א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

זיייעעעררר הנאה געהאט!

ישר כח הבל!!!
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

אה, מען האט זיך געבענקט,

א ייש"כ
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ריעלי עפרישיעיטעד. יישר כח!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

קריספי עס יודזשעלי
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

ענדע צדיק! האט געשריבן:ריעלי עפרישיעיטעד. יישר כח!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג וילך







קארי בוקער קומט ארויס מיט א פארשלאג וועלכע וועט אנגעבליך שניידן די ארימקייט ראטע ביי יוגנטליכע מיט צוויי דריטל
*
סענאטארשע דיאנא פינסטיין וועלכע שטיצט דזשאו ביידען איבער איר היימסטעיט קאלעגע קאמאלא העריס גייט היינט אנפירן א פאנדרעיזער פאר ביידען
*
דזשאו ביידען וועלכע האט דערווייל נישט ארויסגעשטעלט זיינע פאנדרעיזינג ציפערן פארן דריטן למספרם קווארטאל האט געמאלדן א מדיא בליץ אין די ווערט פון זעקס מיליאן דאלער אין די ערשטע פיר פריימערי שטאטן
ביידען גייט פארעפנטליכן זיינע ציפערן אום אקטאבער 15 למספרם די זעלבע טאג וואס ער מוז זיי אפיציעל איינמעלדן
*
פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט זיין ווידערערוויילונג קאמפיין אויסצושארפן זייערע אטאקעס אויף דזשאו ביידען און אויסגעבן אכט מיליאן דאלער פאר א נאציאנאלע רעקלאמע בליץ פאר דעם צוועק
*
מארגן וועט פארקומען א גרויסע פאנדרעיזער אין ניו יארק סיטי פאר די רעפובליקאנר נאציאנאלע קאמיטע און די געסט וועלן הערן פון טראנספארטאציע סעקרעטארשע פרוי מעקאנעל, טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין און פון די געוועזענע יו ען אמבאסאדארשע ניקי העילי
*
אין אייאווע'ס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט גייט דער אמטירנדער דעמאקראט דעיוו לאובסעק רעטייערן און ער האט שוין אינדארסירט ריטא הארט וועלכע איז געווען די דעמאקראטישע קאנדידאט פאר ליוטענאנט גאווערנאר אין 2018 למספרם
לאובסעק שטיצט אז הארט זאל אים ערזעצן אין א דיסטריקט וועלכע האט געוועלט פאר אבאמא און פאר טראמפ
אויף די רעפובליקאנער זייט האט א געוועזסענער אילינאי קאנגרעסמאן באב שילינג געהאט געמאלדן זיין קאנדידאטור אבער אצינד האבן רעפובליקאנער רעקרוטירט א פרוי קאנדידאט ווען מאריאנעט מילער מיקס האט געמאלדן אז זי שפרונגט אריין אינעם פארמעסט
מילער איז א סטעיט סענאטארשע און איז שוין געווען די פארטיי קאנדידאט פאר דעם קאנגרעס זיץ אין 2008, 2010 און אין 2014 למספרם
*
דעמאקראטישע קאנגרעספרוי סלאטקין פון מישיגען'ס אכטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט אויפגעטריבן אינעם דריטן קווארטאל למספרם איבער 800 טויזנט דאלער וועלכע איז מער פון די 735 טויזנט אינעם צווייטן קווארטאל למספרם וועלכע איז געווען מער פון די 540 טויזנט דאלער למספרם אינעם ערשטן קווארטאל למספרם
זי פארמאגט איצט 1.65 מיליאן דאלער אין די באנק
*
דזשאן אסאף (ד) וועלכע האט ערשט אין אנהויב סעפטעמבער למספרם געמאלדן זיין קאנדידאטור צו לויפן אין די דזשארדזשיע סענאט פריימערי צו קענען לויפן אקעגן דעם ערשט טערמיניגער רעפובליקאנר סענאטאר דעיוויד פערדו האט שוין געמאלדן פאנדרעיזניג ציפערן פארן דריטן קווארטאל למספרם פון 1.3 מיליאן דאלער אבער עס רעכנט אריין איבערבלייבענישן פון זיין לעצטע אומסוקסעספולע קאנגרעס פארמעסט וועלכע ער האט אהין אריינגעגאסן
*
קעל קאנינגהעם (ד) וועלכע פארמעסט זיך אין די סענאט פריימערי צו קענען לויפן אקעגן סענאטאר טאם טיליס האט אויפגעטריבן 1 מיליאן דאלער אינעם דריטן למספרם קווארטאל און פארמאגט 1.1 מיליאן דאלער אין די באנק
*
דזשעימס העריסאן (ד) וועלכע לויפט אקעגן סענאטאר לינדזי גרעהעם האט אויפגעטריבן 2.1 מיליאן דאלער אינעם דריטן למספרם קווארטאל און פארמאגט 2.1 מיליאן דאלער אין די באנק
*
רודי דזשוליאני'ס געוועזענע פרעסע סעקרעטאר באטראכט אונטערצונעמען א פארמעסט אקעגן מיק שעריל, דעמאקראט פון ניו דזשערסי'ס עלפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
*
א סורוועי יו עס עי אנקעטע אין קאליפארניע'ס פופציגסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט צייגט אז דער אמטירנדער סקאנדאל פארוויקלטער קאנגרעסמאן דאנקען האנטער איז שטארק אונטערשטעליג אין זיין ווידערערוויילונג פארמעסט
דעמאקראט אמאר קאמפא נאדזשאר (ד) 31%
קארל דעמיא (ר) 20%
דערעל אייסא (ר) 16%
דאנקען האנטער (ר) 11%
*
