דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:@וויכטיג מאכער, אין אייאווע איז ער געגאנגען פון 49 צו 26, אין ניו העמשיר איז ער געגאנגען פון 60 צו 26.

------------------

נישט פארגעסן אז נעוועדע איז דריי שעה געריקט, הגם דער זמן איז עניוועי בערך 7:00 .

-----------------

מדברי בערני...
SANDERS ON BLOOMBERG in Las Vegas: “We will not create the energy and excitement we need to defeat Donald Trump if that candidate pursued, advocated for and enacted racist policies like stop and frisk, which forced communities of color in his city to live in fear,” Sanders said.
“We will not defeat Donald Trump with a candidate who opposed modest proposals during Barack Obama's presidency to raise taxes on the wealthy while advocating for cuts to Medicare and social security,” Sanders said.
“The simple truth is that mayor Bloomberg, with all his money, will not create the kind of excitement and energy we need to have the voter turnout we must have to defeat Donald Trump,” Sanders said.



דו רעדסט פון פראצענט, איך פרעג וואוטערס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

א נקודה וואס איך האב נישט פארשטאנען וויאזוי עס וועט ארבעטן (איך האף אז יעצט יא...), נישט געפינען דערווייל איינער וואס לייגט עס קלאר אראפ.

די עירלי וואוטינג ווערט צוגעטיילט פאר יעדע פריסינקט איידער מען ציילט די ערשטע וואוט. דאס הייסט אז נאך וואס א לעבעדיגע קאוקעס ווערט אפגעהאלטן אויפן אפיציעלן וואל טאג, וועט דער פריסינקט טשעיר אפציילן אלע שטימען פון די וואס האבן אנטייל גענומען, און דערנאך דאס צוזאמענשטעלן מיט די אלע שטימען וועלכע זענען אריינגעקומען אין עירלי וואוטינג אין יענע פריסינקט. זײער ערשטע אויסוואל.

אויב גרייכט נישט א קאנדידאט די טרעשהאולד אין די ערשטע ציילונג, דאן האבן די קאוקעס גייער א געלעגענהייט צו טוישן זייער וואוט, און איידער מען ציילט די צווייטע ס"ה וועט דער טשעיר אריינלייגן די צווייטע אויסוואל פון די עירלי וואוטערס אויב זייער ערשטע איז ארויסגעפאלן.

אויב איך פארשטיי ריכטיג, אין פאל וואס די צווייטע אויסוואל פון די עירלי וואוטערס פאלט אויך ארויס אין די ערשטע ציילונג, וועט מען גלייך גיין צו זייער דריטן אויסוואל.

אין אנדערע ווערטער #וואט קען גאו ראנג?...
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידען2020 »

א גוטן זונטאג, שוין היפש לאנג נישט דא געווען, אבער יעצט אין א רואיגן זונטאג האב איך אריינגעסיינט דא, און ליינענדיג די  לעצטע פאר בלעטער איבער וואס דער עולם שרייבט איבער ביידען זינט די אייאאווע קאוקעס, האב איך באשלאסן צו אריינקומען דא מיט א קורצע באריכט און אנאליז איבער ביידען'ס סטאטוס יעצט אויף די מינוט, עכ"פ וואס עס איז די רעדע (און ספינס...) ביי דער ביידען לאגער.

יא, מיר זענען מודה, עס איז געווען א הילכיגע פראסק אין אייאווע, און אביסל א שוואכערע פראסק אין נוי העמפשיר, און יעצט וויל יעדער וויסן ווי אזוי גייט מען ווייטער.

מען דארף נעמען אין באטראט אז געווינען נוי העמפשיר מיט אייאווע איז קיינמאל נישט געווען פארזיכערט פאר ביידען, און דער עיקר פראסק איז נאר ווי נידריג ער איז למעשה דארט אריינגעקומען, וואס איז קלאר אז נוי העמפשיר איז א דאמינאו אפעקט פון אייאווע, ווי ער איז געפאלן מיט ארום 5 פארצענט זינט די קאוקעס.

