א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג תצוה



די פעדעראלע רעזערוו מעלדט א האלבע פראצענט שניט אין אינטערעסט ראטעס ,די גרעסטע שניט זינט די פינאנציעלע קראך אין 2008 למספרם
*
וויצע פרעזידענט מייק פענס איז געקומען אין בארירונג מיט א גרופע סטודענטן אין א פלארידא שולע פון וועלכע איינער איז געווארן איזאלירט פאר קאראנא וויירוס אונטערזוכונגען
באוזנדער האט דער וויצע פרעזידענט גערייכט די האנט פון איינע פון די עלטערן פון א מיליטערישע קאדעט טראץ וואס יענער איז פריער געקומען אין בארירונג מיט א קאראנא אנגעשטעקטע פאציענט
אבער לויט עקספערטן איז כמעט אוממעגליך אז דער וויצע פרעזידענט זאל האבן אריבערגעכאפט די וויירוס
*
פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט קאנגרעסמאן דזשאן רעטקליף צו סערווירן אלץ פערמענאנטע שפיאנאזש שעף און די אדמינסטראציע האפט אז דאסמאל וועט זיין נאמניאציע ווערן אויפגענומען אין סענאט מיט מער האפענונג ווייל דעמאקראטן וועלן צוזן באשליסן אויב זיי ווילן ענדערש גיין מיט רעטקליף אדער ערלויבן ריטשארד גראנעל צו פאבלייבן אויפן אמט אלץ עקטינג דירעקטאר פאר נאך א שטיק צייט
מעין רעפןבליקאנע סענאטארשע סוזען קאלינס איז געפרעגט געווארן איבער די רעטקליף אויסוואל און האט געזאגט אז זי קען אים נישט און אלץ די וועלכע איז אויפגעקומען מיט די געדאנק צו שאפן אזא פאזיציע צוריק אין 2004 למספרם וועט זי געוויס ערנסט אריינקוקן אין ווער עס וועט פארנעמען אט דעם פאסטן
*
קאנגרעסמאן סטיוו סקאליס זאגט אז מען זעצט פאר צו ארבעטן צו טרעפן א לעזונג צו קענען רעאויטאריזירן די ען עס עי סורוועילענס פראגראמען בעפאר די מערץ 15 למספרם דעדליין און אין די זעלבע צייט אדרעסירן די זארגן פון פולע איבער פרייוועסי
*
וויסקאנסין רעפובליקאנע סענאטאר ראן דזשאנסאן זאגט אז זיין קאמיטע פלאנט אפצוהאלטן אן אפשטימונג צו סובפינען א געוועזענע קאנסולטאנט פון א פובליק רילעישאנס פירמע וועלכע האט געארבעט מיט באריסמא
דזשאנסאן: מיין איבערזיכט איז נישט קאנצעטרירט ארום דזשאו אדער האנטער ביידען אבער דאס איז טייל פון די געשיכטע
זיי זענען געווען טייל פון וואס עס האט פאסירט אין אוקריינע
*
מארנינג קאונסאלט האט אויסגעפרעגט וויילער איבער די צופרידנהייט ציפערן פאר פרעזידענט טראמפ אין פיר וויכטיגע בעטלגראונד סטעיטס
פלארידא
50% צופרידן 47% אומצופרידן
צפון קאראליינע
51% צופרידן 46% אומצופרידן
נעוואדע 43% צופרידן 54% אומצופרידן
אייאווע 46% צופרידן 51% אומצופרידן
*
פרא טראמפ סופערפעק לאכט זיך אויס פון די אבאמא אדוואקאטן וועלכע דראען מיט לעגאלע שריט אויב זיי נעמען נישט אראפ א רעקלאמע וועלכע שאפט דעם איינדרוק ווי פרעזידענט אבאמא קריטיקירט דזשאו ביידען
*
סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער געפרעגט איבער די פארשמעלערטע פארמעסט
שומער: סיי ווער עס געוואונט, לויפט, און ווערט נאמינירט גייט באזיגן פרעזידענט טראמפ
דזשורנאליסט: מיינט דאס אויך בערני סאנדערס.
שומער איגנארירט פראגע און קען נישט זיין מער צופרידן ווען די עלעוועיטאר טיהרן האבן זיך פארמאכט און אים אפגעטיילט פונעם באלמוטשענדן רעפארטער
*
אריבער 7 מיליאן וויילער האבן שוין אפגעגעבן זייער שטימע אין ערלי וואוטינג אין די 9 שטאטן, אלאבאמא, קאליפארניע, מעין, מינעסאטע, מפון קאראליינע, טענעסי, ווערמאנט און ווירדזשיניע
*
מישיגען ערלויבט פאר וויילער וועלכע האבן אריינגעשיקט מעיל אין בעלאטס צו טוישן זייער שטימע אין פאל וואס זייער בעפארצוגטע קאנדידאט האט זיך ארויסגעצויגן פנומעם פארמעסט און צוויי מיט א האלב טויזנט וויילער האבן שוין אזוי געטוהן
*
די גרעסטע צאל ביישטייערונגען ארויס פון מאסאטשוסעטס זענען געגאנגען פאר זייער אייגענע סענאטארשע עליזאבעט ווארען
אין יוטא איז די גרעסטע צאל ביישטייערונגען אריינגעקומען פאר בערני סאנדערס
ביידע פון די שטאטן זענען אויפן וואגשאהל היינט נאכט
*
א פרישע רעסמוסען אנקעטע פון נאך דרום קאראליינע איידער די בואו בשלום פון בוטידזשעדזש און קאלובאשאר:
ביידען 32%
סאנדערס 28%
בלומבערג 13%
ווארען 11%
בוטידזשעדזש 6%
קלאובאשאר 3%
*
די ביידען קאמפיין איז ווערט פארשוועמט מיט א ריזיגע צאל ביישטייערונגען פון איבערן לאנד און האט שוין רעזערווירט א רעקלאמע בליץ אויף מערץ 10 למספרם פארמעסטן אין מישיגען, מיזורי און מיסיסיפי אויפשפילנדיג דארט די אבאמא קארטל ווען אין אלע דריי סטעיטס איס דא א גרויסע צאל אפריקאנע אמעריקאנער
*
די פרוי פון בערני סאנדערס איז איצט געווען אין בורלינגטאן אפצוגיבן איר שטימע פאר איר מאן
ווען זי איז צוריקגעקומען צום אויטא ואין וועלכע דער קאנדידאט מיט פאמיליע איז געזיצן און איר אפגעווארט האט זיך פרוי סאנדערס געטראפן אויסגעשפארט און געשריגן "בערן" "בערן" אין די צייט וואס בערני האט נאכאנאנדד געדרוקט אויף די אנלאק קנעפל פרובירנדיג צו עפענען די טיהר
*
ווען בערני האט אפגעגעבן זיין שטימע האט ער געזאגט אז ער איז געקומען מיט זיין פרוי צו פארזיכערן אז ער באקומט אמווייניגסטנס צוויי שטימען אין ווערמאנט
*
היינט קומען פאר קאנגרעסיאנאלע פריימערי פארמעסטן אין אלאבאמא, ארקענסאו, קאליפארניע, צפון קאראליינע און טעקסאס
*
פעדעראלע דיסטריקט ריכטער גיבט רעכט פאר דזשודישעל וואטש צו צוואונגען הילערי קלינטאן צו גיבן מער ענטפערס אונטער שבועה אויף אומפארענטפערטע פראגן איבער די אימעל סקאנדאל און די טעראר אטאקע אויף די אמעריקאנע אמבאסאדא קאמפלעקס אין ליביע
ריכטער ראיס לעמבערט וועלכע איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען שרייבט אין זיין עלף זייטן מעמא אז זייער אסאך פראגן ארום די פריוואטע סערווער איז נישט געהעריג ערקלערט געווארן ביזן היינטיגן טאג
דער ריכטער צייגט אן אז מען דארף נאך פארשטיין ווי אזוי קלינטאן האט געקלערט אז אירע אימעילס וועלן ווערן פרעזערווירט דורך די רוטינע סטעיט דעפארטמענט פראצעדורן צו פארזיכערן אימיעלס און אנדערע קאמיוניקאציע
דער ריכטער וויל אויך וויסן אויב קלינטאן איז געווען באוואוסטזיניג אז די סטעיט דעפארטמענט איז געווען באוואוסטזיניג אז די סטעיט דעפארטמענט גיבט נישט איבער קיין רעקארדס פון אירע אימעילס צו די פרייהייט פון אינפארמאאציע פארלאנגען און ער וויל אויף ארויסהאבן פארוואס זי האט געקלערט אז דורכפירן רעגירונג ביזנעס אויף א פריוואטע סערווער איז געזעצליך
ער ברענגט ארויס אז קלינטאן האט נאכאנאנד געזאגט אז די פריוואטע סערווער איז געווארןן באנצו הויפטזעכטליך צוליב באקוועמליכקייט אבער דער ריכטער זאגט אז דזשודישעל וואטש וויל מיט רעכט אריינקוקן און די אנגעבליכע ערקלערונג און גריבלען צו זעהן אויב עס זענען נישט געווען אנדערע צווייפלהאפטיגע מאטיוון דערונטער
ער דערמאנט אן אימעיל אויסטויש צווישן צוויי סטעיט דעפארטמענט איינגעשטעלטע צוריק אין דעצעמבער 2010 למספרם אין וועלכע איינע פון זיי ווארנט דעם צווייטן צו זיין פארזיכטיג נאכדעם וואס דער לעצטער האט ארומגעשיקט אן אימעיל צו מערערע סטעיט דעפארטמענט באאמטע וועלכע האט אנטהאלטן די פריוואטע אימעיל אדרעס פון אויסערן סעקרעטארשע קלינטאן
יענער מאכט אים אויפמערקזאם דערוועגן שרייבנדיג :זיי פארזיכטיג! דו האבן איצט פארעפנטליכט די פערזענליכע אימעיל אדרעס פון די סעקרעטערי צו אסאך מענטשן
יענער האט רעאגירט פרעגנדיג:זאל איך ארומשיקן א מעסעדזש אז מען זאל עס נישט שיקן ווייטער?
אויף וואס דער ערשטער האט געענטפערט: יא, איך ווייס אז זי האלט עס שטארק פריוואט
ריכטער לעמבערט וויל אריינקוקן צו זעהן אויב קלינטאן האט געוואוסט פון די פארזוכן אינערהאלב די דעפארטמענט צו האלטן איר אדרעס און רעגירונג ביזנעס דיסקוסירט דערויף אין געהיים און אז אנדערע איינגעשטעלטע זאלן זיצן אין די טונקל אין באצוג פון אינפארמאציע דיסקוסירט אין אימעיל
לעמבערט האט אויך געזאגט אז די געריכט אורטייל אז קלינטאן און אירע געהילפן קענען נישט ווערן געקלאגט איבער די בענגאזי אטאקע דירעקט איז באגרעניצט צו די מיסבאהאנדלונג פון די זיכערהייט פון אמעריקאנע פערסאנעל אבער זיי קענען יא ווערן פראצעסירט איבער סיי וועלכע קאמיוניקאציע מיסברויכן ביים באהאנדלען די סיטואציע נאכדעם אויב זייערע שריט צו פארפירן דעם פובליק זענען געווען אקעגן די געזעץ
*
א קעיס איבער 3 אימיגראנטן וועלכע האבן צוגעשטעלט פאלשע נומערן פאר זייער ארבעטסגעבער וועלכע איז א רעסטוראנט אייגנטומער אין קענסאס איז פריערגעקומען צו אן ענדע
פרעזידענט רעיגען האט אין 1986 למספרם אונטערגעשריבן א געזעץ אין וועלכע ארבעטסגעבער פילן אויס א ספעציעלע I-9 פארום מיט אינפארמאציע פון זייערע ארבעטער און זייערע רעכט צו ארבעטן אין אמעריקא (אבער נאכנישט אויף א ריכטיג שטרענגע פארנעם ווי די אי וועריפיי סיסטעם וועלכע איז נאך דערווייל נישט קיין געזעץ) די געזעץ שרייבט אז די אינפארמאציע טאר נישט ווערן מיטגעטיילט אדער גענוצט פאר קיין שום אנדערע צוועק
דער אדוואקאט האט סוקסעספול געמאכט דעם ארגומענט אז עס באדייט אז די סטעיט קען זיך נישט באנוצן מיט די אינפארמאציע וועלכע באלאנגט אויסשליסליך פאר די פעדעראלע רעגירונג
די סטעיט האט אבער גע'טענה'ט אז וויבאלד די אימיגראנטן האבן אויך אריינגעשריבן די אינפארמאציע אין זייערע סטעיט און פעדעראלע שטייער בויגנס קען די סטעיט נוצן די שטייער פארומס און זיי אנקלאגן באזירט אויף דעם אן זיך דארפן באנוצן מיט די I-9 פארום
די טענה איז אז די פאקט אז זיי האבן "אויך" אריינגעשריבן די זעלבע אינפארמאציע אין די I-9 פארום מיינט נישט אז די באגרעניצונג אויף יענע פארום אז עס איז עקסקלוסיוו פאר די פעדס איז חל אויף אנדערע דאקומענטן אין וועלכע זיי שרייבן די זעלבע אינפארמאציע
די קענסאס סופרים קאורט האט ארויסגעווארפן די סטעיט קלאגעס און די שולד אורטייל נאך וואס דער אדוואקאט האט געמאכט דעם ארגומענט אז די סטעיט קען נישט קלאגן אויף אזעלכע פארברעכן
די סטעיט האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט מיט שטיצע פון די יוסטיץ דעפארטמענט און איצט אינדערפרי האט די סופרים קאורט געאורטיילט לטובת די סטעיט
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער אליטא און דערין האב זיך אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס,טאמאס,גארסוטש און קעווענאו האבן זיך אנגעשלאסן
ריכטער ברייער האט געשריבן א באזונדערע אורטייל אין וועלכע ער שטימט איין טיילווייז מיט די מאיאריטעט אבער אפאזירט אקעגן געוויסע טיילן דערפון און דערין האבן זיך אנגעשלאסן די איבריגע דריי ליבעראלע ריכטער
*

