א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שקויעך אלע!

צוגעלייגט דזשענעראל עלעקשאן מעטשאפ ציפערן פון מעין און אריזאנא
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

שכויעך הבל ביסט מיר אמתדיג מחי'ה מיט דיין קאקאש
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

כ'ווער געוואויר חידושים נפלאים אין יעדע איינציגסטע הכל הבל געריכט קעיס באריכטן!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הו הא! שקויעך שקויעך!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאראינטערסירט האט געשריבן:כ'ווער געוואויר חידושים נפלאים אין יעדע איינציגסטע הכל הבל געריכט קעיס באריכטן!!!


פון עימיצער וועלכע איז אזוי וויסנשאפטליך און אינפארמירט איז אזא תגובה ווערט פי כמה!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג ויקרא



די גרעסטע "אויסלענדישע פריימערי" איז אצינד פארגעקומען ווען וויילער אמעריקאנע בירגער אין ארום 180 לענדער איבער די וועלט האבן אפגעגעבן זייער שטימע און בערני סאנדערס האט געוואונען באקומענדיג 9 דעלעגאטן אקעגן 4 פאר דזשאו ביידען
*
אין פעברואר למספרם האט די רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע אויפגעטריבן מיט צוויי מיליאן דאלער ווייניגער ווי די דעמאקראטישע קאמיטע און געהאט אין די באנק 27 מיליאן דאלער ווייניגער ווי די דעמאקראטישע קאמיטע
*
אין קאליפארניע'ס ספעשל קאנגרעסיאנאלע עלעקשאן אין די 25'סטע דיסטריקט צייגט אן אינערליכע רעפובליקאנע אנקעטע אז דער רעפובליקאנע גארסיא אנגעצויגן 43% אקעגן 39% פארן דעמאקראט און 10% זענען אומבאשלאסן
*
אין אייאווע'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט צייגט אן אינערליכע רעפובליקאנע אנקעטע אז די אמטירנדע ערשט טערמיניגע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי אבי פינקענאוער באזיגט דעם רעפובליקאנע סטעיט רעפרעזענטאט עשלי הינסאן מיט בלויז 1%, 45% צו 44%
לויט די אנקעטע באזיגט פרעזידענט טראמפ דזשאו ביידען אין די דיסטריקט 49% צו 43%
*
די ליבעראלע דעמאקראטישע קאנגרעס קאנדידאט פרוי ניימאן האט סוקסעפול באוויזן ארויסצושטויסן דעם לאנגיעריגן קאנסערוואטיוון דעמאקראטישן קאנגרעסמאן דאן ליפינסקי מיט ארום 2%
*
אין אילינאי'ס 14'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט דער מאגנאט (פון די מילך אינדוסטריע) סטעיט סענאטאר דזשים אבערווייס געוואונען די רעפובליקאנע פריימערי צו קענען לויפן אקעגן ערשט טערמיניגע דעמאקראט לאורען אנדערוואוד אין א דיסטריקט אין וועלכע פרעזידענט טראמפ האט געוואונען
*
נאכפאלגנדיג די מעלדונג פון מאנטאנא גאווערנאר סטיוו בולאק (ד) אז ער שפרונגט אריין אינעם סענאט פארמעסט אקעגן סטיוו דעינס (ר) האט ער אין די ערשטע 24 שטונדן פון זיין מעלדונג אויפגעטריבן 1.2 מיליאן דאלער וועלכע איז מער פון די איין מיליאן דאלער אויפגעטריבן אין די זעלבע צייט נאכן מעלדן זיין פרעזידענט קאנדידאטור
*
מאנטאנא רעפובליקאנער סענאטאר סטיוו דעינס שלאגט פאר א ביל אז די פעדעראלע רעגירונג זאל באצאלן פאר פריע דראג פראדוצירונג צו פארזיכערן אז מעדיצינען וועלכע ווערן באשטעטיגט אלץ אפעקטיוו און פארזיכערט צו באקעמפן די ווירוס זאל זאפארט זיין גרייט צום באנוץ
*
נאכפאלגנדיג די אויפדעקונג אז דער רעפובליקאנער צפון קאראליינע סענאטאר ריטאשארד בור האט פארקויפט סטאקס צוליב די אנקומענדע עפידעמיע האט ער אצינד געבעטן פון די סענאט עטיקס קאמיטע אריינצוקוקן דערין
*
א פארלאנג ארויסצולאזן מייקל אוואנאטי פון טורמע צוליב זארג אז ער קען ווערן אנגעשטעקט מיטן ווירוס איז געווארן אפגעווארפן דורך א ריכטער
*
סופרים קאורט ריכטערין גינזבורג איז אין מיט ארום א וואך צוריק געווארן 87 יאר אלט און דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס די סופרים קאורט האט געמאלדן אז אלע ריכטער שפורן זיך אין א פארהעלטנמעסיג גוטן געזונט צושטאנד אבער אויס פארזיכטיגקייט פון די ווירוס וועט די געריכט זיין פארשלאסן פאר באזוכער ביז צו א קומענדיגע מעלדונג
א רייע מונדליכע ארגומענטן ווערן אפגעשיבט צו א שפעטערע דאטום אבער לעצטע וואך האבן די ריכטער אנגעהאלטן דורכצופירן אפיציעלע ביזנעס ווען זיי זענען זיך צוזאמגעקומען צום וועכנטליכע קאנפרענץ און טייל ריכטער האבן עס מיטגעהאלטן דורך א טעלעקאנפרענץ
די ריכטער האבן אויסגעמיטן פון זיך רייכן די הענט ווי עס איז טראדיציאנאל איינגעפירט
*
היינט מאנטאג אינדערפרי האט די געריכט ארויסגעבן ארדערס און ערווארטעט צו מעלדן אורטיילן אבער אנדערש ווי געווענליך וועלן די ריכטער נישט זיין אנוועזנד אין געריכט זאל און אויפליינען די אורטיילן נאר עס וועט איינפאך געמאלדן ווערן דורכן געריכט
אין די ארדערס האבן די ריכטער נישט אקצעפטירט קיין שום נייע קעיסעס אנגעבנדיג אז די געריכט סקעדזשועל איז שוין אזוי אויך גענוג איבערגעשטרענגט און זיי זענען געצוואונגען צו רוקן מונדליכע ארגומענטן פון ארום 20 קעיסעס געסקעדזשועלט אויסצוהערן אום מערץ און אין אפריל למספרם צום קומענדיגן טערמין
עס איז די ערשטע מאל וואס אורטיילן ווערן געמאלדן מיט א ליידיגע ריכטער באנק זינט די היסטארישע בוש אקעגן גאור אורטייל
*
נאך וואס א פעדעראלע סירקוט קאורט האט בלאקירט די אדמינסטראציע פון אינפארסירן זייער פאליסי אויפצוהאלטן אזיל רעכט אפליקאנטן אויף די מעקסיקאנע זייט פון די גרעניץ אין די צייט וואס זייערע אפליקאציעס ווערן איבערגעקוקט האט די אדמינסטראציע זיך געוואנדן צום סופרים קאורט און געבעטן אז מען זאל ערלויבן די פאליסי אריינצוגיין אין קראפט דורכאויס די צייט וואס די קעיס ווערט אויסגעהערט
איצט האט די געריכט איינגעשטימט אין די געשאצטע 60 טויזנט אימגראנטן וועלן פארבלייבן אויף דערווייל אין מעקסיקא
בלויז ריכטערין סאטאמאיאר האט אפיציעל רעקארדירט איר קעגנערשאפט צום באשלוס
*
די סופרים קאורט גרייט זיך צו באטראכטן א קעיס וועלכע פרובירט צו באפרייען עלעקטארס צו קענען שטימען פאר וועם זיי ווילן ווי איידער זיין אראפגעבונדן צו די איצטיגע עלעקטארעל קאלעדזש סיסטעם אונטער וועלכע די עלעקטארס ווערן איינגעטיילט און אנגעוויזן צו שטימען באזירט אויף די אויסגאנג אין די סטעיט און די פראצענט פון די שטימען אין די באטרעפנדע סטעיט
קאלעגעס זענען געקומען פון קאלאראדא און פון וואשינגטאן סטעיט און די געריכט האט עס צוזאמגעשמאלצן אויסצוהערן ביידע אויפאיינמאל אלץ גרויסע קעיס אבער ריכטערין סאטאמאיאר האט אצינד געמאלדן אסז צוליב איר פערזענליכע פריינטשאפט מיט איינע פון די קלעגער אין די קאלאראדא קעיס טוט זי זיך רעקיוזן פון יענע קעיס (אבער פארבלייבט אויפן וואשינגטאן סטעיט קעיס) און אין ליכט פון דעם האט די געריכט געמאלדן אז זיי באטראכטן צוריק אפצוטיילן די צוויי קעיסעס און זיי גיבן באזונדערע מונדליכע ארגומענטן צייט
*
אין יוני 2018 למספרם האט די אמעריקאנע סופרים קאורט אין אן היסטארישן אורטייל געווארפן איבערן דראנג אן איין און פערציג יעריגע פרעצעדענט און געשריבן אז רעגירונג ארבעטער וועלכע זענען אומאיינשטימיג מיט די יוניאן קערפערשאפטן וועלכע טוען זיי פארטרעטן מוזן נישט צאלן די יערליכע דיוס פאר די יוניאן
א גרופע סטעיט ארבעטער אין מערילענד האבן זיך דערנאך געוואנדן צו א פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין באלטימאר אין א קלאגע אקעגן די זייער יוניאן פארן זיי רעכענען געלט די אלע יארן ביז די סופרים קאורט האט געאורטיילט אז עס איז אומקאנסטיטוציאנאל און גייט אקעגן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן
די גרופע פארשטייט אז עס איז דא א גרעניץ אויף ווילאנג צוריק זיי קענען פרובירן צו רעכענען די יוניאן ווייל עס זענען דא סטעטשו אף לימיטעישאנס אבער אויף די צייט אפשניט פון סעפטעמבער 2016 למספרם ביז יוני 2018 למספרם ווען די יוניאן האט זיי געמוזט אויפהערן רעכענען ווילן זיי צוריק דאס געלט
קלארצושטעלן, האנדלט זיך עס פון אזעלכע וועלכע זענען געווען אומאיינשטימיג מיט די ווירדן/פאליסיס פון די יוניאן און זענען אין פאקט נישט געווען קיין אנגעשלאסענע מעמבערס אבער זענען נאכאלץ געווארן געצוואונגען צו צאלן די אלע יארן
די אדוואקאטן וועלכע פארטרעטן זיי זאגן אז די ביילייפיגע אפצאהל פון אן ארבעטער איז געווען 400 דאלער א יאר וועלכע זיי האבן געמוזט צאלן כדי נישט צו פארלירן זייערע פאזיציעס
די גרופע אין מערילענד איז געווען איינע פון מערערע לענגאויס אמעריקא צו פארלאנגען אזעלכע דיוס ריפאנדן און די קעיסעס האבן געמאכט זייער וועג דורכ'ן געריכט ווען איינע פון זיי זענען אנגעקומען צום זיבעטן סירקוט קאורט אף אפיעלס
יענע קעיס איז געווארן אריינגעטראגן דורך מארק דזשענאס וועלכע איז געווען א טשיילד סופארט ספעציאליסט אין די אילינאי העלטקעיר און סערוויסעס דעפארטמענט און איז אויטאמאטיש ארונטערגעפאלן צו ווערן איינגעשלאסן אין די AFSCME יוניאן אבער האט זיך אויסגעשלאסן און זיך קעגנגעשטעלט אקעגן די 44.58 סומע וועלכע איז אראפגעשניטן געווארן פון זיין מאנאטליכע געהאלט אריין צו די יוניאן קאסע
דער דזשענאס איז געווען דער וועלכע האט געברענגט די ארגינעלע קעיס אין סופרים קאורט צוריק אין 2018 למספרם און האט דאן אפגעצייכנט א זיג ווען די געריכט האט ווי פריער דערמאנט באצייכנט דאס דיוס איינקאסירונג אלץ אומקאנסטיטוציאנאל
אצינד האט דזשענאס ווי פולע אנדערע פרובירט זיין מזל צוריקצובעטן א ריפאנד
א דריי ריכטער פאנעל האט אויסגעהערט די קעיס און געאורטיילט אז די גאנצע צייט וואס די יוניאן האט איינקאסירט די מעמבערשיפט אפצאהל זענען זיי נאך געווען בארעכטיגט דערצו און איצט האבן די קלעגער שוין באקומען דאס זייעריגע ווערנדיג באפרייט פון ווייטער איינצאלן און קיינע ריפאנדס דארפן נישט געגעבן ווערן
אינעם זעלבן טאג האבן זיי געמאלדן אז א צווייטע קעיס איז ארויסגעווארפן זינט די מעריטס זענען גענוי די זעלבע ווי די ערשטע קעיס איבער וועלכע זיי האבן שוין געגעבן זייער מיינונג
די דריי ריכטער אויפן קעיס זענען געווען ריכטער ראבערט דזשעטלמאן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן, ריכטער דניא-ל מעניען נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען און ריכטערין עילענע ראוונער נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען צום דיסטריקט געריכט און שפעטער דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער צום קרייז געריכט
אצינד איז דזשענאס צוריק ביים סופרים קאורט מיט א פארלאנג פון די געריכט אויסצוהערן זיין אפעלאט אויף די אורטייל פון די זיבעטע סירקוט קאורט
*