דער פאקטישער בילד אין נוי העמפשיר ווען ביידען איז געפאלן מיט ארום 5 פוינטס נאך די קאוקעס רעזולטאטן, זעט זיך אויך אן אין די נאצינאלע, און לאקעלע סטעיטס אנקעטעס, ווי ביידען  האט פארלוירן פון 4 ביז 9 פארצענט פון זיינע שטיצער נאך די רעזולטאטן פון אייאווע און נוי העמפשיר, בערך די זעלבע ציפערן האט ער פארלוירן איבעראל, אין אלע אנקעטעס.

דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז ארום 4 ביז 9 פארצענט פון ביידען שטיצער ביז אהער זענען "מאמענטום שטיצער", דאס הייסט זיי זענען נישט עכטע ביידען שטיצער, זיי זענען מעסיגע, זיי האלטן אפשר אז ער וועט זיין א גוטע פרעזידענט, אבער זיי זענען נאר פאר אים ווילאנג ער איז מצליח, איינמאל ער פאלט, זענען זיי מער נישט מיט אים, נאר זיי זענען ענדערש אריבער צו מעיאר פיט, אדער צו עמי, ווייל זיי האבן געהאלטן אז ביידען איז פארטיג.

יעצט, אויב זיי זענען 'מאומענטום שטיצער', מיינט דאס אז איינמאל ביידען באקומען צוריק מאומענטום, אדער אז עמי מיט פיט פארלירן עס, זענען זיי צוריק צו ביידען, (אונז רעדן נאך פאר בלומבערג קומט אריין אין  סופער טוסדעי) און צוליב דעם ווארט מען יעצט אויף נעוואדע און סאוט קאריליינע.

לאמיר גיין צוביסלעך. צום ערשט, אין בעסטן סינעריאו, וואס אונז וועלן ריפן סינעריאו 1.

ביידען סופרייזט מיט א געווינס אין נעוואדע, (וואס קען פאסירן נאך א שטארקע דעבאטע דעם מיטוואך, אדער אויב דער אויפברויז פון די איינוואיונער אקעגן די בערני שטיצער פאר זייערע אנגייענדע רדיפות אויפן culinary 226 וועט אנהאלטן, אדער סיי וואס עס קען אלץ פאסירן) און מעיאר פיט מיט עמי קומען אריין א שוואכע דריטער און פערטער אדער גאר א פערטער און פיפטער, דאס מיינט אז זיי פארלירן זייער יעצטיגע מאמענטום, איז אפגערעדט אז ביידען באקומט צוריק זיין שטארקע מאמענטום אריינגייענדיג צו סאוט קאריליינע, און דאן באקומט ער צוריק זיינע 'מאמענטום שטיצער' און סאוט קאריליינע, און אנשטאט א געווינס מיט 5+ געווינט ער מיט ארום 10 צו 15 פארצענט העכער זיין נאנטסטע  קעגנער, און ער קומט אן צו  סופער טוסדעי מיט צוויי שטאטן געווינען, און מיט א אפגעשוואכטע פיט און עמי, און דאן באקומט ער צוריק זיינע 'מאומענטום שטיצער' לענגויס סופער טוסדעי סטעטיס, און געווינט א רייע שטאטן, מיט עטליכע 100 דעלעגאטן, און דאן מארשירט ער פאראויס צום נאמינאציע, שטייטצעך נישט גרינג, בלומבערג וועט ערנסט שטערן, סאטנדערס אויכעט, אבער דער וועג איז דא.

א באזונדערע נקודה ווערט אנגעוויזן פארוואס סינעריאו 1 זאל קענען ערנסט פאסירן, ווייל עס איז מעגליך א מעיאר פיט און עמי וועלן ביידע נישט אריבערגיין 15% אין רוב פריסינקס, און זייערע שטיצער, עכ"פ טייל פון זיי, וועלן גיי צו ביידען, און אין אזא פאל קען ביידען'ס סינעריאו 1 זיין גאר שטארק, און זיין א שטארקע געווינער, און שנעל און גרינג ערייכן זיין מאומענטום, און זיין א שטארקער אריינקומענדיג אין סופער טוסדעי.

