אפצייכענונג: 2 יאר טראמפ!

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:- קאנסערוואטיווע ריכטער איז א געווינס נאר פאר קאנסערוואטיווע...

עס איז א געווינס פאר מענטשהייט אז די געריכט זאל רולן ארגינעל, לויט'ן געזעץ וואס שטייט, און נישט אביוזען זייער פאוער צו ווערן די לאו מעיקער'ס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

פעיק נוז האט געשריבן:

אוודאי, אויב ביסטו א קאנווסערוואטיווער האלסטו אז דאס מיינט מענטשהייט...
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מענטשהייט מיינט דער מענטש וואס פארשטייט וויל נישט אז רעגירונג קערפערשאפט זאלן אביוזן זייער פאוער, די אנדערע חלק מענטשהייט וואס האלט נישט אזוי האבן אין מיינע אויגן פארלוירן חשיבות פון מענטשהייט לאותו ענין.

עפ"י האמת האלט איך אז יעדער נארמאלער מענטש האלט אז רעגירונג קערפערשאפטן טארן נישט ארויסגיין פון זייער גרעניץ און אז עס לוינט פשוט נישט פאר די ועלט אין די לאנג טורם, נאר לעת עתה וויבאלד לויטן פשוטן געזעץ שטימען נישט אסאך זאכן וואס זיי האלטן אלס ריכטיג צו טוהן מיטן געזעץ, זענען זיי גרייט צו ברענגען דעם קרבן, אבי זייערע פאליסיס זאלן קענען ווערן דורכגעפירט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איין שטארקע נקודה האט מען נישט אויסגערעכנט פון זיינע מעלות
ער האט גענומען די רשעות'דיגע אומ'רחמנותיגע מידיא און זיי געשטעלט אביסל אין פלאץ זיי זאלן וויסען אז זיי רולן נישט די וועלט מיט זייערע אגענדעס.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

פעיק נוז האט געשריבן:מענטשהייט מיינט דער מענטש וואס פארשטייט וויל נישט אז רעגירונג קערפערשאפט זאלן אביוזן זייער פאוער, די אנדערע חלק מענטשהייט וואס האלט נישט אזוי האבן אין מיינע אויגן פארלוירן חשיבות פון מענטשהייט לאותו ענין.

עפ"י האמת האלט איך אז יעדער נארמאלער מענטש האלט אז רעגירונג קערפערשאפטן טארן נישט ארויסגיין פון זייער גרעניץ און אז עס לוינט פשוט נישט פאר די ועלט אין די לאנג טורם, נאר לעת עתה וויבאלד לויטן פשוטן געזעץ שטימען נישט אסאך זאכן וואס זיי האלטן אלס ריכטיג צו טוהן מיטן געזעץ, זענען זיי גרייט צו ברענגען דעם קרבן, אבי זייערע פאליסיס זאלן קענען ווערן דורכגעפירט.

און אויב מענטשהייט מיינט אז די רעגירונג מעג נישט צוטיילן ספאנישע פאמיליעס דאן איז די דעפינישאן אנדערש.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:זייער שיין @פאראינטערעסירט.

איך בין שטארק מסכים מיט מערערע פונקטן.

איך געב שטארק קרעדיט פאר טראמפ אויף פונקט 3 ביז פונקט 11. פון 14 ביזן סוף בין איך נישט געהעריג מסכים.

-אויף די מאמענט איז איראן אישו יעצט ערגער ווי 2 יאר צירוק.
-איך זע נישט די בענעפיט פון איזרעאלי עמבעסי
-אויל איז קרעדיט פון בוש מיט נייע טעכנאלאגיע, אבער אזוי איז עפעס אנגענומען צו געבן קרעדיט פארן עקזעסטירנדן פרעזידענט וואס שניידט די פירות און נישט פאר די וואס האבן דאס אנגעפלאנצט. אגב שוין אינטער אבאמאס זייגער איז אמעריקע געווארן גאר שטארק אין אויל
-אפיאד ווייס איך נישט וואס ער האט געטון אויסער אווערנעס
-אייסיס איז צו פארדאנקן איראן / רוסלאנד/ אבאמא פונקט ווי טראמפ.
- העלט קעיר איז גארנישט בעסער היינט ווי צוויי יאר צירוק, גייט מיר נישט אן צו מען רופט עס אבאמא קעיר אדער פלעין קעיר, אויף די מאמענט איז די פרייז פאר העלט אינשוראנס הימל שרייענד.
- קאנסערוואטיווע ריכטער איז א געווינס נאר פאר קאנסערוואטיווע...

