א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 5:08 pm

ויצע פרעזידענט פענס זאגט אז ער גלויבט מער און מער אז מייקל פלין האט אים נישט געמיינט ליגן צו זאגן איבער זיינע געשפרעכן מיטן רוסישן אמבאסאדאר

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 04, 2020 10:39 am

מאנטאג אמור







פרעזידענט טראמפ האט נעכטן ווידערהאלט אז קיין פרישע אפמאך איבער ווירוס הילף געלטער גייט נישט פאסירן אן קיין פעיראל שטייער שניט
*
די אמעריקאנע פעדעראציע אף סטעיט קאנטרי און מוניציפאליטעטן ארבעטער יוניאן וועלכע איז די גרעסטע יוניאן אין לאנד צו רעפרעזענטירן פובליק ארבעטער גייט אויסגעבן א מיליאן דאלער אין רעקלאמעס וועלכע וועלן רופן געזעצגעבער צו גיבן מער געלט פאר סטעיטס און לאקאלע רעגירונגען
*
די סענאט קערט זיך היינט צוריק צו די ארבעט אום 3 אזייגער נאכמיטאג
די ערשטע אפשטימונג איז געסקעדזשועלט אויף 5:30 צו באשטעטיגן ראבערט פעיטעל צאלץ אינספעקטאר דזשענעראל פאר די רעגירונג גרענט קאמפענצאסיע אגענטור
*
א פרישע רעקלאמע פון די דעמאקראטישע מאיאריטעט פעק לויפט אין מאנטאנא אקעגן סענאטאר סטיוו דעינס באשולדיגונדיג דעם סענאטאר אין זיך קימערן מער איבער קארפאראציעס ווי איבער אלגעמיינע בירגער ווען עס קומט צו ווירוס הילף
*
אין יוטא'ס פערטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט זענען רעפובליקאנער אויסן צוריקצוכאפן די זיץ פונעם ערשט טערמיניגער דעמאקראט בען מקעדעמעס אבער זענען דערווייל היבש אונטערשטעליג אינעם פאנדרעיזינג געביט
*
אין ארעגאן שיילט זיך ארויס די רעפובליקאנע פריימערי פארמעסט פאר די צווייטע קאנגרעסיאנאלע זיץ צו זיין גאר קאסטבאר ווען מערערע זעלבסטשטענדיגע גרופעס גיסן אריין געלט צווישן די פיר קאנדידאטן וועלכע זוכן צו ערזעצן ארויסגייענדע רעפובליקאנער קאנגרעסמאן גרעג וואלדען
*
די סופרים קאורט האט אקצעפטירט א קעיס איבער טרעידמארק באגרעניצונגען
די טרעידמארק אפיס האט געהאט אפגעווארפן א טרעידמארק אפליקאציע פון די וועבזייטל בוקינגס.קאם צוליב וואס די נאמען איז צו אלגעמיין און ווען א געווענליכע מענטש הערט איבער אזא נאמען פארשטייט ער אז מען רעדט איבער אלע סארט אלגעמיינע בוקינגס
די אפיס האט גע'טענה'ט אז ווען עימיצער זוכט אנליין אונטער די ווארט בוקינג פארשטייט ער אז ער וועט טרעפן אלעס איבער אלע סארט בוקינגס און נישט אז ער וועט אנטרעפן אין א ספעציפישע זייטל אונטער אזא סארט נאמען
די פערטע סירקוט קאורט האט אבער באשטעטיגט די אורטייל פון א דיסטריקט געריכט וועלכע האט גע'טענה'ט אז מענטשן קענען יא פארשטיין און פונאנדערשיידן צווישן די אלגעמיינע באגריף פון בוקינגס און כאפן אז א זייטל וועלכע שטעלט צו אינפארמאציע און סערוויסעס איבער אפארטמענט און האטעל בוקינג באנוצט זיך מיט אזא סארט טרעפליכע נאמען
היינט האט די געריכט צום ערשטן מאל אין היסטאריע אויסגעהערט א קעיס דורך א טעלעקאנפרענץ און גלייכצייטיג צום ערשטן מאל געגעבן א געלעגנהייט פאר מידיא קאנאלן צו דעקן די סעסיע לעבעדיג
אן אנדערע עטוואס היסטארישע ערשיינונג איז געווען ווען ריכטער טאמאס וועלכע פרעגט געווענליך נישט אריין קיין פראגן האט איצט יא געשטעלט א רייע פראגן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 04, 2020 10:40 am

צוליב א מער פארנומענע סקעדזשועל איז די היינטיגע באריכט באדייטנד קורצער ואתכם הסליחה

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג מאי 04, 2020 11:37 am

יישר כח @הבל. טאקע קורץ אבער אינהאלטרייכפול!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ארחיקה נדד » מאנטאג מאי 04, 2020 11:48 am

קורץ און שארף!
טענקס הבל
אָעוּפָה אֶשְׁכֹּנָה וְאַרְחִיקָה נְדֹד / בַּמִּדְבָּר אָלִינָה וְאוּלַי אֶמְצָא דּוֹד

יש מנהיג לבירה!

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג מאי 04, 2020 12:01 pm

אגב @הבל ביסט צוריק צו די ארבעט?
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 10, 2020 1:50 pm

