קאנגרעספרוי קארטעז

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

פרישע סחורה פון די מטורפת..

זי האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסראציע האלט אויף קינדער און פאמיליעס אין "Concentration camps" ! איר סטעיט האט ווי פארשטענדליך תיכף אויפגעריסן ווייל דער טערמין איז באקאנט אויף די נאצי לאגערן ביי די צווייטע וועלט מלחמה

און? זי ציט אודאי נישט צוריק ווייל "I will never apologize for calling these camps what they are"...

פעלאוסי האט זיך אנטזאגט צו פארדאמען די משוגענע אנטיסעמיטקע
לעצט פארראכטן דורך קהל עדתינו אום מיטוואך יוני 19, 2019 4:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

קהל עדתינו האט געשריבן:פרישע סחורה פון די מטורפת..

זי האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסראציע האלט אויף קינדער און פאמיליעס אין "Concentration camps" ! איר סטעיט האט ווי פארשטענדליך תיכף אויגעריסן ווייל דער טערמין איז באקאנט אויף די נאצי לאגערן ביי די צווייטע וועלט מלחמה

און? זי ציט אודאי נישט צוריק ווייל "I will never apologize for calling these camps what they are"...

פעלאוסי האט זיך אנטזאגט צו פארדאמען די משוגענע אנטיסעמיטקע

כ׳בלעים איר נישט. יונגע ראצערטע. וואס די עכטע קאנצעטראציע לאגערן צו וואס זי איז עס מדמה ווייסט זי יא וואס און ווי עס איז געווען?

דער עיקר איז אז אלעקס דזשונס איז פארהאקט.....
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

קהל עדתינו האט געשריבן:פרישע סחורה פון די מטורפת..

זי האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסראציע האלט אויף קינדער און פאמיליעס אין "Concentration camps" ! איר סטעיט האט ווי פארשטענדליך תיכף אויפגעריסן ווייל דער טערמין איז באקאנט אויף די נאצי לאגערן ביי די צווייטע וועלט מלחמה

און? זי ציט אודאי נישט צוריק ווייל "I will never apologize for calling these camps what they are"...

פעלאוסי האט זיך אנטזאגט צו פארדאמען די משוגענע אנטיסעמיטקע

וואס האט דאס מיט אנטיסעמיטיזם?
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

לפי הבנתך, מיט וואס האט עס יא?
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

גארנישט.
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

די ערשטע סטעיטמענט איז נישט גארנישט, א פליטת קולמוס אפשר, די צווייטע ווייזט אויף טאטאלע אומוויסנהייט, לאו דוקא אויף אנטיסעמיטיזם.

אייגנטליך האט זי בעצם פיינט יעדער וואס איז נאר אמאל געבוירן, בבחינת ושבח אני את המתים שכבר מתו וכו' וטוב משניהם את אשר עדן לא הי'...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

שפיגליצקי האט געשריבן:די ערשטע סטעיטמענט איז נישט גארנישט, א פליטת קולמוס אפשר, די צווייטע ווייזט אויף טאטאלע אומוויסנהייט, לאו דוקא אויף אנטיסעמיטיזם.

יאפ, אבער אויף אן אומוויסענהייט קען מען דאך נישט שרייען.. דארף מען ממצא זיין א לעיבל "אנטיסעמעטיזם" און דאן קען מען שרייען מיט הייזעריגע שטימעס און ארויסגעשטעקטע אדערן.

און נאכדעם וואונדערן זיי זיך היתכן ס'נישטא קיין אוטרעידזש מער ביי עכטע קאנטראווערסיעס. יעפ, שריי "וואלף", "ספייגעיט", און "אנטעסעמיט" יעדן שני וחמישי אויף יעדן גראזל און וואונדער זיך ווייטער..
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

כאפצעם האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:די ערשטע סטעיטמענט איז נישט גארנישט, א פליטת קולמוס אפשר, די צווייטע ווייזט אויף טאטאלע אומוויסנהייט, לאו דוקא אויף אנטיסעמיטיזם.

יאפ, אבער אויף אן אומוויסענהייט קען מען דאך נישט שרייען.. דארף מען ממצא זיין א לעיבל "אנטיסעמעטיזם" און דאן קען מען שרייען מיט הייזעריגע שטימעס און ארויסגעשטעקטע אדערן.

