א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ווי אזוי זאגט ער "הכל הבל", און דער איז די בעסטע צו רעפארטן די 'שטותים'...

ש'כוח
....

צוקער וואסער האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:הבל גרויס דאנקע פאר אייערע באריכטען
ביטע געבן און אנאליז פארוואס רוב אמערעקאנע זענען אזוי משוגע צו וועלען ביידען איבער טראמפ

ווי אזוי פרעגט נאר דער וואס פארט ווראנג וועי? "פארוואס פארט יעדער ווראנג וועי"....
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

יעצט געהאט א טשענס צו טועם זיין!

סאיז געווען אויסערגעווענליך ״דעלישעס!

א דאנק הבל!!!
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער געשמאק צו ליינען דיינע טעגליכע באריכטן

עס דעקט מער ווייניגער אלע אינטערעסאנטע נייעס

א ספעציעלן דאנק פארן ענדיגן יעדן טאג מיט אן איבערזיכט אויף א יורידישע קעיס אין די אמעריקאנער געריכטן
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

א ריזיגע ייש"כ פאר ביז אהער גיי אן ווייטער מיט א פרישקייט!!!
הכל הבל האט געשריבן:נו, אז מען רעדט שוין פון קינדער וועלכע ברענגן נחת פאר די הויכגעשעצטע פאליטיקאנטן..
דזשאו ביידען'ס זוהן האנטער זעצט פאר אים צו ברענגן פאליטישע נחת און איז ווידער אין די נייעס אויפשטעלנדיג זיין שטוב צום דריטן מאל (אמווייניגסטנס איין קוואליפיקאציע צו קענען זיין פרעזידענט..)
האנטער האט זיך צושיידט פון זיין ערשטע פרוי אין 2017 למספרם און דאן מייבם געווען את יבמתו נאך די טראגישע טויט פון זיין ברודער באו
לעצטנס האט ער באשלאסן מקיים צו זיין אויך מצות חליצה און מסרב געווען לבנות שם לאחיו און פאריגן מאנאט איז אין געהיים פארגעקומען זיין שמחת נישואין אין לאס אנדזשעלעס


:lol: :lol: :lol:
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
Volunteer
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Volunteer »

א גרויסן יישר כח, דיין ארבעט איז זייער דשורנאליסטיש מיר האבן זייער הנאה אין מיר קוקען כסדר ארויס אויף דיין טעגליכע באריכט
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

א ריזיגן דאנק הכל הבל!!!
גאר געשמאק צו ליינען דיינע באריכטן!
א רייכע שפראך מיט רייכע תוכן!!!
קיפ אפ!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זונטאג בהעלותך





טערקיי האט באפרייט א דזשורנאליסט וועלכע איז אויסגעשטאנען א טורמע טערמין פארן פארשעמען פרעזידענט ערדואן
*
אין האנג קאנג טוען פראטעסטירער פון פריש מארשירן זאגנדיג אז דאס סוספענדירן אויף דערווייל די פארהאנדלונגען איבער די אויסליפערונג ביל איז נישט גענוג
*
צענדליגער ראיאטן פאליציי באשוצן די גרעניץ פון פערו מיט ווענעזועלא צו פארזיכערן אז בלויז אימיגראנטן וועלכע פארמאגן פאספארטן און היומאנאטערישע וויזאס קומען אריין קיין פערו
*
די פיליפינער רופן צו די יו ען צו באשוצן זייערע שיפסלייט נאך באשולדיגונגען אז זיי שטייען אויס פארפאלגונגען פון כינע
*
רוסלאנד זאגט אז זיי האבן דערווייל נישט ערהאלטן קיין שום אנבאט פון אמעריקא איבער א זיצונג צווישן טראמפוטין ביי די G-20 סאמיט
קרעמלין ווארטזאגער דימיטרי פעסקאוו זאגט אז אויב טראמפ שלאגט פאר אן אומפארמאלע שנעלע מיטינג וועט עס ווארשיינליך נישט זיין גענוג צו דעקן די מערערע אישוס אויפן סדר היום
*
פרעזידענט טראמפ'ס עלטסטע טאכטער האט פארדינט 4 מיליאן דאלער לעצטע יאר אויף איר אינוועסטירונג אינעם טראמפ האטעל אין וואשינגטאן די סי
*
איבערמארגן דינסטאג וועט אמעריקא'ס הויפט האנדל פארמיטלער ראבערט לייטהייזער ווערן אויסגעפרעגט פארנט פון די סענאט פינאנץ קאמיטע איבער די אדמיניסטראצייעס האנדל פאליסי און די USMCA אויסגעהאמערטע פלאן
*
אויפצומארגנס מיטוואך וועט לייטהייזער אויפטרעטן פארנט פון די קאנגרעס וועגן און מיטלען קאמיטע איבער די זעלבע אישו
*
מיטוואך וועט אויך די קאנגרעס יורידישע ציווילע רעכטן סובקאמיטע אפהאלטן א פארהער איבער אנטשעדיגונג פאר אפריקאנער אמעריקאנער פארן זיי פארקנעכטן פאר לאנגע יארן
*
א פרישע ען בי סי/ וואל סטריט דזשורנאל אנקעטע צייגט אז א רעקארד צאל 56% אמעריקאנער שטיצן רציחה אין מערסטנס אומשטענדן
*
א פרישע סי בי עס יוגאוו אנקעטע גענומען אין 18 בעטלגראונד סטעיטס:

ביידען 31%
ווארען 17%
סאנדערס 16%
העריס 10%
*
אין די סי בי עס אנקעטע אין אייאווע ציהט גאווערנאר בולאק אן א גאנצע % און איז גוטע נייעס פאר אים אויב די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע רעכנט די אנקעטע ווייל אין אזא פאל וועט אים עס קוואליפיצירן פאר די צווייטע דעבאטע אין יולי למספרם
די פראגע איז אויב עס דייט גיין אויף א צווייטנס חשבון
צום ביישפיל עריק סוואלוואל ציהט אן איון די אייאווע אנקעטע 0%
*
א פרישע פאקס אנקעטע:

