א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

ש'כח הבל
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זונטאג בא





אין קאליפארניע'ס 25'סטע דיסטריקט גייט אסעמבליפרוי קריסטי סמיט ארויס מיט א מידיא בליץ פון 96 טויזנט דאלער אין איר פארזוך צו ערזעצן קעטי היל אין די מערץ 3 למספרם פריימערי
לויט די דאטא איז איר גרעסטע שטייננל אין וועג וועם זי ארבעט צו באזייטיגן סענק ווייגאר זינט די איבריגע קאנדידאטן זענען מיט ווייניגער נאמען אנערקענונג אדער רעפובליקאנער
*
אן אומבאקאנטע גרופע גרייט זיך אריינצוגיסן 720 טויזנט דאלער אין די קאנגרעס פארמעסט אין די 28'סטע דיסטריקט אין טעקסאס פאר איינס פון די מער קאנסערוואטיווע דעמאקראטן הענרי קולער וועלכע ראנגלט זיך אין א פריימערי מיט די ליבעראלע פרוי סיסנעראוס געשטיצט דורך אזעלכע פיגורן ווי עליזאבעט ווארען און אלעקסאנדריע קארטעז
*
אין די 26'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין פלארידא האט דעמאקראט דעבי מוקארסעל פאועל געפליפט ביי די מידטוירמס די רעפובליקאנע געהאלטענע זיץ ווערנדיג ערוויילט מיט 50.9% פון די שטימען
די דיסטריקט דעקט מאנרא קאונטי און דרום מערב פון מיאמי דעיד קאונטי
דריי שוואכער באקאנטע רעפובליקאנער האבן זיך שוין געמאלדן צו לויפן אבער נאכן באריכטן דא א מעגליכע פלאן מיט א צייט צוריק קען מען אצינד מעלדן די נייעס אז קארלוס גימענעז האט אפיציעל געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אין די רעפובליקאנע פריימערי
דער גימענעז האט שוין יא פיל מער נאמען אנערקענונג דינענדיג איצט אלץ רעפובליקאנע מעיאר פון מיאמי דעיד
ער איז טאקע א קובאנער אפשטאמיגער און טראץ וואס ער איז אפיציעל א רעפובליקאנער האט ער אינדארסירט קלינטאן איבער טראמפ אבער האט נאך די וואלן פארארדנט די לאקאלע פאליציי צו אינפארסירן אימיגראציע פארהאלטוג ארדערס פון די טראמפ אדמיניסטראציע
די פרישע רעקרוטירונג הייסט אן ערנסטע סוקסעס פאר די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע
*
די לאטינא וויקטררי פאנד האט אינדארסירט בען רעי לודזשאן וועלכע איז ערווארטעט צו געוואנען די סענאט פארמעסט אין ניו מעקסיקא
די פאנד האט אויך אינדארסירט קריסטינא צינצאן ראמיראז אין טעקסאס וועלכע לויפט אין אן אנגעשטויסענע דעמאקראטישע פריימערי צו קענען לויפן אקעגן סענאטאר דזשאן קארנין
לינדזי גרעהעם האט אינעם לעצטן יאר פערטל פון 2019 למספרם אויפגעטריבן 3.5 מיליאן דאלער און האט געענדיגט די למספרם יאר מיט10.3 מיליאן דאלער אין באנק
זיין דעמאקראטישע אפאנענט האט אויף אויפגעטריבן 3.5 מיליאן און פארמאגט 4.6 מיליאן דאלער אין די באנק
*
ביל העגערטי איז א געוועזענע אמבאסאדאר קיין יאפאן און פארמעסט זיך אין די רעפובליקאנע סענאט פריימערי אין טענעסי
ער האט אויפגטריבן אינעם לעצטן יאר פערטל פון 2019 למספרם 1.5 מיליאן דאלער און האט אין די באנק 3 מיליאן דאלער
*
סענאטארן אין אלגעמיין גלייכן זייער צו ווערן געשטעלט אלץ פארזיצער פון סענאט קאמיטעען וועלכע ברענגט זיי מער מאכט און פרעסטיזש
איינע פון די קאמיטעען וועלכע איז אבער מער א משא ווי א כבוד איז די אפראפריעישאנס קאמיטע וועלכע ווערט איצט געפריט דורך אלאבאמא סענאטאר ריטשארד שעלבי וועלכע גרייט זיך אט צו רעטייערן די פארזיצערשפאט ער האט אלץ פיינט געהאט און זיך זאגאר אויסגעדרוקט ביי א געלעגנהייט אז ער וואלט ליבערשט אדורך א רוט קאנאל ווי איידער אנגעהאלטן די זיץ
ווער איז קומענדיגע אין די רייע אים צו ערזעצן?
סענאטארשע סוזען קאלינס און אויב זי וויל עס נישט אדער ווערט באזיגט און די קומענדיגע וואלן איז די איז די קומענדיגע אין די רייע ליסא מורקאוסקי
*
דערווייל שטעלט זיך ארויס אז אין די היי יעריגע וואל סעזאן גייען נישט די רעפובליקאנער אריבער א טיי פארטיי אינערליכע פריימערי געראנגל אויף אן ערנסטע פארנעם און אויב עפעס קומען פאר מער היציגע פריימערי שלאכטן ביי דעמאקראטישע פארמעסטן ווי די ליבעראלע בלאק שטעלט אראפ א פוס און ארבעט שווער צו באזיגן א רייע מעסיגע דעמאקראטן
געציילטע אויסנאמען איז יא דא ווי אין טעקסאס און אלאבאמא אבער דארט איז עס מער איבער פערזענליכקייט ווי איבער פאליסי ווי עס איז די פראגע איבער קריס קאבאך, דזשעף סעשאנס און ראי מור
אן אינטערסאנטע אויסנאם איז אבער ווערט צו באריכטן פון טעקסאס ווי עס לויפט א לאנגיעריגע קאנגרעספרוי קעי גרעינדזשער וועלכע איז אין די פארגאנגענהייט נישט אויסגעשטאנען ערנסטע קאנקורענץ אבער דאסמאל פארמעסט זי זיך אקעגן א קאנדידאט פון רעכטס וועלכע פירט אן ערנסטע קאמף איר ארויסצוזעהן פון אפיס
די קאנגרעספרוי הייסט גראדע א קאנסערוואטיווע אבער הויפטזעכטליךאויף פיסקל אישוס
ווען עס רעדט זיך פון סאציאלע טעמעס איז שוין איר רעקארד געמישט און זי פלעגט אלץ שטיצן חוקי רציחה און איז זייער פארווע אויף שינוי הבריות אישוס
גראדע איז ארי שטעלונג אקעגן נארישע געזעצן און אפילו איבער חוקי רציחה האט זי דראסטיש געטוישט איר שטעלונג לעצטנס נאכצוקומען די טראמפ אגענדע וועלכע איז זייער אנטי ריצחה (זי האט געטוישט איר שטעלונג צו צופרידנשטעלן טראמפ וועלכע האט זעלבסט געטוישט זיין אייגענע שטעלונג צופרידנצושטעלן זיין באזע..)
אבער טראץ וואס די קאנגרעספרוי איז אינדארסירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ געניסט איר קעגנער קריס פאטנעם פון ערנסטע שטימע צווישן קאנסערוואטיוון און א רייע מאכטפולע ארגאנאזאציעס האבן איר אינדארסירט אנגעהויבן פון לאקאלע טעקסאס גרופעס ביז די נאציאנאלע קלאב פאר וואוקס
*
א פרישע אנקעטע פון די יוטא רעפובליקאנע גאווערנאר פריימערי גיבט פארן געוועזענעם גאווערנאר דזשאן האנטסמאן 32%
און פארן איצטיגן ליוטענאנט גאווערנאר ספענסער קאקס 28% בעת וואס אלע אנדערע קאנדידאטן ציען בלויז אן אין די איינצלנע ציפערן
*
די סטעיט הויז אין פענסילוועניע איז איינס פון א רייע געזעץ הייזער דעמאקראטן טרוימען איבערצונעמען ביי די קומענדיגע וואלן און זייער מעגליכקייט עס צו באווייזן איז נאר שטארקער געווארן ווען דער רעפובליקאנע ספיקער פון די הויז מייק טורזעי האט געמאלדן אז ער גייט רעטייערן אריינשטעלנדיג דערמיט זיין אייגענע זיץ אין די פיטסבורג סובארבס וועלכע ער האלט שוין אן זינט 2001 למספרם אין שפיל
*
ווי באריכטעט האט די סופרים קאורט צוריקגעוויזן די פארלאנג פון דעמאקראטן אויפצונעמען זאפארט די אבאמאקעיר קעיס און איז געזעהן געווארן ווי א צייכן אז די געריכט גייט זיכער נישט אויסהערן די קעיס בעפאר די 2020 למספרם וואלן
עס איז נאך אלץ אזוי די ערווארטונג אבער מען דארף פארט זיין פארזיכטיג פארן גענצליך אויסשליסן אזא מעגליכקייט ווייל טראץ וואס די ביטע עס זאפארט אויפצונעמען איז געווארן אפגעווארפן האלטן די דעמאקראטן ווייטער אן זייער פארלאנג אז מען זאל אויפנעמען די קעיס נאכן גרונטליכער באטראכטן זייער פארלאנג און די רעפובליקאנער האבן פארלאנגט א פארלענגערונג צו קענען פיילן זייער שטעלונג פארוואס די סופרים קארוט זאל בכלל נישט קוקן אין יענע ריכטונג בעפאר עס שפילט זיך אויס אין די נידריגע געריכטן און די סופרים קאורט האט צוריקגעוויזן די רעפובליקאנע פארלאנג און קלארגעשטעלט אז זיי דארפן ערהאלטן זייער רעאקציע אויף שפעטסטנס ביז פעברואר 21 למספרם ווען זיי גייען זיצן ביי א פריוואטע קאנפרענץ און עס וועט דארט ווארשיינליך באהאנדלט ווערן
עס קען זיין אז די געריכט האט א פארקערטע ציהל פון קענען וואס פריער קלארשטעלן פאר די וויילער אז די קעיס גייט נישט ווערן בטראכט אין די איצטיגע סעזאן און דערפאר יאגן זיי זיך מיט די פראצעדור עס צו קענען דערקלערן טויט אויפן קורצן טעמין אבער עס קען פארט זיין אז די געריכט רעזערווירט זיך יא די געלעגנהייט צו קענען אויפנעמען די ביל נאך בעפאר די וואלן אויב זיי באשליסן אזוי צו טוהן
*
די מאנטאנא סטעיט לעגיסלאטור האט אין 2015 למספרם אוועקגעשטעלט א פראגראם אונטער וועלכע די סטעיט וועלכע שטעלט צו שטייער קרעדיטס פאר אינדיווידועלן און ביזנעסער וועלכע ביישטייערן צו פריוואטע נאן פראפיט סקאלערשיפ ארגאנאזאציעס
די געזעץ האט ערלויבט אז פאר יעדע דאלער וואס מען גיבט פאר אזא ארגאנאזאציע באקומט מען ש טייער קרעזידט פון א דאלער ביז צו א מאקסימום פון 150 דאלער

