רעפובליקאנער פרעזידענטליכע טיקעט - 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 10:44 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:אויב די פארטיי ווערט פלוצלונג געבויט אויף די פירער דארף מען טאקע טוישן.

איך ווייס נישט פארוואס דו רופסט זיי בהמות, זיי דיפענדן נישט גענוג טראמפ??
אה ראמני איז א בהמה וויל ער טוט וואס ער האלט איז פארן טובה פון לאנד, עספעשעלי ווען יעדער אין יוטא וואס האט געוואט פאר אים האט געוואוסט ער גייט עס טוען. יא ער איז אן אמעריקען בעפאר ער איז א דעמאקראט אדער רעפאבליקען.

די פארטיי איז נישט געבויעט אויף די פירער, די פירער זענען געבויעט אויף די פארטיי. פאר עפעס א סיבה האט טראמפ געוואונען און פאר עפעס א סיבה איז ער אזוי פאפולער ביים די רעפובליקאנער מאסן, און דאס איז, ווייל ער האט פארשטאנען וואס זיי ווילן, און די רעפובליקאנער פאליטישנ'ס האבן נישט קיין צוויי ברירות נאר מיטארבעטן מיט אים. האלטסט אז זיי האלטן פון אים? זיכער נישט, נאר זיי ווייסן אז אויב ווילן זיי ערגעץ אנקומען דארפן זיי גיין מיט אים.

אינטערשטע שורה: די רעפובליקאנער האבן זיך גארנישט געטוישט, ס"ה קאאפערירן זיי יעצט מיט טראמפ זייענדיג באוואוסטזיניג צו וואס עס לוינט זיך זיי.
און אוודאי זענען זיי נישט ערגער פון די דעמאקראטן, אדער אפי' נאנט צו זיי.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:15 pm

יש ברירה האט געשריבן:ברעיקינג

מארק סענפארד שפרינגט אריין אינעם פארמעסט...

ברעיקינג

מארק סענפארד שפרינגט אויס....

אור
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:39 pm

יש ברירה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:ברעיקינג
מארק סענפארד שפרינגט אריין אינעם פארמעסט...

ברעיקינג מארק סענפארד שפרינגט אויס....

סא בלייבט איבער נאר טראמפ - אדער פענס אויב די אימפיטשמענט געלונט...

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:41 pm

נאך דא עטליכע קלאונס וואס ווארטן איינער זאל זיי ברענגען א האנטוך....

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:43 pm

חוץ וואלש און וועלד איז דא נאך איינער?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 1:33 pm

כמיין אז נישט.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:12 am

איך ווייס נישט ווי לאנג ער לויפט שוין, אבער איך בין יעצט געוואויר געווארן פון Zoltan Istvan, דער רעפובליקאנער ענדרו יענג.
לענגערע אפהאנדלונג אפשר נאך שבת, דערווייל זיין וועבסייט: https://zoltan2020.com
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 12:17 pm

זאג מיר נישט אז די גייסט דיר טוישען דיין ניק נאמען צי Zoltan Istvan
:oops:

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:29 pm

א בעסערע עצה, איך וועל זיך איינשרייבן באזונדער מיט א Zoltan2020 ניק און איבערנעמען אויך די רעפובליקאנע פריימערי. א דעבאטע צווישן יענג און זאלטען וואלט געווען היבש אינטערעסאנט...

אבער ערנסט, איך האב אים באצייכנט דער ענדרו יענג פון די רעפובליקאנער ווייל ער שטיצט אויך UBI פון א טויזנטער א חודש, זארגט זיך אויך פאר די דראסטישע שינויים אין נאנטן עתיד דורך אויטאמאציע און AI און אנדערע, שטיצט אויך רענקד טשויס וואוטינג, און באופן כללי גייט אויך נאך די דאטא צו שטיצן פרישע געדאנקען נישט געבינדן צו פארטיי אידעאלאגיע אדער אנגענומענע טאלקינג פוינטס. יענג איז אבער אסאך מער רעאליסטיש, פראגמאטיש און דעטאלירט. זאלטען איז א futurist ווען יענג איז א presentist (און די אנדערע קאנדידאטן זענען נאך סטאק אינעם עבר).

