נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אזוי ווי טעריזעי מעי פון ענגלאנד האט באשלאסן צו ריזיינען, קומט פאר פריימעריס פאר די פירערשאפט פון די קאנסערוואטיווע 'טארי' פארטיי, וואס וועט אויך זיין פרעמיער. די סיסטעם ארבעט ווי פאלגענד, צו קענען אנטיילנעמען אין די פריימעריס מוז מען האבן די שטיצע פון 8 פארלימענט מיטגלידער. אין די ערשטע רונדע וואטן אלע 'טארי' פארלימענט מיטגלידער פאר איינע פון די קאנדידאטן, און דער וואס האט עט ליעסט 17 גייט צום נעקסטען רונדע, אויב יעדער האט 17 גייט די קאנדידאט מיט די ווייניגסטע ארויס. ביים צווייטן רונדע געשעט די זעלבע זאך, אבער מ'מוז האבן 33 פארלימענט מיטגלידער, אויב יעדער האט 33 גייט די קאנדידאט מיט די ווייניגסטע ארויס. נאכדעם וואט מען ווייטער און ביי יעדע וואט נעמט מען ארויס די קאנדידאט מיט די ווייניגסטע, ביז עס בלייבט צוויי קאנדידאטן. נאכדעם שיקט מען עס צו א וואט פון אלע פארטיי מעמבער'ס פון לאַנד -וואס קומט אויס בערך, 160,000 מענטשן-, און ווער ס'געווינט איז די פארטיי פירער, און אין דעם פאל אויך פרעימער, (וויבאלד די 'טארי' פארטיי האט די מערסטע פארלימענט מיטגלידער).

אין דעם קעיס איז געווען ארגינעל 10 קאנדידאטן, אינ'ם ערשטע רונדע פאריגע וואך, האט 'באריס זשאנסאן' געוואונען א שטארקע מאיאריטעט מיט איבער דאפלט פון די צווייטע, און 'זשערמי האנט' אלס צווייטע, ווי אויך זענען דריי געווארן ארויסגעווארפן. בלייבט איבער 7, אינצווישן אבער האט איין קאנדידאט פון זיך אליין ארויסגעדראפט. איז אויסגעקומען אז ביים צוויטע רונדע גייען זיין 50 'אפענע' פארלימענט מיטגלידער, דאס מיינט זייער קאנדידאט פונ'ם ערשטע רונדע גייט נישט זיין אינ'ם צווייטע. די צווייטע רונדע פאר די איבריגע 6 איז היינט פארגעקומען, 'זשאנסאן" האט נאר פארגרעסערט זיין ליעד, א שטארקע סופרייז איז געווען 'רארי סטוארד' וואס איז געווען זיבעטע די ערשטע רונדע, געגאנגען צו פערדע, ער איז אן אדסיידער װאס מ'זאגט פאר אז ער קען נאך גיין צו די לעצטע צוויי מיט זשאנסאן, ווי אויך איז 'האנט' געבליבן צווייטע אבער בכלל נישט עכט צובאקומען פון די אפענע פופציג, ווי אויך האט די קאנדידאט פון די פערדע פלאץ ביים ערשטע רונדע ארויסגעפאלן ביים צווייטע היינט. קומט אויס אז אויף די איבריגע 3 גייט מען דארפן האבן נאך דריי פארלימענט וואטס פון די 'טארי' מיטגלידער, ביז מען בלייבט מיט צוויי, די ערשטע קומט פאר מארגן.

הערה: ווען איך שרייב "פארלימענט מיטגלידער", מיין איך פארשטייט זיך נאר די קאנסערוואטיווע טארי מיטגלידער וואס זיי האבן דא געוואט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכוח וואס טוט זיך העכסט אינטערסאנט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

