די מולער באריכט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:00 pm

SPUSMN האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:רבותי פלפולטס נישט אזויפיל ארום.
Wake up
עס איז קלאר אז א ספעשל קאונסיל ווערט נישט געשטעלט ווייל אלעס איז בלויז טאלק פונעם פרעזידענט וואס איז אנגעוויזן אויף טרייבן נעגעטיווע באשולדיגונגען כאוויר לנשימה
איך זאג נישט אז עס איז נישט געווען מיסברויכן, אבער אין כאן דיעפ סטעיט אין כאן עביוז אף פאוער,
די סעקונדע וואס פרוי קלינטאן האט פארלוירן די וואלן איז מער נישט רעלעוואנט אימעיל סקאנדאלן (די נעקסטע מאל צו ערווארטן אימעיל סקאנדאלן איז נאר ביי א פרישע פרעזידענט קאנדידאט, לדוגמא אויב איינער פון די קושנער פאמיליע לויפט)
עס איז אלעס גוט צו פאליטיזירן און שמועסן אבער האלטס די קעפ גראד

יש כאן דיעפ סטעיט, ויש כאן עביוז אף פאוער ביג טיים, פונעם געוועזענעם פרעזידענט ביז אלע פעדעראלע עדזענסיס.


עקזעסטירט נישט אזא זאך ווי דיעפ סטעיט, א רעפובליקאנע איינרעדעניש ווען עפעס גייט נישט זייער וועג.......

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:01 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:רבותי פלפולטס נישט אזויפיל ארום.
Wake up
עס איז קלאר אז א ספעשל קאונסיל ווערט נישט געשטעלט ווייל אלעס איז בלויז טאלק פונעם פרעזידענט וואס איז אנגעוויזן אויף טרייבן נעגעטיווע באשולדיגונגען כאוויר לנשימה
איך זאג נישט אז עס איז נישט געווען מיסברויכן, אבער אין כאן דיעפ סטעיט אין כאן עביוז אף פאוער,
די סעקונדע וואס פרוי קלינטאן האט פארלוירן די וואלן איז מער נישט רעלעוואנט אימעיל סקאנדאלן (די נעקסטע מאל צו ערווארטן אימעיל סקאנדאלן איז נאר ביי א פרישע פרעזידענט קאנדידאט, לדוגמא אויב איינער פון די קושנער פאמיליע לויפט)
עס איז אלעס גוט צו פאליטיזירן און שמועסן אבער האלטס די קעפ גראד

איך זאג נישט אז מען גייט יא אדער נישט שטעלן אדער נישט, אבער לאז אפ די אימעיל אינוועסטיגעישן, איך רעד פון די אביוז וואס איז פארגעקומען קעגן טראמפ און זיינע מענטשן מצד די העכסטע פענסטער אין די אבאמא אדמיניסטראציע.

יעצט זאג נאכאמאל: אין כאן דיעפ סטעיט אין כאן עביוז אף פאוער!

איר האט ארום געפלאפלט צוויי יאר פון קאלוזשען און אבסטראקשען (און ווי זענט עטץ?!)
איצט וויל איך פלאפלען פון עפעס וואס דער אמעריקאנע פרעזידענט האט באשולדיגט און אלע האבן געלאכט און איצט איז גרעהעם גאר ערנסט דערוועגן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:02 pm

זאכן גייען איצט שוין איינמאל זייער וועג דו מוזט עס נישט רופן דיעפ סטעיט רוף עס אביויז אף פאוער פון אבאמא איינגעשטעלטע אויב דו גלייכסט בעסער דעם טערמין

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:02 pm

הכל הבל האט געשריבן:איך פרוביר מיך מצייר זיין ווי אזוי די וועלט וואלט אויסגעקוקט מיט אזעלכע מיסברויכן מצד טראמפ

דארפסט דיר נישט אזויפיל אנשטרענגן זוך בלויז אויף די נייעס פון יארע 2016 וויאזוי קלינטאן מיסברויכן האבן אויסגעקוקט
יא אויב קאומי און מקקעיב וועלן סאמהאו ווערן פרעזידענט וועסטו קענען זען דעם ביישפיל

