בלאט 1 פון 160

א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 10:49 am
דורך הכל הבל
נישט אלע קענען זיך ערלויבן צו זיצן צוגעשמידט צו די נייעס קאנאלן און נאכפאלגן אנטוויקלונגען דורכאויס די פארנומענע ארבעט שטונדן און פילע מוטשענען זיך ענדע טאג צו נישטערן דא און דארט מהנעשה והנשמע צו קענען אריינרעדן ביי די מנחה מעריב קופקע אין קאווע שטובל

די אשכול וועט זיין אייער לעזונג ווי איר וועט קענען ביי אייער רוטינע נאכמיטאג איבערבייס איינזינקען אינעם פוטער ווייכן סאפע ווען פארנט פון אייך שמייכלט א טשאקלאד רינעדיגע קוכן און דערנעבן א שאל קאכעדיגע קאווע וועמענס רויך רונדן מאכן איר וועג ארויף צום באלטן פון אייער ביורא

צווישן ביס און שלונג איז די צייט געאייגנט אויף וואס איר טוט איצט, נעמליך באקומען א קורצן סך הכל פון די טעגליכע נייעס וואס שפילט זיך אפ אנגעהויב פון די אנדערע זייט פון אייער טיר ביז די אנדערע עק וועלט

די אשכול זאל אויסדרוקליך נישט דינען אלץ רשות היחיד נאר און צוגאב צו אונזערע באריכטן זאלן די חשוב'ע חברים וועלכע ברענגן כסדר באריכטן פון זונדל שאלאמאן "דער איד" און פון אנדערע אויסקלויבן די דאזיגע ווינקל אלץ נייע ניוס סטענד אז די חשוב'ע ליינער זאלן קענען קלייבן פון א רייכערע אויסוואל לויט זייער געשמאק

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 10:49 am
דורך הכל הבל
א פרישע (רעפובליקאנע) אנקעטע סיטיזענס יונייטעד גיבט א 3% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער איבערן אמטירנדע דעמאקראט אין די מיזורי סענאט פארמעסט

האולי 50%
מקעסקיל 47%

א פרישע (רעפובליקאנע) אנקעטע סיטיזענס יונייטעד גיבט א 4% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אין די וועסט ווירדזשיניע סענאט פארמעסט

מענשין 49%
מאריסי 45%

די טראמפ קאמפיין האט שוין אויפגעטריבן 100 מיליאן דאלער

מיט א צייט צוריק האט מען געהערט אז פרעזידענט טראמפ וועט קאמפיינען פאר טעקסאס סענאטאר טעד קרוז אינעם גרעסטן סטעדיום נאר מעגליך
אצינד קומט אריין די נייעס אז די ראלי וועט פארקומען אום אקטאבער 22 למספרם אין די NRG צענטער אין יוסטאן
לויט די אפיציעלע וועבזייטל זייערע נעמט עס אריין 8000 מענטשן
עס זענען פארהאן ארום 50 שולע סטאדיומס לענגאויס די סטעיט וועלכע זענען גרעסער פון דעם
ארורק רעאגירט צו די טראמפ-קרוז ראלי: עס דעמאנסטרירט אז סענאטאר קרוז לייגט זיינע פאליטישע אמביציעס פאראויס פון סיי וואס אריינגערעכנט זיין אייגענע פאמיליע און די וועם ער האט געשוואוירן צו פארטרעטן
טעקסאס האט פארלוירן איר שטימע אין די סענאט

נאך דרוק וואס רעפובליקאנער האבן געלייגט אויף אינדיאנא סענאט קאנדידאט מייק בראון אריינצוגיסן מער פון זיין אייגן געלט אינעם קאמפיין האט ער אויסגעשריבן א פרישע טשעק פון 2.4 מיליאן


מעקאנעל: די נייע אפמאך צווישן אמעריקא מיט מעקסיקא און קאנאדא וועט נישט ווערן אויפגעברענגט פאר אן אפשטימונג און סענאט היי יאר
זאגט אז עס וועט געוויס זיין פון די הויפט אישוס אויפן קומענדיגן יאר אגענדע

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 11:08 am
דורך הכל הבל
קלארשטעלונג: מיר וועלן בלויז אפדעיטן דא יעדע נאכמיטאג די סך הכל וואס מיר באריכטן דורכאויס דעם טאג אויף די שפאלטענס פון די אנדערע אשכולות

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 11:11 am
דורך אסדר לסעודתא
ריזיגע איידיע!!! שכוח הכל הבל פארן דא זיין ווי שטענדיג מיט קריעטיוו וועגן וויאזוי צו דעליווערן פאר אנדערע אידן!!

