א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר כח האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג שמות



אזויפיל ווי 42 גאווערנארס האבן שויןרעטייערטע ארמיי מעידזשאר און געוועזענע וועסט ווירדזשיניע דעמאקראטישע סטעיט סענאטאר ריטשארד אדזשעדא איז

ווי עס קוקט אויס איז ארויס געפאלען אפאר ווערטער

איבער די פוענטע'ס פארמעסטען אפשר זאל'ן זיך טאטע אין זין צוזאם שטעלן אויף איין טיקעט דעמקראטישע-רעפבליקען אין זיין פארזיכערט מיט א פארלוסט :smile:
הק' יישר כח

יישר פאר די פידבעק און הערה
שוין פארראכטן
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

יישר כח האט געשריבן:איבער די פוענטע'ס פארמעסטען אפשר זאל'ן זיך טאטע אין זין צוזאם שטעלן אויף איין טיקעט דעמקראטישע-רעפבליקען אין זיין פארזיכערט מיט א פארלוסט :smile:
הק' יישר כח



ראטאציע ? ווער באקומט די ערשטע האלב?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

יישר כח זייער זייער שיין !!!

א קליינע הערה, אויב איז שיין צו לייגן אביסל ספעס צווישן יעדע נייעס וואלט עס אסאך ארויס געהאלפן צו קענען גרינגער ליינען די נייעס.

נאכאמאל א גרויסע שכח איך באלעק מיך די פינגערס!
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הכל ישר כח!

זיסע באשרייבונג איבער דעם פוענטאוס...!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר כח פאר יעדן פאר די פידבעק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך שמות