סיי מצד דער מענטש אליינס, זיינע קוואליפיקאציעס און כאראקטער, סיי מצד די פאליסיס, און סיי מצד די אימפאקט און השפעה וואס די קאנדידאטן קענען האבן, איז ענדרו יענג די ריעל דיעל. אזויפיל יא, פאר די וואס וועלן שטימען אין די רעפובליקאנער פריימעריס, און רעכענען זיך מיט מיין מיינונג, אינדארסיר איך דא זאלטען פאר 2020 רעפובליקאנער נאמינאציע. און אויב וועט ער צום סוף אויך געווינען פרעזידענטשאפט וועל איך זיך נישט קלאפן על חטא :lol:
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 9:19 pm

אויך זענען ביידע אין די סינגל דידזשיטס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 11:12 pm

ליגענט. איינער איז בכלל נישט אין די אנקעטעס.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:36 am

איינער פון זיי שטייט בעסער אין די אנקעטעס ווי דזשימי קארטער אין אזא צייט 45 יאר צוריק, און ער נוצט די זעלבע מעטאדן פון יענעם אויסצוקרויזן דעם נעים רעקאגנישאן פראבלעם. (ע"ע peanut brigade)

דער זעלבער שטייט אויך בערך וואו דזשאן קערי איז געווען אין אזא צייט 16 יאר צוריק, און ער האט גענומען די זעלבע קאנסאלטענט וואס קערי האט דאן אויפגענומען, אנגייענדיג צו געווינען אייאווע און די נאמינאציע.

דער זעלבער האט אויך א מאסיווע אנליין פרעזענס, און זיינע נאכפאלגער האבן דערווייל אויסגעפירט יעדע טשעלענדזש וואס זיי האבן זיך געשטעלט טראץ וואס ער ווערט איגנארירט דורך די מידיא, אריינגערעכנט אויפטרייבן מער ווי דריי מאל אזויפיל דאונעישאנס אין לעצטן קווארטל ווי איינס בעפאר, און מער ווי אלטגעזעסענע פאליטיקאנטן מיט מעכטיגע קאנעקשאנס.

דער זעלבער האט אויך געטוישט דעם שמועס ביי זיין פארטיי מער ווי יעדע אנדערע קאנדידאט (חוץ פון סאנדערס, וואס האט עס געטון בעצם פיר יאר צוריק). פראנטראנערס זאגן נאך זיינע טאלקינג פוינטס, נייע מושגים וואס ער האט אריינגעברענגט ווערן דעבאטירט אויפן פאדיום, און ער ציט אפילו מער אינטערעסע אינטערנאציאנאל ווי אינסיידער קאנדידאטן וואס זענען העכער ווי אים אין די אנקעטעס. נישט נאר אין די נייעס נאר אויך צב"ש אין אינספירירן טויזנטער אין איבער דרייסיג שטעט איבער די וועלט (און אויך איבער אמעריקע) צו מארשירן פאר זיינע געדאנקען.

און אזוי ווייטער.

ווילט איר זאגן אז דער צווייטער וועט אויך דאס אלעס באווייזן? איך בין גרייט!
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:51 am

Yang2020 האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי לאנג ער לויפט שוין, אבער איך בין יעצט געוואויר געווארן פון Zoltan Istvan, דער רעפובליקאנער ענדרו יענג.
לענגערע אפהאנדלונג אפשר נאך שבת, דערווייל זיין וועבסייט: https://zoltan2020.com


Donald Trump faces presidential challenge from transhumanist cyborg

(זע איך יעצט אז ער האט הערשט דערקלערט זיין קאנדידאטור אין נאוועמבער 19, און אזוי שנעל האט שוין די אינטערנעט פארשטאנען אז ער וועט מיר זיין אינטערעסאנט און מיר צוגעפירט צו אים. דאס איז שרעקעדיג!)

