נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

לאקאלע פאליטישע וואלן אנאליז 2020

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג פאברואר 24, 2020 10:20 am

די פעדעראלע און סטעיט פאליטישע פארמעסטן אין די אראנדזש קאונטי אומגעגנט זענען אין די יעצטיגע טעג אריין אין פולן שוואונג. היי יאר איז די ערשטע מאל ווי עס איז איינגעשטעלט געווארן די נייע סיסטעם, אז אלע פריימערי וואלן פון סטעיט פאזיציעס וואס פלעגן אלס פארקומען אין סעפטעמבער, ד.ה. אלול-תשרי צייט,  וועלן  יעצט פארקומען JUNE 23, דאס האט פאראורזאכט א שטארקע טויש אינעם יערליכן סטעיט פאליטישן קאלענדער, און סיי ווער עס וויל לויפן פאר א סטעיט סענאט אדער אסעמבלי זיץ אין די קומענדיגע נאוועמבער וואלן, דארף שוין יעצט אנאנסירן די קאנדידאטור און אנהויבן זאמלען פעטיציעס.

וואס איז צום ערווארטן היי יאר?
טראץ וואס די דעמאקראטן האבן זיך גאנץ שטארק אויפגעארבייט די לעצטע פאר יאר אין די קאונטי אומגעגנט, זיי האלטן אן די צוויי סטעיט סענאט זיצן דא לאקאל און זיי האבן א שטייגענדע אויבערהאנט אין וואוטער אפיליאציע, גייען זיי עס לכאורה נישט קענען איינקעשן די קומענדיגע נאוועמבער מחמת די צוויי פאקטארן:
- טראמפ.
- בעיל רעפארם.

איז לאמיר גיין פארמעסט ביי פארמעסט.

קאנגרעס דיסטריקט 18:
דער אמטירנדער מעלאוני שטייט אויס א שמאלע פארמעסט קעגן טשילע פארלי. טראץ וואס מעלאוני האט געווינען די פאריגע עטליכע מאל גאנץ באקוועם, איז אבער היי יאר ערווארטעט אז ס'וועט זיין סורפרייזינגלי שמאל. וויילער זענען שוין אביסל מיד פון מעלאוני, און ס'זעט אויך אויס אז ער ווערט מיד פון זיין פאזיציע.....

סטעיט סענאט דיסטריקט 39:
דעמאקראט סטעיט סענאטאר דזשעימס סקאפיס וועלכער האט געווינען דעם זיץ צום ערשטן מאל אין '18 שטייט אויס גאנץ אן ערנסטן פארמעסט. זיין שטארקייט איז, אז די דעמאקראטן האבן אן אויבערהאנט מיט רעגיסטראציע אינעם דיסטריקט, וועלכע נעמט אריין די ניובוירג און האווערסטראו געגנטער, וואס איז שטארק דעמאקראטיש, וואס דאס צוזאמען מיט די אנטי-טראמפ מיד-טוירם האט אים געהאלפן די ערשטע מאל געווינען קעגן א אומבאקאנטן קעגנער. היי יאר אבער איז ערווארטעט צו זיין גאר אנדערע דיינאמיקס. עס איז א פרעזידענט יאר. א טראמפ יאר. און דא איז א טראמפ דיסטריקט. און צוגאב האמיר בעיל רעפארם. מתחילה האט נישט אויסגעזען אז ער וועט האבן א שטארקע קעגנער ווען בלויז א 18 יעריגער פון סטאני פוינט האט זיך געמאלדן, אבער יעצט הייסט עס אז די טשערמאן פון די ארענדזש קאונטי לעגיסלאטור סטיוו ברעסיא, א גאר באקאנטער פיגור, וועט לויפן קעגן אים.

סטעיט סענאט דיסטריקט 42:
די דיסטריקט נעמט אריין ווארוויק און נאך חלקים פון אראנדזש, ווי אויך סאליווען אריינגערעכנט בלומינגבורג. ערשט-טערמיניגע סענעטאר דעמאקראט דזשען מעצגער האט אין '18 באוויזן דאס אומגלויבליכע ארויסקוועטשנדיג א שמאלן זיג אינעם רויטן דיסטריקט. עס איז אבער גאנץ ווארשיינליך אז די רעפאבליקאנער וועלן צוריקבאקומען דעם דיסטריקט היי יאר.