דער אשכול זאל אויסדרוקליך יא זיין א רשות היחיד, בלויז פאר הכל הבל אדער אנדערע גאר פראפעסיאנאלע שרייבער. נישט סתם אנפירקלן מיט דעבאטעס, קרישקעלעך און פאררעכטונגען.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 11:52 am
דורך פעיק ניוז
Wow, דער הכל הבל ראקט ווי אויף הייווען שכח.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 12:00 pm
דורך א נייער
שכוח מיסטער הבל פאר די נייע אשכול ;l;p-

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 12:19 pm
דורך נאך פונדערהיים
א מאסיווע געדאנק, הבל.
א גרויסן דאנק פארדעם און פאר אלעם!!!

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 12:34 pm
דורך געריבענער סוחר
שיינעם דאנק @הבל.
ברוך..........בורא מיני מזונות, אה די קאקאש קעיק איז זיכער גוט!!!!! יעצט גיימער ליינען אביסל.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 12:41 pm
דורך הלשון
הבל: נאר פאר די זעלטן געשמאקע אריינפיר תגובה, האט זיך שוין געלוינט די נייע אשכול

א ריזן דאנק פאר דיינע נאכאנאדע פראפעסיאנאלע און רייכע רעפארטאזשן

מיר, און פילע אנדערע, באלעקן זיך דערמיט.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 1:52 pm
דורך maybeeynot
הלשון האט געשריבן:הבל:

מיר, און פילע אנדערע, באלעקן זיך דערמיט.

איך בין א חלק פון דעם

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 2:22 pm
דורך ניס קראכער
maybeeynot האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:הבל:

מיר, און פילע אנדערע, באלעקן זיך דערמיט.

איך בין א חלק פון דעם

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 2:26 pm
דורך קניידל פארעם
הלשון האט געשריבן:הבל: נאר פאר די זעלטן געשמאקע אריינפיר תגובה, האט זיך שוין געלוינט די נייע אשכול

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 4:00 pm
דורך הכל הבל
אין מישיגען האט זיך דער רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט אנטשולדיגט פאר א קאמפיין רעקלאמע אין וועמענס אונטערגרונד עס איז געווען א בילד פון א שולע קארידאר און אויפן וונט הענגט א בולעטין מיט א סימבאל וועלכע קען אויסקוקן ווי א האקנקרייץ
דזשעימס זאגט אז ער האט זיך אויסגעלערנט אין מיליטער צו נעמען פאראנטווארטליכקייט ווי איידער צו זוכן אויף וועם צו טייטלען מיט א באשולדיגונגס פינגער
אין אנדערע נייעס גרייט זיך דזשעימס אפצוהאלטן א ראלי אויף מארגן מיטוואך ווי ער ערווארט א באטייליגונג פון 4 טויזנט מענטשן
אנוועזנד וועט זיין דאנאלד טראמפ דזשוניאר און קידראק

א פרישע אנקעטע דעמאקראטישע אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אין די טעקסאס סענאט פארמעסט
אין די צייט וואס א סי ען ען אנקעטע שטעלט קרוז פאראויס מיט 7%

פילע רעפובליקאנער האבן נאכנישט אויפגעגעבן אויפן פלאן צו רעדן מיט ראזנסטיין נאך די וואך קאנגרעסמאן מארק מעדאוס האט נאך נעכטן געשטופט קאנגרעסמאן גודלעט צו סובפינען ראזנסטיין זאגנדיג אז אויב דו ווילסט אז עס זאל סיי ווען פאסירן דארף עס נאך געשען די וואך עס צו לאזן לויפן אויף דערווייל באדייט פארנאכלעסיגן אונזערע פליכטן