אן איינגעשטעלטער ביי אינטעל און האט אנטייל גענומען און די פירמע'ס רעטייערמענט פלאן ער האט געפיילט א לאוסוט אקעגן אינטעל פארן מיסבאהאנדלען זיינע אינוועסטירטע רעטייערמענט געלטער אין זייער רעטייערמענט אינוועסמענט פאנד
אינטעל האט אפגעווארפן זיינע טענות מיטן אנצייגן אז עס איז שוין אריבער דריי יאר פון ווען ער איז געווארן באוואוסטזיניג דערוועגן און אונטער די סטעטשו אף לימיטעישן האט ער זיך דערמאנט אביסל שפעט צו קלאגן און די דיסטריקט געריכט האט געגעבן רעכט פאר אינטעל
די ניינטע קרייז געריכט האט אבער צוריקגעדרייט די באשלוס פון די דיסטריקט געריכט גיבנדיג גערעכט פאר סאליימא
אבער וואס זענען די ארגומענטן?
די סטעטשו אף לימיטעישאן הויבן זיך אן פון די מינוט וואס דער קלעגער "איז געווארן באוואוסטזיניג" צו די מיסבאהאנדלונג פון זיינע פאנדן
די אינטערסאנטע פראגע אנטוויקלט זיך איבער וואס באדייט באוואוסטזיניג אין די היינטיגע טעכנאלאגישע וועלט
אינטעל שרייט אז אלע פראצעדורן איבער ווי אזוי האבן געמענעדזשט זיינע פאנדן זענען ביי יעדע שטאפל געווארן קלאר דעטאלירט אין אימעילס וועלכע זיי האבן געשיקט צו זיין אימעיל אדרעס אים מיטצוטיילן איבער די פראגרעס און מען קען זעהן אז די לינקס וועלכע זיי האבן באהאפטן צו די אימעילס זענען געווארן געעפנט וועלכע איז אן אנדייטונג אז סאליימא האט געליינט די אימעיל וועלכע ער האט ערהאלטן
סאליימא זאגט זאגט אבער אז ער האט עס נישט געליינט אדער אמוווייניגסטנס געדענקט ער נישט אז ער זאל זיי האבן געליינט
די פראגע וואלט אין פאקט אויך געקענט זיין ווען איינער באקומט א בריוו אין די פאסט אבער דאר קען זיין אז יענער האט עס נישט באקומען אדער נישט געעפנט ווידעראום דא טענה'ט אינטעל אז יענער האט געעפנט די לינקס וועלכע איז א שטארקערע אנדייטונג אז ער האט עס געליינט און אזוי האט די דיסטריקט געריכט אנגענומען
די ניינטע קרייז געריכט איז אבער ביי די מיינונג אז "זיין באוואוסטזיניג" באדייט נישט פארמאגן צוטריט צו די אינפארמאציע נאר קלארע באווייז אז יענער האט טאקע געוואוסט דערפון
די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די קעיס אום דעצעמבער 4 למספרם און אצינד איינשטימיג געאורטיילט אז סוליימא איז גערעכט און ריכטער אליטא האט געשריבן די אורטיל פארן געריכט
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די סטעטשו אוו לימיטעישענס קעיס איז עפעס וואס קען גאר שטארק עפעקטן יעדן יחיד, סיז דא היינט אזויפיהל קעיסעס איבער קרעדיט קארד אדער מארטגידזשעס וואס אינוואלוון סטעטשו אוו לימיטעישענס...

