א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 2:07 pm

Wowow שוין לאנג נישט באזוכט די אפטיילונג, הכל הבל גייט ווייטער אהן מיט א פרישקייט!
טענקס א מיליאן!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג אפריל 17, 2020 10:50 am

פרייטאג שמיני






פריש געבאקן נאך פסח תש"פ

דזשאו ביידען: מיר האבן אומווייניגסטנס הונדערטער ערנסטע ערנסטע שפילער וועלכע האבן געהאלטן פאזיציעס אין יעדע דעפארטמענט פון די רעגירונג וועלכע האבן מיר געזאגט אז אויב איך זיג ווילן זיי צוריקקומען
*
פארהאנדלונגען זעצן פאר צווישן די ווייסע הויז און קאנגרעס און סענאט דעמאקראטן זיך אויסצוגלייכן איבער א ביל וועלכע רעפובליקאנער ווילן דורכפירן צו העלפן קלענערע ביזנעסער בעת וואס דעמאקראטן ווילן נישט הערן דערפון ווילאנג מען לייגט נישט צו מער געלטער פאר שפיטעלער און נאך
וויצע פרעזידענט פענס וועט רעדן פונעם ווייסן הויז סיטואציע צימער דורך א קאנפרענץ ליניע מיט סענאט דעמאקראטן אום איינס נאכמיטאג און שומער גיבט איבער אז זיין שטאב און שטאב פון ספיקער פעלאסי האלטן אפ קאנסטרוקטיווע געשפרעכן מיט די שטאב פון טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין
מעקאנעל איז נעכטן גערעגט געווארן אויב ער וואלט געשטיצט סיי וועלכע אפמאך צווישן מענוטשין מיט דעמאקראטן און האט געענטפערט אז ער קען נישט אינדארסירן אן אפמאך בעפאר ער זעהט עס
די געשפרעכן קומען פאר אין א צייט וואס די פאנדינג פאר די באטרעפנדע קליינע ביזנעס הילף פראגראם האט אויסגעטרוקנט
*
אין די פרישע גאלאפ אנקעטע איז פרעזידענט טראמפ'ס צופרינהייט ראטע געפאלן מיט 6% צו 43% געניסנדיג פון א 93% גינסטיגע ראטע צווישן רעפובליקאנער און בלויז 39% צווישן אינדעפענדענטס און 7% צווישן דעמאקראטן
*
א פרישע באשולדיגונג צו די פעדעראלע עלעקשאן קאמיטע באשולדיגט אז די סענאט לידערשיפ פאנד סופערפעק האט אויסגעגעבן געלט צו מוטיגן ביישטייערער צו געבן געלט צום קאמפיין פון רעפובליקאנער סענאטאר קארי גארדנער און אזא זאך איז פארבאטן לויט די געזעץ
*
די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע האט רעזערווירט 33 מיליאן דאלער פאר טעלעוויזיע רעקלאמעס אין אריזאנא, קאלאראדא, אייאווע, מעין, מישיגען, מאנטאנא, און צפון קאראליינע
*
די דעמאקראטישע פריאריטעטן יו עס עי וועט לאזן לויפן רעקלאמעס וועלכע רייסן ארונטער די טראמפ ווירוס באהאנדלונג אלץ טייל פון זייער זיבעציג מיליאן דאלער קאמפיין אין אזלעכגע שטאטן ווי פלארידא, מישיגען, פענסילוועניע און וויסקאנסין
*
די רעפובליקאנע סופערפעק אמעריקא ערשט האט אינעם ערשטן למספרם קווארטאל אויפגעטריבן 9.4 מיליאן דאלער און זיצט מיט 25.4 מיליאן דאלער אין די באנק
*
לויט א פרישע אנקעטע זיצט מעין רעפובליקאנע סענאטארשע סוזען קאלינס ביי א צופרידנהייט ראטע פון 37% צו 52% אומצופרידן
צוריק אין הערבסט 018 למספרם האט זי גענאסן פון א 51% צופרידנהייט ראטע צו 36% אומצופרידן לויט די זעלבע אנקעטע
*
אין די פרישסטע קאמפיין פאנדרעיזינג באריכט פונעם ערשטן יאר פערטל למספרם האט מעין סענאטארשע סוזען קאלינס אויפגעטריבן 2.4 מיליאן דאלער און פארמאגט א קאסע פון 5.6 מיליאן דאלער און קאנטראסט צו איר דעמאקראטישע אפאנענט שרה גידעאן וועלכע האט אויפגעטריבן 7.1 מיליאן דאלער און פארמאגט .6 מיליאן דאלער אין די באנק
*
אין די פרישסטע קאמפיין פאנדרעיזינג באריכט פונעם ערשטן יאר פערטל למספרם האט קענטאקי סענאטאר מיטש מעקאנעל אויפגעטריבן 7.5 מיליאן דאלער און פארמאגט 17.9 מיליאן דאלער אין די באנק בעת וואס זיין קעגנערין עימי מעקגרעט האט אויפגעטריבן אזויפיל ווי 12.8 מיליאן דאלער און זיצט מיט 14.7 מיליאן דאלער אין די באנק
וויפיל פון די ביישטייערונגען קומען פונדרויסן פון די סטעיט? אה, אסאך
פונטקליכער, ביי מעקאנעל באטרעפן זיי 89% פון אלע ביישטייערונגען און ביי מעקגרעט מאכן זיי אויס 96% פון אלע ביישטייערונגען
*
אין די פרישסטע קאמפיין פאנדרעיזינג באריכט פונעם ערשטן יאר פערטל למספרם האט אריזאנא סענאטארשע מארטא מקסעלי אויפגעטריבן 6.3 מיליאן דאלער און זיצט מיט 10.2 מיליאן דאלער אין די באנק
*
אין די פרישסטע קאמפיין פאנדרעיזינג באריכט פונעם ערשטן יאר פערטל למספרם האט מישיגען סענאטאר גערי פיטערס אויפגעטריבן 4 מיליאן דאלער און זיין רעפובליקאנע אפאנענט דזשאן דזשעימס האט אויפגעטריבן 4.8 מיליאן דאלער
קיינע פון די צוויי קאמפיינס האבן באריכטעט מיט וויפיל געלט זיי זין אין די באנק
*
אין די פרישסטע קאמפיין פאנדרעיזינג באריכט פונעם ערשטן יאר פערטל למספרם האט קריס קאבאך וועלכע לויפט אין די רעפובליקאנע סענאט פריימערי אין קענסאס אויפגעטריבן 242 טויזנט דאלער און זיצט מיט 317 טויזנט דאלער אין די באנק
*
אין די פרישסטע קאמפיין פאנדרעיזינג באריכט פונעם ערשטן יאר פערטל למספרם האט דער דעמאקראטידשע סענאט קאנדידאט אין קאלאראדא דזשאן היקענלופער אויפגעטריבן 4.1 מיליאן דאלער און זיצט מיט 4.9 מיליאן דאלער אין די באנק
*
אין די פרישסטע קאמפיין פאנדרעיזינג באריכט פונעם ערשטן יאר פערטל למספרם האט עארשט טערמיניגע דעמאקראטישע קאנגרעס מיטגליד קעטי פארטער פון קאליפארניע'ס 45'סטע דיסטריקט אויפגעטריבן איבער 2 מיליאן דאלער און זיצט מיט 4.5 מיליאן דאלער אין די באנק
איר רעפובליקאנע אפאנענט האט אויפגעטריבן בלויז 112 טויזנט דאלער און פארמאגט בלויז 151 טויזנט דאלער אין די באנק
*
ווי שוין באריכטעט האט די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע געווידמעט 1 מיליאן דאלער אין די מאי 12 למספרם ספעציעלע עלעקשאן צווישן מייק גארסיא (ר) און קריסטי סמיט (ד) אין די 25'סטע דיסטריקט אין קאליפארניע
אצינד האט די דעמאקראטישע קאנטער גרופע געמאלדן אז אויך זיי באשטימען א מיליאן דאלער פאר דעם פארמעסט
*
די רעפובליקאנע קאנגרעס לידערשיפ סופערפעק האט געמאלדן אז זיי האבן אויסגעשריבן 43 מיליאן דאלער צו שפענדן דעם קומענדיגן הערבסט סעזאן
צווישן די גרעסערע סומעס באמערקט ציילן זיך 3.1 מיליאן דאלער אקגען דעמאקראט פלעכטער וועלכע פארטרעט די זיבעטע דיסטריקט אין טעקסאס, 2.2 מיליאן דאלער אקעגן ברינדיסי וועלכע פארטרעט די 22'סטע דיסטריקט אין ניו יארק, 1.9 מיליאן דאלער אקעגן גאלדען וועלכע פארטרעט די צווייטע דיסטריקט אין מעין, און 1.6 מיליאן דאלער אקעגן קאקס וועלכע פארטרעט די 21'סטע דיסטריקט אין קאליפארניע
*
אין ניו דזשערסי לויפט דער ערשט טערמיניגער דעמאקראט ענדי קים פאר ווידערערוויילונג נאכן אנציען 50% פון די שטימען אין 2018 למספרם
אויף די רעפובליקאנע זייט פארמעסטן זיך קעיט גיבס און דוד ריכטער אין א פריימערי פאר דעם זיץ
ריכטער איז שוין געלאפן אמאל פארן א זיץ אינעם דערנעבנדן צווייטן דיסטריקט אבער גיבס געניסט פון מערערע אינדארסירונגען ווען די לעצטע פון זיי איז אצינד געקומען פון א גרופע וועלכע ארבעט צו רעקרוטירן און ערוועלן קאנסערוואטיווע פרויען צום קאנגרעס
*
די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין האט געפיילט א קלאגע אין געריכט אקעגן א טעלעוויזיע סטאנציע אין וויסקאנסין פארן לופטערן א פאליטישע רעקלאמע פון די ליבעראלע פריאריטעטן יו עס עי גרופע וועלכע נוצט אודיא פון פרעידענט טראמפ רופדיג די ווירוס עפידעמיע א האוקס
*
אין ליכט פון די ווירוס עפידעמיע האט סופרים קאורט געמאלדן אז זי וועט אויסהערן צום ערשטן מאל אין היסטאריע א רייע קעיסעס דורך א טעלעפאנישע קאנפרענץ
די ארגומענטן וועלן אויסגעהערט ווערן אין מאי למספרם אין רעכנט אריין די סובםינעס פון די טראמפ פינאנציעלע רעקארדס און פון די זעלבסטשטענדיגע עלעקטארס וועלכע זוכן צו קענען שטימען אנדערש ווי ווי אזוי די אויסגאנג פון די וואלן באשטימען זייער שטימע
אויסער די צווי קעיסעס וועלן נאך זיבן קעיסעס אויסגעהערט ווערן אויפן זעלבן פארעם און אין א צווייטע היסטארישע טוטיש וועלן מידיא קאנאלן קענען צושטעלן לעבעדיגע דעקונג פון די ארגומענטן אנדערש ווי ווען די ריכטער זענען פיזיש אנוועזנד אין געריכט זאל ווען לעבעדיגע בראודקעסטינג איז פארבאטן
*
ווי באריכטעט זענען מיט א צייט צוריק פארגעקומען די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אויב פאליציי זענען בארעכטיגט אפצושטעלן א דרייווער בלויז צוילב זייער וויסן אז די לייסענס פונעם אייגנטומער זענען אפגעלאפן טראץ וואס זיי זענען נישט זיכער אז דער אייגנטומער זיצט ביים רעדל און עס קען זיין אז ער האט פארבארגט זיין אויטא פאר א צווייטן וועמענ'ס לייסענס זענען יא פעליג
פאלגענד איז די געשיכטע דערנאך די אפדעיטס
א פאליציאנט אין קענסאס אויף פאטראל האט דורכגעפירט א רעגיסטראציע אונטערזוכונג אויף א לייסענס פלעיט פון א פיקאפ טרעקל און אנדעקט אז דעם יעניגן'ס לייסענס איז געווארן סוספענדירט
נו, די געלעגנהייט אפצושטעלן יענעם איז ווי אריינגעפאלן אין זיין האנט ווי א רייפע טאמאטע אבער גיי ווייס אויב דער וואס פירט דער טרעקל איז דער אייגנטומער דערפון, מעגליך אז יענער האט פארבארגט זיין טראק פאר א פריינט זינט ער קען עס נישט נוצן ביז ער איז מסדר זיין לייסענס
דער פאליציאנט האט פרובירט זיין שאנס און אפגעשטעלט דעם דרייווער לראות למי החותמת און צו זיין גליק
האט ער ווירקליך אנגעטראפן דעם אייגנטומער, א מאן מיטן נאמען גלאווער וועם ער האט זעלבספארשטענדליך צוגעטיילט די פאסיגע שטראף פאר פארלעצן די קענסאס סטעיט טראפיק געזעץ
יענער האט זיך אבער נישט געפוילט און געלאפן אין געריכט מיט א טענה אז זינט דער אפיציר האט נישט געוואוסט פון פאראויס אויב ער שטעלט אפ דעם אייגנטומער אדער א צווייטער וועלכע האט עס בלויז געבארגט האט ער צוליב דעם נישט געהאט קיין עכטע סיבה אפצושטעלן אן אומשולדיגע דרייווער וועלכע איז נישט באגאנגען קיין שום דרייווער פארלעצונג אויסער אן אומבאשטעטיגטע פארדאכט אז מעגליך איז עס דער אייגנטומער אליינס וועמענס לייסענס איז סוספענדירט און אים אפצושטעלן איז א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט
די סטעיט געריכט האט אים געגעבן גערעכט אבער די אפעלאט האט נישט איינגעשטימט דערמיט
דערנאך האט די סטעיט סופרים קאורט אנידערגעשטימט די פסק פונעם נידריגן געריכט און געאורטיילט אקעגן די פאליציי און די סופרים קאורט אין וואשינגטאן האט באוויליגט אריינצוקוקן אין די פראגע
די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און עס האט אויסגעקוקט ווי נאך זייער פרא פאליציי אורטייל אינעם פארלאפענעם טערמין גרייט זיך די געריכט ווידעראמאל צו נייטן אין שטיצע פון די פאליציי
הויפט ריכטער ראבערטס האט אנגעדייטעט אז אין זיין מיינונג איז גענונג פאר די פאליציי זיך צו פארלאזן אויף "קאמאן סענס" און טראכטן אז די טרעקל ווערט געפירט דורך איר אייגנטומער וויייל געווענליך איז דאס די פאל און פאליציי מוזן נישט זיין גאר שטארק איבערצייגט דערין צו בארכטיגן א טראפיק אפשטעל
טראץ די טענה פון קריטיקירער אז אין פילע פעלער קענען אפיצירן גאר לייכט אונטערזוכן אויב דער אייגנטומער פירט דעם אויטא צום ביישפיל ווען דער דרייווער איז א מאנס פערזאן און דורכן אריינקוקן איינווייניג איידער מען שטעלט אפ די קאר זעהט מען אז א פרוי איז ביים רעדל
ריכטערין גינזבורג האט אויסגעדרוקט סקעפטיציזם אויף די טענה פרעגנדיג אויב געבן גערעכט פארן דרייווער אין די קעיס וועט ערלויבן דרייווער וועלכע פירן זייערע אויטאמאבילן מיט סוספענדירטע לייסענס און טונקעלע פענסטער זיך ארויסצודרייען פון פאליציי אזוי לאנג ווי זיי פארלעצן נישט קיין טראפיק געזעצן ווייל די טונקעלע פענסטער וועט פארמיידן די פאליציי פון אידענטיפיצירן ווער עס זיצט ביים רעדל
אויך ריכטער קעווענאו האט אויסגעדרוקט זארג מיט די געדאנק אז פאטראל וועלן דארפן נאכפאלגן אזא טרעקל ביז ווילאנג יענער פארלעצט א טראפיק געזעץ
די ריכטער וועלכע האבן געשיינט צו זיין ס'מערסטע סימפאטיש מיטן דרייווער זענען געווען סאטאמאיאר און קעיגען וועכלע האבן געזאגט אז אפיצירן זענען גענוג ערפארן און טרענירט אלעמאל אויפצוקומען מיט א מינדערוויכטיגע טראפיק פארלעצונג פון א קאר וועם זיי זוכן דוקא אפצושטעלן און דעריבער דארף מען זיך נישט זארגן אז זיי וועלן זיין געבונדן
אצינד האט די געריכט געאורטיילט אין שטיצע פון די פאליציי
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער טאמאס און געשטיצט דורך ריכטער ראבערטס, גינזבורג, ברייער, אליטא, קעיגען און גארסוטש האבן זיך אנגעשלאסן
קעיגען האט אבער פארט געשריבן אן אייגענע אורטייל מיט אביסל אן אנדערע שפראך און איז געשטיצט געווארן דורך גינזבורג בעת וואס סאטאמאיאר האט געשריבן די אפיציעלע מינאריטעט אורטייל


