נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קומען אריין באריכטן איבער צענדליגער ארעסטירטע אין האנג קאנג.

ארטיגע פאליציי האבן זעך א לאז געטאן אין די ארטיגע פארטאג'ס שטונדן און ארעסטירט ארום 50 פרא-דעמאקראטיע אקטיוויסטן אויף באשולדיגונגען אז זיי האבן פארלעצט די פרישע "נאציאנאלע זיכערהייט געזעץ" וואס טוט פארבאטן סיי וועלכע אקטיוויטעטן וואס די בעיזשינג באזירטע קאמוניסטישע פארטיי באטראכט אלס געפאר פאר איר עקזיסטענץ.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א פליגער וואס האט זיך געהויבן פון די אינדאנעזישע הויפטשטאט זשאקארטא האט געקראכט אינעם "זשאווא ים".

ווי ארטיגע באאמטע פארציילן, האט די פליגער געהאלטן געציילטע מינוט נאכ'ן זיך הייבן - מיט ארום 50 פאסאזשירן דערויף - ווען עס האט פלוצלינג געטראסקעט, פאלענדיג 10,000 פיס אין אונטער א מינוט - דערנאך האבן די באאמטע פארלוירן קאנטאקט מיט די פילאטן.

די רעדע איז איבער א באואינג 737-500 פליגער.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

*62 מענטשן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א פליגער וואס האט זיך געהויבן פון די אינדאנעזישע הויפטשטאט זשאקארטא האט געקראכט אינעם "זשאווא ים".

ווי ארטיגע באאמטע פארציילן, האט די פליגער געהאלטן געציילטע מינוט נאכ'ן זיך הייבן - מיט ארום 50 פאסאזשירן דערויף - ווען עס האט פלוצלינג געטראסקעט, פאלענדיג 10,000 פיס אין אונטער א מינוט - דערנאך האבן די באאמטע פארלוירן קאנטאקט מיט די פילאטן.

די רעדע איז איבער א באואינג 737-500 פליגער.





א 737 מעקס?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א בלעקאוט אין פאקיסטאן נעכטן נאכט האט איבערגעלאזט צענדליגע מיליאנען איינוואוינער אן סיי וועלכע עלקטרישע קראפט פאר עטליכע שעה.

לויט א מעסעזש פון א גרופע וואס האלט אן אויג אויף אזוינע אינצידענטן, איז דערווייל די עלעקטריציטעט צוריקגעשטעלט אויף 62% פון די געווענליכע קראפט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמווייניגסטענס 23 מענטשן זענען אומגעקומען דורכאויס שלאכטן צווישן ספעציעלע פאליציי קרעפטן און פארברעכערישע באנדעס אין די ווענעזועלא הויפטשטאט, קאראקאס.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

נארמאליזעם האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א פליגער וואס האט זיך געהויבן פון די אינדאנעזישע הויפטשטאט זשאקארטא האט געקראכט אינעם "זשאווא ים".

ווי ארטיגע באאמטע פארציילן, האט די פליגער געהאלטן געציילטע מינוט נאכ'ן זיך הייבן - מיט ארום 50 פאסאזשירן דערויף - ווען עס האט פלוצלינג געטראסקעט, פאלענדיג 10,000 פיס אין אונטער א מינוט - דערנאך האבן די באאמטע פארלוירן קאנטאקט מיט די פילאטן.

די רעדע איז איבער א באואינג 737-500 פליגער.





א 737 מעקס?

ניין, א עלטערע ווערסיע פון די 737 משפחה וואס איז שוין אין באניץ ארום 25-30 יאר און איז די מערסטע אדער פון די מערסטע געקויפטע פליגער,
כדי אנצומערקן אז סיז געווען א שווערע וועטער אין די געגענט בשעת די עקסידענט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די קעניג פון מאלאזיע - אל-סולטאן אבדוללא - האט איינגעשטעלט א "סטעיט אוו עמערזשענסי" אין זיין לאנד אויפ'ן פארלאנג פונעם ארטיגן פרעמיער, אנגעבליך מיט'ן ציל צו קענען קאנטראלירן די וויירוס.