זונטאג בהר בחוקותי




איבערמארגן דינסטאג וועט פארקומען צוויי ספעציעלע וואל פארמעסטן איבער קאנגרעס זיצן
איינס וועט זיין אין קאליפארניע'ס 25'סטע דיסטריקט צווישן דעם רעפובליקאנע מיליטערישע וועטעראן מייק גארסיא און צווישן די דעמאקראטישע סטעיט סענאטאר קריסטי סמיט
די זיץ איז ליידיג געווארן מיט די רעזיגנאציע פון דעמאקראטישע ערשט טערמיניגע קעטי היל וועלכע האט באוויזן איבערצודרייען די זיץ צו בלוי אבער טראץ די טוישנדע דעמאגראפיקס און די פאקט אז הילערי קלינטאן האט געוואונען דעם דיסטריקט מיט 7% איז ערווארטעט אז גארסיא האט גוטע שאנסן צוריקצוכאפן דעם זיץ קאמפיינענדיג אלץ דרויסנדיגער אקעגן א לאנגיעריגע פאליטיקאנט און האבנדיג געפירט א געלונגענע קאמפיין אבער פארט איז די פארמעסט שמאל און אנאליסטן פאלגען עס נאך
דעמאקראטן אנערקענען אז אינעם איצטיגן פארמעסט שטטיען זיי מעגליך אויס א פארלוסט צוליב די אויבנדעמאנטע און צוגאב וואס עס איז נישט א פרעזידענטליכע וואל טאג ווען מער פון זייערע יונגע און היספאנישע וויילער וואלטן ארויסגעקומען (דער רעפובליקאנער גארסיא איז גראדע אן היספאנישער) און פרובירן זיך בארואיגן אז אפילו אויב זיי דערלייגן די זיץ וועלן זיי האבן בעסערע שאנסן עס נאכאמאל צו פארכאפן ביי די פרעזידענטליכע פארמעסט ווען דער איצטיגע געוואונער וועט דארפן נאכאמאל לויפן
די צווייטע זיץ איז אין וויסקאנסין'ס 7'טע דיסטריקט ווי די רעפובליקאנער זענען ערווארטעט גרינג אנצוהאלטן די זיץ וועלכע איז ליידיג געווארן מיט די רעטייערמענט פון שאן דאפי
*
אין די אויבנדערמאנטע פארמעסט אין קאליפארניע 25 איז ביז נעכטן צוריקגעקומען 118 טויזנט בעלאטס פון וועלכע 44%זענען געווען רעפובליקאנער צו 36% פאר דעמאקראטן
מענוטשין זאגט אז ער גייט נישט זאגן אז עס קומען פאר ערנסטע פארהאנדלונגען פאר א פרישע הילף פעקל אבער ער קען יא זאגן אז ער האט אפגעהאלטן געשפרעכן מיט אלע זייטן באזונדער און אז אסאך ווילן אויסווארטן צו זעהן ווי אזוי די ביז איצטיגע הילף ארבעט זיך אויס
*
לויט באריכטן האט ווייסע הויז באאמטע דיסקוסירט די געדאנק אז פרישע הילף פעקלעך זאלן ארייננעמען אויטאמאטישע ספענדינג שניטן וועלכע זאלן אריינגיין אין קראפט איינמאל די עקאנאמיע ערהוילט זיך
*
סענאטארן דאקווארט,קלאובאשאר, בראון און טים סקאט שטפון פאר א ביל וועלכע זאל פארזיכערן אז עלטערן מיט ניי געבוירענע קינדער פון 202 למספרם זאלן נישט ברויכן ווארטן אויף די 500 דאלער פאר די נייע פיצלעך אויף קומענדיגע יארלמספרם נאר עס שוין איצט קענען באקומען
*
רעזולטאטן פון די היסטארישע פרעזידענט פארמעסט צווישן פרעזידענט טראמפ און דזשאו ביידען הויבן אן אריינקומען ביסלעכווייז און אריזאנא האט נארוואס געמאלדן אז דערווייל שטייען ביידע קאנדדיאטן האלז צו האלז
מען האלט נאכנישט ביי די שטימען אבער ווען עס קומט צום פאנדרעיזינג געביט האט די טראמפ קאמפיין אויפגעטריבן אינעם ערשטן למספרם קווארטאל 684,519 טויזנט דאלער פון צווישן 6500 אריזאנא ביישטייערער ווען דזשאו ביידען האט אויפגעטריבן 653,292 טויזנט דאלער צווישן 6900 אריזאנא ביישטייערער
*
נאך וואס ווי באריכטעט דא פארלאפענע מאנטאג אחרי קדושים האט די סופרים קאורט ביידע זייטן אין די קעיס איבער די טראמפ פינאנציעלע רעקארדס אריינצושיקן זייערע שטעלונגען איבער די פראגע צי עס איז בכלל אין יורידישע יוריסדיקציע צו אורטיילן אין די קעיס האבן די צוויי זייטן רעאגירט צום געריכט
עס איז נישט קלאר וויפיל ריכטער עס זוכן ערקלערונגען דערויף אבער עס קען אנדייטן אז אמווייניגסטנס איין אדער גאר מערערע ריכטער קענען קומען צום אויספיר אז די פראגע איז נישט פאר די געריכטן אריינצורעדן
סיי דער יוסטיץ דעפארטמענט סאליסיטאר דזשענעראל ניעל פראנסיסקא און סיי די קאנגרעס אדוואקאטן האבן ביידע געשריבן אז עס איז קלאר אונטער די יורידישע יוריסדיקציע צו באשליסן איבער די פראגע פארשווערנדיג פאר די ריכטער וועלכע האבן מעגליך געזוכט אט דעם לייטער אראפ פון בוים עס טאקע צו נוצן
די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס וועלן געהערט ווערן טעלעפאניש די וואך דינסטאג
*
ווען ריכטער מעריק גארדלענד האט איבערגעלאזט זיין אמט אלץ הויפט ריכטער אויף די מאכפולע די סי סירקוט קאורט איז ער געווארן ערזעצט מיט ריכטער סרי סריניוועסען וועם פרעזידענט אבאמא האט נאמינירט
ריכטער טאמאס גריפיט וועלכע איז נאמינירט געווארן צום זעלבן געריכט מיט יארן פריער דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער גרייט זיך צו רעטייערן אום סעפטעמבער למספרם און מיר האבן שוין אויספירליך באשריבן לעצטע וואך די ענערגיע וועלכע סענאט מאיאריטעט פירער מייטש מעקאנעל לייגט אריין צו פארזיכערן אז זיין לאנגיעריגע פריינט דזשאסטין וואלקער באקומט יענע זיץ ווי נאר עס ווערט פריי
ווי באריכטעט דאן האט דער הויפט ריכטער סריניוועסען זיך באקלאגט אז די גאנצע רעטייערמענט פון גריפיט איז אן אנגעדרייטע אקציע פון מעקאנעל וועלכע וויל נישט נעמען קיין שאנסן מיט ריכטער פאזיציעס זינט ער איז נישט פארזיכערט אז די סענאט מאיאריטעט און ווייסע הויז וועלן בלייבן רויט נאך די וואלן
סריניוועסען האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט מיט די באקלאגעניש אז מעקאנעל האט געלייגט דרוק אויף דעם סיניאר גריפיט צו רעטייערן באצייטנס בעפאר די וואלן און ער פון זיין זייט וועט זיך אונטעראיילן צו באשטעטיגן די נאמינאציע פון א צווייטן יונגען קאנסערוואטיוו צו פארזיכערן אז עס בלייבט א באשוצטע קאנסערוואטיווע בענקל פאר לאנגע יארן
לויט די פארשריפטן וועט אין פאל וואס עס קומט אריין א באשטעטיגטע באקלאגעניש איבער א סירקוט ריכטער וועט ער קענען בעטן פונעם סופרים קאורט ערלויבעניש אז די באקלאגעניש זאל ווערן טראנספערירט צו א צווייטע סירקוט קאורט יורידישע קאונסיל וועלכע זאל עס אויספארשן אויף א זעלבסטשטענדיגע פארנעם
פרייטאג האט אבער די אפיס פון הופיט ריכטער ראבערטס געשריבסן א בריוו פאר די סי הויפט ריכטער סרינוועסען אז די באקלאגניש איז צו די איצטיגע צייט בכלל נישט באשטעטיגט און איז בלויז עפעס וואס א געוויסע ארגאנאזאציע האט אויפגעברענגט און פאראלאנגט מער אינפארמאציע דערויף און דעריבער איז עס נישט קוואליפיצירט צו ווערן אריבערגעשיקט פאר א זעלבסטשטענדיגע אויספארשונג דורך א צווייטע סירקוט קאורט
*
די טראמפ אדמינסטראציע (דורך די יוסטיץ דעפארטמענט) האט פארלאנגט פונעם סופרים קאורט צו בלאקירן אויף דערווייל צוטריט פאר קאנגרעס צו געוויסע קאנפידענשאל דאקומענטן פון גרענד דזשורי פארהערן פון די מולער אויספארשונג