א לעכטיגן שבת!
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום פרייטאג אפריל 17, 2020 12:27 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אפריל 17, 2020 11:06 am

ישר כח פאר די חמץ נאך פסח.

וואס האלטסטו בנוגע קאלינס, עס איז שוין טאסאפ, עס איז נאך פארט מער רויט, אדער עס איז גאר שוין מער בלוי?

האלטסט אז קאובאך האט עכטע גרויסע שאנסן צו געווינען די פריימערי?

א שאד די אלע געלטער וואס מען פלאשט אריין אין קענטאקי ווי מעקאנעל וועט זיכער געווינען, אפשר אפשר קען עס אויסמאכן בײ די קאנגרעס פארמעסט אין קענטאקי 6.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:01 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרייטאג שמיני

פריש געבאקן נאך פסח תש"פ

*
אין די פרישסטע קאמפיין פאנדרעיזינג באריכט פונעם ערשטן יאר פערטל למספרם האט אריזאנא סענאטארשע מארטא מקסעלי אויפגעטריבן 6.3 מיליאן דאלער און זיצט מיט 10.2 מיליאן דאלער אין די באנק


איר דעמאקראטישער קעגענער מארק קעללי האט אויפגעטריבן 11 מיליאן דאלער און האט 19.7 מיליאן דאלער אן הענד.

----
איז קאלינס דראפפינג נומבערס א קעווענאו אפעקט?

שכח הבל פאר דיינע געשמאקע באריכטן!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:29 pm

איך בין זיך מורה היתר צו באריכטן דא א אפדעיט אויף די געשמאקע קאקאש, זינט @הכל הבל איז שוין שבת'דיג. איך האף אז עס וועט אים נישט שטערן.

יעצט זעהט אויס אז מען ווערט נאנטער צו א דיעל אויף די 3.5טע קאראנעוויירוס ביל, וואס ידידינו באריכטעט אז עס איז פארהאנקעט צוליב דעם וואס די רעפאבליקאנער ווילן קודם באקומען געלט בלויז פאר די קליינע ביזנעס לאונס וואס איז שוין אויסגעלאפן פון די ארגינעלע 350 ביליאן, צו ראטעווען די ביזנעסער, און די דעמאקראטן זאגן אז מען מוז שוין מיטלייגן נאך געלט פאר די שפיטעלער פאר וויכטיגע עקוויפמענט.