טענקס הכל!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
נימער ערגערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 11:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נימער ערגערס »

שיין באשרייבונג.
גרויסע דאנק
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

טענקס הכל! שיין באשרייבונג.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר כחכם אלע!
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יישר כח הבל פאר די שיינע באשרייבונג!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טענקס@הכל הבל.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

אביסל טיפער האט געשריבן:יישר כח הבל פאר די שיינע באשרייבונג!
אז יענער קען קענסטו אויך
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Well done הכל הבל
האב שכל און גיב א שמייכעל!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

נימער ערגערס האט געשריבן:שיין באשרייבונג.
גרויסע דאנק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך תצוה






בלויז שטונדן נאך א טעלעפאן געשפרעך צווישן פרעזידענט טראמפ מיט א טאליבאנע פירער איבער די שלום פארהאנדלונגען האבן זיך אמעריקאנע קרעפטן געטראפן פארמישט אין אטאקירן די מיליטאנטישע גרופע נאך וואס זיי האבן אטאקירט אפגאנער זיכערהייט כוחות
*
ניקי העלי גייט אינדארסירן קעלי לאפלער אין די דזשאדזשיע סענאט פריימערי אקעגן דאג קאלינס
*
נאך א נעכטיגע אינצידענט ווען פראטעסטירער האבן פרובירט צו קומען נאנט צו דזשאו ביידען ביי זיין זיג רעדע רופט די געוועזענע אבאמא פרעסע סעקרעטאר ראבערט גיבס פאר סיקרעט סערוויס שוץ פאר ביידען און סאנדערס
*
די בערני סאנדערס קאמפיין הארט נארוואס געמאלדן דריי טעלעוויזיע רעקלאמעס רעזערוואציעס פאר די סטעיטס וועלכע שטימען מערץ 10 למספרם
אריזאנא, פלארידא, אינדיאנא, אילינאי,מיסיסיפי, מישיגען, מיזורי, אהייא און וואשינגטאן
*
אין טעקסאס איז פארגעקומען די דעמאקראטישע סענאט פריימערי און פרוי העיגער איז ארינגעקומען ביי 22.5% און וועט גיין צו א
ראנאף
די פראגע איז נאר מי ומי ההולכין זינט די פארמעסט פארן צווייטן ארט איז גאר נאנט און מאמענטאל איז ראיס וועסט ביי 13.9 און קריסטינא צינצאן ראמירעז ביי 13.7
*
אין די פארמעסט צו ערזעצן דעמאקראטישע קאנגרעספרוי קעטי היל אין די 25'סטע קאנגרעס דיסטריקט אין קאליפארניע האט דעמאקראט קריסטי סמיט אנגעצויגן 30.2% אין די דזשאנגל פריימערי און דער רעפובליקאנער מייק גארסיא איז אריינגעקומען ביי 27.4%
דעמאקראטן האבן פרובירט צו שטיצן די קאנדידאטור פון געוועזענע קאנגרעסמאן סטיוו נייט האפנדיג אז יענער וועט האבן שוואכערע שאנסן אין די ראנאף מיט סמיט אבער נייט איז אריינגעקומען אויפן דריטן ארט
דזשארדזש פאפאדאפאלוס איז אריינגעקומען אויפן ניינטן ארט (די פערטע שטארקסטע רעפובליקאנער) מיט 2%
*
אין די קאליפארניע 21'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט גייט געוועזענע קאנגרעסמאן דעיוויד וואלאדאו (ר) נאכאמאל זיך פארמעסטן מיט ערשט טערמיניגע דעמאקראט קאקס וועלכע האט אים באזיגט מיט צווויי יאר צוריק מיט 50.4% צו 49.6%
די דיסטריקט איז דעקט א רורעל געגנט מיט א מאיאריטעט לאטינא'ס און קלינטאן האט עס געוואונען מיט 15% איבער טראמפ אבער נעכטן האט עס דער רעפובליקאנער וואלאדאו געוואונען מיט 53.1% צו בלויז 36.1% פארן אמטירנדע דעמאקראט
*
אין איינע פון די זעלטענע שלאכטן אין די איצטיגע סעזאן צווישן מעסיגע רעפובליקאנער און קאנסערוואטיוון האט די אמטירנדע קאנגרעספרוי קעי גרעינדזשער פון די 12'טע דיסטריקט אין טעקסאס וועלכע איז אויסגעשטאנען א שווערע פריימערי (ווען די קאנדידאטור פון קריס פוטנעם איז שטארק געשטיצט געווארן דורך מאכטפולע קאנסערוואטיווע גרופעס) נעכטן געוואונען באקומענדיג 58.2% צו 41.8 פאר פוטנעם
גרעינדזשער האט גענאסן פון שטארקע שטיצע פון פרעזידענט טראמפ
*
אריבער אין די 28'טע דיסטריקט אין טעקסאס איז פארגעקומען אן ענליכע שלאכט אבער אויף די דעמאקראטישע זייט ווען הענרי קולער האט געדארפט אפשלאגן א ליבעראלע פריימערי קעגנער פרוי סיסנעראס און ער האט איר טאקע באזיגט מיט 51.8% צו 48.2%
*
אין די 22'טע דיסטריקט אין טעקסאס איז פארגעקומען א רעפובליקאנע פריימערי און פארט בענד שעריף טראי נעלס האט איז אריינגעקומען אויפן ערשטן ארט מיט 40.5% צו קעטלין וואל מיט 19.4
פיערס בוש א פלומעיק פונעם געוועזענעם פרעזידענט איז אריינגעקומען אויפן דריטן ארט מיט15.4%
*
אין צפון קאראליינע'ס 11'טע דיסטריקט ווי קאנגרעסמאן מארק מעדאוס רעטייערט גייט די מעדאוס אינדארסירטע לינדא בענעט צו א ראנאף מיט די 24 יעריגע מעדיסאן קאוטהארן
*
אין אלאבאמא האט דזשעף סעשאנס אנגעצויגן 31% צו טובערווייל וועלכע האט באקומען 33% און די צוויי גייען צו א ראנאף
*
טראץ די רעפובליקאנע פארזוכן צו באאיינפלוסן די דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט אין צפון קאראליינע האט די פארטיי געשטיצטער קאל קאנינגהעם לייכט געזיכט מיט 55.9% צו 35.6% פארן ליבעראלע פרוי עריקא סמיט
*
אין די 17'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטאריקט אין טעקסאס איז פארגעקומען א פארמעסט צו ערזעצן די זיץ פונעם ארויסגייענדן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן ביל פלארעס
געוועזענער קאנגרעסמאן פיט סעשאנס און רינא סוואן וועלן זיך פארמעסטן אין א ראנאף נאך די נעכטיגע פריימערי ווי סעשאנס האט באקומען 32% צו סוואן'ס 19.4%
*
עס איז געווען אין פעברואר 28 1991 למספרם ווען א פארשוין מיטן נאמען מעקיני און זיין האלבע ברודער מייקל העדלאנד האבן אנגעהויבן זייער ערשטע רויבעריי טור
די טור האט אריינגענומען פינף רויבעריי פארזוכן און אין יענעם ערשטן פרואוו זענען זיי געפארן אין העדלאנד'ס אויטא צוזאמען מיט צוויי פריינט קריס מאריס און דזשאו לעמאן
אונטערוועגנס האבן זיי אויספלאנירט זייער קומענדיגע שריט און באטראכט פאסיגע ציהלן ווען מעקיני האט איבערגעקוקט זיין רעוואלווער און זיך געאייסערט אז ער וואלט געשאסן סיי וועם ער טרעפט אונדערהיים דורכאויס די רויבעריי און העדלאנד האט פארשפראכן צו אנגרייפן אין קאפ סיי וועם ער באגעגנט
מאריס און לעמאן האבן פארגעשלאגן פאר די צוויי באנדיטן צו באפאלן די היים פון קריסטינע מערטענס זינט זיי ווייסן אז זי האלט טויזנטער דאלארן אין א מאראנצן זאפט באטל אין רעפרידזשירעיטאר
די באנדע האט זיך א לאז געטוהן אהין אבער מערטענס איז פונקט דאן אהיימגעקומען און די מוילמאכער האבן זיך אפגעשראקן און אנטרינען פון דארט
זיי האבן אנשטאט אויסגעקליבן א צווייטע לאקאל אבער געדארפט פארלאזן דאס ארט נאכן נישט באווייזן צו לייגן די האנט אויף עפעס ווערטפול
די קומענדיגע נאכט האבן זיך מעקיני, העדלאנד און מאריס ארויסגעלאזט ווידער פרובירן זייער מזל און אדורכגעפירט צוויי פרישע רויבערייען אבער לעמאן האט נישט אנטייל גענומען אין די אקציע
מעריני און מאריס האבן גערויבט א רעוואלווער, א קאלעקס זייגער, צוועלף דאלער און נאך קלייניקייטן און האבן זיך געטיילט מיט די רויב מיט זייער דרייווער און שותף העדלאנד
פון דארטן האבן זיי זיך געוואנדן צו א דריטע הויז און אנגעהויבן זייער רויב אקציע אבער מיטאמאל איז דער היים אייגנטומער ערשינען אוון די צוויי האבן געמאכט פליטה איבערלאזנדיג דעם אייגנטומער אומבאשעדיגט
מעקיני האט אבער נאכדעם באדויערט זיין אויפפירונג און געזאגט אז ער און מאריס וואלטן ווען געדארפט בלייבן אויפן ארט און שיסן דעם היים אייגנטומער
די גרופע האט אבער נישט פארגעסן אז אין די היים פון קריסטינע מערטענס ליגט א פלאש מאראנצן זאפט וועמענס אינהאלט איז נאך נישט פארדארבן.. און ווי מיר ווייסן אז מים גנובים ימתקו האט זיך זיי פארגלוסט כאפן א טרונק דערפון און אום מערץ 9 למספרם האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג פרובירן א צווייטע מאל צו איר היים
ווען זיי האבן זיך אריינבאקומען אהין האבן זיי איר געפונען אליינס אינדערהיים און איר איבערגעפאלן און אטאקירט און אומגעברענגט אבער געפונען בלויז הונדערט און צוואנציג דאלער און פארלאזט דאס ארט אויפן וועג צו זייער שוין פיפטע רויבעריי
זי איז שפעטער געפונען געווארן מיט שטעך וואונדן אין א שאס אין קאפ און די מעדיקאל עקזעמינאר האט שפעטער באשטעטיגט אז זי איז אומגעקומען פון די שאס
די פיפטע רויבעריי איז ערשט פארגעקומען מיט צוויי וואכן שפעטער ווען אין מערץ 22 למספרם זענען זיי איבערגעפאלן די היים פון דזשים מעקלעין און איז געווען א ציהל פון די גרופע זייענדיג פארדעכטיגט אין פארמאגן געלט זינט העדלאנד האט געקויפט זיין קאר ביי אים מיט זעקס מאנאטן פריער
מעקלעין ווייסט נאך נישט פון די רויבעריי ביזן היינטיגן טאג זינט ער איז צו יענע צייט געווען פארזינקן אין א טיפן שלאף און די רויבער האבן אים געשאסן אין קאפ
זיי האבן נאכדעם רואיג געקענט ארומזוכן פאר עפעס אינטערסאנט און האבן אין די ענדע גענומען א טאשן זייגער, דריי האנט ביקסן, און מעקלעין'ס קאר וועלכע זיי האבן שפעטער פרובירט צו פארקויפן
מעקיני איז געווארן אנגעקלאגט מיט צוויי קאונטס פון ערשטע גראד מארד, צוויי קאונטס פון איבערפאל, איין קאונט פון רויבעריי און איין קאונט פון רויבעריי פארזוך
די געריכט האט אין אויסגעהערט די קלאגעס קען אלע אנגעקלאגטע אין איין גרויסע קעיס אבער ווען עס איז געקומען צוזאמצושטעלן דזשוריס האבן זיי צוגעטיילט פאר יעדן באזונדער א דזשורי ליסטעצו באשליסן יענעם'ס שולד אדער אומשולד
מעקיני'ס דזשורי האט אים געפונען שולדיג אויף אלע קאלגעס אויסער די רויבעריי פארזוך
און דער ריכטער האט אים צוגעטיילט טויט שטראף אויף ביידע פון די ערשטע גראד מארד קאונטס
די אורטייל איז געווארן אפעלירט צום אפעלאט געריכט אבער די אריזאנא סופרים קאורט האט באשטעטיגט די אורטייל פון די נידריגע געריכט
דאן האט זיך מעקיני געוואנדן צו פעדעראלן דיסטריקט געריכט מיט א ליסטע פון 26 באקלאגענישן איבער די וועג ווי אזוי מען האט אים באהאנדלט אבער זיי האבן אלעס ארויסגעווארפן מיטן אויסנאם פון צוויי טענות אין וועלכע זיי האבן באוויליגט אריינצוקוקן
איינס איז די טענה אז מען וואלט נישט געדארפט שטעלן א באזונדערע דזשורי וועלכע זאל הערן אויסשליסליך זיין קעיס און די צווייטע איז דאס ארויפשטעלן קייטלעך אויף זיין פיס דורכאויס די דזשורי פראצעס אבער אין די ענדע האבן זיי געפונען אז אויך די טענות איז נישט געונג שטארק
דאן האט מעקיני אנגעהויבן מיט פרישע באקלאגענישן אז די באווייזן וועלכע די דזשורי האט געפונען איז נישט גענוג שטארק פאר א טויט שטראף אורטייל און אים צו פאראורטיילן צום טויט האט מען געדארפט האבן באווייזן אויף צוויי הויפט פראגןארום די אויספארשונג און דאס קענען איבערצייגן אן קיין צווייפל ווי עס איז די באקאנטע דזשורי סטאנדארט
אין דעם פאל אבער האט די דזשורי קלאר נישט געפונען יענע פארלאנגעטע באווייזן אלץ קלאר אן קיין צווייפל און דער ריכטער האט אליינס מחליט געווען איבערצוקוקן די באווייזן און זיי אקצעפטירן טראץ וואס זיי זענען נישט גענוג איבערצייגנד פאר א דזשורי צו ווערן קלאר באשטעטיגט
מעקיני טענה'ט אז אונטער די רעכט פאר א דזשורי קען נישט דער ריכטער גיבן הארבערע שטראפן אויב עס איז באזירט אויף אייגענע געפונסן וועלכע ער האט אליינס באשלאסן אבער די סטעיט טענה'ט אז דער ריכטער האט זיך באנוצט מיט דשי דזשורי געפונסן און די טייל צו אקצעפטירן אויך די איבריגע באווייזן איז בלויז צו גיבן א הארבערע אורטייל און עס איז דעם ריכטער'ס באשלוס צו באשטימען דעם אורטייל
אין פאקט האט שוין די סופרים קאורט געאורטיילט אין אן אנדערע קעיס אז אזא באשלוס קען בלויז קומען פון די דזשורי און נישט פון די ריכטער אבער די סטעיט טענה'ט אז יענע סופרים קאורט אורטייל איז געקומען שוין נאך וואס מעקיני איז געווען פאראוטיילט און טוט דעריבער נישט אפעקטירן זיין קעיס למפרע
די ניינטע סירקוט קאורט האט אבער געגעבן גערעכט פאר מעקיני און איצט האט די סופרים קאורט אקצעפטירט אויסצוהערן די פראגע אויב זייער פריערדיגע פסק זאל ווירקן למפרע אויף פאראורטיילטע אין פריערדיגע קעיסעס
דינסטאג האט די סופרים קאורט געאורטיילט אקעגן מעקיני מיט 5-4 ווען ריכטער קעווענאו שרייבט פארן מאיאריטעט און ריכטערין גינזבורג פארן מינאריטעט
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