הויפט ריכטער ראבערטס האט נאכגעגעבן די פארלאנג און ארויפגדעשטעלט אן אדמינסיטראטיווע סטעי אויף ביז מאי 18 למספרם ווען די קאנגרעס יורידישע קאמיטע דארף ענטפערן אויף די פארלאנג פון די אדמינסטראציע און דערנאך וועט די געריכט באשליסן אויב זיי נעמען אן די קעיס און אויב מען זאל ווייטער פארלענגערן די בלאקאדא
*
עוועלין סינענענג סמיט אפערירט אן אימגראציע קאנסאולטינג פירמע סטאנציאנירט אין סאן דזשאסע קאליפארניע
אירע קליענטן זענען מיינסטנס פיליפינער אפשטאמיגע וועלכע ארבעטן אומלעגאל אין אמעריקא און זוכן צו פארשאפן גרין קארטלעך וועלכע זאל לעגאליזירן זייער ארבעט אין לאנד סינענענג האט זיי פארגעשלאגן אז זי וועט פרובירן צו פארשאפן די נויטיגע דאקומענטן אונטער די ארבעט סערטיפיקאציע פראצעדור אבער די דאזיגע פראגראם איז אויסגעלאפן צוריק אין אפריל 30 2001 למספרם
די פרוי האט פיין געוואוסט אז די פראגראם איז געשלאסן אבער האט פארגעזעצט צו זאגן פאר קליענטן אז זי וועט זיי פארשאפן די דאקומענטן אונטער אט דעם פראגראם
די פראבלעם (אויסער ליגן) איז אז א 1986 למספרם פעדעראלע געזעץ פארבאט דאס מוטיגן אדער באאיינפלוסן אומלעגאלע אימיגראנטן צו וואוינען אין לאנד זייענדיג באוואוסטיזיניג אז יענער האלט זיך אויף אין לאנד אקעגן די געזעץ
פרוי סינענענג איז געווארן אנגעקלאגט פארן פארלעצן די געזעץ און א דזשורי האט איר געפונען שטלדיג אבער סינענעג האט ארגינעל גע'טענה'ט אז אז אירע שריט איז נישט פארבאטן אונטער יענע פעדעראלע געזעץ און אז די געזעץ איז נישט כולל דאס וואס זי האט געטוהן און אז אויב די ריכטער האלטן אז די געזעץ רעכנט יא אריין אירע שריט דאן זאלן די ריכטער אנידערשטימען די טייל פונעם געזעץ וועלכע דעקט אזעלכע שריט ווי דאס וואס זי איז באגאנגען ווייל עס פארלעצט די ערשטע אמענדמענט או פרייהייט פון אויסדרוק (זי האט אבער נישט געמאכט דעם ארגומענט אז די גאנצע געזעץ בכלל פארלעצט די ערשטע אמענדמענט)
זי האט אפעלירט די באשלוס און די ניינטע קרייז געריכט האט צו ערשט געבעטן פון א רייע לעגאלע גרופעס אריינצושיקן פריינט פון געריכט בריוון אויסצודרוקן זייערע שטעלונגען בעפאר די געריכט אורטיילט דערויף
די געריכט איז געגאנגען ווייטער און געגעבן פאר די לעגאלע ארגאנאזאציעס א ליסטע מיט פראגן וועלכע זיי זאלן אדרעסירן און אין דעם אריינגערעכנט די פראגע אויב די עצם געזעץ פארלעצט די ערשטע אמענדמענט, עפעס וועלכע פרוי סינענעג האט ניטאמאל פרובירט צו זאגן אינעם דיסטריקט געריכט אדער ביים אפעלירן צום ניינטן קרייז געריכט
עווענטועל האט די פאנעל אויפן סירקוט קאורט טאקע ארויסגעווארפן די דיסטריקט אורטייל זאגנדיג אז די גאנצע געזעץ איז אומקאנסטיטוציאנאל און פארלעצט די ערשטע אמענדמענט
ריכטער וואלאס טאשימא (אן אזיאנער אפשטאמיגער נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) האט געשריבן זיין אורטייל פאר א פאנעל אויפן סירקוט קאורט מיט וועלכע די פולע פאנעל איז געווע איינשטימיג אז די געזעץ טוט אומריכטיג קרימינאליזירן איינפאכע ווערטער אויסגעדרוקט צו די אייגענע פרוי, עלטערן,פריינט, קאלעגע , סטודענט און אנדערע באקאנטע זאגנדיג אז איך בין דיך מחזק צו פארבלייבן דא
לויט די געזעץ קען מען ארעסטירן א באבע וועלכע רעקאמענדירט איר אייניקל צו זיך אויפצוהאלטן אין לאנד נאך וואס די וויזא לויפט אפ אין די צייט וואס מען פרובירט צו באקעמפן דעפארטאציע און קען אריינלייגן אין פראבלעמען פובליק באאמטע אין סענקטשיוערי סיטיס פארן ארויסהעלפן אימיגראנטן (נישט מצד נעמען שריט נישט מיטארבעטן מיט די פעדעראל געזעצען אדער עס שטערן נאר איינפאך צוליב דאס פארלעצן די 1986 למספרם געזעץ מיטן מסית זיין מונדליך אנדערע זיך אויסצופייפן אויפן געזעץ)
דער ריכטער ברענגט ארויס אז עס קען אפילו באטרעפן רעדנער ביי פרא אימיגראציע ראליס וועלכע רעדן איבריג שטארק לטובת אימיגראציע
די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די קעיס און פאריגע וואך געאורטיילט ארויסצושליידערן די אורטייל פונעם ניינטן קרייז געריכט
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטערין גינזבורג פאר אן איינשטימיגן געריכט און ארויסגעברענגט אז זיי אדרעסירן ניטאמאל די פראגע וואס די דיסטריקט געריכט האט באהאנדלט נאר די אורטייל פונעם ניינטן קרייז געריכט
די געריכט אנערקענט אז געריכטן מעגן זיך רעזערווירן די רעכט צו קוקן אויף א בריטערע אויסוואל פון פראגן און ארגומענטן ווי דאס וואס די צוויי זייטן פרעזענטירן די געירכט (און די סופרים קאורט אליינס טוט אזוי אין מערערע פעלער) אבער לויט די געריכט האט די ניינטע קרייז געריכט עס גענומען צו אן אויסנאם איבערגעטריבענע שטאפל מיטן אורטיילן אויב די גאנצע געזעץ איז בכלל אויסגעהאלטן אין די צייט וואס סינענעג האט בסך הכל גע'טענה'ט אז אירע שריט זענען אדער נישט געדעקט אונטערן געזעץ און אויב יא זאל די טייל פונעם געזעץ וועלכע נעמט אריין אפילו אזא פאל ווי איר ווערן אויסגעשניטן פונעם געזעץ
לויט די ריכטער איז די סירקוט קאורט געגאנגען צי ווייט מיטן אפילו באטראכטן די גאנצע געזעץ אן א פארלאנג עס צו טוהן פון כאטש איינע פון די צוויי זייטן און דעירבער ווערט די קעיס צוריקגעשיקט צום סירוקט קאורט אז זיי זאלן אורטיילן בלויז אויף וואס סינענעג בעהט
אין אנדערע ווערטער האט די געריכט אפגעשיבט די ספעציפישע קעיס און עס איז צו ערווארטן אז אויב די ניינטע סירקוט האט געאורטילט לטובת סינענעג אויף אזא ברייטע וועג וועט זי עס זיכער טוהן נאכאמאל ווען די פראגע איז פיל שמעלער
די פראגע איז נאר אויב ווען די גאנצע געזעץ וועט מער נישט ליגן אויפן וואגשאהל וועט אין אזא פאל די סופרים קאורט מער נישט שפורן פאר וויכטיג צו אקצעפטירן די קעיס ווען זי ווערט צוריקגעשיקט צו זיי וואס אין אזא פאל איז סינענעג ארויס א זיגער
איך שפעקוליר אויב נישט דאס איז געווען די סטראטעגיע פון די ליבעראלע בלאק וועלכע האט נישט געהאט וואס צו פארלירן מיטן שרייבן אזא אורטייל
זיי האבן מעגליך פארשטאנען אז עס איז סייווי נישטא קיין מאיאריטעט צו עלימינירן די פולע געזעץ און האבן דעריבער זיך אנטזאגט פון באהאנדלען די געזעץ און ליבערשט צוריקגעשיקט די פראגע צום ניינטן קרייז געריכט גיבנדיג א שאנס פאר א סינענעג זיג און אויף גענוג א באשיידענע וועג אז עס זאל נישט ווידעראמאל לאנדן אינעם סורים קאורט און פון די אנדערע זייט האבן זיי ניטאמאל געמוזט זאגן אז די עצם געזעץ איז אויסגעהאלטן (נאר בלויז אז דאס איז נישט געווען די קעיס אינעם איצטיגן פאל)