יעצט רעדט מען אז לכבוד דעם וועלן די דעמאקראטן מוזן מסכים זיין אויף שינוים אין די פריערדיגע ביל, אז מען זאל נישט קענען באקומען מער אנעפלויעמענט אינשורענס ווי וויפיל געלט מען פלעגט פארדינען, (וואס איז לכולי עלמא נישט ממש א נארמאלע זאך, נאר שומער האט עס געגעבן א שטופ אריין און געפלאנט אז מען זאל נישט כאפן, און בעקיפין וואלט דאס געפארסט א העכערונג אין די מינימום וועידזש.) אבער לכבוד דעם וועלן די רעפאבליקאנער מוזן מסכים זיין עמטליך פערמענאנט צו העכערן די נאציאנאלע מינימום וועידזש פון די 7.25 א שעה וואס עס איז שוין איבער צען יאר, אפשר אפילו ביז 15 דאלער א שעה צוביסלעך.

אבער דאס אלעס איז נאך רויע איידיעס.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג אפריל 17, 2020 12:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re:

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:31 pm

מטעמים האט געשריבן:געוואלדיג שטארק הנאה געהאט.

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג אפריל 19, 2020 2:09 am

קראנא אהער קראנא אהין. הכל איז דא מיט פרישע און געשמאקע נייעס.

קיפ איט אָפ.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג אפריל 19, 2020 11:36 pm

א יישר כוח @הבל, קלאר אין דעטאלירט ווי שטענדיג!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 20, 2020 11:12 am

מאנטאג תזריע טהרה





פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער האט אויסגעשלאסן סענאטאר מיט ראמני פון אן אומפארטייאישע קאנגרעסיאנאלע טעסק פאורס איבער ווידער עפענען די אמעריקאנע עקאנאמיע אנהאלטנדיג א ריס מיטן סענאטאר וועלכע האט געשטימט אים צו אימפיטשן
*
האט דער פרעזידענט פארלאנגט אז מען זאל ארויפשטעלן זיין נאמען אויף די סטימיולוס טשעקלעך.
טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין: מיר האבן ארויגעשטעלט דעם פרעזידענט'ס נאמען אויף די טשעקס און עס איז געווען מיין געדאנק, ער איז דער פרעזידענט און איך גלויב אז עס איז א געוואלדיגע סימבאל צו די אמעריקאנע פובליק
*
פלארידא סענאטאר ריק סקאט באשולדיגט אז מערערע פירמעס וועלכע זענען אין א גוטע פינאנציעלע צושטאנד טרעפן לעכער אין די אפליקאציע סיסטעם און זויגן אויס פאנדינג פון די ספעציעלע הילף פראגראמען אוועקגעשטעלט אין ליכט פון די עפידעמיע און דאס טרוקנט אויס די קאסע פאר אזעלכע ביזנעסער וועלכע דארפן דרינגענד צוקומען צו הילף
*
די סענאט גייט זיך היינט טרעפן פאר א קורצע סעסעיע אבער עס איז נישט ערווארטעט אז אן אויסגעהאמערטע ביל פאר מער פאנדינג פאר קליינע ביזנעסער זאל שוין זיין אויסגעהאמערט און מען שלאגט זיך נאך אין גרויסן איבער ווי אזוי פרישע געלט פאר שפיטעלער און פאר טעסטינג זאל ווערן אויסגעטיילט
סענאט רעפובליקאנער האבן נעכטן געהאט קאנפרענץ קאל מיט טראמפ, מענוטשין און מעדאוס און מעקאנלע האט קלארגעשטעלט אז דעמאקראטן גייען נישט באקומען די געלט וואס זיי האבן געבעטן פאר סטעיט און לאקאלע רעגירונגען אדער פאר פראגראמען ווי סנעפ
*
ען בי סי אנקעטע:
ביידען 49%
טראמפ 42%

טראמפ צופרידנהייט ראטע 41% צו 51% אומצופרידן
ביידען 37% צו 41% אומצופרידן

איבער די מעסעדזש איבער די ווירוס
טראמפ צופרידנהייט ראטע 36% צו 52% אומצופרידן
ביידען 26% צו 29% אומצופרידן