אין 2016 למספרם האט די סופרים קאורט ארויסגעשליידערט טיילן פון א טעקסאס געזעץ נאך וואס די סטעיט האט דורכגעפירט א ברייטע געזעץ מיט א רייע צוימונגען אויף חוקי רציחה

די געריכט האט אבער געאורטיילט אז טייל פון די געזעץ איז נישט אויסגעהאלטן, נעמליך די פארלאנג פון די סטעיט אז די רוצחים וועעלכע שטעלן צו די רציחה סערוויסעס אין צענטערן וועלכע זענען בלויזע קליניקס און נישט קיין אפיציעלע שפיטעלער מוזן זיין קוואליפיצירט דורך א שפיטאל אינערהאלב דרייסיג מייל פונעם קליניק צו קענען אריינקומען אין שפיטאל מיטן פאציענט וועלכע פארלאנגט די רציחה עס פעלט זיך אויס פאר יענעם'ס זיכערהייט און צושטאנד

אין רעזולטאט זענען די צענטערן וועלכע קוואליפיצירן דערפאר דראסטיש געפאלן און געבליבן קאנצעטרירט בעיקר אין די גרויסע סיטיס פירנדיג צו דעם אז אין די ווייטערע רורעל געגנטער איז רציחה גאר שטארק געפאלן

