וויצע פרעזידענט העריס נעמט היינט אויף א רייע פרויען סענאטארן פאר א נאכטמאל אין די וויצע פרעזידענט רעזידענץ
*
צוויי זעלנער פון די פארט הוד מיליטערישע באזע געווארן אנגעקלאגט נאך פארזוכן אריינצושמוגלען אומלעגאלע אימיגראנטן אריין קיין טעקסאס
*
האיער האט געזאגט פאר רעפארטער אז ער האפט נאכאלץ צו באשטעטיגן אלע אדער כאטש די מערהייט פון די אפראפיעישאן בילס נאך פאר אוגוסט למספרם אבער עס קוקט נישט אויס צו גיין אין יענע רכטונג און לויט אלע ווארשיינליכקייטן רוקט זיך קאנגרעס נענטער צו שטימען אויף א סי אר צו האלטן די רעגירונג אפן אויף די איצטיגע ספענדינג שטאפלען
*
שומער און פעלאסי האבן זיך ווי עס שיינט פארשטענדיגט איבער דאס אפשטעלן דאס טעראריזירן סענאטאר מענשין וועם זיי וועלן דארפן האבן אריבערצופירן סיי וועלכע אינפראסטרוקטור ביל
שומער האט געבעטן פון דרויסנדיגע גרופעס מער נישט צו קוועטשן אויף מענשין צוליב זיין שטעלונג אויף וואל רעפארם און פעלאסי האט אויך געבעטן אירע מעמבערס נישט צו קריטיקירן אינדיווידועלע סענאטארן
*
נאך וואס מעקאנעל האט נעכטן אויסגעדרוקט אומגרייטקייט צו באשטעטיגן א ביידען נאמינירטע סופרים קאורט קאנדידאט אויב זאלן רעפובליקאנער צוריקכאפן די סענאט און נאך וואס קאנגרעספרוי קארטעז איז ארויסגעקומען אפיציעל רופן פאר ברייער'ס רעטייערמענט גרייטן זיך 13 ליבעראלע גרופעס ארויסצוקומען מיט א באצאהלטע רעקלאמע אין פאליטיקא צו רופן פאר די רעטייערמענט פון ברייער
*
עס קוקט אויס אז די רעגירונג וועט נישט זוכן טורמע טערמינען פאר אלע אנגעקלאגטע אינעם קעפיטאל איבערפאל נאך וואס איינע פון זיי גייט ווערן געסענטענס איבערמארגן פרייטאג און פראקורארן זענען איינגעגאנגען צו פארלאנגען בלויז פראבעישאן אז יענער זאל צושטעלן 40 שטונדן קאמיוניטי סערוויס און באצאהלן 500 דאלער אלץ שטראף
*
ראדזשער סטאון האט פארלאנגט אז די געריכט זאל אים גיבן א 90 טאג סטעי אין די אנקלאגע פון די איי אר עס איבער 2 מיליאן דאלער אין אומבאצאהלטע שטייער
סטאון האט געשריבן אז ער איז פארנומען זיך אפגעבן מיט זיין פרוי וועלכע איז לעצטענס געווארן דיאגנאזירט מיט די ביטערע מעשה ר"ל און די רעגירונג איז איינגעגאנגען אויף די פארלאנג
*
דאן טראמפ דזשוניאר זאגט אז ער איז נישט באזארגט אז אלען ווייסלבערג פון די טראמפ ארגאנאזאציע וועט פליפן אויף זיין פאטער גלויבנדיג אז עס איז נישטא קיין שמוץ אויפצודעקן
עס קומט נאכדעם וואס ער איז געווארן באקאנט אז מאנהעטען דיסטריקט אטוירני סיירוס וועינס האט געלייגט א האנט אויף די שטייער רעקארדס פון ווייסלבערג און פארשט אויב ער איז באגאנגען קרימינאלע פארלעצונגען מיטן זיך אויסדרייען אין צאהלן שטייערן און מען קלערט אז עס איז א טאקטיק אים צו מאכן זינגען אקעגן זינע אויבערהארן איבערהויפט נאך וואס א צווייטע הויכראנגיקע איינגעשטעלטע אין די ארגאנאזאציע האט שוין אויפגעטראטן פארנט פון די גרענד דזשורי
*
סארא האקעבי סאנדערס פארמעסט זיך פאר די ארקענסאו גאווערנאר שטוהל אקעגן ליוטענאנט גאווערנאר טים גריפין און אטוירני זשענעראל ראטליזש
אצינד האט אן אפריקאנע אמעריקאנער נוקלעארע אינדזשעניר, קריס דזשאונס געמאלדן אז ער לויפט אויף די דעמאקראטישע זייט
הכל הבל האט געשריבן:והשיב את הגזילה!