די ארגאנאזאציעס האבן דאן געקענט נוצן די ביישטייערונגען צו דעקן די קאסטן פון סטודענטן וועלכע זוכן צו לערנען אין פריוואטע שולעס (גערופן סקאלערשיפ) און אין אזא סטעיט ווי מאנטאנא האט דאס געמיינט אין רעליגיעזע שולעס ווייל א מערהייט פריוואטע שולעס אין די סטעיט זענען רעליגיעזע שולעס

קורצליך דערויף האט די סטעיט שטייער דעפארטמענט ארויסגעגעבן אן אדמיניסטראטיווע ארדער צו פארבאטן געניסער פון די סקאלערשיפ פראגראמען צו נוצן די סקאלערשיפט אין רעליגיעזע שולעס ציטירנדיג א פראוויזיע פון די סטעיט קאנסטיטוציע וועלכע פארבאט דירעקטע אדער אומדירעקטע פובליק פאנדינג פאר רעליגיעז אפיליאירטע ערציאונגס פראגראמען

קענדרע עספינאזע און נאך עטליכע נידריגע פארדינער עלטערן וועלכע האבן געהאט איינגעגעבן אפליקאציעס פאר סקאלערשיפס צו האלטן זייערע קינדער אין א קריסטליכע שולע אין קאליספעל מאנטאנא האבן אנגעקלאגט די סטעיט און די געריכט און האבן געוואונען די קעיס וועלכע איז אבער נאכדעם געווארן אפעלירט און די אפעלאט געריכט און דערנאך די סטעיט סופרים קאורט האבן ביידע געגעבן גערעכט פאר די שטייער דעפארטמענט אז די פראגראם איז בלויז קאנסטיטוציאנאל אויב עס אנטהאלט די דעפארטמענטס פארארדענונג אין באצוג צו רעליגיעזע שולעס און די סטעיט סופרים קאורט איז גאר געגאנגען ווייטער און געהייסן פארשליסן די גאנצע פראגראם (אפילו פאר סקאלערשיפ צו סעקולארע שולעס) זינט די פראגראם איז געשאפן געווארן אומגעזעצליך גיבנדיג רעכט אויך פאר רעליגיעזע סקאלערשיפ

אצינד האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די פראגע און וועטדארפן באשליסן אויב א געזעץ וועלכע ערלויבט פאנדינג פאר ערציאונג אין אלגעמיין בעת וואס זי פארבאט פאנדינג פאר רעליגיעזע שולעס טוט פארלעצן די פעדעראלע קאנסטיטוציע פון אייניגע רעכטן פאר רעליגיעזע און נישט רעליגיעזע

אגודת ישראל אין אמעריקא האט געהאט געשטופט די סופרים קאורט צו אקצעפטירן די קעיס און איצט אז די געריכט גייט עס באהאנדלען האט די אגודה געשיקט א פריינט פון געריכט בריוו אין וועלכע זי מוטיגט די ריכטער צו אורטיילן אין שטיצע פון די רעליגיעזע שולעס ערווענענדיג א צווייטע קעיס אין וועלכע די סופרים קאורט האט מיט א צייט צוריק ערלויבט א מיזורי סטעיט פראגראם צו דעקן אויספלאסטערונג קאסטן אין א פריוואטע שולע שפיל הויף און אויך אין יענע קעיס האט אגודת ישראל געשריבן צום געריכט אין שטיצע פון די שולע און איצט נוצן זיי יענע אורטייל אלץ ביישפיל צו איבערצייגן די ריכטער נאכאמאל צו נעמען יענע ליניע

די פעדעראלע רעגירונג האט גראדע מיט יארן צוריק געוואלט איינפירן די זעלבע פארבאט ווי מאנטאנא האט איצט אבער איז דאן דורכגעפאלן און זינט דאן האבן אסאך סטעיט אריינגערעכנט מאנטאנא עס אריינגעלייגט אין זייערע סטעיט קאנסטיטוציעס און די פראגע אצינד איז אויב עס איז נישט אין פארלעצונג פון די פעדעראלע קאנסטיטוציע

די טאג אין געריכט האט זיך אנגעהויבן מיט די ארגומענטן פון אדוואקאט ריטשארד קאמער וועלכע האט פאטרעטן די פאמיליעס אין געריכט און ער האט פארגעשטעלט פאר די ריכטער אז די פראגעכ איבער וועלכע זיי גייען אורטיילן איז אויב די פעדעראלע קאנסטיטוציע ערלויבט א פולקאמע אויסשליסונג פון רעליגיעזע שולעס פון געניסן פון סטעיט סקאלערשיפט פראגראמען און אז לויט אים איז די ענטפער געוויס אז נישט

קאמער איז באפאלן געווארן פון א האגל מיט פראגן פון די פיר פרויען ריכטער ווען ריכטערין גינזבורג איז צום ערשט ארויסגעשפרונגן פרעגנדיג אז זינט די 2015 למספרם פראגראם איז שוין סייווי אפגעלאפן און מער נישט אקטיוו צוליב וואס די סטעיט סופרים קאורט האט גע'פסל'ט די גאנצע געזעץ פארמאגן די פאמיליעס נישט קיין סטענדינג צו קלאגן ווייל איצט קען דאך קיינער נישט געניסן פונעם פראגראם אפילו די וועלכע שיקן צו פריוואטע סעקולארע שולעס און דעריבער ווערט קיינער נישט דיסקרימינירט
באזונדער האט גינזבורג ארויסגעברענגט אז די פאמיליעס צאלן ניטאמאל קיינע שטייערן דעריבער האבן זיי נישט קיין רעכט צו קלאגן די סטעיט פארן נישט גיבן פאר טייל מענטשן "שטייער קרעדיטס"

סאטאמאיאר האט אויך געריטן אויף די טענה זאגנדיג אז די פאמיליעס זענען ווי דריטע קוזינען צום אנגעבליך ב'עוולה'טן ווייל זיי זענען נישט די וואס צאלן די שטייער און פארלאנגען זייער קרעדיט, זיי זענען נישט די שולעס וועלכע באקומען די געלט פון די סטעיט און זיי זענען ניטאמאל פארזיכערט אז ווען די סטעיט זאל יא גיבן די שטייער קרעדיטס פאר די שטייערצאהלער וועלכע ביישטייערן צו די שולעס וועלן עס זיין זייערע קינדער וועלכע וועלן אויסגעקליבן ווערן פון אלע אנדערע קינדער אין די סטעיט צו געניסן פון די פראגראם און דעריבער פארמאגן די פאמיליעס ניטאמאל קיין סטענדינג אין די קעיס

ראבערטס האט אויך שפעטער זיך געמוטשעט מיט די סטענדינג אישו ווען דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל דזשעפרי וואל האט געמאכט די קעיס אין שטיצע פון די פאמיליעס האט ראבערטס געפרעגט אז די באטראפענע אין די קעיס זענען דאך די שולעס און נישט די עלטערן און עס ציילן זיך נישט קיין שולעס צווישן די קלעגער אין די קעיס

ריכטערין קעיגען האט געציבלט קאמער מיט די ערשטע טענה אז מאמענטאל זענען אלע אינעם זעלבן שיף און קיינער געניסט נישט פונעם פראגראם און קיינער ווערט נישט בעפארצוגט איבערן אנדערן