וואס טוט זיך האט געשריבן:אזוי ווי טעריזעי מעי פון ענגלאנד האט באשלאסן צו ריזיינען, קומט פאר פריימעריס פאר די פירערשאפט פון די קאנסערוואטיווע 'טארי' פארטיי, וואס וועט אויך זיין פרעמיער. די סיסטעם ארבעט ווי פאלגענד, צו קענען אנטיילנעמען אין די פריימעריס מוז מען האבן די שטיצע פון 8 פארלימענט מיטגלידער. אין די ערשטע רונדע וואטן אלע 'טארי' פארלימענט מיטגלידער פאר איינע פון די קאנדידאטן, און דער וואס האט עט ליעסט 17 גייט צום נעקסטען רונדע, אויב יעדער האט 17 גייט די קאנדידאט מיט די ווייניגסטע ארויס. ביים צווייטן רונדע געשעט די זעלבע זאך, אבער מ'מוז האבן 33 פארלימענט מיטגלידער, אויב יעדער האט 33 גייט די קאנדידאט מיט די ווייניגסטע ארויס. נאכדעם וואט מען ווייטער און ביי יעדע וואט נעמט מען ארויס די קאנדידאט מיט די ווייניגסטע, ביז עס בלייבט צוויי קאנדידאטן. נאכדעם שיקט מען עס צו א וואט פון אלע פארטיי מעמבער'ס פון לאַנד -וואס קומט אויס בערך, 160,000 מענטשן-, און ווער ס'געווינט איז די פארטיי פירער, און אין דעם פאל אויך פרעימער, (וויבאלד די 'טארי' פארטיי האט די מערסטע פארלימענט מיטגלידער).

אין דעם קעיס איז געווען ארגינעל 10 קאנדידאטן, אינ'ם ערשטע רונדע פאריגע וואך, האט 'באריס זשאנסאן' געוואונען א שטארקע מאיאריטעט מיט איבער דאפלט פון די צווייטע, און 'זשערמי האנט' אלס צווייטע, ווי אויך זענען דריי געווארן ארויסגעווארפן. בלייבט איבער 7, אינצווישן אבער האט איין קאנדידאט פון זיך אליין ארויסגעדראפט. איז אויסגעקומען אז ביים צוויטע רונדע גייען זיין 50 'אפענע' פארלימענט מיטגלידער, דאס מיינט זייער קאנדידאט פונ'ם ערשטע רונדע גייט נישט זיין אינ'ם צווייטע. די צווייטע רונדע פאר די איבריגע 6 איז היינט פארגעקומען, 'זשאנסאן" האט נאר פארגרעסערט זיין ליעד, א שטארקע סופרייז איז געווען 'רארי סטוארד' וואס איז געווען זיבעטע די ערשטע רונדע, געגאנגען צו פערדע, ער איז אן אדסיידער װאס מ'זאגט פאר אז ער קען נאך גיין צו די לעצטע צוויי מיט זשאנסאן, ווי אויך איז 'האנט' געבליבן צווייטע אבער בכלל נישט עכט צובאקומען פון די אפענע פופציג, ווי אויך האט די קאנדידאט פון די פערדע פלאץ ביים ערשטע רונדע ארויסגעפאלן ביים צווייטע היינט. קומט אויס אז אויף די איבריגע 3 גייט מען דארפן האבן נאך דריי פארלימענט וואטס פון די 'טארי' מיטגלידער, ביז מען בלייבט מיט צוויי, די ערשטע קומט פאר מארגן.

הערה: ווען איך שרייב "פארלימענט מיטגלידער", מיין איך פארשטייט זיך נאר די קאנסערוואטיווע טארי מיטגלידער וואס זיי האבן דא געוואט.

די דריטע רונדע ריזאלטס זענען דא, גאנץ שאקינג!

קליינע הקדמה: אזוי ווי מ'האלט שוין ביים דריטע רונדע ווי די קאנדידאט מיט די ווייניגסטע גייט ארויס, האט מען זיך געראכטן אז 'סאזשיד זשעוויד' די וואס האט באקומען אינ'ם לעצטע צווייטע רונדע 33, פונקטליך וויפיל מ'דארף, איז מען געווען זיכער אז ער וועט היינט ארויספאלן. עס איז ביי די היינטיגע רונדע געווען 30 אפענע פארלימענט מיטגלידער פון די קאנדידאט וואס איז ארויסגעפאלן לעצטע רונדע.

רעזולטאַטן: למעשה האט 'רארי סטוארד' די וואס מען האט דערמאנט אלס אן אדסיידער, וואס שטייט זייער גוט, למעשה איז ער אראפגעפאלן מיט 10! און געווארן ארויסגעווארפן פונעם רעיס!!
איז דא 40, 'זשאנסאן' איז ארויפגעגאנגען מיט 17,
'זשערמי האנט' אלס צווייטע איז ארויפגעגאנגען מיט 8, 'מייקל גאוו' אינ'ם דריטע פלאץ צובאקומען 10, און 'סאזשיד זשעוויד' אינ'ם פערטע מיט נאך פינף.