יעצט צום צווייטן מיטעלן סינעריאו, סינעריאו 2.

ביידען קומט אריין א נישט צו ווייטער צווייטער און נעוואדע, נאך  סענדערס, מיט פיט און עמי אינטער אים, דאס גיבט אים צוריק עטוואס מאומענטום, און ער געווינט סאוט קאריליינע מיט אינטער 10 פוינטס, און דאן קומט ער אריין אין סופער טוסדעי מיט איין סטעיט, און מיט אפגעשוואכטע מאומענטום פאר זיינע צוויי הויפט מעסיגע קעגנערס פיט און עמי, אבער ער שטייט אויך נישט צו גוט, און יעדער אריינגערעכנט בלומבערג נעמען עטליכע שטאטן, און דא קען עס גיין צו א לאנגע בלוטיגע קאמף, מיט אלע מעגליכקייטן אויפן טיש.

צום דריטן און ערגסטן סינעריאו, סינעריאו 3.

נעוואדע סופרייזט מיט ביידען אויפן דריטן ארט, אדער גאר נאך שוואכער, אין אזא פאל וועט ער מעגליך פארלירן סאוט קאריליינע, און ער וועט זיך מעגליך ארויס צוען נאך סופער טוסדעי....

יעצט דארף מען ווארטן צו זען וואס עס גייט געשען, און אינעם ביידען לאגער איז מען ערנסט אפטימיסטיש אז עס קען זיך אויסשפילן סינעריאו 1, אדער גאר צוויי, אבער זיי גלייבן אז א סינעריאו 2, אלץ א שטארקע צווייטער אין נעוואדע, מיט א אפגעשוואכטע פיט, און עמי, קען גיין ווייטער צו סאוט קאריליינע און צו  סופער טוסדעי ווי סינעריאו 1 מיטן צוריק נעמען מאמוענטום.

וואס וועט זיין? קיינער ווייסט נישט, אבער יעצט אויף דער מינוט איז ביידען ווייט פון דערנאך.
טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"
ביידען, נאוועמבער 2019


46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

שרייבסטעך נישט דער עיקר, וואס די ביידען לאגער זעט אז עס זאל פאסירן?.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

קלאובאשאר מעלדט אז זי האט שוין אויפגעטריבן איבער 12 מיליאן דאלאר זינט די ניו העמפשער דעבאטע
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ביידען איז א קאנדידאט וואס יעדער שטאט וויל וואוטען פאר אים ביז ער קומט אהין קאמפיינען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידען2020 »

מטעמים האט געשריבן:ביידען איז א קאנדידאט וואס יעדער שטאט וויל וואוטען פאר אים ביז ער קומט אהין קאמפיינען.

דער סטיעטמענט האט סיי וועלכע דעקונג, אדער סתם...

ליין דורך מיין שמועס, און זאכן וועלן דיר קלארער ווערן.
טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"
ביידען, נאוועמבער 2019


46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ער איז געוועהן פראנט ראנער ביז צוויי חדשים צוריק אין אייאווע און ער איז נישט אריינגעקומען איינס נאר דריי, ער איז געוועהן נאמבער צוויי אדער דריי אין ניו העמפשור און ער איז אריינגעקומען נאמבער פונעף, ער איז געוועהן נאמבער איינס אין נאוואדע און ווי עס זעהט יעצט אויס קומט ער אריין נאמבער צוויי אדער דריי.