תודה!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

יישר כח @הבל, זייער בא'טעמ'ט!
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

ממה נפשך האט געשריבן:יישר כח @הבל, זייער בא'טעמ'ט!
אבדזשעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבדזשעקטיוו »

הכל הבל האט געשריבן: א פלאש מאראנצן זאפט וועמענס אינהאלט איז נאך נישט פארדארבן..

רעב הבל. אוואו קען מען פארשאפן די לעמאן און מאראנצן זאפט?

יש"כ
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אבדזשעקטיוו האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן: א פלאש מאראנצן זאפט וועמענס אינהאלט איז נאך נישט פארדארבן..

רעב הבל. אוואו קען מען פארשאפן די לעמאן און מאראנצן זאפט?

יש"כ

בלומבערג האט נארוואס געענדיגט אויסגיסן ס'אינהאלט איבער אמעריקא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך תרומה







סענאטאר שומער זיך געטראפן מיט סטיוו בולאק אין מאנטאנא צוצלייגן דרוק אויף אים אריינצושפרונגען אין די סענאט פארמעסט אקעגן רעפובליקאנער סטיוו דעינס
שומער איז אויסן אריינצוזעהן דעם צוויי טערמיניגן גאווערנאר אינעם פארמעסט בעפאר די מערץ 9 דעדליין
*


שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך מארטש 04, 2020 1:50 pm
From @jmartNYT: Steve Bullock Is Poised to Run for Senate in Montana, Officials Say
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יעצט געליינט די לעצטע צוויי באריכטן. א הערצליכן יישר כוח פאר הרב הכל הבל!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שמו האט געשריבן:ייש"כ פאר די באריכטן

וועלקאם בעק!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח הבל פאר יעדעס מאל עקסטערע.