פרעזידענט טראמפ וועט היינט אנפירן א צערעמאניע אינעם מזרח צימער אין ווייסן הויז אונטערצושרייבן די ערשטע פאזע פונעם האנדל אפמאך מיט כינע
*
פיטער געינאר איז נעכטן געווארן באשטעטיגט דורכן סענאט צו דינען פערמענאנט אלץ פימא דירעקטאר מיט 81-8
די ניין שטימען זענען געקומען פון בראון, דזשיליברענד, העריס, מענענדעז, שומער, סטעבענאו, יודאל און ווען האלען
*
ספיקער פעלאסי האט נעכטן געמאלדן אז קאנגרעסמאן גראסיא פון אילינאי ווערט געשטעלט אלץ פארזיצער פון די נאטורליכע ריסוירסעס קאמיטע
די פירערשאפט איז ביז איצט געהאלטן געווארן דורך ניו דזשערסי רעפובליקאנער ומלפנים דעמאקראט דזשעף ווען דרו
*
קאנגרעס מאיאריטעט פירער סטעני האיער האט געמאלדן אז ענדע יונואר למספרם וועט מען שטימען אויף א ביל צוריקצודרייען די 2002 למספרם אויטאריזאציע פאר מיליטערישע באנוץ אין איראק און צו פארבאטן צו נוצן שטייערצאהלער געלטער אונטערצונעמען מיליטערישע שריט אקעגן איראן אן קאנגרעסיאנאלע ערלויבעניש
*
אין קאנגרעס האט מען נעכטן געשטימט אויף רולס איבער ווי אזוי צו דעבאטירן צוויי בילס אויפן טיש
איינס איז איבער באשיצונגען פאר עלטערע ארבעטער און א צווייטע איבער די רעגולאציעס ווען די עדיוקעישאן דעפארטמענט קען מוחל זיין סטודענט חובות
ניין דעמאקראטן האבן געשטימט אקעגן די פארטיי פארגעשלאגענע רולס
ברינדיסי פון ניו יארק, קעיס פון האווייאי, קאנינגהעם פון דרום קאראליינע, גאלדען פון מעין, הארן פון אקלאהאומא, מעקעדעמס פון יוטא, מורפי פון פלארידא, שראדער פון ארעגאן און שעריל פון ניו דזשערסי
*
די קאמערץ, העלפ און אפראפריעשאנס סענאט קאמיטעען ווועלן זיך היינט אוועקזעצן אינאיינעם צו באהאנדלען די USMCA וועלכע איז ערווארטעט צו ווערן באשטעטיגט אין סענאט שפעטער אין וואך
*
מען גרייט זיך פיבערהאפטיג אויף די אימפיטשמענט פראצעס וועלכע איז געסקעדזשועלט זיך אנצוהויב קומענדיגע וואך
אזוי ווי אין די פארגאנגענהייט וועט די פראצעס פארקומען אין די מיטאג שטונדן און זיך אנהויבן טעגליך אום איינס אזייגער
די פארמיטאג שטונדן וועט קענען ווערן אויסגענוצט דורך סענאטארן וועלכע לויפן פאר פרעזידענט אריינצוכאפן וויפיל אויפטריטן נאר מעגליך און אויך פאר הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס וועלכע גייט אינדערפרי אויסהערן מונדליכע ארגומענטן און נאך א לייכטע מיטאג דארפן אריבערלויפן די גאס צו קעפיטאל היל אנצופירן מיטן אימפיטשמענט פראצעס
*
סענאט פירער מעקאנעל האט נעכטן געלאדנט סענאטארן קרוז, לי, גרעהעם און קארנין פאר א זיצונג צו דיסקוסירן אימפיטשמענט סטראטעגיע
קרוז האט געזאגט אז מען זאל צוגיין צו די עדות פראגע ווי ריכטיגע פארהאנדלער און איינגיין אויף באלטאן אין אויסטויש פאר האנטער און מעקאנעל האט צוגעשטימט צום פלאן
*
די נעווער טראמפ רעפובליקאנע סופערפעק גערופן "די לינקאלן פראיעקט" גייט ציהלן קאלאראדא סענאטאר קארי גארדנער אין א פרישע רעקלאמע בליץ צו לייגן דרוק ער זאל אפווייכן פון זיין שטיצע צום פרעזידענט
*
קוקנדיג אויף די געלט וועלכע איז אריינגעקומען צו דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן דורך די עקט בלוי וועבזייטל האט בערני סאנדערס דערווייל אויפגעטריבן דאס מערסטע געלט פון פרויען ביישטייערונגען פון סיי וועלכע אנדערע קאנדידאט