יעצט געהערט א אינטערוויו מיט אים, וואו ער דערמאנט אז ער איז אינספירירט געווארן דורך ענדרו יענג, און ער שלאגט פאר אז אויב ער און יענג וועלן פארלירן זייערע פריימעריס, וועט ער פרובירן צו שטופן יענג צו לויפן מיט אים אלס אינדעפענדענטס. דאס וועט געוויס נישט פאסירן, טאקע ווייל יענג איז מער רעאליסטיש פון אים און וועט נישט לויפן סתם לשם לויפן, אבער איז היבש אינטערעסאנט...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:17 am

מיט וואס איז ער מער רעפובליקאניש געשטימט ווי יענג?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:09 am

ערשט זאג מיר מיט וואס יענג איז נישט רעפובליקאניש געשטימט, און איך וועל דיר זאגן אויב זאלטען איז אנדערש מיט דעם. אזוי וועל איך פארדינען צו רעדן פון יענג אויך אין די זעלבע צייט :lol:

אבער אמת'דיג האב איך נאכנישט גענוג געזען זיין פלאטפארמע צו קענען געבן ניואנסד הסברים, נאר די ברייטע שטריכן וואס איך האב אויבן געשריבן. בכלל האט ער (דערווייל?) נאר קורצע געדאנקען פון פאליסיס, ווי רוב אנדערע קאנדידאטן אבער נישט ווי יענג וואס האט לאנגע דעטאלירטע פלענער.

דער עיקר סיבה איז געוויס, אז כאטש די מענטשן פאר זיך און זייערע פאליסיס זענען קנאפ געבינדן צו פארטייאישע אידעאלאגיע, איז אבער יענג אויפגעוואקסן מיט דעמאקראטן, געארבעט אונטער אבאמא, און די דעמאקראטישע פריימעריס זענען זיין פאסיגסטע פלאץ צו לויפן, און זאלטען איז אן אלטגעזעסענער ליבערטעריען וואס די רעפובליקאנע פריימעריס זענען ענדערש געאייגנט פאר אים.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:36 am

וואס איז יענג'ס פאליסי בנוגע העלקעיר, בנוגע אימיגראנטן, בנוגע נארישקייט, בנוגע רציחה, בנוגע גאנ'ס, בנוגע סטודענט חובות, בנוגע טעקסעס?

און וואס זענען זאלטען'ס?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 3:12 pm

וואף! דאס איז א ערנסטע באשטעלונג!

יענג'ס פאליסי אויף יעדע איינע פון די איז מער ניואנסד און קאלירפול ווי געווענליך, נישט קיין שווארץ-ווייס פרא-אנטי. און זאלטען'ס גלייב איך זענען אויך אומגעווענליך (איך גיי יעצט נאכקוקן בשעת'ן שרייבן). גיי איך נישט טון גערעכטיגקייט צו זייערע פאזיציעס מיטן שרייבן קורץ.
אבער אפשר איז עס בעסער ווי גארנישט?
אפשר שפעטער, אדער מארגן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 3:17 pm

וואס מיינסטו אז פון א צווייטן וואלט איך עס באשטעלט? נאר ביי דיר ווייס איך וועל איך עס באקומען
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 8:03 pm

קעיסיק'ס טשעירמאן...
צוגעלייגטע
Screenshot_20191125-200220_Twitter.jpg
Screenshot_20191125-200220_Twitter.jpg (139.04 KiB) געזעהן 1098 מאל

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 8:12 pm

כאפצעם האט געשריבן:קעיסיק'ס טשעירמאן...

בלומבערגעס וויצע...
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7366
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 8:35 pm

מאנכע שפעקאלירן אז ער קלערט פון זיך ארויסציען פונעם 2016 פריימערי.
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 8:48 pm

:lol:
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 9:56 am

חחח
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 4:47 pm

פעיק נוז האט געשריבן:וואס איז יענג'ס פאליסי בנוגע העלקעיר, בנוגע אימיגראנטן, בנוגע נארישקייט, בנוגע רציחה, בנוגע גאנ'ס, בנוגע סטודענט חובות, בנוגע טעקסעס?

און וואס זענען זאלטען'ס?


