א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

אפגעגעסן, אפגעטרינקען...., בענטשן טאר מען נישט פארגעסן.....,

על הארץ ועל המֶחי'.

......... ברוך חי' העולמים.

אההההה, פיין געווען.

און יישר כח @הכל הבל פאר די נייעס!
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

[quote="קניידל פארעם"] :lol: :lol: :lol:

על הארץ ועל המֶחי'.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

א גרויסע שקויעך פאר'ן ריפארט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א גוטן!
צוליב די פארנומענע נייעס צירקל ערב די מידטוירמס קומענדיגע דינסטאג ווען מיר בל"נ פרובירן זיך משתדל זיין אז אויף היינט זונטאג זאל יא ערשיינען די טעגליכע אויפלאגע אזוי ווי א געווענליכע טאג
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יישר כח, עס איז זייער שיין פון אייער זייט און מיר קוקן שטארק ארויס דערויף.

נאכאמאזל אז איר האט עס געמאלדן פרי, אזוי קען מען באשטעלן די קאקאש זאל זיין גרייט און ווארעם.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

הער איך אז די בעקעריס גייען ארויף גיין מיט די פרייז פאר קאקאש.... לעצטענס גייט עס ווי וואסער....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ אדמיניסטראציע מעלדט אז אלע סאנקציעס אראפגענומען פון איראן אונטער די 2015 למספרם נוקלעארע אפמאך מארגן מאנטאג ווערן צוריק ארויפגעשטעלט
די אדמיניסטראציע לייגט ארויף סאנקציעס איבער האנדלען מיט איראנער אויל אבער גיבט אן עקזעמפשאן פאר 8 לענדער אריינגערעכנט כינע און אינדיע פון די גרעסטע אימפארטירער פון איראנער אויל
א רייע קאנסערוואטיווע סענאטארן זענען אומצופרידן מיט די עקזעמפשאן אבער פאמפעיא האט זיך היינט ארויסגעדרייט פון ערקלערן די אורזאך
די אנגענומענע מיינונג איז אז די צוויי לענדער זענען איינגעגאנגען אויפצוהערן קויפן ביז 6 מאנאטן פון איצט אויב די סיטואציע וועט נאכנישט זיין געשליכטעט

די טראמפ אדמיניסטראציע האט פרייטאג אריינגעהויבן צוויי גוטע פעטש אינעם רעכטן סופרים קאורט
אין איין פאל האט דער געריכט זיך אנטזאגט אפצושטעלן די אנקלאגע פון יוגנטליכע וועלכע פארלאנגען פארשריט אויף קלימאטן טויש אישוס
אויפן צווייטן באק איז געקומען א פראסק ווען דער געריכט האט זיך אנטזאגט אפצושטעלן די סיטיזאן/צענזוס אנקלאגע פון פאראויסגיין
אין די קלימאטן טויש אנקלאגע אין ארעגאן זאגט אבער די געריכט אז די אדמינסטראציע קען נאכאמאל בעטן די אפעלאט געריכט אפצושטעלן די קעיס
ריכטער טאמאס און גארסוטש זאגן אז זיי וואלטן ווען יא אפגעשטעלט די פראצעס
אין די צענזוס קעיס זאגן ריכטער טאמאס גארוטש און אליטא אז זיי וואלטן ווען אפגעשטעלט די פראצעס
מען האט נישט געהערט פון ריכטער קעווענאו ווי ער איז געשטאנען אויף די צוויי פראגן אבער עקספערטן צייגן אן אז הויפט ריכטער ראבערטס האט א גאר דעליקאטע מיסיע פון לאזן דעם געריכט שפאנען רעכטס אבער פארמיידן דעם איינדרוק אז די געריכט איז פארטייאיש און וועט ממש אלץ גיין רעכט
ער וועט פארזיכטיג מוזן ארבעטן צו קלויבן ווייניגער וויכטיגע קעיסעס און וועלכע ער דערלאנגט נישט פאר רעפובליקאנער אלעס אויף א גאלדענע טאץ
צום ביישפיל ביידע אויבנדערמאנטע ארדערס איז נישט צו שטארק רעלעוואנט זינט עס איז בלויז איבער לאזן א קעיס פאראויסגיין אין די רעגולערע פראצעדורן און אין פאל די נידריגע געריכטן אורטיילן נישט צו די געשמאק פון די רעכטע קען עס דער סופרים קאורט דאן איבערדרייען
אין די זעלבע צייט הערט מען אין די באריכטן אז די געריכט האט גענומען איצט די זייט פון די לינקע און ראבערטס האפט אז עס וועט שטיין גוט פאר די אימעדזש פונעם געריכט