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך האלץ האקער » זונטאג מאי 10, 2020 2:17 pm

אביסל טיפער האט געשריבן:יישר כח @הבל. דא איז מיין פלאץ ווי איך קום זיך אויסליפטערן פון די אלע שרעקעדיגע נייעסן אין ליינען וועלטליכע נייעס. קיפ איט אפ!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 10, 2020 2:46 pm

האלץ האקער האט געשריבן:
אביסל טיפער האט געשריבן:יישר כח @הבל. דא איז מיין פלאץ ווי איך קום זיך אויסליפטערן פון די אלע שרעקעדיגע נייעסן אין ליינען וועלטליכע נייעס. קיפ איט אפ!

יישר!

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אידישע מוח » זונטאג מאי 10, 2020 2:59 pm

הבל יישר כח גדול

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג מאי 10, 2020 7:33 pm

אידישע מוח האט געשריבן:הבל יישר כח גדול

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג מאי 10, 2020 7:49 pm

יישר כוח @הבל!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 12, 2020 5:32 pm

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג בהר בחוקותי




איבערמארגן דינסטאג וועט פארקומען צוויי ספעציעלע וואל פארמעסטן איבער קאנגרעס זיצן
איינס וועט זיין אין קאליפארניע'ס 25'סטע דיסטריקט צווישן דעם רעפובליקאנע מיליטערישע וועטעראן מייק גארסיא און צווישן די דעמאקראטישע סטעיט סענאטאר קריסטי סמיט
די זיץ איז ליידיג געווארן מיט די רעזיגנאציע פון דעמאקראטישע ערשט טערמיניגע קעטי היל וועלכע האט באוויזן איבערצודרייען די זיץ צו בלוי אבער טראץ די טוישנדע דעמאגראפיקס און די פאקט אז הילערי קלינטאן האט געוואונען דעם דיסטריקט מיט 7% איז ערווארטעט אז גארסיא האט גוטע שאנסן צוריקצוכאפן דעם זיץ קאמפיינענדיג אלץ דרויסנדיגער אקעגן א לאנגיעריגע פאליטיקאנט און האבנדיג געפירט א געלונגענע קאמפיין אבער פארט איז די פארמעסט שמאל און אנאליסטן פאלגען עס נאך
דעמאקראטן אנערקענען אז אינעם איצטיגן פארמעסט שטטיען זיי מעגליך אויס א פארלוסט צוליב די אויבנדעמאנטע און צוגאב וואס עס איז נישט א פרעזידענטליכע וואל טאג ווען מער פון זייערע יונגע און היספאנישע וויילער וואלטן ארויסגעקומען (דער רעפובליקאנער גארסיא איז גראדע אן היספאנישער) און פרובירן זיך בארואיגן אז אפילו אויב זיי דערלייגן די זיץ וועלן זיי האבן בעסערע שאנסן עס נאכאמאל צו פארכאפן ביי די פרעזידענטליכע פארמעסט ווען דער איצטיגע געוואונער וועט דארפן נאכאמאל לויפן
די צווייטע זיץ איז אין וויסקאנסין'ס 7'טע דיסטריקט ווי די רעפובליקאנער זענען ערווארטעט גרינג אנצוהאלטן די זיץ וועלכע איז ליידיג געווארן מיט די רעטייערמענט פון שאן דאפי
*
אין די אויבנדערמאנטע פארמעסט אין קאליפארניע 25 איז ביז נעכטן צוריקגעקומען 118 טויזנט בעלאטס פון וועלכע 44%זענען געווען רעפובליקאנער צו 36% פאר דעמאקראטן
מענוטשין זאגט אז ער גייט נישט זאגן אז עס קומען פאר ערנסטע פארהאנדלונגען פאר א פרישע הילף פעקל אבער ער קען יא זאגן אז ער האט אפגעהאלטן געשפרעכן מיט אלע זייטן באזונדער און אז אסאך ווילן אויסווארטן צו זעהן ווי אזוי די ביז איצטיגע הילף ארבעט זיך אויס
*



די פרישע ציפערן צייגן אז דעמאקראטן האבן געשניטן די רעפובליקאנע אויבערהאנט מיט ארום 1000 שטימען

רעפובליקאנער האלטן אצינד פאראויס מיט 9000 מיט געציילטע צוריקגעשיקטע בעלאטס
ארום 28 טויזנט זענען פון אינדעפענדענטס אדער אנדערע פארטייען

Kollel
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » מיטוואך מאי 13, 2020 10:14 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:זונטאג בהר בחוקותי




איבערמארגן דינסטאג וועט פארקומען צוויי ספעציעלע וואל פארמעסטן איבער קאנגרעס זיצן
איינס וועט זיין אין קאליפארניע'ס 25'סטע דיסטריקט צווישן דעם רעפובליקאנע מיליטערישע וועטעראן מייק גארסיא און צווישן די דעמאקראטישע סטעיט סענאטאר קריסטי סמיט
די זיץ איז ליידיג געווארן מיט די רעזיגנאציע פון דעמאקראטישע ערשט טערמיניגע קעטי היל וועלכע האט באוויזן איבערצודרייען די זיץ צו בלוי אבער טראץ די טוישנדע דעמאגראפיקס און די פאקט אז הילערי קלינטאן האט געוואונען דעם דיסטריקט מיט 7% איז ערווארטעט אז גארסיא האט גוטע שאנסן צוריקצוכאפן דעם זיץ קאמפיינענדיג אלץ דרויסנדיגער אקעגן א לאנגיעריגע פאליטיקאנט און האבנדיג געפירט א געלונגענע קאמפיין אבער פארט איז די פארמעסט שמאל און אנאליסטן פאלגען עס נאך
דעמאקראטן אנערקענען אז אינעם איצטיגן פארמעסט שטטיען זיי מעגליך אויס א פארלוסט צוליב די אויבנדעמאנטע און צוגאב וואס עס איז נישט א פרעזידענטליכע וואל טאג ווען מער פון זייערע יונגע און היספאנישע וויילער וואלטן ארויסגעקומען (דער רעפובליקאנער גארסיא איז גראדע אן היספאנישער) און פרובירן זיך בארואיגן אז אפילו אויב זיי דערלייגן די זיץ וועלן זיי האבן בעסערע שאנסן עס נאכאמאל צו פארכאפן ביי די פרעזידענטליכע פארמעסט ווען דער איצטיגע געוואונער וועט דארפן נאכאמאל לויפן
די צווייטע זיץ איז אין וויסקאנסין'ס 7'טע דיסטריקט ווי די רעפובליקאנער זענען ערווארטעט גרינג אנצוהאלטן די זיץ וועלכע איז ליידיג געווארן מיט די רעטייערמענט פון שאן דאפי
*
אין די אויבנדערמאנטע פארמעסט אין קאליפארניע 25 איז ביז נעכטן צוריקגעקומען 118 טויזנט בעלאטס פון וועלכע 44%זענען געווען רעפובליקאנער צו 36% פאר דעמאקראטן
מענוטשין זאגט אז ער גייט נישט זאגן אז עס קומען פאר ערנסטע פארהאנדלונגען פאר א פרישע הילף פעקל אבער ער קען יא זאגן אז ער האט אפגעהאלטן געשפרעכן מיט אלע זייטן באזונדער און אז אסאך ווילן אויסווארטן צו זעהן ווי אזוי די ביז איצטיגע הילף ארבעט זיך אויס
*



די פרישע ציפערן צייגן אז דעמאקראטן האבן געשניטן די רעפובליקאנע אויבערהאנט מיט ארום 1000 שטימען

רעפובליקאנער האלטן אצינד פאראויס מיט 9000 מיט געציילטע צוריקגעשיקטע בעלאטס
ארום 28 טויזנט זענען פון אינדעפענדענטס אדער אנדערע פארטייען
צוגעלייגטע
IMG_20200513_101014.jpg
IMG_20200513_101014.jpg (41.84 KiB) געזעהן 731 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 14, 2020 10:45 am

דאנערשטאג בהר בחוקותי

די וואך איז מען נישט אנגעקומען צו אפדעיטן טעגליך די אשכול אבער פטור בלא כלום אי אפשר איז פאלגענד כאטש א שטיקעלע באריכט איבער די מונדליכע ארגומענטן אין אן היסטארישע לענדמארק קעיס וואס איז פארגעקומען די וואך