אנטשולדיגט פאר די שפעטיגונג

העלטקעיר:
יענג האט נאכנישט ארויסגעגעבן זיין פונקטליכע פלאן, אבער פון וויפיל ער האט געשריבן וועט זיין א פאבליק אפציע וואס וועט גיין אין קאמפעטישאן מיט פריוואטע אינשורענס, וועט נישט זיין געבינדן צום ארבעטספלאץ, וועט ווערן גערעכנט לויט די שעה (flat salary), און וועט פרובירן צאמצושטעלן פיזישע הילף מיט גייסטישע און מענטל העלט און מיט פרעווענטיוו קעיר.
דראג קאסטן וועלן אראפגיין דורכן ערלויבן מעדיקעיר צו פארהאנדלען אויף פרייזן, פאבליק מענופעקטשורינג פאר דזשענעריק דראגס, און אפילו אימפארטירן מעדיצינען פון אנדערע לענדער אויב גארנישט אנדערש ארבעט נישט.
אינוועסטירן אין פארגעשריטענע טעכנאלאגיע בעסער צוצושטעלן מעדיצינישע סערוויסעס (telemedicine, ארטיפישעל אינטעלידזשענס פאר סאושעל ווארקערס און telecounseling, און נאך). וואס וועט עווענטועל ברענגען בעסערע עקסעס פאר ביליגערע פרייזן.
ער גייט שטופן פאר א נייע קלאס פון דאקטוירים, וואס זענען נישט געלערנט יארן לאנג פאר א פולע דיפלאמע, אבער ווייסן גענוג צו באהאנדלען בעיסיק קעיסעס מיטן הילף פון פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, און ווייסן ווען צו שיקן צו א פולע דאקטאר. דאס וועט ווייטער ברענגען בעסערע עקסעס פאר ביליגערע פרייזן.

זאלטען'ס UBI וועלן בירגער קענען נוצן פאר זייער פריוואטע אינשורענס. יעדער וועט מוזן האבן catastrophic health insurance.
וועט רעדוצירן דאס ארויפשרויפן פרייזן פאר דראגס און הויכע ראטעס פאר העלטקעיר (וויאזוי שרייבט ער נישט).
וועט צושטעלן טעקס און אנדערע פינאנציעלע אינסענטיווס פאר מענטשן זיך צו האלטן געזונט און נישט איבערוואגיג.
וועט שאפן א נייע פעדעראלע פראגראם צו העלפן בירגער אויסמיידן מעדיקל בענקראפסי אויב זענען זיי געווען מער ווייניגער געזונט לויט זייער עלטער בעפאר די קראנקהייט אדער מעדיצינישע עקסידענט האט זיי באטראפן.
אנטוויקלען און פארשפרייטן סייענס און טעכנאלאגיע צו עלימינירן אלע דיסעביליטיס אין מענטשן וואס האבן זיי. טוישן די דיסעביליטי געזעצן צו שטופן מענטשן צו אדאפטירן די ערפינדונגען. דיסעביליטי וועלפעיר וועט געשניטן ווערן פון די וואס זענען נישט גרייט צו אדרעסירן זייערע באגרעניצונגען מיט די נייע טעכניקן.
צוברעכן די FDA אין צוויי. דראמאטיש סטרימליינען די יעצטיגע פונקציעס און רעדוצירן רעגולאציעס און טיים פרעימס פאר דראג און מעדיקל דעווייסעס שאפער. די צווייטע חלק פונעם FDA וועט זיין אסאך קלענער און געשטעלט באזונדער צוצוהעלפן דאס שאפן עקספערימענטל מעדיצין פאר די געפערליך קראנקע מיט ווייניגער טעסטינג.
וועט דערקלערן די נאציאנאלע געזונטהייט מיסיע אויסצומעקן נישט נאר אלע קראנקהייטן נאר אויך פארעלטערונג.