די מאיאריטעט אורטייל איז באשטאנען פון אלע ליבעראלן אין צוגאב פון ריכטער קענעדי און איז געשריבן געווארן דורך ריכטער ברייער וועלכע האט צווישן אנדערן אנגעוויזן אז די סטעיט האט אנערקענט אז זיי האבן נישט קיין באווייזן אז די געניסער פון די סערוויסעס ווערן שוואכער באהאנדלט אין די לאקאלע צענטערן ווי אין געהעריגע שפיטעלער

מיטן טויט פון ריכטער סקאליא האבן זיך די קאנסערוואטיוון דערזעהן מיט בלויז 3 ריכטער, ראבערטס אליטא און טאמאס וועלכע האט געשריבן די קעגן אורטייל שרייבנדיג צווישן אנדערן אז די געריכט קען נישט איבערווייזן אז די געזעץ איז דירעקט פארבונדן מיט די טראסק אין רציחה זינט די סטעיט האט אויך גענומען אנדערע שריט איינצוצוימען רציחה ווי שניידן פאנדינג פאר ארגאנאזאציעס וועלכע שטעלן צו די סערוויס און מעגליך אז די אנדערע פאקטארן זענען צו פארדאנקן די טראסק

אצינד ווען ריכטער סקאליא איז געווארן ערזעצט מיט גארסוטש און קעווענאו האט זיך באקוועם געמאכט באקוועם אויף קענעדיס שטוהל פארמאגן די קאנסערוואטיוון אן ערנסטע שאנס צו טראגן די געריכט אינעם פארקערטן דירעקציע

זינט דאן האט איז אן ענליכע געזעץ דורכגעפירט אין ליוזיאנא אין 2014 למספרם אויך אנגעקומען צום סופרים קאורט

די קלאגע אקעגן די ליוזיאנא קעיס איז געהערט געווארן דורך אן אפעלאט געריכט וועלכע האט עס עס ארויסגעווארפן זאגנדיג אז די געזעץ לייגט נישט מאטכט נישט צופיל שווער פאר מענטשן וועלכע זוכן די סערוויסעס

די קלעגער וועלכע באשטייט פון א גרופע רוצחים און איין קליניק וועלכע איז געווארן באטראפן דורך די געזעץ האבן באקומען א סטעיט פאריגן אפריל למספרם ווען ראבערטס האט זיך אנגעשלאסן מיט די פיר ליבערלאן אויף צו לייגן די געזעץ אויף האלד אויף ביז זיי אורטיילן

די ראבערטס שטימע האט דאן געמאכט העדליינס און געברענגט פילע צו גלויבן אז אויף די ענדגילטיגע פסק וועט ראבערטס אויך גיין לינק אנדערש ווי זיין שטימע אויף רעכטס אין די טעקסאס קעיס

אבער עס קען זייער מעגליך זיין אז ער וועט שטימען רעכטס און זיין בלאקאדע איז בלויז געווען צו שיקן א מעסעדזש צו די נידריגע געריכטן זיך צו רעכנען מיטן סופרים קאורט פרעצעדענט אפילו ווען זיי גלייכן נישט די פרעצעדענט

עס איז ווי א מעסעדזש פון ראבערטס: די גלויבסט אז די טעקסאס און ליוזיאנא געזעצן זענען גוט? איך גלויב אויך אזוי און איך האב אזוי געשטימט ביי די טעקסאס קעיס "אבער" למעשה האט דאן די סופרים קאורט געאורטיילט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן

דעריבער איצט ביי די ליוזיאנא קעיס קענסטו זיך נישט אויספייפן אויף סופרים קאורט פרעצעדענט און גיין רעכטס בלויז ווייל דו ווייסט פונעם סוד אז אינעם צוקונפט קען די סופרים קאורט זיין רעכטס אויף די אישו

די אורטייל לויטן איצטיגן פרעצעדענט אז די געזעצן טויגן נישט און ווען עס וועט ווערן אפעלירט וועלן מיט שוין דא אינעם געריכט באשליסן אויב מיר ווילן טאקע טוישן פרעצעדענט

אצינד זענען פארגעקומען די מונדליכע ארגומענטן וועלכע האבן זיך אנגעהויבן מיט אן אויפטריט דורכן אדוואקאט זשוליע ריקלמאן וועלכע האט מער ווייניגער ארויסגעברענגט איינמאל און נאכאמאל אז די ליוזיאנא געזעץ מיינט נישט די זיכערהייט פון די סערוויסעס געניסער נאר איז קאפירט פון די טעקסאס מאדעל וועלכע די געריכט האט שוין ארפאגעשטימט אין 2016 למספרם און מען מוז צייגן רעספעקט פאר געריכט פרעצעדענט

ריכטער אליטא איז האט גלייך פארפלייצט דעם צימער מיט א שטראם פון פראגן אנהויבנדיג מיט צימבלענדיג די סטענדינג פון די דאקטוירים און פונעם קליניק זאגנדיג אז אויב אויב עס זענען פארהאן אינדיווידולען וועלכע גלויבן אז זייערע רעכטן צו געניסן פון די סערוויסעס וועלן פארלעצט דארפן זיי קאגן די סטעיט און ראובן קען נישט קלאגן די סטעיט פארן פארלעצן די רעכטן פון שמעון

ווען רינקלמאן האט געענטפערט אז ווען די פאך און פראקטיצירונג פון עימיצן ווערט באטראפן און אומגעזעצליך רעגולירט איז יענער א באטראפענער און קען קלאגן אין געריכט א שטייגער ווי די דאקטוירים אין די איצטיגע קעיס

אליטא איז געווען געפפלעפט און נישט אפגעקויפט אזא סארט ארגומענט זאגנדיג בלויז "אז דאס איז אמעזינג"

רינקלמאן האט פרובירט צו טענה'ן אז די סטעיט האט איגנארירט און ווי אויפגעגעבן זייער רעכט צו טענה'ן אז די קלעגער פארמאגן נישט קיין סטענדינג און דא איז ריכטערין גינזבורג איר געקומען צו הילף מיטן אנצייגן אז ביז די קרייץ פארהער האט די סטעיט קיינמאל נישט אויפגעברענגט די סטענדינג טענה און אז די סטעיט וואלט זיך ווען געשטעלט דערויף אין די ערשטע מינוט וואלט די קלעגער מעגליך אנגעשלאסן א פאציענט אדער צוויי אין די לאגע צו פאריזכערן אז סטענדיג ווערט נישט קיין קאנפליקט

שפעטער ווען דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל דזשעפרי וואל האט געמאכט זיי אויפטריט האט ריכטער ברייער אויסגעקוקט אויך צו גלויבן אז סטענדינג איז נישט קיין פראבלעם זאגנדיג פאר וואל אז ער האט געפונען אכט באזונדערע פעלער אין וועלכע די סופרים קאורט האט אויסגעהערט רציחה קעיסעס נישט פון פאציענטן נאר פון דאקטוירים טא פארוואס זאל מען פונקט איצט אפנויגן פון וואס שיינט ווי א דע פאקטא פרעצעדענט?!