לאמיתו של דבר, איך האלט פון טראמפ היינט מער ווי איך האב געהאלטן פון אים און 2016, דאס אז ער איז פאריקט האב איך שוין דאן געוויסט, אבער דאס אז א משוגענער קען אמאל צוניצקומען האב איך נישט גערעכנט...

שכוח פארן קאמפלימענט!

לכבודך וועל איך אביסל ברייטער אויסשמועסן די פונקטן מיט וואס מיר זענען זיך מחולק.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן: 16. געענדיגט די איראנע אבאמא שלעכטע נוקלעיר דיעל, אויפגעהערט מיטן שיקן עראפלאנען מיט קעש, און זיך לעקן צו זיי.

-אויף די מאמענט איז איראן אישו יעצט ערגער ווי 2 יאר צירוק.

מיט וואס זענען זיי ארגער יעצט נאכן בטל מאכן די דיעל? זיי פראדוצירן באמבעס באהאלטערנערהייט?
צו האסטו געזעהן די פרעזענטעישען פון ביבי נתניהו ארום א וואך פאר טראמפ האט ארויסגעצויגן אמעריקע פונעם איראנע דיעל?
(יא די אישו איז ערגער פאר איראן אז זיי באקומען שוין נישט קיין פליגערס מיט קעש... :x )

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן: 17. איינגעהאלטן זיין צוזאג צו רוקן די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים, אזאך וואס די פארגאנגענע פרעזידענטן האבן אלע צוגעזאגט און נישט געטוהן. פון די מידיע'ס פאראויסגעזענע אומסטאביליטי אינעם מיטל מזרח איז גארנישט געווארן ב"ה.

-איך זע נישט די בענעפיט פון איזרעאלי עמבעסי

אלץ סאטמארער זעה איך אויך נישט די בענעפיט דערפון... :wink:
די ווארט איז אז ער האט דורכגעפירט וואס ער האט צוגעזאגט צו טוהן טראץ די אומגעהויערע דרוק פון אלע זייטן אנגעהויבן פון די פארפוילטע ליבעראלע מידיע ביז וועלט פירער פון ביידע זייטן פונעם אייל, פון צענדליגער אייראפעאישע לענדער ביז רוסלאנד טערקיי און איראן האבן געווארנט און געסטראשעט אז ער זאל דאס נישט טוהן, אבער הי דיד איט! דעטס ען עקאמפלישמענט!

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:20. רעקארד אמעריקאנער אויל פראדאקציע ווערנדיג די וועלטס גרעסטע קרוד אויל פראדאצירער, איבערשטייגנדיג רוסלאנד און סאודי אראביע אין יאר 2018! דורכן שניידן די זינלאזע ליבעראלע דור הפלגה געזעצן און ערלויבענדיג די קיסטאון פייפליין פאראויסצוגיין.
-אויל איז קרעדיט פון בוש מיט נייע טעכנאלאגיע, אבער אזוי איז עפעס אנגענומען צו געבן קרעדיט פארן עקזעסטירנדן פרעזידענט וואס שניידט די פירות און נישט פאר די וואס האבן דאס אנגעפלאנצט. אגב שוין אינטער אבאמאס זייגער איז אמעריקע געווארן גאר שטארק אין אויל

גערעכט אז עס האט זיך אנגעהויבן שוין אין בוש'ס צייטן, אבער אין אבאמא'ס לעצטע יארן איז עס היבש געפאלן זינט ער האט צוריקגעהאלטן די קיסטאון פייפליין פון קומען לידי מעשה, אלעס צוליב די זארג אז די וועלט גייט אונטערגיין אין 12 יאר פון יעצט...
טראמפ האט עפראווד די קיסטאון פייפליין, די דעקאטע פייפליין, ארויסגעצויגן פונעם פאריזער ריינע לופט דור הפלגה עקט, (די דור הפלגה האט אויך געהאט פלענער צו מאכן זיכער אז די הימל פאלט נישט אראפ...) ארויסגעווארפן צענדליגער רעסטריקשענס, דאס אלעס ברענגט שטארק ארויף די אמעריקאנער אויל אינדוסטרי, עס פארוואנדעלט די פאראייניגטע שטאטן אין אן אינדיפענדענט לאנד לגבי אויל, סוף פארגאנגענם יאר האט אמעריקע צום ערשטן מאל אין היסטאריע עקספארטעט מער אויל ווי אימפארטעט! געז פרייזן האלטן זיך זייער נידעריג אין טראמפ'ס ערא.
און עס איז ערווארטעט אז די אויל פראדוקציע וועט וואקסן נאך אסאך מער אין די קומענדיגע עטליכע יאר אדאנק טראמפ'ס פרא-אמעריקא פאליסיס.
א געוואלדיגער סוקסעס!