זיי נישט ברוגז אויף מיר צו פארציילען די מציאות הדברים, איך בין בכלל נישט שולדיג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידען2020 »

מטעמים האט געשריבן:ער איז געוועהן פראנט ראנער ביז צוויי חדשים צוריק אין אייאווע און ער איז נישט אריינגעקומען איינס נאר דריי, ער איז געוועהן נאמבער צוויי אדער דריי אין ניו העמפשור און ער איז אריינגעקומען נאמבער פונעף, ער איז געוועהן נאמבער איינס אין נאוואדע און ווי עס זעהט יעצט אויס קומט ער אריין נאמבער צוויי אדער דריי.

זיי נישט ברוגז אויף מיר צו פארציילען די מציאות הדברים, איך בין בכלל נישט שולדיג.

עס האט נישט מיט קאמפיינען, עס האט מיט מאמענטום.

ביטע ליין מיין אנאליז פאר מיר טענה'ן זיך ווייטער.
טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"
ביידען, נאוועמבער 2019


46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

מטעמים האט געשריבן:ביידען איז א קאנדידאט וואס יעדער שטאט וויל וואוטען פאר אים ביז ער קומט אהין קאמפיינען.


אדער ביז מען זעט אים ביי א דעבאטע...
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

ביידען2020 האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ער איז געוועהן פראנט ראנער ביז צוויי חדשים צוריק אין אייאווע און ער איז נישט אריינגעקומען איינס נאר דריי, ער איז געוועהן נאמבער צוויי אדער דריי אין ניו העמפשור און ער איז אריינגעקומען נאמבער פונעף, ער איז געוועהן נאמבער איינס אין נאוואדע און ווי עס זעהט יעצט אויס קומט ער אריין נאמבער צוויי אדער דריי.

זיי נישט ברוגז אויף מיר צו פארציילען די מציאות הדברים, איך בין בכלל נישט שולדיג.

עס האט נישט מיט קאמפיינען, עס האט מיט מאמענטום.

ביטע ליין מיין אנאליז פאר מיר טענה'ן זיך ווייטער.


איר זענט נישט גערעכט, עס האט מיט קאמפיינען, דער גייט אן ווי אין די אהבת קדומים סטעיטש 3.0,

זיינע חברים זיצען ביים ביטש און שפילן קארד געימס, א שאד ער פארפאסט די שפיל.
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידען2020 »

קאנסילמאן האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ביידען איז א קאנדידאט וואס יעדער שטאט וויל וואוטען פאר אים ביז ער קומט אהין קאמפיינען.


אדער ביז מען זעט אים ביי א דעבאטע...

איינער וואס האט געזען די נ. ה. דעבאטע וואלט נישט געשריבן די תגובה.
טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"
ביידען, נאוועמבער 2019


46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידען2020 »

קאנסילמאן האט געשריבן:
ביידען2020 האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ער איז געוועהן פראנט ראנער ביז צוויי חדשים צוריק אין אייאווע און ער איז נישט אריינגעקומען איינס נאר דריי, ער איז געוועהן נאמבער צוויי אדער דריי אין ניו העמפשור און ער איז אריינגעקומען נאמבער פונעף, ער איז געוועהן נאמבער איינס אין נאוואדע און ווי עס זעהט יעצט אויס קומט ער אריין נאמבער צוויי אדער דריי.

זיי נישט ברוגז אויף מיר צו פארציילען די מציאות הדברים, איך בין בכלל נישט שולדיג.

עס האט נישט מיט קאמפיינען, עס האט מיט מאמענטום.

ביטע ליין מיין אנאליז פאר מיר טענה'ן זיך ווייטער.


איר זענט נישט גערעכט, עס האט מיט קאמפיינען, דער גייט אן ווי אין די אהבת קדומים סטעיטש 3.0,

זיינע חברים זיצען ביים ביטש און שפילן קארד געימס, א שאד ער פארפאסט די שפיל.