וואלהאט געענטפערט אז עס איז קיינמאל נישט געוואןר קיין אפיציעלע פרעצעדענט ווייל מען האט נישט באהאנלדט די פראגע אויף אזא סארט סטענדינג ביז היינט און אז דאקטוירים האבן דא פפינאנציעלע אינטערסען און קוואלאפיצירן נישט צו קלאגן אויפן חשבון פון די סערוויס געניסער וועלכע ווערן בלויז באשוצט דורכן נייעם געזעץ לויט די טענה פון די סטעיט און דעריבער קענען נישט קומען דאקטוירים מיט געלט אינטערעסן און פארלאנגען צו שניידן זיכערהייט מאסנאמען פון פאציענטן וועלכע זענען ניטאמאל טייל פון די קלאגע

עס איז שווער צו וויסן אויב עס זענען דא פינף ריכטער וועלכע גלויבן אז די קעיס קען לייכט ווערן ארויסגעווארפן טאקע אויף די סטענדינג טענה ווייל גארסוטש,ראבערטס און קעווענאו האבן נישט אריינגעפרעגט גארנישט איבער די סטענדינג אישו

טאמאס האט אויך נישט געפרעגט גארנישט ווי זיין שטילשווייגעניש שטייגער אבער ער האט יא געשריבן אין די טעקסאס קעיס אז ער האלט אז דאקטוירים מאנגלען סטענדינג)

שפאנענדיג פאראויס צו די מעריטס פון די קעיס האט ראבערטס צו ערשט אנגעהויבן צו זיך אינטערסירן אויב די קלעגער גלויבט אז די טעקסאס אורטייל איז געווען באגרעניצט צו טעקסאס באזירט אויף די ספעציפישע אומשטענדן אין די סטעיט ווי צום ביישפיל וויפיל קליניקס זי פארמאגט און ווי שטארק אויסגעשפרייט זיי זענען און אויב די געזעץ וועט שווער באטרעפן געגנטער וועלכע זענען נישט געהעריג געדעקט און לויט דעם איז עס אפן פאר די געריכטן צו אורטיילן און באשליסן אויף יעדע סטעיט באזונדער אויב אירע אומשטענדן זענען ענליך צו די פון טעקסאס און אויטאמאטיש בינדנד צו די טעקסאס אורטייל אדער איז די טעקסאס אורטייל געווען א נאציאנאלע פארבאט אויף אלע סטעיטס אפגעזעהן פון די פארשידנארטיגע אומשטענדן דארט

אויב די טעקסאס אורטייל איז בלויז פאר טעקסאס און ענליכע שטאטן וואלט עס געעפנט א וועג פאר ראבערטס צו לאזן יענע פרעצעדענט שטיין און זאגן אז ליוזיאנא איז אנדערש פון טעקסאס

רינקלמאן האט אנערקענט אז אין אלגעמיין קען א געריכט אורטייל אויף א קעיס אין א סטעיט מעגליך זיין עקסקלוסיוו פאר יענע סטעיט "אויב" די אונטערלאגע פון די אורטייל איז טאקע אדרעסירט צו די ספעציפישע אומשטענדן אין די סטעיט און דאן קען מען זאגן הא לן והא להו אבער אין די פאל פון די איצטיגע קעיס איז דיפונדאמענט פונעם געזעץ עפעס וועלכע בענעפיטירט נישט די איינוואוינער נישט פון טעקסאס און נישט פון ליוזיאנא און דעריבער זענען די אומשטענדן נישט אנדערש

דערנאך האט קעווענאו געשטעלט א היכי תמצא פראגע פאר רינקלמאן פרעגנדיג וואס וואלט געווען אויב "אלע" קליניק דאקטוירים וואלטן געווארן באשטעטיגט דורך די ארומיגע שפיטעלער צו קענען באוקמען איינטריט רעכט וואלט אין אזא פאל די געזעץ יא געווען קאנסטיטוציאנאל (טראץ וואס די געזעץ בענעפיטירט קיינעם נישט לויט רינקלמאן און די פאקט אז עס ברענגט נישט קיין בענעפיט פאר זיך איז לויט אים א פראבלעם פאר זיף אפילו אן שאפן פראבלעמען פאר קיינעם) ?

רינקלמאן האט אנערקענט אז אין אזא פאל וואלט די בילד געוויס געווען גאר אנדערש אבער צוגעלייגט אז עס וואלט נאכאלץ געווען א געזעץ וועלכע ברענגט נישט מיט זיך קיין שום בענעפיט

דערנאך האט ראבערטס איבערגעפרעגט זיין ערשטע פראגע פון די ליוזיאנא סאליסיטאר דזשענעראל עליזאבעט מאריל פרעגניד אויב זי שטימט איין אז די טעקסאס אורטיילדעקט אלע סטעיטס אויף וואס מאריל האט געזאגט אז זי שטימט נישט איין ווייל ווען א סטעיט קען איבערצייגן אז מער בענעפיטירנד פאר זיי ווי די סטעיט אויף וועלכע מען האט געאורטיילט זענען זיי נישט בינדנד צו יענע אורטייל

א גרויס טייל פון די נאכפאלגענדע ארגומענטן האבן זיך קאנצעטרירט איבער אויב די געזעץ איז ווירקליך א בענעפיט און אויב די קליניק דאקטוירים האבן אפילו געהעריג פרובירט צו קוואלאפיצירן דורכן ארבעטן מיט די לאקאלע שפיטעלער צו באקומען איינטריט רעכט בעפאר זיי זענען געקומען קלאגן אין געריכט

ריכטערין גינזבורג האט גע'טענה'ט אז די סטעיט פארלאנג איז ניטאמאל ראציאנאל ווייל אין מיינסטנס פעלער דארף מען ניטאמאל אנקומען צו די באנוץ פון א שפיטאל און אפילו ווען יא וועלן געווענליך מענטשן אויסוועלן שפיטעלער נאנט צו זייער וואוין ארט ווי איידער נאנט צו די רציחה קליניק און דעריבער איז א פארלאנג אז דוכצופירן רציחה מוז מען קענען באקומען איינטריט אין שפיטעלער קרוב אל החלל עפעס וועלכע איז בלויז א לאסט אן קיין בענעפיט

וואל האט פרובירט צו אפענטפערן גינזבורג זאגנדיג אז אפילו אויב אין די טעקסאס קעיס איז נישט אויפגעוויזן געווארן קיין פעלער ווען עס איז געווען נויטיג צו צוקומען צו א שפיטאל נאנט צום קליניק האט ליוזיאנא איבערצייגט אז ביי זיי האט זיך יא געמאכט אזלעכע פעלער און דעריבער קען די געזעץ ווערן באצייכנט אלץ בענעפיט פאר ליוזיאנא אפילו אויב די פעלער פאסירן נישט אזוי אפט

ריכטערין קעיגען האט געשטעלט רעלאטיוו ווייניג פראגן און איינע פון זיי איז געווען פון וואל זאגנדיג אז אפילו ווען דאקטוירים זאלן זיך ווען יא איינגעבן פאר רשות כניסה צו לאקאלע שפיטעלער ווי די סטעיט פארלאנגט באדייט עס נישט אז זיי וועלן קענען קואלאפיצירן דורכצופירן רציחה ווייל שפיטעלער קענען אפווארפן אפליקאציעס מיט די מינדסטע אויסרייד אנגעהויבן מיט די טענה אז דער דאקטאר ברענגט נישט גענונג פאציענטן צום באטרעפנדע שפיטאל אדער אינפאך פארן פראקטצירן רציחה און דעריבער קומט אויס אז די סטעיט איז גוזר אויף די דאקטוירים א גזירה שאין רוב הרופאים יכולין לעמוד בה