אבער קאמער האט צוריקגעשאסן זאגנדיג אז די דיסקרימינאציע איז יא דא מיט דעם וואס די סטעיט סופרים קאורט האט עלימינירט די פראגראם אויפן פאלשן באזיס אז די סטעיט קאנסטיטוציע קען פארבאטן סקאלערשיפ פאר רעליגיעזע בעת וואס אנדערע קענען געניסן דערפון

קעיגען האט אויסגעקוקט אומאיבערצייגט פון די טענה זאגנדיג אז מיר אדרעסירן געווענליך נישט יעדע ליניע פון לאקאלע געריכט אורטיילן אויב די פילאזאפיע דערפון קען זיין דיסקרימינינד נאר ענדערש איבער די פאקטישע קאנסקווענצן וועלכע קומען ארויס פון די אורטיילן און די פאקטישע אורטייל האט אוועקגענומען די פראגראם פון א יעדן צוגלייך (טראץ וואס די אונטערלאגע פונעם אורטייל איז געווען באזירט אויף אן הנחה וועלכע דיסקרימינירט אקעגן רעליגיעזע)

אליטא האט זיך געוואלט אננעמען פאר קאמער האט ער אים געפרעגט אויב עס וואלט געווען אומקאנסטיטוציאנאל פאר א סטעיט רעגירונג אגענטור צו טוהן עפעס וואס איז בעצם אויסגעהאלטן אויסגעהאלטן (עלימינירן די פראגראם פאר יעדן) אבער די סיבה פארן עס טוהן איז אומקאנסטיטוציאנאל (דהיינו, ארויסווארפן די געזעץ ווייל עס נעמט אריין רעליגיעזע)

קאמער האט זיך צוגעכאפט און קלארגעשטעלט אז אזא זאך איז אקעגן די קאנסטיטוציע

דערנאך איז מען געגאנגען צו די קומענדיגע פראגע ווען קאמער האט געוואלט נוצן די סופרים קאורט אורטייל פון 2017 למספרם וועלכע האט געזאגט אז די פראגראם אין מיזורי וועלכע האט געקענט דעקן די קאסטן אויסצופלאסטערן א רעליגיעזע שפיל הויף דעקט אויך די פראגע פון סקאלערשיפ פראגראמען

ראבערטס האט אבער אנגעצייגט אז יענע אורטייל האט קלארגעשטעלט אז זי איז זייער באגרעניצט צו די פאקטן אין יענע קעיס און טוט נישט אדרעסירן רעליגיעזע באנוץ פון פאנדינג אדער אנדערע דיסקרימינאציע פראגן (יענע קלארשטעלונג איז געווען אין א פוטנאט געששריבן דורך ריכטער ראבערטס אבער ריכטער טאמאס און גארסוטש האבן זיך נישט אנגעשלאסן צו שטיצן יענע טייל)

קאמער האט אבער געזאגט אז די איצטיגע קעיס איז נישט אנדערש און ממש די זעלבע ווי די מיזורי קעיס און ריכטער קעווענאו און אליטא האבן אויסגעקוקט אז זיי גייען איין דערויף צימבלנדיג עדעם יוניקאוסקי וועלכע האט רעפרעזענטירט מאנטאנא ווי אזוי די פראגראם וועלכע שליסט אויס רעליגיעזע שולעס איז אין איינקלאנג מיט די אורטייל אין די מיזורי קעיס

קעיגען אבער האט שיין ערקלערט די דיפרענץ פון די צוויי קעיסעס זאגנדיג אז איןמיזורי האט מען געוואלט געניסן פון דעקונג אר רעליגיעזע שולעס אבער פאר נייטראלע צוועקן און פאר סעקולארע בענעפיט ווי אויסגעפלאסטערטע פאדלאגעס בעת וואס אין מאנטאנא זוכט מען אז די רעגירונג זאל סובסודיזירן רעליגיעזע ערציאונג און אקטיוויטעטן מיטן שטיצו די לערעס אין יענע שולעס

ריכטער ראבערטס און ברייער האבן אויסגעקוקט אביסל באזארגט איבער די אימפאקט פון א אן אורטייל לטובת די עלטערן און די ווייטגרייכנדע אפעקטן דערפון און צו עס קען אפעקטירן רעגירונג פאנדינג פאר פובליק שולעס (זינט רעליגיעז פריינטליכע רעגירונגען וועלן ווידמען מער געלט פאר פראגראמען וועלכע בענעפיטירן רעליגיעזע שולעס און שניידן אויפן חשבון פון פובליק שולעס)

אבער קאמער און וואל האבן געזוכט צו בארואיגן זייערע זארגן זאגנדיג אז זיי געפונען זיך אין געריכט בלויז צוליב די שאפונג פון א פראגראם וועלכע איז סייווי געגאנגען פאר פריוואטע שולעס אין אלגעמיין אין דארט האט זיי געשטערט אז רעליגיעזע שולעס ווערן אויסגעשלאסן פון פריוואטע סעקולארע שולעס אבער נישט צו פארלאנגען צו זיין אייניג בארעכטיגט פאר פאנדינג צו די פובליק שולעס און מיר זאגן נישט דא אז עס איז דיסקרימינאציע צו פאנדן בלויז פובליק שולעס

ווען קאמער האט געפארטיגט זיין ארגומענט האט אויסגעקוקט ווי ער איז פארזיכערט מיט די שטימען פון ריכטער אליטא און קעווענאו

ריכטערין גינזבורג, קעיגען און סאטאמאיאר האבן אויסגעקוקט גאנץ קלאר צו גיין מיט די סטעיט
ריכטער גארסוטש האט זייער ווינציג אריינגעפרעגט שווער מאכנדיג צו שאצן זיין פאזיציע און ריכטער טאמאס האט גארנישט געפרעגט ווי געווענליך אבער באזירט אויף זייערע שטימען אין די מיזורי קעיס איז גאנץ ווארשיינליך אז דאסמאל וועלן זיי אויך אורטיילן אין שטיצע פון רעליגיע

אין סך הכל קומט אויס אז די דעצידירער אין די קעיס וועלן גאנץ מעגליך זיין ריכטער ראבערטס און ברייער וועמענס פראגן האבן זיך באצויגן הויפטזעכטליך איבער די פובליק שולע פאנדינג פראגע וואס פון איין זייט צייגט עס אז זיי זענען נערוועז אז עס וועט אפעקטירן פובליק שולעס אבער פון די אנדערע זייט קען עס צייגן אז זיי פארשטייען אז אמווייניגסטנס די מעריטס אויף די קעיס פאר זיך אן זיך זארגן אויף שפעטערע נייע פראגן איז יא שטארקער פאר די קלעגער


די סופרים קאורט האט פרייטאג שמות אקצעפטירט א קעיס אין וועלכע זיי וועלן באשליסן אויב פארד קען ווערן אנגעקלאגט דורך מינעסאטע און מאנטאנא פאר פעלערהאפטיגע קאר דעזיין טראץ וואס די פירמע פראדוצירט נישט און פארקויפט נישט יענע סארט אויטאמאבילן אין די אויבנדערמאנטע סטעיטס
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הערליך! און יישר כח פארן אונז נישט לאזן הונגעריק טראץ די ביזי טעג מיט די אימפיטשמענט!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאראינטערסירט האט געשריבן:הערליך! און יישר כח פארן אונז נישט לאזן הונגעריק טראץ די ביזי טעג מיט די אימפיטשמענט!!

יישר!
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

א גרויסן יישר כח הכל הבל, פאר היינט אין פאר ביז אהער
צעקה בקול דממה דקה
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איז דאס צוטיילן די געריכט קעיס אויף מיט ריוח בין הפרקים אן אויפטוה אדער ציהט נאר אויס די לענג פון די באריכט?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גאר א גוטע זאך, עכ"פ פאר מיר.

בד"וו, איך מיין אז דער עולם האט בעצם מער ליב א לענגערע קאקאש, לפי זה איז מאכן אויסקוקן לענגער גאר אויך א מעלה.

ישר כח.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

הכל הבל האט געשריבן:איז דאס צוטיילן די געריכט קעיס אויף מיט ריוח בין הפרקים אן אויפטוה אדער ציהט נאר אויס די לענג פון די באריכט?

ריזיגן דאנק! פאר מיר מאכט עס קלארער צו ליינען.
שויתי ה' לנגדי תמיד
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס איז גרינגער צו ליינען ווען עס איז אפגעטיילט אזוי ווי יעצט -דיין פרישע דרשה איז עפעס מוראדיג, וויאזוי מאכט מען דאס?! געוואלדיג שיין און א גרויסע יישר כח.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

אפטיילן מאכט זיכער גרינגער צו ליינען.

שכח הבל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מטעמים האט געשריבן:עס איז גרינגער צו ליינען ווען עס איז אפגעטיילט אזוי ווי יעצט -דיין פרישע דרשה איז עפעס מוראדיג, וויאזוי מאכט מען דאס?! געוואלדיג שיין און א גרויסע יישר כח.


שקויעך באמת!
וועלכע דרשה מיינסטו?
די קאורט קעיס איבער רעליגיע?
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הכל הבל האט געשריבן:איז דאס צוטיילן די געריכט קעיס אויף מיט ריוח בין הפרקים אן אויפטוה אדער ציהט נאר אויס די לענג פון די באריכט?

