אמעריקא ציהט ארויס איהרע קרעפטן פון סיריע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

אמעריקא ציהט ארויס איהרע קרעפטן פון סיריע

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:59 am

נאכנישט געזעהן אז מען רעדט פון דעהם.

אין א זארגעדיגע שריט האט טראמפ באשלאסן ציען אלע אמעריקאנע קרעפטן פון די סירישע שלאכט פעלד, זאעגנדיג אז אייסס איז שוין באזיגט, און עס איז נישטא קיין סיבה צי האלטן דארט איהער קרעפטן.

די נייעס איז נישט קיין גוטע נייעס פאר די שכנים ארום, בעיקר מדנ"י, וואס בלייבט יעצט אליין אויפן קאמפ.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 7:22 am

פארוואס טאקע זאלן די סאלדאטן זיין דארט? עס קאסט אפ אוצרות מיט געלט.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 8:56 am

לחם לשובע האט געשריבן:די נייעס איז נישט קיין גוטע נייעס פאר די שכנים ארום, בעיקר מדנ"י, וואס בלייבט יעצט אליין אויפן קאמפ.

כ'האב נישט געוואוסט אז מדינת ישראל איז אין קריג מיט סיריע...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 9:13 am

שואלכענין האט געשריבן:פארוואס טאקע זאלן די סאלדאטן זיין דארט? עס קאסט אפ אוצרות מיט געלט.

אמעריקע איז דאך די באזארגטע טאטע אויף די וועלט...
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 9:14 am

דאכטיך מ'רעדט דא ס"ה פון א נישטיגע 2000 טרופן
צוגעלייגטע
Trump-Leaves-Syria.jpg
Trump-Leaves-Syria.jpg (17.14 KiB) געזעהן 3677 מאל
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:38 am

ווען האט זיך אמעריקע אריינגעצויגן אין סיריע?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:59 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:די נייעס איז נישט קיין גוטע נייעס פאר די שכנים ארום, בעיקר מדנ"י, וואס בלייבט יעצט אליין אויפן קאמפ.

כ'האב נישט געוואוסט אז מדינת ישראל איז אין קריג מיט סיריע...

זינט תש"ח

https://en.wikipedia.org/wiki/Israel%E2 ... _relations

The two countries have since the establishment of the State of Israel been in a state of war

לעת עתה איז דא א ארמסטייס, וואס איז א פארמאלע אפמאך אז מען שלאגט זיך יעצט נישט. עס איז א סאך שטערקער ווי א סיעס פייער, אבער איז נאך אלץ א סטעיט-אוו-וואר
https://en.wikipedia.org/wiki/Armistice
https://en.wikipedia.org/wiki/Ceasefire
https://en.wikipedia.org/wiki/State_of_war
https://en.wikipedia.org/wiki/Perpetual_war
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 11:05 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:פארוואס טאקע זאלן די סאלדאטן זיין דארט? עס קאסט אפ אוצרות מיט געלט.

אמעריקע איז דאך די באזארגטע טאטע אויף די וועלט...

עס האט נישט קיין זין פאר אמעריקע מער דארטען צו זיין.

אמעריקע'ס זיין דארט האט געגעבען א תירוץ פאר רוסלאנד (און בעיקר איראן) דארטען צו זיין, ווייל אז דו ביזט דארט בין איך אויך דארט (און דיר וויל מען נישט דארט אבער מיר יא).

אמעריקע קען ווייטער זיין דער ביג-דעדי (און רייכע פעטער), און קען שיקען געלט און ארדערס און בלייבען באזארגט פון דערווייטענס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 11:43 am

צל עובר האט געשריבן:און אז דו רעדסט שוין פון אבאמע'ס מיסטעיק אין איראק, הערט מען היינט אז טראמפ וויל עס נאכמאכן אין סיריע, קעגן די עדווייז פון באלטאן פאמפעיא מעטיוס, וואס זענען נעא קאן'ס.