פאלגענד איז א קעיס וועלכע מיר האבן שוין מערערע מאל אראפגעברענגט און צוליב א פרישע אפדעיט ווערט די גאנצע כראנאלאגיע ווידערמאל אהערגעברענגט מיט די נייע אפדעיט ביים ענדע
טייסאן טימבס אן אינדיאנא מאן האט פארלוירן זיין פאטער אין 2012 למספרם אבער גלייכצייטיג געמאכט א ברוך הטוב והמטיב ערהאלטנדיג א סומע קעש פון א לייף אינשורענס פאליסי מיט וועלכע זיין פאטער האט אים אינזין געהאט צו באזארגן
טימבס האט זיך איינגעהאנדלט א לענד ראווער פאר 42 טויזנט דאלער און היידא..ויהי בנסוע
די פראבלעם איז געווען אז טימבס האט געהאט א פארגאנגענהייט פון צוגעבינדנקייט צו דראגס וועלכע האט זיך איצט אלץ רעזולטאט פון זיין פאטערס טויט פריש ערוועקט
טימבס איז פונדאסניי ארויף אויף די סחורה און גלייכצייטיג אויך אנגעהויבן פארקויפן די געווירצן מיטן ציהל צו פינאנצירן מיט די איינקופט די קאסטן פון די ווארע פאר זיין אייגענע געברויך
ביז.. יענעם שווארצן טאג אין נאוועמבער 2013 למספרם ווען ער האט אריינגעביסן אינעם נישט ריכטיגן עפל פארקויפנדיג דראגס אין די ווערט פוןן 225 דאלער פאר אן אונטערגעשטעלטער אגענט וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט זיין ארעסט און טימבס האט זיך קורצליך דערויף דערקלערט שולדיג אין געריכט
די אורטייל האט נישט געשפעטיגט צו קומען און טימבס האט באקומען איין יאר הויז ארעסט, 5 יאר פראבעישאן און 1200 דאלער אין פינאנציעלע שטראפן
די אפעטיט פון די סטעיט איז אבער נישט געווארן איינגעשטילט און זיי האבן געלייגט אן אויג אויף זיין לענד ראווער וועלכע איז סיי ווי געשטאנען אומבאנוצט דורכאויס די יאר פון זיין הויז ארעסט
די סטעיט האט קאנפיסקירט דעם אויטא אונטער די געזעץ וועלכע ערלויבט אוועקצונעמען סיי וועלכע חפץ עס איז גענוצט געווארן אינעם פארברעכן און די אויטא איז גענוצט געווארן ארומצופארן פארקויפן די פארבאטענע מאטריאל
ויהי ככלות השנה, טימבס עפנט מיט פרייד די פארדזשאווערטע טויערן פון זיין היים ווען אירע ראסטיגע אנגלען פארציילן הויך פאר אלע שכנים אז זיי זענען שוין נישט גערירט געווארן פון פלאץ פאר א קיילעכיגן יאר
טימבס שטעלט זיינע טריט צו די גאס און אטעמט אריין די פרישע לופט ווען זיינע אויגן פאלן אויף א ליידיגע ספאט צווישן צוויי פארקירטע אויטאס
יא די זעלבע פלאץ ווי ער האט איבערגעלאזט זיין פארמעגן מיט א יאר צוריק אבער והילד איננו, די לענד ראווער איז נישטא
עס האט נישט לאנג גענומען מברר צו זיין מה טיבה און טימבס האט באשלאסן אז איידער ער נעמט אונטער מיטלען להציל עשוק מעושקו דארף ער קודם זיך באזארגן מיט ארבעט זיך צו קענען שפייזן
עס איז נישט געווען גרינג צו געפונען ארבעט זייענדיג מוכתר ביחוס עצמו און ארבעטסגעבער שטייען ווייט פון פארשוינען וועלכע ווערן געטראפן שולדיג
עווענטועל האט ער געטראפן אן אנבאט פון איינעם וועלכער איז איינגעגאנגען אים אויפצונעמען טראץ זיי קרימינאלע רעקארד
איין באדינג איז געשטעלט געווארן, באזירט אויף די סארט ארבעט אין וועלכע יענער האט זיך גענויטיגט האט זיך געפאדערט אן אויטאמאביל.. וכאן הבן שואל ווי באקומט מען צוריק די לענד ראווער?