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט אריינצוקוקן אין א קעיס איבער רעגירונגס ראלע אין רעליגיע
די רעדע איז איבער א ריזן שתי וערב מאנומענט וועלכעאיז געבויעט געווארן אום 1925 למספרם און שטייט אנימיטן פון א פארנומענע אינטערסעקשאן אין מערילענד און דארף זיין א געדענקמאל פאר צווייטע וועלט קריג סאלדאטן וועלכע האבן דארט געוואוינט און זייערע נעמען פיגורירן אויפן צעמענטענעם סטרוקטור
די געדענקמאל ווערט פרעזעווירט און דורך די ארטיגע רעגירונג און די מעינטענענס קאסט אפ פאר שטייערצאלער יערליך טראץ וואס די מאנומענט איז א רעליגיעזע סימבאל
די פראגע וואס די דיסטריקט האט באהאנדלט איז געווען אויב מען באטראכט עס בעיקר אלץ א רעליגיעזע מאנומענט אדער מער אלץ א געדענקמאל פארן די סאלדאטן
די קלאגע איז געברענגט געווארן דורך אן עטאיסטישע גרופע באזירט אין וואשינגטאן און זיי אנערקענען אין געריכט אז די מאנומענט איז אויף פאר א מעסעדזש פון פרידן און צו געדענקן די סאלדאטן אבער באקלאגן זיך אז די רעליגיעזע מעסעדזש דערפון איז פיל שטארקער און נאך וואס א דיסטריקט ריכטער האט אין 2016 למספרם נישט אנגענומען די טענה האט די אפעלאט געריכט אין 2017 למספרם עס יא אנגענומען מיטן אויסנאם פונעם הויפט ריכטער וועלכע איז טיילווייז אומאיינשטימיג
ביי איין פאל דורכאויס די ארעל ארגומענטס איז געווען א רעדע פון אן פארשטענדעניש צו לאזן די סטרוקטור און באזייטיגן די ערב טייל..
אצינד קומט די נייעס אז די סופרים קאורט וועט אריינקוקן און אורטיילן אין די קעיס

מארגן מאנטאג אום 10 אזייגער פארמיטאג וועט פרעזידענט טראמפ אנטיילנעמען אין א טעלעפאן טאון האל מיטינג

דעמאקראטישע סענאטאר קריס ווען האלען געפרעגט איבער די שאנסן איבערצונעמען דעם סענאט: מיר האבן צופיל נאנטע פארמעסטן

אין דזשארדזשיע מעדלט דער רעפובליקאנער גאווערנאר קאנדידאט און איצטיגער סעקרעטערי אף סטעיט אז זיין אפיס עפנט אן אויספארשונג אויף די סטעיט דעמאקראטישע פארטיי

ביי די מארגנדיגע טראמפ ראלי אין מיזורי וועט טאלק שאו האוסט ראש לימבא ערשיינען אלץ גאסט
לימבאו איז געבוירן אין מיזורי

עמורדזשענסי אלארם סיגנאל פון אלאסקא אויפגעכאפט אינערהאלב די רעפובליקאנער פירערשאפט
די קאנגרעסיאנאלע לידערשיפ פאנד קומט אריין אין די סטעיט מיטן גאנצן קראפט צו ראטעווען די זיץ פון דאן יאנג

נאך וואס אין טעקסאס איז געווארן געלופטערט א רעקלאמע איבער א פאל אין 89' למספרם ווי בעטא ארורק איז געווארן ארעסטירט האט די ארורק קאמפיין פארעפנטליכט זייער רעאקציע מיטן שטעלן פאר א ציהל אויפצוטרייבן פרישע 3.5 מיליאן אין אנליין פאנדרעיזינג אלץ אן אפענטפער צו די אטאקע

