א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג מטות מסעי






טויזנטער סטודענטן האבן זיך א לאז געטוהן אין די גאסן אין סודאן נאך וואס עטליכע סטודענטן זענען דערשאסן געווארן דורך זיכערהייט קרעפטן אין לויף פון פראטעסטן
*
וואשינגטאן האט סאנקציאנירט די פארמעגנס פון איראנ'ס אויסערן מיניסטער, א שריט וועלכע איז ערווארטעט נאך מער אנשטרענגן די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער
איראן'ס פרעזידענט רוהאני האט באצייכנט די פרישע אנטוויקלונג אלץ קינדיש
*
די לענדל מאנגאליע האט געשאנקען א פערדל פאר פרעזידענט טראמפ'ס זוהן בעראן
טראמפ האט א נאמען געגעבן פארן פערדל "זיג"
*
אין רוסלאנד האט פרעזידענט פוטין פארארדנט די מיליטער זיך אנצושליסן און ארויסהעלפן באקעמפן מאסיווע וואלד פייערן וועלכע בוזשעווען ארויס פון קאנטראל אין אין מזרח פון לאנד
*
א געזונטהייט באאמטער אין תימן גיבט איבער אז אמווייניגסטנס 51 זענען אומגעקומען אין א מיסיל אטאקע און אין א קאארדינירטע סעריע פון זעלבסטמארד אויפרייסן ביי די דרום פארט פון עידען
*
אין סאמאליע האט דער ארטיגער פרעזידענט מוכאמעד אבדולאהי פערמעדזשאו אויפגעגעבן זיין אמעריקאנע בירגערשאפט נאך די טראמפ אטאקעס אויף די סאמאליע געבוירענע קאנגרעספרוי אומאר פון מינעסאטע
*
אמעריקא האט טראנספארירט פון סיריע א פרישע אמעריקאנע בירגער וועלכע האט זיך אנגעבליך אנגעשלאסן אין אייסיס און יענער וועט איצט אויסשטיין זיין פראצעס אין אן אמעריקאנע געריכט
*
פרעזידענט טראמפ אינאיינעם מיט זיין פרוי וועלן באזוכן פוילן און דענמארק ענדע פון די איצטיגע למספרם מאנאט און זיך באטייליגן ביי די אכציגסטע יארטאג פון די אנהויב פון די צווייטע וועלט קריג
*
לויט ווי די ווייסע הויז פרעסע סעקרעטארשע האט נעכטן איבערגעגעבן זענען די פארהאנדלונגען מיט די כינעזער געווען קאנסטרוקטיוו און איז ערווארטעט פארצוזעצן אין אנהויב סעפטעמבער למספרם
*
מענטשליכע איבערבלייבענישן געפונען דורך אויטאריטעטן אין מיזורי געגלויבט צו זיין פון צוויי ברודער פון וויסקאנסין וועלכע זענען פארשוואונדן נאכן זיך ארויסלאזן אויף א ביזנעס רייזע
*
אין סענאט האט מען 9:30 אינדערפרי אנגעהויבן דעבאטירן די בודזשעט אפמאך וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט
*
די רעפובליקאנע פירערשאפט ארבעט שווער אז א באדייטנדע טייל פון זייער קאוקוס זאל שטיצן די אפמאך און טשאק גרעסלי גיבט איבער אז דער איינציגסטער וועלכע האט זיך ארויפגעזעצט אויף אים און נאכאנאנד באלמוטשעט צו גיבן א קלארע יא אדער ניין איבער ווי אזוי ער וועט שטמיען איז געווען סענאטאר טון און יענער האט עס עווענטועל געמאכט ווען גרעסלי איז ארויסגעקומען זאגן אז ער וועט שטיצן די ביל
*
ארום 11 אזייגער וועט מען אנבהויבן א סעריע אפשטימונגען ארום די ביל
צו ערשט וועט מען ארויפברענגן א ראנד פאול אמענדמענט צו באגרעניצן בודזשעט קעפס
דאן וועט מען שטימען אויף קלאוטשער פאראויסצורוקן די ביל
דאן וועט מען מעגליך שטימען אויף א מאושען צו עלימינירן די בודזשעט טולס און צו לעצט אן ענדגילטיגע אפשטימונג אויפןאפמאך
*
די סענאט יורידישע קאמיטע באטראכט די פארשלאג פון איר פארזיצער לינדזי גרעהעם איינצושטעלן טוישן אין די אזיל רעכט געזעצן און איבער וויפיל טעג קינדער קענען ווערן פארהאלטן ביי די גרעניץ צענטערן
*
דעמאקראטן רופן אויסצופארשן א פראיעקט אין קענטאקי פארוועלכע צוויי געוועזענע מעקאנעל שטאב מיטגלידער טוען איצט לאביאירן
די דעוועלאפמענט איז א נייע אלומינום פאבריק געשטיצט דורך די רוסישע אלומינום ריז ראסעל
*
מיט דעם וואס קאנגרעסמאן טעד דויטש איז איצט ארויסגעקומען שטיצן אימפיטשמענט פארהערן האט ער מכריע געווען דעם וואגשאהל און א מאיאריטעט דעמאקראטן אין קאנגרעס שטיצן שוין איצט צו עפענען אימפיטשמענט פארהערן
*
א ריכטערין אין די קעיס איבער די רוסישע פראפאגאנדע אין די אמעריקאנע וואלן זאגט אז זי שאצט אז די פראצעס וועט ווען די וואלן קומען נענטער
*
די יוסטיץ דעפארטמענט און די קאנגרעס יורידישע קאמיטע זענען איצט אין געריכט זיך אויסצוקעמפן איבער די פארעפנטליכונג פון די גרענד דזשורי מאטריאל פון די מולער באריכט און די צוויי זייטן האבן פארגעשלאגן אז די דאטום פאר די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס זאל פארקומען נישט פאר אקטאבער למספרם
*
די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע האט ארויסגעלייגט איר ערשטע רעקלאמע אין די צפון קאראליינע ניינטע קאנגערסיאנאלע דיסטריקט ספעציעלע פארמעסט אין וועלכע זיי פארבונדן דעמאקראט מעקרעדי מיט עליזאבעט ווארען
קאנגרעס רעפובליקאנער האבן שוין רעזערווירט פאר דעם זיץ נאנט צו צוויי מיליאן דאלער פאר רעקלאמעס אין די שארלאט מארקעט
די וואלן זענען געסקעדזשועלט אויף סעפטעמבער 10 למספרם
*
מיט די רעטייערמענט מעלדונג עטליכע וואכן צוריק פון קאנגרעספרוי מארטא ראבי וועלכע האט שטארק פרובירט צו אנאגאזשירן מער פרויען צו לויפן אלץ רעפובליקאנער האבן פולע אויפגעגעבן האפענונגען אויף די אונטערנעמונג צו זיין סוקסעספול אבער די וואך זענען די האפענונגען געוואקסן ווען פיר פרויען האבן זיך געמאלדן אלץ קאנדידאטן אין די פאלגענדע דיסטריקטן:
טעקסאס 32, נעוואדע 4 , ניו יארק 27 און אין קענסאס 3
*
אין ליוזיאנא האט די רעפובליקאנע גאווערנארס אסאסיאציע געלופטערט איר צווייטע רעקלאמע אקעגן דעם דעמאקראטישן גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס וועלכע טוט אים באשולדיגן אין הייבן די סטעיט'ס סעילס שטייערן טראץ זיין פארשפרעכונג דורכאויס זיין קאמפיין נישט צו העכערן קיין שטייערן אויף אינדיווידועלן און ביזנעסער
*
טראמפ אליאירטע אין געשפרעכן מיט רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע פירעשאפט איבער די מעגליכקייט צו רעקרוטירן קארי לואנדאסקי (טראמפבס געוועזענע קאמפיין מענעדזשער) צו לויפן אקעגן דעמאקראישע ניו העמפשיר סענאטארשע שאהין
*
געוויסע באריכטן איבער פרישע פאמיליע פראבלעמען איבער קאנגרעספאוי אילהאן אמאר פון מינעסאטע
די קאנגרעספרוי האט געהייראט מיט איר איצטיגע מאן הירסי צוריק אין 2002 למספרם און לויט לעצטיגע אנגעבליכע באשולדיגונגען איז יענער אירס א ביאלאגישע ברודער און זי הייראט איז פארגעקומען מיטן ציהל אים צו קענען ארייננברענגן קיין אמעריקא