מען האט אריינגעברענגט אין בילד די אינסטיטוט פאר יוסטיץ וועלכע האט זיך געוואנדן צום געריכט און פרעזענטירט טימבס אין אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט מיטן ארגומענט אז פארכאפן די קאר האט פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע באשוצט שולדיגע פון איבערגעטריבענע שטראפן
דער ריכטער האט געפונען די ארגומענט פאר ריכטיג נעמענדיג אין באטראכט אז די ווערט פונעם אויטא איז עטליכע מאל מער וויפיל די מאקסימום ערלויבטע געלט שטראף איז ערלויב אין אזא פאל
די סטעיט איז געלאפן צום אפעלאט געריכט אבער באגעגנט א פרישע נידערלאגע ווען די סטעיט אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט
די סטעיט האט דאך די וועלטס געלט און צייט האבן זיי באשלאסן זיך צו ווענדן צום סטעיט סופרים קאורט און דאס מאל האבן זיי באוויזן צו איבערצייגן די געריכט אנצונעמען די סטעיטס שטעלונג און די געריכט האט צוריקגעדרייט די פריערדיגע אורטייל
די ארגומענט פון די סטעיט וועלכע די ריכטער האבן אנגענומען איז געווען אז די אכטע אמענדמענט איז בינדנד אויסשליסליך צו די פעדעראלע יוסטיץ סיטעם אבער טוט אויף קיין פאל נישט אריינרעדן ווי אזוי סטעיט און לאקאלע רעגירונגען זאלן באשטראפן שולדיגע
טימבס האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט די פעטיציע און די פראגע פארן געריכט איז געווען ווי פאלגענד:
די ביל אף רייטס איז געשריבן געווארן פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר סטעיט רעגירונגען אבער נאך די ציווילע קריג האט קאנגרעס מאדיפיצירט די 14'טע אמענדמענט מיט א סעיף וועלכע איז שפעטער געווארן אויסגעטייטשט דורכן סופרים קאורט אז זי פארלאנגט די סטעיטס אדער סיי וועלכע קערפערשאפט צו רעספעקטירן און זיך פירן אין איינקלאנג מיטן צושטעלן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פאר סיי וועם
אין פאקט אבער האט די געריכט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף ספעציפישע טיילן פון די קאנסטיטוציע אויב זי איז מחייב די סטעיטס אויסער אין א פאל מיט די צווייטע אמענדמענט
די חלל אין קלארקייט האט געהאנגן ווי א וואלקן אין די לעגאלע וועלט נישט וויסנדג אויב די אפיציעלע געריכט דאקטרינע טייטשט אפ אלע חלקים אין די קאנסטיטוציע בינדנד פאר סטעיט רעגירונגען
אין 2017 למספרם האט שוין איינער גראדע צוגעשיקט א פעטיציע וועלכע בעהט די געריכט אריינצוקוקן אויב די אכטע אמענדמענט איז מחייב די סטעיטס אבער צוליב טעכנישע פעלערן אין יענעמס קעיס האט עס די געריכט דאן געמוזט צוריקווייזן
אבער ריכטער טאמאס וועלכע האט געשריבן די ארדער נישט צו אקצעפטירן יענע קעיס האט קלאר ארויסגעברענגט אז עס זענען פארהאן ערנסטע גרונדן פארן געריכט עווענטועל אריינצוקוקן און באשליסן אויף די פראגע
עד כאן פון אונזער ערשטע באריכט איבער די קעיס
א שפעטערע באריכט האט געשילדערט ווי אזוי אלע 9 ריכטער האבן איינגעשטימט מיט טימבס און געזאגט אז די פארבאט אויף איבערגעטריבענע שטראפן איז מחייב אויך די סטעיט
נו, פרובירט אייך פארצושטעלן וויפיל מיילעדזש דער טימבס האט שוין אריינגעצויגן מיטן לענדראווער זינט דאן?