זיכער איז דאס בעסער.
ואגב וואלט איך געראטן אז דאס זאל זיין אין אן עקסטערע תגובה אדער אשכול, אז מ'זאל דאס קענען פארצייכענען אלץ אומגעליינט די געריכט קעיסעס, זינט פאר דעם דארף מען האבן אביסל קאנצעטראציע.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הכל הבל האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:עס איז גרינגער צו ליינען ווען עס איז אפגעטיילט אזוי ווי יעצט -דיין פרישע דרשה איז עפעס מוראדיג, וויאזוי מאכט מען דאס?! געוואלדיג שיין און א גרויסע יישר כח.


שקויעך באמת!
וועלכע דרשה מיינסטו?
די קאורט קעיס איבער רעליגיע?

יא! עס איז זייער אינטערסאנט - לייגסט נאך צו די לעבעדיגע מצב אין געריכט, א געלונגען שטיקעל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

צל עובר האט געשריבן:גאר א גוטע זאך, עכ"פ פאר מיר.

ישר כח.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

נאכנישט געליינט קודם דריק איך אויס א שכויעך פאר הבל אפילו ווען סענאט קריגט נאר 1 טאג זיך אפצוריען דעליווערט ער קאקאש געהעריג
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג בא


איינע פון די קאמיטעען וועלכע איז אבער מער א משא ווי א כבוד איז די אפראפריעישאנס קאמיטע



וואס טוט די קאמיטע?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

די געריכט באריכט איז געווען אויסטערליש קלאר היינט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

און איך האמעך איינגערעדט אז ווילאנג הבל איז אין סענאט העטער נישט קענען שיקן קיין קאקאש קעיק... א נעכטיגן טאג! פרישע סחורה!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

דערקענט זיך אונזער רעפארטער עסט נישט קיין קאקאש דיזע טעג אין מוז זיך באגענוגען מיט אביסל מילך (חלב סתם)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זונטאג בשלח



א לעכטיגן פרימארגן!

מארגן אוונט גייט ווערן אפגעגעבן די ערשטע שטימען אין די 2020 למספרם פריימערי סעזאן מיט דעם וואס וויילער פון ביידע פארטייען גייען מאכן זייער אויסוואל אין די אייאווע קאקוס און פאלגענד איז א שטיקל באריכט איבער וואס עס גייט זיך מארגן אפשפילן און כאטש א שמעק פון וואס איז צו ערווארטן

די קאקוסעס ווערן אפגעהאלטן צושפרייט לענגאויס 1678 פריסינקטס אויף די דעמאקראטישע זייט און די אויפגאבע פון איטליכער קאמפיין איז צו געפונען א קאמפיין ארגאנאזירער וועלכע זאל פארזיכערן ווי מער שטיצער פונעם קאמפיין זיך צו באווייזן און איבערצייגן אומבאשלאסענע וויילער פארוואס זייער קאנדידאט איז דאז מערסטע געאייגנט צו ווערן ערוועלט אלץ די פארטיי'ס נאמיני

ארויסצוברענגן וויילער אין אזא טאג קען זיין היבש שווער און קאמפיינס דארפן צו האבן עכט מאטיווירטע ארגאנאזירערס וועלכע זאל ארויסשלעפן וואס מער מענטשן פון שטוב פאר א מיטינג וועלכע קען רואיג געדויערן א שטונדע אדער צוויי

די באדייט פון די ווארט קאקוס איז אן אלטע אויסדרוק צו באצייכענען א מיטינג וואו מען ערלעדיגט ביזנעס אנגעלעגנהייטן און איז היסטאריש גענוצט געווארן צו באצייכענען די צוזאמקומפטן אין אייאווע אין וועלכע עס זענען ערלעדיגט געווארן די ביזנעס פון די לאקאלע סטעיט פארטייען

די אייאווע קאקוס גייט שוין צוריק פאר לאנגע יארן און פלעגט דינען הויפטזעכטליך צו באשטימען פארטיי ווירטשאפט, ערוועלן דעלעגאטן צום סטעיט פארטיי קאנווענשאן ביי וועלכע מען פארמירט די פארטיי פלאטפארמע און אגענדע
די דאטום פונעם קאנווענשאן פלעגט זיין אלעמאל אנדערש און געווענליך טיף אריין אין די פרעזידענט פריימערי סעזאן וועלכע האט געמיינט אז די פארמעסט פאר פרעזידענט פלעגט שפילן גאר א קליינע ראלע אין די קאקוס און גאר ווינציג איינפאכע וויילער פלעגן זיך דארט באטייליגן

אזלעכע מיטינגען פלעגן געווענליך פאסירן ווען צום ביישפיל, דזשאן סמיט וועלכע איז געווען א סטעיט פארטיי באאמטע האט זיך פארבונדן טעלעפאניש מיט ריק דעיוויס וועלכע האט פונקט ווי אים אויף פארנומען א פאזיציע אין די פארטיי און די צוויי האבן זיך אפגעשמועסט ווען זיך צו טרעפן אין עימיצן'ס סאלאן און דארט "אפגעראכטן" די קאקוס

אין 1968 למספרם האט די פארטיי באשטעטיגט א טויש צו זיין מער אפן מיטן פובליק און איינגעפירט אז מען מוז פארעפנטליכן די דאטום און לאקאל פון די מיטינגען 30 טעג בעפאר זיי ווערן אפגעראכטן

די קליינע רעפארם האט אבער געעפנט די וועג פאר א מאסיווע טויש אינעם גאנצן קאקוס סטרוקטור וועלכע האט נאכגעפאלגט בלויז 4 יאר שפעטער ווען די פארטיי האט אנערקענט אין די גלענצנדע געלעגנהייט פון שענקן מער אויפמערקזאמקייט צום פראצעדור האט דאן ארויפגערוקט די דאטום פון די קאקוס צו פעדערן די ביז דאן ערשטע סטעיט ניו העמפשיר און אזוי איז די סטעיט צוביסלעך אויסגעשטיגן אלץ די ראש המדברים אין די פרעזידענט פריימעריס פארמעסטן

זינט א קאקוס איז אזוי אנדערש ווי א געווענליכע פריימערי און גאר אייגנארטיג וועלן קאמפיינס פרובירן צו טרעפן קאקוס ארגאנאזירער וועלכע זענען פון די באטרעפנדע געגנט און קענען זיך מיט לאקאלע איינווואוינער ווייל עס איז גרינגער צו באארבעטן שכנים און באקאנטע

אן עקסטערע מיסיע פאר די ארגאנאזירער וועט זיין צו האלטן אן אויג אויף באשלאסענע וויילער וועלכע פלאנען צו שטימען פאר קאנדידאטן וועלכע וועלן פארפעלן אנצוציען אין זייער פריסינקט די נויטיגע 15% און דאן אויטאמאטיש ווערן אן אפענע ציהל פון די ארגאנאזירער זיי אריבערצוגעוואונען צו זייער זייט ביי די נאכפאלגענדע רונדע

די ציפער דעמאקראטישע וויילער אין אייאווע איז ערווארטעט צו זיין גאר הויך און געשאצט צו גרייכן ערגעץ צווישן 100 און 200 טויזנט און זייער העכסטע רעקארד דערווייל איז געווען ארום 240 טויזנט

ווי געשריבן וועלן רעפובליקאנער אויך קאקוסן אין די זעלבע נאכט זינט די רעפובליקאנע סטעיט פארטיי האט אנדערש ווי א רייע סטעיט פארטייען נישט אפגערופן די קאוקאס אבער עס איז נישט ערווארטעט קיין ערנסטע באטייליגונג זינט פרעזידענט טראמפ איז דער ערוואטעטער זיגער

אויפן רעפובליקאנע טיקעט וועלן ערשיינען פרעזידענט טראמפ צוזאמען מיט זיינע אפאנענטן וואלש און וועלד וועלכע זעענען ביידע היינט אין די מאין אייאווע

די רעלעוואנץ וואס רעפובליקאנער וויילער קענען פארט האבן אין די מארגנדיגע פראצעדור איז די לייכטע וואל געזעצן אין אייאווע וועלכע ערלויבט וויילער צו טוישן פארטיי רעגיסטראציע אויפן ארט בעפאר די וואלן וואס באדייט אז רעפובליקאנער וועלכע האבן אן אינטערעסע צו העלפן באשליסן ווער עס איז די דעמאקראטישע געוואונער קען טוישן פארטיי פאר א נאכט און אזוי קענען אריינרעדן אין די דעמאקראטישע פארמעסט

דעמאקראטישע קאנדידאטן וועלכע זענען געווען אראפגעבונדן אין די לעצטע וואכן אין סענאט האבן נארוואס באקומען עטוואס מער צייט צו קאמפיינען און עס בלייבט איבער צו זעהן אויב און וויפיל ערנסטע שאדן זייער אפוועזנהייט אין די סטעיט אין די לעצטע קריטישע טעג האט זיי אפגעקאסט