נאכן געבורט פון איר צוויי עלטסטע קינדער האט זי זיך געשיידט פון אים דורף א רעליגיעזע פראצעדור אבער נישט אפיציעל לעגאל
זי האט דאן געהייראט א צווייטן און זיך שפעטער לעגאל צושיידט
אין 2017 למספרם האט זי זיך צוריק אנגעשלאסן מיט איר ערשטע מאן און געבוירן א דריטע קינד און לויט די לעצטיגע באריכטן זיך ווידער צושיידט אבער ביידע פון זיי אנטזאגן זיך צו קאמענטירן דערויף
*
די ציילונג פון קאנגעסיאנאלע אינדארסירונגען פאר פרעזידענט קאנדידאטן ביז דערווייל:
ביידען 16
העריס 13
בוקער 12
ווארען 8
קלאובאשאר 4 סאנדערס 3
צו די זעלבע צייט ביי די 2016 למספרם וואלן:
קלינטאן 126
סאנדערס 0
*
דזשעין ביאליו ווערט די פערטע סטעיט רעפרעזענטאט פון ניו העמפשיר צו אינדארסירן קאמאלא העריס פאר פרעזידענט
*
די אריזאנא אטוירני דזשענעראל האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן צו צווינגען די סעקלער פאמיליע וועלכע איז די אייגנטומער פון א פארמאסיוטיקאל פירמע צוריקצוצאלן ביליאנען וועלכע זיי האבן ארויסגענומען פון זייער פירמע פאראדו פארמא צוליב זייער שולד אין די פארקויף פון די אקסיקאנטאן דראג וועלכע פירט צו דעם וואס יוגנטליכע באנוצן זיך דערמיט איבער די מאס צוליב די אדיקשאן דערצו
די פירמע איז שוין געווען פארמישט אין צענדליגע אנקלאגעס פון פארשידענע סטעיטס און באצאלט שווערע שטראפן אין די פארגאנגנהייט ווערנדיג באשולדיגט אין שפילן א ראלע אין די שטייגנדע אפיאד קריזיס אבער עס איז די ערשטע מאל און א זעלטענע ערשיינונג אז א סטעיט זאל פרובירן אריינצומישן די העכסטע געריכט אין די אפיאיד פראגע
*
זכרי' מארשאל האט געפירט זיין אויטא אין א לוסטיגע שטימונג זייענדיג אויפגעהייטערט און פארדראגט ווען מיאטמאל האט ער באמערקט לעמפעלעך בליטשקען פון הינטערוויילעכטס
אפיציר שאן דאלען האט אונטערזוכט זיין קרבן און צו זיין מזל געפאקט דעם חברה'מאן אין דרייוון אונטער די איינפלוס
נאך א פראצעס האט אים די דזשורי געפונען שולדיג אבער איידער ריכטער דעיוויד טשידעסטער האט געקענט ארויסגעבן זיין אורטייל האט דער אדוואקאט מייקל קעמפבעל אפעלירט די שולד אורטייל און די אינדיאנא סטעיט אפעלאט געריכט האט ארויסגעווארפן די אורטייל און די פראקורארן האבן עס גענומען צום סטעיט געריכט וועלכע האט ארויסגעווארפן די אורטייל און צוריקגעשטעלט אין פלאץ די דזשורי שולד אורטייל
קעמפבעל האט באשלאסן אז ער גייט פרובירן א גרויסע טריט און זיך ווענדן גראד צום העכסטן געריכט אין לאנד מיט זיין קעיס
דער ארגיענלער ריכטער פון די קעיס דעיוויד טשידעסטער האט אין אנהויב געזאגט אז ער וועט אויסווארטן די סופרים קאורט באשלוס אויב זיי אקצעפטירן די קעיס אבער דערנאך האט ער געטוישט און באשלאסן אז די שאנסן דערפאר זענען רעלאטיוו בלייך און ווארטן דערויף וועט איבריג לאנג פארציען די קעיס און האט באשטימט אקטאבער 29 למספרם צו באשטימען אן אורטייל
די ארגומענט פון די פארטיידיגונג וואס זיי וויילן מאכן אין סופרים קאורט איז אז דער אפיציא האט נישט פארמאגט די נויטיגע ערלויבעניש און געמאנגלט אין א ראציאנאלע אויסרייד פארן אפשטעלן מארשאל
דורכאויס די ערשטע אויפטריט זיינע אין געריכט האט ער געזאגט אז ער האט אפגעשטעלט מארשאל צוליב פארן שנעלער ווי ערלויבט אבער ווען די פארטיידיגונג האט אים געפרעגט איבער די ספיד לימיט אויף יענע שאסיי האט ער צו ערשטע געענטפערט 40 מער פער שטונדע אבער ביי א שפעטערע פארהער האט ער אנערקענט אז נאכן פריש באזוכן די געגננט האט ער געזעהן אז עס איז גאר 50 (ערגער פארן דרייווער אבער צייגט אן אומקלארקייט מצד דעם אפיציר)
דאלען האט געזאגט אז ער האט זיך באנוצט מיט א פאליציי ראדאר צו מעסטן מארשלא'ס ספיד אבער האט קיינמאל נישט צוגעשטעלט קקיין דאקומענטאציע דערפון
אויך האט דער אפיציר קיינמאל נישט געקענט זאגן וואס עס איז געווען די ספיד אויף וועלכע יענער איז געפארן און געדענקט בלויז אז עס איז געווען העכער די ספיד
*
אומפארבונדן מיט זיין פרעזענטאציע נעכטן נאכט ביי די דעבאטע וועלכע האט גראדע באאיינדרוקט פולע האט מאנטאנא גאווערנאר סטיוו בולאק היינט זיך באלעקט די פינגער מיט א לעגאלע זיג וועלכע קען אים ברענגן גוטע פובליסיטי צווישן דעמאקראטן
מאנטאנא און ניו דזשערסי האבן געפירט א געריכט קאמף אין א מאנטאנא געריכט מיט די איי אר עס און א ריכטער האט נעכטן דינסטאג געאורטיילט אז די ערלויבעניש פון די אגענטור צו פארדעקן מער אינפארמאציע איבער פאליטישע ביישטייערונגען איז נישט געזעצליך
די איי אר עס האט געהאט ארויסגעלייגט אן ארדער לעצטע יאר אז געוויסע שטייער פרייע גרופעס דארפן נישט באריכטן קיינע נעמען און אדרעסן פון גרויסע ביישטייערעראין זייערע יערליכע פארומס
אזלעכע גרופעס האבן אריינגערעכנט די נאצינאלע רייפל אסאסיאציע, די ACLU, לעיבאר יוניאנס און פילע ביזנעס גענויגטע גרופעס
רעפובליקאנער האבן געשטיצט די ארדער זאגנדיג אז עס איז נויטיג פאר פרייוועסי און ערשטע אמענדמענט אבער דעמאקראטן האבן עס באקעמפט מיט די ארגומענט אז עס וועט ערלויבן אויסלענדישע רעגירונגען אריינצופאמפען געלט צו באאיינפלוסן די וואלן
בולאק און די מאנאטאנא שטייער דעפארטמענט אינאיינעם מיט ניו דזשערסי האבן געקלאגט די איי אר עס זאגנדיג אז זיי האבן נישט געגעבן געמאלדן גענוג פון פאראויס דערוועגן און געזאגט אז זייערע סטעיטס האבן פארגעזעצט צו פארלאנגען די אינפארמאציע
די טרעזשורי האט געבעהטן ארויסצשליידערן די קעיס זינט די סטעיטס האבן נישט קיין סטענדינג און איבער די מעריטס האבן זיי געזאגט אז די ספעציפישע סארט ארדער איז נישט קיין נייע רעגולאציע און בלויז אן אויסטייטשונג פון די געזעץ לויט זייער פארשטאנד און דארף דעריבער נישט ווערן געמאלדן לאנג בעפאר עס גייט אריין אין אפעקט
אין זיין אורטייל שרייבט ריכטער ברייען מאריס וועלכע איז געשטעלט געווארן אויף זיין פאזיציע דורך פרעזידענט אבאמא אז די סטעיטס פארמאגן יא סטענדינג און אז די ארדער איז יא א לעגיסלאטיווע סארט טויש און דארף דעריבער יא ווערן געמאלדן פון פאראויס צו גיבן צייט פאר קאמענטארן דערויף
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אה ישר כח הבל איך האב עס נאכנישט דורעכגעליינט אבער עס האט מיר שוין געגעבען די מוד אנצוהייבען די טאג.
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

שכוח!!!!גדול
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

הבל, איטס רילי עפרשיעיטעד!!