דינסטאג האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס ארום פארעפנטליכן פינאנציעלע דאקומענטן אין פארבינדונג פון פרעזידענט טראמפ

די ארגומענטן זענען געווען צוטיילט אין צוויי קעיסעס ווען אין אנהויב האט מען באהאנדלט די סובפינע אין וועלכע דריי קאנגרעס קאמיטעען האבן אין אפריל 2019 למספרם פארלאנגט פינאנציעלע רעקארדס פונעם פרעזידענט

די קאנגרעס איבערזיכט און רעפארם קאמיטע האט געבעטן די דאקומענטן פון מעזערס וועלכע איז דעם פרעזידענטס לאנגיעריגע אקאונטענט פירמע אנגעבליך אלץ טייל פון א קאנגרעס אויספארשונכ אין די רעגירונג עטיקס געזעצן

די קאנגרעס פינאנציעלע סערוויסעס קאמיטע און די שפיאנאזש קאמיטע האבן פארלאנגט דאקומענטן פון דויטשע באנק און קעפיטאל וואן וועלכע זענען געווען פון די גרעסטע פארלייער פארן פרעזידענט און די פארלאנג איז אנגעבליך געווען אלץ טייל פון אן אויספארשונג אין מעגליכע אויסלענדישע איינפלוס אין די אמעריקאנע וואלן

די סעסיע האט זיך געעפנט מיט די רעדע פון פעטריק סטראוברידזש וועלכע ארויסגעברענגט אז קיין געריכט האט נאכנישט ערלויבט די קאנגרעס באנוץ פון סובפינע מאכט איבער פערזענליכע דאקומענטן פון אן אמטירנדע פרעזידענט
און אז די קאמיטעען האבן ניטאמאל פרובירט צו צייגן סיי וועלכע קריטישע לעגיסלאטיווע געברויך פאר די דאקומענטן זיי זוכן צו סובפינען

ראבערטס איז געגאנגען ערשט מיט זיין פראגע פרעגנדיג אויב לויט סטראוברידזש קען קאנגרעס אויף קיין פאל נישט סובפינען א פרעזידענט'ס פערזענליכע רעקארדס אדער איז ער איינשטימיג אז אין געוויסע פעלער איז עס יא בארעכטיגט

סטראוברידזש האט איינגעשטימט אז טעארעטיש איז דא אזא מעגליכקייט אבער עס מוז נאכקומען א הויכע סטאנדארט

ראבערטס האט דאן אויסגעפירט אז אויב אזוי קומט די קעיס אראפ צו די פליכט פון די געריכט צו באלאנסירן די קאנקורירנדע אינטערסען אויף ביידע זייטן און דאן זענען די ריכטער אריין אין א פראגע אין דעבאטע צירלק מיט סטראוברידזש פאר די איבריגע טייל די ארגומענט איבער ווי אזוי צו שאפן דעם ריכטיגן באלאנס און וואס די באגרעניצונגען זענען אויף קאנגרעס צו קענען סובפינען

ווען טאמאס האט געבעטן אויסצוקלארן די פראגע האט סטראוברידזש ווידערהאלט אז די רעכט פאר קאנגרעס איז זייער באגרעניצט און אז די אינפארמאציע וועלכע זיי זוכן דארף זיין פאראויס קוקנד און זאמלונג פון פרישע אינפארמאציע ווי איידער צוריק צוזאמשטעלן פארלאפענע היסטאריע

ברייער (וועלכע האט סערווירט אלץ ספעציעלע פראקוראר ביי די וואטערגעיט אויספארשונג) האט געפרעגט אז לויט די סטראוברידזש באגרעניצונג וואלטן געריכטן נישט געמעגט ערלויבן פאר אויספארשער ביי די וואטערגעיט סקאנדאל צו באקומען די "פרעזידענטליכע" רעקארדס און הגם דאסמאל האנדלט מען פון "פערזענליכע" רעקארדס (נאך פון בעפאר טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס) פארוואס זאל די סטאנדארט זיין אנדערש ביי פרעזידענטליכע רעקארדס ווי ביי פערזענליכע רעקארדס?

סטראוברידזש האט דאן זיך באקלאגט אז ערלויבן די סובפינעס אריינצוגיין אין אפעקט וועט איז געציהלט צו פארפאלגען דעם פרעזידענט און וועט שטערן דעם פרעזידענט'ס מעגליכקייטן צו פירן די רעגירונג 24 שטונדן אין טאג

אבער סאטאמאיאר האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די געריכטן האבן שוין מערערע מאל באשטעטיגט אז אזוי לאנג ווי קאנגרעס בעהט עס פאר איבערצייגנדע לעגיסלאטיווע געברויך און עס איז רעלעוואנט צו זייער אויספארשונג איז עס אויסגעהאלטן און לויט איר איז עס נישט יושר'דיג צו שטעלן מער פארלאנגען אויפן קאנגרעס ווען זיי שטייען נאך אין אנהויב פון זייער אויספארשונג

קעיגען האט אויך איבערגעזאגט די זעלבע און צוגעלייגט אז עס איז נישט די ערשטע שטרייט צווישן די צוויי רעגירונג פליגלען און אין די פארגאנגענהייט פלעגט עס ווערן אויסגעהאמערט צווישן ביידע זייטן אבער דאסמאל האט טראמפ ארויפגעשטעלט באשטאנדטיילן אין די וואג פון צעהן טאן אויף די וואג וועלכע טיילט אפ די צוויי זייטן וועלכע מאכט עס אוממעגליך פאר קאנגרעס אויסצופירן אירע פליכטן

גארסוטש האט פרובירט פארצושלאגן אז די געריכט זאל זיך אפשאקלען פון די גאנצע קעיס אבער נאכדעם בעסער ערקקלערט זיין פראגע אלץ מער א פראקטישע אז פארוואס זאל מען נישט ווארפן די יאך אויף קאנגרעס געהעריג צו ערקלערן זייער לעגיסלאטיווע מאטיוון אין די געזוך פאר די דאקומענטן

דאן האט דער יוסטיץ דעפארטמענט דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל וועלכע האט געהאט אריינגעשיקט א פריינט פון געריכט בריוו אין שטיצע פונעם פרעזידענט גענומען דאס ווארט

דזשעפרי וואל האט ארויסגעברענגט אז די סובפינעס זענען איינפאך געשיקט צו סעקירן און אונטערמינעווען דעם פרעזידענט און אז די ציהל איז צו פארשן און נישט עס צו נוצן דורכצופירן געזעצן און אז עס נישט צופיל צו בעהטן פון קאנגרעס צו ערקלערן וועלכע געזעץ זי באטראכט דורכצופירן און ווי אזוי פונקטליך די אינפארמאציע פונעם פרעזידענט קען זיי בייהילפיג זיין

ראבערטס האט אים דאן געפרעגט אז אויב אזוי איז עס די פליכט פון די געריכט צו באשליסן וואס די ריכטיגע ציהל פון קאנגרעס איז און ווי אזוי גענוי זאל די געריכט זיך דערגרונטעווען דערצו? זאל די ריכטער פארשן וואס עס ליגט אין די געדאנקען פון קאנגרעסלייט? אדער גאר אראפרופן קאנגרעסמיטגלידער זיי צו פארשן איבער זייער ריכטיגע ציהל?