*
געוועזענע מאסאטשוסעטס גאווערנאר דעוואל פעטריק האט אין די ערשטע זעקס וואכן פון זיין קאמפיין פאר פרעזידענט אויפגעטריבן 2.2 מיליאן דאלער און געענדיגט דעם למספרם יאר מיט 3.2 מיליאן דאלער אין די באנק
*
דזשאן היקענלופער וועלכע צום סענאט ארויסצשטויסן דעם אמטירנדע רעפובליקאנע סענאטאר קארי גארדנער האט אויפגעטריבן אינעם לעצטן יאר פערטל פון 2019 למספרם 2.8 מיליאן דאלער
*
די רעפובליקאנע פארטיי אין קענטאקי באשולדיגט אז עימי געקגרעט וועלכע לויפט צום סענאט אעגן סענאטאר מיטש מעקאנעל האט פארלעצט FEC רעגולאציעס ביים באהאנדלען געוויסע קאמפיין ביישטייערונגען
*
די דעמאקראטישע קאנגרעס פריימערי אין מאסאטשועטס שיילט זיך ארויס צו זיין גאר אינטערסאנט אויפן אינדארסירונג פראנט
ווי באריכטעט א צייט צוריק טוען סענאטארן אין אלגעמיין שטיצן דעם אמטירנדע סענאטאר עד מארקי און סענאטארשע קירסטען סינעמא שטיצט שטארק קענעדי
פון די אנדערע זייט האט מארקי ערהאלטן שטארקע שטיצע פון קאנגרעס און אפילו פון גאר ליבעראלע מעמבערס ווי קארטעז
אצינד הערט מען אז אויך קענעדי האט פארשפאט א רייע קאנגרעס אינדארסירונגען פון אזלעכע מיטגלידער ווי דזשאן לואיס, דזשאואקווין קאסטרא און קאנאר לעמב
*
רעי מעקווייער איז א לאנגיעריגע סיטיגרופ עקזעקוטיוו מיט א היסטאריע פון ביישטייערן פאר דעמאקראטן און איז געווען א מיטגליד אויף די פינאנץ טיעם פון קאמאלא העריס
ער ווערט איצט געמוטיגט דורך פריינט צו לויפן פאר ניו יארק סיטי בירגערמייסטער
*
אין א זיג פאר דעמאקראטן האט אן אפעלאט געריכט אין וויסקאנסין געלייגט אויף האלד אן ארדער זאפארט ארויסצושניידן אזויפיל ווי 209 טויזנט נעמען פון די וויסקאנסין וויילער רעגיסטראציע ליסטע
*
די סופרים קאורט האט לעצטנס צוריקגעשיקט די קעיס איבער די נייע טראמפ ארדער צו באנייען טויט שטראף אויף א פעדעראלע שטאפל צום די סי סירקוט
היינט וועלן די סירקוט ריכטער אויסהערן די ארגומענטן און די קעיס וועט גאנץ מעגליך שנעל זיין צוריק אין סופרים קאורט
*
אקעי, שוין ערווענט געווארן אין די נייעס דא אויפן וועלטל מיט א צייט צוריק אז די ניו יארק סטעיט קלאגעס אקעגן פאול מענעפארט זענען געווארן ארויסגעווארפן אבער בלויז אויפן שפיץ גאפל
אצינד איז דא א גלעגענהייט אביסל מער אריינקוקן אין די ניו יארק סטעיט מענעפארט קעיס והמסתעף

אלזא, אום דעצעמבער 18 2019 למספרם האט א ניו יארק סטעיט ריכטער ארויסגעווארפן די סטעיט קלאגעס איבער מענעפארט שווינדלערייען צוליב וואס די קלאגעס אריינגעטראגן זענען נישט אויסגעהאלטן לויט די סטעיט געזעץ נישט אנצוקלאגן איין מענטש פארן צוויי מאל פאר די זעלבע פארברעכן און אין אונזער פאל שמאכטעט שוין מענעפארט אין פעדעראלע טורמע פאר די זעלבע פארברעכנס וואס מאנהעטען דיסטריקט אטוירני סיירוס וועינס האט אים געזוכט ווידעראמאל אנצוקלאגן
די רעכענונג פון וועינס אריינצוטראגן די קלאגעס איז געווען אז דער ריכטער וועט נעמען אין באטראכט געוויסע אויסנאמען אין די סטעיט געזעץ וועלכע ערלויבן אין געציילטע פעלער יא אנצוקלאגן צוויי מאל אויפן זעלבן פארברעך