טראץ וואס די סענאטארן וועלכע לויפן פאר פרעזידענט האבן טאקע נישט געקענט אלינס קאמפיינען אין די סטעיט האבן זיי יא פרובירט צו האבן דארט זייערע פארטרעטער וועלכע זאל אנהאלטן ענערגיע צווישן זייער שטיצער ווי עליזאבעט ווארען וועלכע אהין געשיקט איר צו קאמפיין אויפטריטן איר מאן און איר הונטל

אצינד א שטיקל בליק אויף עלעקשאן נאכט:
אום אכט אזייגער איסטערן טיים אין אוונט הויבן זיך אן די קאוקאסעס אבער די טיהרן עפענען זיך שוין א שטונדע בעפאר
די לאקאלן זענען נישט די זעלבע ואו מען שטימט אין די אלגעמיינע וואלן און איז טייל פון די ארבעט פון די ארגאנאזירער צו פארזיכערן אז מענטשן זענען באקאנט וואו אהין צו גיין זייענדיג אין מערסטנס פעלער לאקירט אין אזלעכע ערטער ווי שולעס אין גימאנעזיום'ס

איינמאל מען איז געשטאנען אין ליניע אריינצוגיין בעפאר זייגער אכט (אויפן ניו יארקער זייגער) קען מען מער נישט ווערן אפגעוויזן איינטריט און ווי עס מאכט זיך אפט ווען עס איז דא לאנגע ליניעס וועלן די באאמטע ערשט אפשפארן די לאקאלן שפעטער ווי געפלאנט

יעדע פריסינקט באקומט צוגעטיילט פון די פארטיי א טעמפארערי פארזיצער וועלכע טוט איינפעדימען די קאקוס און ער פירט אדורך אן אפשטימונג און אין געווענליכע פעלער ווערט יענער אריינגעשטימט אנצופירן מיט די גאנצע פראצעדור און דערנאך וועלן טייל קאמפיינס פארלאנגען און באקומען א געלעגנהייט אז זייער ארגאנאזירער קורצליך צו פארשטעלן זייער קאנדידאט און זייערע אייגנשאפטן

די פראצעדור דערנאך איז אנדערש ביי די צוויי פארטייען און ביי די רעפובליקאנע פארטיי איז זי מער איינפאך ווען אלע אנוועזנדע וועלן זיך זעצן צום טיש און יעדער וועט אויספולן א פאפירענע בעלאט און אריינווארפן אין א שאכטל וועלכע ווערט דערנאל געפנט דורך פארזיצער וועלכע ליינט פאר אלע בעלאטס פארנט פון יעדן און דאן שיילט זיך ארויס א געוואונער מאכנדיג די סיסטעם גאר ענליך צו א געווענילכע פריימערי מיטן אויסנאם אז דא קען יעדער מיטהאלטן פאר וועם מען יעדער שטימט

ביי די דעמאקראטן איז עס אביסל מער קאמפליצירט ווען טראץ וואס מען מעג אפיציעל זיצן וועט עס געווענליך נישט פאסירן נאר די וויילער גרופירן זיךארום די ארגאנאזירער פון די קאנדידאט וועם זיי שטיצן און יעדע גרופע שטעלט זיך ביי א באזונדערע ווינקל אין צימער
געוויסע קאמפיינס קענען ארויסשטעלן טעוועלעך צו רופן פאר שטיצע און אפילו אויסטיילן קוכן און אנדערע איבערבייס

אין קלענערע פריסינקטס וועלן גלייך קלאר ווערן אז געוויסע גרופעס ציען אן ווינציגער ווי 15% און דאן געדויערט ארום 15 מינוט פאר די שארית הפליטה פון די שוואכע קאנדידאטן צו באשליסן וואס זיי ווילן טוען
זיי קענען ווערן צוגעצויגן צו אנדערע קאנדידאטן אדער איינפאך פארלאזן דאס ארט און זיך גיין לייגן שלאפן און דערנאך קומט פאר די ענדגילטיגע ציילונג צו זעהן וויפיל יעדע קאנדידאט באקומט

וואס פאסירט נאכדעם איז אזוי:
ביז היינט איז געווען בלויז איין אפיציעלע באריכט ארויס פון יעדע פריסינקט וועלכע האט איינפאך איינגעמאלדן וויפיל פראצענט דעלעגאטן יעדע קאנדידאט גייט באקומען צום סטעיט קאנווענשאן פונעם באטרעפנדער דיסטריקט און די באריכט האט די מידיא גענוצט צו קענען באריכטן ווי זאכן האלטן

די דאזיגע סיסטעם האט באדייט אז מען האט פלעגט נישט באקומען קיין באריכטן איבער וויפיל מענטשן האבן געשטימט פאר וועלכע קאנדידאט נאר בלויז די פראצענט דעלעגאטן יענער באקומט צוגעטיילט

אין אן ערשט מאליגן טויש האט אבער די פארטיי איינגעפירט אז היי יאר גייט זיין א באזונדערע ציילונג ווי וויילער גייען קענען גלייך ביים אנקומען אויספולן א פאפיר און אויסקלויבן זייער בעפארצוגטע קאנדידאט און אויך האבן א שאנס צו שרייבן ווער זיי וועלן אויסקלויבן אלץ צווייטע אויסוואל אין פאל זייער קאנדידאט ציעט נישט אן די מינומום 15%
די טויש באדייט אז די פארטיי וועט האבן פאפירענע רעקארדס אין פאל סיי וואס ווערט אומקלאר איבער די אויסגאנג און אויך אז די פרעסע וועט האבן נאך א קוואל פון ווי צו באריכטן

דעריבער דארף מען וויסן צו ערוואטן דריי סארט ציפערן וועכלע זענען די ערשטע אויסוואל אויף די פאפירן, די רעכענונג נאכן איינשליסן די צווייטע אויסוואל און די הויפט באריכט וועכע פלעגט ביז היינט זיין די איינציגסטע באריכט און איז ערווארטעט צו פארבלייבן די סטאנדארט מערסט אקוראטע באריכט וועלכע איז די געווענליכע רענונג פון וויפיל פראצענט דעלעגאטן יעדע קאנדידאט באקומט

די דיפרענץ צווישן די דעלגאטן פראצענט הויפט באריכט און די פאפיר בעלאט באריכט איז גאר גרויס ווייל עס קען פאסירן אז איין קאנדידאט זאל שטארק אנציען אין קאונטיס מיט שטארק אנגעלייגטע פאפולאציעס און אלץ רעזולטאט וועט מען הערן אז קאנדידאט פלוני געניסט פון גאר שטארקע שטיצע אין די "פאפולערע וואוט" רעכענונג אבער דער זלעבער קאנדידאט קען מעגליך האבן ווייניגער שטיצע ווען מען רעכנט עס אויסגעשפרייט לענגאויס די גאנצע סטעיט און אלץ רעזוולטאט אריינקומען שוואכער אין טוירמס פון פראצענט דעלעגאטן

די אינטערסאנטע מעגליכע ערשיינונג איז גאר ענליך צו די מעגליכקייט אין די אלגעמיינע וואלן צו געוואנען די נויטיגע צאל עלעקטארעל שטימען און מיט דעם די פרעזידענטשאפט אין די זעלבע צייט וואס דער פארלירער געוואונט די פאפולערע וואוט באקומענדיג מער שטימען און שטארק באוואוינטע שטאטן אבער נישט גענוג עלעקטארעלס

די מעגליכקייט ווערט ארויסגעברענגט צו געדענקן אז טראץ וואס טייל וועלן באריכטן די רעזולטאטן ארויס באזירט אויף וואס די פאפירענע בעלאטס צייגן דארף מען געדענקן אז עס איז בלויז די אפיציעלע דעלגאטן פראצענט ציילונג וואס מאכט אויס

אין פאל אבער וואס די דיפרענץ צווישן די צוויי סארט ציילונגען גייט זיין גאר גרויס קען די פאפיר ציילונג יא טראגן א מער ערנסטע געוויכט ווייל די קאנדידאט מיט שטארקע שטיצע אין די פאפולערע וואוט ציילונג וועט זיך דערקלערן זיגער כאטש אויף דעם פראנט
און טראץ זיין קלענערע צאל דעלעגאטן וועט עס יענעם מעגליך פארוואנדלען אין די "צווייטע געוואונער פון די נאכט" זינט א זיג אין אייאווע איז בלויז מער סימבאליש און צו צייגן שטארקקייט און אויפטרייבן מאמענטום פאר די נאכפאלגענדע שטאטן
א שטייגער ווי די 2004 למספרם דעמאקראטישע פריימערי אין וועלכע דזשאן קערי האט פאקטיש אפגעהאלטן א סורפרייז זיג אבער יענע נאכט האט מען גערעדט פון " צוויי געוואונער" זינט דזשאן עדווארדס איז אריינגעקומען גאר א נאנטע נומער צוויי צו אלעמענס סורפרייז