9% מער וויילער געטרויען ביידען ווי טראמפ צו באהאנדלען די ווירוס אדער אנדערע קריזיסן בעת וואס 11% וויילער האבן צוטרוי אין טראמפ צן באהאנלדען די עקאנאמיע
*
דעמאקראטישע סענאטארן שרייבן בריוו צו היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר טשאד וואלף צימבלענדיג פארוואס די גרעניץ וואנט זעצט פאר צו ווערן געבויעט טראץ די ווירוס וועלכע בוזשעוועט
די בריוו איז אונטערגעשריבן דורך סענאטארן דזשאן טעסטער, פעטריק לעיהי, דזשין שאהין, פעטי מורעי און טאמי באלדווין
*
לויט א באריכט אין די ניו יארק טיימס מוטשעט זיך ווייסע הויז שטאב הויפט מארק מעדאוס ביים איינשטעלן רעפארמען אין ווייסן הויז און ביים אויפשאקלען שטאב און פרובירן אפצושטעלן ליעקס
זיי ברענגן ארויס אז ערשטויסט זיך אן אין די זעלבע פראבלעמען ווי זיינע פארגייער נאר אז מעדאוס איז איבער אנדערש ווי זיי אן עמאציאנאלער מאן און אז ער האט גאר לויט קוועלער געוויינט דורכאויס צוויי מיטינגען איבער שטאב אויפשאקלונג און לייגן צו אז א קושנער געהליף לייקנט עס קאטעגאריש
*
א רעקלאמע פון די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע האט פארגעשטעלט ווי דעמאקראטישע גאווערנארס ענדרו קאומא (ניו יארק) און געווין ניוסאם (קאליפארניע) לויבן פרעזידענט טראמפ פאר זיין ווירוס רעאקציע
*
צו די אומפארטייאישע קאנגרעסיאנאלע פאנעל וועלכע וועט פארמאגן איבערזיכט איבער די וואשינגטאן הילף פעקל האט מעקאנעל אויסגעקליבן פענסילוועניע סענאטאר פעט טומי און שומער האט אויסגעקליבן א געוועזענע געהילף צו סענאטארשע ווארען
*
פיט בוטידזשעדזש וועט אויפטרעטן ווירטואל ביי א ביידען פאנדרעיזינג אוונט די וואך דאנעראשטאג
*
נתן ווען ביורען איז געווען א סארדזשענט פאליציי אפיציר אין קאמינגס דזשארדזשיע וועלכע איז אין לויף פון זיין קאריערע געקומען אין פארבינדונג מיט אן זעכציג יעריגער אלמן מיטן נאמען ענדרו אלבא וועלכע פלעגט אנגעבליך פינאנצירן אומלעגאלע אקטיוויטעטן פון וועלכע ער האט פארדינט
די דעפיוטי הופיט פון די לאקאלע פאליציי דעפארטמענט איז געקומען צום אויספיר אז אלבא ליידט פון מענטאל העלט קאמפליקאציעס און קען זיין שעדליך און געווארנט אפיצירן צו האנדלען פארזיכטיג מיט אים און אוועקשטיין פון אים ווי ווייט מעגליך
אונזער אפיציר ווען ביורען האט אבער געהאלטן אז ער איז גענוג קלוג זיך אומצוגיין מיט אלבא און האט אנגעקניפט באציאונגען מיט אים
זייענדיג איינע פון די אפיירן וועלכע האבן אנטיילגענומען אין א פריערדיגע ארעסט אויף אלבא האבן זיך די צוויי באקענט און ווען ביורען איז געווארן פארמישט אין שליכטן געפעכטן צווישן אלבא און אנדערע ציווילע
ווען ביורען האט עס נישט געטוהן צוליב מיטלייד נאר ליבערשט פאר זיין אייגענע אינטערעסען זייענדיג אין א געדרוקטע פינאנציעלע צושטאנד האט ווען ביורען געפונען אין אלבא א רייפע געלעגנהייט צו פארדינען עפעס געלט און ער האט זיך געוואנדן צו אלבא מיט א פארלאנג פאר אן הלואה
ווען ביורען האט פאלש אנגעגעבן אז ער איז שולדיג 15,368 דאלער פאר זיין זוהן'ס מעדיצינישע בילס און ערקלערט פאר אלבא אז בענק וועלן אים נישט לייען קיין געלט צוליב זיין שוואכע קרעדיט
וואס ווען ביורען האט אבער נישט געוואוסט איז אז אלבא האט רעקארדירט זייערע געשפרעכן און ביי א געוויסע פונקט האט אלבא באשלאסן עס איבערצוגעבן צו א דעטעקטיוו אין די לאקאלע שעריף'ס אפיס און זיך דארט באקלאגט אז ווען ביורען האט אים געדרוקט און פרובירט ארויסצופרעסן געלט פון אים
די באקלאגעניש איז אנגעקומען ביז צו די עף בי איי וועלכע האט בסאשלאסן איינצופעדימען א סטינג אפעראציע וועלכע זאל אויסשפורן ווי ווייט ווען ביורען וועט זיין גרייט צו גיין צו מאכן אפאר טאלער
די ביורא האט אויסגעארבעט מיט אלבא אז ער וועט אין די קומענדיגע באגעגעניש מיט ווען ביורען איינגיין אים צו גיבן עפעס געלט אבער וועט אין אויסטויש פארלאנגען אז ווען ביורען זאל אים אויפדעקן אויב א געוויסע פארשוין מיט וועם אלבא האט (אנגעבליך) זיך געטראפן א נאכט בעפאר ביי צווייפלהאפטיגע אקטיוויטעטן איז גאר א באהאלטענע פאליציי אפיציר וועלכע פאלגט נאך אלבא און אנדערע אדער בלויז א ציווילע בירגער וועלכע נעמט אנטייל אין די אקטיוויטעטן
אלבא האט אויסגעפירט זיין מיסיע אין ביי א מיטאג מיט ווען ביורען אום אוגוסט 21 2015 למספרם האט ער רעקארדירט ווי אזוי ער גיבט איבער א קאנווערט פון 5 טויזנט דאלער פאר ווען ביורען זאגנדיג אז דאס איז נאכנישט אלעס
ווען ביורען האט אנגעהויבן צו פרעגן איבער א באצאלונג טערמין אבער אלבא האט עס אוועקגעמאכט מיט די האנט נאר פארלאנגט א טובה אז ווען ביורען זאל נאכקוקן און אים איבערגעבן אויב דער אויבנדערמאנטע פארשוין איז אן אונטערגעשטעלטע פאליציי אפיציר און ווען ביורען איז איינגעגאנגען דערויף
ביי די קומענדיגע באגעגעניש האט אלבא געפרעגט ווען ביורען אויב ער האט טאקע אויפגעזוכט די לייסענס פלעיטס פון יענע פארשוין אין די פאליציי דאטא בעיס אבער ווען ביורען האט זיך אנטשולדיגט זאגנדיג אז די לייסענס פלעיט נומערן וועןכע אלבא האט אים געגעבן שטעלן זיך ארויס אלץ אומריכטיג און געבעטן אז אלבא זאל אים טעקסטן די ריכטיגע נומערן
אלבא האט אים טאקע געשיקט די נומערן פון א פאלשע פלעיט פאבריצירט דורך די ביורא
ווען ביורען האט רעאגירט אז ער וועט אריינקוקן דערין אבער אז ער וויל צו ערשט האבן די "סחורה"
אלבא האט געענטפערט אז ער וועט אים האבן "2" און א פרישע באגעגעניש איז געווארן געסקעדזשועלט
ביים זיצונג האט זיך אלבא אנטשולדיגט אז ער האט בלויז געברענגט טויזנט אנשטאט צוויי (די ביורא האט אים גראדע געגעבן צוויי טויזנט איבערצוגעבן פאר ווען ביורען אבער ווי עס שיינט האט אלבא באשלאסן צו האלטן האלב פאר זיך אין טאש..)
און ווען ביורען האט אים געזאגט אז ער מוז האבן די נאמען פונעם פארשוין און נאכן עס באקומען פארשפראכן ווייטער צו טוהן דערוועגן און אלבא האט אים פארזיכערט דערנאך צו האבן די גאנצע
עטליכע טאג דערויף האט טאקע ווען ביורען נאכגעזוכט די אינפארמאציע אין די דזשארדזשיע קריים אינפארמאציע צענטער דאטא בעיס וועלכע איז אן אפיציעלע סטעיט דאטא בעיס פארבונדן מיט די נאציאנאלע קריים אינפארמאציע צענטער אויף וועלכע די עף בי איי פארפיגט
ווען ביורען האט דערנאך געשיקט א טעקסט פאר אלבא אז ער האט אינפארמאציע פאר אים און די קומענדיגע אינדערפרי האבן אגענטן געקלאפט אויפן טיהר פון ווען ביורען אין נאך א לענגערע אינטערוויו האט ווען ביורען מודה געווען אין אלצדינג
דערנאך האט א פעדעראלע דזשורי אים געפונען שולדיג אין אין קאונט פון ווייער שווינדל און איין קאונט פון קאמפיוטער שווינדל
ווען ביורען האט אפעלירט זיין שולד אורטייל צום עלפטן קרייז געריכט וועלכע האט באשטעטיגט אז ער איז שולדיג אויף די צווייטע קאונט אבער האט ארויסגעווארפן די ערשטע באשולדיגונג צוליב וואס די דזשורי איז נישט ריכטיג געווארן ריכטיג אינפארמירט איבער יענע געזעץ
ווען ביורען האט זיך אבער געוואנדן צום סופרים קאורט זאגנדיג אז אויך די קאונט אויף קאמפיוטער שווינדל דארף ווערן ארויסגעווארפן און אנגעצייגט אז לויט די צווייטע, פערטע און ניינטע קרייז געריכטן קען מען נישט אנקלגן א מענטש פארן נישטערן אין קאמפיוטערס פאר וועלכע מען דארף אויטאריזאציע אין א פאל וואס דער באטרעפנדער איז אויטאריזירט צו נוצן דעם קאמפיוטער
דאס שאפט א שפאלט מיט די ערשטע, פיפיטע, זיבעטע און עלפטע סירקוטס וועלכע לערנען יא אפ די געזעץ אז אפילו אויב יענער איז באפולמעכטיגט צו נוצן די קאמפיוטער איז עס א פארלעצונג אויב יענער זוכט באנוצט זיך דערמיט מער ווי ער איז ערלויבט ווי צום ביישפיל נוצן די קאמפיוטער פאר פערזענליכע באנוץ און נישט פאר פאליציי ביזנעס א שטייגער ווי ווען ביורען וועלכע האט געזוכט די לייסענס פלעיטס אינפארמאציע (די פארברעך פון שאפן פאר יענעם די אינפארמאציע פאר די כאבאר איז אומפארבונדן מיט די קאמפיוטער שווינדל געזעץ און יענע עוולה איז געווען די ערשטע קאונט)
לויט ווען ביורען וועט יעדע מינדעסטע רעגירונג קאמפיוטער באנוץ פאר פערזענליכע באנוץ ווי קאמיוניקאציע מיט פריינט אדער איינפאכע קאמיוטער שפילן אריינפאלן אונטער די געזעץ פון רויבן די רעגרונג קאמפיוטער אפאר פערזענליכע באנוץ אויב זאל מען ערלויבן די עלפטע סירקוט באשלוס צו בלייבן שטיין
היינט מאנטאג האט די סופרים קאורט באוויליגט אריינצוקוקן אין די קעיס

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 20, 2020 2:02 pm

ישר כח פאר די זאפטיגע קאקאש.

טראמפ האט באשטעטיגט ברבים אז מעדאוס האט געוויינט.

אין אנדערן אשכול שרייבט טאקע א איד אז ביזנעס בומט ברוך השם ביי אים, אבער ער נעמט דאך פון די פעטע לאונס, וכן נוהגין חביריו, אזוי ווי ריק סקאט טענה'ט. (נישט אז מען טאר נישט נעמען ווען מען מעג לעגאל, אבער סקאט האט א פוינט אז מען דארף פארשטאפן די לעכער.)
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג אפריל 20, 2020 2:50 pm

יישר כח @הבל!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 20, 2020 2:57 pm

יישר כח פאר ביידע פון אייך!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אפריל 20, 2020 2:59 pm

יישר כח !

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שקר » מאנטאג אפריל 20, 2020 7:58 pm

ישר כח הבל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך j718 » מאנטאג אפריל 20, 2020 11:02 pm

יישר כח
הבל גיי אן מיט א פעסטקייט
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע:
א דאנק קנעפל אנקעטע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אפריל 21, 2020 10:46 am