אסעמלי 98:
רעפאבליקאנער אסעמבלימאן בראבאנעק וועלכער האט גאר שטארק געווינען אין '18, לויפט פאר ווידערוויילונג דערווייל אן קיין קעגנער. די דעמאקראטן האלטן נישט ביים ארויסשטעלן עמיצן וואס זאל לויפן צו פארלירן...אזוי ווי ס'געווען ביי די פאריגע וואלן ווען דער דעמאקראט האט באקומען אין די מידטוירם 36 פראצענט.. דאס איז ווייל א גרויס חלק פונעם דיסטריקט באשטייט פון קרית יואל און א חלק פון  ראמאפא, ד.מ. אז די היימישע וואל כח מאכט אויס ריזיגע פראצענטן.(און איך זאג פאר אז אין פאל ס'וועט טאקע נישט זיין קיין דעמאקראט אויפן אסעמבלי טיקעט, וועט דאס זיין פאטאל פארן דעמאקראט אינעם אויבערדערמאנטן סענאט דיסטריקט 42 וועלכע טיילן זיך מיט גרויסע חלקים צוזאמען)

אסעמבלי 99:
די דיסטריקט וואס נעמט אריין צווישן אנדערן וואדבארי און בלומינג גראוו ווערט פארטרעטן דורך ערשט-טערמיניגע רעפאבליקען קאלין שמידט. טראץ וואס דאס איז א צוטיילטע דיסטריקט, און די דעמאקראטן האבן ארויסגעשטעלט א קעגנער, איז ערווארטעט אז ער זאל געווינען ווידערוויילונג.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5879
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג פאברואר 24, 2020 10:52 am

אה, אזא תגובה האב איך הנאה. טענקס
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » מאנטאג פאברואר 24, 2020 11:33 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:אה, אזא תגובה האב איך הנאה. טענקס

טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » מאנטאג פאברואר 24, 2020 1:25 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:אה, אזא תגובה האב איך הנאה. טענקס

לאקאל קאקאש איז אויך פיין ישר כח
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

נישטאמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » מאנטאג פאברואר 24, 2020 1:45 pm

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אה, אזא תגובה האב איך הנאה. טענקס

לאקאל קאקאש איז אויך פיין ישר כח


יאפ. עס איז צום האפן אז מיר האבן דא א הבל אויפן לאקאלע לעוועל. קיפ איט אפ!

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג פאברואר 24, 2020 5:48 pm

וואס גייט פאר און ק"י???

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג פאברואר 24, 2020 5:49 pm

מען הערט נישט אויף צו פליען..

Kollel
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » מאנטאג פאברואר 24, 2020 5:56 pm

Fire on Lipa Friedman possibly ppl trapped
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג פאברואר 24, 2020 6:52 pm

מע האט אוסגעלאשן א גרעסערע פייער אין א הויז מיט די וואסער טאנק וואס יעדע מעמבער פארמאגט אין טראנק

אוועטאר
ראש חדשים
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

תגובהדורך ראש חדשים » מאנטאג פאברואר 24, 2020 7:15 pm

פאלקס קיך האט געשריבן:הרב שלמה רובין איז פרייטיג אריין אין קאנטראקט פאר א לאט ווי ער וועט בויען א בית המדרש .
ביי העיס קארט דעיד-ענד

ווער מיט מער דעטאלן זאל ארייקומען

אוועטאר
צדיק בן צדיק
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מאנטאג פאברואר 24, 2020 7:23 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:מע האט אוסגעלאשן א גרעסערע פייער אין א הויז מיט די וואסער טאנק וואס יעדע מעמבער פארמאגט אין טראנק


וואס מיינט א גרעסערע פייער? קום אריין קלארער...

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג פאברואר 24, 2020 8:03 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:מע האט אוסגעלאשן א גרעסערע פייער אין א הויז מיט די וואסער טאנק וואס יעדע מעמבער פארמאגט אין טראנק


וואס מיינט א גרעסערע פייער? קום אריין קלארער...



https://wa.me/18453775047

איך האב עס געזען אויף זייער סטאטוס

Kollel
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » מאנטאג פאברואר 24, 2020 9:00 pm

ראש חדשים האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:הרב שלמה רובין איז פרייטיג אריין אין קאנטראקט פאר א לאט ווי ער וועט בויען א בית המדרש .
ביי העיס קארט דעיד-ענד

ווער מיט מער דעטאלן זאל ארייקומען

זיי האבן אפגעקויפט 'די לאט' פון חיים אהרן קליין (23 העיס) ס'א גרויסע לאט ס'איז די רעכטע זייט פונים שארטקאט קיין עיקערס

פונקטלעך (אדער אפי' בערך) וואזיי פלאנען מיט פארקינג ווייס עך נישט...
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג פאברואר 24, 2020 9:06 pm

ווער פינאנצירט עס?

טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » מאנטאג פאברואר 24, 2020 9:13 pm

Kollel האט געשריבן:
ראש חדשים האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:הרב שלמה רובין איז פרייטיג אריין אין קאנטראקט פאר א לאט ווי ער וועט בויען א בית המדרש .
ביי העיס קארט דעיד-ענד

ווער מיט מער דעטאלן זאל ארייקומען

זיי האבן אפגעקויפט 'די לאט' פון חיים אהרן קליין (23 העיס) ס'א גרויסע לאט ס'איז די רעכטע זייט פונים שארטקאט קיין עיקערס

פונקטלעך (אדער אפי' בערך) וואזיי פלאנען מיט פארקינג ווייס עך נישט...