ביידען 32%
סאנדערס 13%
ווארען 9%
באטידזשעדזש 8%
העריס 8%
ארורק 4%
בוקער 3%
קלאובאשאר 2%
יענג 2%
קאסטרא 1%
דעלאני 1%
געבערד 1%
דזשיליברענד 1%
רייען 1%
בענעט 1%
אלע אנדערע אונטער 1%

ביידען 49% טראמפ 39%
סאנדערס 49% טראמפ 40%
העריס 42% טראמפ 41%
ווארען 43% טראמפ 41%
באטידזשעדזש 41% טראמפ 40%

לויט די אנקעטע איז פרעזידענט טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע ביי 45%
*
א פרישע אנקעטע פון דרום קאראליינע:

ביידען 37%
ווארען 17%
באטידזשעדזש 11%
העריס 9%
סאנדערס 9%
בוקער 5%
ארורק 4%
יענג 3%
דעבלאזיא 1%
וויליאמסאן 1%
*
די לעצטיגע אויפשטייג פון עליזאבעט ווארען אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימערי פארמעסט האט געשיקט שאק כוואליעס צום טראמפ קאמפיין וועלכע נעמט די אנטוויקלונג מיט היבשע ערנסטקייט און האט געצויגן זייער אויפמערקזאמקייט צו א קאנדידאט וועמענ'ס פייל זיי האבן שוין אווועקגעלייגט אין א פארשטויבטן קעלער בלויז אויף צו פרעזערווירן היסטאריע
קאמפיין ווארטזאגער טים מורטא זאגט אז עס איז קיין פראגע אז ווארען רוקט זיך פאראויס און געניסט פון מאמענטום און קען זייער מעגליך ענדיגן אלץ טראמפ'ס אפאנענט
די קאמפיין איז צום ערשט געווארן נערוועז ווען טאקער קארלסאן פון פאקס נייעס האט מיט עטליכע טעג צוריק אויסגעלויבט די ווארען עקאנאמיקס און אצינד האט א קאמפיין פאולסטער פון אינווייניג אריינגעטריבן די קאמפיין אין אן ערנסטע ערווארטונג אז ווארען קען זיך אט אט צעמענטירן אלץ דער צווייט שטארקסטער אינעם פארמעסט און אלץ ביידען'ס הויפט קאנקורענט
*
רעפובליקאנע פאנדרעיזער פון דזשארדזשיע לעי ען גיליס איז די נייע פינאנץ דירעקטאר פונעם פרא טראמפ סופערפעק "אמעריקא ערשט"
גיליס פלעגט ארבעטן פאר דזשארדזשיע סענאטאר דעיוויד פערדו און פארן געוועזענע דזשארדזשיע גאווערנאר און איצטיגע טראמפ'ס אגריקולטור סעקרעטאר סאני פערדו
*
דעם דינסטאג ווען טראמפ וועט גיין קיין פלארידא איינצולייטענען זיין ווידערערוויילונג קאמפיין וועט ער יענעם טאג אפהאלטן א פאנדרעיזער אין ארלענדא וואו די ראלי וועט פארקומען
אויפצומארגנס וועט ער ערשיינען ביי א באזונדערע פאנדרעיזער אין דארעל פלארידא
*
פיטע באטידזשעדזש איז היינט זונטאג אויף די זונטאג פראגראמען פון ען בי סי, סי ען ען און סי בי עס
ווען דזשעיק טעפער פרעגט אים אויב ער וואלט פארארדנט קלאגעס אקעגן טראמפ אויב ער ווערט ערוועלט זאגט באטידזשעדזש אז די פראצעדור פון אנקלאגן מענטשן דארף נישט האבן דאס מינדעסטע פארבינדונג מיט פאליטיק און אז זיין יוסטיץ דעפארטמענט און נישט זיין וויסע הויז וועט באשליסן אזא פראגע
*
פיטע באטידזשעדזש וועלכע איז קינדערלאז זאגט אז ער זעהט נישט פארוואס נישט צו ברענגן קינדער צום ווייסן הויז און אז ער וועט מעגליך אדאפטירן קינדער און זיי ערציען אין ווייסן הויז
*
פיטע באטידזשעדזש: זינט די איראק קריג האבן מיר אלץ פארטיי זיך געמוטשעט מיט עכט אידענטיפיצירן אין וואס מיר גלויבן אלץ א שטאנדהאפטיגע אויסערן פאליסי ליניע, אירע גרעניצן, און פליכטן
*
קאנגרעסמאן און פרעזידענט קאנדידאט עריק סוואלוואל: איך שיק טוויטער מעסעדזשעס וועלכע איך טוה שפעטער באדויערן און מיין שטאב וואלט געטרוימט צו בייטן מיינע פעסווארדס אבער איך זיץ אויף די שפיאנאזש קאמיטע און איך בין דעריבער שטענדיג איין טריט פאראויס פון זיי..
*
קאנגרעסמאן און פרעזידענט קאנדידאט עריק סוואלוואל: איך האלט נישט אז איך וועל מיך דארפן שטופן צום צוים ביי די דעבאטע און זוכן ארויסצושטיין.. איך דארף בלויז זיין מיך אליין און פרעזענטירן מיין אויסקוק פאר די וויילער
*
טאם האמען וועלכע טראמפ האט געהאט געשטעלט אנצופירן ICE און האט אפגעטרעטן לעצטע יאר וועט זיך צוריק אנשליסן אין די ארמיניסטראציע און דאסמאל ארבעטן פונדרויסן פונעם ווייסן הויז און זיין א גרעניץ צאר וועלכע וועט קענען באריכטן דירעקט צום פרעזידענט
*
קאמאלא העריס נוצט אויס די קורץ טערמיניגע אויפמערקזאמקייט וועלכע טראמפ האט איר ענדליך געשאנקן מיטן קאמענטירן אז זי איז אויף א געפערליכע שטאנד אינעם קאמפיין
העריס שרייבט אינעם פאנדרעיזינג אפעיל אז דאנאלד טראמפ שפירט ענדליך די היץ (פון איר קאנדידאטור)
*