אין דזשארדזשיע ווארט מען אז גאווערנאר קעמפ זאל נאמינירן אן ערזאץ פאר די זיץ פון סענאטאר דזשאני אייזעקסאן אבער אויך דעמאקראטן גרייטן זיך אויסצוקלויבן א קאנדידאט וועלכע זאל אינגיכן (אין 2020 למספרם) זוכן ארויסצושטויסן דער עווענטועלער קאנדידאט וועם קעמפ וועט אויסקלויבן אצינד האט מעט ליבערמאן געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר דעם זיץ און גלייכצייטיג געמאלדן אז ער שטיצט צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ
מעט איז א זוהן פונעם געוועזענעם וויצע פרעזידענט קאנדידאט דזשאסעף ליבערמאן
אן אנדערע נאמען וועלכע שיקט ערנסטע סיגנאלן פון א מעגליכע פארמעסט איז לוסי מעקבעט וועלכע האט אין 2018 למספרם געוואונען א רעפובליקאנער געהאלטענע דיסטריקט אין איינע פון די גרעסטע שאק רעזולטאטן אין די מידטוירמס
אגב, האלטן היינט רעפובליקאנע גרופעס אפ אן "אנטי אימפיטשמענט" פראטעסט פארנט פון איר אפיס
*
אין מיסיסיפי גרייט מען זיך צו די סטעיט וואלן פאר גאווערנאר צווישן ליוטענאנט גאווערנאר טעיט ריוועס און דעמאקראט הוד און פרעזידענט טראמפ האט היינט גערופן רעפובליקאנער זיך צו מאביליזיר אין שטיצע פון ריוועס
היקמאן האט גענומען אן אינערליכע פאר די ריוועס קאמפיין און לויט די רעזולטאטן איז ריוועס ביי 45% צו 42% פאר הוד אין א סטעיט וועלכע שטימט היסטאריש שטארק רויט
*
אין אנדערע נייעס אין די מיסיסיפי גאווערנאר פארמעסט האט די הוד קאמפיין ארויסגעשטעלט א רעקלאמע וועלכע באשולדיגט ריוועס אין נוצן זיינע פאליטישע קאנטאקטן צו פארזיכערן דאס אויספלאסטערן א שטראז נאנט צו זיין היים
*
די מער עלטערע ליינער וועלן פילייכט דענקן די תקופה פון שרעק וואס אמעריקא איז אריבער אין 2002 למספרם אין שאטן פון נאכאנאנדע סנייפער שיסערייען ווען צוויי אנאנימע פראפעסיאנאלע ציהל שיסער פלעגן אן קיין ווארענונג אנהויבן שיסן אויף ווער עס זיי געקומען אונטער די האנט און פלינק אנטרינען פון די סצענע
עווענטועל, נאכן אפקאסטן צעהן קרבנות זענען אויטאריטעטן געקומען אויף די שפורן און אידענטיטעט פון די צוויי און ארעסטירט לי מאלווא און אלען מוכאמעד
מוכאמעד איז געווארן פאראורטיילט צו טויט שטראף און די אורטייל איז געווארן אויסגעפירט אין 2009 למספרם
מיט מאלווא איז אבער געווען די מעשה אנדערש זינט ער איז צו יענע צייט געווען בלויז 17 יאר אלט און לויט די געזעץ האט ער געקענט באקומען א מאקסימום פון לעבנסלענגליכע טורמע און ריכטער אין מערילענד און אין ווירדזשיניע האבן אים טאקע צוגעטיילט אייביגע טורמע
שימלענדיג אין זיין פינסטערע צעהל אן קיין געהעריגע אויסזיכט אמאל ארויסצוגיין האט מאלווא געמוזט זיין צופרידן ווען א סופרים קאורט אורטייל איז ארויס אין א צוויייטע קעיס שרייבנדיג אז "לעבנסלענגליכע טורמע אן פאראל פאר פארברעכן דורכגעפירט ווען מען איז יונגער פון אכצן יאר פארלעצט די אכצנטע אמענדמענט וועלכע ערלויבט נישט קיין איבערגעטריבענע שווערע שטראפן"
די פראבלעם איז געווען אז די אורטייל האט נישט אדרעסירט די וועלכע זענען געווארן פאראורטיילט מיט יארן פריער און וואלט בלויז אפעקטירט ווי אזוי ריכטער זאלן אורטייילן אינעם צוקונפט
עס האט געדויערט נאך פיר יאר ווען אין 2016 למספרם האט ענדליך אנגעהויבן אויסקוקן אז מאלווא וועט מעגליך קענען האבן נוצן פון די 2012 למספרם אורטייל
אין 2016 למספרם האט די סופרים קאורט געשריבן אין א באזונדערע קעיס אז זייער פריערדיגע אורטייל פון 2012 למספרם איז געווען א "פארארדענונג מיט סובסטאנץ פון קאנסטיטוציאלע געזעץ"
די טערמין באדייט אז יענע אורטייל איז א פונדאמענטאלע און עלעמענטארע באשיצונג פאר ארעסטאנטן און מוז דעריבער ווערן גענומען אין באטראכט און אפעקטירן אויך ארעסטאנאטן וועמענס אורטייל זענען געווארן פארזיגלט בעפאר די 2012 למספרם אורטייל
באוואפנט מיט די צוויי אורטיילן האטבן די מאלווא אדוואקאטן זיך געוואנדן צום דיסטריקט געריכט וועלכע האט געמוזט צונישט מאכן די אלטע אורטייל און סקעדזשועלן א פרישע אורטייל וועלכע זאל זיין אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט פארארדענונג
די רעגירונג האט עס אפעלירט צום פערטן קרייז געריכט אבער דארט האט זיי אויך אפגעוואט א נידערלאגע ווען די סירקוט קאורט האט בלויז געקענט באשטעטיגן די אורטייל פון די נידריגע געריכט
אצינד וועט די סופרים קאורט אויסהערן די קעיס און די מונדליכע ארגומענטן וועלן פארקומען אום אקטאבער 16 למספרם
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 12:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יעי, הבל איז בעק.
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