דעמאקראטישע סופערפעק קומט אריין קיין ניו דזשערסי מיט 3 מיליאן דאלער צו פארזיכערן די ווידערערוויילונג פון סענאטאר באב מענענדעז

וויצע פרעזידענט פענס זאגט אז ער וועט שפעטער רעדן צו אויסערן סעקרעטאר פאמפעיא
ער שטרייכט אונטער אז מען דארף דערגיין ווער עס איז פאראנטווארטליך פארן מארד און אז דער באטרעפנדער פערזאן דארף באשטראפט ווערן

די לעצטע ציילונג פון די פלארידא בעלאטס צוריקגעשיקט

רעפובליקאנער 205,297
דעמאקראטן 166,409

סענאטאר גרעהעם באצייכנט דעם סאודישן קרוין פרינץ אלץ דירעקט שולדיג אינעם מארד

סענאטאר לינדזי גרעהעם: עס וואלט געווען געפערליך אויב א DNA טעסט טרעפט אין מיר איראנער שטריכן

מיטש מעקאנעל: אויב א קורץ טערמיניגע האנדלס קריג מיט ברענגט בעסערע באציאונגען כינע וועט עס זיין זייער גוט

א שעריף אין סאוט קאראליינע באריכט אז מען האט אנדעקט נאנט צו 130 ביקסן אינעם היים פון א מאן באשולדיגט אין אטאקירן אפיצירן אומברענגען איינעם און פארוואונדעט 6

ניו דזשערסי געזעצגעבער עפענען אויספארשונג אקעגן א געוועזענע געהילף צו גאווערנאר פיל מורפי

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 4:08 pm
דורך Goodmorning
ניס קראכער האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:הבל:

מיר, און פילע אנדערע, באלעקן זיך דערמיט.

איך בין א חלק פון דעם

א הכל הבל תגובה פרוביר איך נישט צו פארפאסן! איך גלייב אז דו האסט אונטערהער אפאראטן אין אלע פליגלען פון די רעגירונג

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 4:09 pm
דורך הכל הבל
לאל, נישט פארגעסן אן על המחי' אויף די קאקאש

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 4:10 pm
דורך lebediger berel
הבל איין זאך בעט איך דיר אין קיין אראבישע אמבאסאדע גיי נישט אריין קיינמאל! זיי ווייסן ווער די רעפארטערס זענען

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 4:28 pm
דורך פריטלעך
קניידל פארעם האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:הבל: נאר פאר די זעלטן געשמאקע אריינפיר תגובה, האט זיך שוין געלוינט די נייע אשכול

סעים העיר.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 4:30 pm
דורך צוקער וואסער
הבל, איז הייסע נייעס!

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 5:00 pm
דורך נישט פשוט
עכט איז נישט כדאי צו פארשמירן די גאנצע פעדיזש מיט שכח'ס, נא וואט קען איי דא, דער איז נאו לייק קנעפל.
שכח שכח. זעה נישט מיד צו ווערן.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 5:00 pm
דורך maybeeynot
מיין ווייב וועט כאפן היינט פארן מיך נישט מיטשיקן קיין קאקאש אין מיין לאנטש בעג. איך טענה שוין לאנג מיט איר אז דעס איז די סטאנדערט יעצט האב איך שוין פראףף. :lol:

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 7:09 pm
דורך צל עובר
נישט פשוט האט געשריבן:עכט איז נישט כדאי צו פארשמירן די גאנצע פעדיזש מיט שכח'ס, נא וואט קען איי דא, דער איז נאו לייק קנעפל.
שכח שכח. זעה נישט מיד צו ווערן.

RT און עס איז אי"ה די לעצטע מאל איך שרייב שכח אין די אשכול, עס זאל אלעמאל ווערן גערעכנט כאילו איך וואלט געשריבן.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 7:40 pm
דורך Haklal
צל עובר האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:עכט איז נישט כדאי צו פארשמירן די גאנצע פעדיזש מיט שכח'ס, נא וואט קען איי דא, דער איז נאו לייק קנעפל.
שכח שכח. זעה נישט מיד צו ווערן.