דעמאקראטן אין נארט דעקאטע האבן ארויסגעשטעלט רעקלאמעס אויף פעיסבוק צו ווארענען פאנגער אז מיטן שטימען אין די וואלן ריזיקירן זיי צו פארלירן די לייסענס צו פאנגען
די רעקלאמעס האבן געצויגן שארפע קריטיק אבער סענאטארשע הייטקעמט האט עס פארטיידיגט
אצינד האט פעיסבוק אראפגענומען די רעקלאמעס

דער פרעזידענטס טאכטער קאמפיינט כמעט נישט אין די מידטוירמס אבער האט דאנערשטאג קאמפיינט אין אייאווע פארן ארטיגן גאווערנאר

א פרישע רעימינגטאן אנקעטע אויף די מיזורי סענאט פארמעסט שטעלט ביידע קאנדידאטן גלייך אויף גלייך

א פרישע אנקעטע אויף די טענעסי סענאט פארמעסט שטעלט ביידע קאנדידאטן גלייך אויף גלייך

א פרישע סי ען ען אנקעטע גיבט א 2% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
נעלסאן 49%
סקאט 47%

א פרישע סי ען ען אנקעטע גיבט אן 1% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
גילאם 49%
דסענטיס 48%

א פרישע סי ען ען אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין טענעסי
בלעקבוירן 49%
בקעדעסען 45%

א פרישע אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער איבערן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
סקאט 48%
נעלסאן 43%

א פרישע אנקעטע גיבט אן 1% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער איבערן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
סקאט 49%
נעלסאן 48%

א פרישע אנקעטע גיבט א 3% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
גילאם 47%
דסענטיס 44%
מיט גענויגטע וויילער אינעם בילד
גילאם 53%
דסענטיס 47%

א פרישע אנקעטע גיבט א 2% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
גילאם 48%
דסענטיס 46%

א פרישע אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין אריזאנא
סינעמא 47%
מקסעלי 42%
מיט גענויגטע וויילער אינעם בילד
סינעמא 52%
מקסעלי 48%

34.3 מיליאן שוין געשטימט נאציאנאל

די שטאטן וועלכע זענען שוין העכער אין ערלי וואוטינג ווי זייער טאטאל פאר 2014 למספרם ערלי וואוטינג האלט ביי 28!
אריזאנא וואשינגטאן די סי דעלעוועיר פלארידא דזשארדזשיע איידעהאו אילינאי אינדיאנא קענסאס ליוזיאנא מאסאטשוסעטס מערילענד מעין מישיגען מינעסאטע מיזורי מאנטאנא נארט קאראליינע סאוט קאראליינע נארט דעקאטע ניו דזשערסי ניו מעקסיקא אקלאהאמע טענעסי ווירדזשיניע וויסקאנסין וועסט ווירדזשיניע נעוואדע און טעקסאס
די לעצטע צוויי אויף די ליסטע האבן שוין איבערגעשטיגן זייער טאטאל וואוט פאר 2014 למספרם אריינגערעכנט עלעקשאן דעי וואוטינג!

פלארידא אפדעיט: פון די 4.44 מיליאן שוין געשטימט
האבן שוין
69.2% ווייסע געשטימט
16.4% היספאנישע געשטימט
13.4% אפריקאנע אמעריקאנע געשטימט
7% אנדערע עטנישע אדער ראסע געשטימט
אין יארגאנג
צווישן 18-29 7% געשטימט
30-44 13 % געשטימט
45-64 36% געשטימט
פון 65 און עלטער 44% געשטימט

אין מישיגען איז שוין אריינגעקומען 875 טויזנט עבסענטי בעלאטס
אין 2014 למספרם זענען אלע עבסענטי בעלאטס אינאיינעם געווען 810 טויזנט
די עבסענטי בעלאטס גרייכן שוין אט אט די 2016 למספרם ציפערן

אין דזשארדזשיע איז די גאנצע דיפרענץ צווישן די וואל טאג אין 2014 און 2016 למספרם געווען 1.6 און 1.7 מיליאן וויילער
די איינציגסטע עכטע טויש איז געווען אז אין 14 למספרם איז געווען 800 טויזנט ערלי וואוטס און אין 16 למספרם 2.2 מיליאן!

