ווער איז גערעכט טראמפ אדער CNN [פון א לעגאלע שטאנדפונקט]?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווער איז גערעכט?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 7:27 pm

טראמפ-ווייסע הויז - נישטא קיין "רעכט" צו זיין אין דעם בריעפינג רום, ברצותו אוחז וברצותו זורק.
91
83%
CNN - אקוסטא - צו מאניפולירן די פרעססע, אדער זיי צו באגרעניצן אויף סיי וועלכע אופן איז א פארלעצונג פון די ערשטע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע.
19
17%
 
סך הכל שטימען: 110

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

קיטשי האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אקעי, און וואס 'זאגסטו' צו אזא ארגומענט? דו פארשטייסט אז אפילו מען שפארט נישט איין א מענטש אין תפיסה איז נאך אלץ דא אזא זאך ווי פארלעצן זיין רעכט.

ער מעג זאגן וואס ער וויל, אבער זיי מעגן אים שטראפן פאר'ן טוהן אט דאס. אין אנדערע ווערטער, זיי מעגן זיי אים צונעמען זיין פאסטן אלץ ווייסע הויז רעפארטער סתם ווייל ער האט געזאגט עפעס וואס געפעלט זיי נישט. פארוואס איז דאס נישט קיין קלאסישע ערשטע אמענדמענט פארלעצונג?

סאונדס ווערי בעד טו מי.

ער האט נישט קיין רעכט פאר דעם פאסטן. ער און CNN האבן - פון די ווייסע הויז - באקומען צוגעטיילט א פריווילעגיע צו זיין דארט

ס'איז נישטא אזא טענה אין גאווערמענט עמפלאוימענט.

אויב איינער ווערט באשטראפט אויף סיי וועלכע אופן צוליב וואס ער האט גענוצט זיין ערשטע אמענדמענט רעכט איז דאס קעגן די קאנסטיטוציע.
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 11:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

יש ברירה האט געשריבן:אקעי, און וואס 'זאגסטו' צו אזא ארגומענט? דו פארשטייסט אז אפילו מען שפארט נישט איין א מענטש אין תפיסה איז נאך אלץ דא אזא זאך ווי פארלעצן זיין רעכט.

ער מעג זאגן וואס ער וויל, אבער זיי מעגן אים שטראפן פאר'ן טוהן אט דאס. אין אנדערע ווערטער, זיי מעגן זיי אים צונעמען זיין פאסטן אלץ ווייסע הויז רעפארטער סתם ווייל ער האט געזאגט עפעס וואס געפעלט זיי נישט. פארוואס איז דאס נישט קיין קלאסישע ערשטע אמענדמענט פארלעצונג?

סאונדס ווערי בעד טו מי.

די שאלה איז "האבן זיי אום ציגענומען זיין רעכט פון "רעדן"?

אויף דעם איז די ענטפער "ניין". דשים אקאסטא קען ווייטער רעדן וואס ער וויל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

נאכאמאל, מען דארף נישט גענצליך צונעמען א רעכט, צו פארלעצן א רעכט.

לויט דעם קענען זיי אים גאר איינשפארן אין תפיסה... דארט קען ער ווייטער רעדן!...
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

יש ברירה האט געשריבן:
קיטשי האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אקעי, און וואס 'זאגסטו' צו אזא ארגומענט? דו פארשטייסט אז אפילו מען שפארט נישט איין א מענטש אין תפיסה איז נאך אלץ דא אזא זאך ווי פארלעצן זיין רעכט.

ער מעג זאגן וואס ער וויל, אבער זיי מעגן אים שטראפן פאר'ן טוהן אט דאס. אין אנדערע ווערטער, זיי מעגן זיי אים צונעמען זיין פאסטן אלץ ווייסע הויז רעפארטער סתם ווייל ער האט געזאגט עפעס וואס געפעלט זיי נישט. פארוואס איז דאס נישט קיין קלאסישע ערשטע אמענדמענט פארלעצונג?

סאונדס ווערי בעד טו מי.