ישר כחכם!!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

א גרויסן דאנק.
און ווי אזוי הייסט רודי דזשוליאנ'ס פרעסע סעקרעטאר?
איך ווייס נישט וואס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א נייער האט געשריבן:א גרויסן דאנק.
און ווי אזוי הייסט רודי דזשוליאנ'ס פרעסע סעקרעטאר?

קורט ריטער
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

ישר כח הבל!!!!

כווארט מיט דורשט אויף דיינע טעגליכע נייעס קרישקעלעך...
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יישר כוח
ריעלי אפרישיעט איט!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

א דאנק הבל! האמער זייער הנאה געהאט.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יעצט געליינט די לעצטע פיר פינף באריכטן.
א הערצליכן יישר כוח פאר ידידנו הרב הכל הבל פאר די הערליכע ארטיקלען!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
וויל נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל נישט »

שטילער האט געשריבן:ישר כח הבל!!!!

כווארט מיט דורשט אויף דיינע טעגליכע נייעס קרישקעלעך...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זונטאג האזינו






קאנגרעס הויבט אן איר צווייטע וואך פון די צוויי וואכן אורלויב אבער דינסטאג וועלן די קאמיטעען הערן פון אמעריקא'ס אמבאסאדאר קיין אייראפע גארדאן סאנדלאנד אונטער פארמאכטע טיהרן איבער די אוקריינע וויסלבלויער באקלאגעניש
*
עקטינג היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר קעווין מעקלינען וועט אויפטרעטן מארגן ביי א קאנפרענץ צו רעדן איבער די פארהאלטונג פון אימיגראנטן ביי אימיגראציע צענטערן לענגאויס די אמעריקאנער מעקסיקאנער גרעניץ
*
אן אנאליז פון די אטמאספערע איבערן לאנד איבער די אנגייענדע אימפיטשמענט סומאטוכע ציגט אז עס איז דערווייל נישט פארהאן צופיל עכטע אנדייטונגען ווי אמעריקא'ס סווינג וויילער זענען אויף די אישו און זיי לאזן זיך נאך דערווייל נישט גאר שטארק הערן
נאכפאלגנדיג נייו באזונדערע טאון האל אויפטריטן דורך געזעצגעבער שטעלט זיך ארויס אז פרא טראמפ פראטעסטירער שטורמען אינדרויסן פון די פארזאמלונגען אין פרא אימפיטשמענט דעמאקראטן שאלן איינוויניג אבער נישט צופיל מעסיגע וויילער קומען ארויס אויסצודרוקן זייערע געדאנקן איבער אימפיטשמענט אויף איין וועג אדער די אנדערע
*
וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט דעם יום הקדוש זיין אין אייאווע צו גיבן א רעדע איבער די בענעפיטן פון די USMCA און באזונדער אנטייל נעמען אין א פאנדרעיזינג אונטערצושטיצן די סענאט ווידערערוויילונג קאמפיין פון סענאטארשע דזשאני ערנסט
*
א פאקס נייעס אנקעטע אין צפון קאראליינע שטעלט
ביידען 41%
ווארען 12%
סאנדערס 10%
העריס 4%
בוקער 3%
אלע אנדערע אונטער 2%
די אנקעטע איז נישט גוטע נייעס פאר ווארען וועלכע האט געזוכט צו צעמענטירן איר קאמפיין אין די סטעיט מיט אן אפעיל צו אפריקאנער אמעריקאנער פרויען וויילער און אזוי ארום אראפצוציפן פון בידען'ס מאסיווע אויבערהאנט אבער לויט די אנקעטע באזיגט באקומט ביידען צווישן די גרופע 47% צו 8% פאר ווארען
*
פרוי ביידען האט די פארלאפענע וואך פארברענגט אין אייאווע וואו זי האט אויפגעטריבן שטיצע פאר איר מאן'ס פרעזידענטליכע קאמפיין
*
קאמאלא העריס גייט היינט נאכט קאמפיינען אין אייאווע נאך וואס מען הערט מער און מער פון איר קאמפיין אז זיי אינוועסטירן אלע זייערע ריסוירסעס אין די ערשטע קאקאוס סטעיט מיט די האפעונג אז א די אייאווע סטראטעגיע וועט זיי געבן שטויס קראפט פאראויסצוגיין אין די שפעטערדיגע שטאטן
די קאמפיין באצייכנט עס די אלץ אבאמא סטראטעגיע אבער אנאליסטן צווייפלען אין די צושטעל זינט די אבאמא קאמפיין האט געהאט אינוועסטירט פיל מער און פריער אין די סטעיט און עס נישט געטוהן בלויז אלץ א רעטונגס מיטל אין אזוי שפעט אינעם פארמעסט
*
אין ליוזיאנא האט וויצע פרעזידענט פענס אפגעהאלטן נעכטן א ראלי פאר ביידע רעפובליקאנע גאווערנאר קאנדידאטן, קאנגרעסמאן עיברעהעם און ביזנעסמאן עדי ריספאן
דאנאלד טראמפ הצעיר וועט מארגן מאנטאג אפהאלטן אן עקסטערע ראלי אין שטיצע פון די ביידע קאנדידאטן אין אן אנדייטונג אז די אדמיניסטראציע האט דערווייל נישט גענומען קיין שטעלונג אין צי פריימערי אמווייניגסטנס אפיציעל
*
פארלאפענע פרייטאג איז ארויס די סאמע ערשטע רעקלאמע פון א בעטלגראונד דיסטריקט קאנגרעס קאנדידאט ווען דער אמטירנדער ערשט טערמיניגער דעמאקראט דעלעגאדא פון ניו יארק 19 האט ארויסגעשטעלט א קאמפיין 2020 למספרם רעקלאמע וועלכע איז קאנצעטרירט ארום זיינע דערגרייכונגען און זעלבספארשטענדליך דערמאנט נישט קיין ווארט איבער אימפיטשמענט
*
קאנאווא קאונטי קאמישאנאר בען סאלאנגא (ד) פון וועסט ווירדזשיניע גייט די וואך מעלדן זיין איינטרירט אין די דעמאקראטישע פריימערי פאר גאווערנאר צו קענען לויפן אקעגן גאווערנאר דזשים דזשאסטיס (ר)
*
נאך וואס דזשארדזשיע גאווערנאר ברייען קעמפ האט עפנטליך פארלאנגט אז די אלע וועלכע זוכן צו קאנדידירן אויסצופון די סענאט זיץ פון סענאטאר דזשאני אייזעקסאהן זאלן אפיציעל אויספולן אן אפליקאציע דערפאר מיט זיין אפיס האט קאנגרעסמאן דאג קאלינס אזוי געטוהן און אצינד האט אויך דזשעק קינגסטאן איינגעגעבן זיין נאמען
קינגסטאן איז א געוועזנער קאנגרעסמאן פון די ערשטע קאנדרעסיאנאלע דיסטריקט אין די סטעיט און האט שוין אויך סערווירט אלץ וויצע פארזיצער פון די פארטיי קאנפרענץ
*
נאכן לויפן צוויי מאל אומסוקסעספול אין מינעסאטא'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט דזשים האגעדארן פרובירט א דריטע מאל אין 2018 למספרם און געוואונען מיט 50.1 צו 49.7 פארן דעמאקראט און גייט איצט לויפן צום ערשטן מאל פאר ווידערערוויילונג
לעצטע וואך האבן די דעמאקראטן באוויזן צו רעקרוטירן דער דעמאקראטישער קאנדידאט פון 2018 למספרם דאן פיהאן וועלכע געמאלדן אז ער גייט נאכאמאל לויפן אקעגן האגעדראן
*
רעדנדיג פון מינעסאטא איז אינטערסאנט זיך אריבערצוכאפן צום אכטן קאנגרעסיאנאלן דיסטריקט וואו ריק נאלאן האט אין 2018 למספרם באשלאסן צו רעטייערן נאכן געוואונען זיינע צוויי פריערדיגע פארמעסטן זייער שמאל
פרעזידענט טראמפ האט זיך דאן אריבערגעכאפט צו די סטעיט זייענדיג זיין ערשטע באזוך אהין אלץ פרעזידענט און האט קאמפיינט פארן רעפובליקאנע קאנדידאט פיטע שטויבער ווערנדיג די ערשטע קאנגרעס קאנדידאט צו באקומען א ראלי פון טראמפ אין די מידטוירמס
אויף די דעמאקראטישע זייט איז געלאפן דזשאו ראדינאוויטש וועלכע איז געווען א געהילף צו ריק נאלאן אבער עווענטועל האט שטויבער אים באזיגט באקומענדיג 50.7% פון די שטימען צו 45.2% פאר ראידנאוויטש
אצינד האבן דעמאקראטן רעקרוטירט א געוועזענע קאונסילפרוי קווין ניסטראם צו לויפן אקעגן שטויבער
*
מארגן מאנטאג עפענען זיך די טויערן פון די סופרים קאורט אין וואשינגטאן פארן נייעם סעסיע און מען קען ערווארטן היבש נייעס פון קעיסעס וועלכע די געריכט פלאנט אצונעמען
איין באמבע נייעס איז שוין געקומען ווען מען וועט באקומען די געלעגנהייט צו זעהן אויב סאציאלע קאנסערוואטיוון גייען טאקע בענעפיטירן פון די קענעדי/קעווענאו טויש ווי געשילדערט אין די פאלגענדע באריכט