א ריזיגן ישר כח!! קיעפ איט קאמינג!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר יישר
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

ישר כח הבל
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

יישר כח הבל.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

א געשמאק געווען. יישר כח
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

דארף איך ווען שרייבן אזא לאנגע שכוח תגובה,
עט ליעסט אזוי לאנג ווי איין באריכט דיינע.

יישר כח!
קיפ אפ!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זונטאג דברים



איראן מעלדט פארכאפונג פון פרישע אויל טאנקער וועלכע האט אנגעבליך געשמוגעלט אויל צו אראבישע לענדער אינעם ראיאן
*
דייטשע אויטאריטעטן האבן פארכאפט איבער פיר טאן פון קאקעין איון די ווערט פון1.1 ביליאן דאלער, די גרעסטע אזא פארכאפונג פון סיי ווען
*
די פרוי פון סיריע'ס פרעזידענט באשאר אסאד איז דערקלערט געווארן ריין פון א קרענק מיט וועלכע זי איז דיאגנאזירט געווארן ארום א יאר צוריק
*
אנגעצויגנקיייט אין די קאשמיר ראיאן צווישן איז געשטיגן ווען אינדיע האט אהינגעשיקט פרישע טרופן און האט פארשיקט טויזנטער באזוכער צו פארלאזן די הימאלייאן אומגעגנט
*
טראמפ פארארדנט א פרישע רונדע סאנקציעס אויף רוסלאנד אלץ שטראף פאר די 2018 למספרם נערוו אגענט אטאקע אויף א געוועזנע רוסישע שפיאן אין ענגלאנד
*
פרעזידענט טראמפ איבער די דורכפאל צו נאמינירן קאנגרעסמאן רעטקליף אלץ שפיאנאזש שעף: איך גיב ארויס א נאמען צו די פרעסע און זיי טוען עס וועטן פאר מיר און מיר שפארן זיך אסאך געלט דורך די וועג
*
סטיווען מולער האט פריוואט באצייכנט די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט אלץ א שאנדע פארן נישט איינשטעלן פריער אן איינפיר וועלכע איז ערווארטעט אריינצוגיין אין די נאנטע טעג צו צוימען לעגאלע אימגראציע אז לעגאלע אימיגראנטן מיט גרין קאטלעך זאלן עס פארלירן אויב זיי ערהאלטן געוויסע רעגירונג בענעפיטן
*
פארטיידיגונג סעקרעטאר מארק עספער וועט אריינקוקן אין די פענטאגאן קלאוד קאנטראקט מיט עמעזאן וועלכע טוט לויט פרעזידענט טראמפ בעפארצוגן עמעזאן
*
טעקסאס סענאטאר קרוז האט געשיקט א בריוו אונטערגעשריבן דורך צוואנציג רעפובליקאנע סענאטארן צו טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין בעטנדיג אז מען זאל אויסגלייכן די קאפיטאל געינס שטייער אינדעקס מיט איצטיגע די אינפלאציע ראטע א שריט וועלכע וועט אראפברענגן די שטייער אויף די פארדינסטן פון ריעל עסטעיט, סטאקס אדער באנדס און וועט מוטיגן אינוועסטירונגען און אינאוואציע זינט אינוועסטירער וועלן צאלן ווייניגער שטייערן ביים פארקויפן עסעטס
די סענאטארן באקלאגן זיך אז אין די צייט וואס אנדערע שטייער פראוויזיעס ווי צום ביישפיל די אינדיווידועלע שטייער ווערט אויסגעגליכן יעדע יאר לויט די אינפלאציע שטאפלען איז אבער די קאפיטאל פארדינסטן שטייער ארויסגעבליבן דערפון
די סענאטארן שרייבן אז מענטושין קען איינשטעלן די טויש אויף די אייגענע האנט אלץ רעגולאציע אןן אריינמישן קאנגרעס דערין טראץ וואס פריערדיגע אדמיניסטראציעס זענען געקומען צןם אויספיר אז מען קען עס נישט דורכפירן אן קאנגרעס
מענוטשין איז ביז היינט געווען היבש אומגרייט עס צו טוהן טראץ וואס אנדערע עקאנאמישע ראטגעבער אין די אדמיניסטראציע שטופן עס שטארק אריינגערעכנט לערי קאדלאו וועלכע איז א לענגיעריגע טשאמפיאן פאר אזא געדאנק
מענוטשין האט געזאגט מיט עטליכע טאג צוריק אז קיין שום באשלוס איז דערווייל נישט געמאכט געווארן אויף די פראגע און אז די פאליסי איז באטראכט געווארן און ווערט ווייטער באטראכט
לויט א געוויסע קאנסערוואטיווע לאביאיסט איז מענוטשין געווען ביי די מיינונג אז צו ערשט דארף קומען שטארקע רופן און שטיצע פון רעפובליקאנער אויף קעפיטאל היל (א שטייגער ווי די איצטיגע בריוו) אז די וויסע הויז זאל זיין גרייט און האבן אפעטיט צו נעמען די אומגעווענליכע שריט פון אן פרעזידענטליכע עקזעקוטיוו ארדער צו פםאראדענען די טרעזשורי דעפארטמענט צו טוידן די רעגולאציע און אדרעסירן שטייער פראגען וועלכע ווערן געווענליך דורכגעפירט דורך קאנגרעס
פון די אנדערע זייט טוען דעמאקראטישע סעאטארן ווארענען קעגן אזא שריט ווען נאנט צו צוויי צענדליג סענאטארן אין שפיץ פון אהייא סענאטאר שעראד בראון האבן געשיקט זייער בריוו צו מענוטשין שרייבנדיג אז ער זאל שופלאדירן די געדאנק און צווייפלען אין די אויטאריטעט וואס די אדמיניסטראציע קען האבן איבער דעם
*
סענאטאר שעראד בראון: איך האף אז סענאטאר מעקאנעל וועט צוריקרופן מארגן די סענאט און דורכפירן די קאנגרעס באשטעטיגטע בעקגראונד טשעק ביל
*
אויף סי ען ען קומען נישט ארויף קיין רעפובליקאנער היינט און טעפער רייסט ארונטער רעפובליקאנע פאליטיקאנטן וועלכע ווילן נישט אדרעסירן די מאסן שיסערייען
*
אויף פאקס ערשיינט היינט פיטע באטידזשעדזש און אדרעסירט די לעצטיגע שיסערייען וועלגכע האבן אויפגעטרייסלט דאס לאנד
*
אויף ען בי סי קומען היינט ארויף מיק מולוועיני, קארי בוקער, דזשוליאן קאסטרא און א טעקסאס קאנגרעסמאן
מען האט געפרעגט מולוועיני אויב ער שרייבט צו די שולד פון די שיסערייען צום פרעזידענט'ס רעטאריק האט ער געענטפערט אז ער ווארפט די שולד אויף די וועלכע ציען דעם צינגל
*
פיטער נאווארא דיסקוסירט היינט אויף פאקס די פרישע טאריפס און די יולי למספרם דזשאבס רעפארט
לויט נאווארא האט די כינע וואלוטע מאניפולאציע אוועקגענומען סיי וועלכע אפעקט וואס די טראמפ טאריפס וואלטן געהאט אויף אמעריקאנע קאנסומער
*
בעטא ארורק באצייכנט טראמפ אלץ ווייסע נאציאנאליסט און זאגט אז ער איז אומדירעקט שולדיג אין די על פאסא מאסן שיסעריי
*
סטיוו בולאק האט ארויסגעלייגט א רייע פריישע אינדארסירונגען אין אייאווע נאכפאלגנדיג זיין באאיינדרוקספולע דעבאטע פרעזענטאציע
*
קארי בוקער גיבט איבער אז זיין קאמפיין האט געזעהן די גרעסטע פאנדרעיזינג פלוס אין איין טאג זינט די אנהויב פון די קאמפיין נאכפאלגנדיג די דעבאטע
*
דעיוויד אקסעלראד זאגט אז די וועג ווי אזוי ווארען האט אפגעשלאגן די קריטיק ביי די דעבאטע פון מעסיגע קאנדידאטן אז אירע פלענער זענען פאנטאזיעס און קענען נישט ארבעטן אין די עכטע וועלט איז ענליך צו ווי אזוי אבאמא האט געליגט קלינטאן אויף די דעפענסיווע ווען אויך זי האט אועקגעמאכט זיינע גרויסע געדאנקן אלץ אומרעאליסטיש דורכאויס די 2008 למספרם דעבאטעס
*
דעניס מעקדאנאו וועלכע האט סערווירט אלץ שטאב הויפט אין די אבאמא ווייסע הויז שרייבט אין א וואשינגטאן פאוסט אפ עד אז דעמאקראטן זאלן אויפהערן אראפצורייסן אבאמא און אזוי לאנג ווי אמעריקא וועט נישט האבן אן אפיציעלע אפענע גרעניץ פאליסי וועלן דעפארטאציעס אלץ פארקומען אפגעזעהן צו מען באצייכנט אומלעגאלע אימיגראציע קרימינאל אדער א ציווילע פארברעכן
*
מייקל אוואנאטי באטראכט אריינצוטאנצן אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימערי אין די קומענדיגע עטליכע מאנאטן
ער שטעלט די שאנסן פאר א פארמעסט ביי 50/50 און זאגט אז דעמאקראטן דארפן איצט אן אומטראדיציאנאלע קעמפער
ער זאגט אז זיי האבןאסאך טאלאנט אבער נישט צופיל קעמפער
*
אין ניו העמפשיר האט די קאמפיין סטעיט דירעקטאר פון פיטע באטידזשעדזש פארלאזט די קאמפיין און די קאמפיין זאגט אז מייקל קעראסאו'ס אפטריט וועט נישט האבן קיין שום אימפעקט אויפן קאמפיין (נו, פארוואס איז יענער דארט געווען ביז איצט?)
*
אלעקסאנדריע אקסיא קארטעז וועט פארלירן איר שטאב הויפט און קאמיוניקאציע דירעקטאר וועלכע גרייטן זיך צו פארלאזן איר אפיס
*
די אימפיטשמענט באוועגונג אינערהאלב דעמאקראטישע רייען פלאנט אויס פרישע אקטיוויזם צו לייגן דרוק אויף סווינג דעמאקראטן זיך אנצושליסן און שטיצן אימפיטשמענט פארהערן