נאך א טויש איז געווארן איינגעשטעלט היי יאר אז אין פאל עימיצער האט זיך געשטעלט ביי א געוויסע גרופע און נאכן ענשטן ציילונג שטעלט זיך ארויס אז אן אנדערע גרופע מאגלט די נויטיגע 15% און דער וואס איז ביי די גרופע מיט מער פון 15% וועט וועלן פאר סטראטעגישע אינטערעסן אריבערגיין צו די אויסגעשפילטע גרופע (זינט זיין קאנדידאט האט סייווי די נויטיגע צאל און פאר זיין קאנדידאט לוינט זיך בעסער צו האלטן דעם אויסגעשפילטן קאנדידאט אינעם פארמעסט צו צושפליטערן זיין אפאנענטס שטימען) וועט מען עס מער נישט קענען טוהן און די איינציגסטע טויש נאכן ציילונג איז אריבערצוגיין פון א גרופע אונטער 15% צו א גרופע מיט מער ווי 15%

נאך א טויש וועט זיין אז אין פאל נאכן ציילונג שטעלט זיך ארויס אז עס האט זיך פארמירט א גרופע פון אומבאשלאסענע וויילער וועלכע גרייכן 15% אדער מער וועלן יענע וויילער אויך נישט קענען מער טוישן גרופע נאר באקומען צוגעטיילט די פארדינטע פראצענט "אומאראפגעבונדענע דעלעגאטן"

איין טויש וועלכע די פארטיי האט געטרוימט איינצופירן איז צו ערלויבן אפצוגעבן א שטימע דורך אנדערע מיטלען אויב מען קען נישט זיין אנוועזנד אבער די נאציאנאלע פארטיי האט עס בלאקירט אנגעבליך צוליב זיכערהייט אורזאכן און די סטעיט פארטיי האט זיך געמוזט באגניגן מיט א בלאסערע טויש איינשטעלנדיג 99 אזויגערופענע סאטעלייט קאקוסעס אין קאמיוניטי ערטער ווי גרויסע ארבעטס פלעצער וואו וויילער וועלכע קענען עס נישט מאכן צו די געווענליכע לאקאלן זאלן קענען קאוקאסן אין די צענטערן אין וועלכע זיי געפונען זיך געווענליך דורכן טאג

באוזנדער וועט ווערן צוגעשטעלט די מעגליכקייט צו קאקוסן אין אנדערע סטעיטס אין וועלכע עס געפונען זיך קאנצעטרירט גרעסערע גרופעס אייאווע איינוואוינער א שטייער ווי פלארידא וואס באדייט אז מען גייט שוין מאגן שטימען אין די סאנשיין סטעיט..
די זעלבע וועט פארקומען אין א רייע לאקלאן אין אויסלאנד צוצושטעלן די מעגליכקייט פאר אייאווע איינווואוינער וועלכע זענען נישט דאהי צו קענען אפגעבן זייער שטימע

די פראגע וועלכע יעדער וויל וויסן איז וואו און וואס דארף מען קוקן מארגן נאכט צו באקומען די ערשטע אנונג איבער וואס צו ערווארטן

די סאמע ערשטע וויצו קוקן איז ארויף אויפן הימל און באטראכטן די וועטער צושטאנד זינט עס איז אנגענומען אז א שווערערע וועטער באדייט א קלענערע טוירנאוט און שפילט געווענליך אריין אין די הענט פון קאנדידאטן מיט מער ענערגיש און אויפגעהייטערטע וויילער
אין די לעצטע טעג איז געווען גאר קאלט און פראסטיג אבער די טעמפעראטור איז צוביסלעך ארויף אין הויערט אין די פערציגער נעכטן און היינט און איז ערווארטעט צו זיין מילד און רעלאטיוו שיין פאר אנהויב פעברואר למספרם דורכאויס די מארגנדיגע טאג


אנדערש ווי אין אן אלגעמיינע פארמעסט ווען עס שלאגן זיך צוויי גרויסע פארטייען און מען ווייסט פון פאראויס ווי יעדע פארטיי דארף זיין שטארק איז א פריימערי אין אזא גרויס מיט עטליכע קאנדידאטן אין צענטער און אויף לינקס איז גאר שווער פאראויסצושאצן איבער ווי אזוי אפילו צו שאצן בכלל אבער אויף וויפיל עס איז שייך איז די פאלגענדע א שטיקעלע ליסטע וואס און וואו נאכצופאלגן אנטוויקלונגען

דזשאנסאן קאונטי ווערט אסאך מאל באצייכנט ווי די מערסט פראגרעסיוו קאונטי און די סטעיט און בערני סאנדערס האט עס געוואנען מיט ארום 60% צוריק אין 2016 למספרם און עס קען זיין אינטערסאנט נאכצופאלגן ווי אזוי די ארטיגע רעזולטאטן גייען זיך דאסמאל שפאלטן צווישן סאנדערס און ווארען און קען זיין אן אנדייטונג ווער פון די צוויי באקומט א גרעסערע שטיק (און מיט וויפיל גרעסער) ווי דעם צווייטן פונעם ליבעראלן בלאק

דערנאך איז דא פאולק קאונטי וועלכע איז די גרעסטע קאונטי אין די סטעיט און הילערי קלינטאן האט עס געוואונען מיט ארום 53% אין די 216 למספרם קאוקאס און עס קען זיין אינטערסאנט צו זעהן ואוס עס קומט ארויס פון דארט

אויך איז דא דעביוק קאונטי וועלכע איז געגגאנגען פאר אבאמא און דערנאך אריבער צו טראמפ אין 2016 למספרם און איז געווענליך א דעמאקראטישע קאונטי אבער באזעצט מיט בלויע קאלנער און רעליגיעזע וויילער

אין די מאין איז דא דאלאס קאונטי וועמענס באפעלקערונג איז דראמאטיש געוואקסן און קען דעריבער זיין נאך א קאונטי אינטערסאנט צו זעהן איר אפעקט אויף די רעזולטאטן

אריבער צו מערב אייאווע וועלכע איז די רעפובליקאנע פעסטונג פון די סטעיט און דעריבער נישט אזוי רעלעוואנט אבער איינע קאונטי דארט איז וואודבערי קאונטי און קען יא זיין מער אינטערסאנט אין שפילן א ראלע זייענדיג איינע פון די 10 גרעסטע קאונטיס אין די סטעיט און אויסמאכנדיג א באדייטנדע פראצענט אין די טאטאל רעזולטאטן
וואודבערי האט אויך סאנדערס געוואונען אין 2016 למספרם

איז ווער גייט געוואונען, און מיט וויפיל?
שווער צו וויסן גענוי אבער אנקעטעס זאגן דאס זייעריגע בעת אייווועלט אנאליסטן נאכן זייערע פאראויסשאצונגען און מיר דא וועלן לאזן די וויילער אין אייאווע באשליסן

די איינציגסטע זאך וואס איז מען קען יא קלאר וויסן איז די אטמאספערע אויף די גראונד און איבער קאמפיין אינפראסטרוקטור און אין געביט פון ארגאנאזירונג און קאמפיין ראלי באטייליגונג איז קלאר אז סאנדערס, ווארען און בוטידזשעדזש זענען די דריי שטארקסטע
די דריי אויבנדערמאנטע קאמפיינס זענען אויך שטארק פאראויס ווען עס קומט צו אנגאזשירן וויילער וועלכע שטימען נישט געווענליך אין די קאקוסעס און אינדעפענטדענט און אפילו מעסיגע רעפובליקאנע וויילער

מיט דעם אלעם פירן די ביידען, קלאובאשאר און אנדערע אויך ערנסטע קאמפיין אפאראטן ווי אויך נאך קלענערע קאנדידאטן ווי די ענדו יענג וועמענס קאמפיין וואלונטירן קלאפן אויף גאר אסאך טירן

טולסי גאבארד האט מער ווייניגער אויפגעגעבן אויף די סטעיט און פארלייגט זיך איצט בעיקר אויף ניו העמפשיר

בלייבט איבער צו ווארטן אויף מארגן נאכט ווען די רעזולטאטן וועלן אריינקומען
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג פעברואר 03, 2020 9:15 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

WOW WOW WOW

הבל, האסט דעליווערט א מאסיווע ארבעט!!!

אזוי שיין צונומען אז אפי׳ א כיתא א׳ יונגל קען עס פארשטיין!!

ישר כח!!!!!!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מעעעע, ער זאגט נאך אונזער וואשינגטאן קארעספאנדענט...

אופס...