לא ראי זה כראי זה, סיריע איז אינטער קאנטראל פון אסאד און פאר א נויט האט ער דארט רוסלאנד צו זיין הילף אויב זאכן פארן דארט ארויס פון קאנטראל

אמעריקע האט נישט געהאט קיין שום סיבה דארט צו זיין חוץ צו פייטן אייסיס, יעצט אז אייסיס איז שוין באזיגט האט אמעריקע שוין נישט וואס צו זוכן דארט, אמעריקעס צוויי טויזענט טרופן וועלן נישט צופיל צוהעלפן אז סיריע זאל זיין אין קאנטראל, איך פארלאז מיך אז פוטין וועט עס שוין טוהן, און בד"וו פוטין פייט אויך אייסיס, אייסיס גייט נישט לעקן קיין האניג ביי פוטין מיט אסאד און אויך איראן.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 11:45 am

ליבי אומר לי אז דאס האט א שייכות מיט טערקיי - סאודיע אראביע - זשאמאל קאשאגי,

אמעריקע ציעט זיך ארויס פון סיריע אלץ א אפמאך מיט טערקיי אז טערקיי וועט אויפהערן רודפ'ן סאדיע אראביע איבער די מארד פון זשאמאל קאשאגי.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 11:56 am

קאנסילמאן האט געשריבן:ליבי אומר לי אז דאס האט א שייכות מיט טערקיי - סאודיע אראביע - זשאמאל קאשאגי,

אמעריקע ציעט זיך ארויס פון סיריע אלץ א אפמאך מיט טערקיי אז טערקיי וועט אויפהערן רודפ'ן סאדיע אראביע איבער די מארד פון זשאמאל קאשאגי.

און טערקיי וויל עס צי קענען רודפן די קורדן

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 12:05 pm

Iphone האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:ליבי אומר לי אז דאס האט א שייכות מיט טערקיי - סאודיע אראביע - זשאמאל קאשאגי,

אמעריקע ציעט זיך ארויס פון סיריע אלץ א אפמאך מיט טערקיי אז טערקיי וועט אויפהערן רודפ'ן סאדיע אראביע איבער די מארד פון זשאמאל קאשאגי.

און טערקיי וויל עס צי קענען רודפן די קורדן

יא, דאס איז דער געים

there's no good guys
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 2:24 pm

עס קען זיין, אבער דו וועסט אויך מוזן מודה זיין אז טראמפ האט אייביג געוואלט ארויסנעמען אמעריקע פון דארט, עס איז נישט קיין נייע זאך.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 3:31 pm

ריכטיג, אייביג געוואלט ארויס צוהען פון דארט, און נאך דערצו אז מען וויל אונז שוין נישט דארט. אבער פארוואס יעצט?

אינעם תירוץ ליגט דער ווייטערדיגע שאך שפיל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12748
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 4:40 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און אז דו רעדסט שוין פון אבאמע'ס מיסטעיק אין איראק, הערט מען היינט אז טראמפ וויל עס נאכמאכן אין סיריע, קעגן די עדווייז פון באלטאן פאמפעיא מעטיוס, וואס זענען נעא קאן'ס.

לא ראי זה כראי זה, סיריע איז אינטער קאנטראל פון אסאד און פאר א נויט האט ער דארט רוסלאנד צו זיין הילף אויב זאכן פארן דארט ארויס פון קאנטראל

אמעריקע האט נישט געהאט קיין שום סיבה דארט צו זיין חוץ צו פייטן אייסיס, יעצט אז אייסיס איז שוין באזיגט האט אמעריקע שוין נישט וואס צו זוכן דארט, אמעריקעס צוויי טויזענט טרופן וועלן נישט צופיל צוהעלפן אז סיריע זאל זיין אין קאנטראל, איך פארלאז מיך אז פוטין וועט עס שוין טוהן, און בד"וו פוטין פייט אויך אייסיס, אייסיס גייט נישט לעקן קיין האניג ביי פוטין מיט אסאד און אויך איראן.


נישט גאנץ סיריע איז אונטער אסאד.

איך האב נעכטן באריכטעט די ארויסנעמען די סאלדאטן, אין טראמפ אויסערן פאליסי אשכול, און אין די צוויי זייטן צוויי פאקטן אשכול.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12748
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 4:50 pm

SPUSMN האט געשריבן:ריכטיג, אייביג געוואלט ארויס צוהען פון דארט, און נאך דערצו אז מען וויל אונז שוין נישט דארט. אבער פארוואס יעצט?

אינעם תירוץ ליגט דער ווייטערדיגע שאך שפיל.


@שפוזמאן, דו האלטסט נישט אז פאר די קורדן אליינס ברויך מען דארט לאזן די טרופן?