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:14. אפיאד קריזיס: צענדליגער שריט אויפן פראנט צו אפשטעלן די קריזיס, אריינגערעכנט דאס ברענגען אז טשיינע זאל נעמען שריט דאס צו קרימינאליזירן, ביליאנס אוו דאלארס צו פייטן די קריזיס, פובליק אווערנעס וועבסייטס, אנגעקלאגט טשייניזער פענטענעל מענופעקטשערער.

-אפיאד ווייס איך נישט וואס ער האט געטון אויסער אווערנעס

אפיאד טויטפעלער אין די לעצטע יארן איז געשטיגן צו אבנערמאלע הימל-שרייענדע הויכע ראטעס, ( געוויסע רופן דאס "אן אמעריקאנער קריזיס!" צוליב די אמעריקאנער דורכגעפאלענע העלטקעיר סיסטעם)
אויף אפיאד איז נישטא קיין סימפל סעלושען, אבער ער האט אונטערגענומען צענדליגער שריט דאס צו פייטן, אריינגערעכנט דאס אויפפאדערן און באקומען א צוזאג פון די טשייניזער דיקטאטור צו קרימינילייזן דאס פארקויפן די שעדליכע פענטעניל, ארעסטירן צענדליגער פארבינדן מיט אומלעגאלע מעדעצינישע דראגס, פאראסיקיוטן טשייניזע פירמעס, דערקלערט אפיאד אלץ א "פובליק העלט עמערדזענסי" געבענדיג אנלימיטעד פאנדינג צו פייטן די קרייזיס, געצאלט ביליאנען פאר סטעיטס צו פייטן די קריזיס, צושטאנד געברענגט בילס וואס מאכן שטרענגער די פראסקריבשען געזעצן, און גענומען נאך אסאך שריט אין דעם הינזיכט.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:18. סוקסעספול כמעט אפגעווישט די (JV TEAM...) אייסיס פון די מאפע, ווי אויך אויסברייטענדיג די דראון אפארציעס אנטקעגן די אייסיס קעמפער איבער די וועלט.

-אייסיס איז צו פארדאנקן איראן / רוסלאנד/ אבאמא פונקט ווי טראמפ.

הימל און ערד די פארשריט אינעם מלחמה אנטקעגן אייסיס אונטער אבאמא צו דאס וואס איז געמאכט געווארן אונטער די "אומפולסיוו" טראמפ'ס זייגער!
אונטער טראמפ איז די טעריטארי געהאלטן אונטער אייסיס דראסטיש געפאלן נאך בלויז איין יאר זיין אין אפיס מיט ארום 90 פראצענט פון וויפיל עס האט געהאט ווען ער איז אריין אין אפיס, ארייינגערעכנט די "דע פאקטא הויפט שטעט" פון אייסיס.
זיכער קומצעך קרעדיט פאר אבאמא פארן אנהייבן די קאמפיין, אבער אויב אזוי קומט זיך איהם אויך די בלעים פונעם אייסיס אויפשטייג...

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן: 12. מער ווייניגער צונישט געמאכט די גאנצע אבאמאקעיר דורכן ריפיעלן די אינווידועלא מאנדאט און אראפגענומען די שטראף פאר נישט קויפן אינשורענס, אראפגענומען עטליכע זאכן וואס אבאמאקעיר זאל נישט דארפן קאווערן, אריינגערעכנט אן עקזעקעטיוו ארדער צו פראטעקן רעליגיעזע גרופעס נישט צו דארפן צושטעלן קאווערידזש אנטקעגן זייערע מיינונגען.

- העלט קעיר איז גארנישט בעסער היינט ווי צוויי יאר צירוק, גייט מיר נישט אן צו מען רופט עס אבאמא קעיר אדער פלעין קעיר, אויף די מאמענט איז די פרייז פאר העלט אינשוראנס הימל שרייענד.

די פרימיום העכערונגען פון 25% - 30% האט זיך אפגעשטעלט, און לויט די סענטער פאר מעדיקעיד/מעדיקעיר גייט די עוורעדזש פרימיום אראפגיין, זעה אינעם לינק נאך עטליכע שטארקע אימפראוומענטס.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:- קאנסערוואטיווע ריכטער איז א געווינס נאר פאר קאנסערוואטיווע...