*
די סופרים קאורט האט געמאלדן אז זיי אקצעפטירן אויסצוהערן די סאמע ערשטע קעיס איבער חוקי רציחה זינט ריכטער קעווענאו איז ארויף אויפן באנק
די געריכט וועט באהאנדלען די פארלאנג דורך ליוזיאנא
אין 2016 למספרם האט די סופרים קאורט דערלאנגט א קלאפ פאר טעקסאס דורכן דערלקערן אומקאנסטיטוציאנאל זייער אפשפארן פילע קליניקס לענגאויס די סטעיט וועלכע האבן סערווירט רציחה סערוויסעס און די געריכט האט אויך אויסגעטראטן דעם באדן פאר פרישע קלאגעס אינעם צוקונפט איבער סטעיט אנטי רציחה רעגולאציעס
נאכפאלגענדיג יענע אורטייל האבן רציחה אקטיוויסטן זיך געוואנדן צום נידריגן געריכט צו באקעמפן א רייע פון אנטי ריצחה געזעצן דורכגעפירט אין ליוזיאנא מיט די האפענונג אז די סופרים קאורט אורטייל וועט זיי צוניצקומען
ליוזיאנא האט געזאגט פאר די דיסטריקט געריכט אז די קעיס איז אומבאגרונדעט אין דעריבער זאל עס ווערן ארויסגעווארפן נאך איידער מען הערט איר אויס
די דיסטריקט געריכט האט זיך אנטזאגט נאכצוגעבן דעם פארלאנג
און אין אן אויסערארדנטליכע שריט האט זיך די סטעיט געווארנדן צום פיפטן קאורט אף אפיעלס אז זיי זאל אין אן עמורדזשענסי גלייך איבערנעמען די קעיס און עס ארויסווארפן ווייל די דיסטריקט געריכט טרעט אויף די רעכטן פון די סטעיט מיטן נישט ארויסווארפו גלייך אזא קעיס
דאן האבן די ריכטער אויפן סירקוט קאורט אויסגעהערט די ארגומענטן און געשיינט צו זיין גענויגט אזוי צו טוהן
די פאנעל איז באשטאנען פון דריי ריכטער און צוויי דערפון זענען נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ
איינער איז ריכטער ענדרו אלדהאם וועלכע האט בעפאר פארטיידיגט די טעקסאס געזעץ אין געריכט..
דער צווייטער איז ריכטער דאן ווילעט אויך נאמינירט דורך טראמפ און די דריטע איז ריכטערין פריסקילע אוען נאמינירט דורך פרעזידענט בוש השני און א באקאנטע אנטי רציחה פיגור
די געריכט שנעל געאורטיילט אז די סטעיט געזעץ איז אויסגעהאלטן און י קלעגער האבן עס געשלעפט צום סופרים קאורט
טראץ וואס ביי די טעקסאס קעיס האבן אלע דריי קאנסערוואטיוון זיך ארויסגעשטעלט אקעגן די מאיאריטעט אורטייל פון פינף וועלכע האבן געאורטיילט אקעגן טעקסאס (סקאליא האט שין נישט געלעבט און זיין זיץ איז נאך געווען ליידיג לאזנדיג די קאנסערוואטיוון מיט ראבערטס, אליטא און טאמאס, קענעדי האט געשטימט מיט די ליבעראלן) האט שוין ריכטער ראבערטס איינמאל צוריקגעשיקט אן אנדערע קעיס צו די פיפטע קאורט איבערצוקוקן זייער באשלוס זינט ער איז געווען אויפגעברויזט אז זיי האבן זיך אויסגעפיפן אויף די סופרים קאורט פרעעצעדענט (טראץ ער איז ארגינעל געווען אקעגן די שאפונג פון דעם ספעציפישן פרעצעדענט אבער ער וויל אז אפגעזעהן פערזענליכע שטעלונגען זאלן נידריגע געריכטן זיך פירן אין איינקלאנג מיט סופרים קאורט פרעצעדענט) און דעריבער האפן די קלעגער אז ראבערטס וועט אויך דאסמאל נעמען אין באטראכט פרעצעדענט
קאנסערוואטיוון קוקן אבער אויס אז די נייע געריכט אויסשטעל וועט זיי ערלויבן איבערצודרייען אין סופרים קאורט די טעקסאס פרעצעדענט זינט זיי פארמאגן איצט פרישע צוויי ריכטער גררסוטש און קעווענאו און וגאב צו די דריי וועלכע האבן שוין גענומען די זייט פון טעקסאס אין 2016 למספרם
*
הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס האט אפגעווארפן א פארלאנג פון סי ען ען און אנדערע ניייעס קאנאלן צו ערלויבן מיטצוהאלטן לעבעדיג פון געריכט אדער אמווייניגסטנס קענען באקומען אינעם זעלבן טאג רעקארדירטע אודיאו פון די מונדליכע ארגומענטן אין די היי פראפיל חוקי רציחה און דאקא קעיסעס
*
איין אנדערע אינטערסאנטע טויש איז יא אריין אין אפעקט ווען די געריכט וועט אין אלגעמיין ערלויבן פאר די אדוואקאטן וועלכע פרעזענטירן זייער קעיס דורכאויס די מונדליכע ארגומענטן צו קענען רעדן צוויי מינוט אומגעשטערט
ביז היינט האבן ריכטער געקענט איבערהאקן מיט פראגן פון אנהויב פון די אדוואקאטן פרעזענטאציע אבער אצינד וועלן ריכטער זיך פרובירן צו האלטן שטיל פאר די ערשטע צוויי מינוט צו גיבן א געלעגנהייט פאר די קעיסעס צו ווערן געמאכט
*
ענטערטעימענט סטודיא'ס נעטווארק איז אונטער די אייגנטומערשאפט א פירמע וועלכע באלאנגט פאר בייראן אלען וועלכע איז אן אפריקאנער אמעריקאנער אקטיאר
זיין פירמע האט געקלאגט קאמקעסט, א טעלעקאמיוניקאציע ריז פאר איר באשלוס נישט צו לופטערן זייער פראגראם קאנאלן און באשולדיגט אז די באשלוס איז באזירט אמווייניגסטנס טיילווייז אויף ראסע אנטזאגנדיג צו ערלויבן פאר די איינציגסטע מולטי קאנאל מידיא פירמע אין אמעריקא אונטער די אויסשליסליכע אייגנטומערשאפט פון אן אפריקאנער אמעריקאנער צו באנוצן אירע ליניעס
אויך עטליכע אנדערע גרויסע מידיא דיסטריביוטאר ווי טשארטער קאמיוניקאציע, טיים ווארנער קעיבל, דירעקט טעלעוויזיע, און עי טי & טי האבן אויך אין יענע צייט אפגעווארפן קאנטראקט פארשלאגן מיט די ענטערטעימענט סטודיא'ס נעטווארק
די דיסטריקט קאורט האט אבער אפגעווארפן די טענה און די קעיס האאט גאלאפירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט יא געגעבן רעכט פאר די נעטווארק באזירט אויף זייערס אן אורטייל אין אן ענליכע קעיס
די פראגע קומט אראפ אויב די געזעץ צו פארבאטן א געמיש דיסקרימינאציע און אנדערע פאקטאן ווען עס קומט צו טוהן ביזנעס
די ראסע געזעץ ביים טוהן ביזנעס שרייבט אז מענטשן פון יעדע ראסע דארפן געניסן פון אייניגע צוטריט מעגליכקייטן צו אלע סארט ביזנעס אקטיוויטעטן
אבער די ציווילע רעכטן געזעץ וועלכע אדרעסירט אומשטענדן פון ארבעטער פארלאנגט פון ארבעסטגעבער נישט צו פארלעצן ארבעטער רעכטן באזירט אויף ראסע אפילו אויב די באציאונג איז אויך צוליב אנדערע אורזאכן און ראסע איז בלויז איינע פון די פאקטארן
דהיינו, אויב אן ארבעסגעבער זאגט אויף אן ארבעטער צוליב עטליכע אורזאכן אבער איינע פון זיי איז אויך ראסע איז עס א פראבלעם אפילו אויב ער וואלט יענעם אויפגעזאגט קומעניג פון אן אנדערע ראסע
די קלארע פארבאט אויף טיילווייזע ראסע דיסקרימינאציע איז אבער נאר ארויסגעשריבן ווען עס האנדלט זיך פון באציאונגען צווישן ארבעסגעבער און זייערע ארבעטער
ווען עס קומט צו אנדערע סארט ביזנעס אקטיוויטעטן שטייט בלויז א פארבאט צו האנדלען און האבן ביזנעס מיט איין ראסע און נישט מיט אן צווייטע ראסע צוליב די ראסע פאקטאר
בלייבט אומקלאר אויב אויך אין אזעלכע פעלער ווי צום ביישפיל ווע עס קומט ארויסצוגעבן קאנטראקטן קען מען באשולדיגן א פירמע אין בעפארצוגן איין קליענט איבער די צווייטע פאר רעלעוואנטע אורזאכן אויב ראסע שפילט "אויך" א ראלע
די ניינטע קרייז געריכט האט געשריבן אז די פראזע אין די ציוויליע רעכטן אקט איז אויך מחייב רעגולערע ביזנעס אקטיוויטעטן און טוט אדאפטירן יענע מאסנאמען אין פאל פון אפזאגן ביזנעס קאנטראקטן
די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אום נאוועמבער 13 למספרם
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Thank you
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הערליך!