דינסטאג תזריע טהרה






סענאטארן טשאק שומער און טשאק גרעסלי ביידע שטארק אפטימיסטיש אז אן א פרישע הילף פעקל פאר קללינע ביזנעסער און שפיטעלער וועט היינט ווערן אויפגעברענגט אין סענאט אום 4 אזייגער און אדורכגיין
לויט סענאט פירער איז מען זיך שוין אדורכגעקומען אויף די הויפט פראגן און מען שרייבט ארבעט שוין אויף די טעקסט
פון צווישן די לעצטע סאמע לעצטע דורכברוכן האפט מען אז א פארשטענדעניש איז דעגרייכט געווארן איבער טעסטינג ווען די אדמינסטראציע האט ארגינעל געוואלט אז די מאסן טעסטינג זאל ווערן דורכגעפירט דורך די סטעיטס אבער דעמאקראטן האבן פארפירט און ווי עס קוקט אויס באקומען דאס זייעריגע אז עס זאל זיין א נאציאנאלע טעסטינג פראיעקט און סטראטעגיע
אויב די ביל ווערט היינט באשטעטיגט אין סענאט גייט עס קאנגרעס אויפברענגן ערשט דאנערשטאג אינדערפרי און קאנגרעספרוי קארטעז האט זיך שוין געלאזט הערן שארף דערקעגן זאגנדיג אז זי איז נישט נייגעריג אין קיין 5 דאלערדיגע בילס..
קארטעז וויל מער הילף פאר סטעיט און לאקאלע רעגירונגען
*
קאנגרעס גייט דאנערשטאג שטימען אויף א טויש צו ערלויבן אפשטימונגען אפילו מיט מעמבערס אפוועזנד פונעם פלאר
*
פרעזידענט טראמפ רופט גרייזיג אן די פימא אגענטור אלץ פייפא
*
סענאטאר שומער באצייכנט טרעזשורי סעקרעטאר מענוטשין גרייזיג אלץ אויסערן סעקרעטאר
*
נאך וואס וויצע פרעזידענט מייק פענס שטעלט קלאר אז ער גייט נישט קריטיקירן רעפובליקאנע מערילענד גאווערנאר לערי האוגען פאר זיך ווענדן קין דרום קארעא איינצוהאנדלען ווירוס טעסטס פאר זיין סטעיט האט פרעזידענט טראמפ אדרעסירט די פראגע זאגנדיג אז איך האלט נישט אז ער האט געדארפט גיין גיין דרום קארעא, איך האלט אז ער וואלט איינפאף געברויכט שאפן אביסל אינפארמאציע און עס וואלט אים ארויסגעהאלפן
*
דזשאו ביידען האט אויפגעטריבן אין מערץ למספרם 46.7 מיליאן דאלער וועלכע איז זיין בעסטע מאנאט דערווייל אינעם קאמפיין
אינטערסאנט איז אבער אז די צווייטע האלב פונעם מאנאט האבן זיך ביישטייערונגען עטוואס פארלאנגזאמט באזירט אויף וואס דער קאנדידאט האט אין מערץ 15 למספרם געזאגט אז דערווייל איז אריינגעקומען 33 מיליאן וואס באדייט אז אינעם צווייטן האלב איז אריינגעקומען אונטער 14 מיליאן
70% ביישטייערונגען זענען געווען אנליין און אויסגעמאכט אן עוורידזש פון 40 דאלער
*
צווישן די גרעסטע ביישטייערער אין מערץ למספרם צו די "פאראייניג דאס לאנד" פרא ביידען סופערפעק ציילן זיך סעט קלערמאן (500 טויזנט דאלער) דזשעימס סימאנס (3 מיליאן דאלער) סטוארט בעינאם (2 מיליאן דאלער) עימי פאולער (500 טויזנט דאלער) און דבורה סימאן (500 טויזנט דאלער)
*
די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע זיצט איצט מיט 35.8 מיליאן דאלער אין די באנק
מער ווי האלב דערפון (18 מיליאן דאלער) קומט פון מייק בלומבערג און די פארטיי איז שולדיג 5 מיליאן דאלער אין חובות
*
אנגעהויבן פון היינט דינסטאג וועט א מעסיגע רעפובליקאנע פרא מעין סטריט גרופע ארויסשטעלן רעקלאמעס אין ווערט פון 100 טויזנט דאלער אקעגן רעפובליקאנער אייאווע קאנגרעסמאן סטיוו קינג
*
רעפובליקאנע קאנגרעסמאן פון אייאווע סטיוו קינג אויפגעטריבן בלויז 43 טויזנט דאלער אין די ערשטע למספרם קווארטאל און פארמאגט ווינציגער ווי 27 טויזנט דאלער אין די באנק
די ארטיגע פריימערי איז געסקעדזשועלט אויף יוני 2 למספרם און ער וועט זיך פארמעסטן מיט סטעיט סענאטאר רענדי פינסטרא וועלכע זיצט מיט 416 טויזנט דאלער אין די באנק און לופטערט שוין טעלעוויזיע רעקלאמעס
*
ערשט טערמיניגע דעמאקראטן אין קאנגרעס עליסא שלאטקין, אביגיל ספענבערגער, לוסי מעקבעט און מעקס ראוס האבן אלע אויפגעטריבן 1.1 מיליאן דאלער אינעם ערשטן למספרם קווארטאל
ליזיע פלעכטער א מיליאן דאלער און דשאש הארדער 1.2 מיליאן און קעטי פארטער 2 מיליאן
די ציפערן שטרייכן אונטער די גאר שטארקע פאנד רעיזינג יאר פערטל למספרם פון וועלכע דעמאקראטן איבערן לאנד האבן גענאסן
דער אויבנדערמאנטער הארדער פארטרעט קאליפארניע'ס צענטע דיסטריקט און ער זיצט מיט 3.5 מיליאן דאלער אין די באנק בעת וואס זיין רעפובליקאנע קעגנער טעד האוזע האט אויפגעטריבן בלויז 97 טויזנט דאלער און זיצט מיט 101 טויזנט דאלער אין די באנק
*
אין ניו מעקסיקא'ס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט גרייטן זיך רעפובליקאנער צו א פריימערי צווישן פרוי הערעל וועלכע איז געווען די רעפובליקאנע קאנדידאט פאר דעם זיץ מיט צוויי יאר פריער אבער שטייט אויס אן ערנסטע קאמף מיט א גוט פינאנצירטע סופערפעק אין שטיצע פון איר קעגנער קלעירע טשעיס וועלכע איז אן אויל פירמע עקזעקוטיוו
דער געוואונער וועט לויפן אקעגן ערשט טערמיניגע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי טארעס סמאול וועלכע האט גאר שמאל געוואונען אין 2018 למספרם
*
עוואנגעליסטא רעימאס איז געווארן אנגעקלאגט מיט צווייטע גראד מארד און ער האט פארלאנגט א דזשורי פראצעס
נאכן פארהאנדלען האבן צעהן דזשורארס געזאגט אז די פראקורארן האבן איבערצייגט זייער קעיס אן קיין צווייפל
צוויי דזשורארס האבן אבער געזאגט פארקערט און אין א געווענליכע פאל וואלט דעקלערט געווארן א מיסטרייעל
די פראבלעם פאר רעימאס איז געווען זיין לאקאציע, נעמליך, ער וואוינט אין ליוזיאנא ווי די סטעיט געזעץ ערלויבט זיך צו רעכענען מיט די מיינונג פון צעהן דזשורארס אויך אויב די אנדערע צוויי זענען אומאיינשטימיג
נו, וואס זאגט די געזעץ איבער אומאיינשטימיגע דזשורי געפינסן?
איז אזוי, אין 1972 למספרם האט די סופרים קאורט באהאנדלט די פראגע אויב די זעקסטע אמענדמענט וועלכע שענקט די רעכט פאר יעדן אנגעקלאגטן צו באקומען א דזשורי פראצעס באדייט אז מען איז שולדיג בלויז ווען אן איינשטימיגע דזשורי באשליסט אזוי אדער אויך מיט א מאיאריטעט
די געריכט האט זיך געשפאלטן אין צווייען מיט 4 אין שטיצע פון אן איינשטימיגע דזשורי און 4 אין שטיצע פון א מאיאריטעט דזשורי
אלע אכט ריכטער האבן פארשטאנען אז די פערצנטע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע וועלכע פארלאנגט אייניגע רעכטן פאר אנגעקלאגטע אין פעדעראלע פראצעסן און אנגעקלאגטע אין סטעיט פראצעסן באדייט אז זייער מיינונג איבער ווי אזוי אויסצוטייטשן די זעקסטע אמענדמענט פון א רעכט פאר א דזשורי איז גילטיג און אייניג אויף א פעדעראלע און סטעיט שטאפל
דער ניינטער ריכטער איז געווען ריכטער לואיס פאועל וועלכע איז אויפגעקומען מיט א מאדנע מיטל וועג און געמאכט א פשרה גייענדיג מיט די איינשטימיגע דזשורי צוגאנג אויפן פעדעראלן שטאפל אבער ערלויבט מאיאריטעט דזשורי אורטיילן אויף א סטעיט שטאפל
איי וועסטו פרעגן ווי אזוי איז עס אין איינקלאנג מיט די פערצנטע אמענדמענט וועלכע שרייבט אז סטעיט און פעדעראלע רעכטן פאר אנגעקלאגטע זענען די זעלבע
אקעי, א גוטע קשיא אבער לויט ריכטער פאועל פארענטפערט מען עס אז די אמענדמענט איז אויף א באגרעניצט פארנעם און בלויז איבער די עצם רעכט פון א דזשורי וועלכע סטעיט זענען אויך פארפליכטעט צוצושטעלן אבער איבער גיין מיט אן איינשטימיגע דזשורי מוזן זיי נישט זיין ווי די פעדעראלע רעגירונג
די אינטערסאנטע אורטייל ווערט שוין פאר לאנגע יארן קריטיקירט אלץ אבסורד פון א לעגאלע שטאנדפונקט און איבער גאנץ אמעריקא עקזיסטירט די איינשטימיגע דזשורי דאקטרינע אבער ארעגאן און ליוזיאנא זענען פארבליבן די לעצטע צוויי שטאטן וועלכע קלאמערן זיך צו די פאועל אורטייל
פארלאפענע למספרם יאר האבן וויילער אין ליוזיאנא באשלאסן צו ברענגן אן ענדע דערצו און באשטעטיגט א רעפערענדום וועלכע איז אריין אין קראפט פארלאפענע יונואר למספרם צו טוישן צום איינשטימיגע דזשורי סיסטעם
צוריק צו אונזער רעימאס וועלכע איז געווארן געפונען שולדיג דורך צעהן פון צוועלף דזשורארס
רעימאס וועלכע איז געווארן פאראורטיילט צו לענסלענגליכע טורמע אן פאראל בעפאר די רעפערענדום טויש קען נישט דערפון געניסן אבער ער זוכט איצט אז די געריכט זאל ארויסווארפן די פאועל אורטייל און האט זיך געוואנדן צום סטעיט אפעלאט קאורט וועלכע האט ארויסגעווארפן זיין קעיס
רעימאס האט זיך דאן געקערט צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט ניטאמאל געוואלט אריינקוקן דערין
פארבליבן איז איין לעצטע שאנס צו גיין צום סופרים קאורט און די קאורט האט טאקע אקצעפטירט די קעיס
און עס אויסגעהערט אום אקטאבער 7 למספרם 2019 למספרם
די געריכט האט געשיינט צו זיין גענויגט צו אורטיילן אקעגן לואיזיאנא
אפילו גארסוטש און קעווענאו האבן אויסגעקוקט וויליג מעגליך אראפצושטימען די געזעץ
דעם מאנטאג האט די געריכט געאורטיילט אקעגן ליוזיאנא און ריכטער גארסוטש האט געשריבן די אורטייל און דערין אנגעשלאסן קעווענאו, גינזבורג, ברייער, סאטאמיאר און טאמאס
אליטא האט געשריבן די קעגן אורטייל און דערין אנגעשלאסן ראבערטס און קעיגען