יעדעמ'ס נומערן פונ'ם היינטיגן דריטע רונדע:
(אלעס אינאיינעם זענען דא 313 'טארי' פארלימענט מיטגלידער, און יעדער האט געוואט).
זשאנסאן, 143.
האנט, 54.
גאוו, 51.
זשעוויד, 38.
סטוארד, 27.

סיבות פאר 'סטוארד'ס' פארלירן, גיבט מען טיילווייז אן אין זיין שוואכע פערפארמענץ אינ'ם כמו דעבאטע פאר די פארלימענט מיטגלידער נעכטן, וואס ער אליין האט געזאגט ער האט נישט געטוען צו רימארקאבל. נאך א סיבה וואס מ'זאגט, אז די נעכטיגע שטארקע ארויפכאפונג פון 'סטוארד', האט זשאנסאן אונטערגעשיקט, ווייל ער האט געוואלט 'דאמאניק רעבב' זאל ארויספאלן, וואס דאס איז טאקע געשען נעכטן.

וועט זיין א שטארקע פייט צווישן 'האנט' און 'גאוו' ווער קען אריינגיין אינ'ם לעצטע צוויי מיט 'זשאנסאן'. מארגן וועט פארקומען די נעקסטע רונדע וואו מ'וועט ארויסשטיפן די פערדע, העט זיין 27 אפענע פארלימענט מיטגלידער. (אבער ווי געזען היינט, איז בכלל נישט זיכער אז מ'בלייבט ביים ארגינעלן קאנדידאט, נאכדעם ווי מ'זעט אז 'סטוארד' איז געפאלען מיט 10, סא העל מיר מוזן ווארטן.)

געדענק דעס איז נישט פלעין א פארטיי פירערשאפט פארמעסט, עס איז פאקטיש א געלויף פאר פרעימער!!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שכח @וואס טוט זיך. א געשמאק צו ליינען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נאכדעם וואס ארום צען קאנדידאטן זענען אריינגעשפרונגען אינעם פארמעסט צו איבערנעמען דאס בענקל פון טערעזע מעי אלס ענגלישע פרעמיער מיניסטער און פירער פון די קאנסערוואטיווע פארטיי איז דער פארמעסט פארשמעלערט געווארן צו בלויז צוויי קאנדידאטן, נעמליך דער געוועזענער מעיאר פון לאנדאן און אויסגעשפראכענער פרא-ברעקזיטער באריס דזשאנסאן און זיין קעגנער דשערעמי האָנט וועלכער איז געווען א קעגנער צו ברעקזיט און האט פארשפראכן נישט צו דורכפירן ברעקזיט אָן א אפמאך מיט׳ן אייראפעאישן פאראיין.

דאס קומט נאכדעם וואס עס זענען פארגעקומען עטליכע רונדעס פון וואלן אין וועלכע די צוויי זענען ארויסגעקומען אין שפיץ.

ארום 160 טויזנט מיטגלידער פון די קאנסערוואטיווע פארטיי וועלן אין די קומענדיגע טעג וועלן צווישן די צוויי און די רעזולטאטן וועלן ארויסקומען קומענדיג יולי 22.

JP
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יא, כ'האב אויסגעלאזט עפעס נעכטן, אז ביידע רונדעס, ארויסצושטויסן די פערדע און דריטע קאנדידאט, גייט פארקומען היינט.


איז קודם מיט די פערדע רונדע וואס איז פארגעקומען צופרי, 'סאזשיד זשעוויד' איז ארויסגעפאלן, נאו סופרייז, עפעס וואס איז יא א שטיקל סופרייז אז 'מייקל גאוו' איז אנדערש ווי די ערשטע דריי רונדעס וואו ער איז אריינגעקומען דריטע אונטער 'האנט', איז ער היינט ביי די פערדע רונדע אריינגעקומען העכער 'האנט', אבער דאס האט נישט צו לאנג אנגעהאלטן ווי כ'העל שרייבן שפעטער.

רעזולטאַטן פונ'ם פערדע רונדע:

(אלע 313 'טארי' פארלימענט מיטגלידער האבן געוואט, אבער צוויי זענען געווארן געספוילט)
'זשאנסאן', 157, ארויף 14 פונ'ם דריטע רונדע.
'גאוו', 51, ארויף 10 פונ'ם דריטע רונדע.
'האנט', 59, ארויף 5 פונ'ם דריטע רונדע.
'זשעוויד', 38, אראפ 4 פונ'ם דריטע רונדע.
ווי באלד 'זשעוויד' איז אריינגעקומען לעצט איז ער ארויסגעפאלן ווי דערמאנט.

