נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:28 pm
שמייכל תמיד האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:11 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:09 pm

1200
נאר 200 געמעקטע? קען נישט זיין.

200 בלאט מיינט 5,000 תגובות!

דאס זענען 5 טויזענט תגובות וואס זענען געבליבן אויפן ארט און נישט אוועקגעפיהרט געווארן! אמאל פלעגט מען אינגאנצן מעקן אדער אינגאנצן ארויספיהרן... סאו סיז זיכער דא נאך אסאך...
ס'נאך פארהאן די ערשטע אשכול וואס מ'האט אינגאנצן פארמאכט, אבער האט ביז דאן פארמאגט גענוג כשר'ע תגובות, די דאזיגע אשכול איז דאך א גענצליך נייע אינגאנצן אפאר יאר אלט
מיט יענץ איז עס פיל מער
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איינער קען מיר שיקען אין אישי די לעצטען הקריה
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:09 pm

1200
פעלט א זערא..
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

וועלטניק האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:51 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:28 pm
שמייכל תמיד האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:11 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:09 pm

1200
נאר 200 געמעקטע? קען נישט זיין.

200 בלאט מיינט 5,000 תגובות!

דאס זענען 5 טויזענט תגובות וואס זענען געבליבן אויפן ארט און נישט אוועקגעפיהרט געווארן! אמאל פלעגט מען אינגאנצן מעקן אדער אינגאנצן ארויספיהרן... סאו סיז זיכער דא נאך אסאך...
ס'נאך פארהאן די ערשטע אשכול וואס מ'האט אינגאנצן פארמאכט, אבער האט ביז דאן פארמאגט גענוג כשר'ע תגובות, די דאזיגע אשכול איז דאך א גענצליך נייע אינגאנצן אפאר יאר אלט
מיט יענץ איז עס פיל מער

@kyshtiper אלערט
אוודאי די אשכול איז נאך זייער אינג
די אלטע אשכול האט זיך אנגעפאנגן מיט א פייער ביי בערל מאנדל'ס הויז
לינק צו די אלטע אשכול viewtopic.php?t=21049

מיין הספד דערויף
viewtopic.php?t=31352
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

דער תהילים איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 1:12 pm
זאנוויל תנחום האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 1:23 am
סתם נייגעריג אויב איינער ווייסט פארוואס עזרת חולים האט באשלאסן זיך צו ריברענדן..? וועם ווילן זיי כאפן דערמיט..?
ווי זיי שרייבן האבן זיי 2 נקודות. איינס פאר אונז, זאגנדיג אז ס'איז שוין נישט נאר פאר חולים... ס'איז אויך פאר געזונטע, מיט אלע נייע ספעשילטי סערוויסעס וכו'

צווייטנס, האבן זיי געזען ביים רעקרוטירן דאקטוירים, אז די אידישע נאמען "עזראת האוילימם" נעמט נישט גוט אויס... און ס'איז א טובה צו טוישן צו עפעס וואס צייגט פראפעשענאל אין די מאדערענע און גוי'אישע גאס אויך.
אז עס הייסט עזר וועט מען שנעלער טרעפן דאקטוירים?

איך האב אלס געמיינט אז די מאנגל איז אין אמעריקע נישט נאר אין עזרת חולים יעצט הער איך אז די מאנגל ליגט אין די נאמען.

#איךהער
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

@טראוועי איך האב נישט פארשטאנען צו איר פרעגט עפעס.

ס'איז דא א מאנגל אין גוטע דאקטוירים אין אמעריקא. (קענסט עס הערן פון דאקטאר לאנדא נעכטן אויף קול מבשר צווישן זיינע ווערטער, אגב).

דערפאר זאל מען נישט פרובירן דאס בעסטע? אין פאקט ברענגט מען גוטע חברה ב"ה, און אז מ'קען עס גרינגער מאכן איז עס א גוטע זאך.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

דער תהילים איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 3:59 pm
@טראוועי איך האב נישט פארשטאנען צו איר פרעגט עפעס.

ס'איז דא א מאנגל אין גוטע דאקטוירים אין אמעריקא. (קענסט עס הערן פון דאקטאר לאנדא נעכטן אויף קול מבשר צווישן זיינע ווערטער, אגב).

דערפאר זאל מען נישט פרובירן דאס בעסטע? אין פאקט ברענגט מען גוטע חברה ב"ה, און אז מ'קען עס גרינגער מאכן איז עס א גוטע זאך.
פון דיין תשובה שטעלט זיך ארויס אז איר האט זייער גוט פארשטאנען מיין שאלה

פאר די רייט פרייז קען מען אלעס טרעפן נישט קיין חילוק אינטער וועלעכע נאמען.