וויל נישט
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וויל נישט » דינסטאג אפריל 21, 2020 10:52 am

j718 האט געשריבן:יישר כח
הבל גיי אן מיט א פעסטקייט

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג אפריל 21, 2020 12:45 pm

יישר כח @הבל!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 22, 2020 10:45 am

מיטוואך תזריע טהרה







וויצע פרעזידענט מייק פענס גייט פליען צו זיין היימשטאט אינדיאנא צו באזוכן א דזשענעראל מאטארס פלענט אין קאקאומא אינדיאנא
*
סענאט האט איינשטימיג באשטעטיגט דזשאן באביט אלץ געהילף האד סעקרעטאר, מיטשעל סילק אלץ געהילף טרעזשורי סעקרעטאר און מייקל וויקי אלץ אינדיאן העלט סערוויס סעקרעטאר
*
סענאטאר רענד פאול האט נעכטן פרובירט אויפצוברענגן א ביל צו ערלויבן סענאטארן צו שטימען אפילו ווען מען איז אפוועזנד פונעם סענאט פלאר אבער סענאט פירער מעקאנעל האט בלאקירט די פרואוו
*
די זעלבע טויש וועלכע מעקאנעל האט בלאקירט אין סענאט גייט ווערן ארויפגעברענגט פאר אן אפשטימונג אין קאנגרעס מארגן דאנערשטאג ערלויבנדיג קאנגרעסלייט צו שיקן א פארטרעטער אפצוגעבן זייער שטימע
היינט גייט די טויש ווערן פארגעלייגט פאר די קאנגרעס רולס קאמיטע און עס איז ערווארטעט אז די דעמאקראטן ווען עס באווייזן דורכצושטופן טראץ רעפובליקאנע אפאזיציע
קאנגרעסמאן טאם קאול, די העכסט ראנגיקע רעפובליקאנער אויפן קאמיטע האט נעכטן געשטורעמט אקעגן די טויש זאגנדיג אז עס וועט שאפן אן אומגעזונטע פרעצעדענט און אז עס איז א קראנק רעקאמענדירטע שריט וועלכע וועט אפשוואכן די אינסטיטוציע
*
סענאט פירער מיטש מעקאנעל האט נעכטן געזאגט אז נאך וואס די סענאט האט באשטעטיגט א פרישע הילפס פעקל נעכטן נאכמיטאג וועט די סענאט מער נישט דורכפירן קיין פרישע הילפס בילס דורך איינשטימיגע קאנסענט אן קיין געהעריגע דעבאטעס
און ער האט גערופן פאר פרישע פארזוכן צו נידערן די נאציאנאלע חוב זאגנדיג אז די ריזיגע געלטער די רעגירונג לייגט ארויף אויפן שוין אזוי אויך געשוואלענעם חוב איז עפעס וועלכע דארף אלעמען באזארגן
*
סענאטאר מעקאנעל איז איצט אינדערפרי געווען אויף א ראדיו פראגראם און ווערנדיג געפרעגט איבער ד סענאט מעגליכקייט צו בסאשטעטיגן פרישע ריכטער נאמינאציעס אין ליכט פון די אנגייענדע עפידעמיע האט מעקאנעל קלארגעשטעלט אז זיין מאטא איז "נישט צו לאזן קיין איינציגע זיץ ליידיג" און אז די עפידעמיע וועט אים נישט צוריקהאלטן פון באשטעטיגן פרישע ריכטער
ער האט צוגעלייגט אז ער האט נישט געהערט גארנישט וואס זאל אנדייטן אז די סענאט זאל נישט קענען זיין צוריק ביי די ארבעט אום מאי 4 למספרם
*
אויטאריטעטן אין ליוזיאנא האבן ארעסטירט א גלח מיט איבערפאל קלאגעס נאכן מודה זיין אז ער האט געפירט זיין קירכע באס אין ריכטונג פון א מאן וועלכע איז געשטאנען און פראטעסטירט אקעגן זיין באשלוס אנצוהאלטן גרעסערע רעליגיעזע פארזאמלונגען
*
קאנגרעספרוי דאנא שאלאלא (ד) פון פלארידא האט פארלעצט א פעדעראלע געזעץ ווען זי האט פארפעלט צו מעלדן א רייע סטאק פארקויפונגען
זי האט פארקויפט די סטאקס צוריק אין 2019 למספרם צו פארמיידן קאנפליקט אף אינטערעסט אבער נישט באריכטעט די פארקויף צום פובליק ווי עס פארלאנגט די סטאק עקט
*
מייקל בלומבערג האט אינוועסטירט 20 מיליאן דאלער אין האוקפיש, זיין אייגענע דידזשיטאל טעק פירמע שוין וואכן נאכן פארלאזן די פרעזידענטליכע פריימערי פארמעסט
*
דזשאו ביידען גייט מעלדן ביז מאי 1 למספרם איבער א פאנעל פון ראטגעבער וועלכע זאלן אים העלפן אויסקלויבן א וויצע פרעזידענט קאנדידאט מיטצולויפן אויפן טיקעט
*
די ביידען קאמפיין פלאנט צו קאמפיינען אקעגן פרעזידענט טראמפ און זיין רעאקציע צו די ווירוס עפידעמיע אונטער א שלאג ווארט גערופן די 4 "Cs" אלץ נוטריקון פון Cאוועראפ, Cאאס, Cארפארעיט פעיוואריזם און Cעיווינג אין צו לאביאיסטן
*
אינערהאלב די רייען פון מערערע דעמאקראטישע סופערפעקס הערשט ערנסטע אויפברויז אויף די שריט פון די ביידען קאמפיין ארויסצוהייבן און אומאפיציעל קרוינען די "פריאריטעטן יו עס עי" פעק אלץ די דע פאקטא גרעסטע פעק און מיט דעם אפשוואכן די איינפלוס פון די אנדערע פעקס
פריאריטעטן יו עס עי האט געמדלן אן עדווייזארי קאונסיל וועלכע האט צווישן אנדערן געציילט דזשעניפער גרענהאלם וועלכע איז די פארזיצערין פון די "אמעריקאנע בריק" סופערפעק און דאס ארויסשטעלן איר נאמען האט איר אזוי אויפגעברויזט אז זי האט געקלערט פון רעזיגנירן
*
אין דזשארדזשיע האט דעמאקראטישע סטעיט רעפרעזענטאט ווערנאן דזשאונס פאריגע וואך אינדארסירט פרעזידענט טראמפ
און נקמה האט נישט געשפעטיגט צו קומען ווען פארטיי פירער האבן איינע נאך די צווייטע זיך געשטעלט אונטער זיין פריימערי קעגנער און דזשאונס מעלדט איצט אינדערפרי אז ער פלאנט אפצוטרעטן פון פאזיציע אנערקענענדיג אז ער וועט נישט קענען איבערקומעו די דרוק אין זיין דיסטירקט וועלכע איז שטארק דעמאקראטיש
*
די מעיאר אין על פאסא טעקסאס זאגט אז מען זאל באטראכטן צו קלאגן די טראמפ קאמפיין צו באצאלן די 470 טויזנט דאלער אין זיכערהייט און אנדערע קאסטן פאר א טראמפ ראלי צוריק אין פעברואר 2019 למספרם

*
דאקטארין נאריס באב איז אן איינגעשטעלטע אינערהאלב די וועטעראן אפעירס און אינציאטאר פון א נייע סיסטעם אינערהאלב די דעפארטמענט וועלכע האט שטארק ארויסגעהאלפן סיניארס מיט זייער מעדיצינישע געברויכן און איז געשטעלט געווארן אויף א הויכע פאזיציע ארויסצוהעלפן אויספשרייטן די פראגראם צו מערערע פארמאסיס

מערערע פרויען פארמאסיסטן האבן זיך איינגעגעבן צו קוואלאפיצירן אינעם פראגראם אבער בלויז צוויי פון זיי זענען געווארן באשטעטיגט און ביידע פון זיי אונטער די 40 יאר יארגאנג

אין קאנטראסט זענען איבער פופציג פרויען העכער די פופציג געווארן אפגעווארפן און זיי האבן אנגעהויבן פירן א קאמף אז די באשלוס איז געקומען צוליב דיסקרימינאציע אקעגן זייער עלטער און יארגאנג

פרוי באב האט זיך אנגעשלאסן און גענומע א פירנדע ראלע אינעם לעגאלן קאמף און איז שפעטער געווארן געווארן באשטראפט דורך א רייע שריט צום ביישפיל ווען ביי די נייע ראלע וואס זי האט געהאט האט איר די מענעדזשמענט פארארדנט זיך צוצושטעלן צו א געוויסע ספעציפישע סקעדזשועל וועלכע איז געווען אוממעגליך פאר איר נאכצוקומען און אלץ רעזולטאט האט זי פארלוירן איר פאזיצע דארטן צו א צווייטע פרוי אונטער די דרייסיג

זעלבסטפארשטענדליך אז זי האט עס גלייך אנגעלייגט אויף איר קאמף פאר די עלטערע פרויען און געלאפן אין געריכט אקעגן אירע אויבערהארן מיט די באשולדיגונג אז מען האט זיך נוקם געווען אין איר און הויפטזעכטליך אז מען האט דיסקרימינירט אקעגן איר זעלבסט צוליב איר יארגאנג