צו ערשט א פיצינקע איבערזיכט אויף די פעדעראלע קעיס

אין 2018 למספרם האט א פעדעראלע דזשורי געפונען מענעפארט שולדיג אין צוויי קאונטס פון באנק שווינדל און זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף זיבן אנדערע קאונטס אויך פון באנק שווינדל אלע פון זיי פארבונדן צו מיסאינפארמאציע אויף מארטגעדזש אפליקאציעס
באזונדער איז ער געווארן געפונען שולדיג אויף נאך פינף קאונטס פון פעלשן שטייער בויגן רעטוירנס און איין קאונט פארן פארפעלן צו איינגעבן זיינע אויסלענדישע בענק אקאונטס אבער די אלע קלאגעס זענען נישט פארבונדן/רעלעוואנט צו די ניו יארק סטעיט קעיס
ווי דערמאנט איז אויף די זיבן פון די 9 באנק שווינדל קאונטס געווען א האנג דזשורי און ריכטער עליס האט זיי ארויסגעווארפן אויפן ארט זאגנדיג אז ער האט נאך ניטאמאל געהעריג אריינגעקוקט אין זיי אבער שפעטער ביים סענטענסינג האט ער קלארגעשטעלט אז נאך א טיפערע אריינבליק בלייבן יענע קאונטס ארויסגעווארפן

צוריק קיין ניו יארק, עטליכע טעג בעפאר ריכטער עליס האט אין ווירדזשיניע ארויסגעגעבן זיין סענטענסינג האט א מאנהעטען גרענד דזשורי אנגעקלאגט מענעפארט מיט זעכצן סטעיט שווינדל קלאגעס באזירט אויף די זעלבע אומריכטיגע מארטגעדזש אפליקאציעס אויף וועלכע די פעדעראלע דזשורי אין ווירדזשיניע האט אים געפונען שולדיג און ווי די ניו יארק טיימס האט צו יענע צייט באריכטעט איז די סטעיט קלאגעס געווארן ארקעסטרירט צו פארמיידן א טראמפ פארדאן פון ערלויבן מענעפארט צו גיין פריי
לויט א סופרים קאורט אורטייל ברייט געדעקט דא מיט א צייט צוריק איז אזא דאפלטע קלאגע נישט קיין פראבלעם מיט די פיפטע אמענדמענט זינט די נייע קלאגעס קומט פון די סטעיט און נישט פון די פעדעראלע רעגירונג אבער לויט די ניו יארק סטעיט געזעץ איז עס יא געווען א פראבלעם אבער ווי דערמאנט האט דיסטריקט אטוירני וועינס זיך סומך געווען אויף די אויסנאמען וועלכע די געזעץ פארמאגט
די געזעץ ערלויבט דאפלטע קלאגעס אין צוויי אויסנאם פעלער ואלו הן
די ערשטע אויסנאם איז אין פאל וואס א געריכט ווארפט ארויס קלאגעס צוליב וואס די פראצעדור ווי אזוי די קלאגעס זענען געווארן פארגעלייגט איז נישט געווען ריכטיג אין די פארמאט פון די קלאגעס קען נישט פירן צו קיין שולד אורטייל אבער די געריכט גלויבט אז מען קען זיי איבערמאכן און גיבן א שאנס פאר פראקורארן זיי ווידער פארצולייגן מיט מער סוקסעס

דיסטריקט אטוירני וועינס האט געהאפט אז די קאונטס וועלכע ריכטער עליס האט ארויסגעווארפן צוליב האנג דזשורי און איז יא געווען א טייל פון די סטעיט קלאגעס וועט צוליב די אויסנאם קוואליפיצירן צו ווערן ווידער פארגעלייגט אין סטעט געריכט אבער ריכטער מעקסוועל ווילי האט עס נישט אקצעפטירט זאגנדיג אז ווען ריכטער עליס אין ווירדזשיניע האט ארויסגעטראסקעט די האנג דזשורי קאונטס האט ער נישט פארארדנט מעגליכע ווידער אריינבליק אין זיי און גאנץ קלאר געזאגט אז ער גלויבט נישט אז פראקורארן קענען ווידער אריינקוקן אין זיי

די צווייטע אויסנאם אינעם געזעץ איז מער לומד'יש, נעמליך, אז אויב עימיצער באגייט אן קרימינאלע אקט וועלכע איז אחת שהן שתים, דאס הייסט אז ער האט טאקע געטוהן איין זאך אבער די געזעץ האט צוויי באזונדערע פראבלעמען דערמיט "און" די צוויי באזונדערע אומלעגאליטעטן פארמאגן באזונדערע עלעמענטן אין זיך מטעם די געזעץ (לאפוקי אויב די רעגירונג האט בלויז ארויפגעווארפן נאך א קאונט וועלכע איז בשורש די זעלבע ווי די ערשטע קאונט) "און" די אורזאך פארוואס די רעגירונג האט עס באצייכנט ווי צוויי באזונדערע פארברעכנס (און נישט פאררעכנט ווי בלויז איין פארברעך) איז צו פארמיידן מענטשן פון באגיין צוויי באזונדערע סארט פון פיינטליכע שעדיגונג בהעלם אחת מיט איין אקט (דהיינו, אז לאמיר זאגן אז אויב א מענטש טוט רויבט מיט ציהל און ווייסט אז ער באגייט דאדורך צוויי עוולות אבער ער קימערט זיך בלויז מיט איין פועל יוצא פון די צוויי אבער ער איז באווואסטזיניג אז אויף יענע פועל יוצא וועט ער נישט ווערן אנגעקלאגט זינט די רעגירונג וועט אים קלאגן אויף די ערשטע עוולה וואס ווערט באגאנגען מיט זיין אקט און די רעגירונג וועט נישט קענען קלאגן צוויי מאל)