ודוק קי קצרתי מחמת תקנות המקום. ומחמת יראת המנהלים שליט"א
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

@טראוועי כ'בין נייגעריג צו וויסן: דו 'ווייסט' אז די אישו איז געלט?

אדער דו 'טראכסט'.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

דער תהילים איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:18 pm

איך ארבעט יעצט .
סלחתי.

טראוועי האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:32 pm

נסלחת.

אבער א קבלה על להבא: נעקסטיים בעפאר'ן שרייבן א באשולדיגונג כגון דא, שרייב "איך טראכט אז..."
רבינו שאג בקול גדול וגו'
רבן גמליאל
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:13 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבן גמליאל »

וועלכע גראסערי האט א גוטע פליישיגע טעיקאוט?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די דעלי אין שאפפינג סענטער!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
גליק
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליק »

רבן גמליאל האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:05 pm
וועלכע גראסערי האט א גוטע פליישיגע טעיקאוט?
נאר ריפרעש האט א פליישיגע טעיקאוט
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

צו געזונט האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:06 pm
די דעלי אין שאפפינג סענטער!
ער זוכט א גוטע פליישיגע דעלי 'אין א גראסערי'
רבן גמליאל
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:13 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבן גמליאל »

חידוש נפלא האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:07 pm
צו געזונט האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:06 pm
די דעלי אין שאפפינג סענטער!
ער זוכט א גוטע פליישיגע דעלי 'אין א גראסערי'
פליישיגע רעסטעראונט איז דאך נישט דא... זיך מען כאטש א טעיקאוט
רבן גמליאל
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:13 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבן גמליאל »

גליק האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:07 pm
רבן גמליאל האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:05 pm
וועלכע גראסערי האט א גוטע פליישיגע טעיקאוט?
נאר ריפרעש האט א פליישיגע טעיקאוט
מינטליעף האט נישט?
אוועטאר
גליק
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליק »

רבן גמליאל האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:11 pm
גליק האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:07 pm
רבן גמליאל האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:05 pm
וועלכע גראסערי האט א גוטע פליישיגע טעיקאוט?
נאר ריפרעש האט א פליישיגע טעיקאוט
מינטליעף האט נישט?
איך ווייס נישט
אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע: קאוטש

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

רבן גמליאל האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:11 pm
גליק האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:07 pm
רבן גמליאל האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:05 pm
וועלכע גראסערי האט א גוטע פליישיגע טעיקאוט?
נאר ריפרעש האט א פליישיגע טעיקאוט
מינטליעף האט נישט?
No
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

וואס גייט פאר מיט די וואסער אין שטאט
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

וואסער קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

הערט
845-299-9009
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

from email
בס"ד

קריטיש וויכטיגע מעלדונג פונעם קרית יואל ווילעדזש

ס'שוין עטליכע יאר וואס קרית יואל פלאגט זיך שטארק מיט וואסער צוליב די אויסטערלישע וואוקס אינעם שטאט בליעה"ר, און ווען עס קומט די זומער חדשים וואס דער באנוץ שפרינגט ארויף גאר הויעך, מוטשעט מען זיך נאכצוקומען דעם געברויך וואס ווערט שווערער און שווערער.

אבער יעצט האט מען דעגרייכט א ריכטיגע קריזיס, מען האלט ביי א "וואסער עמערדזשענסי" וואס מען מוז האבן יעדנס הילף דאס דורכצוקומען!

לעצטן ערב שבת האבן הונדערטער איינוואוינער פון די חברון אומגעגנט, עצי תמרים און לעמבערג, פשוט נישט געהאט קיין וואסער פאר עטליכע שעה, טייל בכלל נישט און טייל גאר שוואך, נאכדעם וואס במשך דעם פרייטאג נאכמיטאג – ווען ס'איז די מערסט באנוצטע צייט – האבן די וואסער טענק אויפ'ן חברון בארג געטראסקעט צו א נידריגע פונקט מיט א בליץ שנעלקייט ווי קיינמאל בעפאר.

נעכטן זונטאג איז אגאנצן טאג אנגעגאנגען מאסיווע וואסער ליפערונגען דורך טאנקער טראקס, אבער אין די זעלבע צייט זענען די טענק אויפ'ן דינוב גאס פאר די ברך משה אומגעגנט געפאלן גאר שטארק, מען ארבעט אצינד אויך דארט צו אינסטאלירן מער פייפס צו קענען אנפילן מיט טראקס שנעלער ווי ביז היינט.

אבער טראקס העלפן נאר אויף געווענליכע צייטן, ווען עס ווערט א "פריים טיים" וואס יעדער נוצט וואסער אויפאמאל, באטרעפט עס נישט אפילךו א צענטל פון די געברויך.