אויף דיין אנפראגע אויב א ציווילע בירגער מעג פארלעצן דעם געזעץ?
הוא הדבר אשר דברתי!
עס איז דא קלארע פארלעצונגען וואס אויף דעם זעצט מען איין יעדן איינעם
עס איז דא שטארקע מיסברויכן אבער פאלט קורץ פון קריימס, וואס אויף ציווילע בירגער, אין אזא פאל מישט מען איבער דעם בלאט, אבער ביי פערזאנען אין ספאטלייט ווי פרעזידענטן אדער פרעזידענט קאנדידאטן קייט מען און קייט מען עד אשר יצא מאפם
היות פרוי קלינטאן איז היינט א ציווילע בירגער איז קיינער מער נישט אינטערסירט צו רעדן פון איר אויסער פארשטייט זיך יר"ה (צו ווייל ער קען נישט משלים זיין אז כאפצעם האלט אין איין דערמאנען אז ער האט פרלוירן די פאפולער וואוט צו איר מיט 2% צו וועגן אן אנדערע סיבה, ווייס איך נישט)

עלי ועל צאוורי אויב טראמפ פארלירט די וואלן אין 2020 וועט די מידיע אויפהערן צו קייען טראמפס מיסברויכן

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4293
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:04 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:נאכפאלגענדיג די באריכט פון מוללער

לויט א פאול פון מאורנינג קאונסאולט:

47 פראצענט האלטן אז טראמפ האט אבסטראקטעט דזשאסטעס

14 האבן נישט קיין מיינונג

בלויז 39 פראצענט האלטן אז טראמפ האט נישט אבסטראקטעט דזשאסטעס.

דאס ווייזט אז מולער'ס לעצטע שטויס פאר טראמפ איז געלונגען
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:05 pm

איך פרעג דיר מאי שנא קלינטאנס אימעילס (און אפגערעדט די פארמעקן און פארניכטן די סערווערס) פון די בילד וואס דער מאטראז האט געכאפט?
יענר האט געפרעגט די פראגע פונעם ריכטער וולעכע האט אים אריינגעשליידערט אין טורמע און דער ריכטער האט גארנישט געקענט ענטפערן אויסער לאכן

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:06 pm

הכל הבל האט געשריבן:ווי אזוי קענען די 47% פאסן א באשלוס איידער מען זעהט די פולע מולער רעפארט?
איך נאכן הערן פון באר וועלכע האט עס שוין געזעהן מוז ווארטן אויפן באריכט צו זאגן אז עס איז נישט געווען אבער 47% מעגן דערקלערן אז עס גאר יא פארגעקומען


מענשטן האבן געזען די אלע ווילדע טוויטס, כסדר געסטראשעט, די וועג ווי אזוי ער האט געזאגט אז ער וועט אפשר פארדאנען די וואס זענען געשטאנען אויף זיין זייט משא"כ קאהן ווייל ער איז געווען קעגן, דער עולם האט געהערט ווי ער האט געבעטן קאמי צו דראפן די קעיס אנטקעגן פלין און נאך און נאך איז א בת וואונדער פארוואס נאר 47 פראצענט האלט אזוי.

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:07 pm

הכל הבל האט געשריבן:זאכן גייען איצט שוין איינמאל זייער וועג דו מוזט עס נישט רופן דיעפ סטעיט רוף עס אביויז אף פאוער פון אבאמא איינגעשטעלטע אויב דו גלייכסט בעסער דעם טערמין

היינט איז שוין 2 טעג שפעטער האף איך אז דו ביסט שוין אביסל ניכטער פונעם זונטאגיגן געווינס
לאמיר דיר זאגן, די מולער באריכט איז די שטערקסטע בארעכטיגונג פאר די אויספארשונגען!
אויב איז קלאר פארגעקומען פארברעכנס אויף אמעריקאנע פראפערטי, איז 100% לעגיטים אן אויספארשונג איבער ווער עס האט אלס געהאט א שייכות דערמיט

ביי א באנק רויבעריי פארשטייסטו אז מען פארשט אויס צו דעם גנב'ס הויפט בענעפיטירער, וואס גראדע איז ער זיינס א נאנטער חבר, איז געווען אינוואלווד אין די רויבעריי?
דאן איז די זעלבע גילטיג ביי אימעיל העקינג, וואס נאכאמאל, מולער זאגט ער האט געברענגט קרימינעל טשארטזשעס אויף דעם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:08 pm

טא פארוואס האט מולער געדארפט פארשן אבסטראקשען ?!