סא גייענדיג צום פיפטע רונדע (צווייטע פונעם טאג) שפעטער נאכמיטאג, איז געווען 38 אפענע פארלימענט מיטגלידער, און עס איז געווען זייער נאנט צווישן האנט און גאוו.

רעזולטאַטן פונ'ם פיפטע רונדע:
(אלע 313 'טארי' פארלימענט מיטגלידער האבן געוואט, אבער איינס איז געווארן געספוילט.)
'זשאנסאן', 160, ארויף דריי פונ'ם פערדע רונדע.
'האנט', 77, ארויף 18 פונ'ם פערדע רונדע.
'גאוו', 75, ארויף 14 פונ'ם פערדע רונדע.

'גאוו' איז געווארן ארויסגעשטויסן!

זשאנסאן און האנט גייען צו א 'פאסטאל וואט' צווישן די 160,000 'טארי' פארטיי מעמבער'ס, די פארטיי וויל שוין האבן די רעזולטאטן אריין ביי יולי 22 און ערוועלן דעם נייעם פארטיי פירער, און פרעימער.

'האנט' האט מודה געווען אז ער איז א underdog, און אז זשאנסאן האט סאך בעסערע שאנסן, אבער האט צוגעזאגט פאר זשאנסאן די "פייט פון זיין לעבן".

די אפאזיציע 'לעיבאר' פארטיי פארלאנגט א זשענעראל עלעקשאן, זאגנדיג, "אפאר אומרעפרעזענטעטיוו קאנסערוואטיווע מעמבער'ס זאלן נישט פיקן אונזער נעקסטע פרעימער, עס זאל זיין די פיפעל דורך א זשענעראל עלעקשאן".
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ווי עס איז געווען באריכטעט אויפן וועלטעל דא א צייט צוריק, איז פארגעקומען אן עלעקשאן פאר מעיאר פון טערקיי'ס גרעסטע שטאט און הויפטשטאט 'אינסטאמבול', ווי די פרעמיער-דיקטאטור'ס (דאס לשון דיקטאטור איז מיין אייגענע לשון, כ'וויל אים רופן אזוי, ווייל פאקטיש איז ער דעס!) פארטיי האט פארלוירן די מעיארשאפט וואס זיי האבן שוין די לעצטע 25 יאר, און די אפאזיציע פארטיי'ס קאנדידאט האט געוואונען מיט א קליינע מארזשין. למעשה האט עס פרעימער ערדוגאן מיט זיין יוסטיץ דעפארטמענט געטשאלענזשט די רעזולטאטן, און מ'האט פאררופן פרישע וואלן.

קומט היינט אריין אז פרעימער ערדוגאן האט געליטן זיין גרעסטע פאלאטישע פארלוסט היינט, ווען די אפאזיציע קאנדידאט האט היינט ווידעראמאל געוואונען די מעיארשאפט מיט א 9% ליעד, ערדוגאן'ס קאנדידאט האט שוין קאנסידט, און ווי אויך האט שוין ערדוגאן אנערקענט די רעזולטאטן.

אחוץ די פשוטע פארלוסט אז למעשה האט די פאררופן פרישע וואלן גארנישט געטוישט, קען דאס אויך ברענגען שווערע פאלאטישע קאנסקעווענצן פאר ערדוגאן נאכדעם וואס אינסטאמבול איז ערדוגאן'ס היים-באזע ווי דארט האט ער אנגעפאנגען זיין פאלאטישע קאריערע אלס מעיאר.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

וואס טוט זיך האט געשריבן:ווי עס איז געווען באריכטעט אויפן וועלטעל דא א צייט צוריק, איז פארגעקומען אן עלעקשאן פאר מעיאר פון טערקיי'ס גרעסטע שטאט און הויפטשטאט 'אינסטאמבול', ווי די פרעמיער-דיקטאטור'ס (דאס לשון דיקטאטור איז מיין אייגענע לשון, כ'וויל אים רופן אזוי, ווייל פאקטיש איז ער דעס!) פארטיי האט פארלוירן די מעיארשאפט וואס זיי האבן שוין די לעצטע 25 יאר, און די אפאזיציע פארטיי'ס קאנדידאט האט געוואונען מיט א קליינע מארזשין. למעשה האט עס פרעימער ערדוגאן מיט זיין יוסטיץ דעפארטמענט געטשאלענזשט די רעזולטאטן, און מ'האט פאררופן פרישע וואלן.