א ריזיגן יישר כוח!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח.

די מעשה אין לוזיענע איז אז דארט וועט זיין קודם א דזשאנגל פריימערי ווי יעדער לויפט, און אויב איינער באקומט איבער 50%, איז נישט דא קיין וואלן אין נאוועמבער, נאר יענער האט געווינען מיט א נאקאוט.

סוי די רעפאבליקאנער ווילן קודם פארמיידן אז דער אינקאמבענט דעמאקראט אין די רויטע סטעיט זאל האבן די 50%, דורך בויען ביידע רעפאבליקאנער, אזוי וועט יא פארקומען די ראנאף אין נאוועמבער, און ווער פון די רעפאבליקאנער וועט אריינקומען נאמבער 2 וועט קענען לויפן אין נאוועמבער קעגן דעם גאווערנאר אין א 2 וועי רעיס.

עס איז ענליך צו קאליפארניע, אבער אין קאליפארניע איז נישט דא די נאק אוט חלק, פעלאוסי דארף לויפן אין נאוועמבער אפילו ווען זי באקומט אזא 85-90 פראצענט אין די דזשאנגל פריימערי.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צל עובר האט געשריבן:ישר כח.

די מעשה אין לוזיענע איז אז דארט וועט זיין קודם א דזשאנגל פריימערי ווי יעדער לויפט, און אויב איינער באקומט איבער 50%, איז נישט דא קיין וואלן אין נאוועמבער, נאר יענער האט געווינען מיט א נאקאוט.

סוי די רעפאבליקאנער ווילן קודם פארמיידן אז דער אינקאמבענט דעמאקראט אין די רויטע סטעיט זאל האבן די 50%, דורך בויען ביידע רעפאבליקאנער, אזוי וועט יא פארקומען די ראנאף אין נאוועמבער, און ווער פון די רעפאבליקאנער וועט אריינקומען נאמבער 2 וועט קענען לויפן אין נאוועמבער קעגן דעם גאווערנאר אין א 2 וועי רעיס.

עס איז ענליך צו קאליפארניע, אבער אין קאליפארניע איז נישט דא די נאק אוט חלק, פעלאוסי דארף לויפן אין נאוועמבער אפילו ווען זי באקומט אזא 85-90 פראצענט אין די דזשאנגל פריימערי.

ריכטיג
קלאר ארויסגעברענגט
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

גאר גיט געווען!!

ישר כח הבל!!

איטס וועל עפרישיעיטעד.. ספעציעל אין אזעלכע פארנומענע זמנים!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח.

די מעשה אין לוזיענע איז אז דארט וועט זיין קודם א דזשאנגל פריימערי ווי יעדער לויפט, און אויב איינער באקומט איבער 50%, איז נישט דא קיין וואלן אין נאוועמבער, נאר יענער האט געווינען מיט א נאקאוט.

סוי די רעפאבליקאנער ווילן קודם פארמיידן אז דער אינקאמבענט דעמאקראט אין די רויטע סטעיט זאל האבן די 50%, דורך בויען ביידע רעפאבליקאנער, אזוי וועט יא פארקומען די ראנאף אין נאוועמבער, און ווער פון די רעפאבליקאנער וועט אריינקומען נאמבער 2 וועט קענען לויפן אין נאוועמבער קעגן דעם גאווערנאר אין א 2 וועי רעיס.

עס איז ענליך צו קאליפארניע, אבער אין קאליפארניע איז נישט דא די נאק אוט חלק, פעלאוסי דארף לויפן אין נאוועמבער אפילו ווען זי באקומט אזא 85-90 פראצענט אין די דזשאנגל פריימערי.

ריכטיג
קלאר ארויסגעברענגט


יעצט זעה אז טראמפ האט פריער געטוויט דאס

Going to Louisiana on Friday night for a big Republican Rally. Keep Democrat Governor Edwards under 50%, force a runoff, and have a great new Republican Governor! Voting on Saturday. Information for Rally to follow.

ער ברענגט עס זייער גוט קורץ און קלאר ארויס.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יא יא
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח.

די מעשה אין לוזיענע איז אז דארט וועט זיין קודם א דזשאנגל פריימערי ווי יעדער לויפט, און אויב איינער באקומט איבער 50%, איז נישט דא קיין וואלן אין נאוועמבער, נאר יענער האט געווינען מיט א נאקאוט.

סוי די רעפאבליקאנער ווילן קודם פארמיידן אז דער אינקאמבענט דעמאקראט אין די רויטע סטעיט זאל האבן די 50%, דורך בויען ביידע רעפאבליקאנער, אזוי וועט יא פארקומען די ראנאף אין נאוועמבער, און ווער פון די רעפאבליקאנער וועט אריינקומען נאמבער 2 וועט קענען לויפן אין נאוועמבער קעגן דעם גאווערנאר אין א 2 וועי רעיס.

עס איז ענליך צו קאליפארניע, אבער אין קאליפארניע איז נישט דא די נאק אוט חלק, פעלאוסי דארף לויפן אין נאוועמבער אפילו ווען זי באקומט אזא 85-90 פראצענט אין די דזשאנגל פריימערי.

ריכטיג
קלאר ארויסגעברענגט


יעצט זעה אז טראמפ האט פריער געטוויט דאס

Going to Louisiana on Friday night for a big Republican Rally. Keep Democrat Governor Edwards under 50%, force a runoff, and have a great new Republican Governor! Voting on Saturday. Information for Rally to follow.

ער ברענגט עס זייער גוט קורץ און קלאר ארויס.

למעשה אין א זיג פאר טראמפ, איז געלונגען פאר די רעפאבליקאנער צו צווינגן א ראנאף.

דער דעמאקראטישער אינקאמבענט גאווערנער עדווארדס האט באקומען 46% וואס דאס איז אונטער די 50 פראצענט, וואס באדייט אז נעקסטע חודש נאוועמבער 16 גייט זיין א ראנאף צווישן דעם דעמאקראטישן גאווערנער און די רעפאבליקאנער קאנדידאט ריספאון.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך בראשית