די פארזוך וועט אראנזשירן אז וויילער זאלן שטעלן פראגן איבער די טעמע ביי פארזאמלונגען וועלכע קאנגרעסלייט שטעלן אהער אין זייערע דיסטריקטן אויסצוהערן די זארגן פון איינוואוינער און וועט ציהלן אזעלכע מעמבערס ווי דאנא שאלאלא פון פלארידא'ס 27'סטע דיסטריקט, אנטאניא דעלגאדא פון ניו יארק'ס ניינצנטע דיסטריקט, עליסא סלאטקין פון מישיגען'ס אכטע דיסטריקט און ענדי קים פון ניו דזשערסי'ס דריטע דיסטריקט
*
עס ווערט באקאנט אז ניקי העילי האט אקצעפטירט פריוואטע פלייטס פון רייכע רעפובליקאנע ביישטייערער אין די צייט וואס זי איז געווען אין אפיס
*
אין אנדערע נייעס ארום העילי האט זי געשריבן אז די טראמפ מעסעדזש איבער קאנגרעסמאן קאמינגס און די רויבעריי ביי אים אינדערהיים איז זייער אומנויטיג
*
געוועזענע קענסאס סעקרעטערי אף סטעיט און גאווערנאר קאנדידאט קריס קאבאך האט גענוצט אן אימעיל ליסטע פון א פריוואט פינאנצירטע גרעניץ וואנט פראיעקט צו פאנדרעיזן פאר זיין סענאט קאמפיין
*
אין 2018 למספרם האט קענטאקי רעפובליקאנע קאנגרעסמאן ענדי באר באוויזן אפצושלאגן איינע פון די בעסט פינאנצירטע קאנדידאטן אבער איצט האט ער באקומען א פרישע קעגנער פאר זיין 2020 למספרם פארמעסט ווען מארין וועטעראן דזשאש היקס האט געמאלדן זיין קאנדידאטור
*
אין פלארידא'ס 21'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועלכע דעקט צפון מיאמי און האט א שטארקע אנוועזנהייט פון אפריקאנע אמעריקאנע וויילער האט לאורא לומער געמאלדן אז זי נעמט אונטער א פארמעסט אקעגן דעם אמטירנדער דעמאקראט
לומער איז 26 יאר אלט און ווערט באטראכט ווי אן עקסטרעם רעכטער אקטיוויסט
אי קאמפיין וועט ווערן געפירט דורך קערען גיארנא וועלכע איז געווען די סטעיט דירעקטאר פון די טראמפ קאמפיין אין 2016 למספרם
*
פאלגענד איז פון א פאליטיקא באריכט:
עס איז געווען ענדע זומער 2006 למספרם ווען דזשעימס ביידען, א ברודער פון דזשאו ביידען אינאיינעם מיט האנטער ביידען, א זוהן פון דזשאו, האבן אפגעקויפט די פאראדיגם העדזשפאנד און אריינשפאצירט אינעם ערשטן טאג אין די פירמע'ס ביורא אין מידטאון מאנהעטען אין באגלייטונג פון דזשאו'ס אנדערע זוהן ביאו און באפוילן פאר די טשיעף אף קאמפלייענס אויפצוזאגן די העדזש פאנד פרעזידענט
נאך וואס יענער איז געווארן ארויסגעפירט פון די געביידע האט זיך דזשעימס געוואנדן צו די איינגעשטעלטע און זיי בארואיגט אז קיינער זאל זיך נישט זארגן איער אינוועסטירער ווייל מיר האבן מענטשן איבעראל ארום די וועלט וועלכע ווילן אינוועסטירן אין דזשאו ביידען
מיר האבן אינוועסטירער וועלכע פארמאגן אנגעפולטע 747 פליגערס מיט קעש גרייט צו אינוועסטירן אין אונזער פירמע (וועלכע קענען עס נישט גיבן פאר דזשאו ביידען דירעקט וועלכע האט דעמאלט געדארפט איבערנעמען די פארזיצערשאפט פון די מאכטפולע סענאט אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיעטע און זיך געגרייט אונטערצונעמען זיין צווייטע פרעזידענטליכע קאמפיין)
די געזיכט פון ביאו ביידען וועלכע איז דאן געלאפן פאר אטורני דזשענעראל אין דעלעווער איז רויט געווארן הערנדיג די שפראך און זיך אנגערופן צו זיין פעטער אז "דאס קען נישט ארויסגיין פון דעם צימער, און אויב דו זאגסט נאך איינמאל אזאנס וועל איך גארנישט האבן מיט דעם צוטוהן"
דאס אלעס איז לויט ווי עס פארציילט אן אנאנימער עקזעקוטיוו וועלכע איז אנגעבליך אנוועזנד געווען
אבער א ווארטזאגער פאר דזשעימס און פאר האנטער האבן עס ביידע געלייקנט
דריי געוועזענע פאראדיגם עקזעקוטיוון געדענקן אויך אז דזשעימס און האנטער האבן געזוכט צו קאפיטאליזירן אויף דזשאו'ס שטארקע פארבינדונגען מיט די לעיבאר יוניאנס און ארויסגעקוקט פאר זייער אינוועסטירונגען
טשארלס פראוויני וועלכע האט קורצליך סערווירט אלץ די פירמעס פרעזידענט האט געזאגט אז דזשעימס און האנטער האבן זיך ביידע באצויגן צו דזשאו'ס פאליטישע פארבינדונגען ווען זיי האבן אים רעקרוטירט צו ארבעטן פארן פאנד און אז די יוניאן פירער וועלן פארשטיין אז עס וועט ווערן גוט אנגעקוקט אז זיי זאלן דאר אינווסעטירן צוליב די גוטע פארבינדונגען ווילאנג די פאנד איז א גוטע פאנד
דאקומענטן וועלכע זענען געווארן אנדעקט דורכאויס א שטרייט אין די פירמע באשטעטיגן אויך אז די צוויי האבן פלאנירט צו פארזיכערן אינוועסטירונגען פון די יוניאן פענסיע פאנדס אבער א ווארטזאגער זייערע זאגט אז עווענטועל האבן זיי קיינמאל נישט פרעזענטירט זייערע פארשלאגן פאר די יוניאנס
איין עקזעקוטיוו געדענקט צו פארציילן איז אין די ערשטע צייט נאך וואס די ביידען'ס האבן אפגעקויפט די פירמע פלעגן קלענערע גרופעס פון פייערלעשער (א יוניאן מיט וועם דזשאו איז גאר נאנט פארבונדן) ארויפקומען צו זייערע אפיסעס און איבערלאזן טשעקס פון עטליכע טויזנט דאלער איטליכער און אין לויף פון בלויז עטליכע טעג האבן זיי ערהאלטן ארום 10 אזלעכע טשעקס
אבער גיבט אן אז די טשעקס זענען קיינמאל נישט געווארן דעפאזידעט ווייל די אלגעמיינע לעגאלע פארשריפטן ערלויבט פאר אזעלכע פאנדס צו אקצעפטירן בלויז גרעסערע סומעס ווי דעם
די געשיכטע אפילו אויב עס זאל באשטעטיגט ווערן אלץ קראנט ציהט נישט קיין שום דירעקטע שטריכן דערווייל צו דזשאו זעלבסט אז ער זאל האבן געווען באוואוסטזיניג אז זיין פאמיליע זוכט צו שלאגן קאפיטאל פון זיינע פאליטישע איינפלוס און אפילו אויף זיין פאמיליע איז דערווייל דא בלויז אנגעבליכע באריכטן איבער פרואוון צו בענעפיטירן פון זיין פאליטישע שטאנד אבער קיין איינע פון זיי זענען נישט באוואוסט זיין זיין סוקסעספול אפגעזעהן אז עס איז נישטא דערווייל קיין באווייזן אויף סיי וועלכע אומלעגאלע אקטן
פארט עפנט עס אויף פרישע פראנט פון פראגן איבער קאנפליקט אף אינטרעסט און א ווארטזאגער פאר דזשאו האט זיך אנטזאגט צו קאמענטירן דערויף
אומפארבונדן צו די פרוכטלאזע טרוימען פון פארדינען פון דזשאו ביידען'ס פאליטיק קוקן געוויסע אריין אין די אקטיוויטעטן וועלכע זענען יא פארגעגאנגען אינערהאלב די פאראדיגם פאנד אין לויף פון די לעצטע צוויי יאר פון ביידען אינעם סענאט אין אריין אין די ערשטע צוויי יאר אלץ וויצע פרעזידענט ווען די פירמע איז האט געהאט פינאציעלע פארבונדונגען מיט א רייע צווייפלהאפטיגע ביזנעסלייט וועלכע זענען געווארן אנגעקלאגט אין שווינדלערייען אריינגערעכנט אלען סטענפארד וועלכע איז געווארן געפונען שולדיג אין א מולטי ביליאן דאלער פאנזי שווינדל טראץ וואס די העדזש פאנד איז נישט געווען פארבונדן מיט יענע שווינדעלרייען
*
די צפון קאראליינע באזירטע רעימינגטאן ארמס האבן געבעטן די סופרים קאורט צו באשליסן איינמאל פאר אלעמאל אויב גאן מאניופעקטשורער קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך אויף קרימינאליטעטן דורכגעפירט מיט זייערע פראדוקטן
רעימינגטאן איז געווארן אריינגעשלעפט אין א פארצויגענע לעגאלע געראנגל מיט איבערלעבער און פאמיליע פון די שרעקליכע סענדי הוק מאסן שיסעריי אין קאנעטיקוט אין וועלכע דער שיססער האט זיך באנוצט מיט א AR 15 רעוואלווער פראדוצירט דורך בושמעסטער דורכצופירן זיין גרויליכע טאט פון אומברענגן 26 אריינגערעכנט קינדער
די קאנעטיקוט סופרים קאורט האט מיט 4-3 געאורטיילט אז רעימינגטאן וועלכע איז בושמעסטער'ס מוטער פירמע קען ווערן געקלאגט לויט די סטעיט געזעץ באזירט אויף די וועג ווי אזוי די רייפל איז געווארן רעקלאמירט צום פובליק
די אורטייל האט ארויסגעווארפן אן אורטייל פון א נידריגע ריכטער וועלכע האט געשריבן אז רעימינגטאן איז באשוצט דורך די די האנדל און ארמס אקט וועלכע באשוצט גאן פראדוצירער און האנדלער פון ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך ווען זייערע פראדוקטן ווערן גענוצט אין פארברעכן גענוי ווי מען קען נישט באשולדיגן פארד ווען איינע נוצט זייערס אן אויטא דורכצופירן א פארברעכן
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בום! אזוי אומגערישט אריינגעריקט אין א זינטאג צופרי און אזוי אפדעיטעד! Wow!