קומט היינט אריין אז פרעימער ערדוגאן האט געליטן זיין גרעסטע פאלאטישע פארלוסט היינט, ווען די אפאזיציע קאנדידאט האט היינט ווידעראמאל געוואונען די מעיארשאפט מיט א 9% ליעד, ערדוגאן'ס קאנדידאט האט שוין קאנסידט, און ווי אויך האט שוין ערדוגאן אנערקענט די רעזולטאטן.

אחוץ די פשוטע פארלוסט אז למעשה האט די פאררופן פרישע וואלן גארנישט געטוישט, קען דאס אויך ברענגען שווערע פאלאטישע קאנסקעווענצן פאר ערדוגאן נאכדעם וואס אינסטאמבול איז ערדוגאן'ס היים-באזע ווי דארט האט ער אנגעפאנגען זיין פאלאטישע קאריערע אלס מעיאר.

וואו דאס איז א מעידזשער פראסק פאר ערדוגען!

נאכן איבערמאכן די וואלן האט זיין פארטיי אזוי מיאוס פארלוירן מיט איבער 800 טויזנט שטימען אונטערשטעליג פון די אפאזיציע פארטיי, (אין מארטש זענען זיי געווען אונטערשטעליג מיט בלויז 13 טויזנט שטימען)
נאכמער זיין פארטיי האט פארלוירן נאך 11 דיסטריקס צו די אפאזיציע, די אפאזיציע קאנטראלירט יעצט 28 פון איסטאנבולס 39 דיסטריקטס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איינס פון די וועלט'ס גרעסטע קאקעין דילער איז אנטלאפן פון א טורמע אין אורוגוויי נעכטן נאכט דורך א לאך אויפן דאך.

דער 'קאקעין קעניג' ראקא מאראביטא איז געזוכט געווארן דורך איטאליע פאר איבער 20 יאר זייט ער איז אנטלאפן פון טורמע, איז אפגעפינען געווארן פאר א צייט צוריק אין אורוגוויי.

אורוגוויי האט געהאלטן אינמיטן געשפרעכן מיט איטאליע איבער אים אויסליפערן אהין, אבער אינצווישן האט ער זיך ארויסגעשלייכט פון טורמע דורך א לאך אינעם דאך, אין די טונקלקייט פון די נאכט.

א בילד פון די טורמע (געכאפט פארן מאכן דעם לאך)
אטעטשמענטס
93256270991599640360no_490X0.jpg
93256270991599640360no_490X0.jpg (132.88 KiB) געזען 4782 מאל
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

קוקט אויס זייער שוואך באוואכט
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

וואס מיינט 'קאקעין'?
(א ווארט אין אידיש?)
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

וואס טוט זיך האט געשריבן:וואס מיינט 'קאקעין'?
(א ווארט אין אידיש?)

ס'האט נישט קיין אידישע נאמען. ס'האט א שם הכולל פון "אומלעגאלע געווירצן"...

ס'קומט פון קאקאע בלעטלעך - האט נישט קיין שייכות מיטן קאקאו פלענטס פון וואס מ'מאכט אונזער אלעמען באליבטע קאווע!
קאקא-קאלע פלעגט פאר עטליכע צענדליגער יארן אריינלייגן אביסל קאקעין-בלעטלעך אין זייערע געטראנקען, זייט 1904 נוצן זיי נאר קאקעין-פרייע קאקאע...

Cocaine איז א געפערליכע סכנה'דיגע דראג, ארום 15 טויזנט אמעריקאנער שטארבן יערליך פון קאקעין אווערדאוז!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

אזויווי @הבל איז עפעס נישט אין טאון געהעריג, אט איז א טראפ נייעס פון ארום די וועלט:

אין האנג קאנג קומט היינט פאר א פרישע מיליאנען קעפיגע ראלי אקעגן די פארגעשלאגענע געזעץ וואס וועט העלפן ארויסליפערן געזיכטע פארברעכער פאר די פאטער-לאנד כינע, דאס קומט צוויי טעג בעפאר די G-20 סאמיט אינעם דערנעבנדיגע יאפאן, און די אנפירער פון די פראטעסטן צילן טאקע צו פאדערן פון די וועלט פירער אז זיי זאלן אינטערווינירן אז די געזעץ זאל אינגאנצן ווערן ארויסגעצויגן.