פרעזידענט טראמפ האט ווי באריכטעט מיט א צייט צוריק נאמינירט ריכטער האליל סולימאן אזערדען צו ערפילן א זיץ אויפן פיפטן סירקוט קאורט וועלכע איז שוין ליידיג זינט די אנהויב פון זיין פרעזידענטשאפט
אזערדען איז א טערקישער אמעריקאנער און 52 יאר אלט און טייל קאנסערוואטיוון זענען נישט צופרידן מיט זיין נאמינאציע
עקסטער האט דער פרעזידענט נאמינירט ווייסע הויז ספעציעלע געהילף און סיניאר קאונסיל סטיווען מענאשי פון ניו יארק צו סערווירן אויפן צווייטן סירקוט קאורט אף אפיעלס וועלכע דעקט קאנעטיקוט, ניו יארק און ווערמאנט
מענאשי איז א געוועזענע ערציאונג דעפארטמענט עקטינג דירעקטאר און אא געוועזענע קלוירק פאר סופרים קאורט ריכטער אליטא און איז געווארן קריטיקירט דורך מיטגלידער פון ביידע פארטייען אין לויף פון זיין פארהער פארנט פון די יורידישע קאמיטע צוליב וואס ער האט נישט געהעריג רעאגירט ביים ווערן אויסגעפרעגט איבער זיין ראלע ביים פארעמען די טראמפ אדמיניסטראציע אימיגראציע פאליסי און איבער געוויסע קאנטערווערסיאלע ארטיקלען זיינע
די אפשטימונגען אין קאמיטע זענען געווען געסקעדזשועלט פארצוקומען דעם צווייטן טאג חול המועד אבער ווען עס איז קלאר געווארן אז די שטימען זענען נישט פארזיכערט און אז די אזערדאן נאמינאציע וועט מעגליך דארפן צוקומען צו דעמאקראטישע שטיצע (וועלכע עס איז נישט קלאר אז עס איז פארהאן) צוליב צופיל רעפובליקאנע קעגנערשאפט האט די סענאט יורידישע קאמיטע פארזיצער לינדזי גרעהעם אין די לעצטע מינוט (דאנערשטאג אינדערפרי) געשטעלט ביידע נאמינאציעס אויף האלד און אפגעשטופט די אפשטימונג אויף א וואך שפעטער
די אנטוויקלונג קומט נאך וואס די אזערדאן אפשטימונג איז שוין פריער געווארן אפגעשיבט נאך וואס סענאטאר האולי האט איידער די ערשטע געסקעדזשועלטע אפשטימונג געמאלדן אז ער וועט זיך אנשליסן מיט סענאטאר קרוז צו שטימען אנטקעגן די נאמינאציע
*
עליזאבעט ווארען האט אינעם ערשטן טאג חול המועד ארויסגעשטעלט א ליסטע פון מערערע נייע אינדארסירונגען אין אייאווע פון א רייע איינפלוסרייכע דעמאקראטישע פיגורן אריינגערעכנט א געוועזענע ליוטענאנט גאווערנאר אין די סטעיט
*
אין די דריטע קווארטאל למספרם האבן א רייע סענאט קאנדידאטן אויפגעטריבן מער געלט פון זייערע אמטירנדע קעגנער
מעקגרעט האט איבערגעשטיגן מעקאנעל אין קענטאקי, מארק קעלי אין אריזאנא האט איבערגעשטיגן מקסעלי, גרינפעלד האט אויפגעטריבן מער פון ערנסט אין אייאווע , גידעאן האט אויפגעטריבן מער פון קאלינס אין מעין און דזשאן דזשעימס האט איבערגעשטיגן גערי פיטערס אין מישיגען
צווישן די אלע איז אבער קעלי אין אריזאנא דער איינציגסטער מיט מער קעש אין די באנק ווי זיין אמטירנדער קעגנער
קאלינס צום ביישפיל פארמאגט א קאסע פון 7.1 מיליאן צו 2.75 מיליאן פאר גידעאן אבער אינעם דריטן קווארטאל האט גידעאן אויפגעטריבן 3.2 מיליאן אקעגן 2.1 מיליאן פאר קאלינס
*
איינע פון די פארמעסטן איר האט נישט געפונען דערמאנט אינעם פריערדיגן באריכט איז דער קעגנער פון לינדזי גרעהעם וועלכע טרייבט גראדע אויף ערנסטע געלטער אבער גרעהעם אליין אינוועסטרט אויך ערנסטע ענערגיע צו קלייבן נדבות און ער האט דעם זומער אויפגעטריבן מער ווי סיי וועלכע פון זיינע רעפובליקאנע סענאט קאנדידאטן אנדייטנדיג אז די צפון קאראליינע פארמעסט קען זיך ארויסשטעלן צו זיין פון די פון די מערסט קאסטבארע
*
צפון קאראליינע סענאטאר (ר) טאם טיליס וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג דארף צו ערשט דורכגיין א פריימערי מיט גארלענד טאקער
טאקער האט שוין אויסגעגעבן ארום א מיליאן דאלער אויף טעלעוויזיע און ראדיו רעקלאמעס און טיליס האט איצנד באשלאסן אים אפצוענטפערן דירעקט ארויסשטעלנדיג א טעלעוויזיע רעקלאמע אין וועלכע ער באשולדיגט אז טאקער זאגט ליגןווי א הונט
*
פרעזידענט טראמפ האט באזוכט צום צווייטן מאל זינט יוני למספרם אין וועסט ווירדזשיניע צו פאנדרעיזן פאר גאווערנאר דזשים דזשאסטיס און ביידע אוונטן האבן אריינגעברענגט איבער הונדערט טויזנט דאלער
*
פרעזידענט טראמפ וועט קאמפיינען פאר גאווערנאר קאנדידאט טעיט ריוועס אין מיסיסיפי אום נאוועמבער 1 למספרם עטליכי טעג בעפאר די גאווערנאר וואלן
באזונדער וועט טראמפ הצעיר שטיין אין שפיץ פון א פאנדרעיזינג אום אקטאבער 24 למספרם וועלכע וועט קאסטן פינף הונדערט דאלער אנטיילצונעמען
*
רעדנדיג פון די מיסיסיפי גאווערנאר פארמעסט האט מעיסאן דיקסאן ארויסגעלייגט אן אנקעטע וועלכע שטעלט דעם רעפובליקאנעם ריוועס ביי 46% צו 43% פאר הוד מיט 9% אומבאשלאסן
אין רעאקציע צו די אנקעטע האט די הוד קאמפיין ארויסגעלייגט זייער אן היקמאן אנקעטע גענומען אינערליך פאר די הוד קאמפיין וועלכע צייגט אז הוד איז גאר פאראויס מיט 46% צו 42% פאר ריוועס
*
אין אלאבאמא גרייט מען זיך צו די רעפובליקאנע סענאט פריימערי אין וועלכע מען וועט ערוועלן א קאנדידאט צו לויפן אקעגן דעם ערשט טערמיניגן דעמאקראטישן סענאטאר דאג דזשאונס
דער געוועזענע וויצע פרעזידענט דיק טשעיני אין זיין טאכטער וועלכע איז א פירנדע קאנגרעס מיטגליד וועלן שטיין אין שפיץ פון א פאנדרעיזער פאר ברעדלי בירנע וועלכע איז איינע פון די קאנדידאטן פאר די זיץ
די קאנדידאט וועם די עסטאבלישמענט וויל זעהן ארויס איז ראי מור אבער דאן איז אן אויסוואל פון טאמי טאבערוויל, קאנגרעסמאן ברעדלי בירנע און סעקרעטערי אף סטעיט דזשאן מעריל
מוני האט אויפגעטריבן היבש וויניגער ווי בירנע און טאבערוויל אהער היבש מער פון ראי מור און מוני וועלכע שטעלט זיך פאר ווי די קאנסערוואטיווע דרויסנדיגע סארט קאנדידאט האט ערהאלטן די שטיצע פון סענאטאר מייק לי פון יוטא און פון קאנגרעסמאן ברוקס פון אלאבאמא
*
אין מאסאטשוסעטס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט לויפט דעמאקראט ריטשארד ניעל פאר ווידערערוויילונג אבער שטייט אויס א פריימערי פארמעסט דורך א פראגרעסיווע קאנדידאט אלעקס מוירס וועלכע טוט אנדערש ווי ניעל נישט אקצעפטירן קיין געלט פון פעקס (ניעל האט אויפגעטריבן די דריט מערסטע פעק דאלארן פון אלע קאנגרעסלייט)