RT און עס איז אי"ה די לעצטע מאל איך שרייב שכח אין די אשכול, עס זאל אלעמאל ווערן גערעכנט כאילו איך וואלט געשריבן.


גא"מ שכח שכח אזוי וועל איך אויך קענען זאגן מיין מיינונג אין פאליטישע שמועסן

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 7:51 pm
דורך Horizontal
Good news thanks

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 4:03 pm
דורך הכל הבל
ארויסגייענדער מישיגען גאווערנאר ריק סניידער וועטאירט א ביל וועלכע וואלט באפרייט געוויסע עיר קרעפט טיילן פון שטייער
סניידער צייגט אן אז די ביל וואלט אפגעקאסט 4 מיליאן דאלער א יאר און וואלט באדייט א טויש אינעם ריכטונג פון פינאנציעלע פאראנטווארטליכקייט די סטעיט האט אדאפטירט אונטער זיין זייגער
גלייכצייטיג האט סניידער אונטערגעשריבן א ביל וועלכע פארבאט די פארקויף פון אלקאהאלישע געטראנקן וועלכע אנהאלטן אין זיך מאריוואנא

הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס פארטיידיגט די לאנגיעריגע טראדיציע פון נישט ערלויבן די מידיא צו פילמירן געריכט סעסיעס זאגנדיג אז אזא זאך וואלט געטוישט די ארגינעלקייט פון די פראצעדור פירנדיג אז אדוואקאטן און אפילו קאלעגע ריכטער זאלן רעדן און זיך אויפפירן אנדערש און אומנאטורליך פארנט פון די קעמארעס

סופרים קאורט הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס האט אין א זעלטענע פאל קורצליך אדרעסירט די שטימונג אין וואשינגטאן און איבערן לאנד זיך באציענדיג צו וואס ער רופט "די אנגעצויגענע מאמענטן אין וואשינגטאן" זאגנדיג אז ער וויל נישט קריטיקירן די פאליטישע צווייגן אבער ער וויל אונטערשטרייכן ווי ווייט די יורידישע צווייג מוז זיין אנדערש

די יוסטיץ דעפארטמענט מעלדט אולטימאטום פארן 9'טן קרייז געריכט וועלכע שלעפט מיט אן אורטייל איבער דאקא: אויב זיי גיבן נישט ארויס קיין אורטייל ביז אקטאבער 31 למספרם גייט וועט זיך די דעפארטמענט ווענדן צום סופרים קאורט

ריכטער שענקט גרינע ליכט פאר אן אבאמא רעגולאציע ארויסצוהעלפן סטודענטן פון ווערן באשווינדלט דורך קאלעדזשעס פאראויסצוגיין טראץ פרואוון פון די טראמפ אדמיניסטראציע עס צו פארשלעפן

נאך מאנאטן פון אנפילן די געריכטהייזער איבערן לאנד גרייטן זיך די רעפובליקאנער און דעמאקראטן פאר די ריכטיגע און מערסט סענסיטיווע שלאכט(איין שטאפל אונטער די קאמף פארן סופרים קאורט)
נאך וואס די סענאט האט לעצטע וואך באשטעטיגט איין ריכטער צום ליבעראלטן 9'טן קרייז געריכט האט איצט טראמפ נאמינירט 3 קאנסערוואטיווע ריכטער צום זעלבן געריכט
די 9'טע קרייז געריכט ווערט באטראכט ווי די שטערקסטע מאכט די ליבעראלן האבן אויפן יורידישן פראנט און וועט אפילו באצייכנט ווי די ליבעראלע סופרים קאורט
אצינד גלויבט די אדמיניסטראציע אז די צייט איז געקומען צו ארומדרייען די מאכט באלאנס אויך אויף די געריכט וועלכע איז זיי שוין לאנג א דארן אין אויג
די אדמיניסטראציע דארף גאר געניט באטראכטן וועם זיי נאמינירן אהין מיט א סטראטעגיע פון גיבן וואס ווייניגער אמינוציע פאר דעמאקראטישע סענאטארן אפצושטעלן די נאמינאציעס

טראמפ זאגט איצט אז ער וועט נישט נעמען פאראנטווארטליכקייט אויב רעפובליקאנער פארלירן קאנגרעס