און אויך א געווינס פארן מאראל, אז די לאנד זאל נישט אזוי שנעל אויסקוקן ווי תועבת מצרים.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:לאמיתו של דבר, איך האלט פון טראמפ היינט מער ווי איך האב געהאלטן פון אים און 2016, דאס אז ער איז פאריקט האב איך שוין דאן געוויסט, אבער דאס אז א משוגענער קען אמאל צוניצקומען האב איך נישט גערעכנט...

אגרי 100 פראצענט! ער איז א משוגענער אבער דאס דארף וואשינגטאן יעצט האבן כדי צוריק צודרייען אלע קראנקע אבאמא ליבעראלע געזעצן!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

פאראינטערסירט, גענאגלט!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
לכבודך וועל איך אביסל ברייטער אויסשמועסן די פונקטן מיט וואס מיר זענען זיך מחולק.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן: 16. געענדיגט די איראנע אבאמא שלעכטע נוקלעיר דיעל, אויפגעהערט מיטן שיקן עראפלאנען מיט קעש, און זיך לעקן צו זיי.

-אויף די מאמענט איז איראן אישו יעצט ערגער ווי 2 יאר צירוק.

מיט וואס זענען זיי ארגער יעצט נאכן בטל מאכן די דיעל? זיי פראדוצירן באמבעס באהאלטערנערהייט?
צו האסטו געזעהן די פרעזענטעישען פון ביבי נתניהו ארום א וואך פאר טראמפ האט ארויסגעצויגן אמעריקע פונעם איראנע דיעל?
(יא די אישו איז ערגער פאר איראן אז זיי באקומען שוין נישט קיין פליגערס מיט קעש... :x )

איך ווייס נישט גענוי וואס די פרעזענטעישען איז געווען, אבער לכאורה איז דאס איין ענין מיט די געוואגטע איזרעאלישע אקציע צו פארכאפן הויפענעס מיט דאקומענטן פון די איראנע פאסיליטיס, און די געפינסן האבן געוויזן אז איראן האט זיך קלאר געהאלטן צו אבאמא'ס דיעל!

יעצט איז די מצב זיכער ערגער ווייל איראן איז מער נישט צוגעבינדן צום דיעל און זיי זאגן אצינד אז זיי הייבן אן צו בארייכערן אוראניום!

וואס גייט זיין מארגן ווייס איך נישט, יעצט איז איראן אין מער נישט אין א אפמאך איבער איראניום! יעצט איז זייער פלאן צירוקצוגיין צו זייער אלטע שלעכטע וועגן.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן: 17. איינגעהאלטן זיין צוזאג צו רוקן די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים, אזאך וואס די פארגאנגענע פרעזידענטן האבן אלע צוגעזאגט און נישט געטוהן. פון די מידיע'ס פאראויסגעזענע אומסטאביליטי אינעם מיטל מזרח איז גארנישט געווארן ב"ה.

-איך זע נישט די בענעפיט פון איזרעאלי עמבעסי

אלץ סאטמארער זעה איך אויך נישט די בענעפיט דערפון... :wink:
די ווארט איז אז ער האט דורכגעפירט וואס ער האט צוגעזאגט צו טוהן טראץ די אומגעהויערע דרוק פון אלע זייטן אנגעהויבן פון די פארפוילטע ליבעראלע מידיע ביז וועלט פירער פון ביידע זייטן פונעם אייל, פון צענדליגער אייראפעאישע לענדער ביז רוסלאנד טערקיי און איראן האבן געווארנט און געסטראשעט אז ער זאל דאס נישט טוהן, אבער הי דיד איט! דעטס ען עקאמפלישמענט![/quote]

איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואס איז די גדולה, וואס באקומט אמעריקע דערפאר? אויב האט טראמפ ארגענאזאציע צוגעזאגט צו פארטיגן 2 פרישע האטעלן אום 17' און 18' און זיי פירן עס אויס, איז עס אין מיינע אויגן נישט קיין סוקסעס אלץ פרעזידענט, אויב דער שניידער שניידט א אויסטערלישע שיינע סוט פאר טראמפס איינצוג דרשה איז עס נישט עפעס וואס איך רעכן אויף טראמפ'ס סוקסעס ליסט.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:20. רעקארד אמעריקאנער אויל פראדאקציע ווערנדיג די וועלטס גרעסטע קרוד אויל פראדאצירער, איבערשטייגנדיג רוסלאנד און סאודי אראביע אין יאר 2018! דורכן שניידן די זינלאזע ליבעראלע דור הפלגה געזעצן און ערלויבענדיג די קיסטאון פייפליין פאראויסצוגיין.
-אויל איז קרעדיט פון בוש מיט נייע טעכנאלאגיע, אבער אזוי איז עפעס אנגענומען צו געבן קרעדיט פארן עקזעסטירנדן פרעזידענט וואס שניידט די פירות און נישט פאר די וואס האבן דאס אנגעפלאנצט. אגב שוין אינטער אבאמאס זייגער איז אמעריקע געווארן גאר שטארק אין אויל

