פרעזידענט טראמפ נאמענירט פארן סופרים קאורט - ריכטער קעווענא

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

דער וועג פאר ברעט קעווענאו צו ווערן נאמינירט צום סופרים-קאורט ריכטער האט זיך אביסל פארפלאנטערט. די נאציאנאלע-ארכיוון וואס האלט ריכטער’ס רעקארדס האט אינפארמירט דעם סענאט, אז עס קען נישט נאכקומען דעם פארלאנג פאר דאקומענטן ביז סוף אקטאבער נישט ווי דער סענאט האט פארלאנגט ביז אויגוסט 20. די סענאט פירער האבן געבעטן צו זען קעווענאו’ס איבער א מיליאן אימעילס און פאפירן פון זיין צייט אלס פרעזידענט בוש’ס געהילף-לעגאלער ראטגעבער, און פון ווען ער איז נאמינירט געווארן אויפ’ן אפעלאט געריכט, אבער די סענאט פירער זאגן אז עס אוממעגליך צוצושטעלן אזויפיל דאקומענטן אין אזוי ווייניג צייט. עס ווערן יעצט פארלאנגט פיל מער פאפירן ווי ביי אנדערע סופרים-קאורט ריכטער.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין א פרישע אנטוויקלונג הערט מען אז סענאטארן וועלן זוכן אויסצופרעגן קעוואנאו איבער זיין פארבינדונג מיט א קאלעגע געוועזענע ריכטער וועלכע איז געווארן געצוואונגען צו רעזיגנירן אין ליכט פון סקאנדאלן
דערווייל איז אומקלאר אויב די סענאטארן וועלן אויך אויפברענגן די נאנטשאפט וואס זיי זעלבסט האבן געהאט אין לויף פון די יארן מיט קאלעגע סענאטארן וועלכע האבן געדארפט רעזיגנירן פאר גענוי די זעלבע אורזאכן
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

הכל הבל האט געשריבן:דערווייל איז אומקלאר אויב די סענאטארן וועלן אויך אויפברענגן די נאנטשאפט וואס זיי זעלבסט האבן געהאט אין לויף פון די יארן מיט קאלעגע סענאטארן וועלכע האבן געדארפט רעזיגנירן פאר גענוי די זעלבע אורזאכן

;l;p-
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארויפגעשווימען ארגומענט וואס ריכטער קעוואנאו האט געמאכט אין 2013 למספרם אז פרעזידענטן מעגן איגנארירן געזעצן וועלכע זיי באטראכטן אלץ אומקאנסטאטוציענאל
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

הכל הבל האט געשריבן:ארויפגעשווימען ארגומענט וואס ריכטער קעוואנאו האט געמאכט אין 2013 למספרם אז פרעזידענטן מעגן איגנארירן געזעצן וועלכע זיי באטראכטן אלץ אומקאנסטאטוציענאל



אויש א שאד אבאמא איז מער נישט קיין סענאטאר פאר אזא קאנדידאט וואלט ער דאך געווען א זיכערע יא וואוט
Liberalism is a mental disorder
ראגעלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראגעלעך »

דעוויד נונעז איז געווען באזארגט אז אימפיטשמענט פארהערן אויף ראד ראזענשטיין וועט שעדיגן דאס באשטעטיגען ריכטער קעווענא.

אין א געהיימע רעקארדירונג הערט מען נונעז אויסדרוקן זארג אז די אימפיטשמענט פארהערן וועט פארלאנגזאמען די קאנפערמעשען פון קעווענא אינעם סענאט.

דו ווילסט מען זאל אלעס דראפן, די סענאט האט נישט גענוג צייט צו טון ביידע, הערט זיך אויף די רעקארדירונג.

דאס געבט צו פארשטיין די קעגנערשאפט פון די הויפט רעפובליקאנער, און שפיץ פון הויז ספיקער רייען, צו די אימפיטשמענט פארלאנג ארויסגעשטעלט אנטקעגן ראזענשטיין.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ווי האלט עס למעשה מיט זיין פראסעס ?
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

maybeeynot האט געשריבן:ווי האלט עס למעשה מיט זיין פראסעס ?
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

די סענאט דשודישיערי קאמיטי האט געמאלדן אז זיי גרייטן זיך אנצוהייבן די קאמיטי פארהערן איבער דשאדש קעווינאס נאמיניציע אזוי פרי ווי סעפטעמבער 4 און די פארהער וועט זיך ציען פאר 3 אדער 4 טעג, דערנאך וועט עס גיין פאר אפשטימונג פארן פולען סענאט - האט געזאגט טשאק גרעסלי, דער טשעירמאן פונעם דשודישיערי קאמיטי.

סענאטער דשאן קארניין, דער נאמבער 2 רעפאבליקאנע סענאטער האט געגעבן אנציהערן פרייטאג, אז די רעפאבליקאנע טיים-ליין פון די פארהערן ועט געבן די מעגליכקייט פארן פולען סענאט צו שטומען אויף די נאמינאציע קומענדיגע חודש!

די רעפאבליקאנער ווילן שוין האבן איינגעשוואוירען דער נייעס דשאדש נאך פאר די נייע סעסיע פונעם סופרים קארט הייבט זיך אן אין אקטאובער.

די ארויסגעשטעלע טיימ-לין באדייט אז די סענאט הירינג, און מעגליך אפילו די פולע סענאט וואט, וועט לכאורה צושטאנד קומען נאך איידער די "נאציאנאלע ארכיוון" אגענטור וועט קענען צושטעלען די אריבער 900,000 דאקומענטען איבערן דשאדש פון זיינע יארן וועלכע ער האט געדינט אינעם בוש43 ווייסע הויז.
די אגענטור האט געשריבן צו סענאטער גרעסלי אז זיי גייען נישט קענען צישטעלען די אלע דאקומענטען פאר סוף אקטאובער.

