דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10999
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 6:16 pm

פאקס אנקעטע

ביידען 35
סאנדערס 17
ווארען 9
באטידזשעדזש 6
העריס 5
ארורק 4
בוקער 3
קלאובאשאר 2
קאסטרא 2
אלע אנדערע אונטער 1

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 16, 2019 6:43 pm

דריידל האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן: מאנטאנא איז רויט נאציאנאל, אבער ווען עס קומט צו סטעיטווייד קען א שטארקע דעמאקראט עס געוואונען

וואס מיינט רויט נאציאנאל?

אז נאציאנאל/פרעזידענט זענען זיי א זיכערע רעפאבליקאן געווינס, אבער זיי קענען עלעקטאן דעמאקראטן אלס סטעיטווייד, וועסט ווירדזשיניע איז די זעלבע זאך.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:21 pm

הכל הבל האט געשריבן:בעת וואס קאמאלא העריס מוטשעט זיך צו מאכן פראגרעס אין די פריימערי האט מען איר געפרעגט פארוואס זי הויבט נישט מער ארויס ווי היסטאריש איר קאנדידאטור איז אלץ אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי
העריס האט רעאגירט אז געוויסע פאקטן זענען אזוי קלאר אז זיי פארציילן זיך אליינס

טעות: זי איז נישט קיין אפריקאנער
זי איז טונקעל הויטיג ווייל זי איז א אינדיאנער
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:49 pm

אגב אין איינע פון די היימישע צייטונגען איז מיט עטליכע וואכן צוריק געווען א גאנצע ארטיקל, וואס מישט אויף ביידנ'ס ראסיסטיש-גענויגטע פארגאנגענהייט, און איך מיין עס איז כדי מען זאל אביסל ארויסהאבן דאס בילד.

ביידען האט אין די 197'ס געקעמפט אין סענאט קעגן געזעצן וואס וועלן העלפן די שווארצע זיך איינגלידערן מיט די ווייסע געזעלשאפט, א שטייגער ווי צענויפמישן ווייסע סטודענטן מיט שווארצע דורך איינפירן געזעצן צו מאכן טראנספארטאציע פון סטודענטן אין ווייסע געגנטער צו מער שווארצע סקול'ס און אזוי אויך פארקערט.

די סיוויל רייט'ס געזעץ פון יאר 1964 האט זיך שטארק קאנצעטרירט איבער די נושא פון "סקול באס סעגעראציע", דורך געבן מאכט פאר די פעדעראלע רעגירונג צו פארסירן די געזעץ אויף די לאקאלע רעגירונגען. ביידען און זיינע ווייסע קאלעגעס אין סענאט האבן געארבעט אפצושוואכן די פארסירונג מאכט און דורך דעם אפצושוואכן דאס גאנצע פאוער פונעם געזעץ. דאס געזעץ איז למעשה אריין אין קראפט. שפעטער איז ער אויך געווען דער קא-ספאנסער אויף נאך א געזעץ וואס וועט נאך מער איינצוימען די פעדעראלע מאכט איבער די אישו, און דער געזעץ איז אויך אריין אין קראפט און אינטערגעשריבן געווארן דורך פרעזידענט 'דזשימי קארטער'....

ביידען האט זיך אויך ארויסגעשטעלט אין שטיצע פון א געזעץ אויפגעברענגט אין יאר 1976 דורכן דעמאקראטישער וועסט-ווירדזשיניע סענאטאר ראבערט בוירד און א געוועזענער מיטגעליד פון די קו-קלוקס-קלען - וואס ער האט געהאלטן א 14 שעה פיליבאסטער קעגן דעם סיוויל רייט'ס ביל אין 1964 - דער ביל איז געווען געצילט אפצוהאלטן שווארצע סטודענטן צו קענען האבן טראנספארטאציע צו ווייסע סקול'ס.

עניוועי, ביידען האט אין יענע יארן שטארק געקעמפט פאר די אישו, און אין אן אינטערוויו אין יענע יארן האט ביידען געזאגט: "איך האלט אז וואס איך האב באוויזן צו טוהן, איז אז איך האב עס געמאכט רעפעקטירבאר פאר לאנגיעריגע ליבעראלן, אנצוהייבן אויפצוברענגען די פראגעס איבער באס טראנספארטאציע. איך בין געווען דער ערשטער עס אויפצוברענגען אין די ליבעראלע קומיוניטי דא אינעם סענאט".