וואל האט געענטפערט רעטאריש אז די דאקטוירים זאלן " לייגן זייערע אפליקאציעס נעבן זייער מויל" דהיינו, אז אנשטאט קעמפן אז די געזעץ זאל ניטאמאל קענען אריינגיין אין קראפט זאלן זיי ערלויבן די געזעץ פאראויסצוגיין און ווייזן אז זיי פרובירן זיך איינצושרייבן מיט די שפיטעלער און דאן אויב זיי ווערן צוריקגעוויזן זאלן זיי פרובירן צו קלאגן די סטעיט און דאן וועט די געריכט קענען עכט אריינקוקן זעהן צו זיי קענען טאקע נישט ווערן אנגענומען

סאליסיטאר דזשענעראל מאריל איז גאר געגאנגען ווייטער זאגנדיג פאר די ריכטער אז עס איז דא באוויייזן אז דאקטוירים אין די קלאגע וועלכע האבן יא פרובירט אריינצושיקן אפליקאציעס האבן בייזוויליג סאבאטאזשירט זייער אייגענע אפליקאציעס (אין א פארזוך צו מאכן זייער קעיס אז די אפליקאציעס ווערן אפגעזאגט)

דאן איז געווען אינטערסאנט ווי אליטא האט זיך אביסל אנגענומען פאר די דאקטוירים קלעגער זאגנדיג מען קען פארשטיין אז דאקטיורים וועלכע קלאגן זאלן נישט פרובירן צו אויספולן אפליקאציעס איידער די קעיס ווערט אנטשידן ווייל באשטעטיגטע אפליקאציעס וואלט שלעכט געווירקט אויף זייער קעיס

ער האט אויך פארציילט אז אין די פאל וואס איינע פון די דאקטוירים האט זיך ארויסגעדרייט פון ווערן באשטעטיגט האט זיך עס געהאנדלט פון עימיצער וועלכע האט שוין גראדע געהאט א באשטעטיגונג בעפאר פון א שפיטאל אין שרעוופארט ליוזיאנא נאר האט זיך צוריקגעהאלטן פון בעטן פאר א ווידערבאשטעטיגונג צוליב וואס יענע שפיטאל איז א קאטולישע און ער האט זיך געפארכט אז זיי וועלן אים מער נישט ווילן אקצעפטירן זינט ער האט אנגעהויבן פראקטיצירן רציחה הגם אז א צווייטע דאקטאר וועלכע איז אויך פון די קלעגער איז יא געוואןר אקצעפטירט

אבער וואל האט צוריקגע'טענה'ט אז "אלע" דאקטוירים וועלכע זענען טייל פון די קלאגע וואלטן צו ערשט געברויכט אריינשיקן אפליקאציעס און ערהאלטן אנטווארטן און די שפיטעלער בעפאר זיי ווענדן זיך צום געריכט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג מארטש 23, 2020 2:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

א גרויסן דאנק.

עספעציעל פארן געריכט קעיס.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וואס טוט זיך האט געשריבן:א גרויסן דאנק.

עספעציעל פארן געריכט קעיס.

יישר!
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

יישר כחכם, א דאנק אייך!

פאר היינט און אלעמאל.
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

א יישר כוח פאר די שיינע אין קלארע באריכט
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג צו





פרעזידענט טראמפ וועלכע איז געווען אויף א שטונדע לאנגע פאקס אינטערוויו איבער די איצטיגע עפידעמיע האט פארציילט אז ער האט אנגערופן זיין פריינט דער ענגלישע פרעמיער באריס דזשנאסאן מבקר חולה צו זיין און געפרעגט וואס ער מאכט און אז דזשאנסאן האט די ערשטע זאך זיך באקלאגט אז זיין לאנד מוז נייטיג האבן מער ווענטילאטארס
טראמפ האט זיך אנטשולדיגט אז ער מוז שוין ענדיגן די אינטערוויו ווייל ער מוז מאכן אנדערע טעלעפאן רופן אריינגערעכנט צו רוסלאנד'ס פרעזידענט וולאדאמיר פוטין צו רעדן איבער אויל, האנדלן און איבער די ווירוס
טראמפ האט זיך געוויצלט אז עס איז ווי אין די אלטע גוטע טעג (אין ברען פון זיין פרעזידענט קאמפיין ווען ער געווען פארנומען מיט נאכאנאנדע טעלעפאן רופן) אבער אז דאסמאל רעדט מען פון ערנסטע זאכן
*
מענוטשין זאגט אז אויב די פאנד פאר קליינע ביזנעס הלאוואת לויפט אויס פון געלט און די פראגראם שטעלט זיך ארויס צו זיין א סוקסעס וועט ער אן קיין פראגע זיך גראד ווענדן צו קאנגרעס פאר מער געלט זאגנדיג אז מענטשן וועלכע ווערן ארויסגעהאלפן דורך די הלוואות וועלן נישט דארפן קלעימען ארבעטסלאזע אינשורענס
*
די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט געעפנט אן אויספארשונג אריינצוקוקן אין די סטאק האנדלונגען פון א רייע פאליטיקאנטן נאך א רעפעראט וואס זיי האבן ערהאלטן איבער די אנקומענדע ווירוס
*
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ווען סטעיטס צייגן אומרעספעקט צו אים אז עס א צייכן פון אומרעספעקט צו די רעגירונג
*
פאנדרעיזער מייק גאלא האט אויפגעהערט צו ארבעטן פאר רעפובליקאנע קאמפיינס און וועט אנשטאט זיך אפגעבן מיט פארקויפן מעדיצינישע געצייג וועלכע מאנגלט אין די איצטיגע בוזשעווענדע עפידעמיע
גאלא איז געווען פון די סאמע גרעסטע אין די רעפובליקאנע פאנדרעיזינג וועלט און ברענגט וואנדער איבער די ריכטיגע מאטיוון צו פארשליסן זיין פאנדרעיזינג אפארט און איבער זיינע פינאנציעלע מאטיוון צו אריבערגיין שטיין אין שפיץ פון איינע פון די גרעסטע סופלייער פאר פראדוקטן צו באקעמפן די ווירוס
*
אין מעין האט א זעלבסט פינאנצירטע דעמאקראט ראס לאדזשעאנעס געענדיגט זיין סענאט קאמפיין און אינדארסירט שרה גידעאן
*
רעפובליקאנע קאנגרעסמאן סטיווען פאלאזאו פון מיסיסיפי שטייט אויס עטישע פראגן איבער ווי אזוי ער האט אויסגעגעבן 188 טויזנט דאלער פון זיין קאמפיין פאר ביזנעסער וועלכע זענען אונטער זיין פאמיליע אייגנטומערשאפט
*
דער ניי ערוויילטער דזשארדזשיע רעפובליקאנע גאווערנאר וועלכע האט טראץ די קעגנערשאפט פון די טראמפ אדמינסטראציע נאמינירט קעלי לאפלער צום סענאט האט אצינד נאמינירט די ערשטע אזיאנע אמעריקאנע פרוי צום סטעיט סופרים קאורט
פרוי קארלא וואנג מקמיליען סערווירט מאמענטאל אויפן דזשארדזשיע אפעלאט געריכט ווי זי דינט אלץ וויצע הויפט ריכטערין
און וועט איצט זיין די ערשטע פרוי פון אזיאנע אפשטאם צו סערווירן אויף א סופרים קאורט באנק און די גאנצע דרום מזרח ראיאן פון לאנד
אין דזשארדזשיע ארבעט די סיסטעם אז א ספעציעלע יורידישע קאמיסיע שטעלט צו פארן גאווערנאר א ליסטע פון פאטענציאלע קאנדידאטן ווען א זיץ ווערט ליידיג און דאסמאל האט די ליסטע אנטהאלטן פיר נעמען און אלע פון זיי פרויען
נאך וואס א קאנדידאט ווערט נאמינירט דארף יענע/ר שפעטער שטיין בעפאר די וויילער און פרוי מקמיליען איז ארגינעל געווארן נאמינירט צום סטעיט קאורט דורכן היינט סענאטאר דעיוויד פערדו צוריק אין 2010 למספרם און צוויי יאר שפעטער איז זי געווארן ערוועלט מיט 66% שטיצע
צוויי יאר שפעטער איז זי געלאפן פאר ווידערערוויילונג אן קיין קעגנערשאפט און דאן גאווערנאר נעיטען דיעל האט איר געשטעלט צום אפעלאט געריכט א יאר דערויף
פאר ווידערערוויילונג איז זי אויך געלאפן אן קיין קעגנערשאפט און אצינד וועט זי ערפילן א זיץ אויפן העכסטן באנק וועלכע איז ליידיג געווארן מיט די רעטייערמענט פון ריכטער ראבערט בענהעם וועלכע איז געווען די ערשטע אפריקאנע אמעריקאנע ריכטער אויפן סופרים קאורט
*
אין די צייט וואס די סופרים קאורט גריט זיך צו אורטיילן אויף די דאקא פראגראם האבן דאקא אקרטיוויסטם אריינגעשיקט א בריוו צום געריכט ארויסצוהייבן זייערע לייסטונגען אין באקעמפן די איצטיגע ווירוס וועלכע בוזשעוועט און אז ווארענען אז אן אורטייל אקעגן זיי וועט זיין קאטאסראפאל פאר די קאמף אקעגן די ווירוס