דער ווילעדזש פון זייער זייט טוט אלעס וואס מעגליך צו טרעפן צייטווייליגע לעזונגען, ביז מ'וועט האפנטליך בקרוב שוין קענען שניידן די ענדגילטיגע פירות פון די 20 יאריגע הארעוואניע אויפ'ן וואסער פייפליין בס"ד.

אבער ביזדערווייל זענען מיר אין אן אמת'ע ערנסטע וואסער קריזיס, און מיר פאדערן אויף די גאנצע שטאט מיט די פאלגנדע 4 פונקטן:

1) די יעצטיגע וואסער איז בלויז אויף "עסענשאל יוז", ס'איז אויסדרוקליך נישט ערלויבט צו נוצן אפילו איין טראפ וואסער וואס איז נישט באמת וויכטיג.

ס'איז נישט ערלויבט צו באוואסערן די גראז אד"ג סיי וואו איבערן שטאט, און ווער עס טוט דאס יא, נעמט פשוט אוועק וואסער פון די וואס וואוינען אויף די העכערע געגנטער! זיי קענען זיך מעגליך טרעפן אן א טראפ וואסער אדאנק אייך!

ווען איר זעט א צווייטן נוצט וואסער וואס פעלט נישט אויס, ביטע מאכט אים אויפמערקזאם אז ער טוט דאס אויף א צווייטנס חשבון!

2) ביטע מאכט זיכער אז איר האט נישט קיין ליעקס, אייער בית הכסא בלייבט נישט רינען כסדר, אדער רינענדיגע פאסעט'ס וכדומה, יעדע אזא קליינע ליעק מאכט אויס במשכן טאג גאר אסאך!

3) ביטע נוצן ענדערשט די שויער ווי איידער אנפילן א וואנע, און אוודאי נישט לאזן רינען דעם שויער מער ווי עס פעלט אויס

4) ביטע וואשן וועש מיט פולע לאוד'ס, צו איינשפארן עקסטערע לאוד'ס

מיר פון אונזער זייט נעמען עס נישט פאר לייכט, מיר טוען אלעס וואס נאר מעגליך פאר א בשר ודם, ביטע טוט דאס זעלבע פון אייער זייט.

אויסער די הארעוואניע פאר א צייטווייליגע וואסער לעזונג וואס דער ווילעדזש פרובירט יעצט, טוט דער וואסער דעפארטמענט אויך אדורכפירן "ליעק סורוועיס" צו פארזיכערן אז ס'נישטא קיין ליעקס אויף די פייפס איבער די שטאט, און בע"ה מיט אלע השתדלות און מיט אלעמענס הילף, וועט מען קענען מצליח זיין.

נאכאמאל געדענקט, ס'איז אן אמת'ע וואסער קריזיס, און יעדעס ביסל איבריגע וואסער באנוץ טוט בא'עוולה'ן א צווייטן.

א יישר כח פאר אייער פארשטענדעניש און מיטארבעט
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

:lol:
דער תהילים איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:54 pm
טראוועי האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:32 pm
דער תהילים איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:18 pm
@טראוועי כ'בין נייגעריג צו וויסן: דו 'ווייסט' אז די אישו איז געלט?

אדער דו 'טראכסט'.
איך ארבעט יעצט .
סלחתי.
נסלחת.

אבער א קבלה על להבא: נעקסטיים בעפאר'ן שרייבן א באשולדיגונג כגון דא, שרייב "איך טראכט אז..."
:lol: :lol: :i" :i" :i"
סזעהט זיך אן אז איר זענט נישט א קרית יואלער
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

זאנוויל תנחום האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:41 pm
דער תהילים איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:18 pm
@טראוועי כ'בין נייגעריג צו וויסן: דו 'ווייסט' אז די אישו איז געלט?

אדער דו 'טראכסט'.
גראדע האב איך געפרעגט איינעם פון די חברה וואס האט מיר מסביר געווען אז דאס איז א טייל פון א לאנגע פלאן פון פארברייטערן מיט אסאך דאקטוירים און גרינגערע אפוינטמענט'ס.
לויט ווי ער זאגט איז די נאכאנאנדע ארטיקלען אין הקריה ווי עזרת חולים גייט אלץ מופן, געווען א חלק פונעם פלאן.... איך ווייס אבער נישט קיין פרטים אדער פשטים....
שלום עליכם!
אזוי אינג אזוי טראגיש?
על שם העתיד
#פארעסט סוער קריזיס
ישעי שלום
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 9:21 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעי שלום »

פאטאקי08 האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 7:46 pm
from email
בס"ד

קריטיש וויכטיגע מעלדונג פונעם קרית יואל ווילעדזש

ס'שוין עטליכע יאר וואס קרית יואל פלאגט זיך שטארק מיט וואסער צוליב די אויסטערלישע וואוקס אינעם שטאט בליעה"ר, און ווען עס קומט די זומער חדשים וואס דער באנוץ שפרינגט ארויף גאר הויעך, מוטשעט מען זיך נאכצוקומען דעם געברויך וואס ווערט שווערער און שווערער.