טענקס הכל!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הכל הבל האט געשריבן:לויט נאווארא האט די כינע וואלוטע מאניפולאציע אוועקגענומען סיי וועלכע אפעקט וואס די טראמפ טאריפס וואלטן געהאט אויף אמעריקאנע קאנסומער


יישר כח פאר די באריכט!

איז שייך צו מסביר זיין.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

יישר כח
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

דעס איז א סורפרייס!!!!

א גרויסן דאנק הבל!!!
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Thank you
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

יישר כח האט געשריבן:יישר כח
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר יישר
א הארציגן אפעטיט
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

קע''ה וואסערע ארבייט הבל לייגט אראפ...

סאונד ווי א באצאלטע ארבייטער
אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך מ'לאנדאן »

דאנקע שיין @הבל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך דברים





פאקיסטאן שניידט דיפלאמאטישע פארבינדונגען מיט אינדיע און וועט אפהאקן האנדל צו פראטעסטירן אינדיע'ס שריט אין קאשמיר
*
פאקיסטאן ארעסטירט איר געוועזענע פינאנץ מיניסטער מיפטא איסמאאיל אלץ טייל פון פרעמיער מיניסטער אימראן קאהן'ס אונטערנעמונג צו באקעמפן קארופציע
*
געריכט אין טערקיי פארבאט צענדליגע וועבזייטלעך און סאציאלע מידיא אקאונטס מיט פאליטישע אפאזיצע מיינונגען
*
נתני' וועט מעגליך דארפן איבערהיפן זיין יערליכע אדרעס צו די יו ען גענעראל פארזאמלונג צוליב די בעפארשטייענדע איזראעלי
וואלן
*
די אישו פון גאן פארברעכן דאמינירט ווייטער די העדליינס און פאר פארשטענדליכע סיבות ווען אלע זוכן צו איבערצייגן וואס איז שולדיג לויט זיי פאר די פארמערטע מאסן שיסערייען
קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם האט אבער א פרישע פראבלעם מיט די מאסן שיסערייען אז זיי זענען דיסקרימינירנד ווייל מייסטנס שיסער זענען מענער
אקעי, די דיסקרימינאציע ארגומענט איז בלויז אלץ ווערטל אבער ער האט טאקע ארויסגעברענגט אז לויט אים איז די גרעסטע שליסל צו אדרעסירן די פראבלעם דערווייל אומבאהאנדלט אין די עפנטליכע דיאלאג איבער די טעמע
לויט אים זענען כמעט אלע שיסערייען דורך מענער וועלכע צייגט אז די וויכטיגסטע צוגאנג צו לעזן די פראבלעם איז צו בעסער ערציען די יונגלעך ווי אזוי אויסצושטייגן גוטע מענער און נישט זיין געטריבן (ווי די מענערישע נאטור איז געווענליך שטארקער ווי פרויען צו) זוכן מאכט, דאמינאנץ, אגרעסיע איבער מיטגעפיל, פארשטענדעניש און מיטארבעט
טראץ וואס לויט ניוסאם איז דאס די ווארצל פונעם פראבלעם קוקט ער אריין אין א רייע פלענער נאכמער צו פארשטייפערן די שוין אזוי אויך גאר שטארקע גאן קאנטראל געזעצן
איינע פון די געדאנקן איז ארויפצושטעלן (נוסח קאליפארניע) א פרשיע שטייער אויף פון 25$ אויף יעדע פארקויף פון סיי וועלכע ביקס
*
א כאאס איז פארגעקומען אין טיימס סקועער מאנעטען ווען מענטשן האבן זיך געיאגט צו פארלאגן די געגנט ווען א מאטארביציקל האט אנגעהויבן רויכערן אין מענטשן האבן געמיינט אז עס האנדלט זיך פון אן אויפרייס אטאקע
*
קאמאלא העריס עפנט היינט אויף 4 פרישע קאמפיין אפיסעס אין ניו העמפשיר
*
פיטע באטידזשעדזש האט אויפגענומען פרישע 5 ניו העמפשיר קאמפיין שטאב ארויפברענגענדיג די צאל קאמפיין איינגעשטעלט אין די סטעיט צו פערציג
*
פיטע באטידזשעדזש וועט מארגן אפהאלטן אן אוונט אין פארקלענד מיטן ארטיגן מעיאר
*
היקענלופער'ס ווארטזאגער: ער איז נאך אלץ אין די פארמעסט אבער האט נישט פארמאכט די טיהר אויף סיי וואס, ער גלויבט נאך אלץ אז ער האט וויכטיג וואס צוצגעבן צו די דעמאקראטישע פריימערי דעבאטע
*
סענאטארשע עימי קאלובאשאר קומט ארויס מיט א פלאן צו פארשטארקן אגריקולטור און אישוס וועלכע בארירן רורעל געמיינדעס
*
סענאטארשע דזשיליברענד האט געמאלדן אז זי האט שוין ביישטייערונגען פון 100 טויזנט מענטשן און איז אויפן וועג צו גרייכן די פארלאנגטע 130 טויזנט
*
דזשאן דאלאני און זיין קאמפיין האבן אינוואדירט די שטארק רויטע פעלא געגנט אין אייאווע ווי זיי קלאפן אן אין טיהר פון יעדע דעמאקראטישע איינוואוינער פארצולייגן א מעסעדזש וועלכע דאלאני גלויבט קען אריבערגעוואונען וויילער צו זיין זייט
*
דזשאו ביידען'ס קאמפיין האט שוין ארויסגעלייגט זייער סקעדזשועל פאר סעפטעמבער למספרם פון קאמפיין אויפטריטן אין ערלי וואוטינג שטאטן
*
לויט א באריכט זענען דעמאקראטן באזארגט אז די געוואונטשענע ענערגיע אינערהאלב די פארטיי צו געוואונען די גרויסע פרייז, נעמליך די ווייסע הויז (און אנהאלטן קאנגרעס) טוט ווידעאמאל פארקירעווען די אויפמערקזאמקייט פון די לעגיסלאטיווע געזעצהייזער איבערן לאנד און דאס צו פארנאכלעסיגן קען שטארק אפעקטירן דאס איבערשרייבן די קאנגרעסיאנאלע מאפעס ביים רידיסטריקטינג
לויט די דאטא גיסט זיך טאקע געלט אין די פרעזידענט און קאנגרעס קאמפיינען אבער אויף די סטעיט הייזער פראנט איז די בילד גאר אנדערש
*
קאליפארניע'ס פופציגסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט ווערט איצט פארטרעטן דורך רעפובליקאנע קאנגרעסמאן האנטער וועלכע האט טראץ די אין אלגעמיין שווערע מידטוירם און באריכטן איבער פינאנציעלע סקאנדאלן איבער אים באוויזן אנצוהאלטן זיין זיץ און געוואונען א זעקסטע טערמין אין אפיס מיט 51.7%
זינט דאן האבן זיך זאכן שטארק פארערגערט ווען פריער אין חודש האבן אויטאירטעטן אפיציעל אנגעקאלגט האנטער אין זיין פרוי מיט איבער 50 קאונטס און זיין פרוי האט זיך שוין מודה געווען