נישט ריכטוג, ער קאמפיינט יעצט זייער אקטיוו אין נעוואדע און אין סאוט קאריליינע, און אסאך נוטראלע רעפארטערס וועלכע באגלייטן אים יעצט אויפן קאמפיין טרעיל זאגן אז ער קאמפיינט זייער גוט און העפטיג, און נעמט גוט אויס ביי וויילער, די קוועשן איז אלל עבאוט מאמענטום.
טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"
ביידען, נאוועמבער 2019


46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

אבער מיסטער ביידען. איר דארפט פארשטיין. אז ווי לענגער איר בלייבט אינעם רעיס. אלץ גרעסערע טשאנסעס איז עס. אז סענדערס זאל זיין די נאמיני. און עווענטשעלי טראמפ.
דאס איז גאר גיט פאר טראמפ אז יעדער קאנדידאט וואס צאנקעט נאר אביסל.
זאל אויסהויעכען די נשמה טיף אינעם פארמעסט..און אזוי גיט צושפליטערן די מעסיגע וואויט צו פארזיכערן א סאנדערס געווינס.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידען2020 »

סארקאזי האט געשריבן:אבער מיסטער ביידען. איר דארפט פארשטיין. אז ווי לענגער איר בלייבט אינעם רעיס. אלץ גרעסערע טשאנסעס איז עס. אז סענדערס זאל זיין די נאמיני. און עווענטשעלי טראמפ.
דאס איז גאר גיט פאר טראמפ אז יעדער קאנדידאט וואס צאנקעט נאר אביסל.
זאל אויסהויעכען די נשמה טיף אינעם פארמעסט..און אזוי גיט צושפליטערן די מעסיגע וואויט צו פארזיכערן א סאנדערס געווינס.

נו, אמת, אויב עס שפילט זיך אויס סינעריאו 3 איז טאקע כדי ער זאל זיך ארויסצוען נאך סופער טוסדעי, אבער אויב עס שפילט זיך אויס צוויי, און כל שכן איינס, פארוואס זאל ער גיין?
טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"
ביידען, נאוועמבער 2019


46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אונז גיימיר אויפזוכן די וואויט טאוטעלס, ספעשל פאר וויכי.

אין אייאווע, גיי איך מוזן שפעקולירן אביסל, ווייל עס איז דאך נישט דא קיין נאמבערס פון 4 יאר צוריק.

לויט די דעמאקראטישע פארטיי אין אייאווע האבן אין 2016 געשטימט דארט 171,517 מענטשן.

בערני האט געהאט 49.59%, דאס איז מיט א שנעלע חשבון בערך 85 טויזנט שטימען אין די ענדגילטיגע ראונד, אבער מסתמא האט ער געהאט אביסל מער פראצענט וויילער ווי עס די אי'ס.

יעצט האט בערני געהאט אין די צווייטע ראונד, 45,842, אראפ פון די בערך 85 טויזנט אין 4 יאר. און ווי געשמועסט האט ער מסתמא געהאט א פאר פראצענט מער ווי דעם פיר יאר צוריק.

אין ניו העמשיר, איז דאך דא קלארע ציפערן, ער האט 4 יאר צוריק געהאט 152,193, און איז אראפ צו 76,352.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ביידען2020, איך האב געלייענט דיין תגובה און דו האסט זייער שיין געשריבען, האסט געשריבען נאטארליך, נעגאטיוו און פאזיטיוו, מיין פוינט איז אויב קומט ער אריין נאמבער צוויי ווי נאטורליך פרעדיקטעד קומט ער אייביג אריין ווייניגער ווי פרעדיקטעד אפאר חדשים צוריק.

ער איז געוועהן די פראנט ראנער און אויב די פראנט ראנער קומט אייביג אריין נידעריגער ווי ערווארטעט דאן איז ער די דעפיניטיוו פארלירער אין די פארמעסט, דו ברענגסט ארויס אז פונעף פראצענט איז מאמענטום, - לאמיר זאגען עס איז אמת - מיט יעדע לאסס פאלט ער אבער מיט נאך פונעף פראצענט.