ווען דיסטריקט אטוירני וועינס האט איבערגענוצט די ווירדזשיניע קאונטס אין די סטעיט געריכט האט ער טאקע גענוצט אנדערע געזעצליכע פראבלעמען וועלכע קומען ארויס פון די זעלביגע באנק שווינדלערייען מען האט געקלאגט אין ווירדזשיניע און ריכטער ווילי האט איינגעשטימט אז די באזונדערע פראבלעמען פארמאגן טאקע באזונדערע עלעמענטן אין זיך מטעם די געזעץ אבער די באזונדערע פארבלעמען שטאמען נישט פון און טוען נישט עכט זיין ארקעסטרירט צו פארמיידן מענטשן פון באגיין צוויי באזונדערע סארט פיינטליכע שעדיגונג מיט איין אקט

מער ספעציפיש האט ריכטער ווילי ארויסגעברענגט אז סיי די פעדעראל און סיי די סטעיט געזעץ צו קרימינאליזירן רעזידענשל מארטגדזש שווינדל זענען געציהלט צו פארמיידן די סארט פינאנציעלע שווינדל וועלכע האט געפירט צום 2008 למספרם פינאנציעלע קראך און נישט אז די סטעיט געזעץ האט געזוכט צו פארמיידן אנדערע סארט תוצאות וועלכע קענען ארויסקומען פון באנק שווינדל ווי דאס וואס די פעדעראלע רעגירונג האט געוואלט

ריכטער ווילי האט אויסגעפירט אז אויך די אנדערע סטעיט קלאגעס איבער קאנספיראציע, פעלשעווען ביזנעס רעקארדס, איז אויך געציהלט צו פארמיידן די זעלבע פראבלעמען וואס די פעדעראלע געברענגטע קלאגעס זענען געציהלט און ער איז שוין געווארן איינמאל געקלאגט אויף זיי

די אורטייל פון ריכטער ווילי איז געווען א שטארקע פראסק פאר דיסטריקט אטוירני וועינס וועלכע האט פרובירט צו נוצן די אויסנאמען וועלכע די געזעץ האט פארמאגט שוין אין די צייט פון די פארברעכן אבער ער איז דורכגעפאלן
וועינס האט אבער פארשפראכן צו אפעלירן די אורטייל און פרובירן צו איבערצייגן די העכערע געריכטן אז די געזעץ כמו שהי' מקדם האט יא געגעבן רעכט צו קלאגן מענעפארט

און א באזונדערע אונטערנעמונג אויף מכאן ולהבא האבן ליבעראלן און טראמפ פיינט אין די סטעיט שוין מאנאטן איידער די מענעפארט אורטייל איז ארויסגעקומען אנגעהויבן ארבעטן דראסטיש צו רעפארמירן די געזעץ אז עס זאל קענען גענוצט ווערן אנצוקלאגן צוקונפטיגע פארברעכנס וועלכע וועלן ווערן אויפגעדעקט אינערהאלב די אדמינסטראציע
די רעפארמען זענען געווארן אונטערגעשריבן דורך גאווערנאר קאומא אום אקטאבער 16 למספרם און טוט נישט באהאלטן אירע מאטיוון
ווען די טויש וואלט שוין געווען אין אפעקט ווען מענעפארט וואלט באגאנגען זיינע פארברעכנס וואלטן אים די אינסטאנצן זייער לייכט געקענט אנקלאגן אן דארפן אויפקומען מיט קאמפליצירטע ערקלערונגען וועלכע ריכטער ווילי האט טאקע נישט אקצעפטירט

די נייע געזעץ אדורך אין די דעמאקראטיש קאנטראלירטע לעגיסלאטור וועלכע רעפארמירט די געזעץ נישט צו קלאגן דאפלט און ערלויבט יא אריינצוטראגן אזעלכע קלאגעס אין פאל דער פעדעראל אנגעקלאגטער קען ווערן באגאנדיגט דורכן פרעזידענט

די נייע טויש מאכט אן אויסנאם צו ערלויבן דאפלטע אנקלאגעס אנטקעגן עקזעקוטיווע פליגל באאמטע וועלכע סערווירן אויף פאזיציעס צו וועלכע מען דארף האבן סענאט באשטעטיגונג, געוועזענע מיטגלידער פונעם פרעזידענט'ס עקזעקוטיווע שטאב, און געוועזענע קאמפיין איינגעשטעלטע, טראנזישאן גרופע, ביזנעס איינגעשטעלטע, אדער נאן פראפיט ארגאנאזאציעס וועלכע וועלן געניסן פון א פרעזידענטליכע פארדאן אויף פעדעראלע פארברעכנס און אזוי אויך פאמיליע פונעם פרעזידענט אזוי ווייט ווי צווייטע קוזינען
די געזעץ גייט נאך ווייטער אז אפילו אין פאל די ברייטע אויסנאמען באווייזן נישט צו גרייכן און ציהל און עמיצער נאנט צום פרעזידענט פאלט נישט אונטער איינע פון די אויבנדערמאנטע קאטעגאריעס טוט אבער די נייע טויש ערלויבן אנצוקלאגן אפילו אזעלכע וועלכע זענען בלויז געווען אומדירעקט פאראנטווארטליך צוצוהעלפן פאר אנדערע פארבונדן מיטן פרעזידענט צו באגיין פארברעכנס
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

שירו לו שיעו"ר חדש Thanks a ton!1
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח, גיי אן.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

שכח הבל!!