גינזבורג האט אוועקגעמאכט די פארלאנג פאר קאנגרעסלייט צו האבן א קלארע לעגיסלאטיווע פלאן אין אנהויב פון זייער אויספארונג ביים שיקן סובפינעס זאגנדיג אז צו ערשט דארף קאנגרעס קענען געהעריג פארשן און צו דעם באדארפן זיי די אינפארמאציע און ווען זיי וועלן האבן א קלארע בילד ווען זיי קענען אויפקומען מיט די ריכטיגע לעגיסלאציע און טראץ וואס די פארלאנג פאר דאקומענטן מוזן האבן א לעגיסלאטיווע ציהל וועט די דאקומענטן עווענטועל העלפן מיט די לעגיסלאציע
אויב א פאליציי אפיציר שטעלט אפ א מאטאריסט און ערקלערט שפעטער אין געריכט אז ער האט עס געטוהן צוליב וואס יענער האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי א סטאפ סיין קען נישט דער דרייווער זאגן פארן געריכט אז ביים אפשטעלן האט דער אפיציר עס נישט געטוהן צוליב די סטאפ סיין נאר פאר שוואוילטאג

וואל האט איינגעשטימט אז קאנגרעס וואלט געקענט צו ערשט בעהטן דאקומענטן פון אמעריקאנע בירגער אויב זייער עווענטועל ציהל איז אז נאכן פארשן זאל מען קענען דורכפירן לעגיסלאציע אבער ביים פרעזידענט צוז יא זיין א העכערע סטאנדארט ווי דעם צוליב די געפאר פון שטערן און אונטערמינעווען דעם פרעזידענט און זיינע פליכטן

דער אדוואקאט פאר די קאמיטעען איז געווען דאגלעס לעטער און געזאגט אז קאנגרעס האט ארויסגעשטעלט ספעציפישע בילס וועלכע דעמאנסטרירט קלאר די לעגליסלאטיווע ציהלן פון קאנגרעס אין די אויספארשונגען און האט פרובירט צו בארואיגן די ריכטער אז קאנגרעס אנערקענט אז עס זענען יא דא באגרעניצונגען ווען קאנגרעס קען סובפינען

די פראגע וואס גענוי די באגרעניצונגען זענען האט פארנומען א גרויס טייל פון לעטער'ס צייט ווען ראבערטס האט אים גלייך געבעטן אויפצוקומען מיט א ביישפיל ווען קאנגרעס וואלט נישט געווען ערלויבט צו סובפינען, דהיינו א פאל ווען עס איז נישט מעגליך אז קאנגרעס זאל קענען זאגן אז זייער ציהל איז לעגיסלאציע (ווייל אויב איז נישטא אזא זאך באדייט עס אז קאנגרעס איז נישט עכט באגרעניצט ווייל זיי קענען אלעמאל שרייען אז עס האט א לעגיסלאטיווע ציהל)

לעטער האט רעאגירט זאגנדיג אז די לעגיסאלאטיווע מאכט פון קאנגרעס איז זייער ברייט

ראבערטס האט איז געווארן אנטוישט פונעם ענטפער זאגנדיג אז דאס איז נישט א באגרעניצונג און זיין ענטפער קוקט בכלל נישט אויס צו האבן גענומען אין באטראכט אז דא רעדט מען פון א סובפינע אין וועלכע דער פרעזידענט איז פארמישט

דאן האט גינזבורג געבעטן פון לעטער צו ערלקערן וואס פונקטליך פארזיכערט דעם פרעזידענט פון סובפינעס וועלכע זענען געצינלט איינאך צו טשעפען מיטן פרעזידענט און לעטער האט רעאגירט אז קאנגרעס קען נאר סובפינען מיט לעגיסלאטיווע מאטיוון

אויף דעם האט אליטא זיך געוואונדערט: איז טאקע בלויז די פאקט אז א סובפינע קען קוואליפיצירן (אויך) פאר לעגיסלאטיווע ציהל א פארזיכערונג אז עס איז נישט עכט געציהלט צו אונטערמינעווען דעם פרעזידענט?! דאס איז קיין פארזיכערונג, איז עס?!

דאן האט אליטא ווייטער געפרעגט אויב עס וואלט געווען ערלויבט צו פאר קאנגרעס צו סובפינען די פינאנצעלע רעקארדס פון אן אמטירנדע פרעזידענט און זיין פאמיליע אלץ טייל פון א שטודיע אויף א מעגליכע מיטל קלאס שטייער רעפארם

לעטער האט רעאגירט אז עס וואלט פילייכט געקענט זיין אויסגעהאלטן און זיין ענטפער האט געוויס נישט איבריג באצויבערט אליטא

אויך גארסוטש האט געשטופט לעטער אהערצושטעלן א קלארע באגרעניצונג טעסט און אוועקגעמאכט די געדאנק אז וויבאלד א סובפינע דארף זיין פאר לעגיסלאטיווע ציהלן און קאנגרעס האט גאר ברייטע לעגיסלאטיווע מאכט קען זייער סובפינע רעכט מעגליך זיין גרעניצלאז

גארסוטש האט געזאגט אז טייל פון די אנדערע מעגליכע באגרעניצונגען לעטער האט ערווענט איז נישט גענוג צו באשוצן דעם פרעזידענט'ס פריוואטע רעקארדס איז אויב אזוי וואס גענוי באשוצט יא דעם פרעזידענט?

קעווענאו אלץ דער מערסט דזשוניאר ריכטער איז געגאנגען צו לעצט און זיינע פראגן זענען אין טייל געווען א סך הכל פון די פראגן פון די ריכטער בעפאר אים
קעווענאו האט ארויסגעברענגט אז פון איין זייט טענ'ט דער פרעזידענט אז בארעכטיגן די סובפינעס וועט זיין א געפאר פאר אלע פרעזידענטן אינעם צוקונפט אבער קאנגרעס שרייט אז אזוילאנג ווי עס האט א לעגיסלאטיווע ציהל איז עס אויסגעהאלטן
אבער פארט איז דא א פראבלעם אז כמעט יעדע זאך קען ווערן כאראקטעריזירט אלץ מעגליך בענעפיטירנד פאר צוקונפטיגע לעגיסלאציע
איז אויב אזוי ווי אזוי פארזיכערן מיר אז קאנגרעס באקומט וואס זי איז בארעכטיגט אבער דער פרעזידענט בלייבט באשוצט? פארוואס זאלן מיר נישט פארלאנגען פון קאנגרעס צו צייגן אינפארמאציע וועלכע דעמאנסטרירט קלאר אז די אינפארמאציע וועלכע זיי זוכן איז קריטיש וויכטיג פאר זייערע לעגיסלאטיווע פלענער און מעגליך דורכדעם עטוואס באלאנסירן די קאנקורירנדע אינטערעסן אז עס איז בלויז ערלויבט אין אזא פאל

דאן איז מען אריבער צום צווייטן קעיס אין וועלכע א ניו יארק גרענד דזשורי אויספארונג האט געפירט צו א סופינע צו מעזערס און פרעזידענט טראמפ האט זיך געוואנדן צום צווייטן סירקוט קאורט עס צו בלאקירן

אין די דאזיגע קעיס האט דזשעי סעקולא רעפרעזענטירט דעם פרעזידענט און אנגעהיבן אז די קאנסטיטוציע פארלאנגט צייטווייליגע פרעזידענטליכע אימיוניטי און ערלויבן די סובפינעס פאראויסצוגיין וועט באוואפענען לאקאלע דיסטריקט אטוירניס פון וועלכע א גרויס טייל זענען געווארן ערוועלט צו סעקירן, שטערן און זיך רייצן מיטן אמטירנדען פרעזידענט אויספירנדיג אז דאס איז נישט עפעס הוילע שפעקולאציעס נאר ווירקליך וואס עס האט פאסירט אין דעם קעיס

אבער אנדערש ווי אין די ערשטע קעיס ווען עס האט זיך געהאנדלט פון קאנגרעס ווען דאן האבן א מאיאריטעט ריכטער איסגעקוקט היבש אומאיבערצייגט פון אדוואקאט לעטער און זיין קעיס האבן די ריכטער אין די קעיס אויסגעקוקט מער סימפאטיש צו די זייט פון די דיסטריקט אטוירני און זיינע שטעלונגען

סעקולא האט אריינגעהויבן סקעפטיציזם פון רעכטס און לינקס ווען ראבערטס גייט דאס מאל אויך פתיחה זאגנדיג אז טראמפ האט בכלל נישט געמאכט דעם ארגומענט אז א גרענד דזשורי קען נישט "פארשן" אן אמטירנדע פרעזידענט נאר בסך הכל געזאגט אז די "סובפינע" זאל נישט קענען פאראויסגיין

סעקולא האט איינגעשטימט אז דער פרעזידענט זוכט נישט אימיוניטי פון די גאנצע אויספארשונג און די פארלאנג איז בלויז אויף די סובפינע אויף וואס ראבערטס האט זיך געוואונדערט: דאן איז דיין ארגומענט אז עס איז אקעי פאר די גרענד דזשורי צופארשן דעם פרעזידענט אבער זיי זענען געבונדן די הענט פון זיך באנוצן מיט די טראדיציאנאלע מערסט אפעקטיווע געצייג וועלכע גרענד דזשוריס נוצן און אלגעמיין?