סיי אלס מענטשליכקייט, זיי נישט צו ווארפן אונטער די באס, נאכדעם וואס זיי האבן געהאלפן פייטן אייסעס, סיי אלס די וועלט וועט זעהן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אמעריקע, וואס וועט אפשוואכן אמעריקע קעגן רוסלאנד אין אייראפע מיטל מזרח, סיי עס וועט שטארקן טשיינע אין אזיע און די גאנצע וועלט.

און מען רעדט דאך נישט פון ווער ווייסט וויפיל סאלדאטן וואס זענען דארט, סך הכל צוויי טויזנט.

דאס איז חוץ די פארשטערקערונג פון איראן אין סיריע וואס וועט זיין א פראבלעם פאר די מדינה.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 4:53 pm

צל עובר האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און אז דו רעדסט שוין פון אבאמע'ס מיסטעיק אין איראק, הערט מען היינט אז טראמפ וויל עס נאכמאכן אין סיריע, קעגן די עדווייז פון באלטאן פאמפעיא מעטיוס, וואס זענען נעא קאן'ס.

לא ראי זה כראי זה, סיריע איז אינטער קאנטראל פון אסאד און פאר א נויט האט ער דארט רוסלאנד צו זיין הילף אויב זאכן פארן דארט ארויס פון קאנטראל

אמעריקע האט נישט געהאט קיין שום סיבה דארט צו זיין חוץ צו פייטן אייסיס, יעצט אז אייסיס איז שוין באזיגט האט אמעריקע שוין נישט וואס צו זוכן דארט, אמעריקעס צוויי טויזענט טרופן וועלן נישט צופיל צוהעלפן אז סיריע זאל זיין אין קאנטראל, איך פארלאז מיך אז פוטין וועט עס שוין טוהן, און בד"וו פוטין פייט אויך אייסיס, אייסיס גייט נישט לעקן קיין האניג ביי פוטין מיט אסאד און אויך איראן.


נישט גאנץ סיריע איז אונטער אסאד.

איך האב נעכטן באריכטעט די ארויסנעמען די סאלדאטן, אין טראמפ אויסערן פאליסי אשכול, און אין די צוויי זייטן צוויי פאקטן אשכול.

נו נו, פוטין איז דארט
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12748
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 4:55 pm

א גרויס חלק איז קאנטראלט דורך די אמעריקאנע געשטיצטע קרעפטן.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:15 pm

צל עובר האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:ריכטיג, אייביג געוואלט ארויס צוהען פון דארט, און נאך דערצו אז מען וויל אונז שוין נישט דארט. אבער פארוואס יעצט?

אינעם תירוץ ליגט דער ווייטערדיגע שאך שפיל.


@שפוזמאן, דו האלטסט נישט אז פאר די קורדן אליינס ברויך מען דארט לאזן די טרופן?

סיי אלס מענטשליכקייט, זיי נישט צו ווארפן אונטער די באס, נאכדעם וואס זיי האבן געהאלפן פייטן אייסעס, סיי אלס די וועלט וועט זעהן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אמעריקע, וואס וועט אפשוואכן אמעריקע קעגן רוסלאנד אין אייראפע מיטל מזרח, סיי עס וועט שטארקן טשיינע אין אזיע און די גאנצע וועלט.

און מען רעדט דאך נישט פון ווער ווייסט וויפיל סאלדאטן וואס זענען דארט, סך הכל צוויי טויזנט.

דאס איז חוץ די פארשטערקערונג פון איראן אין סיריע וואס וועט זיין א פראבלעם פאר די מדינה.

אויב אמעריקע זאל עמברעיסען די קורדען און ארויס קומען מיט א פראקלאמאציע אז די קורדען זענען א אלטע פאלק שוין איבער דריי טויזענט יאר, און מיר שטיצען זייער זעלבסטשטענדיקייט און מיר גייען זיי באשיצען; אויב זאל אמעריקע אזוי טוהן מאכט סענס צו בלייבען דארט פאר די קורדען וואס האבען עס כשר פארדינט.

אבער אויב אמעריקע גייט ווייטער שפילען א פאלשע פאליטיק מיט די קורדען ווייל זיי ווילען זיך נישט איין רייסען מיט רוסלאנד, טערקיי, איראק (און איראן אויף דעם), דעמאלט איז מוחל טובות; קיין האלב געבאקענע סעלושענס איז נישטא; אדער זענען די קורדען א פאלק און עס קומט זיי זייערע רעכטען, אדער זענען זיי נישט.

מיר זענען נישט גרייט צו זיצען אין אזא זימפ מיט נישט קיין קלארע אויסגעהאלטענע פאליסי.