די רשעות פון נ״י צו מענעפארט איז אנבעליוועבל!
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

וואף!!! איז דעס געווען א שיעור עיון...

הבל, די ברויכסט ווערן א מגיד שיעור.. די לערנסט פאר מיט א געשמאק אין א געוואלדיגע קלארקייט!

ישר כח גדול!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שטילער האט געשריבן:וואף!!! איז דעס געווען א שיעור עיון...

הבל, די ברויכסט ווערן א מגיד שיעור.. די לערנסט פאר מיט א געשמאק אין א געוואלדיגע קלארקייט!

ישר כח גדול!!!

יישר!געווען היבש סקעפטיש אויב עס וועט זיין גענוג קלאר
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

וואף אזוי קלאר ציצילייגען הערליך קלאר אפילו פאר קלאצקעפ.

יישר כח.
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

ש'כח, הערליך גוט אראפגעלייגט
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

וואט עי שיעור....!

די רשעות פון די נייע ניו יארקע ליבעראלע געזעצן וועלן האפענטליך נאך איין טאג צוריקקומען און שמייסן די ליבעראלן!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

וואי יישר כח
בפרט פארן שיעור פון מאנפארט
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אן אויסנאמליכע ארבעט, רב הבל. וועל עפרישיעיטעד!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך בין ערשטוינט - מעגא!!! איך האב געלייענט יעדע ווארט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אן אמת'ע יישר כח פאר א יעדן'ס פידבעק איך קווענקל אלץ ארום אויב א מערהייט ליינער זענען אין די גוסטע דורכצוליינען מער גרונטליכע און לומד'ישע באריכטן אדער גלייכן לייכטערע מער אויבערפלעכליכע נייעסן
איך פרוביר צו דזשאגלען הין און צוריק ליתן ריוח בין פרשה לפרשה און צופרידן שטעלן די ליינער
פון די היינטיגע פידבעק ביזדערווייל שיינט יא ווי עס איז א ליינער קרייז וועלכע ליינט יא אדורך אזלעכע באריכטן איז שקויען נאכאמאל פארן לאזן וויסן אז עס איז נישט געשריבן געווארן אין די וועלט אריין
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

הכל הבל האט געשריבן:אן אמת'ע יישר כח פאר א יעדן'ס פידבעק איך קווענקל אלץ ארום אויב א מערהייט ליינער זענען אין די גוסטע דורכצוליינען מער גרונטליכע און לומד'ישע באריכטן אדער גלייכן לייכטערע מער אויבערפלעכליכע נייעסן
איך פרוביר צו דזשאגלען הין און צוריק ליתן ריוח בין פרשה לפרשה און צופרידן שטעלן די ליינער
פון די היינטיגע פידבעק ביזדערווייל שיינט יא ווי עס איז א ליינער קרייז וועלכע ליינט יא אדורך אזלעכע באריכטן איז שקויען נאכאמאל פארן לאזן וויסן אז עס איז נישט געשריבן געווארן אין די וועלט אריין

אזויווי יעצט איז פערפעקט. די וויכטיגע נייעס קורץ און שארף, און איין לענגערע דעטאלירטע באריכט - ספעציעל אין יורידישע ענינים

איך קום נישט אן יעדן טאג דאס צו שרייבן, אבער שכח הכל הבל!

די אייגנארטיגקייט פון דיין קאקאש איז אז יעדער קען נעמען די בעסטע סלייס פון די באבקע...
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

יישר כח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

שכח הכל הבל פאר די געוואלדיגע אינפארמאטיווע באריכטן!
מלך שהשלום שלו
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג שמות





הונדערטער גרייטן זיך צו פארמירן א פרישע קאראוואן פון האנדוראס צו מאכן זייער וועג צו די פאראייניגטע שטאטן
*
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט טערקיי'ס פירער ראסיפ ערדואן און דיסקוסירט די סיטואציע אין סיריע, ליביע, די פראטעסטן אין איראן אין דאס אראפשיסן די אוקריינע פילגער
*
א פעדעראלע וואטשדאג באשולדיגט אז די אפיס פון בודזשעט און מענעדזשמענט האט פארלעצט די געזעץ מיטן אפהאלטן די געלט קיין אוקריינע
סענאטאר קריס ווען האלען האט פמיט א צייט צוריק פארלאנגט פון די רעגירונג אקאונטאביליטי אפיס צו שרייבן א לעגאלע מיינונג אויף די פראגע און איצט זענען זיי צוריקגעקומען מיט זייער מעמא
*
קאנגרעס שטימט היינט אויף א ביל צוריקצודרייען די ערציאונג דעפארטמענט רול וועלכע באגרעניצט די רעכט מוחל צו זיין פעדעראלע סטודענטן חובות
*
אום עלף אייגער וועט די סענאט שטיען אויף די USMCA ווען צו עראשט וועט מען שטימען אויף א בודזשעט וואוט פארבונדן דעמיט אלץ טייל פון די פראצעדור און דערנאך אויפן ענדגילטיגע באשטעטיגונג
*
אום זייער צוועלף וועט די סענאט פארמאל ערהאלטן די אימפיטשמענט ארטיקלען פון די קאנגרעס מענעדזשערס נאכן נעכטן אפיציעל באקומען א מעסעדזש אז עס גייט קומען