ענטערטעימענט סטודיא'ס נעטווארק איז אונטער די אייגנטומערשאפט א פירמע וועלכע באלאנגט פאר בייראן אלען וועלכע איז אן אפריקאנער אמעריקאנער אקטיאר
זיין פירמע האט געקלאגט קאמקעסט, א טעלעקאמיוניקאציע ריז פאר איר באשלוס נישט צו לופטערן זייער פראגראם קאנאלן און באשולדיגט אז די באשלוס איז באזירט אמווייניגסטנס טיילווייז אויף ראסע אנטזאגנדיג צו ערלויבן פאר די איינציגסטע מולטי קאנאל מידיא פירמע אין אמעריקא אונטער די אויסשליסליכע אייגנטומערשאפט פון אן אפריקאנער אמעריקאנער צו באנוצן אירע ליניעס
אויך עטליכע אנדערע גרויסע מידיא דיסטריביוטאר ווי טשארטער קאמיוניקאציע, טיים ווארנער קעיבל, דירעקט טעלעוויזיע, און עי טי & טי האבן אויך אין יענע צייט אפגעווארפן קאנטראקט פארשלאגן מיט די ענטערטעימענט סטודיא'ס נעטווארק
די דיסטריקט קאורט האט אבער אפגעווארפן די טענה און די קעיס האאט גאלאפירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט יא געגעבן רעכט פאר די נעטווארק באזירט אויף זייערס אן אורטייל אין אן ענליכע קעיס
די פראגע קומט אראפ אויב די געזעץ צו פארבאטן א געמיש דיסקרימינאציע און אנדערע פאקטאן ווען עס קומט צו טוהן ביזנעס
די ראסע געזעץ ביים טוהן ביזנעס שרייבט אז מענטשן פון יעדע ראסע דארפן געניסן פון אייניגע צוטריט מעגליכקייטן צו אלע סארט ביזנעס אקטיוויטעטן
אבער די ציווילע רעכטן געזעץ וועלכע אדרעסירט אומשטענדן פון ארבעטער פארלאנגט פון ארבעסטגעבער נישט צו פארלעצן ארבעטער רעכטן באזירט אויף ראסע אפילו אויב די באציאונג איז אויך צוליב אנדערע אורזאכן און ראסע איז בלויז איינע פון די פאקטארן
דהיינו, אויב אן ארבעסגעבער זאגט אויף אן ארבעטער צוליב עטליכע אורזאכן אבער איינע פון זיי איז אויך ראסע איז עס א פראבלעם אפילו אויב ער וואלט יענעם אויפגעזאגט קומעניג פון אן אנדערע ראסע
די קלארע פארבאט אויף טיילווייזע ראסע דיסקרימינאציע איז אבער נאר ארויסגעשריבן ווען עס האנדלט זיך פון באציאונגען צווישן ארבעסגעבער און זייערע ארבעטער
ווען עס קומט צו אנדערע סארט ביזנעס אקטיוויטעטן שטייט בלויז א פארבאט צו האנדלען און האבן ביזנעס מיט איין ראסע און נישט מיט אן צווייטע ראסע צוליב די ראסע פאקטאר
בלייבט אומקלאר אויב אויך אין אזעלכע פעלער ווי צום ביישפיל ווע עס קומט ארויסצוגעבן קאנטראקטן קען מען באשולדיגן א פירמע אין בעפארצוגן איין קליענט איבער די צווייטע פאר רעלעוואנטע אורזאכן אויב ראסע שפילט "אויך" א ראלע
די ניינטע קרייז געריכט האט געשריבן אז די פראזע אין די ציוויליע רעכטן אקט איז אויך מחייב רעגולערע ביזנעס אקטיוויטעטן און טוט אדאפטירן יענע מאסנאמען אין פאל פון אפזאגן ביזנעס קאנטראקטן
די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אום נאוועמבער 13 למספרם
די סופרים קאורט האט פארגאנגענע מאנטאג געאורטיילט אז מען קען בלויז קלאגן אויב ראסע האט געשפילט אן אויסשליסליכע ראלע און צוריקגעשיקט די קעיס צו די נידריגע געריכט צו באשליסן אויב ראסע איז טאקע געווען די אויסשליסליכע אורזאך
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער גארסוטש און דערין אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, טאמאס, ברייער, אליטא, סאטאמאיאר, קעיגען און קעווענאו
ריכטערין גינזבורג איז אויך געווען איינשטימיג טיילווייז אבער האט געשריבן א באזונדערע מיינונג אין וועלכע זי איז אומאיינשטימיג מיט עטליכע באהויפטונגען אין די מאיאריטעט אורטייל
*
א מאן וועלכע האט געהאלטן אינמיטן דורכגיין א פיינפולע צושיידונג איז ערשינען ביי זיין שווער אין די צייט וואס זיין פרוי און זיינע צוויי טעכטער האבן דארט באזוכט
דער מאן קרעיג קאהלער האט דערשאסן פרוי און קינדער און אויך זיין שוויגער צום טויט
די פראקורארן און פארטיידיגונג האבן ביידע איינגעשטימט אז יענער איז געווען גאר דערביטערט און געליטן פון מענטל אישוס וועלכע ער האט נישט געקענט לייכט איבערקומען זינט ער האט נישט געהעריג גענומען די מעדיצינען זיינע דאקטוירים האבן אים פארשריבן
די פארטיידיגונגס עקספערט האט אויפגעטרעטן אין געריכט זאגנדיג אז זיינע אומשטענדן האבן אים נישט ערלויבט צו טראכטן ראציאנאל איידער ער האט געטוהן זיין פארברעך און אז ער איז צו יענע צייט געווען גענצליך ארויס פון קאנטראל
די דזשורי האט אים געפונען שולדיג זינט אונטער די סטעיט געזעץ אין קענסאס קען מען נישט נוצן די עמאציאנאלע און גייסטישע צושטאנד אלץ אויסרייד פארן באגיין א פארברעך און אזוי האט אויך דערנאך געאורטיילט די קענסאס סופרים קאורט
די פראגע פארן געריכט איז אויב די סטעיט געזעץ נישט צו נעמען אין באטראכט די גייסטישע צושטאנד פון א באשולדיגטן ביים באשטימען זיין סענטענסינג איז אויסגעהאלטן און אויב עס איז נישט ארין פארלעצונג פון די קאנסטיטוציע אז טאר נישט צוטיילן איבערגעטריבענע שטראפן
די סופרים קאורט האט אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אום אקטאבער 7 למספרם
פארגאנגענע מאנטאג האט די געריכט געאורטיילט אקעגן קאהלער
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטערין קעיגען אין דערין אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, טאמאס, אליטא, גארסוטש און קעווענאו
ריכטער ברייער האט געשריבן די קעגן אורטייל און דערין אנגעשלאסן ריכטערין, גינזבורג און סאטאמאיאר
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