טראמפ זאגט איצט אז מייקל קאהען האט געזאגט ליגן ביים זאגן אז ער האט אים געהייסן ברעכן דאס געזעץ

טראמפ באשטעטיגט איצט אז סיפאלאן וועט ערזעצן מקגעהן

ראבערט מולער וועט פארטיגן זיין אויספארשונג איבער קאלאזשען און אבסטראקשען קורץ נאך די מידטוירמס

געוועזענער שעריף דזשאו ארפייא קלאגט די ניו יארק טיימס פארן אים באשמוצן
ער פארלאנגט די סומע פון 147,500,000.00


א פרישע אנקעטע גיבט אן 1% אויבערהאנט פארן דעמאקראטישן קאנדידאט פאר גאווערנאר אין פלארידא
גילאם 47%
דסענטיס 46%
צווישן ערלי וואוטערס
דסענטיס 49%
גילאם 45%

א פרישע אנקעטע גיבט א 2% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער איבערן אמטירנדער דעמאקראטישער סענאטאר אין פלארידא
סקאט 49%
נעלסאן 47%
אין די זעלבע אנקעטע איז די פארמעסט געווען גלייך אויף גלייך מיט צוויי וואכן צוריק
צווישן ערלי וואוטערס
סקאט 50%
נעלסאן 47%

א פרישע רויטערס איפסאס אנקעטע גיבט א 3% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין טענעסי
בלעקבוירן 47%
ברעדעסען 44%

א פרישע רויטערס איפסאס אנקעטע גיבט אן 1% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער קאנדידאט פאר גאווערנאר אין דזשארדזשיע
קעמפ 47%
עיברעמס 46%

א פרישע קוויניפיעק אנקעטע גיבט א 7% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין ניו דזשערסי
מענענדעז 51%
האגען 44%

פליגער פון ערשטע פרוי געלאנדעט זיכערערהייט נאך באריכטן פון מעכאנישע פראבלעמען און רויך געזען געווארן

סיקרעט סערוויס אגענט בלאקירט רעפארטערס קאמארע אין די צייט וואס דער רעפארטער האט געשטעלט פראגן צו דזשעראד קושנער
ווען דער רעפארטער האט געצייגט זיינע פרעסע קרעדענשאלס האט דער אגענט בלויז רעאגירט: עס אינטערסירט מיך נישט

פרעזידענט טראמפ פלאנט זיך ארויסצוציען פון אן 144 יעריגע אינטערנאציאנאלע פאסט אפמאך אין א פרישע פרואוו צו ברעכן כינע
די אפמאך האט ערלויבט צו עקספארטירן פון כינע קיין אמעריקא פאר דיסקאונט פרייזן

טעד קרוז קאמפיין מענעדזשער איבער בעטא ארורקס נעכטיגע דעבאטע סטראטעגיע פון נעגאטיווע אטאקעס: ווען אן אומקאנווענציאלע קאנדידאט ווערט קאנווענציאל איז ווען ער ווערט צושפאלטן ווי א קענטעלאפ
ער זאגט אויך אז לויט די קאמפיינס אינערליכע אנקעטעס איז קרוז פאראויס מיט 11%

סענאטאר לינדזי גרעהעם לאזט זיך ארויס אויף א 12 טאג רייזע ארויסצוהעלפן קאנגרעסיאנאלע קאנדידאטן אין זייערע פארמעסטן


נאך א פארלאנג פון מענעפארט צו קענען ערשיינען צו זיין הירינג אין געריכט דעם פרייטאג געקליידעט אין אן אנצוג אנשטאט די געווענליכע טורמע יוניפארם האט ריכטער עליס איצט פארארדנט: דער באשולדיגטער זאל ווערן באהאנדלט גארנישט אנדערש פון סיי וועלכע באשולדיגטער וועלכע איז אין טורמע נאכן ווערן געפונען שולדיג