רענדינג פון יאפאן, טוט זיך דארט א שטיקל איבערקעריניש ווען א בארימטע אמעריקאנער סעלעבריטי דעזיינער האט ארויסגעשטעלט א פרישע קליידונג ליניע און עס אנגערופן מיט די יאפענעזע נאמען "קינאמאו", די נאמען שטאמט פון די טראדיציאנאלע יאפענעזע קליידונג וואס ווערט אנגטון אין גאר ערנסטע מאמענטן ווי לוויות און גראדואציעס און ווערט איבערגעגעבן מדור דור, אויף די יאפאנעזע סאושעל מידיע איז געווארן א שטורעם אז די פרישע מאדערענע דעזיין וועט שטעלן אין שאטן די ארגינעלע באדייט פון די ווארט.
#אמעריקאנע השגות

סאוט קארעא פירער מון דזשעי אין האט געזאגט אז עס טוט זיך פארהאנדלונגען אינטער די קוליסן צווישן אמעריקע און צפון קארעא איבער א דריטן קים-טראמפ סאמיט.
טראמפ איז געסקעדזשולט צו באזיכן דרום גלייך נאך די סאמיט אין יאפאן.

וואן גווידאו, די אינטערים פרעזידענט פון ווענעזועלע, האט אין אן אינטערוויו מיט BBC געזאגט אז איינע פון זיינע אפציעס אויף פאראויס פארבלייבט נאך אריינצוברענגען מערב וועלט מיליטער און אראפזעצן מאדורא מיט כח, ער האט זיך אבער ארויסגעדרייט פון ענטפערן אויב ער וועט זיכן די פירערשאפט ווען די מאדורא רעזשים פאלט, ער האט נאר אונטערגעשטראכן אז די עיקר איז אז די אפאזיציע זאל זיך האלטן באחדות און עס זאל פארקומען דעמאקראטישע עלעקשאנס.

סאן פראנציסקא האט פאר צייטווייליג פארבאטן דאס פארקויף פון אי-ציגרעטלעך ביז ווילאנג עס ווערט נישט פארענדיגט די שטודיעס איבער די לאנג-ערמיניגע געזונט עפעקט פון די וועפעראציעס, א שטודיע וואס נעמט געווענליך צענדליגע יארן.
עכטע טאבאקא ציגרעטלעך, וועמענס שלעכטן עפעקט אויף די געזונט איז ברייט באקאנט, בלייבט יא לעגאל.
די נעגעטיווע תוצאות פון אזא פארבאט זענען די פארמערונג אין טראדיציאנאלע ציגרעטלעך באנוצער, ווי אויך די ווארשיינליכע אויפשטייג פון אן אונטערערדישע האנדל וואנדל פון די פראדוקטן (סאן פראנציסקא האט כמעט די ערגסטע שווארצע מארקעטס איבערן לאנד פון דראגס און פארשידנס)
אגב, די גרעסטע אי-סיגרעט פראדוצירער אין אמעריקע איז סטאנציאנירט אין סאן פראנציסקא.
אנדערע לענדער איבער די וועלט האבן גענומען פארשידענע ריכטונגען איבער די נושא, אזעלכע לענדער ווי בראזיל האבן ארויפגעשטעלט צוימונגען אויף די פארקויף, אבער אנדערע לענדער ווי קאנאדע און ניו זילאנד שטיצן גאר די פארשפרייטונג פון די וועפערירונג ציגרעטלעך.

א פרישע באריכט צייגט אז מאסיווע העקעריי אטאקעס אויף גרויסע קאמפעניס האט זיך פארמערט פארגאנגענע יאר מיט איבער 500%, די אטאקעס ארבעטן געווענליך אז די העקער בעטן א סומע אויסלייז געלט געוואנדן לויט די קאמפעניס גרויס און ווערד, און דאן שטעלן זיי צוריק די סיסטעמען אין פלאץ.
לויט די באריכט טוען קאמפעניס געווענליך נישט רעפארטן די פאסירונגען פאר זייערע שעירהאלדערס און ניטאמאל פאר לאו ענפארסמענט, נאר צאלן שיין אויס די פארלאנגטע סומעס פון די אטאקירער.
אן אויסנאם איז געווען די בארימטע נארוועגישע קאמפעני "נארסק-היידרא" וועלכע האט געליטן א מאסיווע סייבער אטאקע עטליכע חדשים צוריק וועלכע האט פארקריפלט זייער גאנצע ארבעטס סיסטעם, אבער האבן זיך אנטזאגט פון באצאלן די פארלאנגטע דריי הודערט טויזענט דאלער אויסלייז געלט, און זיי האבן שוין געשפענדעט עטליכע מיליאן דאלער פאר טעכניקער צו פאררעכטן די אנגעמאכטע פראבלעמען און מיט דעם אלעם איז נאך יעצט דא פארשידענע אפטיילונגען אין דיקאמפעני וועלכע פונקציאנירן אויף פענע און פאפירץ
עס האט זיך שוין אפילו אנטוויקלט קאמפעניס וועלכע ספעציעליזירן זיך אין פארהאנדלען צווישן די העקער מיט זייערע קרבנות, די גרעסטע פון זיי באזירט אין קאנעטיקעט, די סי אי או פון די גרופע זאגט אז זיינע געווענליכע קעיסעס ענדיגט זיך מיט א זיבן-ציפערדיגע טרענזעקשאן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