איידער אזא תגובה ווערט פארשלעפט אין א הין און צוריק געמויזעכץ בינעך מקדים אז עס איז נישט געציהלט צו אדרעסירן די דעבאטע אויב און וויפיל מען קען זיך פארלאזן אויף אנקעטעס
סיי אויב איר גלויבט זיי אלעמאל בלינד אדער מאכט זיי אלץ אוועק אדער נעמט זיי טיילווייז אין חשבון אדער אויב איר נוצט זיי ווען עס לוינט שפירט אייך פריי פארצוזעצן מיט אייער פירונג
די פאלגענדע איז בלויז פאר אינטערסאנטקייט פעלער ווען רעזולטאטן האבן ביטער פארראטן אנקעטעס (יא, איר זענט גערעכט אז די אינטערסאנטקייט איז טאקע ווייל די פעלער זענען מער זעלטן און א רשימה אין וועלכע אנקעטעס האבן יא צוגעטראפן זענען ענדלאז אבער עס איז פארט אינטערסאנט צו ברענגן און אדרבה איר קענט עס נוצן פאר א האפענונג אז אין די פארמעסטן ווי איר האט פרעפרענץ איבער איין קאנדידאט צו איר ווילט ארורק אין טעקסאס אדער יוגען אין ניו דזשערסי וועלן אייער וואונטשן אויך פאלן אין אט דעם קאלום פון פעלער)
אלזא, אין וויסקאנסין איז אין 2016 למספרם געלאפן ראס פיינגאלד פאר סענאט
אין די לעצטע 30 אנקעטעס איז פיינגאלד געווען פאראויס אין 29!
אויף RCP איז פיינגאלד געווען פאראויס מיט 2.7%
רעזולטאט זיין אפאנענט ראן דזשאנסאן האט געוואונען מיט 3.7% און איז איצט סענאטאר
נאך א ביישפיל איז אין אינדיאנא ווי עווין ביא איז געווען פאראויס אין 7 פון 9 אנקעטעס
גראדע די לעצטע אנקעטע האט געהאט טאד יאנג פאראויס מיט 5% און ער האט עווענטועל געוואונען מיט 9.7%
און יא, איר זענט גערעכט אז 2016 למספרם איז געווען אן עקסטער שטארקע יאר פאר רעפובליקאנער
פאר ווער עס דארף נאך נאט אייך נאך איין ביישפיל
אין פענסילוועניע איז קעטי מעקגינטי געווען פאראויס אין 10 פון די לעצטע 12 אנקעטעס און איז געווען פאראויס מיט 2% אויף RCP
אין די ענדע האט פעט טומי געוואונען ווידערערוויילונג מיט 1.6%