און נאכדעם וואונדערן זיי זיך היתכן ס'נישטא קיין אוטרעידזש מער ביי עכטע קאנטראווערסיעס. יעפ, שריי "וואלף", "ספייגעיט", און "אנטעסעמיט" יעדן שני וחמישי אויף יעדן גראזל און וואונדער זיך ווייטער..

מ'זאגט אז מ'שרייט "וואלף", "ספייגעיט", און "אנטעסעמיט" יעדן שני וחמישי אויף יעדן גראזל, אזוי איז נישטא קיין אוטרעידזש מער ביי עכטע קאנטראווערסיעס.
The Divided States Of America
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

כאפצעם האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:די ערשטע סטעיטמענט איז נישט גארנישט, א פליטת קולמוס אפשר, די צווייטע ווייזט אויף טאטאלע אומוויסנהייט, לאו דוקא אויף אנטיסעמיטיזם.

יאפ, אבער אויף אן אומוויסענהייט קען מען דאך נישט שרייען.. דארף מען ממצא זיין א לעיבל "אנטיסעמעטיזם" און דאן קען מען שרייען מיט הייזעריגע שטימעס און ארויסגעשטעקטע אדערן.

און נאכדעם וואונדערן זיי זיך היתכן ס'נישטא קיין אוטרעידזש מער ביי עכטע קאנטראווערסיעס. יעפ, שריי "וואלף", "ספייגעיט", און "אנטעסעמיט" יעדן שני וחמישי אויף יעדן גראזל און וואונדער זיך ווייטער..

מ'קען טאקע נישט שרייען, אבער יא שטארק לאכן און חוזק מאכן.

ס'פעלט אפילו נישט אויס צו חוזק מאכן, ס'איז חוזק פון זיך אליינס.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

למען האמת, איך וואלט פון די סטעיטמענט נישט געצויגן קיין מסקנות ווייל דער סטעיטמענט איז בלויז א קלאסישע דוגמא פון א לינקע מטורפת וואס האאאלט נישט אויס אז טראמפ איז פרעזידענט און וויל אז יעדער זאל עס וויסן... דאס אז זי איז אן אנטיסעמיט האב איך גענומען פון פריערדיגע סטעיטמענטס און די יעצטיגע איז אויך נישט קיין דירעקטע סתירה מיט אנטיסעמיטיזם פאר ווער סווייסט..

לעצם הענין איז דאס בלויז א צייכן ווי ווייט די לינקע וואלטן געטון ממש אלעס אראפצורייסן טראמפ אפילו אראפשפילן נאצי דייטשלאנד

ווי האט יענער געזאגט? טאמער קען איך נישט מאכן דעם היינטיגן רבין פאר אזא קדוש ווי דעם אלטן רבין דאן וועל איך מאכן דעם אלטן רבין דער זעלבער שייגעץ ווי דעם היינטיגן
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ווי נאצי קעמפס קומען אריין דא ווייסעך נישט, זי זאגט קלאר זי רעדט פון קאנצענטראציע קעמפס אווי די אמעריקאנער האבן אויפגעשטעלט פאר יאפאנעזער אפשטאמיגע אין די 1930'ס, א טינקעלע קאפיטעל אין אמעריקאנער היסטאריע.

לייגטס אוועק די אוטרעדזש פאר עפעס ממשות'דיגע זאכן, גלויב מיר עטץ וואלטס בעסער אנגעקומען.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

זי איז א מטורפת לכו"ע אין האט ליב צו צוען אויפמעקזאמקייט דורך קאטעוועסינאלע סטעיטמענס.

אבער זי האט א פיינעם מורה דרך אויף דעם,
מיר האבן דאס ערליך פארדינט.
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

כאפצעם האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:פרישע סחורה פון די מטורפת..

זי האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסראציע האלט אויף קינדער און פאמיליעס אין "Concentration camps" ! איר סטעיט האט ווי פארשטענדליך תיכף אויפגעריסן ווייל דער טערמין איז באקאנט אויף די נאצי לאגערן ביי די צווייטע וועלט מלחמה

און? זי ציט אודאי נישט צוריק ווייל "I will never apologize for calling these camps what they are"...

פעלאוסי האט זיך אנטזאגט צו פארדאמען די משוגענע אנטיסעמיטקע

וואס האט דאס מיט אנטיסעמיטיזם?