ער האט נישט קיין רעכט פאר דעם פאסטן. ער און CNN האבן - פון די ווייסע הויז - באקומען צוגעטיילט א פריווילעגיע צו זיין דארט

ס'איז נישטא אזא טענה אין גאווערמענט עמפלאוימענט.

אויב איינער ווערט באשטראפט אויף סיי וועלכע אופן צוליב וואס ער האט גענוצט זיין ערשטע אמענדמענט רעכט איז דאס קעגן די קאנסטיטוציע.

זיין דארט און זיך אויפפירן אזוי איז נישט זיין ערשטע אמענדמענט רעכט. און די ווייסע הויז האט יעדע רעכט צו אפמאכן וואס מיינט זיך נישט שיין אויפפירן ביי זייער פרעסע קאנפערענץ. הגם עס וואלט געווען זייער טראבלינג צו פארבאטן צו פרעגן שווערע פראגן וואלט עס נישט געווען אומלעגאל
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

יש ברירה האט געשריבן:נאכאמאל, מען דארף נישט גענצליך צונעמען א רעכט, צו פארלעצן א רעכט.

לויט דעם קענען זיי אים גאר איינשפארן אין תפיסה... דארט קען ער ווייטער רעדן!...

That would be in violation of mobility rights
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מען רעדט נישט יעצט פון אקאסטא. מען רעדט פון א לעגאלע שטאנדפונקט וואס טראמפ'ס לויער טענה'ט אין געריכט.

לויט זיי קען זיך א רעפארטער אויפפירן מיטן העכסטן רעספעקט אבער נאכאלץ ווערן פארבאטן פון אריינקומען צוליב וואס ער דרוקט נישט גענוג שטארק די "שז" פון "טשיינע" און טראמפ האט עס נישט ליב.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

יש ברירה האט געשריבן:מען רעדט נישט יעצט פון אקאסטא. מען רעדט פון א לעגאלע שטאנדפונקט וואס טראמפ'ס לויער טענה'ט אין געריכט.

לויט זיי קען זיך א רעפארטער אויפפירן מיטן העכסטן רעספעקט אבער נאכאלץ ווערן פארבאטן פון אריינקומען צוליב וואס ער דרוקט נישט גענוג שטארק די "שז" פון טשיינע.

יא! זיי קענען מאכן אלע מאדנע רולס וויבאלד זיי שטעלן דיר צו די פריווילעגיע פון (זיין ביי) דעם פרעסע קאנפערענץ
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

Ok, now I really need to go work or my boss will take away my hard pass...
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

יש ברירה האט געשריבן:ס'איז נישטא אזא טענה אין גאווערמענט עמפלאוימענט.

אויב איינער ווערט באשטראפט אויף סיי וועלכע אופן צוליב וואס ער האט גענוצט זיין ערשטע אמענדמענט רעכט איז דאס קעגן די קאנסטיטוציע.


(אגב, פארשטייט זיך אז עס זענען דא אויסנאמען אבער נישט צוליב אזאלכע זאכן)
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

קיטשי האט געשריבן:Ok, now I really need to go work or my boss will take away my hard pass...

:wink:

ס'איז אקעי, איך וועל נישט אננעמען דיין שטילקייט ווי א הודאה...
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

קשיה-1 אױב ס׳געשעהט די זעלבע מעשה אין טראמפ טאװער אין נישט אין די װײט הױז
קשיה-2 אױב ס׳געשעהט די זעלבע מעשה אין טראמפ טאװער אין טראמפ איז נישט פרעזידענט נאר א פושעטע בירגער
אין סי ען ען נימט זײ אין קאורט װאס װאלט די קאורט געפאסקענט?
לעצט פארראכטן דורך abeg אום דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 11:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש ברירה האט געשריבן:אגב האבן טראמפ'ס לויערס היינט געטענה'ט אין געריכט אז לויטן געזעץ מעגן זיי ארויסווארפן סיי וועם אויב ס'געפעלט זיי נישט יענעם'ס רעפארטינג.

The judge asked if the White House could essentially tell any individual journalist, "we don't like your reporting, so we're pulling your hard pass." Burnham replied, "as a matter of law... yes."