אריזאנע, פלארידע, אילינאו און אהייא שטומען דוכט זיך א וואך שפעטער Mar 17 נישט 10.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

א גרויסן שכוח!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג תצוה




פארטיידיגונג סעקרעטאר מארק עספער זאגט אז די פרידן אפמאך מיט די טאליבאן שטייט אויס שוועריקייטן מיט אזעלכע אינצידענטן וועלכע זענען נעכטן פארגעקומען אבער ווערן נישט צופאלן פון אזלעכע אטאקעס וועלכע זענען נישט געציהלט אקעגן אמעריקאנע און אנדערע אויסלענדישע כוחות און אז דערווייל האלטן זיך די טאליבאנער צו זייערע פארשפרעכונגען
*
לערי קאדלאו ערווארט אז ער וועט בלייבן אויסדינען אויף זיין פאסטן אלץ עקאנאמישע ראטגעבער ביז די וואלן אבער ערווארט נישט ווייטער צו סערווירן אינעם קומענדיגן טערמין צולייגנדיג אז דאס באדייט נישט אז ער גייט רעטייערן מאר אז זיין לעצטע פאך וועט פילייכט זיין ביי אן טישל אדער טעלעוויזיע סטודיא ערגעצוואו
*
דזשאסטין אמאש האט געזאגט אז ער שליסט דערווייל נישט אויס קיין פרעזידענט פארמעסט אויף די ליבערטעריען טיקעט און וויל זיך נישט אראפבונדן צו קיין דאטום אויף ווען ער דארף פאסן א באשלוס
*
די סאנדערס קאמפיין האט אויפגעטריבן 5.5 מיליאן דאלער זינט די סופער דינסטאג וואלן דורך 220 טויזנט ביישטייערער
*
דזשאו ביידען ביי א פאנדרעיזער נעכטן נאכט: איך בין פילייכט די איינציגסטע קאנדידאט וועלכע לויפט פאר פרעזידענט וועמענס פרוי איז זיין סיקרעט סערוויס אגענטין
הו הא, דו הייבסט זיך נישט אן מיט איר, אזויפיל קען איך דיר זאגן
*
סאנדערס איבער א מעגליכע סאנדערס ווארען טיקעט: פריצייטיג צו רעדן וועגן אזא געדאנק אבער איך האב אסאך רעספעקט פאר סענאטאר ווארען און איך וואלט געגליכן זיך אראפצוזעצן מיט איר און האבן א שמועס איבער וועלכע סארט ראלע זי וואלט געקענט שפילן אין מיין אדמיניסטראציע
*
סענאטאר גרעהעם איבער א פארמעסט צווישן ביידען און טראמפ: איך גלויב אז ער גייט זיין שווער, דזשאו ביידען געניסט פון א גוטע רעפוטאציע און ער גייט זיין שווער, ער וועט זיין מעסיגער ווי בערני אבער איך האלט פארט אז די פארמעסט איז טראמפ'ס צו פארלירן
*
הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס האט אראפגעריסן סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער פארן מאכן פובליק סטראשעס אקעגן ריכטער קעווענאו און גארסוטש זאגנדיג אז אויב זיי וועלן זיך דערוואגן צו שטימען אין שטיצע פון א אן אנטי רציחה געזעץ אין ליוזיאנא וועלן זיי באצאלן א פרייז
ראבערטס זאגט אז ריכטער זענען באוואוסטזיניג אז ווערן קריטיקירט איז טייל פון פון זייער דזשאב אבער דראאונגען פון אזא קאליבער נאכדערצו ווען עס קומט פון די העכסראנגיקע רעגירונג באאמטע איז נישט בלויז נישט אויסגעהאלטן נאר געפארפול
*
דזשעימס קאומי פריער: עס איז שלעכט פאר ערוויילטע באאמטע צו אטאקירן פעדעראלע ריכטער אפגעזעהן ווער דו ביזט אדער ווער די ריכטער זענען
און אויב דו האסט עס געטוהן דאן אנטשודיג זיך
מיר דארפן האבן פירער וועלכע זענען א קאנטראסט צו טראמפ און נישט אן אפשפיגלונג פון אים
*
סענאט פירער מיטש מעקאנעל גייט זאגן אין זיין רעדע באלד אויפן סענאט פלאר: אין קעאגנזאץ צו וואס דער דעמאקראטישע פירער פרובירט צו זאגן האט ער זיך קלאר נישט באצויגן צו רעפובליקאנע געזעצגעבער אדער סיי וועם אנדערש
ער האט קלאר און דירעקטירט זיין סטעיטמענט אין ריכטונג פוןן די ריכטער ביי זייער נאמען
*
אין די צייט וואס וויסקאנסין רעפובליקאנע סענאטאר גרייט צו זיין קאמיטע צו אן אפשטימונג איבער סובפינעס פארבונדן צו באריסמא זאגט סענאטאר מיט ראמני אז עס איז קלאר אז אזלעכע שריט גיבט דעם איינדרוק פון א פאליטיש מאטיווירטע אויספארשונג
*
פלארידא רעפובליקאנע סענאטאר ריק סקאט גייט אפהאלטן א רייע פאנדרעיזערס אין פלארידא דעם זונטאג און מאנטאג אויפצוטרייבן געלט פאר מיטש מעקאנעל, קארי גארדנער, סוזען קאלינס, דזשאני ערנסט, מארטא מקסעלי, טאם טיליס און דזשאן דזשעימס
פארשפרעכונגען וועלכע זענען שוין אריינגעקומען ביזדערווייל האבן שוין אויפגעטריבן 1.2 מיליאן דאלער
*
א פרישע אנעקעטע פון פובליק פאליסי פאולינג אין די מעין סענאט פארמעסט:
שרה גידעאן (ד) 47% סוזען קאלינס (אמטירנדע רעפובליקאנער) 43%
ביידען און סאנדערס באזיגן טראמפ מיט 52% צו 42%
*
א פרישע אנעקעטע פון פובליק פאליסי פאולינג אין די צפון קאראליינע סענאט פארמעסט:
קאל קאנינגהעם (ד) 46% טאם טיליס (אמטירנדער רעפובליקאנער) 41%
*
א פרישע אנעקעטע פון פובליק פאליסי פאולינג אין די קאלאראדא סענאט פארמעסט:
דזשאן היקענלופער (ד) 51% קארי גארדנער (אמטירנדער רעפובליקאנער) 38%
*
א פרישע אנקעטע פון פובליק פאליסי פאולינג אין די אריזאנא סענאט פארמעסט:
מארק קעלי (ד) 47% מארטא מקסעלי (אמטירנדע רעפובליקאנער) 42%
ביידען און סאנדעס באזיגן ביידע טראמפ מיט 1%
*
קעלי לאפלער (דזשארדזשיע סענאטארשע) און דזשאן דזשעימס (רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט אין מישיגען) זענען אויסגערעכנט צווישן די געסט ביי א ספעציעלע פארברענג די פרילינג פארברענג מיט טראמפ ביישטייערער אין פאלם ביעטש פלארידא
*
סעדריק ריטשמאנד איז א קא פארזיצער צו די ביידען קאמפיין און האט רעאגירט צו די סאנדערס אטאקע אז די ביידען קאמפיין ווערט געשטופט דורך די עסטאבלישמענט מאשין
ריטשמאנד זאגט אז ער האט נישט געוואוסט אז די אפריקאנער אמעריקאנע אין דרום פון לאנד ווערן באטראכט אלץ די עסטאבלישמענט
*
אין קאליפארניע'ס 53'סטע דיסטריקט גריט זיך אמטירנדע דעמקראט סוזען דעיוויס צו רעטייערן
אזויפיל ווי 15 קאנדדיאטן האבן זיך פארמאסטן אין די דזשאנגל פריימערי
די העכסטע איז אריינגעקומען שרה דזשעיקאבס מיט 29.56% אבער וועט אויסשטיין א פריימערי מיטן צווייט העכסטע שטימען כאפער
נו, ווער איז יענער? אה, יענע הייסט דזשאגעטע גאמעז וועלכע האט אנגעצויגן 18.60% וועלכע איז א סיטי קאונסיל מיטגליד אבער איר גרעסטע יחוס דורך וועלכע זי האט באוויזן זיך אריינצושלייכן אינעם ראנאף איז זייענדיג די גליקליכע אייניקל פון די גרונדער און לאנגיעריגע פארזיצער פון קוואלקאם אירווין דזשעיקאבס און זיין פרויוועלכע האבן אריינגעגאסן 1.5 מיליאן דאלער אין א סופערפעק אונטערצושטיצן די קאנדידאטור פון זייער אייניקל
*
די ערשטע גרויסע בילס באשטעטיגט אין די אבאמא פרעזידענטשאפט איז געווען די דאד פרענק ביל וועלכע האט איינגעשטעלט שטייפערע באנק רעגולאציעס צו פארמיידן אן איבערשפיל פון די 2008 למספרם פינאנציעלע קראך