עניוועי, דאס איז דער זעלבער ביידען וואס ווען ער האט אנגעהויבן זיין קאמפיין האט ער זיך ארויסגעשטעלט אלס דער רעכטפארכטיגער און אויסגעהאלטענער מענטש וואס גייט זיך שלאגן מיטן "ראסיסט" טראמפ, און אראפגעריסן טראמפ איבער זיינע קאמענטארן איבער שארלאטסוויל, יא דער ביידען האט געארבעט יארן לאנג פאר די זעלבע געזעצן וואס די שארלאטוויל'ער פראטעסטירער האבן געקעמפט פאר.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

yes yes
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » פרייטאג מאי 17, 2019 6:21 am

קרייסלער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:בעת וואס קאמאלא העריס מוטשעט זיך צו מאכן פראגרעס אין די פריימערי האט מען איר געפרעגט פארוואס זי הויבט נישט מער ארויס ווי היסטאריש איר קאנדידאטור איז אלץ אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי
העריס האט רעאגירט אז געוויסע פאקטן זענען אזוי קלאר אז זיי פארציילן זיך אליינס

טעות: זי איז נישט קיין אפריקאנער
זי איז טונקעל הויטיג ווייל זי איז א אינדיאנער

טעות: זי איז ביידע
צוגעלייגטע
IMG_20190517_062352.jpg
IMG_20190517_062352.jpg (112.77 KiB) געזעהן 1935 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9340
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מאי 17, 2019 9:51 am

אן אריינרעדן, דזשעמעיקא איז נישט אין אפריקע.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 17, 2019 12:11 pm

חילוק פונעם זעלבע פאל צווי חדשים צוריק
הכל הבל האט געשריבן:פאקס אנקעטע

ביידען 35 +4
סאנדערס 17 -6
ווארען 9 +5
באטידזשעדזש 6 +5
העריס 5 -3
ארורק 4 -4
בוקער 3
קלאובאשאר 2
קאסטרא 2
אלע אנדערע אונטער 1

אינ'ם זעלבע פאל האלטן אזוי סאך וויילער איבער יעדע אישו אז ס'איז עקסטרעם וויכטיג
73% צו "קענען ביטן טראמפ"
71% האט "הויכע עטישע סטאנדארטן"
51% "האלט ווי מיך אויף די וויכטיגע אישוס"
47% "האט נייע געדאנקען"
47% "האט פאליטישע עקספיריענס"
...

אויף די צווייטע חלק פאל, מיין איך איך מוז ליידער זאגן, עס איז בעסער פאר סענדערס :-(.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג מאי 17, 2019 12:40 pm

אלף נכנסים...

אלע 23 קאנדידאטן וואס לויפן דערווייל אויפן דעמאקראטישע זייט.
החתימות הם לפי סדר ה'א.ב. ...
צוגעלייגטע
IMG_20190517_123759.jpg
IMG_20190517_123759.jpg (228.64 KiB) געזעהן 1767 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג מאי 17, 2019 12:42 pm

אויפן ערשטן בליק האט זיך מיר געדאכט אז דער ביידען ענדעלט אביסל צום פרעזידענט
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9340
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג מאי 19, 2019 12:54 pm

היינט נאכט וועט פיט בוטעדזשאידזש אפהאלטן א טאונהאול אויף פאקס מיט קריס וואלעס. די ערשטע מאל וואס אמעריקע האט זיך באקענט מיט דעם אומבאקאנטן מעיאר איז געווען ביי די טאונהאל פון סננ. עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן אויב ער וועט ווידער קענען אויפוועקן זיין קאנדידאטור דורך די טאונהאל, נאך וואס ער איז היפש אראפ פון די מאפע נאכפאלגענדיג ביידען'ס אריינטריט אינעם פארמעסט.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג מאי 19, 2019 1:40 pm

דיבלאזיא האט נעכטן אפגעהאלטן צוויי איווענטס אין אייאווע, די ערשטע פאנדרעיזינג איווענטס נאך זיין קאנדידאטור מעלדונג.
ביי ביידע האבן זיך משתתף געווען בלויז 20 - 25 שטיצער....
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

פארשער
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

תגובהדורך פארשער » זונטאג מאי 19, 2019 3:02 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:דיבלאזיא האט נעכטן אפגעהאלטן צוויי איווענטס אין אייאווע, די ערשטע פאנדרעיזינג איווענטס נאך זיין קאנדידאטור מעלדונג.
ביי ביידע האבן זיך משתתף געווען בלויז 20 - 25 שטיצער....