ביל דעבלאזיא קאמפיינט היינט אין ניו העמפשיר אינאיינעם מיט זיין פרוי
*
סעט מאלטאן איז טאקע ארויסגעפאלן פון די דעבאטע אין מיאמי אבער לויט זיינס א ווארטזאגער וועט ער זיין אנוועזנד אין די געגענט ווי די דעבטע וועט פארקומען אין יענע צייט
*
אן אנאליז האט געטראפן אז דער קאנדידאט צו דערמאנען טראמפ'ס נאמען די מערסטע מאל אויף טוויטער איז עריק סוואלוואל
דער קאנדידאט עס צו טוהן די ווייניגסטע איז פיטע באטידזשעדזש
*
אין מאנטאנא האט סעקרעטערי אף סטעיט קארי סטעפלעטאן (ר) באשלאסן זיך ארויסצוציען פונעם גאווערנאר פארמעסט נאך וואס גרעג גיענפארט (ר) האט באשלאסן אריינצוטאנצן אהין
אנשטאט וועט סטעפלעטאן לויפן פאר גיענפארט'ס קאנגרעס זיץ
*
אין ווערמאנט וועט דער רעפובליקאנער גאווערנאר פיל סקאט נאך דעם ספרינג באשליסן אויב ער וועט זוכן א דריטן טערמין אין אפיס
אויף דעי דעמאקראטישע זייט טראכטן אטוירני דזשענעראל דאנאוואן און ליוטענאנט גאווערנאר דוד צוקערמאן צו לויפן
*
רעפובליקאנע קאנגרעספרוי פון אינדיאנא'ס פיפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט סוזען ברוקס וועלכע האט געארבעט צו רעקרוטירן מער פרויען קאנדידאטן צו לויפן אויפן רעפובליקאנע טיקעט אין 2020 למספרם האט באשלאסן אז זי זעלבסט וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג
*
דער געוועזענער ווירדזשיניע גאווערנאר טערי מעקאליף (וועלכע האט מעגליכע פלענער ווידער צו לויפן פארן גאווערנאר אמט) אינאיינעם מיט הילערי קלינטאן'ס א ברודער טאני ראדהעם זענען געווארן אנגעקלאגט מיט שווינדל דורך כינעזער אינוועסטירער אבער די אפעלאט געריכט האט נישט געפונען גענוג באווייז זיי צו דערקלערן שולדיג און האט זיי דעריבער באפרייט פון די קלאגעס
די געריכט האט זיי אבער יא געגעבן אן אפיציעלע מוסר לעקציע איבער ארנטליכקייט אין ביזנעס
*
בעטסי סוויט (ד) האט געמאלדן איר קאנדידאטור צו לויפן פאר סענאטאר אין מעין אקעגן סוזען קאלינס
די לינקע גרופע דעמאקראטיע פאר אמעריקא האט אינדארסירט איר קאמפיין
סוויט איז געלאפן פאר גאוווערנאר אין 2018 למספרם און אריינגעקומען אויפן דריטן ארט
*
אין אייאווע האט סענאטארשע דזשאני ערנסט נעכטן אפגעהאלטן א ראלי ווי זי האט געלאזט אין גאנג איר ווידערערוויילונג קאמפיין
*
לינקע גרופעס האבן רעקרוטירט דזשעסיקא סיסנעראס צו לויפן אקעגן דעמאקראטישע קאנגרעסמאן הענרי קולאר פון טעקסאס צוליב זיין רעקארד פון אפאזיצע צו רציחה און אימיגראנטן רעכטן
*
נעוואדע איז געווארן די 11'טע סטעיט צו באשטעטיגן באצאלטע אורלויב פאר ארבעטער וועלכע פעלן צוליב געזונט אורזאכן
*
די סופרים קאורט וועט אריינקוקן אין א ביטע אז זיי זאלן אויפנעמען אן אפעלאט איבערצודרייען די אורטיילן פון ביל בעראני און ברידזשעט קעלי אין די ברידזשגעיט סקאנדאל אין די קריסטי אדמיניסטראציע אין ניו דזשערסי
*
א פעדעראלע אפעלאט געריכט פארארדנט צו עפענען אן איבערזיכט פונדאסניי איבער די רעכט פון טראמפ אדמיניסטראציע צו פארבאטן בריות משונות צו סערווירן אין מיליטער
*
סופרים קאורט הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס האט אין נאוועמבער למספרם פארקויפט זיינע עי טי & טי סטאקס געשאצט אין די ווערט פון 100-250 טויזנט דאלער
אויסקלארנדיג די באדן פאר אים אנטייל צו נעמען אין אין בעפארשטייענדע נעט נוטראליטעט קעיסעס וועלכע קענען לאנדן אין געריכט אין די נאנטע צוקונפט
א קורצע צייט איידער די אויספארקויף האט די געריכט צוריקגעוויזן אזא פעטיציע און ראבערטס האט זיך צו יענע צייט געהאט רעקיוזד פון אריינרעדן אין די באשלוס אויב מען זאל אויפנעמען די קעיס אבער האט קוץ דערנאך פארקויפט זיינע סטאקס
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

א גרויסן דאנק אייך הכל הבל
יישר כוחכם ותזכו למצות
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

ישר כח
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

יישר כוח עד בלי די.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נייס נייס! איך קוק אן די נייעס איבער טראמפ'ס רעדן פון העריס, א דיירעקט לינק צו די אנדערע נייעס אז טראמפ זעהט ווארען אלס א געפאר...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