אום זייגער 2 וועט הויפט ריכטער ראבערטס ווערן איינגעשוואוירן און דערנאך וועט ער איינשווערן אלע 100 סענאטארן אלץ דזשורארס
*
אין די צייט וואס ריכטער ראבערטס וועט ווערן איינגעשוואוירן וועט פרעזידענט טראמפ אנפירן מיט א צערעמאניע צו מעלדן אן ארדער פון אנוויזונגען פון א קאנסטיטוציאנאלע געבעט אין פובליק שולעס
*
אומקלאר וועלכע טראגע ריכטער ראבערטס וועט טראגן לכבוד די געלעגנהייט און צו ער וועט נאכמאכן דעם ביישפיל פון הויפט ריכטער רענקוויסט וועלכע האט אנגעפירט די קלינטאן אימפיטשמענט פראצעס און ערשינען מיט גאלדענע שטרייפן (סטראקעס) אויף די ארבל פון זיין שווארצע ריכטער כאלאטל (עס דוכט זיך מיר אז ער איז שוין דערנאך פארבליבן דערמיט עס נוצנדיג אויך אין געריכט)
*
מיר האבן באריכטעט אנהויב וואך אז טעקסאס גאווערנאר גרעג אבאט פלאנט צו פארבאטן מער פלטים זיך צו פלאצירן אין זיין סטעיט
דער רעפובליקאנער סענאטאר פון די סטעיט דזשאן קארנין האט געזאגט אז ער וואלט נישט גענומען אזא ליניע אבער געזאגט אז עס איז דעם גאווערנאר'ס באשלוס צו מאכן
*
א קלאב פאר וואוקס אנקעטע צייגט אז אויב זאל סענאטאר דזשאו מענשין שטיצן אימפיטשמענט וועט עס אים שעדיגן
די גוטע נייעס פאר אים איז אז ער האט נארוואס געוואונען נאך א טערמין און ער פלאנט נישט צו לויפן נאכאמאל
*
קימבערלי גילפאיל פון פאקס איז געווארן געשטעלט אלץ פארזיצערין פון די טראמפ ווידערערוויילונג פינאנץ קאמיטע
דורכאויס די 2016 למספרם קאמפיין האט היינט טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מנוטשין געהאלטן די פאזיציע
*
אלעס אינאיינעם האבן שוין די דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאטן צוזאמען מיט די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע אויפגעטריבן מיט איבער הונדערט מיליאן דאלער מער ווי פרעזידענט טראמפ און די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע
*
אינערליכע אנקעטע ציפערן פון די עימי קלאובאשאר קאמפיין צייגן אז זי ציהט אן 10% אין אייאווע און אז זי בויעט צוביסלעך אויף מאמענטום ארום איר קאמפיין זיך אהערשטעלנדיג אלץ שטארקסטע אלטערנאטיוו צו מעסיגע וויילער וועלכע שטיצן ארגינעל דזשאו ביידען און פאר סובארבאן וויילער צוגעצויגן צו פיט בוטידזשעדזש און פאר פאר פרויען וויילער וועלכע האבן געקלערט צו שטימען פאר עליזאבעט ווארען
*
מייק בלומבערג פארשפרעכט קיינמאל צו טוויטן פונעם אוועל אפיס
*
עליזאבעט ווארען האט נאך די דעבאטע באשולדיגט בערני סאנדערס אין ליגן זאגן אויף פובליק טעלעוויזיע (דורכאויס די דעבאטע) איבער זייער פריוואטע געשפרעך אויף וואס סאנדערס האט צוריקגעענטפערט זאגנדיג אז דו האסט מיר באצייכנט א ליגנער
*
קאנגרעסיאנאלע פרעגרעסיווע קאוקוס קאו פארזיצער מארק פאקאן האט אינדארסירט בערני סאנדערס פאר פרעזידענט
*
די "סיבה צו גלויבן" סופערפעק אין שטיצע פון דעוואל פעטריק גרייט זיך פאר א צוויי מיליאן דאלער ערשטע אינוועסטירונג וועלכע וועט זיך אנפאנגען מיט א מידיא בליץ אין ניו העמפשיר
*
האט איר אמאל צוגעקוקט ווי באשעפענישן פאסמאקעווען זיך מיט א טויט שטיקל נבילה אויף דער ערד?!
אט אזוי קוקט אויס די בילד ווי קארי בוקער איז אראפגעפאלן פלאך לויפנדיג פאר פרעזידענט און זיין לאנגע ליסטע פון אייאווע אינדארסירונגען איז אצינד אויף אויספארקויף פאר ווער עס וויל נאר כאפן און די איבריגע קאנדידאטן פרובירן אויפצולעקן יעדעס ביינדל
פיט בוטידזשעדזש קלונגט פערזענליך אן טייל פון בוקער'ס לעגיסלאטור מעמבערס און דזשאו ביידען האט באוויזן צו איבערצייגן א בוקער אקטיוויסטקע צו רעדן מיט דזשאן קערי פאר וועם זי פלעגט ארבעטן אין די פארגאנגענהייט און וועט איר אריבערברענגן צו זיין זייט
עימי קלאובאשאר האט שוין אויך באוויזן צו באקומען די אינדאסירונג פון א סטעיט רעפרעזענטאט וועלכע האט געהאט געשטיצט בוקער
*
קענטאקי סענאטאר מיטש מעקאנעל (ר) האט אויפגעטריבן 4.6 מיליאן דאלער אינעם לעצטן יאר פערטל פון 2019 למספרם
אין האט אנגעהויבן די נייע למספרם יאר מיט אן 11.5 מיליאן דאלער קאסע
זיין ווארשיינליכע דעמאקראטישע קעגנער עימי געקגרעט האט שוין אויפגעטריבן 16.9 מיליאן דאלער זינט זי איז אריינגעשפרונגען אינעם פארמעסט
*
אין אייאווע האט דער רעפובליקאנער רענדי פרינסטרא וועלכע פארמעסט זיך אין א פריימערי אקעגן קאנגרעסמאן סטיוו קינג באוויזן אויפצוטרייבן מער געלט ווי קינג פאר דריי יאר פערטלעך למספרם נאכאנאנד האט ער אצינד געמאלדן אז פארן לעצטן יאר פערטל למספרם האט ער אויפגעטריבן 190,077 טויזנט דאלער
*
צפון קאראליינע סענאטאר טאם טיליס (ר) ווארט נאך אויס צו זיין ווער עס וועט זיך ארויסשיילן צו זיין דער דעמאקראטישע אפאנענט פון די מערץ 5 למספרם פריימעריס אבער ער האט שוין ארוסגעשטעלט א פארלאנג אז ער וויל האבן אמווייניגסטנס פינף דעבאטעס און עס זאל אנהויבן לויפן אזוי פרי ווי איינס אין אפריל, איינס אין מאי און איינס אין יוני למספרם וועלכע איז פריער ווי די געווענליכע דעבאטע סעזאן
*
דזשעים העריסאן (ד) וועלכע זוכט צו לויפן אקעגן סענאטאר לינדזי גרעהעם האט געהאט א שוואך באקאנטע פריימערי קעגנער גלאריא בראמעל טינאבו וועלכע האט נעכטן איבערגעלאזט ד פארמעסט און אינדארסירט העריסאן
*
איינע פון די בלוטיגסטע פריימערי פארמעסטן ביי די רעפובליקאנער אין א לאנגע צייט האט זיך געהאלטן אינמיטן פארעמען אין ווייאמיניג ווי ראנד פאול וועלכע האסט די שפארבערישע טשעיני פאמיליע צוליב זייער פאליסי אויסקוק שטיצט שטארק די דערווייל איינציגסטע דערקלערטע קאנדידאט פאר די סענאט זיץ מיטן האפענונג צו שטעלן גענוג א שטארקע שוץ וואנט אקעגן א פאטענציאלע פארמעסט דורך קאנגרעס פרוי ליז טשעיני
מיטש מעקאנעל אבער (וועלכע האלט אן א נאנטשאפט מיט פאול זינט ביידע זענען פון קענטאקי) גלייכט אבער שטארק פרוי טשעיני און וויל איר שטארק האבן אינעם סענאט
מינוטן צוריק איז געקומען די נייעס אז די רעפובליקאנער האבן פארמיטן א שלאכט ווען טשעיני האט דערקלערט אז זי וועט נישט לויפן צום סענאט
*
מעין דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט שרה גידעאן איז ארויסגעקומען מיט אן אנטי קארופציע פלאן אלץ טייל פון איר סענאט קאמפיין פלאטפארמע
*
אנהויב וואך האבן מיר באריכטעט איבער די ברידזשגעיט קעיס וועלכע די סופרים קאורט ריכטער גרייטן זיך אויסצוהערן
אצינד האלט מען שוין נאך די מונדליכע ארגומענטן און עס א צייט צו כאפן א בליק איבער וואס עס האט זיך אפגעשפילט