דאכט זיך מיר אז דאס איז א רעקארד הויכע צאל באטייליגטע ביי א פאנדרעיזינג איווענט פון א טויטן מענטש.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 19, 2019 3:08 pm

:lol:
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10999
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 21, 2019 2:28 pm

קוויניפיעק נאצינאל

ביידען 35
סאנדערס 16
ווארען 13
העריס 8
באטידזשעדזש 5
אלע אנדערע אונטער 3

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10999
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 21, 2019 2:28 pm

די אנקעטע איז דערווייל די העכסטע וואס ווארען האט נאר אמאל באקומען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10999
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 21, 2019 2:36 pm

ארורק איז אראפ מיט 2 אין די אנקעטע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10999
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 21, 2019 2:37 pm

צווישן די וויילער גרופע וועלכע פאלגט די שטארקסטע נאך די פארמעסט איז ביידען די שטארקסטע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10999
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 21, 2019 2:37 pm

צווישן די וויילער גרופע וועלכע פאלגט די שוואכסטע נאך די פארמעסט איז סאנדערס די שטארקסטע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10999
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 21, 2019 2:38 pm

צום ערשטן מאל האט סאנדערס א נעט נעגאטיווע פעיווארעבליטי ראטע
41 פאזיטיוו
48 נעגאטיוו

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דינסטאג מאי 21, 2019 3:10 pm

כ'בין דא אזוי אריינגעפאלן, האבעך נישט געדולד צו ליינען די אלע פריערדיגע בלעטער.

מ'זעהט דא א לאנגע רונדע קאנדידאטן, ס'קוקט אויס אז רוב דערפון טראכטן ניטאמאל פון אנקומען ערגעץ. בינעך נייגעריג צוויי זאכן, איינס, צי מ'ווארט נאך צו הערן פון נאך מעגליכע קאנדידאטן אדער דאס איז עס מער ווייניגער, צוויי, ווער פון די קאנדידאטן האבן באוויזן צו איינריקן די געלונגענע פאליטישע קעפ פון פריערדיגע קאמפיינס?

אויבנאויף קוקט עס אויס אז דער אלטער ביידען גייט ערהאלטן די שטיצע פונעם מעסיגן חדר אינערהאלב דעם דעמאקראט, און צו זיין האפענונג וועלן זיך די איבריגע ארומשלאגן א לאנגע צייט ווער ס'זאל זיין זיין קעגנער.

לויטן ערשטן שאצונג וואלטעך געזאגט אז ווארען גייט מיט די צייט איבערקומען סאנדערס און ביים ענדע אפילו ביידען. די דעמאקראטן האבן א גאנץ קלארע רעקארד פון לאזן גרינגערהייט רעטייערן 'אלטע נייעס'.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10999
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 21, 2019 3:13 pm

מען רעדט פון ארויסגעבן א GUESS WHO שפיל פון אלע קאנדידאטן

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » דינסטאג מאי 21, 2019 3:29 pm

דערנאך גייט מען צו שטייג-העכער. און פיינעלי צו אלד-מעיד
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג מאי 21, 2019 5:09 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:וועכנטליכע מארנינג קאנסאלט פון די וואך:

ביידען 40%
בערני 19%
ווארען 8%
העריס 7%
בוטידזשעדזש 6%
בעטא 5%
בוקער 3%
קלאבוטשאר 2%
יענג 1%
דזשיליבראנד 1%
רייען 1%
קאסטרא 1%
דעלאני 1%
היקנלופער 1%
בלק 1%
גאבארד 1%
אנדערע 2%

ביידען איז ארויף פיר, אויף וועמנ'ס חשבון? בערני האט פארלוירן דריי, בוטידזשעדזש צוויי, ווארען/יענג/אינסלי/מאלטאן איינס יעדע פון זיי. (ס'איז אינטרעסאנט אז ביידען האט פארדינט פון די לינקע פונקט ווי פון די מעסיגע, און באלד גיימיר האבן די זכיה אז צל זאל אריינטשעקן צו אנמערקן ווי שטארק דער עולם קוקט אויף עלעקטיביליטי...)