כ'וועל דיר זאגן מיט וואס, מ'מאכט צו די אויגן און מ'משל'ט זיך אויס ווי טראמפ וואלט געזאגט די סטעיטמענט, און מ'טראכט וויאזוי די לינקע און די מידיא וואלט עס געלעיבעלט, און דאס ווערט עס.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

עס האט גארנישט מיט אנטיסעמיטיזם (אידן-פיינטשאפט), עס איז בלויז עקלדיגע איגנאראנץ צו יענעמס אויסטערלישע ליידן מיטן ציל ארויסצוברענגען שטארק איר פוינט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

כתמר יפרח האט געשריבן:זי איז א מטורפת לכו"ע אין האט ליב צו צוען אויפמעקזאמקייט דורך קאטעוועסינאלע סטעיטמענס.

אבער זי האט א פיינעם מורה דרך אויף דעם,
מיר האבן דאס ערליך פארדינט.

;l;p-
זי איז א גראבע מטורפת, און זי מיט אלע אירע מינע זאלן זיך גיין קושן אין בוידעם..

אבער איך פארשטיי אז דאס רירט אן פערזענליך, אבער ווען טראמפ זאגט א סטעיטמענט אקעגן עני אנדערע מינאריטעט, אדער פשוט א ליגנט פארן פאלק, דארף מען פארשטיין אז דאס טוט יעדער....
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

כאפצעם האט געשריבן:ווי נאצי קעמפס קומען אריין דא ווייסעך נישט, זי זאגט קלאר זי רעדט פון קאנצענטראציע קעמפס אווי די אמעריקאנער האבן אויפגעשטעלט פאר יאפאנעזער אפשטאמיגע אין די 1930'ס, א טינקעלע קאפיטעל אין אמעריקאנער היסטאריע.

לייגטס אוועק די אוטרעדזש פאר עפעס ממשות'דיגע זאכן, גלויב מיר עטץ וואלטס בעסער אנגעקומען.

איך בין אויך נישט א גרויסע חסיד פון די אוטרעדזש.
אבער זי האט געניצט די טערמין "never again", וואס דאס איז שוין יא זייער קלאר אויף וואס עס גייט ארויף, במילא איז קלאר אז זי האט יא געמיינט עס צו פארגלייכען צו די נאציס.
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:וואס האט דאס מיט אנטיסעמיטיזם?

באראק אבאמא איז א נאצי! - דאנאלד טראמפ
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:פרישע סחורה פון די מטורפת..

זי האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסראציע האלט אויף קינדער און פאמיליעס אין "Concentration camps" ! איר סטעיט האט ווי פארשטענדליך תיכף אויגעריסן ווייל דער טערמין איז באקאנט אויף די נאצי לאגערן ביי די צווייטע וועלט מלחמה

און? זי ציט אודאי נישט צוריק ווייל "I will never apologize for calling these camps what they are"...

פעלאוסי האט זיך אנטזאגט צו פארדאמען די משוגענע אנטיסעמיטקע

כ׳בלעים איר נישט. יונגע ראצערטע. וואס די עכטע קאנצעטראציע לאגערן צו וואס זי איז עס מדמה ווייסט זי יא וואס און ווי עס איז געווען?

דער עיקר איז אז אלעקס דזשונס איז פארהאקט.....

זאג דעם זעלבן באבע-תירוץ, וואס דו וואלסט ווען געזאגט, ווען טראמפ וואלט דאס געזאגט...
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

רבי לעבן. שוין 4 פיר יאר וואס טראמפ לאזט כסדר פאלן אבנארמאלע, צודרייטע, האר-אויפשטעלענדע סטעיטמענטס. קומסטע פארענפערן א יונגע מכשיפה אז טראמפ ״וואלט״.. העטעך פעטעך!?. טראמפ׳ס אוצר המילים איז נאכנישט גענוג ברייט?.. טאקע מהכא ברענג איך דיר א ראי׳ אז טראמפ שטייט נאך אזוי גוט ווי די ליבעראלן ווען ס׳קומט צו אנטיסעמיטיזם!
רשעות קאלטע סעלצער
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:רבי לעבן. שוין 4 פיר יאר וואס טראמפ לאזט כסדר פאלן אבנארמאלע, צודרייטע, האר-אויפשטעלענדע סטעיטמענטס. קומסטע פארענפערן א יונגע מכשיפה אז טראמפ ״וואלט״.. העטעך פעטעך!?. טראמפ׳ס אוצר המילים איז נאכנישט גענוג ברייט?.. טאקע מהכא ברענג איך דיר א ראי׳ אז טראמפ שטייט נאך אזוי גוט ווי די ליבעראלן ווען ס׳קומט צו אנטיסעמיטיזם!