איך בין נישט קיין פען פון אקאסטא... אבער דאס איז גאנץ שרעקעדיג.

א הייפאטעטיקל גאַטש-יע שאלה וואס איז בכלל נישט נוגע צו די איצטיגע סאמעטוכע. אפשר נישט באטעמט, אבער די לויער האט ריכטיג געענפערט.

איך האלט אז טראמפ איז 100% גערעכט, ואין כאן שום שם ושארית פון ערשטע אמענדמענט פארלעצונג.
יעדער פארשטייט אז א כמו-לימבאו מעג זאגן וואס ער וויל, אבער ער באלאנגט נישט אין ווייס הויז.

לאמיר זיך נישט נארן, ווען די שאך ברעטל וואלט געוועזן קאפויער -- א פאקס רעפארטער רייסט זיך איין מיט אבאמא'ן, און דער לעצטער הייסט אים הויבן פיס -- וואלט גאנצע ק"ק מידיא ואקעדעמיע וחבריהן מצדד געווען לטובת דעם פרעזידענט. "א פריווילעס לאוסוט, און פאַקס זאל באצאלן די ליגעל פיס!"

אגב, עמיצער געדענקט נאך די דורכגעפאלענע פרואוו פאר א "פעירנעס דעקרעט"?
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 1:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מונאוויטש האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אגב האבן טראמפ'ס לויערס היינט געטענה'ט אין געריכט אז לויטן געזעץ מעגן זיי ארויסווארפן סיי וועם אויב ס'געפעלט זיי נישט יענעם'ס רעפארטינג.

The judge asked if the White House could essentially tell any individual journalist, "we don't like your reporting, so we're pulling your hard pass." Burnham replied, "as a matter of law... yes."


איך בין נישט קיין פען פון אקאסטא... אבער דאס איז גאנץ שרעקעדיג.

א הייפאטעטיקל גאַטש-יע שאלה וואס איז בכלל נישט נוגע צו די איצטיגע סאמעטוכע. אפשר נישט באטעמט, אבער די לויער האט ריכטיג געענפערט.

איך האלט אז טראמפ איז 100% גערעכט, ואין כאן שום שם ושארית פון ערשטע אמענדמענט פארלעצונג.
יעדער פארשטייט אז א כמו-לימבאו מעג זאגן וואס ער וויל, אבער ער באלאנגט נישט אין ווייס הויז.

לאמיר זיך נישט נארן, ווען די שאך ברעטל וואלט געוועזן קאפויער -- א פאקס רעפארטער רייסט זיך איין מיט אבאמא'ן, און דער לעצטער הייסט אים הויבן פיס -- וואלט גאנצע ק"ק מידיא ואקעדעמיע וחבריהן מצדד געווען לטובת דעם פרעזידענט. "א פריווילעס לאוסוט, און פאַקס זאל באצאלן די ליגעל פיס!

אגב, עמיצער געדענקט נאך די דורכגעפאלענע פרואוו פאר א "פעירנעס דעקרעט"?

ס'איז זייער נוגע ווייל די ווייסע הויז באזירט זייערע טענות אויף דעם רעכט און נישט אויף זיין "ראָדנעס" וועלכע איז א שווערע באר צו פונקטליך באצייכענען.

און לאמיר זיך נישט נארן אז אויב וואלט דאס פאסירט אונטער אבאמא וואלטן די אלע אזוי גערופענע קאנסטיטוציע פארהייליגטע געהאט נערוון ברעכן איינס נאכן אנדערן אויף פאקס ניוס

און כ'האב פאר דיר נייעס ס'זענען דא מער ווי איין כמו לימבאו רעפארטער אין ווייסן הויז.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

@יש ברירה איז גערעכט. א טענה פון די ווייט האוז ״אונז מעגמער פארשיקן וועם אימער אונז ווילמער״, און זאגן אז ס׳איז נאך געזעצליך אויך.. איז אפשר טאקע נישט קעגן א געזעץ, פארט איזעס ׳אָן-אמעריקען׳!