איינע פון די היסטארישע אויפטוען אינעם ביל איז געווען די שאפונג פון די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא מיטן אקראנים פון CFPB וועמענס אינציאטאר איז געווען די דאן פריש ערוויילטע סענאטאר עליזאבעט ווארען פון מאסאטשוסעטס

צו פארזיכערן אז די ביורא איז זעלבסשטענדיג און ווערט נישט באאיינפלוסט פון פאליטיק האט מען אריינגעשטעלט אינעם ביל א פאראגראף אז דער פרעזידענט קען אויפזאגן דעם ביורא הויפט אויב ער האט א לעגיטימע אורזאך דאס צו טוהן און עס שטייט קלאר ארויס אז מען רעדט פון פעלער אין וועלכע דער דירעקטאר באגייט א פארברעך אדער פארנאכלעסיגט זיין ארבעט

ביזנעסער פרובירן שוין לאנג צו באקעמפן די באגרעניצונג אויפן פרעזידענט נישט צו קענען אויפזאגן דעם דירעקטאר אבער די ביורא האט ביז היינט אפגעשלאגן זייערע פארזוכן

אונטער די טראמפ אדמינסטראציע האבן זיך זאכן געטוישט און קעטלין קרעינינגער וועלכע שטייט היינט אין שפיץ פון די ביורא האט געשריבן צום סופרים קאורט אז די געריכט זאל אויסהערן די קעיס וועלכע זוכט אפצושאפן די באגרעניצונג שרייבנדיג אז מיט דעם וואס די געריכט וועט עלימינירן די דאזיגע פראוויזיע וועט די ביורא נאך אלץ קענען פונקציאנירן און די געריכט קען ארויסשניידן די ספעציפישע געזעץ טייל אן דארפן צווייפלען אין די קאנסטוציאנאליטעט פון די ביורא עקזיסטענץ גופא (וועלכע ביזנעס אינטערעסן וואלטן גראדע יא געוואלט טוהן צוליב די שווערע ביזנעס רעגולאציעס אויף זיי)

צוריק אין 2017 למספרם האט פרעזידענט טראמפ געשטעלט זיין איצטיגע עקטינג שטאב הויפט מיק מולוועיני צו סערווירן אלץ ביורא הויפט און האט פארארדנט צו סוספענדירן א רייע אינפארסירונג שריט פון די אגענטור, אפשטעלן אויספארשונגען, איינצופרירן דאס אויפנעמען פרישע איינגעשטעלטע, און ענדיגן דאטא זאמלונג און אין פעברואר למספרם האט פרוי קרעינינגער איבערגענומען די פאזיציע

א פירמע וועלכע שטעלט צו סערוויסעס אין הילף פאר מענטשן וועלכע זענען אין חובות האט זיך געטראפן אונטער אויספארשונג פון די אגענטור האט באשלאסן צו קלאגן די ביורא אין געריכט און אפשטעלן די אויספארשונג מיט די ארגומענט אז די ביורא סטרוקטור איז נישט אויסגעהאלטן לויטן געזעץ צוליב וואס זי טראץ איר צוזאמשטעל פון א באורד פון עטליכע מעמבער ווערט אבער די ביורא געפירט אין שפיץ פון איר הויפט פירער וועלכע איז באאויפטראגט אונטערצונעמען עקזעקוטיוו סארט שריט ווי אויספארשונג און אינפארסירונג און אזא איינער מוז קענען צו יעדע צייט ווערן אויפגעזאגט דורכן העכסטן עקזעקוטיוון אויטאריטעט אין לאנד וועלכע איז דער פרעזידענט

די ניינטע קרייז געריכט האט אבער ארויסגעווארפן די טענה זאגנדיג אז די סופרים קאורט האט פרעצעדענט פון ערלויבן די רעגירונג אוועקצושטעלן באורדס מיט עטליכע מעמבערס וועלכע קען נישט ווערן אויפגעזאגט דורכן פרעזידענט בלויז ווייל עס געפעלט אים נישט זייערע שטעלונגען אבער איצט האט די פירמע גענומען די קעיס און עס אפעלירט צום סופרים קאורט און די יוסטיץ דעפארטמענט אין שפיץ פון אליסאטאר דזשענעראל פארטיידיגן די שטעלונג פון די פירמע אין געריכט זאגנדיג אז א קאמיסיע ווי אלע מעמבערס האבן א ווארט איז אין אלגעמיין אויסגעשטעלט צו מער יושר'דיגע פארהאנדלונגען און איז נישט קיין פארגלייך צו אן אגענטור ווי אן איינצלנער פערזאן איז באפולמעכטיגט אונטערצונעמען עקזעקוטיווע שריט וועלכע זענען אין קעגנזאץ צו די שטעלונג פון פרעזידענט

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און לויט לעגאלע עקספערטן איז געווען צו ערווארטן אז די מאיאריטעט וועט נעמען די זייט פון די פירמע

אן אינטערסאנטע אנטוויקלונג איז געקומען נעכטן נאכמיטאג ווען די סופרים קאורט האט געדארפט אויסוועלן אן אדוואקאט וועלכע זאל פארטרעטן די די ארגינעלע ווערסיע פון די ביורא געזעץ און די לעגאליטעט פון די איצטיגע אגענטור אויטאריטעט און זיי האבן אויסגעקליבן נישט קיין צווייטן ווי פאול קלעמענט וועלכע איז געווען דער סאליסיטאר זשענעראל פאר די בוש אדמיניסטראציע און האט זיך בארימט געמאכט ביים קעמפן אקעגן די אבאמאקעיר געזעץ וועלכע איז עווענטועל געווארן באשטעטיגט אלץ געזעצליך אינעם סופרים קאורט

פארלאפענע דינסטאג האבן די ריכטער אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אינעם קעיס

ווען די פירמע'ס אדוואקאט קעענאן שאנמאגאם האט אנגעהויבן זיין ארגומענט אז די סטרוקטור פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל האט ריכטערין גינזבורג פרובירט אראפצושפילן די געברויך פונעם געריכט בכלל אריינצוקוקן אין די קאנסטיטוציאנאליטעט פראגע באצייכענענדיג די קעיס צו זיין פון "אקאדעמישן קוואליטעט" (וועלכע נישט נוגע למעשה אינעם איצטיגן פאל) צוליב וואס די פארלאנג פאר אינפארמאציע פון די פירמע איז געווארן צוגעשיקט דורן "עקטינג דירעקטאר" וועלכע קען יא ווערן אפגעזאגט דורכן פרעזידענט פאר סיי וועלכע אורזאך אין די טענה איז בלויז אויף א פערמענאנטע דירעקטאר

אויך סאטאמיאר האט גענומען דעם ריכטונג און פרובירט צו מאכן די קעיס אז די געריכט דארף ניטאמאל באטראכטן די מעריטס פון די קעיס זאגנדיג פאר שאנמאגאם אז זיין קלינט איז דאך נישט דער פרעזידענט און אז די ריכטיגע צייט פאר אזא קעיס וואלט געווען ווען דער פרעזידענט פרובירט אויפצוזאגן דעם דירעקטאר וועלכע וויל נישט גיין און די געפעכט דערקייקלט זיך אין געריכט

ריכטערין סאטאמאיאר האט אויך אפגעשלאגן די ארגומענט פון שאנמאגאם אז די CFPB און איר סטרוקטור פון האבן א דירעקטאר אין שפיץ מיט אזויפיל מאכט איז פרעצעדענטלאז

סאטאמאיאר האט אנגעוויזן אז די אפיס אף ספעשל קאונסעל און אזוי אויך די סאושעל סעקיוריטי אדמיניסטארציע פארמאגן ביידע אין שפיץ א דירעקטאר מיט ערנטע באגרעניצונג אויפן פרעזידענט זיי ארויסצורוקן און אז ביי די סאשועל סעקיויריטי אדמינסטראציע איז זייער פירער זאגאר מער מאכטפול ווי די CFPB דירעקטאר

שאנמאגאם האט אבער אנגעצייגט אויף די דיפרענץ אז אין פאל פון די CFPB פארמאגט די ירעקטאר מער "עקזעקוטיווע" סארט מאכט און קען אונטערנעמען און אינפארסירן שריט אקעגן מענטשן און אזא איינער דארף קענען ווערן אויפגעזאגט דורכן הויפט עקזעקוטיוו אין לאנד