בומפס, הבל איז דא.

טשולדיגט פארן זיך טרעפן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:בומפס, הבל איז דא.

טשולדיגט פארן זיך טרעפן.

שכוח פאר דיין באריכט.
שאדט נישט קיין צוויי רעפארטערס
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שכח @פונדערהיים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

א באריכט פון לעצטן אפריל:

נאך פונדערהיים האט געשריבן:די מיליטער אין סודאן האט איבערגענומען די פירערשאפט אין לאנד און ארעסטירט די פרעזידענט אומאר על באשיר וואס זיצט שוין 30 יאר ביים מאכט.

די דעפנס מיניסטער זאגט אז ער האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי פאר די נעקסטע דריי חדשים, און די מיליטער האט אין פלאן צו האלטן קאנטראל פאר די נעקסטע צוויי יאר און אנפירן מיט אן איבערגאנג צו א פולע דעמאקראטיע, און דאן וועט זיין עלעקשאנס.


כאטש וואס סודאן'ס פרישע מיליטעריש-געפירטע רעגירונג האט אויסגעשאלטערט די לאנדס אינטערנעט און האט שטארק איינגעצוימט דאס ארויסגעבן וויזעס פאר אויסלענדישע רעפארטער, רינט ארויס פון דארט באריכטן איבער פרישע ווילדע פראטעסטן דעם וויקענד ווי די פאליציי האט געשפריצט טרערן-גאז ווי אויך הייסע פייער, און לויט איין רעפארט איז איינער היינט אומגעקומען אין די אומרוען.

די מאסן פארלאנגען אז די מיליטערישע רעגירונג זאל פאררופן אלגעמיינע וואלן און זאל איבערגעבן פירערשאפט פאר א ציווילע רעגירונג.

פארגאנגענע שבת האט איינע פון די הויפט אפאזיציע גרופעס פאררופן א פרעסע קאנפערענץ, אבער מיליטערישע פארא-טרופן האבן געשטורעמט די געביידע און עס צושטערט.
לעצט פארראכטן דורך נאך פונדערהיים אום זונטאג יוני 30, 2019 4:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איבער א מיליאן נפשות זענען עוואקואירט געווארן אין דרום יאפאן, צוליב שווערע רעגנס וואס פאלן אין די טעג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נאכדעם וואס רוסלאנד איגנארירט א נאטא אולטימאטום איבער איר מיטל-שטרעקיגע נוקלעארעא מיסיל פראגראם וואס פארלעצט אן אינטערנאציאנאלע אפמאך מיט אמעריקע האט נאט״א געמאלדן פלענער צו אויסברייטערן איר מיסיל שוץ פראגראם וואס קען אראפשיסן די סארט מיסילס און שענקט א מיליטערישע אויבערהאנט פאר רוסלאנד׳ס שכנים וואס זענען אנגעשלאסן אין נאטא - א שריט וואס ווערט אויפגענומען מיט שטארקע אויפברויז אין מאסקווע וואס טוט שוין יארן קעמפן קעגן אזעלכע מיסיל שוץ פראגראמען ביי אירע גרעניצן, און עקספערטן ווארענען אז דאס קען פירן צו גאר שטארקע אנגעצויגנקייט צווישן רוסלאנד און נאטא.

JP
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרעסע באריכטן - באזירט אויף אפיציעלע רעגירונג דאקומענטן פון כינע - דעקן אויף שוידערליכע מעטאדן וואס די כינעזער רעזשים באנוצט זיך קעגן די פארפאלגטע אויגהור מוסלעמענער מינאריטעט אין כינע, וואס נעמט אריין זיין צו איינשפארן אין לאגערן, און אזוי אויך אוועקנעמען קינדער פון די עלטערן זיי צו ״מחנך זיין״ צו זיין גוטע קאמוניסטן, און הונדערטער קינדער ווערן ״נעלם״ ווען די רעגירונג פארדעכטיגט אז זייערע עלטערן ערציען זיי נישט לויט׳ן שפאן פונעם רעזשים.