טענקס הכל, שוין געזאגט דארט איינמאל יעצט גיימער זאגן נאכאמאל דא, יו סימפלי ראק!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

מעכטיג! א גרויסן יישר כוח!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זונטאג משפטים


אן עליזאבעט ווארען אימעיל צו שטיצער ליינט זיך ווי פאלגענד: ווי אזוי וואלט איר באצייכנט א פארזאמלונג פון איבער הונדערט עגאאיסטן און רייכע ביישטייערער אין א רעסטוראנט אין מאנהעטען?
א דזשאו ביידען פאנדרעיזער
*
די דעמאקראטישע מאיאריטעט פאר איזראעל גרופע וועלכע האט געלופטערט א טעלעוויזע רעקלאמע אין אייאווע פאשטעלנדיג א פרוי וועלכע איז באזארגט איבער די הארץ אטאקע פון וועלכע בערני סאנדערס האט געליטן איז איצט ארויס מיט א פרישע בליץ אין נעוואדע ווי א פרוי צימבלט די סאנדערס קאמפיין פארוואס פארעפנטליכן נישט זיינע מעדיצינישע רעקארדס?
*
זאל דזשאו ביידען פארלאזן די פארמעסט (באזירט אז דו באווייזט אים איבערצושטייגן אלץ צענטריסטישע קאנדידאט)?
עימי קלאובאשאר צולאכט זיך און זאגט: איך פיר מיין אייגענע קאמפיין און דאס איז אלץ וואס איך טוה
*
זאל בלומבערג זיין אויפן דעבאטע סטעידזש אין לאס וועגאס?
עימי קלאובאשאר: יא, איך האלט ער זאל דארט זיין ווייל איך קען אים נישט איבערקומען אויף די טעלעוויזע כוואליעס אבער איך וועל אים יא קענען באזיגן אויף א דעבאטע סטעידזש
*
קאנסערוואטיווע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן ברינדיסי וועלכע קעמפט שווער אין א פריימערי אנצוהאלטן זיין זיץ זאגט אז ער וואלט נישט געשטיצט סענדערס אדער ווארען אויב זיי זאלן זיין די דעמאקראטישע נאמיני פאר פרעזידענט
פרעזידענט טראמפ האט געוואנען זיין דיסטריקט מיט 15%
*
געוויסע באריכטן האבן זיך צוגעכאפט צו די באריכטן אז עליזאבעט ווארען פלאנט צו פארברענגן די נאכט נאכן נעוואדע קאוקעס אין סיעטל און געצויגן שטריכן צו ביידען'ס רייזע קיין דרום קאראליינע אין די אוונט פון די ניו העמפשיר פריימערי אבער אין פאקט איז עס ווייט נישט קיין פארגלייך ווייל אין נעוואדע ענדיגן זיך שוין די קאוקסען נאכמיטטאג צייט און אין 2016 למספרם האט מען שוין 2:30 דערקלערט א געוואונער און עס איז העכסט נארמאל פאר ווארען צו סקעדזשועלן אן אויפטריט אויפדערנאכט אין סיעטל און אויך פיט בוטידזשעדזש פלאנט שוין צו קאמפיינען בלילה ההוא אין דענווער קאלאראדא
*
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אנגעפירט א פאנדרעיזער אין פאלם ביעטש פלארידא ווי ארום פערציג געסט האבן אריינגעברענגט 10 מיליאן דאלער
*
יונואר למספרם איז געווען די ערשטע מאנאט אין 24 מאנאטן ווען די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע האט אויפגעטריבן מער געלט ווי די דעמקראטישע קאמיטע אריינקומענדיג מיט 12.6 מיליאן אקעגן 12.1 מיליאן פאר די דעמאקראטן וועלכע איז גראדע געווען די העכסטע יונואר למספרם ציפער פאר דעמאקראטן אין היסטאריע
*
מערץ 3 למספרם גייט פארקומען א פריימערי אין טעקסאס עלפטע קאנגרעסיאנעל דיסטריקט פארן זיץ וועלכע ווערט ליידיג מיט די רעטייערמענט פון מייק קאנוועי און עלף רעפובליקאנער פארמעסטן זיך פארן זיץ און דער איינציגסטער פון זיי איצט צו האלטן א פאליטישע אפיס איז ראס לעיסי און א פרישע סופערפעק האט איצט געמאלדן אז זי גייט אנהויבן שפענדן געלט פאר זיין קאמפיין
*
אז מען האט שוין ערווענט די רעפובליקאנע פריימערי אין טעקסאס עלף לאמיר נאכאמאל ברענגן א באריכט פון א צייט צוריק איבער די דערנעבנדיגע טעקסאס 12 קאנגרעס פריימערי און צולייגן אן אפדעיט:
דערווייל שטעלט זיך ארויס אז אין די היי יעריגע וואל סעזאן גייען נישט די רעפובליקאנער אריבער א טיי פארטיי אינערליכע פריימערי געראנגל אויף אן ערנסטע פארנעם און אויב עפעס קומען פאר מער היציגע פריימערי שלאכטן ביי דעמאקראטישע פארמעסטן ווי די ליבעראלע בלאק שטעלט אראפ א פוס און ארבעט שווער צו באזיגן א רייע מעסיגע דעמאקראטן
געציילטע אויסנאמען איז יא דא ווי אין טעקסאס און אלאבאמא אבער דארט איז עס מער איבער פערזענליכקייט ווי איבער פאליסי ווי עס איז די פראגע איבער קריס קאבאך, דזשעף סעשאנס און ראי מור
אן אינטערסאנטע אויסנאם איז אבער ווערט צו באריכטן פון טעקסאס ווי עס לויפט א לאנגיעריגע קאנגרעספרוי קעי גרעינדזשער וועלכע איז אין די פארגאנגענהייט נישט אויסגעשטאנען ערנסטע קאנקורענץ אבער דאסמאל פארמעסט זי זיך אקעגן א קאנדידאט פון רעכטס וועלכע פירט אן ערנסטע קאמף איר ארויסצוזעהן פון אפיס
די קאנגרעספרוי הייסט גראדע א קאנסערוואטיווע אבער הויפטזעכטליךאויף פיסקל אישוס
ווען עס רעדט זיך פון סאציאלע טעמעס איז שוין איר רעקארד געמישט און זי פלעגט אלץ שטיצן חוקי רציחה און איז זייער פארווע אויף שינוי הבריות אישוס
גראדע איז איר שטעלונג אקעגן נארישע געזעצן און אפילו איבער חוקי רציחה האט זי דראסטיש געטוישט איר שטעלונג לעצטנס נאכצוקומען די טראמפ אגענדע וועלכע איז זייער אנטי ריצחה (זי האט געטוישט איר שטעלונג צו צופרידנשטעלן טראמפ וועלכע האט זעלבסט געטוישט זיין אייגענע שטעלונג צופרידנצושטעלן זיין באזע..)
אבער טראץ וואס די קאנגרעספרוי איז אינדארסירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ געניסט איר קעגנער קריס פאטנעם פון ערנסטע שטימע צווישן קאנסערוואטיוון און א רייע מאכטפולע ארגאנאזאציעס האבן איר אינדארסירט אנגעהויבן פון לאקאלע טעקסאס גרופעס ביז די נאציאנאלע קלאב פאר וואוקס
דעם וויקענד האט פאטנעם געמאלדן אז ער לייגט אריין נאך א פערטל מיליאן דאלער פון זיין טאש אינעם פארמעסט
*
אויך אין צפון קאראליינע'ס עלפטע דיסטריקט קומט פאר א ברוטאלע פריימערי פארמעסט צו ערזעצן קאנגרעסמאן מארק מעדאוס
וועלכע האט אינדארסירט לינדא בענעט
אן אודיא מעסעדזש האט צירקולירט און ווארשיינליך געווארן פארשפרייט דורך איינע פון אירע אפאנענטן אין וועלכע מען הערט איר זיך דערקלערן אלץ א נעווער טראמפער
בענעט האט רעאגירט זאגנדיג אז דאס איז בלויז געווען א טרענירונג סעסיע און זי האט זיך געאיבט ווי אזוי צו רעאגירן צו מערערע סארט פראגן אין אלע סארט אומשטענדן
*
ווירדזשיניע טוישט גובערנאטאר איינמאל אין פיר יאר און מען קען נישט לויפן פאר א צווייטע טערמין גלייך נאכן ערשטן פיר יעריגן קאדענץ און אצינד האט דער שטארק רעכטער פרא גאן סטעיט סענאטארשע אמענדע טשעיס געמאלדן אז זיי גייט לויפן אין די 2021 למספרם וואלן פאר גאווערנאר ווערנדיג דערמיט די ערשטע רעפובליקאנע דערקלערטע קאנדידאט
אויף די דעמאקראטישע זייט האבן שוין ליוטענאנט גאווערנאר דזשאסטין פעירפעקס און אטוירני דזשענעראל מארק הערינג געמאלדן אז זיי גייען לויפן
*
אין מיזורי שטימט מען פאר גאווערנאר שוין קומענדיגן נאוועמבער למספרם און דער רעפובליקאנער אנטי רציחה גאווערנאר מייק פארסאן איז ערווארטעט צו געוואונען די פריימערי און קענען לויפן פאר ווידערערוויילונג
אויף די דעמאקראטישע זייט איז ניקאלע גאלאוועי ערווארטעט צו זיגן אין די פריימערי וועלכע וועט עס מאכן אלץ איינציגסטע גאווערנאר פארמעסט אין לאנד אין וועלכע עס לויפט א פרוי אקעגן א גאווערנאר וועלכע האט אונטערגעשריבן אן אנטי רציחה געזעץ
*
איז מען פארטיג מיט אימפיטשמענט?
איך בין נישט זיכער ווייל א געוועזענע לאו קלוירק האט איינגעמאלדן קאנגרעס אז זי איז געווארן פערזענליך געטשעפעט דורך א פעדעראלע ריכטער
*
א פאנעל אויפן די סי סירקוט קאורט האט איינשטימיג ארויסגעשליידערט די באשטעטיגונג וועלכע די העלט און יומען סערוויסעס האט געשאנקן פאר ארקענסאו צו קענען פארשטייפערן ארבעטס פארלאנגען פאר מעדיקעיד אפליקאנטן שרייבנדיג אז די באשלוס איז געווען מער א קאפריז און אומאויסגערעכנט ווי איידער א פאראנטווארטליכע שריט
די אורטייל איז געריבן געווארן דורך סיניאר ריכטער דעיוויד סענטעל נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען וועכלע ווערט באצייכנט דורך סופרים קאורט ריכטער ניעל גארסוטש ווי זיין מענטאר
*
מען האט שוין ברייטער באשריבן דא די סופרים קאורט קעיס איבער טוישן די סטרוקטור אינערהאלב די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא אין וועלכע די ביורא סטאטוסקווא אויסשטעל ווערט באקעמפט דורך די טראמפ אדמינסטראציע אבער וועט ווערן פארטיידיגט דורכן פראמינענטע קאנסערוואטיווע אדוואקאט פאול קלעמענט
די סופרים קאורט האט אצינד באשטימט אז די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס וועלן ווערן אויסגעהערט אום מערץ 3 למספרם און געדויערן איין שטונדע און 10 מינוט די געזעץ פירמע אקעדן דעם סיסטעם וועט באקומען 20 מינוט און דערנאך די פעדעראלע רעגירונג נאך 20 מינוט
דערנאך וועט קלעמענט באקומען 20 מינוט און קאנגרעס וועלכע איז אויך דארט צו פארטיידיגן דעם סיסטעם וועט באקומען 10 מינוט
*
טעקסאס אטוירני דזשענעראל קען פעקסטאן האט אריינגעטראגן א ביטע אין סופרים קאורט אקעגן קאליפארניע און זייער קאנסטאיטוציאנאלע רעכט אין אהערשטעלן א טראוועל פארבאט