מ'האלט יעצט ביי אכט קאנדידאטן וואס ציען אן מער פון א פראצענט (צו א געמיינזאמע 90%), און נאך אכט וואס ציען אן א פראצענט, וואס מאכט עס פאר א היבש קריסטאליזירטע פעלד (צוריק אין 2015 אין דעם טאג האבן די זיבן שטערקסטע רעפובליקאנער אנגעצויגן 73.9% לויט די RCP דורכשניט, היינט ציען די זיבן שטערקסטע אן לויט די RCP דורכשניט אזויפיל ווי 83% טראצדעם וואס די פעלד איז אסאך גרעסער).


ביידען 39%
בערני 19%
העריס 8%
ווארען 8%
בוטידזשעדזש 6%
בעטא 5%
בוקער 3%
קלאבוטשאר 2%
בענעט 1%
קאסטרא 1%
גאבארד 1%
דזשיליבראנד 1%
היקנלופער 1%
אינסלי 1%
רייען 1%
יענג 1%
אנדערע 2%

דערווייל איז עס א לאנגווייליגע פארמעסט...

די איינציגסטע טויש פון פאריגע וואך צווישן די אכט שטערקסטע קאנדידאטן (וואס ציען אן א געמיינזאמע 90%) איז, אז העריס האט צובאקומען א פונקט אויפ'ן חשבון פון ביידען, עפעס וואס איז פשוט נאכדעם וואס די ביידען אנאנסירונג באמפ דארף דאך אנהייבן צו אויסוועפן עטוואס, און העריס איז די וואס קאמפיט מיט ביידענ'ס באזע.

צווישן די קלענערע קאנדידאטן איז בלק (וועלכער האט היינט געמאלדן אז ער לויפט) און דעלאני אראפ פון 1% צו 0%, און בענעט (וואס האט אנאנסירט אז ער לויפט) און אינסלי זענען געגאנגען פון 0% צו 1%, ס'זאל זיי וואויל באקומען...

ביל דעבלאזיא באקומט 0% און די אנקעטע טראץ די ערווארטונג אז ער גייט אט אט מעלדן אויב ער לויפט און ער איז די מעיאר פון 4-5 פראצענט פון נאציאנאלע דעמאקראטן.


ביידען 39%
בערני 19%
ווארען 9%
העריס 8%
בוטידזשעדזש 6%
בעטא 4%
בוקער 3%
בענעט 1%
בלק 1%
דעבלאזיא 1%
קאסטרא 1%
דילאני 1%
גאבארד 1%
דזשיליבראנד 1%
היקנלופער 1%
קלאבוטשאר 1%
רייען 1%
יענג 1%
אנדערע 2%

ווארען (מאמענטום די לעצטע עטליכע וואכן), דעבלאזיא און בלק (אנאנסירונג באמפ), און דעלאני, ארויף איינס. בעטא, קלאבוטשאר, און אינסלי אראפ איינס.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

ראגעלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » מיטוואך מאי 22, 2019 1:15 am

הכל הבל האט געשריבן:א ציילונג ווייזט אז די צאל מענטשן וועלכע לויפן איצט אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימערי איז העכער ווי די צאל קאמפיין סטעף וואס מערסטנס קאנדידאטן ערלויבן זיך אויפצונעמען..


און אויך מער ווי די באטייליגטע ביי סיי וועלכע דעבלאזיא ראלי.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9340
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מאי 29, 2019 10:16 am

די דנס האט געמאלדן אז זיי העכערן די פארלאנגען פון די קאנדידאטן צו קענען אנטייל נעמען אין פריש געפלאנטע דריטע דעבאטע וועלכע וועט ווערן אפגעהאלטן דורך עי.בי.סי.

צו באקומען א שטענדער ביי דעם דעבאטע וועט די קאנדידאט דארפן אנציען 2% אין כאטש פיר אנערקענטע אנקעטעס (ווס. 1% אין דריי אנקעטעס פאר די ערשטע צוויי דעבאטעס) און וועלן מוזן צייגן אז זיי האבן ערהאלטן באשטייערונגען פון 130 אינדיווידועלע דאונערס (ווס. 65 טויזנט אין די ערשטע צוויי).

לויט די יעצטיגע ציפערן זענען פארהאן 8 קאנדידאטן וועלכער קומען נאך די פארלאנגען: ביידען, בערני, ווארען, העריס, קאלאבשור, בוקער, בוטידזשעדזש און בעטא.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo, Tevye, בבקשה, זזה, חלה לכבוד שבת, מיין שטעלונג, נאך פונדערהיים, ס׳וועט זיין בעסער, קראכטס אלע, ר' זעקל, שכל טוב און 82 געסט