און אויף די טענה אז סובפינעס און זייערע אויפדעקונגען שטערן פרעזידענטן פון אויספירן זייערע פליכטן האט ראבערטס דערמאנט אז ווען א ציווילע קעיס איז געווארן אריינגעטראגן אקעגן פרעזידענט קלינטאן האט עס די סופרים קאורט אין די קלינטאן אקעגן דזשאונס קעיס ערלויבט אפווארפנדיג די טענה אז סובפינע אויפדעקונגען שטערן פרעזידענטליכע פליכטן פון ווערן אויסגעפירט

אויף ברייער האט ציטירט יענע אורטייל און ארויסגעברענגט אז צענדליגע טויזנטע בירגער קענען אריינטראגן ציווילע לאוסוטס אקעגן דעם פרעזידענט איז פארוואס זאל נישט זיין די זעלבע סטאנדארטן ביים קלאגן דעם פרעזידענט ווי ביים קלאגן איינפאכע בירגער? אויב די סובפינע לייגט ווירליך ארויף צופיל דרוק אויפן פרעזידענט און ער קען איבערצייגן פאר די געריכט אז עס שטערט אים פון אויספירן זיין ארבעט זאל ער ברענגן זיין קעיס פאר א ריכטער וועלכע זאל באשליסן אויב עס איז טאקע אזוי

אליטא איז יא געגאנגען פאר אביסל מער סובפינע באגרעניצונג ווי ברייער אבער פארט געוואלט לאזן די טויערן אביסל אפן פרעגנדיג צו מען דארף נישט אוועקשטעלן עפעס א באגרעניצונג קאטעגאריע אונטער וועלכע לאקאלע פראקורארן זאלן יא קענען אין טייל פעלער פארלאנגען רעקארדס
אליטא: אויב א פראקוראר גלויבט אז אינפארמאציע און באווייזן איבער די ראלע פון א דריטע פארטיי (נישט דער פרעזידענט) אין א געוויסע פארברעך איז נישט צום געפונען ערגעץ אנדערש און ער קען עס געפונען אינעם פרעזידענט'ס רעקארדס און אז ווארטן ביז די ענדע פונעם פרעזידענט'ס טערמין קען שוין מעגליך זיין צי שפעט זאל ער אין אזא פאל אויך נישט קענען כאפן א בליק דערויף?

גארסוטש האט געפרעגט פון סעקולא איבער די קלינטאן אקעגן דזשאונס קעיס בעטנדיג סעקולא צו ערלקלער: ווי אזוי פארמיידן מיר פון א בילד אונטער וועלכע אין יענע קעיס האט פרעזידענט קלינטאן נישט באקומען ספעציעלע אימיוניטי און אין די קעיס יא?

סעקולא האט פרובירט צו ענטפערן אז אין די פאל איז די דאזיגע סובפינע נישט די איינציגסטע סובפינע פאר טראמפ רעקארס (און דעריבער לייגט עס מער דרוק אויפן פרעזידענט)

אבער גארסוטש האט זיך נישט געלאזט און ווידעראמאל דערמאנט קלינטאן זאגנדיג אז אין יענע קעיס האבן די קלעגער געוואלט אנידערזעצן אן אמטירנדע פרעזידענט און אין די קעיס זוכט א גרענד דזשורי צו באקומען אינפארמאציע פון איינעם אנדערש (פון מעזערס)

איצט ביי די צווייטע קעיס איז דער אדוואקאט מטעם די רעגירונג אין שטיצע פונעם פרעזידענט געווען דער סאליסיטאר דזשענעראל אליינס ניעל פראנסיסקא גיבנדיג פאר די ריכטער א מעסיגערע אלטערנאטיוו צו די מער עקסטרעמע פארלאנג פון סעקולא

עס האט געמאכט אויסקוקן סעקולא'ס שטעלונג אביסל מער צו ווילד אדער די ריכטע האבן עס אזוי אנגעקוקט בעפאר סייווי און דעריבער איז עס מעגליך געווען א שטעקן און מייער סטראטעגיע צו מאכן די ריכטער שפורן באקוועם כאטש מיט די פראנסיסקא צוגאנג הערנדיג זיינע רייד גלייך נאך סעקולא
פראנסיסקא האט געזאגט אז צו א מינימום זאל זיין כאטש זיין א פארלאנג פאר "ספעצילע געברויך" צו באקומען די אינפארמאציע און אז די "ספעציעל געברויך" סטאנדארט וואלט באלאנסירט די אינטערעסן פון פראקורארן מיט די פרעזידענט'ס מעגליכקייטן צו טוהן זיין ארבעט

פראנסיסקא איז אויסגעשטאנען א רייע פראגן אויב די רעגירונג'ס ניי פארגעשלאגענע סטאנדארט וועלכע ער שטעלט פאר וועט נישט זיין צי שטרענג אויפן רוקן פון פראקורארן און ווי אזוי אזא סטאנדארט וואלט געווארן אויסגעטייטשט אין פראקטישן זין

אבער אין אלגעמיין האבן א מאיאריטעט ריכטער אויפגענומען מער סימפאטיש די פראנסיסקא צוגאנג ווי די סעקולא פארלאנגען

גארסוטש האט גאר אנגעדייטעט אז אונטער די רעגירונג פארגעשלאגענע סטאנדארט וועט די איצטיגע גרענד דזשורי סובפינע מעגליך קוואליפיצירן פאראויסצוגיין
ער האט עס נישט געזאגט אין קלארע ווערטער נאר פארשלייערט אין א פראגע פרעגנדיג פון פראנסיסקא איבער א היכי תמצא פון א פאל אין וועלכע א לאקאלע פראקוראר סובפינעט דאקומענטן אויסצופארשן א שטייער פארברעך, פארוואס זאל עס נישט קוואליפיצירן אונטער די "ספעציעלע געברויך" טעסט?