אין אנפאנג פון די סעסיע האט אפגעווארט אן איבערראשונג ווען קריס קריסטי אליין איז ערשינען מיטצוהאלטן דעם פראצעס און איז געווען העכסט אומאנגענעם פאר זיין געוועזענע געהילף פרוי קעלי וועלכע איז גאר בייז אויף אים פארן אנווארפן די שולד אויף איר און איר פארוואנדלען אלץ שעיר לעזאזאל און דערנאך אוועקנעמען איר דזשאב און העלט אינשורענס בענעפיטן און רואינירן איר לעבן פאר זיין בענעפיט
קעלי באשולדיגט אז קריסטי האט איר געווארפן אונטערן באס און דורכאויס די פראצעס איז זי ווירקליך געזיצן אונטערן "באס" ווען איר זיץ איז געווען הארט אונטער קריסטי
נאך די ארגומענטן האט זי זיך געוויצלט אז זי האפט אז עס איז אים געווען פיל שווערער איר צו קוקן אין די אויגן ווי פאר איר אים צו זעהן
קריסטי האט נישט געוואלט מאכן קיין קאמענטארן נאכן סעסיע
די פראגן וועלכע זענען געוארן אויסגעלופטערט איז געווען אויב ווען פאליטיקאנטן נעמען אונטער אפיציעלע רעגירונג שריט און זאגן ליגן צו באהאלטן זייער פאליטישע מאטיוון דערונטער צו עס הייסט א פעדעראלע פארברעכן
די פארטיידיגונג האט ארויסגעברענגט אז אויך אן די ליגן וואלט די טויש געווארן איינגעשטעלט און דעריבער איז די ליגן נישט געווען עכט עפעס וואס האט אויסגעמאכט
די פארטיידיגונג האט אויפגעברענגט ביישפילן און זיך הויך געוואונדערט אויב ווען אפליטיקאנט שיקט שארער טראקס צו רייניגן די שניי א געגנט ווי זיינע פאליטישע ביישטייערער וואוינען און זאגו אז עס איז נישט פארבונדן מיט פאליטישע מאטיוון קען מען דאן יענעם אנקלאגן?!
זיי האבן אויך דערמאנט די סיטיזאנשיפ פראגע וועלכע די סופרים קאורט האט נישט געלאזט אריינשטעלן אינעם צענזוס בויגן גלויבנדיג אז ווילבאר ראס האט נישט אויפריכטיג ערקלערט זיינע מאטיוון דערצו
די פארטיידיגונג האט ארויסגעברענגט אז די אומאויפריכטיגע ערקלערונג איז טאקע געווען גענוג פארן הויפט ריכטער נישט צו לאזן די פאליסי פאראויסגיין אבער צו קען מען דען אנקלאגן קרימינאל ווילבאר ראס פאר ליגן זאגן איבער זיינע מאטיוון?!
די יוסטיץ דעפארטמענט האט אפגעשלאגן די טענה ערקלערנדיג אז ברידזשגעיט פאל איז אנדערש צוליב וואס די ליגן האט יא געשפילט א קלארע ראלע און אן דעם ליגן וואלט באראוני נישט געווען באפולמעכטיגט אפצושפארן די ליניעס זייענדיג בלויז דעפיוטי דירעקטאר אויף וועלכע די אדוואקאטן האבן געזאגט אז באראוני איז יא געווען א דע פאקטא דירעקטאר מיט אייניגע אויטיריטעט צו דירעקטאר פויע נאר די דעפיוטי טיטל איז געווען "אין נעים אנלי"
אין אלגעמיין האבן די א מאיאריטעט ריכטער אויסגעקוקט סימפאטיש צו פרוי קעלי און איר קעיס און נישט דוקא אויף פארטייאישע ליניעס
רכטער סעמיועל אליטא האט ארויסגעברענגט אז די דזשורי האט נישט געפונען עכטע באווייזן אז אן זאגן דעם ליגן וואלט באראוני נישט געקענט דורכפירן דעם טויש
ריכטער סטיווען ברייער האט אין אלגעמיין אויסגעקוקט די מערסטע צו צווייפלען אין די רעגירונג שטעלונג
קעלי'ס אדוואקאט האט אויך געמאכט א באזונדערע ארגומענט זאגנדיג אז אפילו אויב די ליגן האט יא אויסגעמאכט האט די אפשפארונג נישט באשווינדלט פראפערטי פון קיינעם פאר פריוואטע באנוץ זינט מען האט בלויז געטוישט ליניעס
אבער דערויף האבן שוין די ליבעראלע ריכטער יא זיך געוואונדעט ווען ריכטערין רוט בעידער גינזבורג האט געפרעגט ווי אזוי הייסט די טויש נישט באנוצט מיט פובליק פראפערטי פאר פריוואטע פאליטישע בענעפיט?!
ריכטערין סאטאמאיאר האט ארויסגעברענגט אז אויב זאל זי איינשטימען דערויף וועט מארגן זיין א צייטונגס קעפל וועלכע ציטירן פון איר אז עס איז אקעי פאר פובליק באאמטע צו נוצן פובליק געלט אין אן אומאויטאריזירטע וועג
הויפט ריכטער ראבערטס האט פרובירט צו פארוואסערן די ארגומענט פון זיינע ליבערלע קאלעגן ארויסברענגענדיג אז עס איז אנדערש ווי צום ביישפיל אפשפארן א ליניע ווייל זי וויל זיך באנוצן מיט די ארבעטער ביים טאל בודקע פאר איר פריוואטע באנוץ



א לעכטיגן שבת!
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

שכח הכל הבל!

די אייגנארטיגקייט פון דיין קאקאש איז אז יעדער קען נעמען די בעסטע סלייס פון די באבקע...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

mmn האט געשריבן:שכח הכל הבל!

די אייגנארטיגקייט פון דיין קאקאש איז אז יעדער קען נעמען די בעסטע סלייס פון די באבקע...

געזונטערהייט

שקויעך פאר די פידבעק!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

געגעסן און געבענטשט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

זיך שוין לאנג נישט באדאנקט. א גרויסן יישר כח.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”