א גרויסן שכח הבל!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

א ריזיגן שכוח!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

טענק יו ווערי מאטש!!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג בהעלותך




דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג וועט די וואך אפשטאטן א באזוך אין צפון קארעא זייענדיג די ערשטע מאל וואס א כינעזער פרעזידענט באזוכט דאס לאנד אין 14 יאר
*
ארום צוויי מיליאן האבן נעכטן מארשירט אין האנג קאנג צו פראטעסטירן דאס וואס די רעגירונג האט בלויז סוספענדירט אויף דערווייל די דעבאטע פונעם ביל צו מעגן אויסליפערן אנגעקלאגטע קיין כינע און עס נישט גענצליך אפגערופן פערמענאנט
די באפעלקערונג אין האנג קאנג ציילט זיך ביי ארום זיבן מיליאן
*
איראן דראעט אנצוהויבן ביז צען טאג בארייכערן אוראניום צו העכערע שטאפלען ווי ערלויבט אינעם דיעל
*
אין די וועלט פון פרויען גלייכבארעכטיגונג האט מען אויפגענומען מיט צופרידנהייט אז צום ערשטן מאל אין די אפריקאנע היסטאריע זענען העלפט פון אלע קאבינעט מיניסטארן פרויען
*
נאכפאלגנדיג די דראמא ארום די וואל אויסגאנג אין איסטאמבול טערקיי מעיארעל פארמעסט וועלכע פרעזידענט ערדואן האט דערקלערט אלץ צווייפלהאפטיג און די רעגירונג האט פאררופן פרישע וואלן איז נעכטן פארגעקומען די ערשטע טעלעוויזירטע דעבאטע אין לאנד אין זיבעצן יאר ווען די צוויי הויפט קאנדידאטן האבן זיך אויסגעפראסקעט צווישן זיך
*
די צוויי פראנט ראנער אין די פרעזידענטליכע וואלן אין גואטעמאלא זענען ביידע גרייט אז די רעגירונג זאל זיך אנבארגן מיט נאך געלט צו קענען באקעמפן די שרעקליכע ארימקייט און געוואלדטאטן וועלכע פלאגן דאס לאנד און טרייבן מיליאנען צו עמיגרירן קיין אמעריקא
*
נעכטן איז געווארן פארעפנטליכט א לענגערע אינטערוויו וועלכע דזשארדזש סטעפאנאפאליס האט אפגעהאלטן מיט פרעזידענט טראמפ
טייל פון די אינטערוויו איז געווארן אפגעהאלטן אין די אוועל אפיס אום 9:15 אינדערפרי און איז מערקווירדיג זינט טראמפ קומט זעלטן אראפ פון זיין רעזידענץ צון אוועל אפיס בעפאר 10:30
ביי איין מאמענט דורכאויס די אונטערוויו האט טראמפ ארויסגעיקט שטאב הויפט מיק מולוועיני פון צימער זינט דער לעצטער האט צופיל ארומגעהוסט
א טראמפ געהילף דורכאויס די 2016 למספרם קאמפיין פארציילט איצט אז ווען ער האט זיך אנגעשלאסן אינעם קאמפיין איז ער געווארן אנגעזאגט דורך מערערע קיינמאל צו הוסן אדער סניזן אין טראמפ'ס געגנווארט
פרעזידענט טראמפ זאגט אויך צווישן אנדערן אז ער גייט ארויסשטעלן זיין העלט קעיר פארשלאג אין ארום צוויי מאנאטן פון איצט אדער אפילו פריער און מעגליך אין איין מאנאט ארום זאגנדיג אז די פלאן איז כמעט פארטיג און גרייט
*
נאכפאלגנדיג די ליעק צו די ניו יארק טיימס איבער אינערליכע אנקעטעס צוגעשטעלט פארן טראמפ קאמפיין וועלכע צייגט אומגינסטיגע נומערן פארן קאמפיין האט די קאמפיין אצינד אפגעהאקט פארבינדונגען מיט טייל פון די אנקעטע נעמער ווען זיי באשולדיגן אין די ליעקס
די קאמפיין וועט צוימען איר אינערליכע קרייז פון וועם זיי נעמען אנקעטעס צו בלויז דזשאן מעקלאלין און טאני פאבריזיא און מער נישט נוצן עדעם געלער, און מייקל באסעליס
די לעצטע צוויי זענען שוין מיטן טראמפ קאמפיין פון 2016 למספרם און מען איז גראדע צופרידן פון זייער עקספערטיז נאר די נאך די לעצטע שטורעם ארום די ארויסרינונג מוז מען איינשטילן דעם פרעזידענט'ס אויפברויז מיטן צייגן אז מען נעמט ערנסטע שריט און עס הייסט אז די צוויי וועלן אריבערגיין ארבעטן פארן טראמפ סופערפעק
קאמפיין געהילפן טארן נישט אפיציעל קאארדינירן מיט סופערפעקס און טוען דעריבער רודערן הויך אין די עפנטליכקייט די געדאנק פון אריינעמען די צוויי וועלכע טרעפ זיך איצט אויף די גאס אריין אינעם סופערפעק ארגאנאזאציע האפנדיג אז די נויטיגע באאמטע וועלן דערהערן דעם רוף
*
איינע פון די בענעפיטן וועלכע אמטירנדע פרעזידענטן געניסן אין לויף פון די ווידערערוויילונג פארמעסט איז די צייט ווען די קעגנערישע פארטיי רייסט זיך ארום צו פאראייניגן ארום איין קאנדידאט און דער פרעזידענט האט עטוואס רואיגקייט
עטליכע דעמאקראטישע גרופעס האבן זך אבער איצט פאראייניגט צו פארזיכערן אז אפילו אריינגייענדיג אין ד פאזע ווען די דעמאקראטישע פריימערי ווערט וואס אמאל היציגער פארלירט מען נישט די קאמף אקעגן דעם הויפט ציהל