אינעם דריטן למספרם קווארטאל האט מוירס אויפגעטריבן מער געלט ווי ניעל
*
מינעסאטא'ס זיבעטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט ווערט פארטרעטן דורכן אמטירנדער דעמאקראט קאלין פעטערסאן וועלכע סערווירט שוין זיין פופצנטע טערמין אין קאנגרעס
רעפובליקאנער האבן לעצטנס רעקרוטירט די געוועזענע ליוטענאנט גאווערנאר מישעל פישבאך וועלכע איז געווען די ערשטע פרוי צו ווערן ערוועלט אלץ סטעיט סענאט פרעזידענט
רעפובליקאנער האפן אז מיט איר קאנדידאטור וועלן זיי באווייזן צו פארכאפן א דיסטריקט אין מערב פון די סטעיט וועלכע פרעזידענט טראמפ האט געוואונען מיט 30%
אצינד איז געווארן באריכטעט אז פעטערסאן האט אינעם דריטן למספרם קווארטאל אויפגעטריבן בלויז 159 טויזנט דאלער ווען 136 טויזנט דערפון זענען געקומען פון פעקס און 23 טויזנט פון אינדיווידועלע ביישטייערונגען
א מעגליכע אנדייטונג אויף א פעטערסאן רעטייערמענט? איך ווייס נישט אבער מען דארף האלטן אן אויג דערויף
*
ליוזיאנא סענאטאר דעיוויד פערדו גרייט זיך צו לויפן צוםערשטן מאל פאר ווידערערוויילונג (צוזאמען מיט די קאנדידאט וועלכע גאווערנאר קעמפ וועט אויסקלייבן צו ערזעצן סענאטאר אייזעקסאהן און יענער וועט דארפן לויפן צום ערשן מאל פאר דעם זיץ)
לויט א מארנינג קאונסאלט אנקעטע זענען 49% צופרידן פון די ארבעט פון פערדו אקעגן 27% אומצופרידן און 24% זענען נישט זיכער
*
מיר האבן שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק אז יוטא גאווערנאר גערי הערבערט גייט נישט לויפן פאר א דריטע טערמין און האט שוין אינדארסירט זיין ליוטענאנט ספענסער קאקס וועלכע האט שוין דערקלערט זיין קאנדידאטור און א ביזנעסמאן דזשעף בורנינגהעם האט שוין אויך געמאלדן
זינט דאן האט שוין דער געוועזענער יוטא גאווערנאר דזשאן האנטסמאן וועלכע איז איצט אמעריקא'ס אמבאסאדאר קיין רוסלאנד געמאלדן אז ער גייט אויפגעבן זיין איצטיגע פאזיציע און עס איז געווען היבשע שפעקולאציעס אז אויך ער וועט זוכן צוריקצונעמען זיין אלטע זיץאצינד האט קאונסילפרוי ווינדער ניוטאן געמאלדן אז זי טאנצט אויך אריין אינעם פארמעסט
*
אין קענסאס איז גייט סענאטאר פעט רעבערטס (ר) רעטייערן און די צוקונפט פון די זיץ איז שטארק פארנעפלט אויף ביידע זייטן
אויף די רעפובליקאנע זייט האבן שוין א רייע נעמען געמאלדן אריינגערעכנט קאנגרעסמאן ראדזשער מארשאל, קריס קאבאך און סטעיט סענאט פירער סוזען וועיגל און דאס אלעס איז נאך איידער מען ווייסט קלארער אויב אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא וויל אויך לויפן
אויף די דעמאקראטישע זייט זענען אויך דא א רייע שוואך באקאנטערע נעמען אבער א מער באקאנטע נאמען איז געווען א געוועזענע יונייטעד סטעיטס אטוירני בערי גריסאם וועלכע האט אצינד פארלאזט דעם פארמעסט אינעם זעלבן טאג וואס בארבארא בויער וועלכע איז די פרעזידענט פון די קענסאס טשעימבער אף קאמערץ און האט פאריאר געטוישט פארטיי פון רעפובליקאנער צו דעמאקראט האט געמאלדן אז זי טאנצט אריין אינעםן פארמעסט
*
אויף
די ווידערערוויילונג קאמפיין פון אריזאנא סענאטאר דזשאן קארנין פארקויפט טראמפ קארנין פלאסטישע שטרויס אין א טשעפע אקעגן די ענווייראמענטאליסטן
*
רעפובליקאנע קאנגרעסמאן סטיוו שעבאט וועלכע פארטרעט די ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין אהייא האט אויפגענומען קארי בליס אלץ קאמפיין מענעדזשער אויפשאקלענדיג זיין שטאב נאכן אויפדעקן אז געלט פעלט פון די קאמפיין קאסע
*
געוועזענע בעיסבאל שפילער קורט שילינג מעלדט ענדגילטיגע באשלוס נישט צו לויפן אקעגן דעמאקראט העלערסאן פון אריזאנא'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט זאגנדיג אז די מעסעדזשעס און אקטן אין ריכטונג פון זיין פרוי און קינדער צוליב זיין מעגליכע פארמעסט האט אים איבערצייגט אז די פארמעסט איז נישט ווערט די פרייז
*
הויז רעפובליקאנער זעען א געלעגנהייט אין די אנגייענדע אימפיטשמענט טומל צו בעסער רעקרוטירן קאנדידאטן וועלכע זאלן זיך פארמעסטן ארויסצושטויסן ערשט טערמיניגע קאנדידאטן פון טראמפ דיסטריקטן און זיי קענען דרינגענד נוצן ערנסטע נעמען אונטערצונעמען אזעלכע פארמעסטן
זיי מאנגלען נאך אין געהעריגע נעמען צו לויפן אין 31 אזלעכע דיסטריקטן אריינגערעכנט מישיגען 11, פענסילוועניע 8, ווירדזשיניע 2 און ניו העמפשיר 1
*
פאנדרעיזינג ציפערן פאר רעפובליקאנע קאנגרעס קאנדידאטן וועלכע לויפן צום ערשטן מאל קומען אריין היבש באאיינדרוקנד
אין מינעסאטא'ס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט קלערי טשעיס אויפגעטריבן 511 טויזנט דאלער אין בלויז 35 טאג זינטן מעלדונג צו לויפן אקעגן דעמאקראט טארעס סמאל, און דזשענעוועיוו קאלינס וועלכע האט אויפגעטריבן 474 טויזנט דאלער אין צוויי מאנאטן זינט די מעלדונג צו לויפן אקעגן קאנגרעסמאן קאלין אלרעד
אזוי אויך אין טעקסאס 7 וואו וועסלי האנט האט געזאמלט 450 טויזנט דאלער אין די דריטע קווארטאל למספרם צו לויפן אקעגן קאנגרעסמאן פלעכטער
*
די סופרים קאורט האט אפגעווארפן א פארלאנג צו פארלענגערן די מונדליכע ארגומענטן אין די דאקא קעיס פון 60 צו 80 מינוט
פון די אנדערע זייט האבן זיי אבער יא נראכגעגעבן א פארלאנג צו צוטיילן די ארגומענטן אין צוויי צווישן די פריוואטע קלעגער און קאליפארניע
*
קעווין ראטקיסקע האט אנגעזאמלט קרעדיט קארד חובות אין די יארן 2003-2005 למספרם און די באנק האט זיך אפגעשאקלט דערפון דורכן עס איבערגעבן פאר א קאלעקשאן אגענטור מיטן נאמען "קלעם און געהילפן פאר קאלעקשאן"
אין מערץ 2008 למספרם האט קלעם געפיילט א לאוסוט אקעגן ראטסיסקע אבער האט פארפעלט אים עס צו קענען איבערגעבן פערזענליך ביי די אדרעס וואו ער האט אנגעבליך געוואוינט ווייל ראטסיסקא האט זיך שוין געהאט אוועקגעצויגן פון דארט