אימיגראנטן:
יענג וועט צושטעלן מער געלט צו פארזיכערן דעם גרעניץ, צושטעלן מער געלט פאר די Customs Enforcement, אינוועסטירן אין טעכנאלאגיעס ווי סענסארס (אויף דער ערד און די לופטן) און ווידיאו טורעמס, צושטעלן באדי קעמרעס פאר אלע אגענטן ביים גרעניץ, פארבעסערן דעם עקאלאגישן מצב פונעם Rio Grande (וואס דינט אויך אלס נאטורליכע גרעניץ ווען עס פליסט ריכטיג), וועט צושטעלן מער פאר די asylum court system עס זאל קענען בעסער פונקציאנירן און נישט זיין אזויפיל אונטערשטעליג (וואס ברענגט "קאראוואנען"), און ארבעטן מיטן מעקסיקאנער רעגירונג אויף דעם אלעם און קעגן קארטעלס.
(אויך דער פרידאם דיווידענד וועט שטארק אפשוואכן אומלעגאלע אימיגראציע, ווייל אומלעגאלע אימיגראנטן וועלן צאלן העכערע פרייזן אבער פארלירן די מעגליכקייט צו באקומען דאס געלט)
צוצוציען די בעסטע טאלאנט פון איבער די וועלט, וועט ער פארברייטערן די H-1B און F-1 וויזא פראגראמען צו לאזן די טאלאנטפולסטע ארבעטער און בעסטע סטודענטן צו בלייבן דא פערמענאנט. סטודענטן וואס באקומען א graduate degree אדער מער וועלן באקומען א גרין קארד.
נאכן פארזיכערן דעם גרעניץ און דראסטיש רעדוצירן אומלעגאלע אימיגראציע, וועט ער צושטעלן א וועג פאר די וואס זענען שוין דא ארויסצוקומען פון באהעלטעניש. די נייע סארט פערמענאנט רעזידענטס וועלן קענען ארבעטן און בלייבן אין לאנד, בתנאי אז זיי צאלן זייערע שטייערן און ווערן נישט באשולדיגט אין א פעלאוני. זיי וועלן בלייבן אין דעם סטאטוס 18 יאר, אזוי לאנג ווי עס נעמט א פריש געבוירענעם צו ווערן א פולשטענדיגע בירגער. פירן א שטארקע אינפארמעישאן קאמפיין אלע אימיגראנטן זאלן וויסן פון דעם אויסוועג, און דערנאך דעפארטירן אלע וואס האבן זיך נישט איינגעשריבן.
שטיצט דעם DREAM act פאר קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן אין אמעריקע.

זאלטען שטיצט כמעט אפענע גרעניצן, צוזאמען מיט פארשטערקערטע פאליציי קרעפטן, AI facial recognition, דראונס, און tracking devices זיכער צו מאכן אז די אומגעווינטשענע עלעמענטן בלייבן אינדרויסן אדער ווערן דעפארטירט.
אלע אימיגראנטן וועלן דארפן איינלייגן פינף טויזנט דאלער ווען זיי קומען אריין, זיי וועלן עס צוריקבאקומען נאך דריי יאר אויב איז אלעס געווען כשורה. במשך די דריי יאר וועלן זיי זיין אויף פראבע, און טעכנאלאגיע וועט מעגליך גענוצט ווערן זיי נאכצוגיין און זען וואס זיי טוען. די וואס ברעכן געזעצן וועט זייער געלט גענוצט ווערן זיי צו דעפארטירן.
דאס גרעניץ וועט באוואכט ווערן מיט דראונס וואס זעען אין די פינסטער, א virtual wall צווישן אמעריקע און מעקסיקא, Facial recognition וועט אויפכאפן אויב איז דער יעניגער אויף די ליסטע פון קרימינאלן. אימיגראנטן וועלן נאר מעגן אריבערגיין אין דעזיגנירטע פלעצער.
אימיגראנטן וועלן דארפן קענען בעיסיק ענגליש און רעספעקטירן אמעריקאנע מנהגים.

נארישקייט:
יענג - פולע רעכטן.
(זע דא פארוואס עס שטערט מיר ווייניגער ווי פון א צווייטע דעמאקראט)

זאלטען?