די גרופע פון סופערפעקס גייען אויסגעבן 150 מיליאן דאלער אויף רעקלאמעס און אויף וויילער רעגיסטראציע אין די קומענדיגע מאנאטן און זיכער מאכן אז אפצוענטפערן טראמפ אפילו אין די צייט ווען די דעמאקראטישע קאנדידאטן ווערן מער און מער פארנומען אפצוענטפערן און אטאקירן איינער דעם צווייטן
*
פאקס האט אויסגעפרעגט וויילער אויב זיי גלויבן אז א פערזאן מיט וועלכע איז נידריגע אין מאראל און אין עטישע סטאנדארטן קען נאך אלץ זיין א גוטע פירער
צווישן רעפובליקאנער זאגן 46% אז יא צו 48% אז נישט
צווישן דעמאקראטן זאגן 26% אז יא און 70% אז נישט
*
לויט די פאקס אנקעטע געניסט טראמפ פון א 75% צופרידנהייט ראטע צווישן ווייסע עווענגאליסטן
*
פאקס האט געפרעגט וויילער וואס זייער רעאקציע וואלט געווען אויב פרעזידענט טראמפ ווערט ווידערערוועלט
36% ענטוזיאסטיש/צופרידן
13% נייטראל
50% אומצופרידן/דערשראקן
*
די פאקס אנקעטע האט אויסגעפרעגט דעמאקראטישע פריימערי וויילער צו זיי בעפארצוגן א רואיגע גלאטע און טראסטבארע פירערשאפט אדער ליבערשט איינס מיט א אמביציעזע נייע אגענדע און וויזיע
די ערשטע אפציע געניסט פון 72% צו 25% וועלכע וואלטן ענדערש אויסגעקליבן די צווייטע אפציע
*
לויט אן אנאליז טוען וואל סטריט ביליאנערן צוטיילן זייער שטיצע צווישן דזשאו ביידען, קאמאלא העריס און לעצטנס מער מער פאר פיטע באטידזשעדזש
*
פיטע באטידזשעדזש שפילט אראפ די היסטאריע וואס זיין פרעזידענטשאפט זוכט צו שאפן זייענדיג די ערשטע אפענע מתועב
ער זאגט אז ער גלויבט אלץ העכסט ווארשיינליך אז מתועבים, הגם אומאפיציעלע, האבן שוין באזיצט די ווייסע הויז דורכאויס די אמעריקאנע היסטאריע
*
פיטע באטידזשעדזש גייט די וואך אויפטרייבן גרעסערע געלטער ביי אוונטן אין ווארען'ס היימשטאט מאסאטשוסעטס
*
פיטע באטידזשעדזש זאגט אז ער וועט נישט צוריקדרייען טראמפ'ס באשלוס אריבערצופירן די אמעריקאנע אמבאסאדדא קיין ירושלים
די שטעלונג איז עכט נישט אזוי סענזאציאנאל ווי עס קלונגט ווייל אויך קלינטאן און אבאמא האבן עס פארשפרעכן צו טוהן און דא בקום ועשה און ער דארף סך הכל פארשפרעכן עס צו לאזן ווי עס איז בשב ואל תעשה אבער איז פארט אינטערסאנט ווייל די פארטיי איז היינט מער אנטי איזראעל ווי אמאל און אויך ווייל היינט וואלט מען גרינגער געקענט נעמען א שטעלונג דערקעגן זינט עס איז א שריט פון טראמפ
*
פיטע באטידזשעדזש האט אינעם פארלאפענעם מאנאט אויפגעטריבן מער פון וויפיל ער האט אויפגעטריבן אלעס אינאיינעם פונעם אנהויב פונעם פארמעסט
*
עליזאבעט ווארען שפילט אראפ ערווארטונגען איבער איר אויפשטייג זאגנדיג אז עס איז נאך גאר פרי אינעם פארמעסט
*
בעטא ארורק פארשארפט זיין רעטאריק אקעגן דזשאו ביידען איבער זיין פליפ פלאפ איבער רעגירונג פינאנצירטע שטיצע פאר רציחה און אויך איבער ביידען'ס נאאיווע צוגאנג צו כינע
*
אין צפון קאראליינע האט א געוועזענער איין טערמיניגע סטעיט סענאטאר קאל קאנינגהעם (ד) געמאלדן אז ער לויפט צום סענאט אקעגן סענאטאר טאם טיליס
קאנינגהעם איז צו ערשט געלאפו פאר ליוטענאנט גאווערנאר אבער ער האט באשלאסן צו טוישן און לויפן צום סענאט
ער איז אין 2010 למספרם געלאפן אין די דעמאקראטישע פריימערי צום סענאט אבער פארלוירן אין א ראנאף פארמעסט
*
אלע געדענקן די היציגע ברעט קעווענאו נאמינאציע ווען אויסער די סקאנדאלן איבער זיין פערזענליכקייט האט מען אים שווער געצימבלט איבער זיינע שטעלונגען אויף סאציאלע טעמעס
די דעמאקראטן האבן געהאט א שוועריקייט צוליב וואס איבער חוקי רציחה איז נישט פארהאן קיין ערנסטע פריערדיגע אורטיילן אויף זיין רעקארד פון וואס צו קענען אנטייטלען אז ער וועט זיין עקסטרעם אקעגן רציחה
די איינציגסטע אורטייל אויף די אישו איז געווען ווען ער האט געאורטיילט אז אין שטיצע פון א פארבאט צוצושטעלן רציחה סערוויסעס פאר פארהאלטענע יוגנטליכע אומלעגאלע אימיגראנטן
די קעיס איז אבער זינט דאן געווארן אפעלירט צו די דיסטריקט אף קאלאמביע סירקוט קאורט אף אפיעלס אויף וועלכע קעווענאו זעלבסט איז געזעצן בעפאר מען האט אים נאמינירט צום העכסטן באנק
די סירקוט קאורט האט אצינד געאורטיילט אקעגן קעווענאו'ס שטעלונג און געשריבן אז מען קען נישט אוועקנעמען די רעכטן פון די אימיגראנטן
די אורטייל איז גאר א שטארקע זיג פאר די ליבעראלן ווייל עס ווערט טעכניש פאררעכנט ווי אן אורטייל פונעם סופרים קאורט איינס זינט קעווענאו וועט זיך מוזן רעקיוזן פונעם קעיס אויב זאל עס גרייכן צום סופרים קאורט און אין אזא פאל וועט די סופרים קאורט זיין צוטיילט 4-4 און אויב ווי ערווארטעט וועט די ליבעראלע בלאק זיין פאראייניגט און די אורטייל וועט זיין 4-4 וועט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט בלייבן אין קראפט