עס איז אזוי קלאר?
פארוואס האט מולער נישט אזוי באשלאסן?
פארוואס רוקט מען זיך נישט פאראויס מיט אימפיטשמענט?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:10 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:זאכן גייען איצט שוין איינמאל זייער וועג דו מוזט עס נישט רופן דיעפ סטעיט רוף עס אביויז אף פאוער פון אבאמא איינגעשטעלטע אויב דו גלייכסט בעסער דעם טערמין

היינט איז שוין 2 טעג שפעטער האף איך אז דו ביסט שוין אביסל ניכטער פונעם זונטאגיגן געווינס
לאמיר דיר זאגן, די מולער באריכט איז די שטערקסטע בארעכטיגונג פאר די אויספארשונגען!
אויב איז קלאר פארגעקומען פארברעכנס אויף אמעריקאנע פראפערטי, איז 100% לעגיטים אן אויספארשונג איבער ווער עס האט אלס געהאט א שייכות דערמיט

ביי א באנק רויבעריי פארשטייסטו אז מען פארשט אויס צו דעם גנב'ס הויפט בענעפיטירער, וואס גראדע איז ער זיינס א נאנטער חבר, איז געווען אינוואלווד אין די רויבעריי?
דאן איז די זעלבע גילטיג ביי אימעיל העקינג, וואס נאכאמאל, מולער זאגט ער האט געברענגט קרימינעל טשארטזשעס אויף דעם

זיי נישט ברוגז אבער ביי די פייסא געריכט איז דיין סברא פון גנב בענעפיטירער נישט גענוג

עס עקזיסטירן געזעצן וועלכע פארלאנגען פולע באווייזן און נישט סברות צו קענען שפיאנירן

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:11 pm

הכל הבל האט געשריבן:זאכן גייען איצט שוין איינמאל זייער וועג דו מוזט עס נישט רופן דיעפ סטעיט רוף עס אביויז אף פאוער פון אבאמא איינגעשטעלטע אויב דו גלייכסט בעסער דעם טערמין

נישט דא קיין שום עביוז אוף פאווער נאכדעם וואס גרעהעם האט נעכטן מודה געווען אז ער איז דער וואס האט געמוטיגט דזשאן מקעין איבערצוגעבן די דאסיער. אויב דזשאן מקעין מיט די גוטהייסונג פון גרעהעם איבערגעגעבן דעם מסירה צו די עף בי איי, האט די עף בי איי א חיוב עס אויסצופארשן, פונקט ווי ווען איינער קאלט אריין די פייערלעשער אדער די פליז מוז זיי קומען, זיי דארפן אויסטשעקן זאכן וואס מ'קומט מסרן.

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:11 pm

אין כל חדש האט געשריבן:רבותי פלפולטס נישט אזויפיל ארום.
Wake up
עס איז קלאר אז א ספעשל קאונסיל ווערט נישט געשטעלט ווייל אלעס איז בלויז טאלק פונעם פרעזידענט וואס איז אנגעוויזן אויף טרייבן נעגעטיווע באשולדיגונגען כאוויר לנשימה
איך זאג נישט אז עס איז נישט געווען מיסברויכן, אבער אין כאן דיעפ סטעיט אין כאן עביוז אף פאוער,
די סעקונדע וואס פרוי קלינטאן האט פארלוירן די וואלן איז מער נישט רעלעוואנט אימעיל סקאנדאלן (די נעקסטע מאל צו ערווארטן אימעיל סקאנדאלן איז נאר ביי א פרישע פרעזידענט קאנדידאט, לדוגמא אויב איינער פון די קושנער פאמיליע לויפט)
עס איז אלעס גוט צו פאליטיזירן און שמועסן אבער האלטס די קעפ גראד


אזוי סימפל איז מיר נישט בייגעפאלן. לא דובים ולא יער. די לשון הרע פייל איז נישט געווען. די טעקסט מעסידזשעס איז נישט געווען. די אישורענס פאליסי אויך נישט.