האנטער זעלבסט דעקלרט זיך דערווייל אומשולדיג אבער מיט א פראצעס וועלכע דארף פארקומען אין סעפטעמבער 10 למספרם צירוקולירן קלאנגען אז האנטער גייט רעזיגנירן פריער אדער שפעטער
א רייע פון רעפובליקאנער פאליטיקאנטן האבן שוין געזאגט אז זיי האלטן אן אויג אויף די זיץ אין פאל וואס האנטער טרעט אפ און אצינד האט דער געוועזענער סאן דיאגא סיטי קאונסילמאן און פארזיצער פון די קאליפארניע רעפארם פארטיי קארל דעמאיא געמאלדן אז ער לויפט פאר די זיץ אלץ רעפובליקאנער
אנדערע רעפובליקאנער וועלכע האבן שוין געמאלדן זייער גרייטקייט צו לויפן פאר דעם זיץ זענען ביל וועלס, מעט ראהן, סעם אבאד (אלע דריי טמירנדע אדער געוועזענע מעיארן) און נעיווי סיעל לערי ווילסקע
געוועזענע קאנגקרעסמאן דערעל אייסא וועלכע האט אויסגעשלאסן צו לויפן פאר ווידערערוויילונג אין 2018 למספרם אין די דערנעבנדיג 49'טע דיסטריקט קען אויך מעגליך לויפן פאר דעם זיץ
די פריימערי וועט פארקומען אום מערץ 3 2020 למספרם
פון די דעמאקראטישע זייט איז קאמפא נאדזשאר געלאפן און שמאל פארלוירן אין די פארלאפענע מידטוירמס אבער האט זינט דאן קיינמאל נישט עכט אויפגעהערט קאמפיינען און גרייט זיך העפטיג אויף א פרישע פארמעסט
*
מינעסאטא'ס זיבעטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט ווערט איצט פארטרעטן דורך דעמאקראטישע קאנגרעסמאן קאלין פעטערסאן
אין 2018 למספרם איז דער רעפובליקאנער קאנדידאט געווען דעיוו האגעס און האט דאן פארלוירן מיט 5%
האגעס האט איצט געמאלדן אז ער לויפט ווידעראמאל פארן זעלבן זיץדי זיץ זיצט אין מערב טייל פון די סטעיט און דער לאנגיעריגע אמטירנדע קאנגרעסמאן האט נאכנישט געמאלדן אויב ער לויפט פאר ווידערערוויילונג אבער ער זאגט אז רעפובליקאנער טרוימען אז ער זאל רעטייערן
האגעס איז א שטארקע טראמפ שטיצער און טראמפ האט געוואונען דעם דיסטריקט מיט 30%
*
אין מיסיסיפי זענען נעכטן פארגעקומען די גאווערנאר פריימערי פארמעסטן און דער ליוטענאנט גאווערנאר ריוועס איז אריינגעקומען ביי 49% פארפאסנדיג די מיט 1% די נויטיגע צאל שטימען צו פארמיידן א ראנאף
איצט איז ערווארטעט אז ריוועס וועט גיין צו א ראנאף מיט דער געוועזענע סטעיט סופרים קאורט הויפט ריכטער ביל וואלער
די ראנאף וועט פאררקומען אום אוגוסט 29 למספרם
*
ביי די דעמאקראטן איז ווי ערווארטעט אטוירני דזשענעראל הוד געוואנען די פארמעסט און דעמאקראטן האפן אז הוד וועט האבן א שאנס צו געוואונען אין די טונקל רויטע שטאט זינט ער איז היבש פאפולער און די שוואכערער פאפולאריטעט פון ריוועס וועלכע איז נעכטן געקומען צום אויסדרוק מיטן נישט אנציען קיין גאנצע 50% איז בלויז נאך א צייכן אז די רעפובליקאנער קענען נישט נעמען די פארמעסט פאר לייכט
*
נעכטן נאכט האט שוין טאקע די רעפובליקאנע גאווערנאר אסאסיאציע ארויסגעלייגט א טעלעוויזיע רעקלאמע אטאקירנדיג הוד פארן שטיין צוזאמען מיט די ראדיקאלע ליבעראלע רעזיטנס קעמפנדיג אפצושטעלן די טראמפ אגענדע
*
מען האט שוין דא באריכטעט איבער די פלענער פון סארא סאנדערס וועלכע איז געווען פרעזידענט טראמפס פרעסע סעקרעטארשע צו לויפן פאר גאווערנאר אין ארקענסאו אבער נעכטן האט דער אמטירנדער רעפובליקאנער ליוטענאנט גאווערנאר טים גריפין געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר גאווערנאר
גריפין איז שוין אין זיין צווייטע טערמין אלץ ליוטענאנט גאווערנאר און איז געווען בעפאר א קאנגרעסמאן און האט אויך געארבעט אין די בוש ווייסע הויז
אנדערע מעגליכע קאנדידאט (אויסער סאנדערס) קענען זיין אטוירני דזשענעראל לעסלי ראטלעדזש און סטעיט סענאט פרעזידענט דזשים הענדרען
דער אמטירנדע גאווערנאר אסא האטשיסטאן איז פארבאטן צו לויפן נאכאמאל צוליב טוירם לימיטס
*
אין ניו העמפשיר האבן שוין צוויי רעפובליקאנער געמאלדן זייער קאנדידאטור פאר סענאט און דער דרויסנדיגער קאנדידאט גענעראל בולדאק האט אמינד ארויסגעשטעלט פרישע 21 אינדארסירונגען פון מיליטערישע וועטעראנען, איצטיגע און געוועזענע סטעיט געזעצגעבער, ביזנעס פירער און אקטיוויסטן
דערווייל ווארט מען אויס א באשלוס פון קארי לואידאנסקי אויב ער טאנצט אריין אינעם פארמעסט
*
ווילאנג קאנדידאטן קעמפן זיך אויס אין די ניו העמפשיר פריימערי האלט די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעך קאמיטע אן אויג אויפן הויפט ציהל וועם דער פריימערי געוואונער וועט דארפן באזיגן
די קאמיטע האט אפגעקויפט רעקלאמע צייט אויף א בילבאורד וועלכע הויערט העכער די פארנומענע אינטערסטעיט 293 אין מאנטשעסטער
די בילבאורד וועט דערמאנען פאר מאטאריסטן אז סענאטארשע שאהין איז א קאריערע פאליטיקאנא וועלכע איז שוין אקטיוו אין פאליטיק זינט די 1970'ס
די רעפובליקאנע סענאט קאמיטע באטראכט איר זיץ אלץ די זעלבע אין שפיל ווי די אלאבאמא, מישיגען, אין מינעסאטע זיצן
*
שאהין באקומט אבער גוטע נייעס ווען די פייערלעשער יוניאן אין די סטעיט אינדארסירט היינט איר קאנדידאטור און זי האבן נאך קיינמאל נישט געמאכט קיין אינדארסירונג אזוי פרי
די יוניאן האט טאקע אינדארסירט האסאן (ד) אין 2016 למספרם און שאהין (ד) אין 2014 למספרם אבער האט אין 2018 למספרם אינדארסירט קריס סונונו פאר גאווערנאר (ר)
*
צפון קאראליינע ווערט ערשטער פון דרום שטאטן צו פארבאטן סטעיט פאנדינג פאר טעראפי צו העלפן יוגנטליכע אונטער אכצן יאר ארויסקריכן פון נארישקייט ווען דעמאקראטישע גאווערנאר האט אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיווע ארדער צו פארבאן פעדעראלע און סטעיט פאנדינג באנוץ פאר דעם צוועק
*
די רעגירונג אין פארטא ריקא ווערט וואס אמאל מער אומסטאביל
גאווערנאר ריקארדא ראסעלא האט פרייטאג רעזיגנירט אין ליכט פון ארויסגערינענע קאנטעווערסיאלע מעסעדזשעס