גערעכט אז עס האט זיך אנגעהויבן שוין אין בוש'ס צייטן, אבער אין אבאמא'ס לעצטע יארן איז עס היבש געפאלן זינט ער האט צוריקגעהאלטן די קיסטאון פייפליין פון קומען לידי מעשה, אלעס צוליב די זארג אז די וועלט גייט אונטערגיין אין 12 יאר פון יעצט...
טראמפ האט עפראווד די קיסטאון פייפליין, די דעקאטע פייפליין, ארויסגעצויגן פונעם פאריזער ריינע לופט דור הפלגה עקט, (די דור הפלגה האט אויך געהאט פלענער צו מאכן זיכער אז די הימל פאלט נישט אראפ...) ארויסגעווארפן צענדליגער רעסטריקשענס, דאס אלעס ברענגט שטארק ארויף די אמעריקאנער אויל אינדוסטרי, עס פארוואנדעלט די פאראייניגטע שטאטן אין אן אינדיפענדענט לאנד לגבי אויל, סוף פארגאנגענם יאר האט אמעריקע צום ערשטן מאל אין היסטאריע עקספארטעט מער אויל ווי אימפארטעט! געז פרייזן האלטן זיך זייער נידעריג אין טראמפ'ס ערא.
און עס איז ערווארטעט אז די אויל פראדוקציע וועט וואקסן נאך אסאך מער אין די קומענדיגע עטליכע יאר אדאנק טראמפ'ס פרא-אמעריקא פאליסיס.
א געוואלדיגער סוקסעס![/quote]

נישט פארענטפערט מיין טענה, קיסטאון פייפליין איז לעת עתה נישט א מציאות די פארבאט פון אבאמא איז לעת עתה קאי וקיים, וכן כולהו די שפע פון אויל וואס אמעריקע האט יעצט איז נישט פארבינדן צו טראמפ קיין כי הוא זה.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:14. אפיאד קריזיס: צענדליגער שריט אויפן פראנט צו אפשטעלן די קריזיס, אריינגערעכנט דאס ברענגען אז טשיינע זאל נעמען שריט דאס צו קרימינאליזירן, ביליאנס אוו דאלארס צו פייטן די קריזיס, פובליק אווערנעס וועבסייטס, אנגעקלאגט טשייניזער פענטענעל מענופעקטשערער.

-אפיאד ווייס איך נישט וואס ער האט געטון אויסער אווערנעס

אפיאד טויטפעלער אין די לעצטע יארן איז געשטיגן צו אבנערמאלע הימל-שרייענדע הויכע ראטעס, ( געוויסע רופן דאס "אן אמעריקאנער קריזיס!" צוליב די אמעריקאנער דורכגעפאלענע העלטקעיר סיסטעם)
אויף אפיאד איז נישטא קיין סימפל סעלושען, אבער ער האט אונטערגענומען צענדליגער שריט דאס צו פייטן, אריינגערעכנט דאס אויפפאדערן און באקומען א צוזאג פון די טשייניזער דיקטאטור צו קרימינילייזן דאס פארקויפן די שעדליכע פענטעניל, ארעסטירן צענדליגער פארבינדן מיט אומלעגאלע מעדעצינישע דראגס, פאראסיקיוטן טשייניזע פירמעס, דערקלערט אפיאד אלץ א "פובליק העלט עמערדזענסי" געבענדיג אנלימיטעד פאנדינג צו פייטן די קרייזיס, געצאלט ביליאנען פאר סטעיטס צו פייטן די קריזיס, צושטאנד געברענגט בילס וואס מאכן שטרענגער די פראסקריבשען געזעצן, און גענומען נאך אסאך שריט אין דעם הינזיכט.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:18. סוקסעספול כמעט אפגעווישט די (JV TEAM...) אייסיס פון די מאפע, ווי אויך אויסברייטענדיג די דראון אפארציעס אנטקעגן די אייסיס קעמפער איבער די וועלט.

-אייסיס איז צו פארדאנקן איראן / רוסלאנד/ אבאמא פונקט ווי טראמפ.