נאכן מאכן די קעיס פאר די פירמע האט אויפגעטראטן סאליסיטאר דזשענעראל ניעל פראנסיסקא פרעזענטירנדיג די CFPB זעלבסט
פראנסיסקא האט ארויסגעברענגט אז אין אלגעמיין אין עס אינעם פרעזידענט'ס יורידסדיקציע אויפצוזאגן פעדעראלע איינגעשטעלטע
ער האט אנערקענט אז אין א סופרים קאורט אורטייל אין 1935 למספרם האט די געריכט געמאכט אן אויסנאם שרייבנדיג אז די סטרוקטור פון די פעדעראלע האנדל קאמיסיע איז קאנסטיטוציאנאל טראץ וואס אירע 5 קאמיסיאנארן קענען נישט ווערן אויפגעזאגט דורכ'ן פרעזידענט סיידן ער טוט עס צוליב אן ערנסטע סיבה
פראנסיסקא האט אבער געבעטן פון די ריכטער נישט אויסצוברייטערן יענע אויסנאם צו מער אגענטורן צוליב וואס זי קען פירן צו צוויי פראבלעמען

1) אז עס וועט מיט די צייט עפענען א וועג פאר מער און מער רעגירונג אגענטורן און באאמטע צו באקומען מאכט דורכן קאנגרעס וועלכע וועט שרייבן געזעצן זיי צו פארזיכערן נישט צו קענען ווערן לייכט אויפגעזאגט דורכ'ן פרעזידענט און עס קען גיין אזוי ווייט אז איין טאג וועט דער פרעזידענט ניטאמאל קענען אויפזאגן זיינע אייגענע קאבינעט מיטגלידער

2) די פעדעראלע איינגעשטעלטע ווערן נישט ערוועלט דורכ'ן פאלק נאר נאמינירט דור'ן פרעזידענט און און מיינסטנס פעלער באשטעטיגט דורכן סענאט און אויב זיי ווייסן אז זיי זענען פארזיכערט אויף זייער בענקל וועלן זיי זיך קענען צופירן די הענט און בלויז אויב זיי ווייסן אז דער פרעזידענט וועלכע שטייט פאר ווידערערוויילונג (כאטש די ערשטע פיר יאר און אפילו דערנאך וויל האבן גוטע אנקעטע ציפערן און געדענקט ווערן צום גוטן אין די אויגן פון פאלק)) קען זיי אויפזאגן צו יעדע צייט וועלן זיי אויטאמאטיש זיין מער אפן אויסצופירן דעם ווילן פון פאלק

אויף די ארגומענט אז ביי די האנדלס קאמיסיע האט די געריכט יא ערלויבט די קאמיסיאר צו בלייבן מיט זייער מאכט בלויז צוליב וואס אלע פינף מיטגלידער האבן אייניגע און פולע מאכט און אז דא איז עס אנדערש צוליב וואס אן איינצלנע דירעקטאר איז אין שפיץ האט ריכטערין קעיגען עס אוועקגעמאכט אלץ אן ארגומענט אן עכטע באדייט ווייל די צאל מענטש וועלכע באקומען די מאכט מאכט נישט קיין דיפרענץ און אויב פינף ביוראקראטן קענען צוזאמען באזיצן אזא פאזיציע קען איינער זיין די זעלבע

קעיגען האט גאר געזאגט אז אדרבה, אויב ווילסטו יא אפטיילן צווישן א מאכטפולע מולטי מיטגלידער קאמיסיע און אן איינצלנע מאכטפולע דירעקטאר קען מען שפינען די ארגומענט אויף פונקט פארקערט און מאכן א קל וחומר, מה דאך אז ביי די מולטי מיטגלידער האנדל קאמיסיע האט די געריכט געאורטיילט אין זייער שטיצע טראץ וואס דארט איז פיל שווערערע פארן פרעזידענט זיי צו האלטן אין ליניע איבער זיין פאליסי ווייל ער דארף געוואונען די קאאפעראציע פון עטליכע מענטשן על אחת כמה וכמה ביי אן איינצלנער דירעקטאר וועם דער פרעזידענט קען פיל גרינגער אריבערגעוואונען אפילו אן די מאכט אים צו קענען אויפזאגן
קעיגען האט רעטאריש אויסגעפירט: עס איז פיל לייכטער פארן פרעזידענט צו באקומען אן איינצלנער פערזאן אויפן טעלעפאן וווי זיבן מענטשן
דאן האט פאול קלעמענט געמאכט זיין פרעזענטאציע צו פארטיידיגן די אורטייל פון די ניינטע קרייז געריכט

קלעמענט האט פרובירט אראפצושפילן די זארגן וואס פראנסיסקא האט אויפגעברענגט אז קאנגרעס וועט אנהויבן צוצוטיילן מער מאכט פאר אנדערע פעדעראלע באאמטע אזש פאר קאבינעט מיטגלידער

ער האט אנגעוויזן אז די קאנסטיטוציע טוט קלאר באגרעניצן צוצוטיילן מער מאכט די פירער פון די סטעיט און פארטיידיגונג דעפארטמענט

דאן האט די אדוואקאט דאגלעס לעטער וועלכע האט פארטרטטן קאנגרעס אין שטיצע פון די ביורא אויך ארויסגעברענגט אז קאנגרעס האט קיינמאל נישט פרובירט צו פארזיכערן די פאזיציעס פון קאבינעט איינגעשטעלטע און האט אלץ ערלויבט פרעזידענטן זיי אויפצוזאגן פאר סיי וועלכע אורזאך

ריכטערין גינזבורג האט פרובירט זיך צו שטעלן אויף די ווערטער אינעם געזעץ וועלכע אדרעסירט די פעלער קען יא אויפזאגן דעם ביורא הויפט און געזאגט אז די באגרעניצונג אויפן פרעזידענט איז זייער באשיידן און איז גאר מינימאל און טוט בלויז פארזיכערן אז דער פרעזידענט זאל נישט ארויסטראסקענען א גוטע דירעקטאר צוילב אומראציאנאלע מאטיוון און יענעם ערזעצן מיט איינעם וועלכע איז לאיאל צום פרעזידענט אבער נישט טריי פאר קאנסומער אבער אין פאל וואס א דירעקטאר איז פארנאכלעסיגט אויפן פאסטן קען מען יענעם יא ווארפן

שאנמוגאם האט עס אבער אפגעווארפן זאגנדיג אז די פראוויזיע אינעם געזעץ איז אלץ יא קלאר פארשטאנען געווארן אז עס ציהלט צו פארזיכערן אז די אגענטור זאל נישט זיין באיינפלוסט פון פאליטישע קאנטראל און אז מיטן פארמיידן פונעם פרעזידענט צו קענען יענעם אויפזאגן זאל די ביורא קענען אפערירן אויף די מערסט זעלבסטשטענדיגע פארנעם וואס נאר מעגליך

הויפט ריכטער ראבערטס האט הויך געטראכט און פרובירט צו זעהן אויב די געריכט קען זיך ארויסגליטשן פון די קעיס מיט די ווייניגסטע שאדן שרייבנדיג א "קליינע אורטייל" אנשטאט א מער באדייטנדע
ראבערטס האט געזאגט אז זינט די געווענליכע פראקטיצירונג פון די געריכט אוועקצושטיין פון דעצידירן קאנסטיטוציאנאלע פראגן ווען עס איז שייך (דהיינו, ווייניג אפעטיט צו באשליסן אויף די פראגע אויב די קאנסטיטוציע ערלויבט אזא דירעקטאר צו זיצן אויפן פאסטן אן קענען געווארפן ווערן פאר סיי וואס) איז אפשר פאסיג אז די געריכט זאל אויך דא טרעפן א וועג צו מינימוזירן די איצטיגע קעיס אויך אין ליבערשט "אויסטייטשן די ווערסיע פונעם געזעץ" אז עס זאל בכלל נישט זיין אין מעגליכע קאנפליקט מיט די קאנסטיטוציע

ראבעטס האט זיך ארויפגעכאפט אויך די ווארט "אומטויגליך" אלץ איינע פון די טערמינען אין וועכלע דער פרעזידענט קען יא אויפזאגן דעם דירעקטאר
האט ראבערטס פרובירט צו זאגן אז די באדייט פון "אומטויגליך" קען גענוצט ווערן אין אסאך פאליסי דיפרענצן צווישן די דירעקטאר אינעם פרעזידענט און פעלער ווען לויטן פרעזידענט טויג נישט פארן לאנד די פאליסי און פירערשאפט פונעם דירעקטאר.. און אז לויט דעם ערלויבט די געזעץ דעם פרעזידענט אויפצוזאגןאין סאך מער פעלער ווי ביז היינט פארשטאנען

אבער לעטער (קאנגרעס אדוואקאט) די אנדערע ריכטער האבן געצווייפלט דערין און געווען ווייניגער ענטוזיאסטיש איבער אזא אפטייטש