פארפאלען; כ'האב רחמנות אויף די קורדען, אבער נאך מער רחמנות אויף אמעריקע.

נעכטען הער איך אויף NPR ווי א רעפארטער דערציילט די גרויזאמער הינריכטינגען וואס איראק פירט אויס אויף אייסיס סימפעטייזערס ווי מען פייניגט זיי און מען טארטשערד זיי, און עס האט זיך ערוועקט אין מיר דער אידישער געפיל פון רחמנות; לעש איך אויס דער ראדיא און זאג צו זיך; רחמנות רחמנות, מיספלעיסד רחמנות! למכה מצרים בבכוריהם! זאלען זיך די איראקער אייסיס מיט די איראקער אנטי אייסיס זיך איינעם די צווייטען אויס שעכטען און מיר לאזען צורוה; קיין איין אמעריקאנער סאלדאט באלאנגט נישט דארט.

איך בין פרא קורדען אינדיפענדענס, אבער פארפאלען מיר קענען גארנישט טוהן לעת עתה, און ארויס נעמען אמעריקע פון דארט איז וויכטיגער.

און לגבי מד"י ווייס איך נישט אויב עס איז בעסער אמעריקע זאל זיין דארטען אדער נישט זיין דארטען. יש סברא לכאן וסברא לכאן.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12748
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:18 pm

ביזט גערעכט לגבי די אמעריקאנע פאליסי אויף די קורדן.

אבער מען רעט דעך סך הכל פון צוויי טויזנט סאלדאטן וואס קאסט נישט אזויפיל געלט אפילו, און גארנישט קיין נפשות.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:21 pm

אויך דעם האביך מרמז געווען אז ס'דא א שאך שפיל וואס דארף זיך נאך אנטוויקלען און דאס איז נאר דער ערשטע סטעפ נישט צו שטיין אין וועג. פאר נייע געשע'ענישען טראכען זיי דארף סיריע זיין אמעריקע-ריין.

ימים ידברו.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:23 pm

צל עובר האט געשריבן:א גרויס חלק איז קאנטראלט דורך די אמעריקאנע געשטיצטע קרעפטן.

פארוואס זענען זיי אמעריקאנע געשטיצטע קרעפטן? אויב העלפן זיי פייטן אייסיס? איז גוט, אבער פארוואס קאנטראלירן לאנד? אדרבה זאל עס אסאד צוריקנעמען פון זיי נאכדערצו ווען דו ווייסט נישט ווער זיי זענען, אמעריקע האט זיי נישט פארוואס צו שטיצן קעגן אסאד.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:26 pm

צל עובר האט געשריבן:ביזט גערעכט לגבי די אמעריקאנע פאליסי אויף די קורדן.

אבער מען רעט דעך סך הכל פון צוויי טויזנט סאלדאטן וואס קאסט נישט אזויפיל געלט אפילו, און גארנישט קיין נפשות.

די ראיאן וועט זיין פיל מער רואיגער, רוסלאנד מיט אסאד קענען מער סטאביליזירן דעם ראיאן ווי אמעריקע.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12748
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:26 pm

סוי דו זאגסט אז מען זאל ווארפן די וואס אמעריקע האט זיי גענוצט, און נוצט זיי יעצט צו פייטן אייסעס, אונטער די באס.

בד"וו, @שפוזמאן לגבי וועטער זיין דער רייכע פעטער און העלפן פון די זייט, אמעריקע האט אויך ארויסגעצויגן אלע דיפלאמאטן פון סיריע, מען גייט קאמפליעטלי ארויס פון דארט.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12748
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:27 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ביזט גערעכט לגבי די אמעריקאנע פאליסי אויף די קורדן.

אבער מען רעט דעך סך הכל פון צוויי טויזנט סאלדאטן וואס קאסט נישט אזויפיל געלט אפילו, און גארנישט קיין נפשות.

די ראיאן וועט זיין פיל מער רואיגער, רוסלאנד מיט אסאד קענען מער סטאביליזירן דעם ראיאן ווי אמעריקע.


מערב אייראפע איז געווען אסאך רואיגער אין 1944 פאר אמעריקע האט זיך דארט אריינגעמישט.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: blue moon, zugurnish, אבן יקרה, אוצר, בינוני, היסטאריקער, משה בעלז, פאראיעריגער שניי, פיצי קעפעלע, פרישוואסער, ראש חדשים און 151 געסט