הימל און ערד די פארשריט אינעם מלחמה אנטקעגן אייסיס אונטער אבאמא צו דאס וואס איז געמאכט געווארן אונטער די "אומפולסיוו" טראמפ'ס זייגער!
אונטער טראמפ איז די טעריטארי געהאלטן אונטער אייסיס דראסטיש געפאלן נאך בלויז איין יאר זיין אין אפיס מיט ארום 90 פראצענט פון וויפיל עס האט געהאט ווען ער איז אריין אין אפיס, ארייינגערעכנט די "דע פאקטא הויפט שטעט" פון אייסיס.
זיכער קומצעך קרעדיט פאר אבאמא פארן אנהייבן די קאמפיין, אבער אויב אזוי קומט זיך איהם אויך די בלעים פונעם אייסיס אויפשטייג...[/quote]
דו ווייסט גוט אז אמעריקע איז נישט געווען זייער אקטיוו אין סיריע, עס איז רוסלאנד מיט איראנס קרעדיט אייניג ווי טראמפס, גייט מיר נישט אן אינטער וועמענס זייגער עס איז געווען.

חוץ אויב דו קענסט מיר אויפווייזן אז טראמפ האט בעסער טרענירט און געשטיצט די קורדן ווי אבאמא, אדער אז ער האט געגעבן א פרייערע האנט פאר רוסלאנד/איראן ווי דאס וואס אבאמא האט געטון.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן: 12. מער ווייניגער צונישט געמאכט די גאנצע אבאמאקעיר דורכן ריפיעלן די אינווידועלא מאנדאט און אראפגענומען די שטראף פאר נישט קויפן אינשורענס, אראפגענומען עטליכע זאכן וואס אבאמאקעיר זאל נישט דארפן קאווערן, אריינגערעכנט אן עקזעקעטיוו ארדער צו פראטעקן רעליגיעזע גרופעס נישט צו דארפן צושטעלן קאווערידזש אנטקעגן זייערע מיינונגען.

- העלט קעיר איז גארנישט בעסער היינט ווי צוויי יאר צירוק, גייט מיר נישט אן צו מען רופט עס אבאמא קעיר אדער פלעין קעיר, אויף די מאמענט איז די פרייז פאר העלט אינשוראנס הימל שרייענד.

די פרימיום העכערונגען פון 25% - 30% האט זיך אפגעשטעלט, און לויט די סענטער פאר מעדיקעיד/מעדיקעיר גייט די עוורעדזש פרימיום אראפגיין, זעה אינעם לינק נאך עטליכע שטארקע אימפראוומענטס.[/quote]

דאס איז אויך נאר א ספין, עס איז נישט ערווארטעט אז פרימיומס זאלן שטייגען נאכנאנד מיט 30 פראצענט פער יאר, אויב איז עס אזוי שטארק געשטיגן פאר 2-3 יאר און א ציה, דאן איז צו ערווארטן אז עס זאל זיך אביסל אפקילן פאר א יאר אדער צוויי.

-- > הגה בעצמך, אויב איז די פרימיומס געשטיגן נאר א דאנק אבאמא קעיר, און אויב טראמפ האט טאקע מבטל געווען אבאמא קעיר, דאן ברויך איצט קומען א 50% רעדוקציע אין העלט קעיר פרימיומס , נישט אזוי?! <--

אויב וועט אריבערגיין 4 יאר נאכאנאנד אן קיין וואוקס אין העלט קעיר פרימיומס, דאן קען מען געבן קרעדיט פאר טראמפ

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:- קאנסערוואטיווע ריכטער איז א געווינס נאר פאר קאנסערוואטיווע...

און אויך א געווינס פארן מאראל, אז די לאנד זאל נישט אזוי שנעל אויסקוקן ווי תועבת מצרים.[/quote]

גערעכט, בעסער ווי לינקע,

הגם די נארישקייט געזעץ וואס לינקע גרופעס האבן שווער געארבעט צו באשטעטיגן אין ניו יארק איז אין פאקט געווארן די געזעץ פון גאנצע לאנד א דאנק די סופרים קארט אריינגערעכנט כאטש איין א.ג. קאנסערוואטיווע ריכטער, פארט קען מען ערווארטן מער מאראל פון קאנסערוואטיווע ווי איידער לינקע, אריינגערעכנט די חשיבות פון מענטשליכע לעבנס.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:לאמיתו של דבר, איך האלט פון טראמפ היינט מער ווי איך האב געהאלטן פון אים און 2016, דאס אז ער איז פאריקט האב איך שוין דאן געוויסט, אבער דאס אז א משוגענער קען אמאל צוניצקומען האב איך נישט גערעכנט...