אונטער די ארטיגע געזעץ, ווען עס ווערט איינגעשטעלט אן עמערזשענסי צושטאנד האט די פרעמיער מיניסטער די רעכט צו אליינס מאכן/טוישן געזעצן.

די יעצטיגע שריט פונעם פרעמיער -צו פארלאנגען אזא דעקלעראציע- ווערט געזעהן אלס א פראוו אנצוהאלטן זיין מאכט, זינט ער האט געוואונען די וואלן פאריאר מיט א גאר שמאלע מאיאריטעט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אין קירגיזסטאַן הערשט אומרוען, ווען דאָס פאָלק האָט אָפּגעזאָגט צו אַקצעפּטירן די רעזולטאַטן פון די אָרטיגע וואַלן, פירנדיג צו אָפּאָזיציע פּראָטעסטירער צו פאַרכאַפּן קאָנטראָל פון רעגירונג געביידעס, און פּרעזידענט סוראנביי דזשינבאקאוו איז אַנטלאָפן און איז אין באַהעלטעניש.

עס האַלט יעצט ביי דעם אַז פּאַרלאַמענט מיטגלידער האָבן באַפרייט פון טורמע א געוועזענעם קאָנטראָווערסיאַלן פירער און אים גענומען אַלס צייטווייליגער פירער.

דעילי איד

פּרעזידענט סוראנביי דזשינבאקאוו האט דאנערשטאג געמאלדן אז ער טרעט אפ פון פאזיציע - זיין פלאץ האט איבערגענומען דער קאנטראווערסיאלע פיגור, סאדיר זשאפאראוו.

לויט די ארטיגע קאנסטיטוציע דארף פארקומען פרעזידענטליכע וואלן ביז 3 מאנאטן נאך וואס די פרעזידענט רעזיגנירט.

די וואלן זענען אפגעהאלטן געווארן נעכטן, זונטאג, און זשאפאראוו האט געוואונען מיט א גאר ברייט 80% פון די שטימען - זיין נאנסטע קעגנער איז אריינגעקומען מיט א נישטיגע 7% פון די שטימען.

אין די זעלבע צייט איז אויך אפגעהאלטן געווארן א רעפרענדום איבער די ארטיגע רעגירונג'ס סיסטעם, ווי וויילער האבן געשטימט צו פארשטעקערן די מאכט פונעם פרעזידענט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

"פארד" האט געמאלדן אז זי וועט אפשפארן 3 פאבריקן אין בראזיל - און אין די זעלבע צייט וועט די פירמע ארויסגיין מיט א 2.5 ביליאן דאללער פארלוסט פאר די לעצטע קווארטל פאריאר, און א 1.6 ביליאן פארלוסט פאר די ערשטע קווארטל פון 2021.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

בריישע ביליאנער און אייגענטומער פון די ארטיגע "דעילי טעלעגראף" דעיוויד בארקלעי איז געשטארבן אין עלטער פון 86 יאר.

לויט א מעלדונג פון די צייטונג איז דאס געקומען נאך א קורצע צייט זיין נישט געזונט, אבער איז נאכאלץ געווען אומערווארטערט.

לויט שאצונגען, איז ער אין יאר 2020 געווען ווערט ארום 7 ביליאן בריטישע פונט - 9.5 ביליאן דאללער.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

געשפרעכן צווישן עגיפטן, סודאן און עטיאפיע איבער א דאמבע פאר די "בלויע נילוס" זענען צוזאמגעפלן, מיט עגיפטן און עטיאפיע באשולדיגענדיג סודאן אויף די יעצטיגע צוזאמבראך.