ביידען איז כעת די גרעסטע לוזער אין די פארמעסט, צו ער קען עס צוריק דרייען? זיכער קען עס געשעהן אבער ביז די דעבאטע האלט ער אן זיין ניו העמפשור אכט פראצענט!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

ביידען2020 האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:אבער מיסטער ביידען. איר דארפט פארשטיין. אז ווי לענגער איר בלייבט אינעם רעיס. אלץ גרעסערע טשאנסעס איז עס. אז סענדערס זאל זיין די נאמיני. און עווענטשעלי טראמפ.
דאס איז גאר גיט פאר טראמפ אז יעדער קאנדידאט וואס צאנקעט נאר אביסל.
זאל אויסהויעכען די נשמה טיף אינעם פארמעסט..און אזוי גיט צושפליטערן די מעסיגע וואויט צו פארזיכערן א סאנדערס געווינס.

נו, אמת, אויב עס שפילט זיך אויס סינעריאו 3 איז טאקע כדי ער זאל זיך ארויסצוען נאך סופער טוסדעי, אבער אויב עס שפילט זיך אויס צוויי, און כל שכן איינס, פארוואס זאל ער גיין?

סופער טוסדעי איז שוין טו לעיט. דעמאלטס וועט שוין בלאמבערג האבען טיף אריינגעשניטען. און פיט גייט אויך נישט אוועק אזוי שנעל. בקיצור דו פראווסט אז סקומט גיטע נייעס פאר טראמפ. איך האלט אויך אזוי
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידען2020 »

@מטעמים, נישט ביז נאך די דעבאטע, נאר ביז נאך די נעוואדע קאוקעס, וואס דאן וועט מען זען וועלכע סינעריאו עס שפילט זיך אויף.

@סארקאזי, עס איז דא א גרעסערע שטאנס אז סינעריאו 1 צי 2 גייט פאסירן, אבער וואס ווייסעך.
טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"
ביידען, נאוועמבער 2019


46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך ווייס נישט פארוואס דער עולם דא איז זיכער אז בלומבערג פארלירט קעגן טראמפ.

יעך ציטער פאר אים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פעיק נוז האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס דער עולם דא איז זיכער אז בלומבערג פארלירט קעגן טראמפ

און איך טראכט אז ער האט די בעסטע שאנס צו געוואונען קעגן טראמפ, מען דארף קענען אפשאצען א מענטשענס כשרונות, סוקסעספול מענטשען האבען א שטערקערע שאנס צו בלייבען סוקסעספול.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מטעמים האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס דער עולם דא איז זיכער אז בלומבערג פארלירט קעגן טראמפ

און איך טראכט אז ער האט די בעסטע שאנס צו געוואונען קעגן טראמפ, מען דארף קענען אפשאצען א מענטשענס כשרונות, סוקסעספול מענטשען האבען א שטערקערע שאנס צו בלייבען סוקסעספול.

פשוט ווייל עס איז דא א סיבה פארוואס זיי זענען סוקסעספול.

דער בלומבערג ווייסט וואס פאר א 'סארט' פיילן צו שיסן, ער האט עס היבש ארויס. חוץ פון דעם וואס זיין פי אר בומט אריין אויף א מאסיווע פארנעם ער איז פעסט סטראטעגיש ער שטייגט אין די פאולס ווי משוגע.

די אלע זאכן דארף ווען אויפוועקן מענטשן ובפרט טראמפ שטיצער צו די בלומבערג רעאליטי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

פעיק נוז האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס דער עולם דא איז זיכער אז בלומבערג פארלירט קעגן טראמפ.

יעך ציטער פאר אים.

כמיין דער עולם רעדט פון א סאנדערס קעגן טראמפ
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך רעד אין דזשענעראל, בעיקר האב איך עס געשריבן אין באצוג צו @סארקאזי'ס תגובה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

איך האב פארשטאנען אז סארקאזי האלט אז מיט א שטארקע בלומבערג וועט סאנדערס זיין דער נאמעני
געשריבן דורך: נעכטן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”