אקעי, די זייגער רוקט זיך און עלעקשאן נאכט איז אן אטעם אוועק
מען זיצט מיט מאפעס קאוועס און ציגארעטן
יעדער איז געשפאנט צו וויסן אזוי פרי ווי מעגליך די ריכטונג און וועלכע די נאכט וועט נעמען דאס לאנד
אלזא, וועלכע פארמעסטן קענען דינען אלץ ערשטע אנדייטונגען ווי אזוי די נאכט וועט גיין?
נעמט אייערע פאליטישע שפאקטיוון און שטעלט אן די גלאז אויף די 25 הויז פארמעסטן וועלכע זענען איצט אינעם רעפובליקאנער הענט און מען ענדיגט דארט שטימען אום 8 אזייגער
מער ספעציפיש וועלן עקספערטן האלטן די נאנטסטע אויג אויף די פאלגנדע פארמעסטן
אין לעקסינגטאן קענטאקי נעמליך די 6'טע דיסטריקט וואו א גאר נאנטע פארמעסט שפילט זיך אויס און עס הייסט אז ביידע קאנדידאטן זענען גאר גוט און האבן ביידע געפירט גאר גוטע קאמפיינס און די פארמעסט ווערט באצייכנט אלץ היבש נאנט
דאן קומט אויף א רייזע קיין ווירדזשיניע
דעמאקראטן מוזן אויפפיקן טייל פון די פאלגענדע 4 זיצן און א פיקאפ פון אלע 4 וואלט באדייט א מעגא היסטאריש נאכט
אויב קענען זיי נישט אויפפיקן קיין איינע דערפון זענען זיי אין אויף גרויסע צרות
עס איז ערווארטעט אז זיי זאלן נעמען כאטש טייל פון די זיצן
איז לאמיר גיין רייע בערייע
ווירדזשיניעס צענטע קאנגרעסיאנאלע זיץ ווערט באצייכנט אלץ די זיץ וואס דעמאקראטן "מוזן" אויפפיקן און וועקסטאן וועט מוזן באזיגן קאנגרעספרוי קאמסטאק וועלכע איז טאקע שטארק אונטערשטעליג אין די אנקעטעס און אויף וועמען נאציאנאלע רעפובליקאנער האבן שוין אויפגעגעבן א צייט צוריק
דאן קומט די צווייטע קאנגרעסיאנאלע וועלכע נעמט אריין ווירדזשיניע ביעטש און ווערט באטראכט ווי די מערסט סווינגי דיסטריקט פון די ליסטע ווי דעמאקראטן וועלן דארפן ארויסשטויסן סקאט טעילאר
דאן האלט מען אן אויג צו די זיבעטע דיסטריקט ווי אביגיל ספאנבערגער זוכט ארויסצושטויסן דעיוו ברעט וועלכע האט ארויסגעשטויסן עריק קענטאר אין א פריימערי מיט עטליכע יאר צוריק
די פארמעסט איז גאר היציג און א דעמאקראטישע זיג אין די טראדיציאנאל רויטע דיסטריק וועט שיקן מאכטפולע סיגנאלן פאר א גאר גוטע דעמאקראטישע נאכט
און צום לעצט אויב דעמאקראטן פארכאפן די אלע זיצן און צוגאב פונעם 5'טן דיסטריקט איז עס אן אנדייטונג פאר א צונאמי נאכט ווי דעמאקראטן וועלן אפהאלטן היסטארישע געווינסן
אויפן סענאט פראנט וועט די ערשטע קומען נייעס פון אינדיאנא זינט מען ענדיגט דארט שטימען אום 8 אזייגער
עס איז וויכטיג קלארצושטעלן אז אין פילע פון די פארמעסטן מוז נישט זיין אז מען וועט שנעל וויסן קלאר ווי זיי גייען אין פאל וואס די פארמעסטן זיענען גאר נאנט און קענען מעגליך אנטשידן ווערן שפעטער ווי פארמעסטן ווי מען ענדיגט וועלן שפעטער אבער דאך קען מען באקומען דארט א שמעק
מען וועט אויך האלטן א נאנטע און פריע אויג אויף פענסילוועניע ווי דעמאקראטן האבן שאנסן אויפצופיקן ביז 8 זיצן און עס איז אנגענומען אז 2 דערפון איז ממש גאראנטירט באזירט אויף געטוישטע רידיסטריקטינג מאפעס
אין פענסילוועניע ענדיגט מען שטימען אום 8 אזייגער אוונט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג נאוועמבער 04, 2018 4:49 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

שקויעך עס איז געווען יאם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לאנדאנער האט געשריבן:שקויעך עס איז געווען יאם

מיי פלעזשאר
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

קומטס דיר בכלל נישט קיין שכח! והאי ראי' די גייסט אן אנדעם.
ביידע וועי אויב די קענסט מאכן ספעלט קאקש וואלט איך שטארק הנאה געהאט, איך בין געווארן היפש א גרעסערע איד פון די ברייטקייט וואס די טיילסט.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

נישט פשוט האט געשריבן:קומטס דיר בכלל נישט קיין שכח! והאי ראי' די גייסט אן אנדעם.
ביידע וועי אויב די קענסט מאכן ספעלט קאקש וואלט איך שטארק הנאה געהאט, איך בין געווארן היפש א גרעסערע איד פון די ברייטקייט וואס די טיילסט.

שוין געוויינט אויף דעם פראבלעם
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

קיטשי האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:קומטס דיר בכלל נישט קיין שכח! והאי ראי' די גייסט אן אנדעם.
ביידע וועי אויב די קענסט מאכן ספעלט קאקש וואלט איך שטארק הנאה געהאט, איך בין געווארן היפש א גרעסערע איד פון די ברייטקייט וואס די טיילסט.