די געשפרעכן גייען שוין אן פאר לענגערע יארן, אבער האבן דערווייל נישט געפירט אין ערגעץ.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום זונטאג יאנואר 17, 2021 4:00 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נעם אין אכט האט געשריבן:ברעיקינג! רוסישער אפאזיציע פירער נאוואלני, וואס איז געווארן געפויזענט דורך די פוטין רעגירונג און איז געווארן אויסגעהיילט אין דייטשלאנד איז היינט צוריק געקומען קיין רוסלאנד ווי ער איז געווארן ארעסטירט תיכף ביים לאנדן.

ווערט באריכטערט אז נאוואלני האט געזאגט גוד ביי פאר זיין ווייב פארן ווערן ארעסטירט.

זיינע פריינט און פאמיליע האבן אויסגעדריקט זארג אויף זיין פלאן צוריק צוקומען קיין רוסלאנד ווי מהאט מורא געהאט אז סוועט געשען צו אים דאס וואס סגעשעט געווענטליך צו פוטינס אפאזיציע פירער...

נישט געזען קיין אשכול דערפאר.

איז פארוואס איז ער אהיים? פשוט צו ווייזן אז ער האט נישט מורא?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די "גאווערנאר-זשענעראל" פון קאנאדע -די פערזעליכע פארטרעטער פונעם קעניגן- האט רעזיגנירט פון אמט, צוליב א סקאנדאליעזע באריכט איבער וויאזוי זי האט באהאנדעלט ארבעטער.

דאס איז די ערשטע מאל וואס א גאווערנאר-זשענעראל רעזיגנירט פון אמט אין קאנאדע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ווערט באריכטעט אז די געוועזענע נארט קארעא אמבאסאדאר קיין קאוועיט האט דעפעקטירט קיין סאוט קארעא אין 2019 וואו ער האלט זיך אויף זינט דאן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

בריטישע פרעמיער מיניסטער באריס זשאנסאן וועט אפרייזן קיין סקאטלאנד וואו ער וועט זיך בעטן ביי די ארטיגע באפעלקערונג זיי זאלן זיך נישט אפטיילן פון די פאראייניגטע קעניגרייך.

דאס קומט נאך וואס די ארטיגע "ערשטע מיניסטער" פרוי סטורזשאן האפט צו געווינען מיט א לענדסלייד ביי די ארטיגע פארליאמענט וואלן אין מאי, וואס זי זאגט אז דאס וואלט געווען א קלארע מאנדאט פאר א פרישע רעפערענדום דערוועגן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א שפאנישע געריכט האט פארארדענט די דייטשע קאר פירמע פאלקס-וואגאן זאל צאלן זעכצן מיליאן יורא -ארום 19.5 מיליאן דאללער- פאר דרייווער אפעקטירט פון די עמישאן'ס סקאנדאל.

די סקאנדאל, אין וועלכע די פירמע האט פארנארט רעגולעיטאר'ס און קאסטומער'ס איבער די ענערזשי ריינקייט סטאנדארט פון די קאר'ס, האט שוין אפגעקאסט פאר די קאר פירמע העכער דרייסיג מיליאן דאללער.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:בריטישע פרעמיער מיניסטער באריס זשאנסאן וועט אפרייזן קיין סקאטלאנד וואו ער וועט זיך בעטן ביי די ארטיגע באפעלקערונג זיי זאלן זיך נישט אפטיילן פון די פאראייניגטע קעניגרייך.

דאס קומט נאך וואס די ארטיגע "ערשטע מיניסטער" פרוי סטורזשאן האפט צו געווינען מיט א לענדסלייד ביי די ארטיגע פארליאמענט וואלן אין מאי, וואס זי זאגט אז דאס וואלט געווען א קלארע מאנדאט פאר א פרישע רעפערענדום דערוועגן.

c/p
Tax revenue generated in Scotland amounts to about £66 billion, including North Sea oil revenue, but it benefits from about £81 billion in public spending. That means Scotland benefits from an additional £15 billion public spending than it puts in.