אין סענאט יורידישע קאמיטע גייט מען איצט אויפברענגן פאר א הירינג די נאמינאציע פון איין סירקוט און 3 דיסטריקט ריכטער
די סענאט איז אפיציעל אויף אורלויב און דעמאקראטן שוימען אויף די באשלוס פון גרעסלי
דערווייל איז נישט קיין איין דעמאקראט אנוועזנד און רענקינג מיטגליד סענאטארשע פיינסטיין איז געסקעדזשועלט צו ערשיינען ביי א פארום אינאיינעם מיט איר דעמאקראטישע אפאנענט אין קאליפארניע אין עטליגע שטונדן ארום
דערווייל זענען אנוועזנד 3 רעפובליקאנער סענאטארן,סעס, העטש, קרעפא און קענעדי וועלכע וועט דינען אלץ פארזיצער און פארטרעטן גרעסלי
קיינע אנדערע רעפובליקאנער פלאנען נישט אנטיילצונעמען

אנקעטע צייגט אז אידן שטיצן פרעזידענט טראמפס צוגאנג צו מדינת ישראל פאליסי מיט גאר א שמאלע אויבערהאנט פון 51-49
בלויז 6% זאגן אז זיין פרא מדינת ישראל צוגאנג איז גענוג פאר זיי צו טוישן פלענער און שטימען פאר אים אפילו אויב זיי זענען אומאיינשטימיג מיט אים אויף אנדערע אישוס

די עף בי איי קוקט אריין אינעם האנדלונג פון מאנהעטן דיסטריקט אטוירניס אפיס אין געוויסע קעיסעס

רעאגירנדיג צו די פארגרעסערטע דעפעציט האט טראמפ געזאגט אז ער וועט בעטן פון אלע קאבינעט דעפארטמענטס צו נעמען א שניט פון 5% קומענדיגע יאר

סיקרעט סערוויס באשטעטיגט אז הילערי קלינטאן איז מאנטאג געווען פארמישט אין א מינדערוויכטיגע עקסידענט אין דזשערסי סיטי אויפן וועג צו א פאנדרעיזער פאר סענאטאר באב מענענדעז

טרעזשורי דעפארטמענט איינגעשטעלטער וועלכע האט געליעקט קאנפידענשאל פינאנציעלע רעקארדס פאראויסצושטופן די רוסישע קאלאזשען באשולדיגונג ארעסטירט

איז מעגליך צו איבערצייגן דעם פרעזידענט צו שטיצן ענטייטלמענט רעפארם?
מעקאנעל: איך גלויב אז נישט, עס וועט דארפן ווארטן אויף אן אנדערן פרעזידענט און עס וועט זיך אויספעלן דערפאר אן אומפארטייאישע אונטערנעמונג

מעקאנעל: דער ספיקער און איך וועלן פרובירן צו העלפן דעם פרעזידענט באקומען פאנדן פאר א וואנט
איך גלויב נישט אז עס וועט זיך ענדיגן מיט א רעגירונגס פארשליסונג

קושנער איבערן סאודישן קרוין פרינץ: ער נעמט אונטער גרויסע און שטארקע אונטערנעמונגען, מיר דארפן אים גיבן די פרייהייט און געלעגנהייט זיי צו פארפולקאמען

די RNC האט לעצטנס געווארנט קאנדידאטן איבערן לאנד אז זייער אינערליכע אנקעטעס ווייזן אז א מאיאריטעט וויילער גלויבן אז די פארטיי איז גרייט צו שניידן סאושעל סעקיוריטי און מעדיקעיר כדי צו קענען שניידן שטייערן פאר די רייכע
די פירערשאפט האט אנגעזאגט קאנדידאטן עס צו נעמען אין חשבון און קאמפיינען און ערקלערן פאר וויילער אז די אנגענומענע קאנצעפט איז נישט ריכטיג

מעקאנעל: די סענאט וועט מעגליך ווידער שטימען אויף אן אבאמאקעיר רעפיעל אויב מיר קומען אריין מיט א גענוג ברייטע מאיאריטעט

אן ארויסגערינענע RNC אנקעטע ווייזט אז דעצידירנדע פאקטאר ביי וויילער אין די מידטוירמס איז ווי אזוי מענטשן שפירן איבער פרעזידענט טראמפ

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 4:34 pm
דורך שמו
ייש"כ פאר די באריכטן