שוין געוויינט אויף דעם פראבלעם

איך דריי זיך נאר אין קרעטשמע, זעה איך נישט. איך מיין אז איך העל מוזן קאווערן פארברענגען אויך, ביסט גוט.
!!THANK YOU BANAA#
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הנותן קאקאש לחבירו צריך להודיעו

פאר די ליינער באזע פון דעם אשכול וועלכע ארבעטן נישט און באזוכן נישט דא זונטאג ווילן מיר לאזן וויסן אז לכבוד די בעפארשטייענדע וואלן איז נעכטן זונטאג יא ארויף א טעגליכע באריכט
גראדע אנטהאלט די באריכט פרישע אפדעיטס פונעם סופרים קאורט וועלכע קען זיין אינטערסאנט פאר טייל ליינער

קראו ותחי נפשכם
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

א גרויסע שקויעך פאר ברענגען די סלייס און פאר'ן לאזן וויסן
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ש'כח הבל פאר אלעם
מיין ווייב זאגט אז זינט לוויתן פיש סטאר איז גלייך צו סאנדערס בעקעריי קען איך שוין עסן פיש פאר לאנטש אנשטאט די צימרינג קאקאש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט טראמפ שאצט איצט אז די מיטינג מיט פוטין אין פאריז וועט פילייכט נישט פארקומען

פרעזידענט טראמפ וועט מעלדן מער איבער די ערזאץ פון ניקי העילי צום יו ען ענדע וואך

פרעזידענט טראמפ זאגט איבער רייען זינקי אז ער איז א גוטער מאן און אז ער וועט אריינקוקן אין די באשולדיגונגען אבער ער וועט נישט גלייכן סיי וועלכע נעגאטיווע געפינסן

ווען די אבאמא אדמיניסטראציע האט פארארדנט די FCC צו איינשטעלן נעט נוטראלעטי רעגולאציעס זענען די גרויסע קעיבל פירמעס געלאפן צום געריכט עס צו בלאקירן
די געריכט האט צוריקגעוויזן זייער ביטע און די קעיס איז געווארן צוגעשיקט צום סופרים קאורט ווי די קעיס ווארט שוין א לאנגע צייט צו ווערן באהאנדלט
איצט צופרי האט די ליבעראלע בלאק אויפן געריכט צוריקגעוויזן די אפיעל
ריכטער טאמאס גארסוטש און אליטא האבן געוואלט צוריקדרייען די אורטייל אבער א מאיאריטעט פון די ליבעראלע 4 ריכטער האבן אויסגעפירט זינט ריכטער ראבערטס און קעווענעאו האבן זיך רעקיוזד אין די קעיס
די קעיס איז אבער נישט עכט רעלעוואנט זינט די טראמפ FCC האט שוין צוריקגעדרייט די רעגולאציע מיט א צייט צוריק
עס קען אבער יא אויסמאכן אויב א קומענדיגע אדמיניסטראציע שטעלט צוריק די רעגולאציע

היינט הויבט זיך אן די געריכט קעיס אקעגן די צענזוס/סיטיזאן פראגע נאך וואס די סופרים קאורט האט פרייטאג געגעבן די גרינע ליכט פארן נידריגן געריכט פאראויסצוגיין דערמיט

די געריכט וועט מארגן אויסהערן א קעיס איבער טויט אורטייל
לויט עקספערטן זענען די ריכטער צוטיילט 4 אויף 4 און ריכטער קעווענעאו וועט זיין די שליסל וואוט נאכצופאלגן

באנייעטע באריכטן אז סעשאנס און ראזנסטיין גייען ווערן פארשיקט נאך די וואלן

קאלאראדא איז א סטעיט וועלכע איז ברייט באקאנט אלץ גאר א פרא מאריוואנא סטעיט און אפילו דער רעפובליקאנער סענאטאר פון די סטעיט קארי גארדנער איז א גאר שטארקע קעמפער אראפצונעמען די לעגאלע פארבאט דערפון
איצט הערט מען אז די פארקויפונגען פון די געווירצן איז שוין איבערגעשטיגן א ביליאן דאלער אין ווערט און האט אריינגעברענגט איבער 200 מיליאן דאלער אין שטייערן