און ווער עס זאגט אז יא זאל זיך אויפוועקן און פארטיג

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:12 pm

אין כל חדש האט געשריבן: (צו ווייל ער קען נישט משלים זיין אז כאפצעם האלט אין איין דערמאנען אז ער האט פרלוירן די פאפולער וואוט צו איר מיט 2% צו וועגן אן אנדערע סיבה, ווייס איך נישט)

גראדע זיך איך ארום כאפצעם מיט לעכט כ'האב אים נאכנישט געזעהן דא אין די אשכול זייט די מוללער באריכט איז ארויסגעקומען....??? :roll: :roll:
לעצט פאראכטן דורך ר' זעקל אום דינסטאג מארטש 26, 2019 5:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:13 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:זאכן גייען איצט שוין איינמאל זייער וועג דו מוזט עס נישט רופן דיעפ סטעיט רוף עס אביויז אף פאוער פון אבאמא איינגעשטעלטע אויב דו גלייכסט בעסער דעם טערמין

נישט דא קיין שום עביוז אוף פאווער נאכדעם וואס גרעהעם האט נעכטן מודה געווען אז ער איז דער וואס האט געמוטיגט דזשאן מקעין איבערצוגעבן די דאסיער. אויב דזשאן מקעין מיט די גוטהייסונג פון גרעהעם איבערגעגעבן דעם מסירה צו די עף בי איי, האט די עף בי איי א חיוב עס אויסצופארשן, פונקט ווי ווען איינער קאלט אריין די פייערלעשער אדער די פליז מוז זיי קומען, זיי דארפן אויסטשעקן זאכן וואס מ'קומט מסרן.

פארשן מיינט נאכנישט אז מען קען עס נוצן צו שפיאנירן

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:14 pm

הכל הבל האט געשריבן:איך פרעג דיר מאי שנא קלינטאנס אימעילס (און אפגערעדט די פארמעקן און פארניכטן די סערווערס) פון די בילד וואס דער מאטראז האט געכאפט?
יענר האט געפרעגט די פראגע פונעם ריכטער וולעכע האט אים אריינגעשליידערט אין טורמע און דער ריכטער האט גארנישט געקענט ענטפערן אויסער לאכן

ווילסט וויסן עס איז א חילוק?
זע אז די יעצטיגע DOJ האט איר נישט אנגעקלאגט! (דוכט זיך אז די Statue of Limitations איז נאך נישט פאריבער)
ווילסט פארשטיין? קלינטאן איז ווייט נישט די איינציגסטע וואס האט דאס געטון, אבער נאר איר האט מען געסקרוט אויף דעם, און יא אזוי ווי איך האב געשריבן ווייל זי איז געלאפן פאר פרעזידענט
(אפגערעדט וואס פארמעקן איר אימעיל סערווערס איז בכלל נישט קיין קריים, ווען איך הער אז די FBI וויל מיר פארשן אויף א געוויסע באנק אקאונט, און איך נעם ארויס די באנק סטעיטמענטס פון מיין דירה און גיב עס איבער פאר די אינסטאנצן און נאכדעם נעם איך א וועקים קלינער און מאך פסחדיג מיין דירה, האב איך נישט געטון קיין שום קריים)

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:16 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:נאכפאלגענדיג די באריכט פון מוללער

לויט א פאול פון מאורנינג קאונסאולט:

47 פראצענט האלטן אז טראמפ האט אבסטראקטעט דזשאסטעס

14 האבן נישט קיין מיינונג

בלויז 39 פראצענט האלטן אז טראמפ האט נישט אבסטראקטעט דזשאסטעס.

סך הכל 86 פערצענט אויסגעפרעגטע האבן שוין געפאסט א באשלוס פאר זיי האבן געזעהן די פאקטן

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:17 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ווי אזוי קענען די 47% פאסן א באשלוס איידער מען זעהט די פולע מולער רעפארט?
איך נאכן הערן פון באר וועלכע האט עס שוין געזעהן מוז ווארטן אויפן באריכט צו זאגן אז עס איז נישט געווען אבער 47% מעגן דערקלערן אז עס גאר יא פארגעקומען


מענשטן האבן געזען די אלע ווילדע טוויטס, כסדר געסטראשעט, די וועג ווי אזוי ער האט געזאגט אז ער וועט אפשר פארדאנען די וואס זענען געשטאנען אויף זיין זייט משא"כ קאהן ווייל ער איז געווען קעגן, דער עולם האט געהערט ווי ער האט געבעטן קאמי צו דראפן די קעיס אנטקעגן פלין און נאך און נאך איז א בת וואונדער פארוואס נאר 47 פראצענט האלט אזוי.