אפילו די געריכט גייט רולן אז די ווייט האוז האט גארנישט געטאן עפעס וואס איז קעגן די קאנסטעטוציע אדער עפעס נישט געזעצליך.. נאכאלטס איז נישט אויסגעהאלטן אזוי צו רעדן קעגן פרי פרעס.

א דוגמא. ראבערט מוללער אפארעיט אויך אינטערן געזעץ, ער איז מסתמא נישט עובר אויפן קאנסטעטוציע אויך נישט, פארט איז זיין עפוינטמענט און בכלל זיין מהלך אנצוקלאגן מענטשן מיט עבירה׳ס וואס זיי זענען באגאנגען דורכאויס די וויטשהאנט אינוועסטיגעשן פראסעס וכד׳.. ״אָן-אמעריקען״.

די שאלה איז נאר אויב דאס איז די איינציגסטע קלעים וואס ווייט האוז טענה׳ט. אויב איזעס ס״ה איינע פון א צאל אויסגערעכטענטע טענות איזעס נישט קיין פראבלעם. ווייל אין אמת׳ן האצעך אים געקומען דעם פליק, ווייל ווי שמאטע האט שוין גע׳מסביר׳ט אויבן האט דזשים אנשטאטס ״געפרעגט קוועסטשינס״ האט ער ״געפרעגט סטעיטמענטס״!..

און לגבי די ווייט האוז רולס, ס׳איז פארהאן מער ווי גענוג שטאף קעגן אים וואס זאל זיין א גענוג גוטן תירוץ צו טאן דאס וואס אבאמא האט געטאן מיט יענעם אריינשרייער.. אויב אבער איז זייער טענה אין געריכט נאר דאס, ״אינז מעגמער״.. איזעס נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך.
רשעות קאלטע סעלצער
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

צק.
די טיר איז נאך אפען פאר די פרעס.
ער האט נאך אלץ א news I.D. כ"א כסליו קען אריין גיין פין די בעק טיר.
ער האט נאך א פארקינג פערמיט.
סננ האט נאך ציטריט צי די בריופינגס.
.....
נאר מלאט עם נישט אריין צי די ווייטהאז.
נישט יעדער וואס האט א צייטנוג לייסענס קען אריין גיין.
די סיבה פין די בריופינג איז פאר די בענפיט פין די ווייסעהויז זיי ווילען אז אמריקע מענטשען זאל וויסען וואס גייט פאר .
זיי קענען צי מאכען די גאנטצע רום .
עפטער אלל די אבאוו גלייב איך אז סננ ווייסט ביסעל בעסער געזעטץ סא וואטען אויף די געזעטץ קען איך נישט .
Sorry for my misspellings
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מונאוויטש האט געשריבן:לאמיר זיך נישט נארן, ווען די שאך ברעטל וואלט געוועזן קאפויער -- א פאקס רעפארטער רייסט זיך איין מיט אבאמא'ן, און דער לעצטער הייסט אים הויבן פיס -- וואלט גאנצע ק"ק מידיא ואקעדעמיע וחבריהן מצדד געווען לטובת דעם פרעזידענט. "א פריווילעס לאוסוט, און פאַקס זאל באצאלן די ליגעל פיס!

עקשועלי, ס'שוין געווען... (אסאך קלענערס ווי דעם) און די מידיע האטזעך געשטעלט אויף פאקס'ס זייט.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש ברירה האט געשריבן:און לאמיר זיך נישט נארן אז אויב וואלט דאס פאסירט אונטער אבאמא וואלטן די אלע אזוי גערופענע קאנסטיטוציע פארהייליגטע געהאט נערוון ברעכן איינס נאכן אנדערן אויף פאקס ניוס.
אודאי וועלן די רעכטע/לינקע פארטיזאנען מיטשפרינגען מיט זייער אידיאלאגישע אגענדע. היפאקריטסווע איז 100% אומפארטייאיש.
אבער די אזוי-געריפענע נייטראלע מידיא והמסתעף העטן קיינמאל נישט געדולדעט א מחוצף צו אבאמא.
ווען טראמפ רייסט זיך מיט א בייסיגע מידיא שרייט מען "ערשטע אמענדמענט" ביז איבערן לונג, אזש מ'קאן מיינען אז טראמפ באנוצט זיך דא מיט סאוויעטישע קראפט צו אטאקירן די ביל אוו רייטס. (א שטייגער ווי קאומאו אין נ"י מיט די NRA.)
און ווען די זעלבע חברה האבן געהאט א פראבלעם קאסערוואטיווע טאלק שויס, האט מען געטאדעלט "פעירנעס דאקטרין".
גי מי עי ברעיק!