אין מעין קומט איצט פאר א פארמעסט צו ערזעצן דעם רעפובליקאנער גאווערנאר פאול לעפעדזש וועלכע קען מער נישט לויפן צוליב טוירם לימיטס
לעפעדזש האט לאנג פרובירט צו עלימינירן די סטעיט אינקאם שטייער און האט פארגעשלאגן א קאנסטיטוציאנאלע אמענדמענט עס דורכצופירן אבער די סטעיט לעגיסלאטור האט עס אפגעווארפן
ביי איין פאל איז אפילו געווארן אויפגעברענגט אן אומפארטייאישע פארשלאג צו ערזעצן די עקזיסטירנדע פראגרעסיוו אינקאם שטייער ראטעס וועמענס העכסטע ראטע איז 7.95% מיט א פלעט 4% אינקאם שטייער ראטע פארן פרייז פון א העכערע סעילס שטייער אבער דער גאווערנאר האט עס צו יענער צייט צוריקגעוויזן
נאך זיין ווידערערוויילונג אין 2014 למספרם האט ער זיך געבראכן און אויסגעדרוקט שטיצע אין אלגעמיין פאר א העכערע סעילס שטייער אין אויסטויש פאר עלימינירן אדער כאטש רעדוצירן די אינקאם שטייער
ער האט אפילו אריינגענומען די טויש אין זיין פארגעשלאגענע סטעיט בודזשעטן אין 2015 און 2016 למספרם
טראץ וואס זיינע פארזוכן האבן זיך למעשה נישט איינגעגעבן האט ער פארשפראכן אויסצונוצן זיין פארבליבענע צייט צו באקעמפן די אפאנענטן צו זיין שטייער רעפארם אינציאטיוו
אצינד אז זיין צייט אויפן בענקל לויפט אויס קומט די נייעס אז אמווייניגסטנס אויף א פערזענליכע פארנעם האט דער גאווערנאר באשלאסן צו נעמען שריט..
דער גאווערנאר האט געמאלדן אז ביים פארלאזן אפיס וועט ער זיך אריבערציען קיין פלארידא ווי עס איז נישטא קיין סטעיט אינקאם שטייער און אפילו זיין פראפערטי שטייער וועט זיין פיל ביליגער
איראניש איז אז לויט די איצטיגע אנקעטעס איז ערוואטעט אז ענדרו גילאם וועט מארגן נאכט זיגן אין די פלארידא גאווערנאר פארמעסט און לויט ווי מען באשולדיגט אים פלאנט ער ארויפצושטעלן א אינקאם סטעיט אויף פלארידא...
אנא אלך ממכסך ואנא מטעקסעיך אברח

ניו דזשערסי דעמאקראטישע סענאטאר קארי בוקער קערט זיך אהיים צו זיין סטעיט צו קאמפיינען און ארויסהעלפן זיין קאלעגע סענאטאר באב מענענדעז אין זיין ווידערערוויילונג פארזוך

טראמפ נעכטן אין דזשארדזשיע: איר הערט שוין מער נישט אזוי פיל איבער א בלויע כוואליע
האט שנעל צוגעלייגט: איר זאלט בעסער ארויסגיין און שטימען ווייל אויב נישט וועל איך אויסקוקן זייער שלעכט מיט דעם סטעיטמענט..

דזשארדזשיע דעמאקראטישע גאווערנאר קאנדידאט פרוי עיברעמס באצייכנט די אויספארשונג אויף די סטעיט פארטיי אונטערגענומען דורך די אפיס פון איר אפאנענט און סעקרעטערי אף סטעיט קעמפ אלץ א... וויטש האנט

א פארשלייערטע דעמאקראטישע גרופע וועלכע איז געווען פארמישט מיט אקטיוויטעטן אין די וועסט ווירדזשיניע פריימערי האט זיך אצינד געוואנדן קיין נעוואדע ווי זיי לייגן ארויס רעקלאמעס צו באשולדגין סענאטאר העלער אין נישט זיין גענוג לאיאל צו פרעזידענט טראמפ..

אין מיזורי האט די רעפובליקאנער סענאט לידערשיפ פאנד געשפענדעט 20 מיליאן דאלער אויף נעגאטיווע רעקלאמעס אקעגן מקעסקיל און די דעמאקראטישע מאיאריטעט פעק האט אויסגעגעבן 18.5 מיליאן דאלער אקעגן האולי
א טאטאל פון נאנט צו 40 מעלאנעס און די פארמעסט איז מאמענטאל א טיי..
די פראגע איז אויב די פארמעסט וואלט געשטאנען די זעלבע אויב גייען ביידע זייטן איין נישט צו שפענדן בכלל

אקעי, וואס טוט זוך מיט מעדלען אין די עלעקשאן?
איין סטעיט האט בלאקירט 51,594 לאג אין פארזוכן פון אויסלאנד אין די איין 24 שטונדן פעריאד
א צווייטע האט אפגעשלאגן 52,092 פראבעס א טאג דערויף