דו ווייסט פון דעם אז קאומי האט געזאגט פאר קאנגרעס אז ער האט נישט געהאט קיין שום פרעשור צו באגרעניצן זיין אינוועסטיגעישן?
גראדע האט ער אויך געזאגט אז ביי די קלינטאן אינוועסטיגעישן האט ער יא געהאט אנווייזונגען פון לינטש (ליין: אבאמא (קרעדיט שטרויזאק)) אבער טראמפ האט "זיכער" אבסטראקטעד זשאסטיס און אבאמא זיכער נישט

און איך בין משוגע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:17 pm

איך זעה נישט וואו דו דערמאנסט א חילוק פונעם מאטראז צו קלינטאן

דער מאטראז האט סערווירט אין טורמע
פארוואס?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:18 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:זאכן גייען איצט שוין איינמאל זייער וועג דו מוזט עס נישט רופן דיעפ סטעיט רוף עס אביויז אף פאוער פון אבאמא איינגעשטעלטע אויב דו גלייכסט בעסער דעם טערמין

היינט איז שוין 2 טעג שפעטער האף איך אז דו ביסט שוין אביסל ניכטער פונעם זונטאגיגן געווינס
לאמיר דיר זאגן, די מולער באריכט איז די שטערקסטע בארעכטיגונג פאר די אויספארשונגען!
אויב איז קלאר פארגעקומען פארברעכנס אויף אמעריקאנע פראפערטי, איז 100% לעגיטים אן אויספארשונג איבער ווער עס האט אלס געהאט א שייכות דערמיט

און אוואו איז דער בריק וואס פירט פון די פארברעכן וואס איז אפגעטוהן געווארן דירעקט אדער אומדירעקט צום טראמפ קאמפיין?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:19 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איך פרעג דיר מאי שנא קלינטאנס אימעילס (און אפגערעדט די פארמעקן און פארניכטן די סערווערס) פון די בילד וואס דער מאטראז האט געכאפט?
יענר האט געפרעגט די פראגע פונעם ריכטער וולעכע האט אים אריינגעשליידערט אין טורמע און דער ריכטער האט גארנישט געקענט ענטפערן אויסער לאכן

ווילסט וויסן עס איז א חילוק?
זע אז די יעצטיגע DOJ האט איר נישט אנגעקלאגט! (דוכט זיך אז די Statue of Limitations איז נאך נישט פאריבער)
ווילסט פארשטיין? קלינטאן איז ווייט נישט די איינציגסטע וואס האט דאס געטון, אבער נאר איר האט מען געסקרוט אויף דעם, און יא אזוי ווי איך האב געשריבן ווייל זי איז געלאפן פאר פרעזידענט
(אפגערעדט וואס פארמעקן איר אימעיל סערווערס איז בכלל נישט קיין קריים, ווען איך הער אז די FBI וויל מיר פארשן אויף א געוויסע באנק אקאונט, און איך נעם ארויס די באנק סטעיטמענטס פון מיין דירה און גיב עס איבער פאר די אינסטאנצן און נאכדעם נעם איך א וועקים קלינער און מאך פסחדיג מיין דירה, האב איך נישט געטון קיין שום קריים)

וען סאיז אנדער סובפינע פון קאנגרעס איז עס א פעדעראל קריים צו פארניכטן

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:19 pm

און לסיום, איך האב נאך זאכן אויף מיין אגענדע היינט חוץ פארטיידיגן אפאר בני נכר אויף אייוועלט
אבער נקוט האי כללא בידך די DOJ איז פולי אונטער טראמפ, און ער קען שטעלן וועם ער וויל און קען אויפזאגן וועם ער וויל
דאך ווערן די אלע זאכן נישט געקלאגט געפארשט, ווייל זיינע נאמינירטע זענען גענוג שטודירט איבער געזעץ צו וויסן אז אלע מעלה גרהדיגע באשולדיגונגען איז פונקט גענוג פאר טוויטער מעסידזשעס און טאלק שאוס, און גארניקס מער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:24 pm

דו מאכסט א סיום פאר דו הייסבסט אן צו געהעריג מבאר זיין די סאמע ערשטע קשיא פון די גמרא

מאי שנא מאטראז מקלינטאן?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:24 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ווי אזוי קענען די 47% פאסן א באשלוס איידער מען זעהט די פולע מולער רעפארט?
איך נאכן הערן פון באר וועלכע האט עס שוין געזעהן מוז ווארטן אויפן באריכט צו זאגן אז עס איז נישט געווען אבער 47% מעגן דערקלערן אז עס גאר יא פארגעקומען


מענשטן האבן געזען די אלע ווילדע טוויטס, כסדר געסטראשעט,

געסטראשעט אז וואס?
די וועג ווי אזוי ער האט געזאגט אז ער וועט אפשר פארדאנען די וואס זענען געשטאנען אויף זיין זייט משא"כ קאהן ווייל ער איז געווען קעגן,

ווען האט ער דאס געזאגט?
דער עולם האט געהערט ווי ער האט געבעטן קאמי צו דראפן די קעיס אנטקעגן פלין און נאך און נאך איז א בת וואונדער פארוואס נאר 47 פראצענט האלט אזוי.