ראבערטס האט זיך אויך פאסמאקעוועט מיט די פראנסיסקא שטעלונג זינט אויב גיט ער מיט דעם ארגומענט קוקט עס כאטש אויס מער באשיידן און איינגעצוימט אין קאנטראסט צו די סעקולא שטעלונג

ער האט געוואלט קלארער אונטערשטרייכן די דיפרענץ פון די צוויי סארט ארגומענטן און געפרעגט פון פראנסיסקא פארוואס ער האלט אז די סעקולא ארגומענט איז נישט ריכטיג און גייט צי ווייט

פראנסיסקא איז קענטיג גרייט דערויף און ערקלערט אז אין פאקט מאכט סעקולאו א געוואלדיגע קעיס נאר די יוסטיץ דעפארטמענט האלט פשוט אז מען דארף נישט גיין ביז אהין צו באפרייען טראמפ פון די סובפינע און אפילו מיט זיין באגרעניצטע ארגומענט קען טראמפ אויף לויז ווערן פון די סובפינע

דאן האט אויפגעטראטן די אדוואקאט פארן מאנהעטען דיסטריקט אטוירני'ס אפיס קערעי דאנע
לויט אנאליסטן האט דאנע געמאכט א פיל בעסערע ארבעט ווי לעטער (פון די קאנגרעס קעיס) און ער האט צו ערשט אנערקענט אז זיין אפיס קען נישט פארשן די אפיציעלע שריט פון אן אמטירנדע פרעזידענט אבער ארויסגעברענגט אז דאסמאל פארשט ער א דריטע פארטיי (מעזערס) אן די מינדעסטע באווייז פון פאליטישע מאטיוון

ער האט אנגעוויזן אז לויט די טראמפ שטעלונג איז דער פרעזידענט באשוצט פון סיי וועלכע אויספארשונג אפילו אין פאל וואס אויב מען זאל אויסווארטן ביז ער ענדיגט זיין טערמין וואלטן פראקורארן פארלוירן די רעכט פון קלאגן צוליב די סטעטשו אף לימיטעישאנס

דאנע האט איינגעשטימט צו פראנסיסקא אז ווען עס קומט צום פרעזידענט דארף עס זיין א העכערע סטאנדארט אבער מחולק געווען ווען עס קומט צו די פראגע וואס גענוי די העכערע סטאנדארט זאל זיין

לויט דאנע דארף דער פרעזידענט גיין די ערשטע טריט אויפן לעגאלן שאך ברעטל און איבערצייגן אז די סובפינע וועט פארשווערן זיין ארבעט אלץ פרעזידענט און ערשט דאן (וואס לויט אים האט עס טראמפ נישט געטוהן) קומט די רייע אויף די פראקורארן צו איבערצייגן סיי אז עס איז דא א ראציאנאלע באזיס פאר די אויספארשונג בכלל און אויך אויפווייזן אז עס איז דא אן ערנסטע מעגליכקייט אז די אינפארמאציע וועלכע די סובפינע וועט אויפדעקן וועט פירן צו רעלעוואנטע אינפארמאציע

ער האט געווארנט אז ערלויבן די פראנסיסקא פארגעשלאגענע העכערע סטאנדארט ביישפיל וועט אומדירעקט ארויפשטעלן די זעלביגע פארקריפלונג אויף די מעגליכקייט פון פראקורארן ווי די אבסאלוטע אימיוניטי סעקולא האט געבעטן

ער צייגט אן אז מען קען נישט אפיציעל פארשן א פרעזידענט ווען ער איז אין אפיס און ווארטן ביזן טערמין ענדע קען פירן צו פארלוירענע באווייזן, אדער מענטשן וועלכע געדענקן זאכן וועלכע קענען זיין רעלעוואנט קענען עס פארגעסן און באזונדער פארט קען מען אריינפארן אין סטעטשו אף לימיטעישאנס טעריטאריע
ער האט אויסגעפירט אז די אישו פארנט פון געריכט איז איבער אן עקסטרעם שמאלע פאס אבער גלייכצייטיג עקסטרעם וויכטיג

צום שלוס איז זייער שווער פאראויסשאצן ווי אזוי אן אורטייל וואלט אויסגעקוקט אבער באזירט אויף די איינדרוק וואס די ריכטער האבן געמאכט אין לויף פון די ארגומענטן וואלט געווען איבערראשנד אז זיי זאלן אקצעפטירן די סעקולא ארגומענט

וואס יא? איין מעגליכקייט איז דא אז זיי וועלן אראפשטימען די קאנגרעס סובפינע (אבער ווייט פון פארזיכערט) און אויפקומען מיט עפעס א סטאנדארט פאר א גרענד דזשורי סובפינע

די מיליאן דאלער פראגע איז וואס די סטאנדארט וואלט געווען
אויב וועט עס זיין עפעס ענליך צו פראנסיסקא סטאנדארט איז די קומענדיגע פראגע אויב א מאיאריטעט ריכטער וועלן באשליסן אז
די איצטיגע סובפינע פארלאנג קוואליפיצירט אונטער די סטאנדארט

אויב די ריכטער נעמען אן די דאנע צוגאנג בין איך אויך נישט זיכער אז דאס איז די ענדע פון די געשיכטע ווייל לויט דאנע דארף דער פרעזידענט צו ערשט איבערצייגן אז די סובפינע וועט פארווערן זיין ארבעט אלץ פרעזידענט און דאס איז עפעס וואס פרעזידענט טראמפ האט נאכנישט פרובירט צו איבערצייגן

הגם עס קען זיין גאר שווער אדער כמעט אוממעגליך צו איבערצייגן קען זיין אז דער פרעזידענט וועט דאן לויפן צום דיסטריקט קאורט מיט די טענה אז ער וויל עס פרובירן צו טוהן טראץ וואס ער וועט וויסן אז האט נישט קיין ערנסטע שאנסן ווייל ער וועט קענען פארשטיין צו שלעפן מיט די צייט גייענדיג העכער און העכער אין די געריכטן און ביז די סופרים קאורט וועט אורטיילן אויב זיין איבערצייגונג איז גענוג שטארק אדער אפילו אז זיי נעמען נישט אן די קעיס וועט מען שוין מעגליך זיין נאך די וואלן

וועט מען דארפן ווארטן צו זעהן


א לעכטיגן שבת!
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג מאי 14, 2020 11:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג מאי 14, 2020 11:10 am

וואאאף!!!!
גענדיגט ליינען און זיך ארומגעקוקט צו איך בין טאקע און אפיס אדער אפשר יא און געריכט...
טענקס א מיליאן הבל
אָעוּפָה אֶשְׁכֹּנָה וְאַרְחִיקָה נְדֹד / בַּמִּדְבָּר אָלִינָה וְאוּלַי אֶמְצָא דּוֹד

יש מנהיג לבירה!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג מאי 14, 2020 11:13 am

וואףף! די ארטיקל ראקט! גיי אן!

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך האסט נייעס » דאנארשטאג מאי 14, 2020 12:00 pm

הערליך קלאר און גרינג געשריבן!

גיי אן!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 14, 2020 12:06 pm

ישר כח אלע !

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » דאנארשטאג מאי 14, 2020 12:49 pm

אויף אזא שטיקל האט זיך געלוינט צו ווארטן, (בדיעבד)
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אור
שר האלפיים
תגובות: 2248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אור » דאנארשטאג מאי 14, 2020 5:02 pm

WOW
דער קומט אריין קלאר עס איט קען בי!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 14, 2020 5:14 pm

אור האט געשריבן:WOW
דער קומט אריין קלאר עס איט קען בי!

יישר כח!
געדולד צו ליינען ביז די ענדע?

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג מאי 14, 2020 5:36 pm

הכל הבל האט געשריבן:
אור האט געשריבן:WOW
דער קומט אריין קלאר עס איט קען בי!

יישר כח!
געדולד צו ליינען ביז די ענדע?

LOL איך זעה אז די האלטס אז די עולם ליינט נישט?
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 14, 2020 5:44 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
אור האט געשריבן:WOW
דער קומט אריין קלאר עס איט קען בי!

יישר כח!
געדולד צו ליינען ביז די ענדע?

LOL איך זעה אז די האלטס אז די עולם ליינט נישט?

איך בין נישט זיכער וויפיל האבן געדולד צו ליינען אזלעכע לענגערע באריכטן ביזן ענדע

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » דאנארשטאג מאי 14, 2020 5:50 pm

הכל הבל האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
אור האט געשריבן:WOW
דער קומט אריין קלאר עס איט קען בי!

יישר כח!
געדולד צו ליינען ביז די ענדע?

LOL איך זעה אז די האלטס אז די עולם ליינט נישט?

איך בין נישט זיכער וויפיל האבן געדולד צו ליינען אזלעכע לענגערע באריכטן ביזן ענדע

איינס זיכער, אני הקטן!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יש ברירה, רעים און 26 געסט