*
היינט האט די סופרים קאורט פארארדנט א געריכט און ארעגאן איבערצוקוקן זייער אורטייל וועלככע האט באשטעטיגט א הונדערט פינף און דרייסיג טויזנט דאלערדיגע שטראף פאר א בעקער וועלכע האט זיך אנטזאגט צוצושטעלן זיין סערוויס פאר א נארישקייט צערעמאניע
*
טראץ וואס פולע האבן ערווארטעט אז די געריכט וועט מעגליך היינט אדרעסירן די פראגע אויב זיי נעמען אן די דאקא קעיס האבן זיי ווייטער געהאלטן דאס לאנד אין די טונקל אויף די אישו
מאנכע קלערן אז די אורזאך קומט צוליב וואס די צווייט העכסטע פראפיל קעיס איז געווען די ארעגאן בעקער קעיס און ווי אויבנדערמאנט האבן זיי געווידמעט די היינטיגע טאג פאר דעם און באשלאסן צו לאזן די סאמע העכסטע פראפיל קעיס פאר קומענדיגע וואך
*
די סופרים קאורט האט היינט צוריקגעוויזן אנצונעמען א קעיס אין וועלכע א פראמינענטע סאציאל קאנסערוואטיווע גרופע האט פרובירט צו אפעלירן אורטיילן פון נידריגע געריכטן וועלכע האבן בלאקירט א פארזוך פון די טראמפ אדמיניסטראציע אפצושוואכן געוויסע סארט סערוויסעס צוגעשטעלט דורך אבאמאקעיר
די נידריגע געריכטן האלטן נאך אינמיטן באהאנדלען די פראגע און עס איז מעגליך אז די סופרים קאורט וויל צו ערשט אויסווארטן אז די קעיס זאל ווערן געהעריג באהאנדלט און דעצידירט און ערשט דערנאך וועט זי מעגליך יא זיין גרייט אריינצוקוקן דערין
*
די סןפרים קוארט האט א קארגע צוויי וואכן צו גיין ביזן ענדע פונעם טערמין אין האט היינט ארויסגעגעבן אורטיילן און פיר פון די פארבליבענע פיר און צוואנציג קעיסעס און טייל דערפון ווערט באריכטעט דא אינעם היינטיגן באריכט
די געריכט האט איצט געסקעדזשועלט די וואך דאנערשטאג אלץ א פרישע אורטיילן טאג ווען מער קעיסעס וועלן ווערן אנטשידן
*
די סופרים קאורט האט היינט געאורטיילט אז די רעפובליקאנער אין ווירדזשינע מאנגלען אין סטענדינג צו קענען קלאגן די סטעיט'ס מאפע ווי אזוי זי האט איינגעטיילט די דיסטריקטן
ריכטערן גינזבורג האט געשריבן די אורטייל און איר שטימע איז געווען היבש צוקראצט און קומט לויט געהילפן צוליב א פארקילאכטס אבער נישט עפעס מער ערנסט
דערין האבן זיך אנגעשלאסן טאמאס, סאטאמאיאר, קעיגען, און גארסוטש
די קעגן אורטייל איז געוואןר געשריבן דורך ריכטער אליטא און דערין האבן זיך אנגעשלאסן ראבערטס, ברייער און קעווענאו
*
די געריכט האט שוין אין די פארגאנגנהייט אומדירעקט שמאל געאורטיילט אז פובליק טעלעוויזיע סיסטעמען ווערן נישט פאררעכנט אלץ רעגירונג פארום טראץ וואס אין אלגעמיין זענען די קאנאלן די אייגנטום פון די רעגירונג וועלכע ווערט ארויסגעליעסט פאר די נעצן
די אנגענומענע שטעלונג אז די וועלכע אפערירן די פראגראמען אויף די קאנאלן זענען פריוואטע מענטשן האט ערלויבט פאר די נעצן צו באגרעניצן פרייהייט פון אויסדרוק נישט זייענדיג געבינדן צו די געזעץ פון סטעיט און פובליק פארומס אפערירט דורך די רעגירונג
די מאנהעטען נעיבארהוד נעטווארק איז באזירט אאין ניו יארק סיטי און איז אריין אין א געפעכט מיט צוויי פון זייערע ארבעטער וועלכע האבן צוריק אין 2012 למספרם פראדוצירט א געוויסע פראגראם צו לויפן אויף די כוואליעס וועלכע האט צווישן אנדערן קריטיקירט די נעטווארק זעלבסט
די פראגראם איז געלאפן איינמאל אבער איז דאן געווארן אפגערופן דורך די פירערשאפט צוליב פארשטענדליכע סיבות און די צוויי טראבל מעיקערס זענען געווארן אויפגעזאגט פון פאזיציע
די צוויי האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע אקעגן די נעטווארק און אקעגן די סיטי מיטן ארגומענט אז די וועג ווי אזוי די נעטווארק איז אוועקגעשטעלט מאכט איר פאר א פובליק פארום און זייערע ערשטע אמענדמענט רעכט פאר פרייע אויסדרוק איז געווארן פארלעצט
אין די סאודערן דיסטריקט קאורט אין ניו יארק האבן די ריכטער אפגעווארפן די קעיס באזירט אויף די טענות פון די סיטי אין די נעטווארק און ציטירנדיג די אורטייל אין וועלכע די סופרים קאורט טוט אומדירעקט שרייבן אז די נעטווארקס ווערן באטראכט ווי פריוואט געפירטע סיסטעמען
די צוויי האבן אפעלירט די אורטייל צום צווייטן סירקוט קאורט ווי אין א 2-1 באשלוס גיבן די ריכטער גערעכט פאר די קלעגער ציטירנדיג פון ריכטער קענעדי וועלכע שרייבט די מינאריטעט אורטייל אינעם אויבנדערמאנטן סופרים קאורט קעיס אז וויבאלד די פראגראמען פאלן אונטערן מאנדאט פון די רעגירונג וועלכע קענען אריינרעדן אויף א רייע פראגן אוון פארבאטן פארשידענע פראקטיצירונגען ווערן זיי באטראכט ווי פובליק רעגירונג פראגראמען און קענען דעריבער נישט באגרעניצן פרייהייט פון אויסדרוק