אין אנדערע ווערטער, דאס אז טראמפ האט רעכט צו האלטן סדר אין זיין מידיא שטוב איז אודאי א פאוינט.
אבער וואס באדערט מיר מער איז אז "דאס איז בכלל אן אישו!"
אזוי ווי כ'האב געשריבן אויבן. ווען פאקס אין א אוקאסטא-סטיל רעפארטער (אונטער אבאמא) וואלטן געווען אין CNN'ס איצטיגע שיך, וואלט קיינער נישט געשטיצט זייער LAWSUIT!
די גרויסע שפילער טרייבן די נערעטיוו ווויאזוי עס קומט זיי גוט אויס, און די אלגעמיינע אמעריקאנע פאנדלעך שפרינגען מיט קדוש קדוש.

און כ'האב פאר דיר נייעס ס'זענען דא מער ווי איין כמו לימבאו רעפארטער אין ווייסן הויז.
און זיי ביהעיוון, למחצה וגו'!

כאפצעם האקט.
אדרבה ברענג אהער. קאן זיין אז דו ביסט גערעכט.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

זיי ביהעיווען ווייל זיי זענען רעכטע פאפיטס, און ווי געשריבן גיי איך נישט דיפענדן אקאסטא!

איך האב מיך באצויגען צו די ליניע וואס טראמפס לויערס האבן גענומען אין געריכט צו פארטיידיגען זיין ארויסווארפונג. יענס איז נישט אויסגעהאלטן און גלייכצייטיג א שרעקעדיגע פרעצעדענט.

דו ווילסט מאכן א קעיס איבער זיין שלעכטע אויפפירונג? טראמפס לויערס האבן איינגעזען אז זיי וועלן נישט געווינען אזא ארגומענט און די ריזען ביאינג ווייל מען קען עס נישט פונקטליך מצמצם זיין.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש ברירה האט געשריבן:זיי ביהעיווען ווייל זיי זענען רעכטע פאפיטס

מיין "כמו-לימבאו" רעפערענס איז געווען א מעטאפאר פאר בייעסט ריפארטער -- אויף ביידע זייטן.
קיינער וואלט נישט געדילדעט א לימבאו אדער א העניטי.
און יעדער וואלט פארשטאנען אז א קריס מעטיוס ענד קא. באלאנגד אויך נישט דארט.
און אויב זענען זיי יא דארט, ווייסן זיי צו ביהעיוון.

אודאי האט מען פאבריצירט א פיינע קאנסטיטוציאנעלע אישו, און די ווייסע הויז מוז זיך איצט ספאראווענען דערמיט מיט א לעגאלע מהלך.
אבער ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט די אזא קעיס ניטאמאל געקומען אויפן געדאנק.
שוין, צופיל פארברענגט איבער דעם..
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

עס וואלט קיינעם נישט אנגעגאנגען צו זען אקאסטא פליען... גלייב מיך סננ ברויך אים אויך נישט.

איך האב אבער הנאה אז די קעיס גייט ווייטער ווייל אז נישט פליעט מארגן א צווייטער פארן אריינשרייען און איבערמארגן א דריטער פאר רעדן "דיסריספעקטפול". אזא זאך טוט אינטימעדעיטן רעפארטערס פון פרעגן שווערע פראגעס.

אקאסטא זאל צוריקגיין. די ווייסע הויז זאל בעטן סננ צו טוישן רעפרעזענטיוו, און שלום כל אמעריקע.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

יש ברירה האט געשריבן:אקאסטא זאל צוריקגיין. די ווייסע הויז זאל בעטן סננ צו טוישן רעפרעזענטיוו, און שלום כל אמעריקע.