איין חילוק,קיינער דא זאגט נישט זי איז נישט קיין מכשפה, און מ'פארענטפערט נישט איר סטעיטמענט'ס, משא"כ טראמפ....
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ועוד, דא איז עס איינער, נישט אלע 'ליבעראלן'.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

וואס הייסט, די העכסטע דעמעקראט אין לאנד, קאנגרעס ספיקער פעלאוסי, האט זיך אנטזאגט איר צו פארשרייען!

ולא עוד, זי האט צוגעלייגט אז יעדע קאנגרעסמאן/פרוי פארטרערט זייער דיסטריקט. און אויב זאגט ער/זיי א סטעיטמענט, איז עס די דיסטריקט מדברת מתוך גרונו!

אין אנדערע ווערטער, פעלאוסי פארענפערט אז דאס איז אייגענטליך וואס אמעריקאנע בירגער האלטן!
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

קהל עדתינו האט געשריבן:למען האמת, איך וואלט פון די סטעיטמענט נישט געצויגן קיין מסקנות ווייל דער סטעיטמענט איז בלויז א קלאסישע דוגמא פון א לינקע מטורפת וואס האאאלט נישט אויס אז טראמפ איז פרעזידענט און וויל אז יעדער זאל עס וויסן... דאס אז זי איז אן אנטיסעמיט האב איך גענומען פון פריערדיגע סטעיטמענטס און די יעצטיגע איז אויך נישט קיין דירעקטע סתירה מיט אנטיסעמיטיזם פאר ווער סווייסט..

לעצם הענין איז דאס בלויז א צייכן ווי ווייט די לינקע וואלטן געטון ממש אלעס אראפצורייסן טראמפ אפילו אראפשפילן נאצי דייטשלאנד

ווי האט יענער געזאגט? טאמער קען איך נישט מאכן דעם היינטיגן רבין פאר אזא קדוש ווי דעם אלטן רבין דאן וועל איך מאכן דעם אלטן רבין דער זעלבער שייגעץ ווי דעם היינטיגן

פון וועלכע פרידיגע סטעטמענט זעסטו אז זי איז א אנטיסעמיט?
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

וואס טוט זיך האט געשריבן:ועוד, דא איז עס איינער, נישט אלע 'ליבעראלן'.

אמת. דער פארסרוחעטער דיבלאזיאו למשל איז יא קעגן די פארגלייך, אבער מיט א גלעט צו די זייט..

https://www.dropbox.com/s/y0hs7c1hetvc5 ... 4.mp4?dl=0
רשעות קאלטע סעלצער
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:רבי לעבן. שוין 4 פיר יאר וואס טראמפ לאזט כסדר פאלן אבנארמאלע, צודרייטע, האר-אויפשטעלענדע סטעיטמענטס. קומסטע פארענפערן א יונגע מכשיפה אז טראמפ ״וואלט״.. העטעך פעטעך!?. טראמפ׳ס אוצר המילים איז נאכנישט גענוג ברייט?.. טאקע מהכא ברענג איך דיר א ראי׳ אז טראמפ שטייט נאך אזוי גוט ווי די ליבעראלן ווען ס׳קומט צו אנטיסעמיטיזם!
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:רבי לעבן. שוין 4 פיר יאר וואס טראמפ לאזט כסדר פאלן אבנארמאלע, צודרייטע, האר-אויפשטעלענדע סטעיטמענטס. קומסטע פארענפערן א יונגע מכשיפה אז טראמפ ״וואלט״.. העטעך פעטעך!?. טראמפ׳ס אוצר המילים איז נאכנישט גענוג ברייט?.. טאקע מהכא ברענג איך דיר א ראי׳ אז טראמפ שטייט נאך אזוי גוט ווי די ליבעראלן ווען ס׳קומט צו אנטיסעמיטיזם!

אגב, כאטשיג ביסטו מודה טראמפ'ס סטעיטמענטס אי נאך אזוי עקלדיג ווי אירע, און סאך מער, דארף מען עס סעיווען..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”