די דאקומענטן צייגן אז טויזנטער קינדער וואס זייערע עלטערן זענען אין די לאגער ווערן ערצויגן דורך די רעגירונג קעגן זייער רעליגיע.

די שאקירנדע רדיפות קעגן רעליגיע שפיגלט אפ די פארפאלגונג קעגן אידישקייט אינעם סאוויעטן פארבאנד.

JP
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

פעיק נוז האט געשריבן:נאכדעם וואס רוסלאנד איגנארירט א נאטא אולטימאטום איבער איר מיטל-שטרעקיגע נוקלעארעא מיסיל פראגראם וואס פארלעצט אן אינטערנאציאנאלע אפמאך מיט אמעריקע האט נאט״א געמאלדן פלענער צו אויסברייטערן איר מיסיל שוץ פראגראם וואס קען אראפשיסן די סארט מיסילס און שענקט א מיליטערישע אויבערהאנט פאר רוסלאנד׳ס שכנים וואס זענען אנגעשלאסן אין נאטא - א שריט וואס ווערט אויפגענומען מיט שטארקע אויפברויז אין מאסקווע וואס טוט שוין יארן קעמפן קעגן אזעלכע מיסיל שוץ פראגראמען ביי אירע גרעניצן, און עקספערטן ווארענען אז דאס קען פירן צו גאר שטארקע אנגעצויגנקייט צווישן רוסלאנד און נאטא.

JP

נאטא איז דאך נישט א לאנד, איז וואס איז שייך אנגעצויגנקייט צווישן רוסלאנד און א אפיס'ל וואס הייסט נאטא? אז רוסלאנד געפעלט עס נישט, איז אין וועליכן קעפיטל וועלן זיי אראפ קלאפן די טיר?
לעצט פארראכטן דורך רני פלט אום פרייטאג יולי 05, 2019 3:38 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

פעיק נוז האט געשריבן:פרעסע באריכטן - באזירט אויף אפיציעלע רעגירונג דאקומענטן פון כינע - דעקן אויף שוידערליכע מעטאדן וואס די כינעזער רעזשים באנוצט זיך קעגן די פארפאלגטע אויגהור מוסלעמענער מינאריטעט אין כינע, וואס נעמט אריין זיין צו איינשפארן אין לאגערן, און אזוי אויך אוועקנעמען קינדער פון די עלטערן זיי צו ״מחנך זיין״ צו זיין גוטע קאמוניסטן, און הונדערטער קינדער ווערן ״נעלם״ ווען די רעגירונג פארדעכטיגט אז זייערע עלטערן ערציען זיי נישט לויט׳ן שפאן פונעם רעזשים.

די דאקומענטן צייגן אז טויזנטער קינדער וואס זייערע עלטערן זענען אין די לאגער ווערן ערצויגן דורך די רעגירונג קעגן זייער רעליגיע.

די שאקירנדע רדיפות קעגן רעליגיע שפיגלט אפ די פארפאלגונג קעגן אידישקייט אינעם סאוויעטן פארבאנד.

JP

און פארוואס שווייגט די וועלט?
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

פעיק נוז האט געשריבן:שכח @פונדערהיים.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גריכישע וויילער האבן נעכטן אריינגעוועלט א נייע קאנסערוואטיווע רעגירונג, וועלכע האט פארשפראכן צו שניידן שטייערן און ברענגען עקאנאמישע וואוקס אין לאנד.

לויט די ציפערן פון די אפגעציילטע וואלן, האט די צענטער-רעכטע "ניו דעמאקראטיק" פארטיי געוואונען א פולקאמע מאיאריטעט אינעם פארלאמענט, און דאס באדייט אז דער פרא-ביזנעס פיגור, קריאקאס מיטסאקיס, איז דער נייער פרעמיער מיניסטער.

מיט דעם רעזולטאט האבן די וויילער ארויסגעווארפן די ליבעראלע רעגירונג פון פרעמיער מיניסטער אלעקסיס ציפראס.

איד דעילי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

סיריע'ס דיקטאטור באשאר אסאד האט ארויסגעווארפן און באזייטיגט עטליכע פון זיינע העכסטע גענעראלן און סעקיוריטי באאמטע, נישט אנגעבנדיג קיין סיבה דערפאר.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”