טו לעיט! זיי האבן אריינגעגעבען א "נידריגע רעקל" (לאו סוט) אין געריכט? יעצט וועלן זיי ווארטן ביז דאס געריכט וועט פסק'נען :wink:

#געפאלן פאר די טראמפ טרעפ.
(אדער: טראמפ איז געפאלן פאר די מידיע טרעפ)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך בין נישט קיין לויער, אבער מיין פיצי שכל זאגט מיר אז לעגאל איז טראמפ גערעכט.

יעך האלט אז מיט פאבליק פרעשור און מיט די שטיצע פון פאקס וואלט אקאסטע גאנץ שנעל צוריקבאקומען זיין פעס, ביג מיסטעיק די גיין אין קארט, פשטות אויב די ווייסע הויז געווינט וועט מען אים עס קיינמאל צוריקגעבן.
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איך בין בעצם מיט יש ברירה אויף איין פעידזש, נאר איין זאך בין איך אביסל מחולק, מען קען "יא" מצמצם זיין וואס דו מעגסט און וואס נישט, טראמפ קען בלייבן גערעכט מיט אים ארויסווארפן ווייל ער האט נישט געשפילט לויט די רול'ס, און אויב האסטו נישט גענוג קלארע רול'ס דאן איז דאס דיין פראבלעם און זעה כאטשיג יעצט צו מאכן אזעלכע, נישט ווארף ארויס מענטשן אן קיין דעקונג.

ארויסווארפן א מענטש פון א רעגירונג געביידע ער האט פראקטיצירט א זאך צו וואס ער איז בארעכטיגט אונטער די קאנסטיטוציע איז א פארברעכן. טראמפ און אלע ווייסע הויז איינגעשטעלטע האבן די רעכט נישט צו ענטפערן פאר וועלכן רעפארטער זיי ווילן נישט ענטפערן, און זיי האבן אויך די רעכט צו מאכן רעגולאציעס צו וועלכע דו מוזט זיך האלטן אין ווייסן הויז. אבער פארמאכן צוטריט צו פלעצער וואס אנדערע "דיינס גלייכן" האבן יא, "בלויז" וויבאלד דו רעדסט אדער פראפאגאנדירסט זאכן וואס איך האב נישט ליב איז נישט קיין אקצעפטירבארע תירוץ.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

לאז געמאכט האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:ווייסט איינער צו עס איז שוין דא א רולינג?

דער שופט האט געזאגט אז מארגן דאנערשטאג ארום זייגער דריי אין אווענט וועט ער ארויסגעבן זיין פסק איבער די עמערזשענסי געבעטן.

ער האט עס אפגעשטימט אויף מארגן.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

יש ברירה האט געשריבן:עס וואלט קיינעם נישט אנגעגאנגען צו זען אקאסטא פליען... גלייב מיך סננ ברויך אים אויך נישט.

איך האב אבער הנאה אז די קעיס גייט ווייטער ווייל אז נישט פליעט מארגן א צווייטער פארן אריינשרייען און איבערמארגן א דריטער פאר רעדן "דיסריספעקטפול". אזא זאך טוט אינטימעדעיטן רעפארטערס פון פרעגן שווערע פראגעס.

אקאסטא זאל צוריקגיין. די ווייסע הויז זאל בעטן סננ צו טוישן רעפרעזענטיוו, און שלום כל אמעריקע.

וואס? וואס?! וואס?!?!
זאג עס איבער: דו האסט מורא אז טראמפ וועט איין טאג פארשיקן א רעפארטער פאר'ן רעדן דיסרעספעקטפול, וואס דאס קען מעגליך אינטימידעיטן פון פרידן שווער פראגעס?!

אבאמא האט! נישט וואלט, נישט העטעך פעטעך, נאר האט - ארויסגעווארפן - נישט צוגענומען די הארד פעס נאר ארויסקריכן דורך סעקיוריטי מיט חרפות און בושות - א רעפארטער, פאר די חטא פון זיין דיסרעספעקטפול! פארוואס געדענק איך נישט די שרעקליכע ציטער דאן??
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”