ריכטער קעווענאו וועלכע האט שוין אויפן די סי סירקוט געאורטיילט אין אן אנדערע קעיס אז די סטרוקטור פונעם ביורא איז אומקאנסטיטוציאנאל האט ארויסגעברענגט אז פשוט פארוואסערן די באדייט פון די קאנגרעס ווערסיע וועט פירן צו דעם אז אנדערע אגענטורן וועלכע פארמאגן יא געזעצליך ענליכע מאכטן וועלן פארלירן זייער זעלבסטשטענדיגקייט ווייל מען וועט פרובירן צו פארוואסערן אויך די אפטייטש פון זייערע רעכטן באזירט אויף די סופרים קאורט אורטייל אין די איצטיגע קעיס

ריכטער גארסוטש איז אויך געווען סקעפטיש איבער א פארוואסערונג פון די הארבע אפטייטש פונעם געזעץ פרעגנדיג קלעמענט
ווי עס גייט למעשה כאפן א נפקא מינא צווישן די אויסוואלן פון פארוואסערן די איצטיגע געזעץ (דהיינו א קליינע אורטייל) און צוריקדרייען די סופרים קאורט פרעצעדענט (פון 1935 למספרם איבער די האנדלס קאמיסיע)

(פאר גארסוטש איז עס טאקע נישט קיין חילוק און ער קען גערן באשטיין צו אורטיילן אויפן שורש אבער געוויס איז עס שוין איינמאל א חילוק פאר ראבערטס וועלכע זוכט א מילדערע אורטייל און א וועג אוריס פארן געריכט שאפנדיג די ווייניגסטע קאנטערווערסיע וואס נאר מעגליך)

ראבערטס זעלבסט האט אויסגעקוקט צו האבן צווייטע געדאנקן איבער זיין פארשלאג מער ביים ענדע פונעם סעסיע (ווייל נאך אלעם איז עס אן אינטערסאנטע סארט אויסטייטשונג) זאגנדיג פאר קלעמענט אז אויב די פראגע גייט אראפקומען איבער וואס גענוי די געזעץ האט געמיינט גייט עס פירן צו ענדלאזע היי פראפיל קאנפליקטן אין יעדע פאל פון א שטרייט צווישן דעם פרעזידענט און די דירעקטאר אוון די געריכט גייט דארפן ארפאגיין יעדע מאל די וועג פון באשליסן אויב דאס הייסט יא אדער נישט אומטויגליך.. ראבערטס האט אפן אנערקענט ווי ער ציטערט פון אזא מעגליכקייט זאגנדיג אז אזאהס וואלט געווען די "ערגסטע פון אלע וועלטן"
אלעס אינאיינעם איז געבליבן זייער אומקלאר ווי אזוי די געריכט זאל האנדלען אין פאל עס איז דא א מאיאריטעט וועלכע באשליסן אז די איצטיגע סטרוקטור איז אומקאנסטיטוציאנאל

קעווענאו האט אנגעוויזן אויף א פראוויזיע אינעם דאד פרענק געזעץ וועלכע שרייבט קלאר אז אפילו אויב איין טייל פון די געזעץ פאלט זאל די איבריגע געזעץ בלייבן אין קראפט און קלאר געפרעגט צי עס איז נישט צייט צו ארויסנעמען יענע פראוויזיע פון שופלאד און עס נוצן (דהיינו, עס מען קען קען פסל'ן די געשאנקענע מאכט פארן דירעקטאר און ערלויבן פארן פרעזידענט פון היינט און ווייטער יענעם אויפצוזאגן פאר סיי וועלכע סיבה אבער די איבריגע טייל פון דאד פרענק אריינגערעכנט די עקזיסטענץ פון CFPB זאל פארבלייבן)

קעווענאו האט אנגעוויזן אז אויב צוליב די פראבלעם מיטן דירעקטאר אמט שאפן מיר אפ די עקזיסטענץ פון די גאנצע ביורא מיינט עס אז מיר איגנארירן יענע פראוויזיע פונכעם געזעץ וועלכע פארזיכערט די איבערלעבעניש פונעם געזעץ אפילו ווען איין ראד פונעם וואגאן ווערט געלעכערט דורכן געריכט
שאנמוגאם איז אויפגעשפרונגען הערנדיג דאס, נאך אלעם פארטרעט ער די פירמע אונטער אויספארשונג און זיין גאנצע קעיס איז בלויז באזירט אויף די אומקאנסטיטוציאנאליטעט פון די גאנצע ביורא

ער האט זיך אנגעהויבן פארהערן מיט קעווענאו און ווען אין וואו מען קען נוצן אזעלכע "איבערלעבעניש פראוויזיעס" און די דעבאטע צווישן אים מיט קעווענאו איז געווען היבש שארף און אין די ענדע האט שאנמוגאם ארויסגעברענגט אז אויב מען וויל ערלויבן דעם פרעזידענט צו קענען אלעמאל אויפזאגן דעם דירעקטאר מוז מען אנערקענען אז די ביורא וועט זיין גאר עפעס אנדערש ווי דאס וואס קאנגרעס האט געוואלט (ווייל זיי האבו געוואלט א זעלבסטשטענדיגע ביורא) און דעריבער מוז די גאנצע ביורא פאלן און מען קען עס נישט ראטעווען מיט די איבערלעבעניש פראוויזיע

פראנסיסקא וועלכע פארטרעט די יוסטיץ דעפארטמענט איז בכלל נישט געווען אויפן זעלבן בלאט ווי שאנמוגאם אויף די פראגע זינט ער איז צופרידן אויב מען עלימינירט בלויז די מאכט פונע דירעקטאר און ער האט יא געגעבן רעכט פאר קעווענאו (אפילו אויב אין אזא פאל מיינט עס אז די פירמע קען ווייטער ווערן אויסגעפארשט אינטערסירט אים נישט די וואוילזיין פון די פירמע זינט ער איז נישט זייער אדוואקאטאן זייערע אינטערעסן זענען נישט געמיינזאם איבער דעם)

לעטער וועלכע פארטרעט קאנגרעס האט געזאגט אז אפילו ער איז אומאיינשטימיג מיט פראנסיסקא און האלט אז מען דארף לאזן דעם דירעקטאר מיט זיין מאכט שטימט ער יא איין מיט פראנסיסקא אז אין פאל די געריכט נעמט אוועק די מאכט פונעם דירעקטאר זאל די CFPB בלייבן שטיין און אז קאנגרעס וואלט קלאר געוואלט אז אין אזא פאל זאל מען כאטש האבן ואס עס איז יא קאנסטיטוציאנאל און אז אין פאקט פלעגן גאר אסאך פונקציעס וועלכע ווערן היינט דורכגעפירט דורך די ביורא ווערן דורכגעפירט דורך "זיבן" אנדערע אגענטורן און אז די שאפונג פונעם ביורא האט בסך הכל פאראייניגט די רעגירונג אינוועסטירונג אין דעם געביט מו ווערן געפירט פון איין גרויסע און מער ארגאנאזירטע שירעם ביורא און מערסטנס פון די פליכטן פלעגן ווערן דורכגעפירט נאך בעפאר קאנגרעס באט בכלל געשפאן די ביורא און דעריבער איז אבסור צו זאגן אז מיט די דירעקטרר מאכט אין מיסט וואלט קאנגרעס נישט געוואלט האבן אזא ביורא בכלל נאכדערצו ווען עס איז קלאר דא אזא איבערלעבעניש פראוויזיע

נאך זיבעציג מינוט פון ארגומענטן (איך האף אז עס האט נישט גענומען אזוי לאנג זיי צו לעזן) איז שווער צו שאצן די אויסגאנג אינעם קעיס
ווייניג אפעטיט צו אורטיילן אז די געריכט דגארף ניטאצמאל אריינקוקן אין די מעריטס מיטן אויסנאם פון גינזבורג און סאטאמאיאר (ווי געשריבן אויבן)

די שטארקסטע ערווארטונג איז אז עס וועט מעגליך זיין א מאיאריטעט וועלכע וועט קומען צום אויספיר אז די דירעקטאר מאכט איז אומקאנסטיטוציאנאל אבער אז די ביורא גופא קען ווייטער פונקציאנירן

א לעכטיגן שבת!
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג מארטש 05, 2020 10:57 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווואףף!!! א קאמפלעצירטע קעיס אזוי סימפל אראפגעלייגט! מעסיוו!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווואףף!!! א קאמפלעצירטע קעיס אזוי סימפל אראפגעלייגט! מעסיוו!!
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

קיין לויער וועל איך שוין נישט זיין לכאורה... אבער א גוטער ליינער, פון א בעסערן שרייבער, וואס קען זיין בעסער?!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”