א פרישע העריס/ רעסמוסען אנקעטע אויף עליכע סענאט פארמעסטן
פלארידא ר פאראויס מיט 2%
סקאט 47%
נעלסאן 45%
אריזאנא ר פאראויס מיט 2%
מקסעלי 48%
סינעמא 46%
נעוואדע ר פאראויס מיט 1%
העלער 46%
ראזען 45%
אינדיאנא ד פאראויס מיט 1%
דאנעלי 46%
בראון 42%
פלארידא גאווערנאר פארמעסט ד פאראויס מיט 3%
גילאם 49%
דסענטיס 46%

א פרישע עמערסאן אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם נעוואדע סענאט פארמעסט

א פרישע עמערסאן אנקעטע אויף די מיזורי סענאט פארמעסט
האולי 49%
מקעסקיל 46%

א פרישע ען בי סי אנקעטע אויף די מיזורי סענאט פארמעסט
מקעסקיל 50%
האולי 47%

א פרישע אנקעטע גיבט אן 1% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט אין אריזאנא
און אן אנדערע אנקעטע איז זי פאראויס מיט 2%
אין די ביידע אנקעטעס איז זי לעצטע מאל געווען פאראויס מיט 6%

א פרישע דעמאקראטישע אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן דעמאקראטישן גאווערנאר קאנדידאט אין דזשארדזשיע

א פרישע ען בי סי אנקעטע אויף די פלארידא פארמעסטן שטעלט ביידע דעמאקראטן נעלסאן און גילאם פאראויס מיט 4%

א פרישע קוויניפיעק אנקעטע אין פלארידא שטעלט ביידע דעמאקראטן נעלסאן און גילאם פאראויס מיט 7%

א פרישע קוויניפיעק אנקעטע אין ניו דזשערסי שטעלט מענענדעז מיט 15% פאראויס

אין פלארידא האבן שוין 5 מיליאן געשטימט און דעמאקראטן זענען איצט פאראויס מיט 0.5%

טאטאל ערלי וואוטינג אין אריזאנא
רעפובליקאנער 42%
דעמאקראטן 34%
אינדעפענדענטס 24%

ניו דזשערסי און וועסט ווירדזשיניע ערלי וואוטינג זענען שוין איבערגעשטיגן די ראטע פון 2016 למספרם

אריזאנא טאטאל וואוטינג אין 2014 למספרם איז געווען 1.54 מיליאן
איצט האלט די ערלי וואוטינג ביי 1.58 מיליאן
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

א שיינעם דאנק
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

שכח
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

הכל הבל האט געשריבן:אנא אלך ממכסך ואנא מטעקסעיך אברח

:grin: :grin:
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הבל איז פרישע נייעס!
כ'באלעק זיך מיט דיזע ס"ה באריכטן נאך או אויסגעמוטשעטע טאג.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

קניידל פארעם האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אנא אלך ממכסך ואנא מטעקסעיך אברח

:grin: :grin:


איך שריי דאס א גאנצן טאג
כאב נאר נישט געוויסט וויאזוי מ'זאגט עס אין לשה''ק..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

גא''מ צי די אלע שכח'ס' כעת ליין איך בעיקר דא, ווייל איך האב נישט יעצט קיין צייט צי דיבעטס.
טענקס פאר @אלעס איז שטותים
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

הבל הבלים א ריזיגען יש'כ איך מיין די שרייבסט גארנישט אזוי הבל הבלים
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

א גרויסן יישר כח, רעב הבל!
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

א גרויסן שכוח הכל הבל
כאטשיג איך האב נישט קיין צוטירט נאכמיטאג אין ביינאכט עס איך עס פאר פרישטיג (עס איז נאך פרוש די קאווע מאך איך א נייע)

אין א זייטיגע פארדינסט פאר אלע ליינער בכלל אין פאר הכל הבל בפרט, אז מען קען ליינען די נייעס אן האבן צוויי דריי בלעטער טענהריי אויף וואס איינער האט בטעות געשריבן בדרך אגב, (וואס ר' הכל הבל האט געטרייט אפצושטעלן מיט שוואכע סוקסעס)
[align=center]הק' יישר כח[/align]
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”