די ריכטער האבן אבער געשריבן אז די סיטי קען נישט ווערן געקלאגט דערויף און עס איז נישט זייער פאראנטווארטליכקייט
די נעטווארק איז איצט פארבליבן אליינס אויפן וואסער אלץ באשולדיגטע און האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט און אום אקטאבער 2018 למספרם האט די געריכט אקצעפטירט די קעיס זייענדיג די סאמע ערשטע קעיס ארויפצוקומען אויפן קאלענדאר זינט ריכטער קעווענאו האט ערזעצט ריכטער קענעדי
אום פעברואר 25 למספרם וועט די געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין דעם קעיס
היינט אינדערפרי האט די געריכט געאורטיילט אז די נעטווארק איז יא א פריוואטע פירמע און מוז נישט ערלויבן פרייהייט פון אויסדרוק
די אורטייל איז געווארן געשריבן דורך ריכטער קעוונאו און דערין האבן זיך אנגעשלאסן טאמאס, אליטא, ראבערטס און גארסוטש
ריכטערין סאטאמאיאר האט געשריבן א קעגן אורטייל און דערין האבן זיך אנגעשלאסן גינזבורג, ברייער, און קעיגען
*
פאלגענד איז א קעיס וועגן די זעלבסשטענדיגקייט פון די סטעיטס אין באצוג צו די פעדעראלע רעגירונג
די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ערלויבט די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען אנצוקלאגן מענטשן אויף די זעלבע פארברעך און איך זאג נישט קם לי' בדרבה מיני' מיט דעם וואס ער יענער ווערט שוין סייווי אויסגעפארשט דורך די פעדעראלע רעגירונג טראץ וואס די 5'טע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע פארבאט אין אלגעמיין צו באשטראפן מענטשן צוויי מאל פארן זעלבן פארברעך (קלארשטעלונג: די דין פון קם לי' ווערט בלויז גענוצט אלץ בלשון מושאל אבער איז נישטאמאל קיין צושטעלן פון להבדיל די דין תורה וועלכע רעדט ווען איינער האט עובער געווען אויף צוויי באזונדערע עבירות)
טעראנס מארטעז געמבל איז געווארן אנגעקלאגט דורך די פעדס און די סטעיט אין 2015 למספרם ווען ער איז געווארן אפגעשטעלט ביי א רוטינע טראפיק אפשטעל און פארמאגט געווער אין זיין באזיץ צו וועלכע ער איז געווען פארבאטן זייענדיג א פעלאן, זיין פעטיציע ברענגט ארויס אז ער ווערט דאפלט אנגעקלאגט
די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ווערט שוין פראקטיצירט פאר מער ווי 150 יאר און איז שוין געווארן בארעכטיגט דורכן סופרים קאורט אין לויף פון די יארן טראץ וואס זי ווערט קריטיקירט דורך לעגאלע עקספערטן אלץ א פאליסי אן קיין לאגישע באזיס
געמבל איז געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג דורך די סטעיט אלאבאמא און פאראורטיילט צו איין יאר אין טורמע
דערנאך האט זייך די פעדעראלע רעגירונג גענומען צן זיינע ביינער און א דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אז ער קען נישט נוצן די דאפלטע שטראף ארגומענט זינט די פעדעראלע רעגירונג איז א באזונדערע קערפערשאפט און געמבל איז עווענטועל איינגעגאנגען אויף א פלי אפמאך אונטער וועלכע ער איז געווארן צוגעטיילט א 46 מאנאטן סענטענס
געמבל האט עס אבער אפעלירט צו די 41'טע סירקוט וועלכע האט בלויז באשטעטיגט די שטעלונג פונעם דיסטריקט געריכט
אין יוני 2018 למספרם איז זיין פעטיצע צום סופרי קאורט געווארן אקצעפטירט
ער האט אין זיין ביטע ערווענט א פאראייניגטע רוף פון ריכטער גינזבורג און טאמאס מיט א צייט צוריק דורכצופירן אן איבערזיכט אויף די דאפלטע שטראף אויסנאם פאר די פעדס און סטעיט
אויב זאל די געריכט עלימינירן די דאקטרינע קען עס אפעקטירן די טראמפ אויספארשונגען און מיט א פארדאן פונעם פרעזידענט אויף פעדעראלע פארברעכן מיינט עס אז די סטעיט וועט שוין מער נישט קענען קלאגן אויפן זעלבן פארברעכן זינט זי איז שוין געווארן פרובירט דורך די פעדס
סענאטאר ארין העטש האט אריינגעשיקט א פריינט צום געריכט בריוו אין שטיצע פון געמבלס ארגומענט אבער זיין ווארטזאגער האט געלייקנט אז עס האט געהאט סיי וועלכע פארבינדונג מיט די אויספארשונגען אויפן פרעזידענט
די ריכטער האבן אויסגעקוקט היבש אומוויליג נאכצוגעבן געמבלס ארגומענט
די מונדליכע ארגומענטן זענען געווען באשטימט אויף דעצעמבער 5 2018 למספרם אבער.. פרעזידענט בוש דער ערשטער איז יענע צייט געשטארבן און דער קאורט האט עס געמוזט אפשטופן מיט א טאג צוליב די ספעציעלע קלאג טאג
שווער צו וויסן ווי אזוי זיי וועלן אורטיילן
זיי האבן געשיינט צו זיין נערוועז צו איבערדרייען אן 170 יעריגע דאקטרינע אבער אנערקענט די זארגן וועלכע אקאדעמיקער און יוריסטן דרוקן אויס איבער די אפעקט פון די פאליסי