און איך - נאכדעם וואס באר זאגט אז מוללער האט נישט געקענט באשולדיגן טראמפ דערויף און ער רעקאמאנדירט נישט קיין קלאגע דערויף - בין משוגע אז איך נעם אהן אז עס איז נישט געווען קיין אבסטראקש,ן אבער די 47% וואס נעמען אהן אז עס איז יא געווען אבסטראקשן בעיסד אויף אזויגערופענע טוויטס און האלבע מחשבות, זיי זענען די אויפריכטיגע, און עס איז גאר א וואונדער פארוואס די פראצענט איז נישט העכער, איך הער...
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:25 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:רבותי פלפולטס נישט אזויפיל ארום.
Wake up
עס איז קלאר אז א ספעשל קאונסיל ווערט נישט געשטעלט ווייל אלעס איז בלויז טאלק פונעם פרעזידענט וואס איז אנגעוויזן אויף טרייבן נעגעטיווע באשולדיגונגען כאוויר לנשימה
איך זאג נישט אז עס איז נישט געווען מיסברויכן, אבער אין כאן דיעפ סטעיט אין כאן עביוז אף פאוער,
די סעקונדע וואס פרוי קלינטאן האט פארלוירן די וואלן איז מער נישט רעלעוואנט אימעיל סקאנדאלן (די נעקסטע מאל צו ערווארטן אימעיל סקאנדאלן איז נאר ביי א פרישע פרעזידענט קאנדידאט, לדוגמא אויב איינער פון די קושנער פאמיליע לויפט)
עס איז אלעס גוט צו פאליטיזירן און שמועסן אבער האלטס די קעפ גראד


אזוי סימפל איז מיר נישט בייגעפאלן. לא דובים ולא יער. די לשון הרע פייל איז נישט געווען. די טעקסט מעסידזשעס איז נישט געווען. די אישורענס פאליסי אויך נישט.

און ווער עס זאגט אז יא זאל זיך אויפוועקן און פארטיג


די גאנצע 'אישורענס פאליסי' האט זיך שוין לאנג ארויסגעשטעלט צו זיין א רעפובליקאנער הוקס וואס זיי האבן פרובירט צו אבסטראקטן מוללערס אינוועסטיגעישאן.

די וועטער 'אישורענס פאליסי' איז ארויסגענומען געווארן פון קאנטעקסט.

די עף בי איי עידזשענטס האבן פרובירט צו פאסן א באשלוס ווי ערענס זיין דארפן נעמען דעם טראמפ'ן און ווי ערענס זיי דארפן טאקע אויספארשן די ראשע קעיס.

איז אזוי, אויב האט ער טשענס צו געווינען דארף מען עס נעמען אסאך ערענסטער. האט זיך איינע פון די חברה דארט אנגערופן אז ער האט נישט קיין טשאנס, דער צווייטער האט זיך אנגערופען אז מ'קען נישט וויסן, ווייל פונקט ווי מ'קויפט א 'לייף אינשורענס פאליסי' פאר א 40 יעריגע מענטש וואס נארמאל שטארבטנישט אבער עס קען זיך מאכן און געשען, אזוי אויך דא קען עס נאך געשען ממילא דארף מען נעמען ערענסט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:26 pm

מעלה גרה באשולדיגונגען

קאלוזשען איז א געהעריגע באשולדיגונג וועלכע די שטודירטע רעגירונג האט געפונען פאר וויכטיג צו פארשן (פשט איז אז זי פארשטייען גוט ווי די הונט ליגט באגראבן)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ads..com, DotBot, Google [Bot], mee, zevUP, א גוטן, אבן יקרה, איגערקע, מצה טאש, משה צימערינג, פּינטער, פארצייטיש, פריטלעך, קויפער, קרעדיט און 73 געסט