פארשטיי איך נישט פארוואס ווילן זיי זיך אפרייסן?
וואס גייען זיי פארדינען מער?
און די זעלבע שאלה איז אויף דשאנסאן, פארוואס דארף ער זיי האבן?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

איטאליע'ס פרעמיער מיניסטער גועסיפי קאנטעי וועט מארגן רעזיגנירן פון אמט, און וועט פרובירן צו פארמען א פרישע קאאליציע רעגירונג.

די יעצטיגע רעזיגנאציע קומט נאך וואס זיינע ביז יעצטיגע קאאליציע מיטארבעטער -די "איטאליע וויווא" פארטיי- האט זיך ארויסגעצויגן פון די קאאליציע אפמאך צוליב מיינונגס פארשידענהייטן איבער די וויירוס רעאקציע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פארטוגעזישע פרעזידענט מארסעלאו דע-סאוסא האט געווינען ארום איין-און-זעכציג פראצענט פון די אפגעגעבענע שטימען ביי די פרעזידענטליכע וואלן אפגעהאלטן נעכטן זונטאג.

טראץ די הויכע פראצענט וואס ער האט באקומען, ווערט אנגעוויזן אז אזויפיל ווי זעכציג פראצענט שטים בארעכטיגטע האבן נישט אנטייל גענומען אין די וואלן - טייל צויב וואס זיי זענען איזאלירט צוליב די וויירוס, טייל צוליב וואס ארטיגע באאמטע האבן לעצטענס צוגעלייגט העכער א מיליאן בירגער וואס וואוינען אין אויסלאנד צו די עלעקטאראלע רעזשיסטער.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אינדיע'ס "מיניסטרי אוו עלעקטראניקס ענד אינפארמעישאן טעקנאלאזשי" האט פארבאטן אויף פערמענאנט ניין-און-פופציג כינעזע באזירטע עפפ'ס.

ארגינעל -אין יוני- האט די רעגירונג געגעבן א געלעגענהייט פאר די עפפ פירמעס צו אדרעסירן געוויסע זארגן וואס די רעגירונג האט געהאט, אבער היינט איז באשטעטיגט געווארן אז די פארבאט וועט זיין פערמענאנט.

די פארבאט רעכענט אריין די "טיקטאק" עפפ.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

קוקט אויס ווי עס קומט יעצט פאר א מיליטערישע פוטש (coup) אין מיאנמאר.

רביצין אוּנג סאַן סוּ קיאי, וואס האט באקומען די נאבעל פרידן פרייז אין 1991, האט איינגעשטעלט טיילווייזע דעמאקראטיע נאך יארן פון א מיליטערישע פירערשאפט אינעם לאנד. אין די לעצטע יארן איז זי באשולדיגט געווארן אין די אנטי ראהינגא פעלקער מארד אין מיאנמאר.
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום זונטאג יאנואר 31, 2021 7:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קוקט אויס ווי עס קומט יעצט פאר א מיליטערישע פוטש (coup) אין מיאנמאר.

מער פרטים עוועילעבל?
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

MYANMAR COUP ATTEMPT
- Leader Aung San Suu Kyi detained by military
- President Win Myint and other NLD leaders also detained
- Follows NLD's election victory
- Army's proxy party lost, claims "massive fraud"
- Internet and phone lines down in the capital, state TV off the air
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אין 2014 האבן טעראריסטן פון די "באקא האראם" גרופע פארכאפט ארום 270 קינדער און די ניגערישע שטאט "שיבאק".

דורכאויס די יארן זענען מערערע פון זיי באפרייט געווארן נאך וואס אויסלייז געלט איז געצאלט געווארן.

לעצטענס האט די ארטיגע מיליטער אונטערגענומען אן אפעראציע צו באפרייען די קינדער - די וואך ווערט באריכטעט אז איינער פון די קינדער -היינט שוין 22 יאר- האט זיך פארבינדן מיט איר פאמיליע און געמאלדן די פרייליכע נייעס אז זי -אינאיינעם מיט נאך איבער הונדערט פארכאפטע- האבן באוויזן צו אנטלויפן דורכאויס די אקציע.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”