שווער צו וויסן אבער אויב אויב זיי דרייען עס איבער וועט עס זיין ממש אן ערדציטערניש אבער ערדציטערנישן פאסירן דא און דארט
איז, האף פאר רעפארם צו דורכצוברעכן די בלאקאדא אבער גרייט זיך פאר שטאטוטסקווא איבערצולעבן
די מונדליכע ארגומענטן זענען געווען היבש אינטערסאנט
ביי איין פונקט האט איינע פון די ריכטער געזאגט אז דורכליינענדיג די קלעגער ארגומענטן איז ער געווארן שטארק איבערצייגט אז זיי זענען גאר שטארק און ער האט ווי איינגעשטימט דערמיט
די געריכט זאל האט פארפעלט אן אטעם הערנדיג אזוי קלאר די ריכטונג א ריכטער איז גענויגט צו נעמען
דאן.. האט דער ריכטער צוגעלייגט אזליינענדיג נאכדעם די אנדערע זייטס ארגומענטן האט ער געזעהן אז זיי זענען פונקט אזוי שטארק..
און די פארזאמלטע האבן אויסגעפלאצט אין א געלעכטער
די רעגירונג האט א סטראטעגיע מיט וועלכע זיי פרובירן צו איבערצייגן אויך די ליבעראלע ריכטער אויף זייער זייט
זיי ברענגן ארויס אז אויב די געריכט פארבאט די פעדעראלע רעגירונג צו ברענגן קלאגעס קעגן סטעיט אנגקלאגטע דאן וועט עס אונטערמינעווען די מעגליכקייט פון פארטיידיגן סיוויל רייטס
אין די פארגאנגענהייט זענען א רייע שטאטן געווען זייער אומסימפאטיש צו סיוויל רייטס און די פעדעראלע רעגירונג האט עס שטרענג פארסירט
איצט, אויב אזא אטמאספערע זאל זיך איבערשפילן אין לאנד און סטעיטס וועלן נישט ערנסט באשטראפן סיוויל רייטס פארלעצער ווועט די רעגירונג זיין געבונדן פון אנקלאגן דעם פארלעצער זינט די סטעיט האט אים שוין באשטראפט הגם בלויז מיט א לייכטע שטראף
אן אנדערע ארגומענט וועלכע א ריכטער האט געצימבלט געמבלס אדוואקאט אז רעפארמירן דעם סיסטעם וועט פירן צו א כאפצעם צושטאנד אין וועלכע די סטעיט און פעדעראלע רעגירונג וועלן זיך פארמעסטן אין די שטונדן נאך א פארברעך ווער עס קען באווייזן שנעלער צוזאמצושטעלן א דזשורי און ברענגן קלאגעס און דאדורך פארכאפן מאכט אויף די קעיס אונטער די אייגענע יוריסדוקציע צו פארמיידן די קלאגעס פון די אנדערע רעגירונגס פליגל
היינט אינדערפרי האט דער סופרים קאורט ענדליך געאורטיילט אין די קעיס און יא געלאזט אין פלאץ די ערלויבעניש פאר די רעגירונג צו קלאגן צוויי מאל אויפן זעלבן פארברעך
די אורטייל איז געווארן געשריבן דורך ריכטער אליטא און דערין האבן זיך אנגעשלאסן ראבערטס, טאמאס, ברייער, סאטאמאיאר, קעיגען און קעווענאו
טאמאס האט געשריבן אן אייגענע געמישטע מיינונג שרייבנדיג אז די געריכט זאל נאכלאזן פון די אבסעסיע זיך צו האלטן צו פריערדיגע פרעצעדענט און זיי זאלן זיך באפרייען פון די יאך ארויפגעלייגט אויף זיי דורך אורטיילן פון פריערדיגע געריכטן
גיזנבורג און גארסוטש האבן ביידע געשריבן באזונדערע קעגן אורטיילן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יוני 17, 2019 1:13 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהעלותך
דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג וועט די וואך אפשטאטן א באזוך אין כינע זייענדיג די ערשטע מאל וואס א כינעזער פרעזידענט באזוכט דאס לאנד אין 14 יאר

????????????
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עכט היימיש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהעלותך
דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג וועט די וואך אפשטאטן א באזוך אין כינע זייענדיג די ערשטע מאל וואס א כינעזער פרעזידענט באזוכט דאס לאנד אין 14 יאר

????????????

שוין פארראכטן

יישר כח פארן אויפמערקן
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

ישר כח הבל
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פריש ארויס פון אויבן... אךך! א נעפקין גיב אהער... ס'גיסצעך דא טשאקלעט...

טענקס הכל!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

הבל, מאסיוו!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יש ברירה האט געשריבן:הבל, מאסיוו!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ס'מיר שווער צי עסן קאקאש פאר פרישטאג זא האמיר עס געליינט מיט א צוגעמאכטע מויל
יישר כח הבל
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

Wow!!

פיין זאפטיג געווען!

ישר כח הבל!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

מיר גלייכן דאס מערסטע די באריכט פון סופריעם קאורט, שטארק דיטעילד, און מיט א זאפטיגע שפראך.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

שטילער האט געשריבן:Wow!!

פיין זאפטיג געווען!

ישר כח הבל!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”