חוקי רציחה:
יענג פארשטייט ביידע זייטן, אבער האלט אז די פרוי דארף האבן די לעצטע באשלוס. די בעסטע איז עצות צו פארמיידן די סארט סיטואציעס מתחילה.
(זע דארט פארוואס דאס איז אנדערש ווי א געווענליכע דעמאקראט, און אז יענג וועט פארמינערן די רציחות מער ווי דער גרעסטער אנטי חוקי רציחה פרעזידענט אין היסטאריע)

זאלטען וועט צושטעלן א דריטע אפציע אינעם דילעמא דורך אנטוויקלען טעכנאלאגיע וואס וועט איבערנעמען די אויפגאבע.
(קוקט אויס זייער א גוטע פלאן אויף פאפיר, אבער איך ווייס נישט ווי גוט עס וועט ארבעטן קוקנדיג אויף ווייטער, תן לחכם)


גאן קאנטראל:
יענג וועט באהאנדלען גאנס ווי וועהיקלס, וואו מען דארף האבן העכערע לייסענס צו דרייוון א טראק ווי א קאר, נישט שווארץ-ווייס. אויך ספעציעלע קלאסן.
וועט איינפירן א לימיט וויפיל געווער מען קען איינקויפן במשך א געוויסע צייט, און א cooling-off period צו רעדוצירן אימפולסיווע קריים און זעלבסטמארד.
קויפער וועלן דארפן צושטעלן א באווייז אז זיי האבן א gun locker, וואס וועט זיין טעקס דידאקטעבל.
concealed carry געזעצן וועט בלייבן פאר די סטעיטס צו באשטימען.
לייגן אחריות אויף די וואס האבן פארקויפט א גאן אומלעגאל פאר די קריים וואס איז געטון געווארן דערמיט.
שאפן פעדעראל סעיפטי גיידליינס פאר גאן מאנופעקטשורס און דיסטריביוטערס, אזויווי פאר קארס.
אינוועסטירן אין smart gun טעכנאלאגיע, וואס לאזן נאר די בעלים פונעם גאן שיסן, און צושטעלן אינסענטיווס אויפצוטוישן די אלטע גאנס.
די שטערקערע מענטאל העלט אינפאסטרוקטור (ווי אויבן דערמאנט) וועט גענוצט ווערן צו אידענטיפיצירן און היילן מענטשן מיט פראבלעמען.
צושטעלן מער פאנדינג פאר פארשידענע פראגראמען און האטליינס קעגן זעלבסטמארד.
הייסן די CDC צו ריסוירטשן גאן ווייעלענס.
איבעראל וואו גאנס ווערט פארקויפט וועט דארפן פארשפרייט ווערן אינפארמאציע וויאזוי זיך צו העלפן מיט מענטל פראבלעמען און זיך ארויסדרייען פון זעלבסטמארד.
איינפירן מיינדפולנעס פראגראמען אין שולעס און תפיסות, אזעלכע וואס זענען אויפגעוויזן געווארן צו רעדוצירן ווייעלענס.
אינוועסטירן צו לערנען פאליציי דע-עסקעלעישאן טעכניקן אין סיטואציעס וואס נעמען אריין געווער.
(דאס איז נאר א סעמפל, בעיקר פון די געדאנקען מיט וואס ער איז אייגנארטיג. דער גאנצער פלאן איז זייער לאנג. אויך באזונדערע געדאנקען צו רעדוצירן האס און דאמעסטיק טעראריזם)

זאלטען וועט אריינשטעלן אין פובליק פלעצער דראונס, AI סקענערס, ראבאטן און אנדערע טעכנאלאגיע צו כאפן קרימינאלן בעפאר זיי פירן אויס זייער שאדן. דאס וועט לאזן גאן אייגנטומער מיט זייערע רעכטן און באשיצן די וואס האבן מורא פון די גאנס.


ווערט שוין צו לאנג, המשך וועט אפשר נאכקומען. און א דערמאנונג:
Yang2020 האט געשריבן:יענג'ס פאליסי אויף יעדע איינע פון די איז מער ניואנסד און קאלירפול ווי געווענליך, נישט קיין שווארץ-ווייס פרא-אנטי. און זאלטען'ס גלייב איך זענען אויך אומגעווענליך (איך גיי יעצט נאכקוקן בשעת'ן שרייבן). גיי איך נישט טון גערעכטיגקייט צו זייערע פאזיציעס מיטן שרייבן קורץ.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 5:14 pm

איך האב נאכנישט געליינט, אבער אנטשולדיגן דארפט איר זיך נישט איך שטעל זיך פאר אז אזא תגובה גייט נישט אזוי איינס צוויי.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, ווארקער חסיד, סטיטשינער און 27 געסט