יא, די טראוועל פארבאט איז ווידער אין געריכט נאר אויף די אנדערע שיך ווען די קאנסערוואטיוון קלאגן א ליבעראלע טראוועל פארבאט און עס האנדלט זיך נישט איבער אויסלענדישע אימיגראנטן נאר אויף אינטערסטעיט רייזע פראגראמען

די פאליסי פון קאליפארניע באשטעטיגט דורך די סטעיט רעגירונג איז אריין אין קראפט 2016 למספרם און פארבאט די באנוץ פון סטעיט פינאנצירטע טראוועל צו אזעלכע סטעיטס וועלכע טוען לויט די קאליפארניע אטוירני דזשענעראל נישט נאכקומען צוצושטעלן גענוג שוץ און רעכטן פאר נארישקייט

אויף די ליסטע פון אזעלכע סטעיטס ערשיינט צווישן אנדערן אויך טעקסאס טיילווייז צוליב א געוויסע אנטי נארישקייט געזעץ אירע אדורכגעפירט אין 2017 למספרם וועלכע ערלויבט פאר רעליגעז באזירטע אדאפשען אגענטורן צו פלאצירן פארלאזטע קינדער בלויז אין אזעלכע שטובער וועלכע זענען נישט אוועקגעשטעלט אויפן נארישקייט לעבנסשטייגער און אטוירני דזשענעראל פעקסטאן באשולדיגט אז די קאליפארניע פאליסי פארלעצט עטליכע געזעצן

אנדערע שטאטן וועלכע פיגורירן אויף די שווארצע ליסטע אוטן ווערן אפעקטירט פון די קאליפארניע געזעץ זענען אלאבאמא,קענסאס, קענטאקי, מיסיסיפי, אקלאהאומא, ביידע קאראליינע'ס, דרום דעקאטע, טענעסי,און אייאווע און אלע ווערן באשטראפט פאר די זעלבע פארברעך ווי טעקסאס

טעקסאס האט איבערגעהיפט די געווענליכע פראצעדור פון ארויפקריכן אלע טרעפ פונעם יורידישן לייטער סיסטעם און אנשטאט זיך געוואנדן גראד צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן זינט די קאנסטיטוציע שטעלט צו די אייגנארטיגע רעכט פאר סטעיטס מיט קאנפליקטן צווישן זיך צו גיין גלייך צום העכסטן געריכט

ארטיקל 3 סעקשאן צוויי שרייבט: "אין אלע קעיסעס אין וועלכע סטעיטס זענען די צדדים זאל די סופרים קאורט האבן ארגינעלע יוריסדיקציע" און אז דאס נעמט אוועק פון די געריכט די "דיסקרעשאן" נישט אנצונעמען קעיסעס אין וועלכע סטעיטס זענען פון די צדדים"

ארגינעלע יוריסדיקציע באדייט אז די העכסטע געריכט קען זיין די ערשטע אויסצוהערן די קעיס אן וואס די קעיס קוילערט זיך אדורך די נידריגע געריכט סיסטעם

די פראגע איז אויב די ווערטער אין די געזעץ אז די געריכט האט נישט די "דיסקרעשאן" באדייט אז זיי קענען נישט אפזאגן א קעיס מיטן אויסרייד אז "זיי טארן נישט" אויסהערן די קעיס בעפאר עס מאכט אדורך איר וועג אין די נידריגע געריכטן אבער זיי מעגן נאכאלץ אפזאגן אזעלכע קעיסעס און זאגן אז די געריכט האט טאקע יא רעכט גראד עס צו אקצעפטירן אבער עס איז זייער באלשוס צו קלויבן וועלכע פון די סארט קעיסעס אנצונעמען גראד און וועלכע נישט
די אנדערע צד איז אז די געזעץ איז "מענדעטארי" און מיינט אז די געריכט "מוז" אננעמען ערשטמאליגע קעיסעס ווי סטעיטס זענען כאטש איינע פון די צוויי זייטן


אין די לעצטערע יארן האט די סופרים קאורט עטליכע מאל אויסגעטייטשט די געזעץ אלץ דיסקרעשאנערי ווי איידער מענדעטארי
און די לעצטע פאל איז א קעיס פון 2016 למספרם און דאן האבן ריכטער טאמאס און אליטא געשריבן אז לויט זיי קען די סופרים קאורטנישט אפזאגן א קעיס צווישן צוויי סטעיטס מיט די ארגומענט אז עס איז נישט אונטער איר יוריסדיקציע און אז די געריכט פארמאגט עקסקלוסיוו יוריסדיקציע איבער אזעלכע קעיסעס און אויסגעירט אז וליב דעם וואלטן זיי איבערגעטראכט און געטוישט די ביז איצטיגע דאקטרינע און סופרים קאורט פרעצעדענט

אין 2019 למספרם האט אריזאנא אטוירני דזשענעראל מארק ברנאוויטש געבעטן פון די סופרים קאורט איבערצוטראכן איר שטעלונג אויף דעם און זיין קלאגע אקעגן די פארדו פארמאסיוטיקאל און מיטגלידער פון די סעקלער פאמיליע אלץ טייל פון די סטעיט'ס קאמף אקעגן די אפיאיד קריזיס און האט געבעטן פון די סופרים קאורט צו טוישן איר שטעלונג און גלייך אקצעפטירן די קעיס

אריזאנא האבן אנערקענט אז די ביז איצטיגע פרעצעדענט איז עס צו רעכענען אלץ דיסקרעשאנארי אבער געבעטן פונעם געריכט צו טוישן איר שטעלונג און באטראכטן די געזעץ אלץ מענדאטארי אבער די געריכט האט נישט אקצעפטירט די קעיס און עס איז נישט געמלדאן געווארן איבער ריכטער וועלכע זענען געווען אומאיינשטימיג מיט דעם באשלוס

אבער אנדערש ווי אריזאנא וועלכע האט געהאט א קאנפליקט מיט אנדערע וועלכע זענען נישט קיין סטעיט איז אבער טעקסאס יא אין א שטרייט מיט א צווייטע סטעיט און אין אזא פאל האבן שוין טאמאס און אליטא זיך געלאזט הערן אז זיי וואלטן יא געטוישט פרעצעדענט און אויב בלויז גארסוטש און קעווענאו וועלכע זענען נאכנישט געווען אויפן באנק ביי די די 2016 למספרם קעיס וועלן מיטגיין מיט די טאמאס און אליטא שטעלונג וועט עס צושטעלן די נויטיגע צאל פון פיר ריכטער וועלכע דארפן רעקאמענדירן אז א קעיס זאל ווערן אקצעפירט אז די קעיס זאל ווירקליך ווערן אנגענומען

עס איז דא א מעגליכקייט אז איידער די סופרים קאורט באשליסט אויב זיי זאלן אויפנעמען די קעיס וועלן זיי בעטן פון די סאליסיטאר דזשענעראל זיין שטעלונג וועלכע וועט גאנץ זיכער זיין סימפאטיש צו טעקסאס אבער אפילו זיי נעמעון עס אן קען זיך עס נאך פארציען מיט דעם וואס די געריכט קען שטעלן א "ספעציעלע מייסטער" וועלכע זאל איבערקוקן די פאקטן איבער וועלכע די צווי סטעיטס זענען אומאיינשטיימיג און זאגן זיין דעה איבער דעם אבער עס איז נישט קלאר וויפיל אזא איינער קען צופיל ביישטייערן אין א קעיס וועלכע איז מער איבער די געזעץ און נישט עכט קיין קאנפליקט איבער פאקטן
אוועטאר
וויל נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל נישט »

mmn האט געשריבן:מעכטיג! א גרויסן יישר כוח!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”