די רעפאבליקאנער האבן אבער אוועקגעמאכט די זארג איבער די דאקומענטען, זאגענדיג אז א גרופע פון פרעזידענט בוש43 איינגעשטעלטע טוען אויך איבערקוקען די אלע דאקומענטען, און זיי וועלען עס צושטעלען סאך שנעלער ווי די נאציאנאלע ארכיוון אגענטור.

די דעמאקראטן האבן געלייגט גרויס האפענונג אז די לאנגזאמע פראצעדור פון אהערשטעלען אזויפיל דאקומענטען וועט זיי געבן די אויבערהאנט אין אפהאלטן די פארהערן און די וואוט פארן נאמינאציע כאטש ביז די מידטורעמס, און דאן אויב זיי געוואונען וועלען זיי הערשט קענען צווינגען דעם פרעזידענט מיט פאליטישע מיטלען צו ברויכן נאכגעבען פאר זייער צד איבער שטעלן א אנדערע ריכטער.

סענאטער'שע העריס פון קאליפארניע האט געברויזט: "די רעפאבליקאנער האבן געמאלדן אז זיי גרייטן זיך צו אנהייבן די פארהערן איבער דשאדש קעווינאו אויף סעפטעמבער 4, דאס איז אוטרעידשעס! דאס מיינט אז קיינער גייט נישט קענען זעהן די פולע רעקארד פונעם דשאדש! נישט איך! נישט דו! קיינער נישט!"

סענאטער גרעסלי זאגט אז למעשה האט ער שוין ערהאלטן פון די בוש טיעם איבער 125,000 דאקומענטען, און ער איז רואיג אז לויט די יעצטיגע ראטע וועלן זיי ערהאלטן און האבן גענוג צייט צו איבערקוקען אלע דאקומענטען.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

פאר א לענגערע באריכט, ליינט דא פון "די היל".

http://thehill.com/homenews/senate/4013 ... on-hearing
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

אוטרעידשעס איט איז! טענקס שמאטע!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

שמאטע האט געשריבן:די דעמאקראטן האבן געלייגט גרויס האפענונג אז די לאנגזאמע פראצעדור פון אהערשטעלען אזויפיל דאקומענטען וועט זיי געבן די אויבערהאנט אין אפהאלטן די פארהערן און די וואוט פארן נאמינאציע כאטש ביז די מידטורעמס, און דאן אויב זיי געוואונען וועלען זיי הערשט קענען צווינגען דעם פרעזידענט מיט פאליטישע מיטלען צו ברויכן נאכגעבען פאר זייער צד איבער שטעלן א אנדערע ריכטער.

טענקס שמאטע..

די איידיע פון די ד׳ עס צו מאכן א מידטורם אישו איז צו לכאורה א נערישקייט. עספעשעלי ווען די סענעט איז לייקלי ריפאבליקען.
רשעות קאלטע סעלצער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאט דעמאקראטן וועלן אריינגעבן א פרייהייט פון אינפארמאציע פארלאנג און קלאגן די נאציאנאלע ארכיוון ארויסצוגעבן דאקומענטן וואס זיי זוכן צו באקומען איבער ריכטער קעוואנאוס רעקארד אויב עס ווערט נישט פרייוויליג פארעפנטליכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער וועט זיך טרעפן מיט ריכטער קעוואנאו קומענדיגע וואך און אים בעטן צו פארעפנטליכן די רעקארדס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אינעם קאמף צו באשטעטיגן ריכטער קעוואנאו צום באנק צייגן ציפערן אז קאנסערוואטיוון שפענדן פיל מער אין שטיצע ווי ליבעראלן אין אפאזיציע
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

וואס זענען די אפדעיטס?
אויב טראמפ הערט אונז זאל ער זיכער מאכן צו באשטעטיגן די נייע ריכטער, אזוי וועט ער געווינען אויב מגייט אים קלאגן אין קאורט....
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

פארשטייט זיך אז מיט מעקעינ'ס טויט זענען די שאנסן צו ווערן באשטעטיגט געווארן אסאך שטערקער און כמעט אומפארמיידבאר
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

זיי מסביר ביטע.
גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זה יעבור »

ווייל זיין ריפלעיסמענט וועט יא זיין ביים וואוט און וואוטן פאר קעוואנאו
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

פאליק האט געשריבן:פארשטייט זיך אז מיט מעקעינ'ס טויט זענען די שאנסן צו ווערן באשטעטיגט געווארן אסאך שטערקער און כמעט אומפארמיידבאר

ריכטיג גוטע נייעס!
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ווי שנעל וועט זיין א ריפליסמענד ?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

maybeeynot האט געשריבן:ווי שנעל וועט זיין א ריפליסמענד ?

?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

any updates?
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וואשינגטאן האט געשריבן:any updates?

היינט וועט נישט זיין צופיל ערנסטע אפדעיטס צוליב די חגא

זינט פון איצט און ווייטער וועלן זיך די אנטוויקלונגען אפשפילן אין סענאט וועלן זאכן ווערן געאפדעיט אינעם אשכול "נייעס און נאטיצן אין קאנגרעס און אין סענאט"
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

הכל הבל האט געשריבן:
וואשינגטאן האט געשריבן:any updates?

היינט וועט נישט זיין צופיל ערנסטע אפדעיטס צוליב די חגא

זינט פון איצט און ווייטער וועלן זיך די אנטוויקלונגען אפשפילן אין סענאט וועלן זאכן ווערן געאפדעיט אינעם אשכול "נייעס און נאטיצן אין קאנגרעס און אין סענאט"

תודה
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”