ניין, שלעכט צוגעטראפן, די ענטפער איז זילטש! די אויטאריטעטן האבן באשלאסן נישט אומצוקערן דעם אויטא פארן אייגנטומער טראץ די סופרים קאורט אורטייל
אין א פרישע 4-1 אורטייל האט די סטעיט סופרים קאורט אין אינדיאנא געשריבן אז טראץ וואס די סופרים קאורט האט טאקע קלארגעשטעלט אז סטעיט קענען נישט צוטיילן איבערגעטריבענע שטראפן דארף מען אבער נאך פעסטשטעלן אויב די פארכאפונג פונעם לענדראווער הייסט טאקע איבערגעטריבן..
דאס קומט נאך וואס די סטעיט אטוירני דזשענעראל האט געמאכט דעם ארגומענט אז זינט די פארכאפונג פונעם לענדראוווער איז פארגעקומען אין די צייט וואס זי איז גענוצט געווארן דורכצופירן א פארברעך דעריבער זאל די ווערט פון די אויטא נישט זיין קיין פאקטאר ווען מען שאצט אפ די הארבקייט פון די שטראף
די געריכט האט נאכגעגעבן אז א קאונטי ריכטער זאל אריינקוקן אין די פראגע אויב די שטראף איז יא אדער נישט איבערגעטריבן אבער הויפט ריכטערין לארעטא ראש האט אבער יא קלארגעשטעלט אז דער קאונטי ריכטער זאל אין באטראכט נעמען די ארומיגע אומשטענדן ווייל עס איז אבסורד צו זאגן אז מען זאל גארנישט קוקן אויף די עקאנאמישע לאגע פונעם באשטראפטן און אויף די ווערט פון די שטראף
זי האט געשריבן אז צו זאגן אז אוועקנעמען די זעלבע ווערט אייגנטום פון איינער וועלכע פארמאגט גארנישט מער פון דעם איז די זעלבע ווי עס אוועקנעמען פון א ביליאנער איז פיקציע און דער ריכטער זאל עס אפשאצן לויט דעם
טימבס האט געזאגט אז ער וועט ווייטער קעמפן פאר זיינע רעכטן און ארויסגעברענגט אז עס איז מאדנע ווי די סטעיט וויל אים באשטראפן און אים אויסלערנען אוועקצושטיין פון פארברעכן אבער זיי טוען עס דורך רויבן זיין אויטא וועלכע ער דארף האבן זיך צו טרעפן מיטן פאראל אפיציר אדער צו גיין צו דראג ערהוילונג קורסן אדער צו פארן צו די ארבעט און זיך איינגלידערן אין די געזעלשאפט
די אינדיאנא אטוירני דזשענאראל אפיס האט רעאגירט צו די פרישע אורטייל זאגנדיג אז זיי שטודירן עס נאך און באטראכטן זייער קומענדיגע שריט
די איינציגסטע ריכטער זיך אפצוברעכן פון די אורטייל איז געווען ריכטער דזשעפרי סלאוטער און ווערט נאכנישט קיין אנהענגער פון אים ווייל ער האט זיך נישט אפגעבראכן פון די מאיאריטעט צוליב סימפאטיע פאר טימבס נאר פארקערט
ער איז נישט צופרידן אז מען שיקט עס צוריק פאר אן אפשאצונג צו א קאונטי ריכטער
ער האט געוואלט אז די סטעיט סופרים קאורט זאל גראד באהאנדלען די פראגע אויב עס ווערט גערעכנט אלץ אן איבערגעטריבענע שטראף און ער פערזענליך האט געהאלטן אז צוליב וואס מען האט עס פארכאפט זייענדיג פארמישט אין א פארברעך איז עס נישט איבערגעטריבן אמווייניגסטנס אויף ווילאנג די סופרים קאורט שרייבט נישט אז עס הייסט יא איבערגעטריבן
עד כאן פון אונזער לעצטע באריכט און אצינד צון היינטיגן אפדעיט
די קאונטי געריכט האט אין אפריל אקצעפטירט די ארגומענט פון טימבס און געאורטיילט אז די שטראף איז איבערגעטריבן און אז די לענד ראווער געהערט פאר טימבס
האסטו געקלערט אז מיט דעם איז מען פארטיג? א נעכטיגן טאג!