יישר כח פאר די באריכט קודם זעה איך אז סאיז דא נאך נייעס חוץ קעראנע
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח.
נימער ערגערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 11:27 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נימער ערגערס »

הנאה געהאט. א דאנק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר פאר אלע!
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יישר כח @הבל די ביסט מחי' די עולם אין די איצטיגע שווערע טעג קיפ איט אן!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אביסל טיפער האט געשריבן:יישר כח @הבל די ביסט מחי' די עולם אין די איצטיגע שווערע טעג קיפ איט אן!

יישר!
געקווענקלט אביסל איבער די פארלאנג פאר די באריכטן אין די טעג זינט א גרויס טייל ליינער זענען נישט געהעריג אין די פעדערן און אפילו די פיזישע צושטאנד איז בסדר פאדערט זיך אביסל געדולד צו ליינען און די אומשטענדן זענען אנגעשטרענגט ביי זייער אסאך
פון די אנדערע זייט ווילן עס געוויסע זיך אויסצולופטערן און אנדערע קענען עס נוצן אין איזאלאציע
דערפאר האב איך אריינגעווארפן אייינס לעצטע וואך און נאך איינס היינט
אויב די מעגליכקייטן וועלן ערלויבן און די פארלאנג וועט זיין וועט מען אפשר צוריק אנהויבן אריינקומען אפטער

יישר כח נאכאמאל

א רפואה שלימה פאר אלע וועלכע דארפן עס און פאר אלע אנדערע בלייבט געזונט!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

אונז קוקן ארויס א יעדן טאג אויף אייער באריכט!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יעצט געליינט, ישר כח.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

צל עובר האט געשריבן:יעצט געליינט, ישר כח.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג צו