פעדרא פיערליוסי וועם ראסעלא האט האנט געקליבן פריער אין וואך אלץ סעקרעטערי אף סטעיט איז געוואןר איינגעשוואוירן צו ערזעצן ראסעלא אלץ גאווערנאר און איז געקומען אויטאמאטיש זינט דער סעקרעטערי אף סטעיט איז דארט ערשטע אין ראנג איבערצונעמען די גובערנאטאר שטוהל
די פראבלעם איז אז אין די קורצע צייט זינט פיערליוסי איז געווארן נאמינירט אלץ סעקרעטערי אף סטעיט איז ער טאקע געווארן באשטעטיגט אין די ארטיגע סטעיט הויז אבער נאכנישט אין די סטעיט סענאט
דא האט זיך אנטוויקלט א לעגאלע געראנגל בעת וואס לויט טיל איז די סטעיט הויז באשטעטיגונג גענונג אים צו מאכן סעקרעטערי אף סטעיט לגבי צו הייסן נעקסט אין ראנג צו איבערנעמען די גאווערנאר אבער אנדערע שרייען אז אן סענאט באשטעטיגונג איז ער נישט סעקרעטערי אף סטעיט און קען נישט איבערנעמען דעם גאווערנאר
די סטעיט סענאט האט געפיילט א לאוסוט אקעגן די לויט זיי אומלעגאלע איינשווערונג און סטעיט סענאט פרעזידענט טאמאס ריווערא שאץ האט דערקלערט אז פארטא ריקא גייט דורך א סיטואציע וועלכע האט נישט קיין היסטארישע פרעצעדענט
די לאוסוט גייט איצט ווערן אויסגעהערט דורך די סטעיט סופרים קאורט
פיערליוסי האט קלארגעשטעלט אז אויב זיין אפשטימונג פאר סעקרעטערי אף סטעיט אין סענאט פאלט אדורך וועט ער נישט אקופירן די גאווערנאר שטוהל
נאך פיערליוסי איז די נעקסטע אין ראנג יוסטיץ סעקרעטארשע וואנדא וואסקיוס וועלכע האט שוין געזאגט בעפאר אז זי האט נישט קיין אינטערעסע אין דעם דזשאב
*
די סענטענסינג דאטום פון ריק געיטס דערנענטערט זיך און זיין עדות אויפטריט אקעגן ראדזשער סטאון אין נאוועמבער למספרם קען מעגליך אויפדעקן טיילן פון די מולער געפינסן דערווייל אומבאקאנט
*
ראדזשער סטאון האט נעכטן פרובירט צו באקעמפן זיין געג ארדער אין געריכט מיטן זיך ווענדן גראד צום די סי סירקוט קאורט אפעלירנדיג די ארדער וואס ריכטער עימי בערמאן דזשעקסאן האט אויף אים ארויפגעשטעלט
*
גלייכצייטיג האט דער זעלבער ריכטער בערמאן נעכטן ארויסגעווארפן איינע פון די צוויי קלאגעס אקעגן גרעג קרעיג וועלכע איז געווען דער לעגאלע קאונסיל פאר פרעזידענט אבאמא און האט געווען פארמישט אינאיינעם מיט פאול מענעפארט אין אוקריינע פאליטיק
*
די יוסטיץ דעפארטמענט האט גענומען די זייט פון די טראמפ אדמיניסטראציע און בעהט דעם געריכט צו אורטיילן לטובת די אדמיניסטראציע אקעגן קאנגרעס שטעלונג איבער די סובפינעס אויף די טראמפ פינאנציעלע רעקארדס
*
אין יוטא האבן וויילער באשטעטיגט דורכאויס די פארלאפענע מידטיורמס א מעדיצינשע קאנאביס אינציאטיוו אבער בלויז איין טאג נאך וואס די ביל האט געזאלט אריינגיין אין אפעקט האט גאווערנאר גערי הערבערט פאררופן א ספעציעלע קאנגרעס סעסיע ווי לעגיסלאטורן האבן באשטעטיגט זייער אייגענע ווערסיע אויף אזא ביל אבער אויף א פיל מער געצוימטע וועג ווי וואס די וויילער האבן באשטעטיגט אויפן בעלאט
נאך וואס די לעגיסלאטור האט דורכגעפירט זייער ביל האבן אקטיוויסטן געזוכט דורכצופירן א וויילער רעפערענדום ארויסצושליידערן די ביל אבער ליוטענאנט גאווערנאר ספענסער קאקס וועלככע האט איבערזיכט אויף די וואלן פראצעדשור אין די סטעיט האט געמאלדן אז צוליב וואס די לעגיסלאטור ביל איז אריבער מיט סופער מאיאריטעטן און צוויי דריטל אין ביידע געזעץ הייזער קען די ביל נישט ווערן ארויסגעלייגט אין א רעפערענדום וועלכע זוכט איר איבערצודרייען
די אקטיוויסטן אונטער די פראפאזיציע זענען דאן געלאפן אין געריכט מיט די ארגומנעט אז עס איז אומקאנסטיטוציאנאל פאר די לעגיסלאטור צו טוישן די ווילן פון די וויילער דורכן אריבערפירן א געזעץ וועלכע טוט ווי וועטאאירן די אינציאטיוו אין זיי טענה'ן אז וויילער אינציאטיוון קענען נישט ווערן וועטאאירט דורכן גאווערנאר
באזונדער האבן די אקטיוויסטן גע'טענה'ט אז די געזעץ וועלכע ערלויבט ניש קיין רעפערענדום איבערצודרייען א סופער מאיאריטעט באשטעטיגטע ביל זאל נישט אנגיין אין פאל וואס אזא רעפערענדום איז שוין דורכגעפירט געווארן נאך איידער די ביל איז בכלל געווארן אויפגעברענגט און וויילער האבן שוין געלאזט הען זייער שטימע נאך איידער די לעגיסלאטור האט געשטימט אויף די פראגע
און צוליב דעם זאל מען יא ערלויבן איצט א רעפערענדום צו פסל'ן די לעגיסלאטור געזעץ
איצט האט די יוטא סופרים קאורט אין אן איינשטימיגע אורטייל פון א דריי ריכטער פאענל געאורטיילט אין שטיצע פון גאווערנאר הערבערט שרייבנדיג אז לויט די געזעץ מעג דער גאווערנאר פאררופן א ספעציעל סעסיע אין אויסנאמליכע אומשטענדן
אויף די צווייטע פראגע האט די געריכט געשירבן אז די געזעץ שרייבט נישט אין ערגעץאז בעלאט אינציאטיוון וועלכע זענען געווארן אויפגעברענגט איידער א קאנגרעס ביל פארמאגט די רעכט צו ווערן אויסגעשלאסן פון די געזעץ וועלכע ערלויבט נישט קיין רעפערענדום אויף א סופער מאיאריטעט באשטעטיגטע ביל
אויף די פראגע אויב די איצטיגע פראגע איז טאקע אן אויסנאמליכע פראגע וועלכע ערלויבט דעם גאווערנאר צו פאררופן א ספעציעל סעסיע אקעגן די ווילן וועלכע די וויילער האבן אויסגעדרוקט האבן די ריכטער נישט אדרעסרט און געשריבן אז די פראגע זאל צו ערשט דורכגיין די רעגולערע געריכט סיסטעם איידער זיי נעמען עס אויף (ווייל די אקטיוויסטן האבן זיך געוואנדן גראד צום סופרים קאורט אנשטאט גיין ווי געווענליך צו די נידריגערע געריכט)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ר' זעקל האט געשריבן:אה ישר כח הבל איך האב עס נאכנישט דורעכגעליינט אבער עס האט מיר שוין געגעבען די מוד אנצוהייבען די טאג.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