אגרי 100 פראצענט! ער איז א משוגענער אבער דאס דארף וואשינגטאן יעצט האבן כדי צוריק צודרייען אלע קראנקע אבאמא ליבעראלע געזעצן!
[/quote]
איך בין נאך אלץ מסופק צו דאס איז א טובה אדער נישט ועיין מ''שכאן וכאן
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זע וויפיל אויל פראדוקציע איז געשטיגן אינטער אבאמאס זייגער.
אטעטשמענטס
oil.JPG
oil.JPG (70.4 KiB) געזען 1656 מאל
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:זע וויפיל אויל פראדוקציע איז געשטיגן אינטער אבאמאס זייגער.
בילד

קודם זעהסטו די טראסק אנגעהויבן פון June 2015 ווען אבאמא האט אפגעשטעלט די קיסטאון פייפליין!

במשך בוש'ס יארן איז די אויל פראדוקציע געווען מער ווייניגער דאס זעלבע מיט אביסל אראפ, ער האט אנגעהויבן מיט אן ערך צווישן 5.9 - 5.8 מיליאן פעסלעך אויל א טאג.
געענדיקט האט ער מיט אן ערך פון 5.0 - 5.1 מיליאן פעסלעך אויל א טאג.

און אבאמא האט דאס אזוי איבערגענומען מיט אן ערך פון 5.0 - 5.1 מיליאן פעסלעך אויל א טאג,
די הויכפונקט ביי אבאמא איז געווען אין יוני - יולי 2015 ווען ס'האט געהאלטן ביי ארום 9.5 - 9.6 מיליאן פעסלעך א טאג.
זינט דעמאלט האט עס אנגעהויבן צו פאלן במשך די קומענדיגע יאר - צוליב וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט מורא געהאט אז די וועלט גייט ווערן הייסער און זיי האבן אנגעהויבן שטרענגער ווערן אנטקעגן אלע אויל גראבונגען אריינגערעכנט אפשטעלן די פערטע פאזע פון די קיסטאון פייפליין, - דערגרייכענדיג די נידריגסטע פונקט אין יולי 2016 ביי בלויז 8.4 פעסלעך אויל א טאג.

עווענטועל האט זיך עס אביסל צוריקגעכאפט און ווען אבאמא האט פארלאזט דאס אפיס איז עס געשטאנען ביי ארום 8.6 - 8.7.

זינט טראמפ האט איבערגענומען דאס בענקל (נד"נ) איזמעס דראסטיש געשטיגן גייענדיג פון 8.7 מיליאן פעסלעך אויל א טאג, צו 11.9 מיליאן פעסלעך אויל א טאג!!
ד.מ. עס איז געשטיגן מיט בערך 3.2 מיליאן פעסלעך אויל א טאג בלויז אין טראמפ'ס צוויי יאר!
ביי אבאמא איז עס געשטיגן 3.6 - 3.7 אין גאנצע 8 יאר!

זעה דא די פונקטליכע נומערן.

---
שוין כ'האב שוין גענוג צייט פארברענגט היינט אויפן וועלטל... אויב כ'וועל האבן נאך א געלעגנהייט וועל איך אי"ה צוריקקומען צו אייער אנדערע תגובה.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
---
שוין כ'האב שוין גענוג צייט פארברענגט היינט אויפן וועלטל... אויב כ'וועל האבן נאך א געלעגנהייט וועל איך אי"ה צוריקקומען צו אייער אנדערע תגובה.

איך האב שוין ליידער אויך צופיל פארברענגט, אבער אזויפיל דארף איך יא זאגן, אז מיט אייך איז א פארגעניגן צו פארברענגן!!
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

פאראינטערסירט האט געשריבן:געז פרייזן האלטן זיך זייער נידעריג אין טראמפ'ס ערא.

נישט "זייער", נאר אביסעל :wink:
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:3. אפשר קען מען אים בלעימען אז ער האט פארפעלט (צוזאמען מיט אלע אנדערע פאליטישאנס) אנטייל צו נעמען און ארויסהעלפען מיט די סייענטיפישע און טעכנאלאגישע פארשריט, הגם ער האט יא שטארק געארבעט צו פארזיכערן אמעריקאנע פירמעס פון די גניבות וואס טשיינע פירט רעגעלמעסיג דורך אויף זייער אינטעלעקטואלע פראפערטי. קומט אים טאקע קרעדיט פארן ארויסהעלפן אינעם חלק פון סור מרע, אבער ער האט פארפעלט אינעם חלק עשה טוב.

פון THE ECONOMIST

President Xi Jinping is counting on being able to harness leading-edge research even as the
Communist Party tightens its stranglehold on politics. Amid the growing rivalry between
China and America, many in the West fear that he will succeed.