ווילאנג נעמט צו כאפן
פארקינג איז א אישו וואס באלאנגט פאר גוים
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג פאברואר 24, 2020 9:18 pm

ר' שלמה איז זייער פארנומען דערמיט!
לויפט ארום שאפן געלט
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג פאברואר 24, 2020 9:33 pm

א ליידיגע לאט אדער א הויז ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג פאברואר 25, 2020 9:23 am

עס איז א הויז, מיט נאך לאט-גראז ארום.

פארקינג איז נישט קיין עכטע אישו, וויבאלד דער ביהמ"ד פונקציאנירט בלויז שבת ויו"ט.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5879
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג פאברואר 25, 2020 9:54 am

וועלעכע בנין?
צוגעלייגטע
Screen Shot 2020-02-25 at 9.53.45 AM copy.jpg
Screen Shot 2020-02-25 at 9.53.45 AM copy.jpg (165.13 KiB) געזעהן 1575 מאל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 10:01 am

שואלכענין האט געשריבן:עס איז א הויז, מיט נאך לאט-גראז ארום.

פארקינג איז נישט קיין עכטע אישו, וויבאלד דער ביהמ"ד פונקציאנירט בלויז שבת ויו"ט.

און וואס גייט מען טאהן דערמיט איבער די וואכנטעג?
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 2:48 pm

ציקוועטשטער האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:עס איז א הויז, מיט נאך לאט-גראז ארום.

פארקינג איז נישט קיין עכטע אישו, וויבאלד דער ביהמ"ד פונקציאנירט בלויז שבת ויו"ט.

און וואס גייט מען טאהן דערמיט איבער די וואכנטעג?

לכאורה דאס וואס די באנגעלוי'ס טוען א גאנץ ווינטער

אוועטאר
א גוטן יונה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

תגובהדורך א גוטן יונה » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:02 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
ציקוועטשטער האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:עס איז א הויז, מיט נאך לאט-גראז ארום.

פארקינג איז נישט קיין עכטע אישו, וויבאלד דער ביהמ"ד פונקציאנירט בלויז שבת ויו"ט.

און וואס גייט מען טאהן דערמיט איבער די וואכנטעג?

לכאורה דאס וואס די באנגעלוי'ס טוען א גאנץ ווינטער


אדער דעס וואס מ'האט געטוהן מיט די אלטע שוהל אגאנצע וואך...
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

תגובהדורך קלמן הלוי » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:33 pm

Kollel האט געשריבן:
ראש חדשים האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:הרב שלמה רובין איז פרייטיג אריין אין קאנטראקט פאר א לאט ווי ער וועט בויען א בית המדרש .
ביי העיס קארט דעיד-ענד

ווער מיט מער דעטאלן זאל ארייקומען

זיי האבן אפגעקויפט 'די לאט' פון חיים אהרן קליין (23 העיס) ס'א גרויסע לאט ס'איז די רעכטע זייט פונים שארטקאט קיין עיקערס

פונקטלעך (אדער אפי' בערך) וואזיי פלאנען מיט פארקינג ווייס עך נישט...

איינער ווייסט אויב זיי גייען האבן א מקוה?
איך פרעג נאר!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:37 pm

א גוטן יונה האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
ציקוועטשטער האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:עס איז א הויז, מיט נאך לאט-גראז ארום.

פארקינג איז נישט קיין עכטע אישו, וויבאלד דער ביהמ"ד פונקציאנירט בלויז שבת ויו"ט.

און וואס גייט מען טאהן דערמיט איבער די וואכנטעג?

לכאורה דאס וואס די באנגעלוי'ס טוען א גאנץ ווינטער


אדער דעס וואס מ'האט געטוהן מיט די אלטע שוהל אגאנצע וואך...


אדער וועט עס אנפאנגען צו פונקציאנירן אויך אינדערוואכן...

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » דינסטאג פאברואר 25, 2020 5:21 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
א גוטן יונה האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
ציקוועטשטער האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:עס איז א הויז, מיט נאך לאט-גראז ארום.

פארקינג איז נישט קיין עכטע אישו, וויבאלד דער ביהמ"ד פונקציאנירט בלויז שבת ויו"ט.

און וואס גייט מען טאהן דערמיט איבער די וואכנטעג?

לכאורה דאס וואס די באנגעלוי'ס טוען א גאנץ ווינטער


אדער דעס וואס מ'האט געטוהן מיט די אלטע שוהל אגאנצע וואך...


אדער וועט עס אנפאנגען צו פונקציאנירן אויך אינדערוואכן...

סאיז איז דא נאך איין געהעריגע געבויטע ביהמ"ד וואס איז פארמאכט אינדעוואכן? אדער דאס גייט זיין די ערשטע?
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט