט (נישט פונקטליך אויפן האר די זעלבע צייט יעדן טאג, דאך א זוהן פונעם הייליגן סקולענער רבי'ן זצ"ל), פרעגט יעדן מאנטריאלער איד, ער האט א מנין ביי זיך אין ביהמ"ד דאכט זיך 9:00, עס גייט זיין אי"ה פריע טישן און תפלות.[/quote]

גענוי ווי די זיידע זצ"ל. דרך אגב זיין צורה ענדעלט אויך שטארק אינם זיידן.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך אפריל 03, 2019 10:52 pm

כ'מיין אז דער פריערדיקער סקולענער רבי איז נישט געווען אזוי שפעט ווי דעם יעצטיגן רבין ז''ל, שפעט אבער נישט אזוי שפעט. געהערט האב איך אמאל אז ער פלעגט אנקומען צום טאטן צו מלוה מלכה כמעט צום בענטשן.
לגבי זיינע טישן אין די פריעדיגע יארן, געדענק איך זיינע טישן 20 יאהר צוריק און ער האט נאך עני טיים געהאט אזויפיל מענטשן ווי די קלענערע אדמורים וואס פיהרן טיש יעדע וואך, אפילו בייטאג פלעגט זיין מנין.
אין שמח''ת פלעג איך אריינפאלן, געווענלעך איז נישט געווען קיין פלאץ פאר צופיל מער וואס איז אהין געגאנגען סייווי.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך אפריל 03, 2019 10:53 pm

דער נועם אליעזר זי"ע איז געווען דערעקט א פונקטליכער.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך אפריל 03, 2019 10:59 pm

איך האב נישט אזוי געהערט אבער נאך צו יונג צו געדענקן.
יתכן אז דו ביסט גערעכט, כ' נאר געהערט אז ער האט מעורר געווען... דעם זוהן פארוואס ער קומט אזוי שפעט.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך אפריל 03, 2019 11:04 pm

איך בין אויך צו יונג צו געדענקן, איך בין געבוירן היפש אפאר יאר נאך זיין הסתלקות, אבער איך האב דאס געהערט פון זיינע נאנטע באי ביתו ומשמשים בקודש.
רצונינו לעשות רצוניך.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:13 am

האדמו״ר זצ״ל פלעגט דאווענען בשנים קדמוניות אין סטמר ביהמ״ד אין בפ ביי די לעצטע מנין מיט להבל״ח ראב״ד סטמר שליט״א (דאכט זיך מיר זיי זענען די זעלבע יאר גאנג לאיט״א) אנגעפירט דורך ר יוסל סאקס ז״ל
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:40 am

הלשון האט געשריבן:אלס בחור ווען איך האב מיטגעדאווענט שחרית נאך חצות, געדענק איך אז ביי צור ישראל איידער מען האט זיך געשטעלט שמונה עשרה, האט דער רבי זיך אויסגעדרייט און געוויזן פאר די מתפללים אז מען זאל זאגן "כי שם ה' אקרא..." אלס תפלת מנחה.

יא כגעדענק אויך עפעס אזוי אבער פארקערט נאך שחרית איז געווען מעריב און צוויי שמונה עשרה"ס פאר מנחה.

הנחת תפילין איז געווען שקיעה צייט ...

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:44 am

ליידיג גייער האט געשריבן:כ'מיין אז דער פריערדיקער סקולענער רבי איז נישט געווען אזוי שפעט ווי דעם יעצטיגן רבין ז''ל, שפעט אבער נישט אזוי שפעט. געהערט האב איך אמאל אז ער פלעגט אנקומען צום טאטן צו מלוה מלכה כמעט צום בענטשן.
לגבי זיינע טישן אין די פריעדיגע יארן, געדענק איך זיינע טישן 20 יאהר צוריק און ער האט נאך עני טיים געהאט אזויפיל מענטשן ווי די קלענערע אדמורים וואס פיהרן טיש יעדע וואך, אפילו בייטאג פלעגט זיין מנין.
אין שמח''ת פלעג איך אריינפאלן, געווענלעך איז נישט געווען קיין פלאץ פאר צופיל מער וואס איז אהין געגאנגען סייווי.

שבת יא, אינדערוואכן געדאווענט שחרית און 53, מנחה / מעריב האט מען געשלעפט מנין פון גאס.

זיין טאטע האט זיך אויך זייער געמיטשעט מיט מנין בפרט פרייטאג צו נאכטס.

נארגוטס
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

תגובהדורך נארגוטס » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 2:57 am

איין זאך וואס מען דארף שטארק ארויסברענגן,הכרת הטוב פאר די געטרייע גבאים וואס האבן אייביג געטון די בעסטע מען זאל קענען צוקומען צום רעבן
כמעט יעדע נאכט ממש ביז לעצטנס מיט די שוואכע כוחות האט מען אן קיין פראטעקציע געקענט אייביג אריינגיין זיך קוויטלען און נעמען ברכות אזוי אויך מוצ"ש נאך הבדלה און ווען נישט, און קיינמאל אים נישט איינגעשפארט. דאס אלעס נעמט זיך ווייל די רבי ז"ל איז דאס געווען, ליב געהאט יעדע איד אהבת נפש קיינמאל נישט מדחה געווען קיינעם דאס איז געווען זיין חיות
איך רעדט שוין נישט און די אלטע צייטן וואס אפילו אינמיטן טיש האט מען געקענט צוגיין נעמען א ברכה

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”