אבער יעצט האט מען דעגרייכט א ריכטיגע קריזיס, מען האלט ביי א "וואסער עמערדזשענסי" וואס מען מוז האבן יעדנס הילף דאס דורכצוקומען!

לעצטן ערב שבת האבן הונדערטער איינוואוינער פון די חברון אומגעגנט, עצי תמרים און לעמבערג, פשוט נישט געהאט קיין וואסער פאר עטליכע שעה, טייל בכלל נישט און טייל גאר שוואך, נאכדעם וואס במשך דעם פרייטאג נאכמיטאג – ווען ס'איז די מערסט באנוצטע צייט – האבן די וואסער טענק אויפ'ן חברון בארג געטראסקעט צו א נידריגע פונקט מיט א בליץ שנעלקייט ווי קיינמאל בעפאר.

נעכטן זונטאג איז אגאנצן טאג אנגעגאנגען מאסיווע וואסער ליפערונגען דורך טאנקער טראקס, אבער אין די זעלבע צייט זענען די טענק אויפ'ן דינוב גאס פאר די ברך משה אומגעגנט געפאלן גאר שטארק, מען ארבעט אצינד אויך דארט צו אינסטאלירן מער פייפס צו קענען אנפילן מיט טראקס שנעלער ווי ביז היינט.

אבער טראקס העלפן נאר אויף געווענליכע צייטן, ווען עס ווערט א "פריים טיים" וואס יעדער נוצט וואסער אויפאמאל, באטרעפט עס נישט אפילךו א צענטל פון די געברויך.

דער ווילעדזש פון זייער זייט טוט אלעס וואס מעגליך צו טרעפן צייטווייליגע לעזונגען, ביז מ'וועט האפנטליך בקרוב שוין קענען שניידן די ענדגילטיגע פירות פון די 20 יאריגע הארעוואניע אויפ'ן וואסער פייפליין בס"ד.

אבער ביזדערווייל זענען מיר אין אן אמת'ע ערנסטע וואסער קריזיס, און מיר פאדערן אויף די גאנצע שטאט מיט די פאלגנדע 4 פונקטן:

1) די יעצטיגע וואסער איז בלויז אויף "עסענשאל יוז", ס'איז אויסדרוקליך נישט ערלויבט צו נוצן אפילו איין טראפ וואסער וואס איז נישט באמת וויכטיג.

ס'איז נישט ערלויבט צו באוואסערן די גראז אד"ג סיי וואו איבערן שטאט, און ווער עס טוט דאס יא, נעמט פשוט אוועק וואסער פון די וואס וואוינען אויף די העכערע געגנטער! זיי קענען זיך מעגליך טרעפן אן א טראפ וואסער אדאנק אייך!

ווען איר זעט א צווייטן נוצט וואסער וואס פעלט נישט אויס, ביטע מאכט אים אויפמערקזאם אז ער טוט דאס אויף א צווייטנס חשבון!

2) ביטע מאכט זיכער אז איר האט נישט קיין ליעקס, אייער בית הכסא בלייבט נישט רינען כסדר, אדער רינענדיגע פאסעט'ס וכדומה, יעדע אזא קליינע ליעק מאכט אויס במשכן טאג גאר אסאך!

3) ביטע נוצן ענדערשט די שויער ווי איידער אנפילן א וואנע, און אוודאי נישט לאזן רינען דעם שויער מער ווי עס פעלט אויס

4) ביטע וואשן וועש מיט פולע לאוד'ס, צו איינשפארן עקסטערע לאוד'ס

מיר פון אונזער זייט נעמען עס נישט פאר לייכט, מיר טוען אלעס וואס נאר מעגליך פאר א בשר ודם, ביטע טוט דאס זעלבע פון אייער זייט.

אויסער די הארעוואניע פאר א צייטווייליגע וואסער לעזונג וואס דער ווילעדזש פרובירט יעצט, טוט דער וואסער דעפארטמענט אויך אדורכפירן "ליעק סורוועיס" צו פארזיכערן אז ס'נישטא קיין ליעקס אויף די פייפס איבער די שטאט, און בע"ה מיט אלע השתדלות און מיט אלעמענס הילף, וועט מען קענען מצליח זיין.

נאכאמאל געדענקט, ס'איז אן אמת'ע וואסער קריזיס, און יעדעס ביסל איבריגע וואסער באנוץ טוט בא'עוולה'ן א צווייטן.

א יישר כח פאר אייער פארשטענדעניש און מיטארבעט
ווער איז ביליג צו פיקסן א טוילעט ליעק ?
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

סמעטענע האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 6:51 pm
וואס גייט פאר מיט די וואסער אין שטאט
שבת האט גערעגנט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”