די דעפארטמענט האט גע'טענ'הט אז מען דארף קענען אויפווייזן קלאר אז די באשלוס אוועקצונעמען איינעם דזשאב אדער שניידן יענעם'ס פליכטן איז געווען צוליב דיסקרימינאציע (צוליב יענעם'ס עלטער) און די דיסטריקט געריכט האט זיי געגעבן גערעכט און איז נישט געווען גרייט אויסצוהערן באווייזן וועלכע קענען בלויז איבערצייגן אז דורכאויס די דיסקוסיעס איבער יענעם'ס צוקונפט האט מען צווישן אנדערן "אויך" באהאנדלט די פאקטאר פון יענעם'ס עלטער

די עלפטע סירקוט האט דערנאך באשטעטיגט די דיסטריקט געריכט אורטייל אז באב וואלט געברויכט צושטעלן קלארע באווייז אז עלטער איז געווען "די" פאקטאר אינעם באשלוס איבער איר ארבעט

די סירקוט ריכטער האבן אבער קלארגעשטעלט אז זייער באשלוס קומט בלויז צוליב פרעצעדענט פון פריערדיגע סירקוטס וועלכע האבן אזוי געאורטיילט אין די פארגאנגענהייט אבער ווען נישט די פרעצעדענט פון אנדערע סירוקטס וואלטן זיי מעגליך געאורטיילט אין שטיצע פון באב

די וויכטיגע קלארשטעלונג האט געעפנט א וועג פאר באב צו איבערצייגן די סופרים קאורט אויסצוהערן די קעיס, נעמליך, צוליב די אנדייטונג אז די עלפטע סירקוט פאר זיך וואלט מעגליך אנדעארש אנגעקוקט די פראגע פון די אנדערע סירקוטס און די סופרים קאורט דארף דעריבער אוועקשטעלן וואס זיי האלטן דארף זיין די ריכטיגע פרעצעדענט אויף די פראגע

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אבער איידער מיר באשרייבן איבער די טאג אין געריכט דארף מען אביסעלע קלארער אהערשטעלן וואס די ארגומענטן פון ביידע זייטן זענען

די אנטי דיסקרימינאציע ביי די ארבעט צוליב עלטער אקט איז צוטיילט אויף צוויי באזונדערע טיילן
איינס אדרעסירט דיסקרימינאציע דורך פריוואטע ביזנעס אייגנטומער אדער דורך סטעיט און לאקאלע באאמטע
אין יענע ווערסיע פונעם געזעץ שטייט קלאר אז עס איז פארבאטן צו "דיסקרימינירן אקעגן סיי וועלכע אינדיווידועל צוליב יענעם'ס יארגאנג"
די סופרים קאורט האט שוין אין די פארגאנגנהייט באהאנדלט יענע טייל און קלאר געשריבן אז באזירט אויף די אויבנדערמאנטע שפראך אינעם געזעץ איז די לאסט אויף די קלעגער צו איבערצייגן אז עלטער האט געשפילט א הויפט ראלע ראלע ביים באהאנדלען יענעם'ס ארבעט

די פראגע איז אבער איבערן צווייטן טייל פונעם געזעץ וועלכע איז עקסקלוסיוו איבער דיסקרימניאציע דורך די פעדעראלע רעגירונג אקעגן אירע איינגעשטעלטע
אין יענע טייל שטייט שוין אנדערע ווערטער פארלאנגענדיג "אז ארבעט באשלוסן דארפן ווערן געמאכט באזירט פריי פון דיסקרימינאציע באזירט אויף יארגאנג"

די טייל איז נאכנישט געווארן דעצידירט אין סופרים קאורט און בלויז די סירקוטס האבן עס דערווייל באהאנדלט פרעגנדיג צו די טייל איז אייניג לויז צו די ערשטע טיייל וועלכע פארלאנגט פון פריוואטע מענטשן און סטעיט רעגירונגען בסך הכל "נישט צו דיסקרימינירן" אקעגן מענטשן און ארבעטער צוליב יארגאנג אדער איז די פעדעראלע ווערסיע פונעם געזעץ דירעקט געשריבן געווארן מער שטארקער אוןהארבער ווארפנדיג די לאסט אויף די רעגירונג צו איבערצייגן אז סיי די באשלוס און סיי די דיסקוסיעס וועלכע האבן געפירט צום באשלוס זענען געווען דיסקרימינראציע ריין
אצינד טענה'ט די רעגירונג די ערשטע פון די צוויי אויבנדערמאנטע ארגומענטן און באב טענה'ט די צווייטע

מערקווירדיג איז אז עס איז שוין די צווייטע קעיס איבער וועלכע די ריכטער גייען אורטיילן אינעם איצטיגן טערמין אויף די זעלבע סארט פראגע אויב מען דארף איבערצייגן אז די הויפט אורזאך פונעם באשלוס איז דיסקרימינאציע נאר די אנדערע קעיס (וואס מיר האבן שוין אויספירליך באשריבן א צייט צוריק) איז אויב קאמקעסט האט פארלעצט א ציווילע רעכט געזעץ מיטן דיסקרימינירן די ראסע פון אן אפריקאנע אמעריקאנע נעטווארק אייגנטומער


יענע געזעץ איז פיל עלטער און פון 1866 למספרם סיוויל רייטס אבער מעגליך אז ווען מען וועט הערן אן אורטייל אין איינע פון די קעיסעס וועט עס זיין אן אנדייטונג איבער די אויסגאנג פון די צווייטע

(די באריכט איבער די מונדליכע ארגומענטן באשריבן מיט א צייט צוריק, אינצווישן האט שוין די געריכט געאורטיילט אז קאמקעסט האט נישט פארלעצט יענעם'ס רעכטן)

צוריק צו אונזער קעיס און איבער ווי אזוי זאכן האבן זיך אויסגעשפילט אין געריכט צימער
ריכטער קעווענאו האט ערווענט אז די שפראך פון די פעדעראלע געזעץ נוצט די ווארט "שריט" וועלכע איז אן אנדייטונג אז עס באציהט זיך בלויז צו פאקטישע באשלוסן און שריט גענומען מיט דיסקרימנירנדע מאטיוון

ריכטער גארסוטש האט געפרעגט פון באב'ס אדוואקאט אויב זיין אויסטייטש פונעם געזעץ באדייט אז קאנגרעס האט געשטעלט אנדערע מאסנאמען ווען צו קלאגן די פעדעראלע רעגירונג און ווען צו קלאגן די סטעיט רעגירונגען און פריוואטע ארבעטסגעבער אויף די זעלבע זאך

ריכטער אליטא האט געפרעגט אויב מען גייט איצט קענען קומען קלאגן אין פעלער וואס עס איז קלאר אז די באשלוס איז געווען ריין פון דיסקרימינאציע אבער אין לויף פון די דיסקוסיעס איז יארגאנג געווארן ערווענט און באטראכט

באב'ס אדוואקאט האט געענטפערט אז "אויב עס איז קלאר" אז דיסקרימנאציע האט נישט פארנומען קיין ארט אין די באשלוסן מאכן "פראצעדור" טאקע נישט אבער אויב עס האט יא געשפילט א באדייטנדע ראלע פארלעצט עס די געזעץ

אויף דעם ארויף האט הויפט ריכטער ראבערטס אריינגעפרעגט א פראגע וועלכע האט געמאכט די נייעס יענע טאג

ראבערטס האט געפרעגט אדוואקאט מארטינעז איבער א ביישפיל פון א "יונגער" פעדעראלע ארבעטער וועלכע פארהערט אן אפליקאנט וועלכע איז אויך אין יונגן עלטער און דורכאויס די פארהער באנוצט זיך דער אויספרעגער מיטן אויסדרוק זאגנדיג פארן אפליקאנט: "אקעי, בומער" וואלט דאס פארלעצט די אנטי דיסקרימינאציע געזעץ?

בומער ווערט באנוצט צו באצייכענען די ניי אויפקומנדע גענעראציע און אקעי בומער איז אזא כמו זלזול ווען מען רעדט מיט וואס מען רופט ביינונז א שנוק..
די באנוץ פון די אויסדרוק אויפן פרעסטיזשפולן געריכט באנק און נאכדערצו דורך דזשאן ראבערטס האט געהויבן ברעמען אין געריכט זאל

צוריק צום אדוואקאט וועם מיר האבן געלאזט ווארטן מיטן ענטפער
יענער האט זיך ארויסגעדרייט ערקלערנדיג אז די ביישפיל פון ראבערטס איז נישט עכט אזא באליידיגונג אבער ראבערטס האט זיך נישט געלאזט און ווייטער געצימבלט זיך וואונדערנדיג אויב די וועג ווי אזוי מארטינעז לערנט אפ די געזעץ איז אין פאקט "בלויז א רעגולאציע און איינצוימונג פון רעדן און זיך אויסדרוקן אין ארבעטספלעצער? "

ריכטער ברייער געפרעגט אויב עס איז נארמאל אפצולערנען די געזעץ אז די קלעגער מוזן אלץ אויפווייזן אז דיסקרימינאציע האט געשפילט א הויפט ראלע און איז געווען א מאטיווירנדע פאקטאר אינעם ענדגילטיגן באשלוס ווייל עס איז א געזעץ פאר די פעדעראלע רעגירונג און די סיוויל רייטס ארבעט דיסקרימינאציע פראוויזיע איז אויך אזוי שטרענג (ווייל מארטינעז האט גענוצט די צושטעל פון די צוויי פעדעראלע געזעצן צו מאכן א מה מצינו אז איינמאל מען זעהט אז קאנגרעס איז מער מחמיר מיטן פעדעראלן רעגירונג איז מסתבר אז דאס איז אויך ביי די יארגאנג דיסקרימינאציע געזעץ)