דער אטוירני דזשענעראל האט באשלאסן צו אפעלירן דעם אורטייל צום סופרים קאורט, אבער..
דא קומט די גרויסע אבער
לעצטע וואך דינסטאג ווען מר. טימבס איז אנגעקומען צו זיין היים האט ער געפונען אין זיין דרייוועי פארקירט זיין אויסגעבעטענע לענד ראווער!
די סטעיט האט עס אויף דערווייל אומגעקערט פארן אייגנטומער טראץ וואס זי ארבעט ווייטער צו אפעלירן די אורטייל
*עפילאג*
פארלאפענע דאנערשטאג האט די אינדיאנא סופרים קאורט באשטעטיגט די אורטייל פון די נידריגע געריכט און דערמיט פארזיכערט אז טימבס קען פארבלייבן מיט זיין לענדראווער
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך הויפט ריכטערין לארעטא ראש און געשטיצט געווארן דורך ריכטער דעיוויד און גאף
ריכטער דזשעפרי סלאוטער וועלכע איז ביי די פריערדיגע פאל ווי געשריבן געווען דער איינציגסטער זיך אפצוברעכן און שרייבן אז די העכסטע געריכט זאל זאפארט אויפקומען מיט א מער באגרעניצטע אפטייטש אויף "איבערגעטריבענע שטראף" און אנשטאט עס צוריקשיקן דערנאך צו די נידריגע געריכט זאלן זיי זעלבסט גראד אורטיילן אז די לענדראווער פארכאפונג איז לויט דעם נישט איבערגעטריבן האט דא געשריבן אן אייגענע אורטייל איינשטימענדיג מיט די מאיאריטעט
ער ברענגט ארויס אז טראץ זיין שטעלונג אז די געריכט זאל אדאפטירן די זעלבע אפטייטש ווי דאס וואס די אכטע אמענדמענט טייטשט אפ "איבערגעטריבענע שטראף" און דאס איז אינסטרומענטאליטעט האט די מאיאריטעט אנדערש באשלאסן און געשריבן אז אין צוגאב צו דעם זאל מען אויך קוקן אויף פראפארציאנאליטעט און דעריבער מוז ער זיך רעכענען דערמיט איינמאל די אורטייל איז געווארן די סטעיט געזעץ
אינסטרומענטאליטעט פארלאנגט פון געריכטן אפצושאצן אויב די קאנפיסקירטע אייגנטום איז געווען שטארק פארבונדן צו די דורכגעפירטע פארברעך און אויב זאל מען קוקן בלויז אויף דעם איז קלאר אז טימבס האט זיך באנוצט מיט די אויטא דורכצופירן זיין פארברעך
האט דאך אבער די מאיאריטעט צוגעלייגט די פראפארציאנאליטעט טעסט אז מען מוז אויך קוקן אויב די שטראף איז אין פראפארציע צו די דורכגעפירטע פארברעך און איינמאל מען מוז קוקן דערויף איז ריכטער סלאוטער צוגעקומען צו די זעלבע אויספיר ווי כמעט אלע זיינע קאלעגן אז די קאנפיסקאציע פון די אויטא איז איבערגעטריבן
פאר בלויז כמעט אלע?
ווייל איין אויסנאם איז געווען ווען ריכטער מאסא האט זיך דאסמאל אפגעבראכן פון די מאיאריטעט און געאורטיילט אין די אפאזיציע שרייבנדיג אז כאטש וואס די שטראף איז אביסל שטרענג פראפארציאנאל איז עס פארט נישט "גענוג" שטארק עקסטרעם ארויס פון פארפארציע צו פארבאטן די סטעיט פון אויספירן אזא שטראף