אן אריינבליק אין וועלכע שטאטן די סופערפעקס פון ביידע גרויסע פארטייען טוען אויסגעבן דאס מערסטע געלט איז אן אנדייטונג איבער וועלכע סטעיטס זיי גלויבן אז די פארמעסט פארן סענאט גייט אראפקומען
ואלו הן: צפון קאראליינע, אייאווע, אריזאנא, קאלאראדא און מעין
*
די גרעסטע פרא טראמפ סופערפעק "אמעריקא ערשט" גייט אויסגעבן אין די קומענדיגע זעקס וואכן 10 מליאן דאלער אויף אנטי ביידען טעלעוויזיע רעקלאמעס אין מישיגען, פענסעלוועניע און אין וויסקאנסין
*
די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע גייט אויסגעבן 690 טויזנט דאלער אין די מאי 12 למספרם ספעציעלע קאנגרעס פארמעסט אין די 25'סטע דיסטריקט צווישן דעמאקראטישע אסעמבליפרוי קריסטי סמיט און רעפובליקאנע מייק גארסיא צו ערזעצן די רעזיגנירטע דעמאקראט קעטי היל
די דיסטריקט דעקט די לאס אנדזשעלעס סובארבס און וויילער שיקן אריין מעיל אין בעלאטס
*
די איצטיגע עפידעמיע איז טויטליך צו גאר א גרויסע צאל מענטשן אבער טוט אויך ערנסט פארניכטן כאטש טיילווייז רעגלמעסיגע פאליטישע צאנקערייען וועלכע זענען ווי מיינסטנס איבריגע סאציאלע אקטיוויטעט געקומען צו א צייטווייליגע פאראליז
פון די געציילטע אויסנאמען זענען קאמפן איבער געוויסע סארט פארקויפונגען ווי צום ביישפיל געווער און אזוי אויף א רייע פראקטיצירונגען ווי רציחה וועלכע האבן דייקא אויפגעפלאמט אין די איצטיגע טעג ווען מערערע סטעיט און לאקאלע רעגירונגען האבן באגרעניצט די טעגליכע ביזנעס צו פונקציאנירן צו בלויז "וויכטיגע" ביזנעס און די דעבאטע אויב די צוויי אויבערדעמאנטע ביישפילן ווערן פאררעכנט אלץ "וויכטיג" מאכט אדורך איר וועג אין די עמטליך פארשלאסענע געריכט סיסטעם
פארגאנגענע מאנטאג האט א ריכטער אין טעקסאס בלאקירט די אויטאריטעטן איינצושטעלן א פריז אויף רציחה פראקטיצירונג אויף ווי לאנג די עפידעמיע בוזשעוועט
און באגלייט מיט א ווארענונג אז פארלעצער קענען אויסשטיין פון 1000 דאלער שטראף ביז 180 טעג אין טורמע
טעקסאס איז בלויז געווען איינע פון די סטעיטס וועלכע האבן קאטעגאריזירט רציחה אלץ אומוויכטיג און ציילט זיך צווישן אייאווע, אלאבאמא, אקלעהאומא און אהייא
דיסטריקט ריכטער לי יעקל האט געשריבן אז די סופרים קאורט האט שוין געשריבן אז מען קען נישט פולדשטענדיג פארבאטן רציחה און דעריבער בלאקירט ער די געזץ פון אריינגיין אין קראפט אמוייניגסטנס אויף ווילאנג די קעיס ווערט באהאנדלט
אטוירני דזשענעראל פעקסטאן האט אבער אפעלירט די קעיס און בלויז איין טאג שפעטער האט די אפעלאט געריכט בלאקירט די אורטייל פונעם דיסטריקט ריכטער און אלץ רעזולטאט וועט רציחה קומען צו צייטווייליגן אפשטעל
ריכטער יעקל איז געווארן נאמנירט דורך פרעזידענט בוש און ער האט שוין צוריק אין 2013 למספרם געאורטיילט אקעגן א אנטי רציחה געזעץ פון די סטעיט
אויך דאן האט עס די אפעלאט געריכט איבערגעדרייט אבער די סופרים קאורט (א מער ליבעראלע ווי היינט) האט צוריקגעשטעלט זיין אורטייל אין 2016 למספרם
*
אין 2004 למספרם האט א קאפיטאן וועלכע האט געארבעט פאר א פירמע מיטן נאמען פרעסקאטי געפירט אן אויל טאנקער שיף פון ווענעזועלא אין ריכטונג פון די פאראייניגטע שטאטן און הארט איידער ער האט געאנקערט אין ניו דזשערסי האט די שיף אריינגעקלאפט אין א געגנשטאנד נעבן די ברעג אין פאראורזאכט לאך אינעם שיף וועלכע האט געפירט צו א מאסיווע אויל אויסגוס פון 264 טויזנט גאלאן פון קרוד אויל אריין אינעם דעלעוועיר ריווער
די אויל שימפענט האט געדארפט ווערן אפגעליפערט צו די ניו דזשערסי באזירטע בארימטע סיטגא פירמע אבער האט אצינד פארפלעקט די טייך וועלכע האט געמוזט ווערן אויפגערייניגט און פרעסקאטי האט זיך געמוזט צושטעלן צו די אויל פאלושען אקט וועלכע איז געווארן באשטעטיגט אין קאנגרעס אין 1990 למספרם וועלכע פארלאנגט אז אין יעדן פאל מוז די דער פירמע וועלכע ליפערט די אויל באצאלן די קאסטן אבער בלויז ביז א א מאקסימום פון 55 מיליאן דאלער
פראסקעטי האט באצאלט פאר די סוקסעספולע רייניגונג אפעראציע וועלכע האט אבער אפגעקאסט די אסטראנאמישע ציפער פון
143 מיליאן דאלער וועלכע זיי האבן צו ערשט אויסגעלייגט און זינט די ציפער איז געווען פיל מער ווי די 55 מיליאן דאלער מאקסימום האט אים די רעגירונג צוריקבאצאלט 88 מיליאן דאלער פון די פעדעראלע אויל אויסגוס לייעביליטי טראסט פאנד
די פראגע איז געבליבן איז אבער געבליבן הענגן איבער די 55 מיליאן וועלכע פרעסקאטי האט געהאט אויסגעלייגט און די פירמע האט זיך געטראפן צווישן האמער און נאגעל
די רעגירונג האט גע'טענה'ט אז סיטגא איז שולדיג פארן נישט האלטן זייער אנקער ברעג ריין און אז זיי וואלטן געדארפט פארזיכערן די פרייע וועג פאר אנקומענדע שיפן און זיי אמווייניגסטנס איינמעלדן פון פאראויס אויב מען דארף זיין עקסטער פארזיכטיג ווייל עס געפונט זיך א געגנשטאנד אין וואס די שיף קען זיך אנשטויסן
אין רעזולטאט איז פרעסקאטי ווי א דריטע פארטיי אונטער די אינשורענס פלאן פון סיטגא און דארף ווערן געדעקט פאר זייערע שאדנס און זיי זאלן עס איינקאסירן פון סיטגא וועלכע קען דערנאך קעמפן אז עס זאל ווערן געדעקט אונטער זייער פריוואטע אינשורענס פלאן
דעריבער האט פרעסקאטי און די רעגירונג (וועלכע האט אויך געהאט דערלייגט געלט מיטן צוריקצאלן די 88 מיליאן פאר פרעסקאטי) זיך פאראייניגט און געקלאגט סיטגא פארן ברעכן די קאנטראקט אין וועלכע זיי פארפליכטן זיך צו פארזיכערן די פרידליכע אנקערונג פאר באשטעלטע שיפמענטס און באזונדער פארן עצם פארנאכלעסיגונג דורכן נישט אונטערזוכן די וואסערן ביי די ברעגעס איידער די שיף האט געאנקערט
סיטגא אבער האט גע'טענה'ט אז זיי זענען געווארן פארפירט דורך די אויפפירונג פון די קאוסט גארד און ארמיי קארפס אף אינדזשענירן וועלכע האבן געגעבן דעם אנשטעל ווי זיי פירן דורך אויף א רוטינעם פארנעם די ארבעט צו פארזיכערן די ארטיגע וואסערן און געשאפן דעם איינדרוק אז זיי זענען פאראנטווארטליך דערפאר און עס איז דעריבער נישט קיין פארנאכלעסיגונג פון זייער זייט נישט צו געטרויען די קאסט גארד
עס איז אויסגעקומען אז סיטגא פון איין זייט האט געקלאגט פרעסקאטי פארן פארפעלן צוצושטעלן די אויל וועלכע זי האט זיך אונטערגענומען (אבער איז געגאנגען לאיבוד אין ים) און פרעסקאטי (אינאיינעם מיט די רעגירונג) האט גע'טענה'ט אז סיטגא דארף זיי באצאלן און דעקן סיי די 55 מיליאן דאלער וואס דער שפיל האט זיי אפגעקאסט און צוגאב פון באזונדערע אנטשעדיגונג צוליב די שאדנס וועלכע די שיף האט געליטן
דער דריטע סירקוט קאורט האט געגעבן גערעכט פאר די רעגירונג שטעלונג און געשריבן אז סיטגא האט געבראכן זייער קאנטראקט מיט פרעסקאטי ווייל עס איז יא געווען זייער פליכט צו פארזיכערן די וואוילזיין פון די שיף ביים אנקערן און אז זיי האבן געזאלט און געקענט מיט סאנער טעכנאלאגיע אנדעקן סיי וועלכע שטער וועלכע קען שעדיגן די שיף
די אורטייל איז געווען אין אנקלאנג מיט אן ענליכע אורטייל פון די צווייטע סירקוט וועלכע האט אויך אפגעלערנט די שפראך גענוצט אין די סארט קאנטראקטן אז די פירמע וועלכע ערהאלט די קארגא איז פארנטווארטליך צוצושטעלן א זיכערע אנקערונג באדייט אז נישט בלויז דארף מען דורכפירן די אלגעמיינע אויבערפלעכליכע אונטערזוכונגען זיכער צו מאכן אז די באדן ווי די שיף קומט אן אז זיכער נאר מען דארף אונטערזוכן יעדע מעגליכע סארט אומגעווענליכע שטער און מען איז פולשטענדיג פאראנטווארטליך דערפאר
און אנדערש ווי סיטגא זאגט אז די שפראך וועלכע פירמעס נוצן אין די קאנטראקט פארלאנגט בלויז א רוטינע איינפאכע אונטערזוכונג ביים בארטן אבער מיינט נישט קיין פולשטענדיגע סארט גאראנטי אויף סיי וועלכע אומגעראכטענע רוח שאינה מציאה'דיגע סארט פראבלעם וועלכע איז שווערער צו אנדעקן
סיטגא צייגט אן אז די פיפטע סירקוט האט אנדערש ווי די צווייטע און דריטע קרייז געריכטן יא אנגענומען איר שטעלונג ווי אזוי אפצולערנען די באדינגונגען אין טערמינען אינעם קאנטראקט
די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אינעם קעיס און נעכטן מאנטאג געאורטיילט אקעגן סיטגא
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטערין סאטאמאיאר און דערין האבן זיך אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, גארסוטש, קעווענאו, גינזבורג ברייער און קעיגען
די קעגן אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער טאמאס און דערין אנגעשלאסן ריכטער אליטא
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:טענקס! גרעיט עס יוזשעל!!
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

ריזן יישר כח !
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יישר כח @הבל קלאר אין שיין ווי געווענטליך אין אגען קיפ איט אן!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 04, 2020 10:12 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניי באל »

יישר כח @הבל, סאיז געווען דערפרישענד די געשמאקע באריכט, און בפרט אין די יעצטיגע זמנים, איז געבן אפאר מינוט היסח הדעת פון די שווערע סיטיאציע פדיון שבויים.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”