נאך די אויפטריט פון אדוואקאט מארטינעז האט סאליסיטאר דזשענעראל ניעל פראנסיסקא געמאכט די קעיס פאר די רעגירונג זאגנדיג אז אויב קאנגרעס וואלט געמיינט מחמיר צו זיין אויפן רוקן פון די רעגירונג וואלט זי ארויסגעשריבן אזוי קלאר און דייטליך און באזונדער נאכאמל דערמאנט אז די וועג ווי אזוי מארטינעז לערנט אפ די געזעץ פירט צו אנדערע פארשפריפטן ביים קלאגן די פעדעראלע רעגירונג אדער סטעיט און פריוואטע ארבעטסגעבער וועלכע איז נישט שטארק מסתבר

ריכטערין גינזבורג האט אים אבער געפרעגט אז אפילו די געזעץ איז נישט קלאר געשריבן איז יעדער מודה אז "עפעס" מער און אנדערש איז אין יענע ווערסיע און לויט די רעגירונג אז סטעיט און פעדעראלע קעיסעס האבן די זעלבע דין בלייבט אומפארשטענדליך די טויש און שפראך וואס קאנגרעס האט גענוצט ביים פעדעראלן טייל

ריכטערין קעיגען האט אויך געהאמערט מיט די ארגומענט זאגנדיג אז די גאנצע שפראך גענוצט אין די צוויי ווערסיעס און זייער משמעות איז נישט אידענטיש און גאנץ קלאר צו מיינען צוויי באזונדערע סארט רולס

מער ספעציפיש די פעדעראלע ווערסיע פארבאט דיסקרימינאציע "באזירט אויף" יענעם'ס עלטער בעת וואס די פריוואטע ארבעטסגעסגעבער געזעץ פארבאט דיסקרימינאציע "צוליב" יענעם'ס עלטער

לויט די ליבעראלע ריכטער אויסטייטש מייינט "באזירט אויף" אז די באשלוס איז געקומען נאך דיסקוסיעס וואס האט אריינגענומען און געווען באזירט אויף יענעם'ס יארגאנג

ווידעראום "צוליב" באדייט אז די ענדגילטיגע באשלוס איז וועגן יענעם'ס עלטער און די לויזע פארבאט איז טאקע נישטא ביי די פעדעראלע רעגירונג
פראנסיסקא האט עס אבער אפגעווארפן מיט א משל פון א געזעץ וועלכע באפעלט אז ווען מען באקט א קוכן דארף עס זיין "פריי פון אייער" און א בעקער הויבט אן צוצושטעלן א קוכן אויפקלאפנדיג עטליכע אייער אין א טלעער און דאן כאפט ער זיך אז מען טאר נישט נוצן אייער טראסקעט ער אריין די אייער אין מיסט
איצט וועט איינער זאגן אז ער האט נישט אויסגעפאלגט די געזעץ און אז די קוכן איז נישט אייער פריי?!

די קוכן דארף זיין פריי פון אייער און די באשלוס דארף זיין פריי פון דיסקרימינאציע און אפילו אויב מען האט דיסקוסירט יענעם'ס יארגאנג אבער אויב ווערט עס נישט באנוצט און גענומען אין באטראכט ביים באשלוס איז די באשלוס "נישט באזירט אויף דיסקרימינאציע"

ריכטער אליטא איז נישט אינגאנצן געפאלן די משל ווייל לויט דעם קומט אויס אז אויב דער קעכער לייגט אריין נאר אביסעלע אייער וואלט ער לויט פראנסיסקא יא עובר געווען אויפן געזעץ און ביים נמשל האלט אליטא אז מעגליך אויב די עלטער האט געשפילט בלויז א רעלאטיוו קליינע ראלע אבער נישט די הויפט פאקטאר איז עס נאכאלץ מעגליך אויסגעהאלטן

אנדערע ריכטער אריינגערעכנט קעווענאו האבן געהאט א באזונדערע פראגע צו מארטינעז איבער וויפיל א זיג אין געריכט פאר באב וועט בכלל ארויסמאכן פאר קלעגער ווייל אפיילו אויב די געריכט אורטיילט אז די פארבאט רעכנט אריין צו באטראכטן יארגאנג ביי די דיסקוסיעס קענען קלעגער סייווי נישט פארלאנגען פארגיטיגונג אויב זיי קענען נישט איבערצייגן אז די באשלוס איז געווען צוליב דעם איז וואס האט מען פון פשוט אויפווייזן אז די רעגירונג האט זיך נישט געפירט לויטן געזעץ ווען אין מערסטנס פעלער קומט מען נישט אן צום שטאפל פון באקומען אנטשעדיגונג?!

מארטינעז האט אנערקענט אז אין אזא פאל קען מען טאקע נישט פארלאנגען געלט אבער אזעלכע אורטיילן וועלן לייגן דרוק אויף רעגירונג אגענטורן נאכצוקומען די געזעץ

שפעטער אין די סעסיע האט אבער אליטא האט גראדע געווארפן קאלט וואסער אויף פראנסיסקא'ס ארגומענט זאגנדיג ביי איין פאל אז איך האב געהאט א געפערליכע צייט צוזאמצופארן דיינע ארגומענטן מיט די שפראך אינעם געזעץ און ראבערטס האט אויך געצייגט סקעפטיציזם איבער די אויבנדערמאנטע קעווענאו ארגומענט אז אין מיינסטנס פעלער וואלטן קלעגער סייווי נישט עכט פארדינט פון אן אורטייל אקעגן די רעגירונג

ראבערטס האט זיך געוואונדערט זאגנדיג אז געווענליך ווען מיר געפונען אז די רעגירונג האט אומגעזעצליך באהאנדלט יענעם'ס אפליקאציע שיקן מיר צוריק דעם אפליקאנט פאר א פרישע פארהער און אויב דאן ווערט טאקע יא אקצעפטירט האט דאך דער קלעגער שוין גאר פארדינט!

דעריבער איז נישט געווען אזוי קלאר ווי אזוי ראבערטס און אליטא פלאנען צו אורטיילן דערויף און קעווענאו און גארסוטש האבן געשיינט צו זיין די שטארקסטע שאנסן צו שטיצן די רעגירונג פאזיציע און די צייט וואס די פיר ליבעראלע ריכטער האבן אויסגעקוקט סימפאטיש צו באב

ריכטער טאמאס ווייסט מען נישט צוליב וואס ווי זיין שטייגער איז ער שטיל דורכאויס די ארגומענטן

אצינד האט די געריכט געאורטיילט אין שטיצע פון די קלעגער באב נאריס אז אפליו אויב יארגאנג איז נישט די אויסשליסליכע פאקטאר פון א באשלוס
די אורטייל שרייבט אז די שפראך אינעם אנטי דיסקרימינאציע געזעץ פאר פעדעראלע ארבעטער איז קלאר שארפער ווי פאר ארבעטער אין פריוואטע אינדוסטריעס
ריכטער אליטא האט געשריבן די אורטייל וועלכע איז געווארן געשטיצט דורך ריכטער ראבערטס, ברייער, סאטאמאיאר, קעיגען, גארסוטש און קעווענאו
אבער די אורטייל שטעלט קלאר אז אויב מאנגלען קלעגער אין באווייזן אז יארגאנג האט געשפילט א הויפט ראלע וועלן זיי טראץ וואס עס ווערט באצייכנט אלץ פארלעצונג נישט קענען באקומען קיין צאלונגען אויף צוריק אדער אנטשעדיגונג און קאמפענצאסיע געלטער און די גאנצע וואס קלעגער וועלן קענען טוהן וועט זיין צו בעטן געריכטן אין פאל פון פארלעצונגען צו פאראדענען די ארבעטסגעבער אפצושטעלן די דיסקרימינירנדע פראקטיצירונג
סאטאמאיאר האט באזונדער געשריבן אן אייגענע אורטייל מיט גינזבורג אנגעשלאסן
אפנויגנדיג פון די מאיאריטעט באלוס אוסצושליסן סיי וועלכע סארט קאמפענצאסיע און לויט די צוויי בלייבן יא טויערן פאר געוויסע סארט צוריקצאלונגען
ריכטער טאמאס האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:04 pm

יישר כח איך האב נישט קיין ווערטער צו עס ארויסברענגן!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:25 pm

אביסל טיפער האט געשריבן:יישר כח איך האב נישט קיין ווערטער צו עס ארויסברענגן!

יישר יישר! עס גיבט מוט אנצוגיין!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:53 pm

יישר כח, הרב הבל.

וואלט איר געקענט באשרייבן ווער דער משה סליק איז, ער איז געווארן אן א סיסטענט פאר די סעקרעטערי אף טרעשערי.

פארשעי חסיד
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:14 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פארשעי חסיד » מיטוואך אפריל 22, 2020 9:35 pm

יעצט אז כ'האב אידיש.. ווילעך דיר באדאנקען פארן אונז ארויסנעמען פון איזאלאציע אביסל!!
יישר כח פאר יעדן טאג עקסטער

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 9:52 am

צוקער וואסער האט געשריבן:יישר כח, הרב הבל.

וואלט איר געקענט באשרייבן ווער דער משה סליק איז, ער איז געווארן אן א סיסטענט פאר די סעקרעטערי אף טרעשערי.
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » פרייטאג אפריל 24, 2020 11:24 am

@הבל מיר ווארטן אויף נאך געשמאקע קאקאש!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בילדער, בעל דמיון און 47 געסט