אין יונואר 2009 למספרם האבן זיי פרובירט א צווייטע מאל און דאן האט עימיצער איבערגענומען די געריכט ארדער פאר ראטקיסקע אן דעם וואס ראטקיסקע זאל זיין באוואוסטזיניג דערפון
ערשט אום 2014 למספרם ווען ראטקיסקע האט איינגעבגעבן אן אפליקאציע פאר א מארגעדזש איז ער געוואר געווארן אז מען האט אים געזוכט און סערווירט מיט געריכט דאקומענטן איבער זיינע אלטע חובות
ראטקיסקע האט געפיילט א קלאגע אקעגן קלעם זאגנדיג אז אירע שריט פארלעצט די די קאלעקשאן אקט צוליב געוויסע וואס זיי האבן סערווירט די דאקומענט פארן נישט ריכטיגן פערזאן
קלעם האט אבער פארלאנגט ארויסצושליידערן זיין קלאגע ווייל עס איז געקומען צו שפעט און לויט די געזעץ דארף סיי וועלכע באקלאגעניש געמאכט ווערן אין די יאר פון ווען די אנגעבליכע פארלעצונג קומט פאר
ראטקיסקע האט גע'טענה'ט אז די יאר הויבט זיך אן פון ווען דער קלעגער (ער זעלבסט אין דעם פאל) ווערט געוואר פון די אנגעבליכע פארלעצונג אבער די דיסטריקט געריכט האט עס אפגעווארפן שרייבנדיג אז די טרוקענע געזעץ שרייבט אז מען רעכנט א יאר פון ווען די פארלעצונג קומט פאר
מיט דעם איז די געריכט געגאנגען אקעגן פריערדיגע אורטיילן פון די ניינטע און פערטע קרייז געריכטן וועלכע האבן יא אויסגעטייטשט די געזעץ אז עס הויבט אן לויפן פון ווען דער באטראפענער ווערט געוואר פון די פארלעצונג
ראטסיסקע האט עס אפעלירט צום דריטן סירקוט קאורט און נאך איידער די פאנעל וועלכע האט אויסגעהערט די קעיס האט געהאט א שאנס צו שרייבן אן אורטייל האט די פולע געריכט באשלאסן אז זי וויל איבערהערן די קעיס און עווענטועל געשריבן אז די דיסטריקט געריכט איז גערעכט שאפנדיג א שפאלט מיט די אנדערע צוויי סירקוט קאורטס
די סופרים קאורט האט באשלאסן אויסצוהערן די קעיס און די מונדליכע ארגומענטן זענען פארגעקומען אום אקטאבער 16 למספרם
ריכטער ברעט קעווענאו האט אויסגעקוקט מער סימפאטיש צו די ראטסיסקע ווי הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס
*
פאלגענד איז א קעיס איבער וועלכע מיר האבן לעצטנס באריכטעט אז די מונדליכע ארגומענטן זענען אונטערוועגנס און אצינד האלט מען שוין דערנאך
די מער עלטערע ליינער וועלן פילייכט דענקן די תקופה פון שרעק וואס אמעריקא איז אריבער אין 2002 למספרם אין שאטן פון נאכאנאנדע סנייפער שיסערייען ווען צוויי אנאנימע פראפעסיאנאלע ציהל שיסער פלעגן אן קיין ווארענונג אנהויבן שיסן אויף ווער עס זיי געקומען אונטער די האנט און פלינק אנטרינען פון די סצענע
עווענטועל, נאכן אפקאסטן צעהן קרבנות זענען אויטאריטעטן געקומען אויף די שפורן און אידענטיטעט פון די צוויי און ארעסטירט לי מאלווא און אלען מוכאמעד
מוכאמעד איז געווארן פאראורטיילט צו טויט שטראף און די אורטייל איז געווארן אויסגעפירט אין 2009 למספרם
מיט מאלווא איז אבער געווען די מעשה אנדערש זינט ער איז צו יענע צייט געווען בלויז 17 יאר אלט און לויט די געזעץ האט ער געקענט באקומען א מאקסימום פון לעבנסלענגליכע טורמע און ריכטער אין מערילענד און אין ווירדזשיניע האבן אים טאקע צוגעטיילט אייביגע טורמע
שימלענדיג אין זיין פינסטערע צעהל אן קיין געהעריגע אויסזיכט אמאל ארויסצוגיין האט מאלווא געמוזט זיין צופרידן ווען א סופרים קאורט אורטייל איז ארויס אין א צוויייטע קעיס אום 2012 למספרם שרייבנדיג אז "לעבנסלענגליכע טורמע אן פאראל פאר פארברעכן דורכגעפירט ווען מען איז יונגער פון אכצן יאר פארלעצט די אכצנטע אמענדמענט וועלכע ערלויבט נישט קיין איבערגעטריבענע שווערע שטראפן"
די פראבלעם איז געווען אז די אורטייל האט נישט אדרעסירט די וועלכע זענען געווארן פאראורטיילט מיט יארן פריער און וואלט בלויז אפעקטירט ווי אזוי ריכטער זאלן אורטייילן אינעם צוקונפט
עס האט געדויערט נאך פיר יאר ווען אין 2016 למספרם האט ענדליך אנגעהויבן אויסקוקן אז מאלווא וועט מעגליך קענען האבן נוצן פון די 2012 למספרם אורטייל
אין 2016 למספרם האט די סופרים קאורט געשריבן אין א באזונדערע קעיס אז זייער פריערדיגע אורטייל פון 2012 למספרם איז געווען א "פארארדענונג מיט סובסטאנץ פון קאנסטיטוציאלע געזעץ"
די טערמין באדייט אז יענע אורטייל איז א פונדאמענטאלע און עלעמענטארע באשיצונג פאר ארעסטאנטן און מוז דעריבער ווערן גענומען אין באטראכט און אפעקטירן אויך ארעסטאנאטן וועמענס אורטייל זענען געווארן פארזיגלט בעפאר די 2012 למספרם אורטייל
באוואפנט מיט די צוויי אורטיילן האטבן די מאלווא אדוואקאטן זיך געוואנדן צום דיסטריקט געריכט וועלכע האט געמוזט צונישט מאכן די אלטע אורטייל און סקעדזשועלן א פרישע אורטייל וועלכע זאל זיין אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט פארארדענונג
די רעגירונג האט עס אפעלירט צום פערטן קרייז געריכט אבער דארט האט זיי אויך אפגעווראט א נידערלאגע ווען די סירקוט קאורט האט בלויז געקענט באשטעטיגן די אורטייל פון די נידריגע געריכט
אצינד האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די קעיס און די מונדליכע ארגומענטן זענען פארגעקומען אום אקטאבער 16 למספרם
די אורטייל וועלכע גייט קומען איז נישט קלאר און אנאליסטן צייגן אן אז ריכטער ראבערטס האט אין די 2012 למספרם קעיס געשטימט צוזאמען מיט די איבריגע דריי קאנסערוואטיוון אקעגן די מאיאריטעט אורטיל דאן געשירבן דורך ריכטערין קעיגען
פון די צווייטע זייט אבער האט ער אין די 2016 למספרם קעיס געטוישט זייטן אין דאן געשטימט מיט די מאיאריטעט מאכנדיג די דעמאלטסדיגע אורטייל א 6-3 און דעריבער איז זיין פאזיציע אויף די פראגע אומקלאר און שווער פאראויסצושאצן
די אנדערע ריכטער אויף וועם מען גייט האלטן אן ערנסטע אויג באזירט אויף די מונדליכע ארגומענטן איז ריכטער קעווענאו וועלכע האט אויך נישט קלאר אנגעדייטעט ווי אזוי ער פלאנט צו אורטיילן אויף די פראגע אבער זיינע פראגן אבן יא געגעבן דעם שפור איז אז אויב איין קאנסערוואטיוו (אויסער ראבערטס) גייט דעפעקטירן גייט עס זיין ער
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”