אני הקטן בין אויך פון די 'MANY'
זקן מלא רחמים.
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

היינט געמאלדן, וועט בקרוב מעלדן זיין צווייטע טערמין קאמפיין, אויף די זעלבע פארעדיגע שטיגן.

אויב פארט דאס יא זאל דאס ווייטער גיין!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

נכד האט געשריבן:היינט געמאלדן, וועט בקרוב מעלדן זיין צווייטע טערמין קאמפיין, אויף די זעלבע פארעדיגע שטיגן.

אויב פארט דאס יא זאל דאס ווייטער גיין!

ער וועט עס מעלדן אויף די זעלבע דעיט ווי ער האט געמאלדן די ערשטע.
ס'איז יולי 4 ניין?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

נכד האט געשריבן:היינט געמאלדן, וועט בקרוב מעלדן זיין צווייטע טערמין קאמפיין, אויף די זעלבע פארעדיגע שטיגן.

אויב פארט דאס יא זאל דאס ווייטער גיין!

וואס איז די איידיע.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איינער קען יעצט אויפזוכן כאפצעם'ס טשארט?

טשיינע דיעל, USMCA, סאלעמעיני, די וואנט... מ' דארף אפדעיטן אביסל...

ארויף.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך מיין אז די ערשטע תגובה איז נאך גילטיג, חוץ די וואנט.

פארקויף מיר נישט קיין סולימאני, ווייל דער אמעריקאנער פאלק וויל ענדערש רואיגע באציאונגען מיט איראן, ווי א טויטן סולימאני.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

אמעריקאנע פאלק
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

דריי יאר!! ואם שלש אלה לא יעשה ויצאה חנם אין כסף....

דריי יאר וואס טראמפ זיצט אויפן בענקל, די אקאנעמי באכעט, אייסיס איז צעשמעטערט, סולמאני פלאקערט אין גהינום, די בוי ארבעט ביים טראמפ וואנט גלאפירט און שלינגט איין מיילן אויף מיילן, טשיינע זיצט מיט אמעריקע איבער יושר'דיגע טרעיד.

די דעמאקראטישע פלאן אז די אקאנעמי גייט קאלעפסן, טראמפ וועט ווארפן די אטאם, אייסיס וועט אינוואדירן אמעריקע, און אלע זייערע הבלים, האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אזויפיל אמת ווי אלע ליבעראלע טאלקינג פוינט'ס.

אין די צייט וואס טראמפ סוקסיד מיט א אויסערגעווענליכע הצלחה אין אלע פראנטן, זענען די גערעגטע דעמאקראטן פארנומען מיט זייער זויערע אימפיטשמענט, מיט גרויס הצלחה...

זאל דער באשעפער פון אלע וועלטן משפיע זיין מחכמתו פאר אונזער הויכגעשעצטער קיסר אדונינו דאנאלד דזשאן טראמפ יר"ה, און השי"ת זאל אים געבן כח צו פירן דאס לאנד על מי מנוחות, בימיו ובימינו תושע יהודה וירושלים, אמן.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

צל עובר האט געשריבן:איך מיין אז די ערשטע תגובה איז נאך גילטיג, חוץ די וואנט.

פארקויף מיר נישט קיין סולימאני, ווייל דער אמעריקאנער פאלק וויל ענדערש רואיגע באציאונגען מיט איראן, ווי א טויטן סולימאני.

סטאק מארקעט?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בוידעם יקירי, גיב אכט וואס דו שרייבסט, א יאר ארום קומסטו צוריק צום סייקל, און וועסט עודך מוזן שרייבן "אל תזכור לנו" וגו'.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

און מען וועט עס נאכאמאל מעקן.....

ערענסט גערעדט, אין לדיין אלא מה שעיניו רואות.
רצונינו לעשות רצוניך.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

לכאורה האט געשריבן:בוידעם יקירי, גיב אכט וואס דו שרייבסט, א יאר ארום קומסטו צוריק צום סייקל, און וועסט עודך מוזן שרייבן "אל תזכור לנו" וגו'.

אויב אין ריעליטי וועלן די אלע זאכן זיך צוריקדרייען און ס'וועט זיך אויסשטעלן די בילד אז טראמפ איז דער געפערליכער מאן אזוי ווי די דעמאקראטן וואונטשן זיך אומערפאלגרייך דערווייל. וועט בוידעם מיט רעספעקט שרייבן אזוי ווי ס'וועט זיין דעמאלס און @שליו וועט זיך מצטרף זיין

דערווייל לעבן מיר אין ריעליטי

@בוידעם מיט ענטשולדיגונג פאר'ן זיך צוקלעבן צו דיר......
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

USMCA
טשיינע טרעיד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”