אה ישר כח הבל איך האב עס שוין דורעכגעליינט אין עס האט מיר שוין געגעבען די מוד אנצוגיין מיט די טאג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר יישר!
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

קורץ און שארף, קלאר און רייך. א שיינעם דאנק!

הכל הבל האט געשריבן:טראץ וואס לויט ניוסאם איז דאס די ווארצל פונעם פראבלעם קוקט ער אריין אין א רייע פלענער נאכמער צו פארשטייפערן די שוין אזוי אויך גאר שטארקע גאן קאנטראל געזעצן
איינע פון די געדאנקן איז ארויפצושטעלן (נוסח קאליפארניע) א פרשיע שטייער אויף פון 25$ אויף יעדע פארקויף פון סיי וועלכע ביקס


אזא פלאן איז טאקע זייער נאריש, אבער מען קען עס ווען מאכן אביסל אנדערש. יעדער גאן אייגנטומער זאל מוזן האבן א ספעציעלע גאן אינשורענס, פארקויפן א גאן פאר איינעם וואס האט נישט די אינשורענס, אדער עס האבן אינדערהיים ווען די אינשורענס איז אפגעלאפן, זאל זיין קעגן געזעץ.

די אויפטוען זענען ערשטענס, רוב טויטפעלער געשעען א לאנגע צייט נאכן קויפן דעם גאן. זייער ווייניג מענטשן גייען קויפן א גאן כדי צו שיסן זיך אדער יענעם, נאר איינמאל עס ליגט שוין אונטער די האנט נוצט מען עס אויס. אזא אינשורענס וועט זיין א שטענדיגע אויסגאבע, און וועט מאכן אז די וואס דארפן נישט האבן קיין גאן זאלן עס נישט אזוי שנעל זוכן צו האבן, אדער וועלן פטור ווערן דערפון איינמאל זיי דארפן עס שוין נישט.

צווייטנס, אויב א טראגעדיע פאסירט יא, וועט די אינשורענס באצאלן די פאליציי, שפיטעלער, פיונערעלס און משפחות אנשטאט די שטייערצאלער. די אינשורענס קאמפאני וועט דאך נעמען די געלט פון די גאן באזיצער, וואס מיינט אין אנדערע ווערטער אז גאן באזיצערס וועלן צאלן פאר די שאדנס וואס גאנס ברענגען.

דריטנס, די מארקעט וועט שטופן פאר בעסערע בעקגראונד טשעקס. דער גאן פארקויפער וויל יעצט פארקויפן גאנס, און דער טשעק איז נאר עפעס וואס מען דארף יוצא זיין. אבער די אינשורענס קאמפאניס וועלן האבן א שטארקע פערזענליכע סיבה נישט צו געבן אינשורענס פאר פארדעכטיגטע פארשוינען, הכסף יענה את הכל.

וואס האלט דער עולם?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”